Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אכשר דרא

קאווע שטיבל • אכשר דרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
357 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1782 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #180
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:09 am#1500
אכשר דרא
דא קען מען באריכטן די ענינים וואס מיר ווערן היינט בעסער.
פארוואס דערמאן איך זיך יעצט? פשוט ווייל איך זע יעצט אן עד פון "נייע כשר'ע דייפערס". און ער שרייבט קלאר: די ערשטע מאל אין היסטאריע. נו, איז דאך טאקע א גוטע זאך.

איך ווארט שוין אויך אויף "כשר'ע צומיס". פארוואס זאלן די פיצעלעך לעקן וואס א גוי האט פראדוצירט? "כשר'ע בעיבי פאודער". פארוואס זיי באשמירן מיט חששותדיגע שטויבלעך?
כ'האב עפעס פארגעסן?
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:13 am#1501
Re: אכשר דרא
אפשר אויך אהערשטעלן פאר די פיצלעך ספעציעלע כשר'ע "צונג-דעקעס", כדי להפריש...
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:17 am#1502
Re: אכשר דרא
איך האב פונקט געטראכט לעצטענס פארוואס קענישט איינער אהערשטעלן כשר'ע שפילצייג וואס זינגט אין אידיש ניגונים אדער אלף בית, איך קויף אסאך טויס פאר די קינדער פון פישער פרייס אד"ג ס'באדערט מיך אז מיינע קליינע דארפן זיך אויסלערנען אלעס אין ענגליש (און קול באישה). איינער קען מאכן שיין געלט, וואטס די ביג דיעל ?
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:24 am#1503
Re: אכשר דרא
1. זמן ר"ת מוצ"ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
3. ס'פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו"ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
6. ענגליש איז עפ"י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ'וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
11. דרייוון געווארן פיל מער "טאבו" פאר רבי'שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע "לעידי פינגערס" זענען געווארן "בעיבי פינגערס" – ירמי' דמן צענזורירט יו"ט ערליכ'ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ'זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
17. "לאנגע פיאות" ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו"ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט "פאסט נישט".
19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ'האט אייביג מקיל געווען.
20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ'קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
24. הכשרים. מ'האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי "פאוסט" סיריעל, און "טראפיקאנא אראנזש דזשוס". היינט וויל מען שוין אפילו אסר'ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ'האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי "סעסעמי סטריט", "בערנסטיען בערס", "סינדערעלא", וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די "פאוסט" סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי'שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום "נארם".
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר'ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ'דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון "שיינע שטיבער" האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא'דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ'האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם "געהויבענעם זמן" און מ'וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ'האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא "היימישע יונגעלייט".
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ'דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.
46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ'מישט זיך טאקע אבער נישט מיט "קאמפעניס".
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי'שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ'האט גענומען ביז היינט.
53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע "ראבער בענדס" אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת"ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון "גוטע" שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט'ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ'האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:29 am#1504
Re: אכשר דרא
13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".

דער נ.י. טיימס איז מער כשר ווי דער שטערן. ס'פארברענט נישט איידעלע אינגע נשמות.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:50 am#1505
Re: אכשר דרא
זר

כאפט א בליק אין יודייקא געשעפט וועט איר טרעפן כל מה שלבך חפץ...
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:54 am#1506
Re: אכשר דרא
ווענט זיך אין וועלעכן געשעפט. נישט אין בית הספר, הצלחה, איינהארן , תלפיות אד"ג
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:18 am#1509
Re: אכשר דרא
קארל :like
אוי, פון ווי נעמט מען דעם אמאל...
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:45 am#1510
Re: אכשר דרא
:like קארל
וואס איז טאקע פשט? דער מענטש וויל דאך גרינגער??
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 1:56 am#1511
Re: אכשר דרא
קארל, עי וואן! :like
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:28 am#1532
Re: אכשר דרא
רובא דרובא קינדער, יונגלעך און מיידליך קענען היינט עיורה.
מיין באבע איז געגאנגען אין פאבליק סקול, זי האט בעקומען א היתר פונם טיטשער נישט צו שרייבן שבת קודש...
דאס ווארט ליבע ביי חתן כלה איז לא יזכר ולא יפקד ח"ו.
עזרת נשים.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:42 am#1541
Re: אכשר דרא
זר זהב האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט לעצטענס פארוואס קענישט איינער אהערשטעלן כשר'ע שפילצייג וואס זינגט אין אידיש ניגונים אדער אלף בית, איך קויף אסאך טויס פאר די קינדער פון פישער פרייס אד"ג ס'באדערט מיך אז מיינע קליינע דארפן זיך אויסלערנען אלעס אין ענגליש (און קול באישה). איינער קען מאכן שיין געלט, וואטס די ביג דיעל ?

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ס׳שוין דא אזא זאך. בכלל איז היינט שוין דא אן א שיעור היימישע שפילצייג.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:05 am#1547
Re: אכשר דרא
60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
וכן הדין לגבי אסרו חג, ערב יום כיפור פון אינדערפרי, חנוכה ביים ליכט צינדען. נאך אביסעל גייט שוין זיין אזוי מיט ל"ג בעומר, חמשה עשר בשבט א.ד.ג.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:32 am#1553
Re: אכשר דרא
און נאך אביסל אויך ביי די יומא דהילולא פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:37 am#1554
Re: אכשר דרא
קודם כל, א הערליכע קאלעקשאן קארל.
נישט נאר זענען מיר היינט אזוי ערליך, נאר אמאל זענען מיר געווען ממש נישט-ערליך. אפילו דער סאטמארער רבי און זיינע חסידים זענען נישט געווען אזוי ערליך ווי מיר זענען היינט.

אין מעדיסאן סקווער גארדן בשנות תש"ל:
בילד
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:43 am#1558
Re: אכשר דרא
איך בין מוחה!!! בילדער פון פרויען? ממש התגרות באומות!
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:55 am#1564
Re: אכשר דרא
קארל :like
די ווייסט אליין נישט ווי גוט די זאגסט
הלואי קעמען צוריק דרייען די זייגער

אגב
אמאל זענען אפילו די גוים און גויטעס געוועהן מער צניעות'דיג פון היינט, און געגאנגען מיט הוטן
ס'איז א פאקט, קוק די בילדער פון די אלטע אמאל, אדער און די רעמניסעס והבן
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:01 pm#1567
Re: אכשר דרא
די לבוש פלעגט מיט גיין מיט די שטאטישע וועג,למשל ווען הויזן איז ארויס געקומען.....היינט מוז מען בלייבן מיט איין אומבאקוועמע מין יעדער די זעלבע
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:11 pm#1599
Re: אכשר דרא
די ליסטע איז גאר גוט. נישט אלעס פארשטיי איך אבער.

קארל האט געשריבן:1. זמן ר"ת מוצ"ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
מיט וואס איז עס געווארן א חיוב אין די לעצטע יארן מער ווי ס'אמאל געווען?
2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
וואס הייסט באמיט? די גרויסקייט פון מנין ווערט דאך געברענגט אין גמ', און פארוואס זאל מען נישט האבן מנין, נאך דערצו היינט וואס די רבנים נעמען מיט זיך צו וואקאציאנירן פיל מער ווי א מנין...
3. ס'פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו"ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
אדמור מבאבוב וועל איך אנעמען אז דו מיינסט ר' שלמה ז"ל. פאר די קריג איז געווען פיל שווערער צו גיין אין מקוה ווען היינט איז שוין א מקוה מער גלייכער צו א שוויץ באד, ממילא פארוואס נישט?
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)
דאס איז א נושא בפנ"ע וואס מען טרעפט ווערים איבעראל אבער נישט אין די אייגענע בערד
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
וואס מיינט ביז לעצטנס? ווען דעברע פעלדמאן איז געגאנגען?
6. ענגליש איז עפ"י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ'וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
איך מיין אז ס'פונקט פארקערט. מענטשן ווילן היינט אז זייערע קינדער זאלן קענען בעסער ענגליש בפרט ווען מ'באגראבט זיך פאר בושה ווען מ'דארף שיקן א טעקסט און די ספעלינג איז ה' ירחם
7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
מואוויס מיינסטו דאס וואס מען פלעגט זען אין שטוב? ברענג קלארער ארויס וואס די מיינסט
8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
מ'האט דאך שוין קול מבשר...
9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
פארשידענע רבנים זענען מקרב ביאת המשיח מיטן פארגרייטן דעם "תורה חדשה מאיתי תצא"
10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
איך ווייס נישט דערפון
11. דרייוון געווארן פיל מער "טאבו" פאר רבי'שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
ווענד זיך ווער און וואו. היינט האבן שוין אויך פרויען מורא צו רעדן מיט מענער...
13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע "לעידי פינגערס" זענען געווארן "בעיבי פינגערס" – ירמי' דמן צענזורירט יו"ט ערליכ'ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ'זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
און אז היינט לאזן דיינים שוין נעמען בירט קאנטראל פילן ווייסטו אויך?
17. "לאנגע פיאות" ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו"ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
קענסט עפענען א עקסטער אשכול מיט וואס זאכן זענען היינט אנדערש און קעגן די מיינונג פון אדמו"ר מסאטמאר
18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט "פאסט נישט".
און וועגן דעם זענען די שוויץ בעדער פיל פיל מיט היימישע אינגעלייט
19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ'האט אייביג מקיל געווען.
ר' פישל הערשקאויץ, דער היינטיגער עם הארץ און אמאליגער גאון לאזט קינדער טראגן ביז די ניין אויך ווי ס'נישטא קיין עירוב
20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ'קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
ווי האט ער זיך דערמיט באנוצט?
24. הכשרים. מ'האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי "פאוסט" סיריעל, און "טראפיקאנא אראנזש דזשוס". היינט וויל מען שוין אפילו אסר'ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ'האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
א שטארקע מעלה
27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי "סעסעמי סטריט", "בערנסטיען בערס", "סינדערעלא", וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די "פאוסט" סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי'שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום "נארם".
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר'ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ'דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון "שיינע שטיבער" האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא'דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ'האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם "געהויבענעם זמן" און מ'וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
די היינטיגע גראמער (נישט בדחנים) זענען אין דעם שולדיג
44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ'האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא "היימישע יונגעלייט".
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ'דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.
46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
היינט יא? געב א קוק אין די שאפינג קארט פון די פרויענישע פסח ארדערס. קיינמאל נישט געועון אזויפיל היימישע פראדאקטס כשר לפסח. אפשר מאכסטו א חילוק צווישן געמישט פון גראסערי, און געמישט פונעם שכן?
47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ'מישט זיך טאקע אבער נישט מיט "קאמפעניס".
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
גוים פלעגט גיין מיט היט און רעקל. אידן נישט?
50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי'שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
אפשר בין איך נישט פונעם המון עם...
51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
גיי ווייס פארוואס
52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ'האט גענומען ביז היינט.
תלוי במחלוקת המשוגעים
53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
אוי מיי גאד. און דאס איז נישט דוקא פון קינדער. אויך פארשידענע ספרים צענזורירן ענינים וואס איז פונקט אזוי תורת משה, ווייל אפשר וועט א קלוג בחורל לייגן א האנד דערויף
55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע "ראבער בענדס" אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת"ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון "גוטע" שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט'ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ'האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
און?
60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
מען האט זיך געוואלט באהאלטן פונעם גוי ווי מער מ'האט געקענט , און זיך איינגערעד אז עס וועט העלפן.. היינט זענען די ארומיגע גוים באקאנט מיט אונז מיט אדער אן די פאות
62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
דאס גייט מען גאנץ זיכער צוריק איינפירן אדער גייען די בחורים זיך אליינס אנפייפן
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.


ביי עטליכע האב איך געפרעגט און ביי עטליכע האב איך סתם געגאסן א הערהלע.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:24 pm#1633
Re: אכשר דרא
"ה54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
אוי מיי גאד. און דאס איז נישט דוקא פון קינדער. אויך פארשידענע ספרים צענזורירן ענינים וואס איז פונקט אזוי תורת משה, ווייל אפשר וועט א קלוג בחורל לייגן א האנד דערויף"

יא, איך בין שטארק מסכים. דער וויז'ניצער רבי זצוק"ל הכ"מ פלעגט זאגן "אמאל האט מען געלערנט האשה נקנית בשלש דרכים בכסף שטר וביאה מיט א פשטות און דאס קינד האט נישט געפרעגט קיין קושיות. היינט לאזט דער מלמד אויס און דער קינד באקומט א נייגער נאכצוזוכען."
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:45 pm#1650
Re: אכשר דרא
רוב פון אונזערע קריגס געליטענע זיידעס האבן משום סיבה געהאט שטובער מיט דריי אדער פיר קינדער. מער ווי פינף איז א ערנסטער אויסנאם. ביי אונזערע עלטערן איז איבער צען די נורמע.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:47 pm#1651
Re: אכשר דרא
דבילה, איך ווייס נישט פון וועלכע משפחות דו רעדסט. די משפחות וואס איך קען האבן 8-10 קינדער.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:29 pm#1660
Re: אכשר דרא
די ווערטער וועלכע זענען איטאליק זענען פון ידען; מיינע ענטפערס זענען אין רויט.

1. זמן ר"ת מוצ"ש איז געווארן א חיוב פאר יעדן.
מיט וואס איז עס געווארן א חיוב אין די לעצטע יארן מער ווי ס'אמאל געווען?
אויב מאך איך נישט קיין טעות איז דער זמן ר"ת איינגעפירט געווארן אין אמעריקע דורך די רבנים וועלכע האבן אהערגעוואנדערט נאכ'ן קריג, ובראשם האדמו"ר מסאטמאר ז"ל.

2. ביז די לעצטע צענדליגער יארן איז נישט געווען אזא קפידה צו דאווענען מיט מנין; גדולי הרבנים וועלכע זענען געגאנגען אויף וואקאציע האבן פיל מאל בכלל נישט באמיט זיך צו באזארגן מיט מנין אין די קור ערטער.
וואס הייסט באמיט? די גרויסקייט פון מנין ווערט דאך געברענגט אין גמ', און פארוואס זאל מען נישט האבן מנין, נאך דערצו היינט וואס די רבנים נעמען מיט זיך צו וואקאציאנירן פיל מער ווי א מנין...
היינט קען א יונגערמאן נישט גיין אויף וואקאציע אויב איז ער אויפריכטיג מיט זיינע עלטערן און שוויגער-עלטערן און דערציילט אז עס איז דארטן נישט דא קיין מנין און אז ער גייט דאווענען ביחידות, אין דער צייט וואס אמאל האבן אפילו גדולי הרבנים נישט מקפיד געווען צו גיין אויף וואקאציע דווקא אויף ערטער וואו עס איז פאראן א מנין.

3. ס'פלעגט נישט זיין קיין קפידה צו גיין יעדן טאג אין מקוה. צום ביישפיל: האדמו"ר מבאבוב פלעגט גיין אין מקוה בלויז מאנטאג און דאנערשטאג און אין טאג פון א ברית.
אדמור מבאבוב וועל איך אנעמען אז דו מיינסט ר' שלמה ז"ל. פאר די קריג איז געווען פיל שווערער צו גיין אין מקוה ווען היינט איז שוין א מקוה מער גלייכער צו א שוויץ באד, ממילא פארוואס נישט?
פארוואס נישט? אדרבה, מקוה איז א געשמאקע זאך. איך רעד איבער פון דעם "מיינד-סעט", די קפידה וואס איז געשאפן געווארן. אז מ'פרעגט זיך נאך אויף א בחור פאר א שידוך און מ'הערט אז ער איז נישט מקפיד צו גיין יעדן טאג אין מקוה איז עס אן ערנסטן פלעק אויף אים, ווידעראום אמאל - און איך רעד נישט פון פאר'ן קריג, נאר פון א שטייגער ווי האדמו"ר מבאבוב דא אין אמעריקע עד יומו האחרון - האט מען נישט מקפיד געווען צו גיין יעדן טאג אין מקוה.

4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)
דאס איז א נושא בפנ"ע וואס מען טרעפט ווערים איבעראל אבער נישט אין די אייגענע בערד
:like
5. ביז לעצטנס פלעגט זיין היבש נארמאל צו גיין צו דער פובליק לייברערי ארויסצונעמען איידעלע ביכער פאר קינדער.
וואס מיינט ביז לעצטנס? ווען דעברע פעלדמאן איז געגאנגען?
ביז לעצטנס מיינט ארום צוואנציג יאר צוריק. און באמערק, איך שרייב נישט אז מ'האט ערלויבט די קינדער זעלבסט, נאר די עלטערן האבן ארויסגענומען איידעלע ביכער פאר די קינדער.

6. ענגליש איז עפ"י רוב באטראכט געווארן ווי א גאנץ וויכטיגע זאך; לעצטנס איז פארשפרייט דער מושג אז מ'וויל נישט אז די קינדער זאלן קענען ענגליש.
איך מיין אז ס'פונקט פארקערט. מענטשן ווילן היינט אז זייערע קינדער זאלן קענען בעסער ענגליש בפרט ווען מ'באגראבט זיך פאר בושה ווען מ'דארף שיקן א טעקסט און די ספעלינג איז ה' ירחם
איך וועל מודה זיין אז אין דעם איז יש ויש. היינט איז אבער געשאפן געווארן א מואוומענט אזא, אז ענגליש טויג נישט. אין "דער איד" האב איך געלייענט ארום א יאר צוריק א דרשה פון האדמו"ר רז"ל טייטלבוים ווי ער לויבט אויס דעם פאקט אז אין זיינע מוסדות לערנט מען נישט קיין גוטן ענגליש, און דאס איז א געוואלדיגע זאך ווייל אזוי - איז ער מסביר - אפילו אויב מ'ווערט אמאל נכשל אין הערן די טמא'נע ראדיא, פארשטייט מען סייווי נישט קיין איין ווארט.

7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
מואוויס מיינסטו דאס וואס מען פלעגט זען אין שטוב? ברענג קלארער ארויס וואס די מיינסט
אין באבובער מוסדות פלעגט מען ווייזן האליוואוד מואוויס.

8. ראדיא איז ביז לעצטנס געווען באטראכט ווי 100% לעגיטים. אלע האבן איר געהערט בשבתך בביתך ובלכתך בדרך.
מ'האט דאך שוין קול מבשר...
דער מושג אז אן ערליכער יונגערמאן הערט אין קאר ר' יוסף חיים גרינוואלד אנשטאט די ראדיא האט זיך אנגעפאנגען עטליכע יאר פאר "קול מבשר" איז געבוירן געווארן.

9. עירוב פלעגט זיין א מיטל וויאזוי מען קען טראגן אום שבת.
פארשידענע רבנים זענען מקרב ביאת המשיח מיטן פארגרייטן דעם "תורה חדשה מאיתי תצא"

10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.
איך ווייס נישט דערפון
די ציפערן וועלכע איז ציטיר זענען טאקע נישט פונקטליך. אבער עס איז א מציאות אז היינט איז דא א פיל שטערקערער פאקוס אויף זיצן אין כולל.

11. דרייוון געווארן פיל מער "טאבו" פאר רבי'שע משפחות. היינט איז געווארן א מושג אז רעבעלעך וואס זיי אליין דרייוון אדער האבן געדרייווט פארלאנגען פון די קינדער און איידעמער נישט צו דרייוון.
12. רעדן מיט פרויען איז אמאל געווען רוטין.
ווענד זיך ווער און וואו. היינט האבן שוין אויך פרויען מורא צו רעדן מיט מענער...
נעבעך, נעבעך.

13. "שיינע אידן" פלעגן לייענען נ.י. טיימס, פארווערטס און מארגן זשורנאל; היינט מעג מען קוים לייענען דעם "שטערן".
14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.
15. סענסיטיוויטעט איבער פרויען. צום ביישפיל: די אמאליגע "לעידי פינגערס" זענען געווארן "בעיבי פינגערס" – ירמי' דמן צענזורירט יו"ט ערליכ'ס ניגונים.
16. 6 קינדער איז אמאל געווען דער נארם, היינט ווערט ערווארטעט אז מ'זאל האבן מינימום 8-10 קינדער.
און אז היינט לאזן דיינים שוין נעמען בירט קאנטראל פילן ווייסטו אויך?
ריכטיג, עס זענען שוין ב"ה פאראן רבנים וועלכע זעען איין דעם בראך.

17. "לאנגע פיאות" ווערט היינט באטראכט ווי אן ערליכע זאך אפילו ביי פייערדיגע סאטמארער חסידים, טראצדעם וואס האדמו"ר מסאטמאר האט עס פיינט געהאט. בכלל איז דער דורכשניטליכע לענג פון די פיאות לענגער ווי אמאל.
קענסט עפענען א עקסטער אשכול מיט וואס זאכן זענען היינט אנדערש און קעגן די מיינונג פון אדמו"ר מסאטמאר
די נקודה איז אז סאטמאר אליין פירט זיך נאר מיט די עקסטרעמע שיטות פון זייער רבי'ן, אבער פון זיינע מער אפענע שיטות לאכן זיי זיך אויס. ער איז געווען קעגן כוללים און קעגן לאנגע פיאות.

18. בתי-מדרשים האבן צוגעשטעלט א שוויץ אין מקוואות; היינט "פאסט נישט".
און וועגן דעם זענען די שוויץ בעדער פיל פיל מיט היימישע אינגעלייט

19. טראגן אום שבת אפילו פאר קינדער אונטער 6 יאר איז געווארן אסור – א זאך אויף וועלכער מ'האט אייביג מקיל געווען.
ר' פישל הערשקאויץ, דער היינטיגער עם הארץ און אמאליגער גאון לאזט קינדער טראגן ביז די ניין אויך ווי ס'נישטא קיין עירוב

20. דער פראצענט פון שייטלעך לגבי שפיצלעך איז היינט פיל גרעסער ווי אמאל.
21. אז מ'קוקט אויף בילדער פון אמאליגע חתונות, זעט מען ווי צניעות ווערט פרימער און פרימער.
22. סגולות. אמאל האט מען נישט געגלייבט אזויפיל און טאלערירט א מאס פון כפירה אפילו עס ווערט געברענגט אין ספרים, ווילאנג די ספרים זענען נישט געווען באנוצט אין יענעם קרייז.
23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.
ווי האט ער זיך דערמיט באנוצט?
דאס פאלגנדע האב איך געשריבן דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 11#p277011
אין די לעצטע יארן איז שטארק נתרבה געווארן מדקדק צו זיין נאך יעדן ווארט צי עס שטאמט נישט חלילה פון עברית. אין די חרדי'שע סאטמארער אויסגאבעס זענען אין די לעצטע יארן געווען עטליכע אפהאנדלונגען איבער דעם ענין. מאמענטאל געדענק איך א שמועס הין-און-צוריק אין "דער בלאט" וואו מען האט דן געווען איבער דעם ווארט "נין" (אייניקל/איר-אייניקל) צי עס שטאמט פון עברית, און דער הינטערליגנדע מיינונג איז געווען אז אויב שטאמט עס טאקע פון עברית טאר מען זיך נישט באנוצן מיט דעם ווארט.
דער סאטמארער קובץ "גינת ורדים" האט זאגאר גענומען אלס איינער פון זיינע הויפט צילן צו פירן א מערכה מיט יעדעס ווארט פון דעם "לשון עלגים". עטליכע מאמרים זענען שוין טאקע געדרוקט געווארן אין דעם קובץ איבער עברית, און כמעט אלע פון זיי האבן באהאנדלט דעם שרעקליכן פראבלעם, אז מענטשן כאפן זיך נישט און עס פאלן אריין ווערטער וועלכע שטאמען אפ פון די ציונים.
איך בין געשטאנען דערביי ווען א איד האט געפרעגט איינער פון די עורכים פון דעם "גינת ורדים", הלמאי מ'מאכט אזא טומל אויף יעדעס ווארט עברית, מיט דעם איז מען דאך מטיל דופי אויף דעם הייליגן סאטמארער רבי'ן אליין! ווי באקאנט ווערן אין "ויואל משה" דערמאנט עטליכע ווערטער אין עברית, אזוי ווי "עיתון", "משטרה", "מפלגה" וכדומה, און דער סאטמארער רבי האט זיך בכלל נישט באמיט צו שרייבן "מכתב עת", אדער "שוטרים", אדער "פארטיי"א", וואס אזוי וואלט מען לכאורה געדארפט שרייבן לויט די נייע סטאנדארטן. טא, ווי שטימט איינס מיט'ן צווייטן?
(עס איז אויך אינטערעסאנט אז אין דער ביילאגע וואס איז געווען אין "דער איד" אין דער צייט פון דעם לעצטן יארצייט כ"ו אב, איז געדרוקט געווען בילדער פון דעם רבי'ן ביי דער חנוכת הבית פון א דארמיטאריע פון מוסדות ייטב לב אין א"י. דער ריזיגער טאוול וואס איז געהאנגען ביים מעמד הינטער דעם רבי'ן האט געמאלדן מיט קידוש לבנה אותיות איבער דער "פנימיה" וואס וועט דא געבויעט ווערן...)
איז נפשי בשאלתי, צי דער עולם קען זיך דא אביסל לאזן הערן וואס עס איז די אמת'ע קנאי'שע-סאטמארער דעה בנוגע נוצן עברית, און צי האט זיך עס געטוישט אין לויף פון די לעצטע יארן.


24. הכשרים. מ'האט אמאל זיך ערלויבט צו עסן און טרינקען פון פארשידענע אלגעמיינע קאמפאניס, ווי "פאוסט" סיריעל, און "טראפיקאנא אראנזש דזשוס". היינט וויל מען שוין אפילו אסר'ן ברוינפן.
25. אמאל פלעגט פיל מער פאסן פאר עלטערן אפילו בני תורה אדער פון רעבישע שטיבער צו גיין מיט די קינדער חול-המועד האלטן וכדומה.
26. אמאל האבן שוואגערס מיט שוועגערינס זיך געווענליך גוט געקענט, און מ'האט היימיש גערעדט. היינט איז מען מחנך פיל עקסטרעמער.
א שטארקע מעלה

27. אמאל האבן די קינדער מיטגעהאלטן מיט כאראקטערן פון דער אלגעמיינער קולטור ווי "סעסעמי סטריט", "בערנסטיען בערס", "סינדערעלא", וכדומה דורך טעיפס און ביכער.
28. אמאל האט מען געשפילט אלגעמיינע געימס ווי מאנאפאלי, געס הו, וכדומה, היינט איז אלעס פאראידישט.
29. עס האט אמאל קיינעם נישט געשטערט אויף אויף די "פאוסט" סיריעל שאכטעלן איז פאראן א בילד פון אן אמעריקאנער פארפאלק מיט זייערע קינדער; היינט קלעבט מען א סטיקער.
30. פילע אשכנזי'שע און אויבערלענדישע משפחות האבן זיך ביז לעצטנס געמישט פסח און געגעסן געבראקטס, און טוישן צום "נארם".
31. פילע וואס פלעגט כמנהג אבותם גיין היטן אום שבת, האבן אנגעטאן שטריימלעך, משפחת הרב ביק, און קינדער פון וויענער אידן.
32. פאר'ן קריג האט מען נישט מקפיד געווען צו טראגן פרייטאג ביז נאכט.
33. פאר מלחמה האט מען כמעט נישט מקפיד געווען אויף מחיצות ביי חתונות, לעצטנס איז מען ביי פרומערע משפחות שוין ניטאמאל צופרידן פון מחיצות, מ'דארף דווקא א וואנט.
34. קלויזנבורגער מוסדות פלעגן האבן באסעס פאר אינגלעך און מיידלעך צוזאמען. היינט וואלט אזא זאך געווען יהרוג ואל יעבור.
35. פאר מלחמה האבן אין פילע גאר חסידישע מקומות אינגלעך און מיידלעך ביז 5 יאר געלערנט צוזאמען.
36. דער חתן פלעגט זיצן נעבן דער כלה ביי מצוה טאנץ און געגאנגען צום באדעקן אפילו ביי גאר רעבישע, לעצטנס האט מען דאס געטוישט.
37. טאטעס און זיידעס פון "שיינע שטיבער" האבן אויפגעהערט אנצוכאפן די כלה ביי דער האנט ביי מצוה טאנץ.
38. אמאל פלעגט די כלה גיין מיט אן אפענעם שייטל ביי דער חתונה, אפילו אויב זי איז געגאנגען צוגעדעקט נאך דער חתונה – היינט גייען טייל א שפיצל ספעציעל נאר פאר חתונה.
39. אמאליגע כוסות געווען פיל קלענער – נישט געווען קיין קפידה מקיים צו זיין יעדע חומרא'דיגע שיטה.
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.
41. אין אונגארן האבן די פרומסטע פרויען נישט געקענט קיין אידיש.
42. א לעצטיגע מנהג וואס ווייזט אויף דעם הייטיגן מהלך-המחשבה: אנשטאט אויפנעמען די געסט, זענען היינטיגע חתנים פארנומען זאגן תהילים בשעת דער קבלת פנים.
43. א מצוה-טאנץ פלעגט זיין לוסטיג, מ'האט געלאכט און געטאנצט. היינט איז מען פארנומען מיט דעם "געהויבענעם זמן" און מ'וויינט (אפילו פורים איז מען שוין פארנומען מיט זאגן תהילים).
די היינטיגע גראמער (נישט בדחנים) זענען אין דעם שולדיג
נישט ממש אזוי. מען האט זיך פשוט גענומען אננעמען צו ערנסט יעדער ענין וואס ווערט געברענגט אין ספרים. אמאל האט מען פארשטאנען אז פורים איז א לוסטיגער טאג, און הינטערן באוואוסטזיין האבן געוויסע אויך געוואוסט אז ס'ווערט געברענגט אן "ענין" אז פורים איז אויך א געהויבענער טאג. היינט האט איבערגענומען די השקפה אז אלעס מוז זיין געהויבן און ערנסט, עס איז נישט פאראן אזא זאך ווי פשוט פרייליכקייט און שמחה. דעריבער הערט מען מער און מער ווי אידן וואונטשן זיך נאך פורים "זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס"... פורים האלט נאך אינמיטן דעם פראצעס פון ווערן אן אלוועלטליכער יום-תפילה (תהילים ביינאכט אין ביהמ"ד שומרי שבת, מניני תהילים פורים פארטאגס, ישיבת מרדכי הצדיק וכו'), אבער דער מצוה טאנץ איז שוין דורך דעם פראצעס א דרייסיג-פערציג יאר צוריק. די משונה-ערנסטקייט פון דער קבלת פנים ביי חתונות, וואו דער חתן איז פארנומען זאגן תהילים בשעת דער ציבור קומט וואונטשן מזל טוב איז בסך הכל צען יאר אלט.

44. אמאל איז יעדער געווען צופרידן אז מ'האט געהאט גוים און פרייע אידן פאר די ענגלישע לימודים. היינט מוז מען האבן דווקא "היימישע יונגעלייט".
45. פרנסה איז געווארן א זאך אויף וועלכער מ'דארף זיך נישט זארגן, אין דער צייט וואס אמאל האט מען געשעצט א בעל מלאכה.
46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
היינט יא? געב א קוק אין די שאפינג קארט פון די פרויענישע פסח ארדערס. קיינמאל נישט געועון אזויפיל היימישע פראדאקטס כשר לפסח. אפשר מאכסטו א חילוק צווישן געמישט פון גראסערי, און געמישט פונעם שכן?
שטיבער וואו מ'מישט זיך נישט, זענען די פרויען געווענליך אויך מקפיד זיך נישט צו מישן, פארקערט ווי דער מנהג פאר'ן קריג.

47. פרויען האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס.
48. אחרון של פסח פלעגט מען אמאל עסן פון די שוואכסטע אידן, היינט איז צוגעקומען א חומרא אז מ'מישט זיך טאקע אבער נישט מיט "קאמפעניס".
49. אמאליגע בעלי בתים פלעגן נארמאל גיין אן היט און רעקל אין גאס.
גוים פלעגט גיין מיט היט און רעקל. אידן נישט?
איך רעד פון אזוי שפעט ווי פופצן-צוואנציג יאר צוריק.

50. וואלענער טלית קטן איז געווען איינגעפירט נאר ביי גאר חסידי'שע – נישט ביי דעם גאנצן המון עם.
אפשר בין איך נישט פונעם המון עם...
נו, איך מיין נישט דעם גאנצן המון עם; רובו ככולו, און כמעט אלע בחורים.

51. קורצע רעקל געווארן כמעט בטל, יעדער האט שוין א לאנגער רעקל.
גיי ווייס פארוואס

52. חיוב צו נוצן ווייץ פאר מצות דווקא פון דעם זעלבן מקום פון וואנעט מ'האט גענומען ביז היינט.
תלוי במחלוקת המשוגעים

53. נעמען ווייץ פאר מצות דווקא פון מקומות וואו עס רעגנט נישט.
54. באהאלטן פארשידענע ענינים פון קינדער איז געווארן פיל עקסטרעמער. לעצטנס איז זאגאר ארויסגעקומען א ספעציעלער צענזורירטער קיצור שו"ע פאר קינדער.
אוי מיי גאד. און דאס איז נישט דוקא פון קינדער. אויך פארשידענע ספרים צענזורירן ענינים וואס איז פונקט אזוי תורת משה, ווייל אפשר וועט א קלוג בחורל לייגן א האנד דערויף

55. שלאף קאפלעך האבן באקומען ריזיגע "ראבער בענדס" אז זיי זאלן חלילה נישט אראפפאלן פון קאפ אינמיטן דער נאכט.
56. ת"ת נעמען היינט נאר אן קינדער פון "גוטע" שטיבער; אמאל האבן אלע כיתות געהאט קינדער פון אלע מינים.
57. נומערן פון עמודים אויף ספרים דארפן היינט (ביי טייל) זיין דוקא אין אותיות, בעת אמאל פלעגן אלע שרייבן פשוט'ע נומערן.
58. דער טלית ביים לייענען די תורה שבת איז ביי כמעט יעדן געווען אויף די אקסלען, און מ'האט נישט געטראגן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ. היינט ווערט דאס ווייניגער און ווייניגער.
59. אויף ווידעא פון מונקאטשער חתונה אין שטאט מונקאטש זעט מען קלאר תערובות.
און?
זאג דו אליין.

60. שושן פורים פלעגט אמאל כמעט קיינער נישט גיין קיין שטריימל.
61. רוב אידן פון פריערדיגער דור האבן באהאלטן זייערע פיאות.
מען האט זיך געוואלט באהאלטן פונעם גוי ווי מער מ'האט געקענט , און זיך איינגערעד אז עס וועט העלפן.. היינט זענען די ארומיגע גוים באקאנט מיט אונז מיט אדער אן די פאות

62. מאשין מצות ביי וויענער אידן איז בטל געווארן.
63. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז בחורים זאלן ארבעטן. ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט אפילו אויסגעשטעלט זיין ישיבה אויף דעם אופן.
דאס גייט מען גאנץ זיכער צוריק איינפירן אדער גייען די בחורים זיך אליינס אנפייפן
64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:55 pm#1663
Re: אכשר דרא
אמאל פלעגט מען ליידער זיך שפילן מיט די גויאישע און פריצות'דיגע לעגא מענטשעלעך. היינט ב"ה איז אכשר דרא, מ'האט מצוה קינדער מענטשעלעך.
אמאל פלעגט די ניי-געבוירענע איינשלאפן מיט בערעלעך אין הונטעלעך וועלכע האבן זיך געדרייט העכער די קעפ. היינט ב"ה שלאפן נישט די תינוקות איין אן די "מצוה מאביל".
פרייטאג מערץ 16, 2012 12:20 am#1671
Re: אכשר דרא
קארל האט געשריבן:7. מואוויס פלעגט זיין א נארמאלע זאך, דוקא "ווידעאס" זענען גע'אסר'ט געווארן.
מואוויס מיינסטו דאס וואס מען פלעגט זען אין שטוב? ברענג קלארער ארויס וואס די מיינסט
אין באבובער מוסדות פלעגט מען ווייזן האליוואוד מואוויס.

אזוי? טאקע אינטרעסאנט, למשל וואסארא מין מאוויס האט מען געוויזן?
פרייטאג מערץ 16, 2012 12:55 am#1684
Re: אכשר דרא
קארל, א מוראדיגער ליקוט. א ריזיגן שכוח.
עס זענען דא וואס זענען אביסל איבערגעטריבן, אנדערע זענען באמת א טריט אין גוטן ריכטונג, און ווידער איז דא וואס לאזט זיך דינגען די מציאות, סיי ווי ווייט עס איז טאקע אמאל געווען אזוי און סיי צי היינט איז טאקע ממש אזוי, אבער גענוג זענען אמת ויציב ונכון. פארשידענע האבן טיפע באדייטן אונטער זיך וויאזוי עס איז געווארן און צו וועלכע נייע סארט [היפש פאראדאקסישע] וועלט מען גייט אריין אין דעם פרישן מילעניום. צו קאמענטירן אויף אלע באזונדער, וועט מיר נעמען א יאר מיט א דאנערשטאג, סאו לאמיך דיר נאר זאגן פאר איך פארגעס אויף דעם וואס האסט געבעטן וועגן די ענין פון עברית און דעם רבי'ן.
איך האב געהערט פערזענליך פון א ספרדישן איד וואס איז אריין צום הייליגן סאטמארער רב מיט זיינע עלטערן און דער רבי האט גערעדט מיט זיי, נישט מער און נישט ווייניגער, בלשון עברית. איך ווייס נישט צי דאס דארף זיין א מוראדיגע שאק, יענער האט דאך נאר דאס פארשטאנען און עס איז זיין נאטירליכע לה"ק שפראך, אבער פאר די וואס ציטערן אויף ווען איינער זאגט נאר א ווארט פון דעם טמא'נעם שפראך, איז דאס אינטערעסאנט צו וויסן. עס קען טאקע זיין אן איסור, אבער אלעס האט א גבול און מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס.
פרייטאג מערץ 16, 2012 1:00 am#1686
Re: אכשר דרא
שרגא האט געשריבן:איך האב געהערט פערזענליך פון א ספרדישן איד וואס איז אריין צום הייליגן סאטמארער רב מיט זיינע עלטערן און דער רבי האט גערעדט מיט זיי, נישט מער און נישט ווייניגער, בלשון עברית. איך ווייס נישט צי דאס דארף זיין א מוראדיגע שאק, יענער האט דאך נאר דאס פארשטאנען און עס איז זיין נאטירליכע לה"ק שפראך, אבער פאר די וואס ציטערן אויף ווען איינער זאגט נאר א ווארט פון דעם טמא'נעם שפראך, איז דאס אינטערעסאנט צו וויסן. עס קען טאקע זיין אן איסור, אבער אלעס האט א גבול און מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס.

אין "משפחה" מאגאזין איז געווען אן אינטערוויו א צייט צוריק מיט איינער פון די בני משפחה פון הרב עמרם בלוי דער פירער פון "נטורי קרתא". איז דארטן געווען באריכטעט אז ער האט קאמוניקירט מיט זיינע שטיף-אייניקלעך, די אייניקלעך פון זיין ווייב רות, אין... עברית!
פרייטאג מערץ 16, 2012 1:10 am#1689
Re: אכשר דרא
יעצט אין די נייעס וועגן די פרישע "אכשר דרא", וואס איז באמת א שיינע זאך:

נשות סאטמר, התחדשו • הוקם 'בד"ץ הבגדים'
לפני כשנה הכריז האדמו"ר מסאטמר על הקמת ועד כשרות מיוחד לבגדי נשים • לקראת הפסח יחל הוועד לפעול, בשיתוף עם מבאבוב ופאפא • האדמו"ר לנשים: "תדרשו את ההכשר"
זונטאג מערץ 18, 2012 10:32 pm#1962
Re: אכשר דרא
חתן כלה ביי א חתונה אין ארץ ישראל
בילד
מאנטאג מערץ 19, 2012 11:48 am#1992
Re: אכשר דרא
עטץ האלטס עס איז א עכטע פיקטשער?
מאנטאג מערץ 19, 2012 11:50 am#1993
Re: אכשר דרא
ביי די וועי גייט דאס אריין אין די כלל פין ארויפלייגן בילדער פין פרויען? אדער דאס איז מותר לכו׳ע ווי באלד זי איז באדעקט?....
מאנטאג מערץ 19, 2012 11:56 am#1994
Re: אכשר דרא
מותר.
מאנטאג מערץ 19, 2012 12:31 pm#2000
Re: אכשר דרא
מ'קאן דאך זען די אצבע קטנה?

שרגא האט געשריבן:אויב אזוי דארפסטו איבערלערנען די הלכות. אויסער די שאלה אויף דעם עצם זען, איז דאך קלאר אז אויב עס ברענגט לידי הרהור איז אן איסור דאורייתא. שוין געזען די מעשה אין די גמרא וואו מען האט געפסקנט אז "ימות ולא יראינה"? ווייסטו אז המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה 'ונתכוין ליהנות ממנה' כאילו נסתכל בבית התורף שלה?
מאנטאג מערץ 19, 2012 12:36 pm#2004
Re: אכשר דרא
חברה, פארדייט נישט דעם אשכול.
מיינס א קרובה האט אזוי חתונה געהאט א צירקע 20 יאר צוריק. איז עס נישט ממש א נייע זאך.
פרייטאג מערץ 23, 2012 10:29 am#2466
Re: אכשר דרא
מער און מער חרדים אנטזאגן זיך פון זיצן נעבן פרויען אויף אל-על פלייטס.
m http://www.haaretz.com/weekend/anglo-fi ... s-1.420298 m
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:33 am#3985
Re: אכשר דרא
אין מאנרא הער איך לאזט מען נישט גיין די קינדער אנגעהויבן פון קינדערגארטן מיט קורצע הויזן און פון כתה א' לאזט מען שוין ב"ה נישט קורצע ערמל. איז נאך דא א גרעסערע אכשר דרא?
אויך האב איך לעצטנס געזען א ספר וואס איז אויסשליסליך נאר אויף דעם פסוק "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".
דאס דערמאנט מיך פון אנדערע היינטיגע ספרים וואס קענען זיך פארמעסטן דערמיט. אויסער די ספר וואס איז דא אויף הלכות ביים פארן אויפ'ן וועג, וואס איז נאך פארשטענדליך, איז דא איינס אויף... טרעפט צו... "האפטושס"... "סניזן", און אויך א גאנץ ספר'ל אויף... זייגן. יא, אמת'דיג.
מי כעמך ישראל (כ'בין זיכער עס איז דא א ספר אויף די דריי ווערטער אויך, אדער איז מען נאכנישט אנגעקומען דערצו...)
מיטוואך אפריל 04, 2012 2:38 am#3988
Re: אכשר דרא
עס איז אויך דא א דיקער ספר אויף ברכת אשר יצר, און א ספר פון איבער זעקס הונדערט זייטן אויף דער ברכה וואס מ׳דארף מאכן אויף באמבא.
פרייטאג אפריל 06, 2012 1:29 am#4126
Re: אכשר דרא
שרגא האט געשריבן:אויך האב איך לעצטנס געזען א ספר וואס איז אויסשליסליך נאר אויף דעם פסוק "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".
דאס דערמאנט מיך פון אנדערע היינטיגע ספרים וואס קענען זיך פארמעסטן דערמיט. אויסער די ספר וואס איז דא אויף הלכות ביים פארן אויפ'ן וועג, וואס איז נאך פארשטענדליך, איז דא איינס אויף... טרעפט צו... "האפטושס"... "סניזן", און אויך א גאנץ ספר'ל אויף... זייגן. יא, אמת'דיג.
מי כעמך ישראל (כ'בין זיכער עס איז דא א ספר אויף די דריי ווערטער אויך, אדער איז מען נאכנישט אנגעקומען דערצו...)

אליעזר בראדט פון ״ספרים בלאג״ באריכטעט איבער א ספר: עיטוש להלכה [Sneezing] ר' יששכר הופמן, פג עמודים.
פרייטאג אפריל 06, 2012 10:04 am#4145
Re: אכשר דרא
קארל האט געשריבן:עס איז אויך דא א דיקער ספר אויף ברכת אשר יצר.

אין געשעפט האט א איד געזאגט קויפנדיג דעם דיקן ספר אז ער קויפט "אשר יצר פאפיר"
דינסטאג אפריל 17, 2012 10:07 pm#5106
Re: אכשר דרא
אפשר בין איך צוריקגעבליבן, אבער פאר מיר איז געווען א חידוש צו זען אן אכשר-דרא'דיגן "והיו לטוטפות"-שפיגל אין א ליטווישן שול:
בילד
דינסטאג אפריל 17, 2012 10:38 pm#5113
Re: אכשר דרא
דוכט זיך אז שפיגלעך איז שוין לאנג איינגעפירט ביי די מער מאדערנע אין די טלית-בייטלעך.
מיטוואך אפריל 18, 2012 8:56 pm#5325
Re: אכשר דרא
הייליגע מעהל!!!

בילד
דינסטאג מאי 01, 2012 1:46 pm#9168
Re: אכשר דרא
זר זהב האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט לעצטענס פארוואס קענישט איינער אהערשטעלן כשר'ע שפילצייג וואס זינגט אין אידיש ניגונים אדער אלף בית, איך קויף אסאך טויס פאר די קינדער פון פישער פרייס אד"ג ס'באדערט מיך אז מיינע קליינע דארפן זיך אויסלערנען אלעס אין ענגליש (און קול באישה). איינער קען מאכן שיין געלט, וואטס די ביג דיעל ?


איך האב אינדערהיים איינס וואס זינגט די ניגון וואס אין מיין חדר פלעגט מען זינגען אדון עולם.

איך האף אז מען וועט כאפן וועלכע ניגון איך מיין
מיטוואך מאי 30, 2012 12:42 am#15061
קענט איר זיך פארשטעלן אז א ספר וואס ווערט געטיילט ביי א סאטמארער דינער זאל פארמאגן בילדער פון פרויען? כ'מיין אז נישט. אבער ס'איז שוין געווען אזוינס, און נישט ביי א קליינעם דינער פון עפעס א "קרן חתנים", נאר במקהלות רבבות עמך בית ישראל בראשות כל רבני סאטמאר און די חברי ביד"צ עדה החרדית.
דאס איז נישט פארגעקומען פערציג יאר צוריק ווען הרבנית אלטא פיגא איז געזעסן אויבן-אן, אדער 300 יאר צוריק ווען מען פלעגט לייגן בילדער פון פרויען אויף שער-בלעטער, נאר גאר בלויז 14 יאר צוריק, בשנת תשנ"ח, אין דער גיגאנטישער "ארמארי" געביידע אין וויליאמסבורג, ווען מען האט אפגעצייכנט צוואנציג יאר זינט עס איז געגרינדעט געווארן דעם מוסד "קרן הצלה". לכבוד דער מאורע זענען די חברי הביד"צ פון דער "עדה החרדית" געקומען צו פארן פון ירושלים, און רוב רובם חרדי'שע רבנים פון כל רחבי ניו יארק האבן זיך באטייליגט צוזאמען מיט די טויזנטער אידן וועלכע האבן אנגעפילט דעם ריזיגן זאל.

בשעת דעם מעמד איז געטיילט געווארן דעם פאלגנדן ספר:
בילד
אין דעם ספר זענען פאראן פארשידענע מאמרים איבער דער היסטאריע פון "קרן הצלה", דרשות פון רבנים לטובת דעם מוסד, און בילדער פון מוסדות וועלכע ווערן געשטיצט דורך "קרן הצלה". עס ווערן אויך געווידמעט עטליכע בלעטער פאר מיידל-שולעס וועלכע ווערן געשטיצט. פאלגנד איז איין בלאט (די בילדער זענען געכאפט געווארן מיט א ביליגער קאמערא דעריבער זענען זיי נישט אזוי קלאר):
בילד
איין בילד פארגרעסערט:
בילד
מיטוואך מאי 30, 2012 9:05 am#15084
יאנקל האט געשריבן:קענט איר זיך פארשטעלן אז א ספר וואס ווערט געטיילט ביי א סאטמארער דינער זאל פארמאגן בילדער פון פרויען? כ'מיין אז נישט. אבער ס'איז שוין געווען אזוינס, און נישט ביי א קליינעם דינער פון עפעס א "קרן חתנים", נאר במקהלות רבבות עמך בית ישראל בראשות כל רבני סאטמאר און די חברי ביד"צ עדה החרדית.
דאס איז נישט פארגעקומען פערציג יאר צוריק ווען הרבנית אלטא פיגא איז געזעסן אויבן-אן, אדער 300 יאר צוריק ווען מען פלעגט לייגן בילדער פון פרויען אויף שער-בלעטער, נאר גאר בלויז 14 יאר צוריק, בשנת תשנ"ח, אין דער גיגאנטישער "ארמארי" געביידע אין וויליאמסבורג, ווען מען האט אפגעצייכנט צוואנציג יאר זינט עס איז געגרינדעט געווארן דעם מוסד "קרן הצלה". לכבוד דער מאורע זענען די חברי הביד"צ פון דער "עדה החרדית" געקומען צו פארן פון ירושלים, און רוב רובם חרדי'שע רבנים פון כל רחבי ניו יארק האבן זיך באטייליגט צוזאמען מיט די טויזנטער אידן וועלכע האבן אנגעפילט דעם ריזיגן זאל.

בשעת דעם מעמד איז געטיילט געווארן דעם פאלגנדן ספר:
בילד
אין דעם ספר זענען פאראן פארשידענע מאמרים איבער דער היסטאריע פון "קרן הצלה", דרשות פון רבנים לטובת דעם מוסד, און בילדער פון מוסדות וועלכע ווערן געשטיצט דורך "קרן הצלה". עס ווערן אויך געווידמעט עטליכע בלעטער פאר מיידל-שולעס וועלכע ווערן געשטיצט. פאלגנד איז איין בלאט (די בילדער זענען געכאפט געווארן מיט א ביליגער קאמערא דעריבער זענען זיי נישט אזוי קלאר):
בילד
איין בילד פארגרעסערט:
בילד

זעט אויס אז קרן הצלה האט געהאט די זעלבע תקנות ווי קאווע שטיבל בנוגע ארויפשטעלן בילדער פון פרויען.... :lol:
פרייטאג יוני 01, 2012 10:20 am#15443
בילד
אט איז א דעסקריפציע וויאזוי די חופה איז צוגעגאנגען:
דער רב המסדר קידושין האט אביסל אוועקגעריקט די פירהאנג כדי צו זיכער מאכן א די כלה איז דארט און דערנאך צויק פארמאכט און אזוי געפירט די חופה. ביים איבערגעבן די טבעת האט מען געעפנט א קליין שפאלט אינדערמיט און אזוי האט די חתן ארויפגעשטיפט די רינדל אויפן פינגער פון די פרוי וואס איז דארט געשטאנען - האפענטליך די כלה.
פרייטאג יוני 01, 2012 10:23 am#15444
יחוד איז אויך געווען אין צוויי באזונדערע צימערען???
פרייטאג יוני 01, 2012 11:33 am#15454

ב"ה. אה, אכשר דרא.
פרייטאג יוני 01, 2012 11:36 am#15455
משה געציל האט געשריבן:יחוד איז אויך געווען אין צוויי באזונדערע צימערען???

הו נאוס?
אויב מ'קוקט היינט בכלל נישט אן מאדנע אז ביי געוויסע רבי'שע חתונות געפינען זיך די פרויען אין א גענצליך אנדערן בנין, אפטמאל עטליכע גאסן אפגעריקט, פארוואס זאל די שאליבאן חתונה זיין מאדנע? בסך הכל איז מען נישט געוואוינט דערצו. היפאטעטיש גערעדט, אויב וואלט חרדי'זם אנגעהאלטן נאך פופציג יאר, וואלט דאך דאס דעמאלט געווען העכסט נארמאל.