פארומס › באגריסונגען

באגריסונגען

512 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #18
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יוני 2, 2013 3:13 am#120240
ווייל איך האלט נישט אז די ציל פון שרייבן זאל זיין מהנה צו זיין דעם עולם, עז לאנג אז מ'צאלט מיר נישט בין איך דא פאר די אייגענע פלעזשור, און איך בין דא זיך אויסצולופטערן, זיך אדורכרעדן מיט חשובע חברים, און איינקויפן און פארקויפן אביסל מיינונגען והמסתעף, אז דער עולם האט הנאה איז הכל רעטעך, אבער אז דאס זאל זיין די ציל? ביזטו ווייטער צוריק צום אלטן echo chamber וואו יעדער זאגט וואס יעדער וויל הערן, און מ'פארלירט די גאנצע איינגארטיקייט. עכ"פ דאס איז מיין אפיניען, אזוי ווי א פי הטבעת, בין איך ענטייטעלד דערצו.
זונטאג יוני 2, 2013 3:20 am#120247
הונדערט פראצענט גערעכט!
אבער ווען איינער פרעגט דיר, איך בין נישט אזוי ווי דיר, איך וויל נישט שרייבן בלויז פארן אייגענעם פלעזשור, נאר כ'וויל יא שרייבן וואס דער עולם האט ליב, און ביטע העלף מיר ארויס, ווי אזוי ווייס איך וואס האט דער עולם ליב? דאן פארשטייסטו מיין תשובה זייער קלאר.
און אפילו דו פארשטייסט עס נישט, לאמיר עס לאזן ביי דעם בעפאר עס פלאקערט אויף א נייע סומאטאכע, ואת והב בסופה..
זונטאג יוני 2, 2013 3:36 am#120256
איי לאוו יו שמעקי, דאנט ווארי.
דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:01 am#122256
999 ניקס
דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:02 pm#122389
1000!!! מעמבערס
ב"ה מען האלט שוין ביי 1000 מעמבערס
דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:00 pm#122499
1000 ניקס נישט מעמבערס יחי ההבדל הקטן.
דאנערשטאג יוני 6, 2013 6:20 pm#122547
נו, מ'דאר מאכען עפעס א צערמאניע לכבוד די טויזענט!!
דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:01 pm#122600
וואס איז פשט??
וואס איז פשט פון די נייע ניק נאמען mr49er קען מיך איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט??
דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:38 pm#122613
וואס איז שווער צו פארשטיין?
דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:57 pm#122618
א אומפארטייש'יר, מר. ניין און פערציגער נישט אכט און נישט פינעף... שטימט?
דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:27 pm#122626
ס'מיינט "מר. א פרעמדער". ליין אין עגליש.
פרייטאג יוני 7, 2013 12:23 am#122680
משה געציל
א אומפארטייש'יר, מר. ניין און פערציגער נישט אכט און נישט פינעף... שטימט?

ניין, 49 באלאנגט פאר רמ"ד.
פרייטאג יוני 14, 2013 12:29 am#124907
א גוט יארע.
לא מאשקע אני ולא בן מאשקע, הגם איך רוף מיר "יין שרף" אבל לא כשאני נקרא אני נזכר, נאר א פשוטער איד'ל וואס האט נארוואס אריינגעבלאנזשעט אין קאווע שטוב. אזוי ווי איך בין אין א כולל נאכנישט געווען, ממילא האב איך נאכנישט 'דעוועלאפט' מיין 'טעיסט' פון קאווע, ממילא בלית ברירה האב איך אריין געוואנדערט און נאנסטן קרעטשמע פאר א גלעזל משקה.
א נייער בין איך נישט דא, אבער אלט אויך נישט ווייל כ'האב מיר נישט לאנג צוריק רעגיסטרירט, און כ'ווארט שוין אזוי לאנג מיט געגועים אז איינער זאל מיר זאגען 'העלא' אבער אין קאל ואין עונה, ממילא גר ותושב אנכי עמכם אם תרצו הריני כגר ואם לאו הריני תושב ואטלנה בחזקה וועל איך זיך מוזן פירן אזוי ווי די רבי ר' שמעלקא פון ניקלסבורג (נישט פון מאנסי) זיך אליין זאגן אלע שבחים און טיטלען, און זיך אליין אויפרופן יעעעעעעמוד הר"ר יין שרף חזק!
הגם איך בין נישט א שרייבער ולא קרוב לזה, העלעכמעך דאך אנשטרענגען אביסעלע און שרייבן פון מאל צו מאלצייט...
שכח! שכח יין שרף ביסט געוואלדיג! (?)
פרייטאג יוני 14, 2013 12:38 am#124910
ברוך הבא "יין שרף"!!!!!!!
פרייטאג יוני 14, 2013 12:54 am#124921
ברוך הבא, שפוך חמתך, שרפ'ל... לאמיר זעהן מה טיבך..
אגב: א שיינע פאסיגע אוואטער. איי לייק!
פרייטאג יוני 14, 2013 2:23 pm#125022
[ציטאט אראפגענומען]

נעה.. א עניו בין עך יא! נאר א שרייבער נישט...
פרייטאג יוני 14, 2013 4:26 pm#125050
סאשי פיש
וואס איז פשט פון די נייע ניק נאמען mr49er קען מיך איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט??

מסתם איז ער א fan (חסיד בלע״ז) פון די פוט באלל טיעם 49נערס
דינסטאג יוני 18, 2013 11:27 am#125786
פוטין האט געשיקט א שפיאן דא!
דינסטאג יוני 18, 2013 11:46 am#125799
שלום עליכם הרב סופר! איר זעט אויס קוואליטעט סחורה לאזט אייך הערן.
דינסטאג יוני 18, 2013 12:15 pm#125827
שלום עליכם, מאך זיך היימיש,
לאמיר זעהן, מיר דארפן באשליסן ווי אזוי מען גייט אייך אפיציעל רופן. תמליון שרייבט "סופר". קען מען דאס נוצן?
דינסטאג יוני 18, 2013 3:32 pm#125935
בן תמליון
שלום עליכם הרב סופר! איר זעט אויס קוואליטעט סחורה לאזט אייך הערן.

און ביטע טוישט צו עפעס נארמאלס.
דינסטאג יוני 18, 2013 6:04 pm#125996
שלום עליכם ערעב פראנקפורטער, אוואו טרעפט מען אזוינע בוכשטאבן?
מיטוואך יוני 19, 2013 2:16 am#126198
געפילטע פיש
שלום עליכם ערעב פראנקפורטער, אוואו טרעפט מען אזוינע בוכשטאבן?

איך מיין אז דאס איז האמארית וואס די יוצצי אתיופיה נוצען.
שלום עליכם -/+. סופר מאכט אייך באקוועם נעמט א טעפל קאווע און שרייב אויף אלע שפראכען אפילו אטיופיש..
מיטוואך יוני 26, 2013 3:04 pm#128212
וואס עפעס rel="noopener nofollow">גאנץ קלוג? דו ביסט זייער קלוג אז דו ביסט אהער געקומען
מיטוואך יוני 26, 2013 4:44 pm#128278
לעמיל
וואס עפעס rel="noopener nofollow">גאנץ קלוג? דו ביסט זייער קלוג אז דו ביסט אהער געקומען

סיג לחכמה שתיקה..
מיטוואך יוני 26, 2013 7:26 pm#128334
ייש"כ פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען, למעשה האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבען ביז איצט.

די נושאים וואס איך שרייב געווענליך זענען, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטען, היסטאריע, אינטרעסאנטע דרוקען וכדומה. וויל איך פרעגען דעם עולם ווי זאל איך אנהייבען? וואס אינטרעסירט דעם עולם דא?
מיטוואך יוני 26, 2013 7:34 pm#128339
דאקומענטען איז בעצם היסטאריע נאר געשריבענע אדער געדרוקטע פון כל מיני מקומות און קהילות.
מיטוואך יוני 26, 2013 8:19 pm#128349
יוסף שרייבער
ייש"כ פארען מיך אזוי שיין אויפנעמען, למעשה האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבען ביז איצט.

די נושאים וואס איך שרייב געווענליך זענען, תולדות רבנים וקהילות, חתימות והקדשות, דאקומענטען, היסטאריע, אינטרעסאנטע דרוקען וכדומה. וויל איך פרעגען דעם עולם ווי זאל איך אנהייבען? וואס אינטרעסירט דעם עולם דא?

היסטאריע איז זייער ברייט, זיי ביטע מגדיר וואס רופסטו היסטאריע?

פון אלע אנדערע זענען מיינע אינטערעסן אין דעם פאלגענדעם סדר: תולדות קהילות, דאקומענטן, אינטערעסאנטע דרוקן, תולדות רבנים, חתימות והקדשות.

כ'גלייב אויך אז איך וועל מער הנאה האבן אויב איר הייבט אן מיט נושאים/אישים/מקומות וועלכע זענען ברייטער באקאנט.
מיטוואך יוני 26, 2013 8:27 pm#128350
אלעס אבער בעיקר היסטאריע פון די לעצטע צוויי-דריי הונדערט יאר מיט א נייגונג צו אנגארען ותלמידי מרן החת"ס.

געווענליך פראביר איך צו שיינען א ליכט אויף די ווייניגער באקאנטע, ווייל אויף די באקאנטע איז דא גענוג וואס שרייבען, אבער אינו מוכרח.

אויב איינער דא האט ספרים מיט חתימות חותמות והקדשות אדער רבנישע בריווען וואלט איך זיך געפרייט ער זאל ארויפשטעלען און איך וועל פראבירען מפענח צו זיין.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:03 pm#128714
ס'איז צרות! 😠 😢

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/1335">memberlist.php?mode=viewprofile&u=1335</a><!-- l -->
מאנטאג יולי 1, 2013 11:21 am#129664
המממממ... שלו' עליכם rel="noopener nofollow">גלאטע בחור

מאנטאג יולי 1, 2013 11:29 am#129670
זר זהב
המממממ... שלו' עליכם rel="noopener nofollow">גלאטע בחור


כ'האב שוין געמיינט גאלאנטע בחור, עפעס א חאזער באחער נאך פונדערהיים אין גאלאנטע, נא שוין שלום עליכם בחור-חלק למהדרין, אסאך לאק!
דינסטאג יולי 2, 2013 6:50 pm#130231
ב"ה אונז האבען שוין א נאה דורש און אויך א rel="noopener nofollow">נאה מקיים וועלכאם עבארד
פרייטאג יולי 5, 2013 2:35 pm#131069
וואס איז פשט פון די נייע ניק @10952 וואס מיינט עס?
פרייטאג יולי 5, 2013 3:33 pm#131075
גמטרי״א 11211 אנעם כולל (בני תורה) עיין ערך מאנסי ווערט נייער ווילי
זונטאג יולי 7, 2013 9:24 pm#131249
שלו' עליכם טייערע אידן. איך האף זיך צו באקענען מיט ענק.
זונטאג יולי 7, 2013 9:26 pm#131251
עליכם השלום. סעים העיר
זונטאג יולי 7, 2013 10:08 pm#131261
פילון
שלו' עליכם טייערע אידן. איך האף זיך צו באקענען מיט ענק.

אפשר קונסטו מסביר זיין וואס עס מיינט דיין ניק נאמען @פילון ???
זונטאג יולי 7, 2013 10:11 pm#131264
עס איז א נאמען, גענוי ווי אנדערע נעמען.
זונטאג יולי 7, 2013 11:30 pm#131311
עליכם השלו' יאנקל. און ישר כוח זר זהב פאר'ן מיך ענטפאנגן ווארעם און סאשי פיש פאר'ן זיך פאראינטערעסירן.
זונטאג יולי 7, 2013 11:32 pm#131313
פילון
עס איז א נאמען, גענוי ווי אנדערע נעמען.

ס'דא "מדרש פילון".
דער אוצר הספרים אין ישיבה האט דאס נישט געהאט, אבער א דאנק הרב פינטער'ס שמות געשעפט בין איך געוואר געווארן פון פילון און זיין מדרש. עס איז צום האפן אז דער ניק פילון וועט אונז מהנה זיין.
זונטאג יולי 7, 2013 11:38 pm#131320
ישר כוח קאווע טרינקער פאר די אויפנאמע. איך ווייס נישט צו איך וועל קענען מהנה זיין ווי פילון זעלבסט, אבער א ייד דארף פרובירן!
זונטאג יולי 7, 2013 11:44 pm#131327
ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען מיטען גאנצען קנאק זעסטו אויס גוטע נייעס!!!!
מאנטאג יולי 8, 2013 6:36 am#131393
שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.
מאנטאג יולי 8, 2013 7:05 am#131396
זר זהב
עליכם השלום. סעים העיר
מאנטאג יולי 8, 2013 7:59 am#131398
עליכם השלום טייערער ר' יצחק, הכרת פנים ענתה אז מ'רעדט דא פון א בר הכי, יהא בואכם לברכה, גיסט אייך אן א גלעזעלע און לאזט אייך הערן.
ליידער האבן מיר נישט די דרייסטקייט ווי אייך ארויסצוקומען מיט'ן פולן פראכט, און מיר ווילן זיך יא באהאלטן אונטער אונטערשריפטן פון מאראנצןזאפט און תושבי העיר הכואבים. אין פאקט איז קאווע שטיבל געגרינדעט און באזירט אויף פרינציפן פון אנאנים און איסור גילוי, אפשר אז איר וועט זיך דא דרייען א שטיק צייט וועט איר אונז אביסל פארשטיין.
ברוכים הבאים בשם!
מאנטאג יולי 8, 2013 11:53 am#131430
שלום עליכם אלע טייערע און חשוב'ע ניקס, כל אחד בשמו או בניק הטוב יבורך.
בשמחה רבה וברגשי גיל וחדוה אנו מקדימים את האורחים החשובים, גר ותושב אתם עמנו, א גר יעצט, אבער א תושב בקרוב, האפענטליך וועט איר אונז אלע מהנה זיין מיט ענקער פעדער!
מאנטאג יולי 8, 2013 1:35 pm#131462
יצחק לאווי
שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט

איר ווערט שוין דערמאנט לטובה אין קאווע שטיבל דורך @אנאנים דא. נומער 6.
מאנטאג יולי 8, 2013 3:01 pm#131473
שלום עליכם ר' גלעקל.
קע"ה קאווע שטיבל איז פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד מאוד....
מאנטאג יולי 8, 2013 6:33 pm#131549
סאשי פיש
וואס איז פשט פון די נייע ניק @10952 וואס מיינט עס?


א דאנק פאר אייער אינטערעסע. איך מיין אז @moti107 האט שוין פארענטפערט די מיסטעריע...