Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » קאווע שטיבל • אמעראצעס אין אידישע עדס

קאווע שטיבל • אמעראצעס אין אידישע עדס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 215 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #179
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:01 am#1498
אמעראצעס אין אידישע עדס
אסאך מאל זע איך אזעלכע מאדנע עדס אין די היימישע פלעצער אז עס גייט א רויעך. די באלעבאטים און די גרעפיק דיזיינערס ניצן "ווארד ספעלינג", אבער ווייס מיר דעך אז נישט אלץ איז דאס דער בעסטער מיטל, אויב קען מען נישט אביסל צו דער זייט.
אט האב איך פריער געזען בערך אזוינס:
די פירמע הייסט Cease Fire Protection Inc .גראדע א זיסע נאמען.
אבער אונטער דעם שטייט בערך אזוי: attack the blaze at it's core
היתכן ער זאל נישט וויסן אז דא קומט ITS אן דעם שטרעכל? עס מאכט עס סאונדן שרעקליך אמעראצעסדיג.
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:44 pm#2370
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
"טראגט נאר די וועלט-באנייטע פערסטער היטן"!
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 6:22 pm#2378
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
:lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:35 pm#2405
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
קארל, געוואלדיג :like
ווער איז דער גראפיקער?
פרייטאג מערץ 23, 2012 12:05 am#2407
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
שרגא האט געשריבן:קארל, געוואלדיג :like
ווער איז דער גראפיקער?

Dart Graphics. גראדע מאכט ער שיין. דוכט זיך מיר אז ער פלעגט אויסשטעלן די "צייטשריפט" ע"ה.
פרייטאג מערץ 23, 2012 12:12 am#2409
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
קארל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:קארל, געוואלדיג :like
ווער איז דער גראפיקער?

Dart Graphics. גראדע מאכט ער שיין. דוכט זיך מיר אז ער פלעגט אויסשטעלן די "צייטשריפט" ע"ה.

Dart Design

יא, ער פלעגט אויסשטעלן די צייטשריפט.

אוי האבן מיר פארלוירן א גוטער אויסגאבע מיט רייכע מאטעריאל.

א שאד. א שאד.

זעט אויס אז דער עולם איז יא צופרידן פון וואס די צייטונגען שטעלן זיין צו...
זונטאג מערץ 25, 2012 2:33 pm#2651
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
טרעפט די גרייזען (לשון רבים)
בילד
זונטאג מערץ 25, 2012 3:53 pm#2672
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
איך האב געטראפן איינס, ער שרייבט נישט פאפירענע גלאז
זונטאג מערץ 25, 2012 3:54 pm#2673
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
דער פערסטער עד איז ממש בזיונות. איך וואונדער מיך צי די הוט פירמע אדער דער גראפיק דעזיינער האט צוריקגעהערט וועגן דעם.
זונטאג מערץ 25, 2012 4:57 pm#2691
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
גדעון, ער וואלט געברויכט שרייבן "שוימענע ברילן".
זונטאג מערץ 25, 2012 5:02 pm#2694
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
א. צוטיילען. ער ברויך ווען שרייבן צו טיילען. צוטיילען בנשימה אחת מיינט צושפאלטן אין צוויי חלקים.
ב. אויסטוצטיילען. באשאפען א נייער ווארט.
זונטאג מערץ 25, 2012 5:34 pm#2701
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
"להחיות בם נפש כל.." עס איז נישטא אזא זאך צו לייגן נאר צוויי פינטעלעך.
צו טיילן, נישט "צוטיילן", וואס מיינט עפעס אנדערש
אומזיסט, אן דעם נ' אי"נמיטן
"פאר אומזיסט", דער "פאר" פעלט נישט אויס. ער האט מסתמא געטראכט אין ענגליש "FOR FREE"
"האבן", אנשטאט "האבען"
"איבערגעלאזט", אנשטאט "איבערגלאזט"
מעסעדזש", אנשטאט "מעסדזש"
"האפן", אנשטאט "האפען"
"אויסצוטיילן" אנשטאט "אויסטצוטיילן"
"קומענדיגע" אנשטאט "קומעדיגע"
און ס'דא נאך, נאר שוין מער דקדוק
זונטאג מערץ 25, 2012 6:04 pm#2704
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
Dart Graphics


לדעתי איז דאס אן עולה צו באוואשן יענעם ביים נאמען, ספעציעל דא אין אזא אינטעלעגענטער מקום. דאס קען וויי טוהן יענעם און עם מאכן שאדן. איף עניטינג, איז אט דאס זיכער נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.
זונטאג מערץ 25, 2012 6:34 pm#2710
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
רואיק האט געשריבן:
Dart Graphics


לדעתי איז דאס אן עולה צו באוואשן יענעם ביים נאמען, ספעציעל דא אין אזא אינטעלעגענטער מקום. דאס קען וויי טוהן יענעם און עם מאכן שאדן. איף עניטינג, איז אט דאס זיכער נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.

איך האלט נישט אזוי. יעדער קען מען א מיסטעיק. אדרבא, זיי וועלן עס אפרישיעיטען. דאס אז מ'זאגט ווי מ'קען פארעכטן.
זונטאג מערץ 25, 2012 6:44 pm#2714
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
חד גדיא האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
Dart Graphics


לדעתי איז דאס אן עולה צו באוואשן יענעם ביים נאמען, ספעציעל דא אין אזא אינטעלעגענטער מקום. דאס קען וויי טוהן יענעם און עם מאכן שאדן. איף עניטינג, איז אט דאס זיכער נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.

איך האלט נישט אזוי. יעדער קען מען א מיסטעיק. אדרבא, זיי וועלן עס אפרישיעיטען. דאס אז מ'זאגט ווי מ'קען פארעכטן.


טאקע אזוי? אפשר זאלן מיר ארויפלייגן דא דיינע מיסטעיקס ללעג ולקלס כדי זאלסט ״קענען פארעכטן״.
מיטוואך מערץ 28, 2012 8:10 pm#3373
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
קארל האט געשריבן:"טראגט נאר די וועלט-באנייטע פערסטער היטן"!


נאך א גרייז פונעם זעלבן עד.

בילד
פרייטאג מערץ 30, 2012 12:26 pm#3598
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
ג
פרייטאג מערץ 30, 2012 12:29 pm#3599
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
שרגא האט געשריבן:ווער איז וויליג איבערשרייבן אָן קיין טעותים דעם שטיקל עד:
עד G&G

דו האסט געגעבן א לינק צו דיין גי-מעיל עטעטשמענט, חוץ אויב דו געבסט אונז דיין יוזער נעים און פעסווארט וועלן מיר נישט קענען זען דעם לינק.
פרייטאג מערץ 30, 2012 12:31 pm#3600
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:ווער איז וויליג איבערשרייבן אָן קיין טעותים דעם שטיקל עד:
עד G&G

דו האסט געגעבן א לינק צו דיין גי-מעיל עטעטשמענט, חוץ אויב דו געבסט אונז דיין יוזער נעים און פעסווארט וועלן מיר נישט קענען זען דעם לינק.


וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?
פרייטאג מערץ 30, 2012 6:37 pm#3627
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
שרגא האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?

l viewtopic.php?f=12&t=304 l
זונטאג אפריל 01, 2012 11:03 pm#3722
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
איך האב היינט געזען אן אדווערטייזמענט אז איינער וויל פארקויפן זיין "טשייניק קלאזעט". אבער אפילו דאס איז נישט רעכט ארויסגעקומען און עס איז געשטאנען דארט "טיישניק קלאזעט".
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:38 am#3865
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
ווער איז וויליג איבערשרייבן דעם שטיקל אָן די טעותים:
888.jpg
888.jpg (48.27 KiB) געזען געווארן 5952 מאל


עס קומט פון דעם עד, גראדע שיין. איך גלייך זייער S&S, נאר אביסל אידיש דארף ער זיך וויכטיג צולערנען:
דינסטאג אפריל 03, 2012 1:18 am#3867
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
שרגא האט געשריבן:ווער איז וויליג איבערשרייבן דעם שטיקל אָן די טעותים:
888.jpg


עס קומט פון דעם עד, גראדע שיין. איך גלייך זייער S&S, נאר אביסל אידיש דארף ער זיך וויכטיג צולערנען:

טאקע ערנסטע בזיונות, ובפרט אז דזשי ענד דזשי האט אין לעצטע יארן געטוישט פון זייערע היימישע סטיל עדס צו מער קלאסישע. אזא פאראגראף איז ווייט פון קלאסיש. אינטערעסאנט אז דער טאלאנטפולער עס ענד עס גראפיקער האט זיך נאך נישט אויסגעלערנט אין לויף פון די יארן אז ער דארף א מגיה.
דינסטאג אפריל 03, 2012 9:54 am#3876
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
דער גראפיקער צאלט מען פאר מאכן גראפיקס, און נישט פאר רעדאגירן.

די טעותים קען מען נישט בלעמען עס ענד עס (ראק מידיא), עס איז אויסדרוקליך דזשי ענד דזשי'ס שולד.
דינסטאג אפריל 03, 2012 10:03 am#3877
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
שמואל הלוי האט געשריבן:דער גראפיקער צאלט מען פאר מאכן גראפיקס, און נישט פאר רעדאגירן.

די טעותים קען מען נישט בלעמען עס ענד עס (ראק מידיא), עס איז אויסדרוקליך דזשי ענד דזשי'ס שולד.

עס איז זיכער יא דער שולד פון דעם גראפיקער און נאך מער אויב עס איז געמאכט געווארן דורך א מארקעטינג פירמע. דזשי ענד דזשי דארף נישט פארשטיין צו מארקעטינג און וויסן אז אזעלכע גראבע גרייזן קענען זיין פאטאל פאר דעם אימעדזש פון דער פירמע. א מארקעטינג פירמע דארף דאס יא וויסן; און זיי דארפן זען צוצושטעלן אן עד וואס לייגט די פירמע אין א פאזיטיוון ליכט.
דינסטאג יולי 10, 2012 9:40 pm#23142
א גוטער ביישפיל ווי ספעל-טשעק העלפט נישט אייביג די אומוויסנדע. אט באקום איך פריער א טעקסט:

i’m waiting to personally greed u tonight at the very important T-party
דינסטאג יולי 10, 2012 9:43 pm#23144
שרגא האט געשריבן:א גוטער ביישפיל ווי ספעל-טשעק העלפט נישט אייביג די אומוויסנדע. אט באקום איך פריער א טעקסט:

i’m waiting to personally greed u tonight at the very important T-party

איך האף אז ער איז נישט צו greedy.
דינסטאג יולי 10, 2012 11:09 pm#23201
אינטערעסאנט אז ספעל טשעק האט נישט איינגעטוישט T-party צו T-mobile
דינסטאג יולי 10, 2012 11:13 pm#23204
ברוין האט געשריבן:אינטערעסאנט אז ספעל טשעק האט נישט איינגעטוישט T-party צו T-mobile

ווייל ס'מיינט אז ער רעדט פון די טי-פארטי מאוומענט...
מיטוואך יולי 11, 2012 12:50 pm#23355
ראַק מידיא האט געמאכט א שיינע רעקלאמע פאר דזשי-ענד-דזשי, אבער גיי פארשטיי פארוואס ער נעמט נישט די מי צו זען אז זיין שלעכטער אויסלייג זאל נישט פאר'הרג'ענען דעם אָדערווייז שיינעם עד.
איר זעט דא 9 ווערטער אין אידיש, פון וועלכע 5 זענען שלעכט געשריבן.
פאר מער פרטים זעהט (צ"ל: זעט) אונזער (צ"ל: אונזערע) עד'ס (צ"ל: עדס, אדער בעסער: אנאנסן) און (צ"ל: אין) די פעיפערס (?!).
מיטוואך יולי 11, 2012 1:49 pm#23376
"זעהט" און "עד'ס" קען מען זיך נאך דינגען צו ס'איז א טעות צו נישט [אגב לשיטתו אז מ'שרייבט עד'ס מיט א שטרעכל וואלט ער געדארפט מאכן א שטרעכל אויך ביי פעיפער'ס], אבער "אונזער" ווי אויך די ווארט "און" איז לכו"ע אפענע פרעכע טעותים.
מיטוואך יולי 11, 2012 2:23 pm#23388
שמואל הלוי האט געשריבן:"זעהט" און "עד'ס" קען מען זיך נאך דינגען צו ס'איז א טעות צו נישט [אגב לשיטתו אז מ'שרייבט עד'ס מיט א שטרעכל וואלט ער געדארפט מאכן א שטרעכל אויך ביי פעיפער'ס], אבער "אונזער" ווי אויך די ווארט "און" איז לכו"ע אפענע פרעכע טעותים.

בלית ברירה וואלט איך אפשר מוותר געווען אויף "זעהט" - אבער "עד'ס"?! אויף דעם איז נישט דא קיין צוויי דעות. א שטרעכל קומט בלויז ביי "פאסעסיוו" (דאס הייסט ווען מ'זאגט אז עפעס איז יענעמ'ס), און נישט ביי לשון רבים.
אגב, אין מיינע אויגן זענען די אלע גראמאטישע טעותים נישט אזוי טפשות'דיג ווי "פעיפערס". עך.
מיטוואך יולי 11, 2012 3:18 pm#23403
יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:"זעהט" און "עד'ס" קען מען זיך נאך דינגען צו ס'איז א טעות צו נישט [אגב לשיטתו אז מ'שרייבט עד'ס מיט א שטרעכל וואלט ער געדארפט מאכן א שטרעכל אויך ביי פעיפער'ס], אבער "אונזער" ווי אויך די ווארט "און" איז לכו"ע אפענע פרעכע טעותים.

בלית ברירה וואלט איך אפשר מוותר געווען אויף "זעהט" - אבער "עד'ס"?! אויף דעם איז נישט דא קיין צוויי דעות. א שטרעכל קומט בלויז ביי "פאסעסיוו" (דאס הייסט ווען מ'זאגט אז עפעס איז יענעמ'ס), און נישט ביי לשון רבים.

נו אז יאנקל זאגט אזוי בין איך פולקאם מבטל דעתי מפני דעתך.
מיטוואך יולי 11, 2012 4:12 pm#23439
שרגא האט געשריבן:א גוטער ביישפיל ווי ספעל-טשעק העלפט נישט אייביג די אומוויסנדע. אט באקום איך פריער א טעקסט:

i’m waiting to personally greed u tonight at the very important T-party


יעצט א גוטער ביישפיל ווען ספעל-טשעק וואלט יא געהאלפן:
i have jost english
halp me
דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:22 am#23671
שרגא האט געשריבן:יעצט א גוטער ביישפיל ווען ספעל-טשעק וואלט יא געהאלפן:
i have jost english
halp me

א ביטערע געלעכטער.
דינסטאג יולי 17, 2012 6:17 pm#25195
א קלאסיפייד עד אין איינע פון די אויסגאבעס
דינסטאג יולי 17, 2012 6:21 pm#25199
אויבן איז אויך א גרייז "פארן חשובע ציבור"
מיטוואך יולי 18, 2012 1:29 pm#25682
שמיטה האט געשריבן:א קלאסיפייד עד אין איינע פון די אויסגאבעס


רחמנא ליצלן. מ'דארף קריעה-רייסן אויף דעם.
פרייטאג יולי 20, 2012 9:33 am#26568
ר' שמשון מאוסטראפאלע מחבר ספר ישמח משה???? :roll:
פרייטאג יולי 20, 2012 9:39 am#26571
אמעראצעס? א פשוט'ע טעות
אבער דאך אינטערעסאנט
דינסטאג יולי 24, 2012 10:36 pm#28236
מיט ראמני'ס קאמפיין ספעלינג גרייז
איידער מ'יאגט זיך צו צעלייגן די אידישע אמעראצעס פון חסידים - וואס אגב זעט מען מער גרייזן ביי די אידישע ווערטער אין די עד'ס ווי ביי די ענגלישע (וואס ווייזט די גרינגשעצונג צו אידיש ביי די אדווערטייזמענט פירמעס) לאמיר א קוק טאן וויאזוי ראמני'ס קאמפיין האט געספעלט די ווארט אמעריקע, אדער האט געגעבן די געלענגהייט צו "אריינכאפן א שפיץ"... אט קוקט:
דינסטאג יולי 24, 2012 10:52 pm#28245
קאנצעפט האט געשריבן:איידער מ'יאגט זיך צו צעלייגן די אידישע אמעראצעס פון חסידים - וואס אגב זעט מען מער גרייזן ביי די אידישע ווערטער אין די עד'ס ווי ביי די ענגלישע (וואס ווייזט די גרינגשעצונג צו אידיש ביי די אדווערטייזמענט פירמעס) לאמיר א קוק טאן וויאזוי ראמני'ס קאמפיין האט געספעלט די ווארט אמעריקע, אדער האט געגעבן די געלענגהייט צו "אריינכאפן א שפיץ"... אט קוקט:

l viewtopic.php?p=15239#p15239 l
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 4:51 pm#33028
געזוכט א דעליווערי מאן
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:28 pm#33038
Delviry איז א פשוטע טייפא (typo) אבער די עד לאט זיך וואויל גיין מיט די קעפיטיליזעישען, Fish, Store, קומט נישט קעפיטאל, חוץ אויב די געשעפט הייסט "Local Fish Store", און Please, Call קומט אויך נישט קעפיטאל, Delviry man קומט אדער ביידע קעפיטאל אדער ביידע נישט.
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:35 pm#33039
געפילטע פיש האט געשריבן:Delviry man קומט אדער ביידע קעפיטאל אדער ביידע נישט.

לכאורה ביידע נישט
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:36 pm#33041
געפילטע פיש האט געשריבן:Delviry איז א פשוטע טייפא (typo)


א פשוט'ע טייפא?
נח מיט זיבן גרייזן איז אויך א טייפא? אדער 7 טייפאס?
דו כאפסט וויפיל מיסטעיקס איז דא אין דעם ווארט?

די i איז נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, און עס פעלט א e שפעטער.

דעם ווארט WORKER וואלט איך אויך ארויסגענומען
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:45 pm#33042
לכאורה זיכט ער א אמיגא וואס רעדט אט אזא ענגליש.
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:55 pm#33047
שמיטה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:Delviry man קומט אדער ביידע קעפיטאל אדער ביידע נישט.

לכאורה ביידע נישט

א דזשאב טייטעל קען מען קאפיטיליזרן, אבער איך מיין אז דאס איז דוקא ביי א פרעסטיזפולע דזשאב, נישט ביי א דעליווערי מאן.
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 6:11 pm#33059
געפילטע פיש האט געשריבן:א דזשאב טייטעל קען מען קאפיטיליזרן, אבער איך מיין אז דאס איז דוקא ביי א פרעסטיזפולע דזשאב, נישט ביי א דעליווערי מאן.

One mans trash is the other mans gold.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:51 pm#38841
שרגא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אגב, ס'שטותים. עס איז דא "כשר'ע" ווינדלען פון א גויאשיע קאמפאני (דאס הייסט אז עס פארמאכט זיך מיט כמו-וועלקרא נישט מיט קלעב) שוין א לאנגע צייט.


פאר נייגעריגקייט, וועלכע גויאישע קאמפאני האט וועלקרא?

יעצט האב איך געזען אז איינער האט געפאוסט איבער דעם ליגנט.