Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » קאווע שטיבל • אמעראצעס אין אידישע עדס

קאווע שטיבל • אמעראצעס אין אידישע עדס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
150 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 215 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #179
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:18 am#182000
דיין תשובה איז מרומז אין מיין תגובה בעפאר ודו"ק.
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:45 am#182015
טשוכעפאכע האט געשריבן:עם הארצות אין אידישע עדה'ס"

וואס מיינסטו מיט "עדה'ס"?

אז מען רעדט שוין, ווען שרייבט מען "פיל" און ווען "פול"?
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 12:18 pm#182020
פיל = אסאך = lots of
פול - אנגעפולט = full
מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:46 pm#182668
אינעם היינטיגן לוח הציבור קריגט א איד דעם טיטול באגאפטע רעדנער, צו ווייס איך פשוט נישט פון אזא ווארט אדער איז עס א נייע תרומה פון לוח הציבור צום אידישן לעקסיקאן?
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:55 am#183446
כ'האב ערשט געלייגט דאס בילד אין דעם אשכול, איצט האב איך באמערקט אז ס'באלאנגט דא אויך.
זעהט אויס אז דער גראפיקער האט אין זיין לעבן נישט געדאווענט (אלוקינו ה'...)
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:41 am#183457
אזא פנים בערך האט די גאנצע מלחמה קעגן דעם..
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:11 pm#183603
אפשר א Freudian slip מקדים צו זיין רוגז לרחמים?
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:44 pm#183672
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר א Freudian slip מקדים צו זיין רוגז לרחמים?

געטראכט גענוי ..
מאנטאג אפריל 07, 2014 11:08 am#195030
פלאם
מיטוואך מאי 07, 2014 7:19 pm#199490
/
דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:57 am#200630
.
מאנטאג יוני 09, 2014 4:34 pm#205054
.
דינסטאג יוני 10, 2014 1:16 pm#205191
תחונה-צו-מאכן
דינסטאג יוני 10, 2014 8:32 pm#205383
"צוזאמען מיט די הויכראנקיגע פאליציי דעפארטמענט."
וואו קומט דא אריין די ווארט?
דינסטאג יוני 10, 2014 8:57 pm#205387
אפטעמיסט האט געשריבן:"צוזאמען מיט די הויכראנקיגע פאליציי דעפארטמענט."

אוי וויי!! דו ביסט אויך אריינגעפאלן אינעם אמעראצעס זעקל הויכראנקיגע "הויכראנגיקע" איז די ריכטיגע ספעלינ"ג
מיטוואך יוני 18, 2014 5:41 pm#206778
מיטוואך יוני 18, 2014 7:19 pm#206820
ונבנתה העיר האט געשריבן:השומר אחי אנכי?

נישט אמעראצעס! פלעין טיפשותדיג, א פסוק וואס האט נישט קיין שייכות כי הוא זה.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:15 am#222044
Whose vote are they planning to block?!
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:22 am#222048
פאריגע וואך האב איך געטראפן אויף די וויליאמסבורגע גאסן די "שאפערס רוט" פון פרשת שופתים...
איינער האט א בילד דערפון? ביטע ארויפלייגן
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:32 am#222055
Here you go.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:44 am#222068
די צייטונגען ליידן לעצטנס אויף דיסלעקציע, זיי לאזן נישט נאך מיט ר' יוסף "ראקסין", ר' יוסף ראקסין איז נאכנישט געבוירן געווארן, "ראסקין" יא, ראסקין איז א פאפולערע ליובאוויטשער משפחה..
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:23 pm#222100
אבי געשאסן.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:13 pm#222114
huh??
ווי האט מען דא געשאסן? :P
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:23 pm#222116
תרתי משמע.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:35 pm#222148
איך אויך האט געשריבן:אבי געשאסן.


געשאסן וועמען? מר. ראסקין אדער ראקסין?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:12 pm#222190
ראקסין.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:07 pm#222215
כ'אב געמאכט א ריווערס לאק אפ, נישטא אזא נאמען אין קראון הייטס ראקסין, ס'איז דא צוויי מענטשען געליסטעד מיט די נאמען יוסף ראסקין, סאו קפנדרי איז גערעכט מיט זיין קאמענט, כ'ווייס אבער נישט אויב דאס הייסט טאקע דיסלעקציע
:roll:
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:13 pm#222217
נעקסטע מאל זיי נישט פענסי און שיק א פשוטע הזכרה צו גוגל און וועסט טרעפן צענדליגע נייעס זייטלעך וואס ריפארטן אז רעביי יוסף ראקסין איז געשאסן געווארן.
און אפילו אויב דו וועסט דיך איינעקשנען צו שרייבן רעביי יוסף ראסקין געשאסן וועט גוגל מדעת עצמו דיר פרעגן אויב דו מיינסט געוויס רעביי יוסף ראקסין געשאסן.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:29 pm#224521
/
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:46 pm#224540
דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:46 am#233250
איך אויך האט געשריבן:נעקסטע מאל זיי נישט פענסי און שיק א פשוטע הזכרה צו גוגל און וועסט טרעפן צענדליגע נייעס זייטלעך וואס ריפארטן אז רעביי יוסף ראקסין איז געשאסן געווארן.
און אפילו אויב דו וועסט דיך איינעקשנען צו שרייבן רעביי יוסף ראסקין געשאסן וועט גוגל מדעת עצמו דיר פרעגן אויב דו מיינסט געוויס רעביי יוסף ראקסין געשאסן.

דער הסבר קען זיין אין דעם פאקט אז דער ערשטער/די ערשטע רעפארטער/רעפארטערין איז געווען אן אפריקאנער-אמעריקנער. און זיי זענען באוואוסט צו איבערדרייען דעם סדר פון אותיות אין א ווארט. למשל: די ווארט "עסק", פרעיגן, אין ענגליש. זאגן זיי ארויס "עקס"...ממילא קען זיין אז דער ערשטער רעפארטער האט געוואלט זאן "ראסקין" האט ער/זי געזאגט "ראקסין". ווייל, כדאמרן: אין קרוינהייטס איז פאראן א פראמינענטע משפחה מיט'ן נאמען "ראסקין" נישט "ראקסין"...!
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:52 am#237797
פון וואס האט ער געטראכט?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:56 am#237798
דאס איז א רבי
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:31 am#251862
:lol:
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:34 am#251871
:lol: :lol:
מסתמא דער אויטא-קאררעקט...

עס איז א פאסיגער סעט מיט דעם:
l viewtopic.php?p=153291#p153291 l
מוצ"ש פעברואר 07, 2015 8:51 pm#252210
ווי אזוי זאגט מען שמיטה און און ערלה אין ענגליש?
זונטאג פעברואר 08, 2015 12:39 am#252226
שוין ווידער שטייט דער פארדארבענער וואטערמארק אין וועג. ותהי קולי כקול קורא במדבר.
זונטאג אפריל 05, 2015 10:58 pm#264204
מיום עמדי על דעתי געדענק איך די נישט גוטע ספעלינג פון די מהדרין און JJ מילכיגס שאכטלעך.
פארוואס?
פונקט, יעצט זע איך ווידער אויפן שאכטל, ''חלכ ישראל''.
וואס מיינט דאס, זיי קענען נישט באווארענען צו לייגן נארמאלע ספעלינג פאר מ'פרינט עס?
אלץ מוז זיין עפעס מאדנע. הרכ מוואלאכע חלכ ישדאל
מאנטאג אפריל 18, 2016 7:14 pm#329833
Re: אמעראצעס אין אידישע עדס
בילד

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:16 pm#437236
IMG_20191010_131252_307.jpg


איינער קען דאס ביטע צושיקן פאר די ארויסגעבער פון "א בליק"?
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 1:49 pm#437237
נישט עק וועלט. סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש נעמט זיך לכאורה דאס ווארט פונעם קלינגענדיגע "באמבע", בעת ווען אין ענגליש איז דער אויסדרוק טייטש בלויז דעם קלינג און נישט דעם באמבע, איז דאכצעך אין אידיש - עכ"פ אינעם היימישן - די כוונה אזויווי "באמבעדיג" ד.ה. דעם גאנצע באמבע.


א פארקערטע משל איז gut feeling אויף ענגליש וואס באדייט אן ערנסטע "לבי אומר לי" כאטשיג אומראציאנאל, בעת ווען אויף אידיש מיינט "בויך סברא" א נארישקייט.
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 2:03 pm#437239
ווען מ'זאגט אז "טראמפ האט דערקלערט א באמבאסטישע סטעיטמענט", מיינט מען געווענליך צוזאגן אז ער האט געזאגט "א לופטיגע סטעיטמענט", אפשר מאך איך א טעות?
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 2:20 pm#437241
ווענדט זיך וואס דער זאגער האלט פון טראמפ... למשל אויב @קאך לעפל זאגט עס קענסטו זיין זיכער אז ער מיינט נישט אזוי...
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:34 pm#437261
ריכטיג האט געשריבן:א פארקערטע משל איז gut feeling אויף ענגליש וואס באדייט אן ערנסטע "לבי אומר לי" כאטשיג אומראציאנאל, בעת ווען אויף אידיש מיינט "בויך סברא" א נארישקייט.


דארט איז די נישט איינשטימיגע טייטש מחמת סיבה אחרת.

Feeling איז הרגש, סברה איז שכל. אז די הרגש קומט פון די גוף'ס געפול איז עס אזוי ווי מ'זאגט butterflies in the stomach אדער chills. משא"כ, א שכל וואס קומט פון בויך, לעומת די מוח, איז אזוי ווי מ'זאגט "ווי זיין שכל ליגט, דארט זיצט ער..."
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:55 pm#437274
ריכטיג האט געשריבן:נישט עק וועלט. סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש נעמט זיך לכאורה דאס ווארט פונעם קלינגענדיגע "באמבע", בעת ווען אין ענגליש איז דער אויסדרוק טייטש בלויז דעם קלינג און נישט דעם באמבע, איז דאכצעך אין אידיש - עכ"פ אינעם היימישן - די כוונה אזויווי "באמבעדיג" ד.ה. דעם גאנצע באמבע.

עק וועלט נישט; אבער יא נאריש אין אמעראציש. ס'איז נישט אמת אז באמבאסטיש האט אין אידיש אן אנדערן באדייט ווי אין ענגליש, אפשר חוץ אין דעם אידיש וואו אן ערוואקסענער מאן ווערט גערופן "א טאטע." אז דו וועסט מיר טרעפן א פראפעסיאנאלן אידישן שרייבער, קען זיין א היימישער אדער א יידישיסט, וואס נוצט "באמבאסטיש" אלס א סינאנים פאר "געוואלדיג, מעכטיג" וועל איך מודה זיין אז כ'בין נישט גערעכט.

די עטימאלאגיע פונעם ווארט האט גארנישט מיט באמבע, נאר קומט פון "באמבאסט" וואס האט געמיינט מוכין וואס מ'נוצט אנצושטאפן עפעס, stuffing. והיינו, באמבאסטיש – אויפגעבלאזענע איבערגעטריבענע רייד.
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:41 am#437276
/
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 12:43 am#437277
"גראנדיעז" איז א ווארט וואס קען גענוצט ווערן סיי פאר עפעס וואס איז גרויס און מעכטיג, און סיי פאר געמאכטע און אויפגעבלאזענע מעכטיגקייט. דערפאר זענען סיי באמבאסטיש און סיי געוואלדיג אירע סינאנימען. אבער געוואלדיג איז נישט קיין סינאנים פאר באמבאסטיש.
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:51 am#437285
ראובן האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן: אז דו וועסט מיר טרעפן א פראפעסיאנאלן אידישן שרייבער, קען זיין א היימישער אדער א יידישיסט, וואס נוצט "באמבאסטיש" אלס א סינאנים פאר "געוואלדיג, מעכטיג" וועל איך מודה זיין אז כ'בין נישט גערעכט.
.

@רויטע וואנצעס איז דוכט זיך א פראפעסיאנאלע שרייבער
w www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=294051#p294051 w

(הגם זיין כוונה אינעם תגובה איז אפשר נישט אזוי קלאר, אבער אין קאנטעקסט פון זיינע אנדערע תגובות דארט אינעם אשכול קוקט אויס אז ער האט געמיינט דעם אמעראצישן פשט)
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 8:56 am#437290
מיין טייערער פריינט ATUB @רויטע וואנצעס ATUB איז א גאר גוטער שרייבער, מיט א באזונדערן חוש אויסצודרוקן אריגינעלע פאעטישע געדאנקען, אבער כ'גלייב נישט אז ער האלט זיך פאר א מומחה אויף דעם גראמאטיק און באנוץ פון דער אידישער שפראך.

א ראי' קעגן מיר וועט זיין אויב א פראפעסיאנעלער שרייבער ווי פינחס גלויבער אדער שמעון ראלניצקי, אדער א שרייבער אין "מעלות", זאל זיך באנוצן מיט "באמבאסטיש" אין אן ארטיקל אינעם זין פון גרויס און מעכטיג.
פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:46 am#437296
אין 2015 איז רויטע וואנצעס נאכנישט געווען אזא גוטע שרייבער ווי היינט... :lol: