פארומס › באגריסונגען

באגריסונגען

512 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:11 pm#44089
שלום צו דיר, עטץ האט'ס אויך "טיי"?
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:12 pm#44090
אלזא
שלום צו דיר עטץ האט'ס אויך "טיי?

וועלמיר פרובירן דיך צופרידן צו שטעלן, מאכט אייך באקוועם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 3:18 pm#44093
אלזא
שלום צו דיר, עטץ האט'ס אויך "טיי"?


נאך נישט, ס'איז אויף ארדער, און די שיפמענט איז אויף בעק-ארדער.
בקרוב אי"ה ערווארטן מיר דעם גאנצן שיפמענט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 4:53 pm#44138
שלום עטץ האטס אויך ,טיי,? 😉
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 5:03 pm#44141
אלזא
שלום עטץ האטס אויך ,טיי,? 😉

דו האסט פארגעסען? מ'האט דיך שוין גענפערט
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:18 pm#44254
שלום עליכם איך מיין איך האב געטראפן מיין היים סאיז היימיש אין אויך אביסל אופענמיינדעד וואס סוואלט נישט שלעכט געווען איז א אשכול פין ספארטס אפשר
דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 10:28 pm#44260
העי נאו
שלום עליכם איך מיין איך האב געטראפן מיין היים סאיז היימיש אין אויף אביסל אופענמיינדעד וואס ס'וואלט נישט שלעכט געווען איז א אשכול פין ספארטס אפשר

איטס א פרי קאנטרי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:16 pm#47422
מער ווי איינער וואס איז אריין געקומען דא האט געפרעגט קאווע איז דא אבער ריבונו של עולם ווי איז די צוקער??? רבותי איש בשורה אנכי אונז האבען שוין צוקער אויך דא
וועלכאם עבארד מר' צוקער מאכט אייך באקוועים
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:18 pm#47425
איך בין זייער נישט באקוועם דא, אבער וויסנדיג אז איך וועל זיין די צוקער זיס צומאכן דעם עולם בין איך אביסל באקוועמער...
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:19 pm#47428
נישט באקוועם??? פארוואס?? די קאווע איז צו הייס צו קאלט???
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:21 pm#47431
קאווע: צו זויער, וואסער: צולאזט מיך, מילך: מאכט מילכיג, כ'ווייס נישט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:22 pm#47432
טאקע א פראבלעים רבותי קומטס העלפען מר' צוקער נעמטס אים אויף און פראבורט אים צו באקוועים מאכען
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:23 pm#47434
לעמיל
טאקע א פראבלעים רבותי קומטס העלפען מר' צוקער נעמטס אים אויף און פראבורט אים צו באקוועים מאכען

ש'כח, לעמילע! ביזט דאך אזא צדיק!
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:26 pm#47436
צוקער
לעמיל
טאקע א פראבלעים רבותי קומטס העלפען מר' צוקער נעמטס אים אויף און פראבורט אים צו באקוועים מאכען

ש'כח, לעמילע! ביזט דאך אזא צדיק!

איך אייביג געוועין וועל אייביג זיין
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:27 pm#47437
לעמיל
צוקער
לעמיל
טאקע א פראבלעים רבותי קומטס העלפען מר' צוקער נעמטס אים אויף און פראבורט אים צו באקוועים מאכען

ש'כח, לעמילע! ביזט דאך אזא צדיק!

איך אייביג געוועין וועל אייביג זיין

על כל פנים, האף אזוי!
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:37 pm#47445
איך וועל גיין קעגן מיין פאליסי און באגריסטן צוקער נ"י. פליז פיהל דיך באקוועם
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:40 pm#47450
זר זהב
איך וועל גיין קעגן מיין פאליסי און באגריסטן צוקער נ"י. פליז פיהל דיך באקוועם

וואס איז דיין פאלסי? אז דו האסט נישט קיין פאליסי??
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:47 pm#47457
נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:48 pm#47458
8 פון 10 איך מיין ביסט אביסעל מגזים
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:49 pm#47459
איך ווייס נישט. א נומער ארויף אדער אראפ מאכט נישט אויס. איים פעד אפ
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:51 pm#47461
וואס איז די חשבון פון האבען אפאר ניקים??? עס איז בעסער פאר פ.ס.?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:53 pm#47462
איך ווייס פארוואס ס'בעסער, איך האלט אבער אז ס'נישט האנעסט, און א בלאג טאר נישט ראנען אזוי!
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:54 pm#47463
לעמיל
וואס איז די חשבון פון האבען אפאר ניקים??? עס איז בעסער פאר פ.ס.?

אזוי קען מען זיך אליינס לייקן
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:55 pm#47464
קאווע טרינקער
לעמיל
וואס איז די חשבון פון האבען אפאר ניקים??? עס איז בעסער פאר פ.ס.?

אזוי קען מען זיך אליינס לייקן

דאס איז מיך נישט איינגעפאלען, יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי חברה האבען אזויפיל לייקס
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:58 pm#47466
איך האב אויך נישט דאס געהאט אין מיינד. אסאך האבן פשוט ליב צו פירן אנדערע ביי די נאז, אדער ווילן זיי נישט שרייבן פאליטיק מיט זייערע פרעסטידזשפולע ניק... און נאך און נאך
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:06 pm#47471
זר זהב
נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

לויט די חשבון, שמיעסט דער עולם און פירן דעבאטעס צווישן זיך אליינס
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:07 pm#47474
מ'רעדט נישט צו זיך אליינס. אויב 2 אירע למשל האבן 2 ניקים קענען זיי שמועסן צוזאמען מיט'ן אנדערן ניק
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:32 pm#47492
טראכט
זר זהב
נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

לויט די חשבון, שמיעסט דער עולם און פירן דעבאטעס צווישן זיך אליינס

גיט געזאגט טראכט 👍
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:33 pm#47495
טראכסט נישט גענוג גוט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:02 pm#47523
זר זהב
נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

דאס איז אינגאנצן מיין צווייטע.
פשוט, איך בין אינגאנצן נישט קיין פאליטיקער אדער וואס, מיט מיין ערשטע ניק שרייב איך נאר ערענסטע און לאנגע דרשות, דא ערלויב איך מיר אביסל צו וואוילגיין.[
סוכ"ס נעמט מיך קיינער נישט פאר קיין איידעם דא (האפענטליך) אז איך זאל מיך דארפן האלט אזוי נארמאל...
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:07 pm#47530
צוקער
סוכ"ס נעמט מיך קיינער נישט פאר קיין איידעם דא


און טאמער יא? עסטו סך הכל האבן א שווער מיט 10 ניקס, און ענק וועלן זיך פארשטיין ביים שבת טיש 😂 😂
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:09 pm#47533
צוקער
זר זהב
נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

דאס איז אינגאנצן מיין צווייטע.
פשוט, איך בין אינגאנצן נישט קיין פאליטיקער אדער וואס, מיט מיין ערשטע ניק שרייב איך נאר ערענסטע און לאנגע דרשות, דא ערלויב איך מיר אביסל צו וואוילגיין.[
סוכ"ס נעמט מיך קיינער נישט פאר קיין איידעם דא (האפענטליך) אז איך זאל מיך דארפן האלט אזוי נארמאל...

נו מודה ועוזב... ביסטע כאטש מודה אז איך דארף נישט באגריסן א תושב...???!!!
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:11 pm#47537
אבער אזוי ווי מיין רעבעס פלעגן זאגן נאכן מיך גוט צופאטשן און ארויסשיקן פון קלאסרום: "קינדער, יעדער זאל זאגן שלום עליכם פאר אונזער נייער צוקער'ל!"
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:18 pm#47542
יעצט זאג מיר די פסיכילאגיע וואס ליגט אונטער דעם. ווער זאגט אז דו קענסט נישט שרייבן סיי ערענסטע דרשות און סיי לייכטערע ווערטלעך
אונטער איין ניק???

דאס איז א סייקאלאדזשיקעל פראבלעם וואס איך האב שוין לאנג געוואלט אדרעסירן! דער עולם ווערט זייער אריינגעטון אינעם אייגענעם סייבער'ישן אימעדזש. ס'דאכט זיך אז יעדער ווייסט ווער ס'שטייט אונטערן ניק (לאו דוקא דעם עכטן נאמען ודו"ק) מ'ווערט אזוי אסאיעטעט מיט'ן אייגענעם זיך/ניק... איך קען נישט ממשיך זיין. -- איז דא א פסיכילאג דא אין הויז?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:20 pm#47544
כ'האב שוין געטראכט פון עפענען א פסיכאלאגישן אשכול דאהי.
אבער איך האלט נישט אזאיך טו אזא אומרעכט ווילאנג איך ווייס אז איך האלט מיך נארמאל.
פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:08 am#48940
יעדער גאסט באזונדער איז א אוצר פארן שטיבל, בפרט אז פון דיינע קורצע ווערטער זעהט מען שוין דיין שיינע שפראך און צווישן די שורות דברי חכמה, אלזא, נעשה ונשמע..!!
פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:30 am#48947
שלום עליכם מר סופר! ס'זעט אויס ווי ס'קומט גוטע נייעס...
דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:40 pm#53248
שלום עליכם פרומאק, זעה נאר צו בלייבען אזוי פרום בצאתו ווי ביי כניסתו.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:07 am#63596
איך אויך
שלום עליכם פרומאק, זעה נאר צו בלייבען אזוי פרום בצאתו ווי ביי כניסתו.


וכך הוה
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:25 pm#63964
קענסט עם?
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:44 am#64049
איך אויך
קענסט עם?


ניין, אבער איך קען זיין תגובות...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:52 pm#64591
שוין דא א וואך אפשר צוויי, אבער ענק אלע צו באגריסן האב איך נישט באוויזן, דא פיל איך בתוך עמי אני יושב, איך בין נאך איינער צווישן חשובערע פון
מיר, א ברייטן שלום עליכם, און א דאנק די וועטעראנען קאווע טרונקער, וואס האבן געמאכט די פלאץ אזוי שיין.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:34 pm#64828
נאך איינער
שוין דא א וואך אפשר צוויי, אבער ענק אלע צו באגריסן האב איך נישט באוויזן, דא פיל איך בתוך עמי אני יושב, איך בין נאך איינער צווישן חשובערע פון
מיר, א ברייטן שלום עליכם, און א דאנק די וועטעראנען קאווע טרונקער, וואס האבן געמאכט די פלאץ אזוי שיין.

איך נעם עס פערסענאל......
עליכם שלום, כשם שאני רוקד....
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:25 pm#64917
פארגעס נישט צו טשעקן די ציצית מר. קאוע טרינקער.
אגב וועלכע מין קאווע טרינקסטו? איך וויל זען אויב דו ביסט מיין גלאז טיי!.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:45 pm#64993
ברוכאבע פאטאקי08, נעמטייך שרייבן
דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:25 am#74250
שלום עליכם, עליכם שלום.
דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:53 am#74257
בדחן
שלום עליכם, עליכם שלום.

שלום עליכם!! א קנאקעדיגע נאמען האסטו זיך געגעבען, לאמיר האפען אז דו וועסט דא אסאך צולייגען!
איך זעה אז די האסט נאך איינגעשריבען פאריאר!
דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:48 am#74282
שלום עליכם. מען האט נארוואס פארענדיגט צו טאנצן.
די כלה ווערט געבעטן אריינצוקומען צום בענטשן.
און דער בדחן קען שוין אנהייבן!

נו, געגאנגען. שאמייאח טעסאמאח....
דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:48 am#74283
אפשר א מארשאליק.

שלום עליכם!
דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:58 pm#74328
[ציטאט אראפגענומען]


עטץ זענטץ פינעם אלטען דור וואס מיינט אז א בדחן איז איינער וואס קען גראמען אדער זאגען וויצען..
עס איז שוין שוין לאנג אנדערע צייטען, א בדחן היינט איז א אנדערע מעשה, חוץ פינקי און מרדכי דוד קען איף געציילטע גיטע בדחנים,