Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אכשר דרא

קאווע שטיבל • אכשר דרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
357 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1782 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #180
מאנטאג יולי 30, 2012 3:49 pm#29884
באבוב 48 רבי ארויס אין קריג קעגן דאס רופען די העכסטע צוויי כיתות בלשון "כתה ח און ט", היות די צאם שטעל פון די צוויי אותיות איז חט[א], וואס דאס קען גורם זיין מכשולות, האט דער רב געזאגט בשעת זיין באזוך אז פון היינט און ווייטער זאל מען רופען די צוויי כיתות "מחנה כרם טוב", טו"ב איז בגימטריא ח"ט, מהפך זיין חט צו טוב.

(צוליב וואס נאך כתה ט' גייען די בחורים אריין אין ישיבה קטנה - כרם שלמה, האט מען מקדים געוועהן דאס צו רופען "כרם טוב".)

ב"ה מ'טוט אויף פאר אידישקייט, מער נישט פארסירען קיין מכשולות וחטאים און יענע דערמאנטע כיתות. דער שינוי לטוב"ה האט נישט געשפעטיגט צו קומען.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:11 pm#31359
אין קאמיאניטי קאנעקשאנס האט מען געמאכט blurry די צירה'ס פון די מיידלעך......
cc.JPG
cc.JPG (53.86 KiB) געזען געווארן 2953 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 11:23 pm#31394
דולה ומשקה האט געשריבן:באבוב 48 רבי ארויס אין קריג קעגן דאס רופען די העכסטע צוויי כיתות בלשון "כתה ח און ט", היות די צאם שטעל פון די צוויי אותיות איז חט[א], וואס דאס קען גורם זיין מכשולות, האט דער רב געזאגט בשעת זיין באזוך אז פון היינט און ווייטער זאל מען רופען די צוויי כיתות "מחנה כרם טוב", טו"ב איז בגימטריא ח"ט, מהפך זיין חט צו טוב.

(צוליב וואס נאך כתה ט' גייען די בחורים אריין אין ישיבה קטנה - כרם שלמה, האט מען מקדים געוועהן דאס צו רופען "כרם טוב".)

ב"ה מ'טוט אויף פאר אידישקייט, מער נישט פארסירען קיין מכשולות וחטאים און יענע דערמאנטע כיתות. דער שינוי לטוב"ה האט נישט געשפעטיגט צו קומען.

ב"ה אז מען דערלעבט דערלעבט מען, מיין עצה איז אז מען זאל אין כתה א' נישט אויס לערנען פאר די קינדער ח' און ט' צוזאמען נאר אנשטאט זאל מען אריינרוקען דעם ז' אינדערמיט, משיח וועט שוין אוודאי קומען.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 11:28 pm#31395
אדער זאל מען גלייך נאך כיתה ו' סקיפן צו כיתה ח', דערנאך אראפ צו כיתה ז', נאכער צוריק צו כיתה ט', כדי לערבב השטן, ולבטל בזה הגימטריא הנ"ל.
פרייטאג אוגוסט 03, 2012 1:38 am#31448
ראשעקאל האט געשריבן:אין קאמיאניטי קאנעקשאנס האט מען געמאכט blurry די צירה'ס פון די מיידלעך....

אינגלעך מיט מיידלעך שפילען צוזאמען? השם ירחם.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 5:55 pm#32196
kidding. right?

m http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 99,00.html m

חדש: המשקפיים שימנעו מראות תועבה
הפטנט החדש של המגזר החרדי: משקפיים עם עדשות מטושטשות שאינן מאפשרות לראות למעלה משלושה מטרים. המטרה: לחסוך את מראם של הנשים הלא צנועות
משה הלר
פורסם: 06.08.12, 08:01

ייתכן שבקרוב המחזה של הגברים החרדיים שמסתובבים כשכף ידם מכסה את העיניים במטרה שלא להיכשל במראות של נשים ייעלם: לאחרונה החלו למכור בשכונות במאה שערים החרדית סטארט אפ חדש שכולל משקפיים לטשטוש הראייה. לאלו שכבר יש בבעלותם משקפיים רגילים, מוצעות מדבקות לטשטוש הראייה.

המשפחות הקיצוניות במגזר החרדי לא עוצרות בלבוש נשות הקהילה, ולאחרונה החלו לשווק משקפיים שמרחק הראיה של הלובשים אותם הינו 3 מטר בלבד בטשטוש מוחלט. המשקפיים מיועדים לחרדים שאין ברשותם משקפיים, ואשר נאלצים ללכת במקומות בהם ישנם נשים.

בילד
המשקפיים המטשטשים


הפטנט החדש, שעלותו רק 25 שקל, כולל משקפיים ללא מספר שעליהם מוצמדת מדבקה מטשטשת שתחתיתה מחוררת לצורך ראיית הקרקע בשעת ההליכה ברחובות העיר.
בנוסף למשקפיים המטשטשים נמכרים בשכונה גם מדבקות לבעלי משקף, שמעוניינים להצמיד את מדבקת שמירת העיניים החדשה, כשההשקעה למעוניינים בשמירת העיניים הגברית עומדת על הוצאה של שקלים בודדים.

העלות הנמוכה נובעת לדברי אחת ממוכרות מוצרי שמירת העיניים, מכך שמדובר לרוב במשקפיים ללא מספר שאינם שימושיים ואלו נאספים מגמ"חים בשכונה: "אצלנו לא מקפידים על הצורה של המשקפיים והמותג פחות מעניין, אז אפשר להשתמש במשקפיים לא הכי מתאימות שאנחנו אוספים אותם מגמ"חים".

יצוין כי ההחמרה הנוכחית מצטרפת להחמרות בהן נוהגות הנשים בקרב הקהילות הקיצוניות בשכונת מאה שערים שמתכסות בבדים המטשטשים את כל קווי המתאר של גוף האישה. בשנה האחרונה הם אף הוסיפו על ראשם כובעים חדים, זאת במטרה לטשטש את מיקומו המדוייק של ראש האישה שעלול לדעתם לגרום לגברים החרדיים הרהורים אסורים.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:01 pm#32198
איך האף אז דאס איז טאקע בלויז א וויץ.
שטעל דיר פאר אז דיין רבי שליט"א קומט דיר אנטקעגן, און זיין צורת קדשו ווערט אינגאנצן מטושטש, און מען מיינט ס'איז אן אראבער, און מ'שרייעט "לך לעזאזל".
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:01 pm#32199
אוי לעינים שכך רואות...
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:09 pm#32206
איך וויל פארשטיין דעם פירוש פון די פאלגענדע ווערטער:

יצויין כי ההחמרה הנוכחית מצטרפת להחמרות בהן נוהגות הנשים בקרב הקהילות הקיצוניות בשכונת מאה שערים שמתכסות בבדים המטשטשים את כל קווי המתאר של גוף האשה.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:12 pm#32208
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל פארשטיין דעם פירוש פון די פאלגענדע ווערטער:

יצויין כי ההחמרה הנוכחית מצטרפת להחמרות בהן נוהגות הנשים בקרב הקהילות הקיצוניות בשכונת מאה שערים שמתכסות בבדים המטשטשים את כל קווי המתאר של גוף האשה.

בילד
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 7:30 pm#32246
נאכן ליינען די געוואלדיגע נייעס מיט׳ן ערשיינונג פינעם שמירת עינים גלעזער, האב איך א כאפ געטאן די רגלים און זיך ארויס געלאזט אין א פייערדיגען ריקוד, טאטע איך לויב דיר... טאטע איך דאנק דיר... אז איך בין א איד...
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:30 pm#32320
זייער א גוטע זאך, אנשטאט רודפ'ן און שפייען אנדערע פאר אונזערע הייליגקייט, איז מען מקריב פין זיך.
אזוי ברויך זיין.
נעקסט זאלן מיר זיך אפשניידן די ... און אויפהערן פייניגן די פרויען.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:56 pm#32329
נולד מאוחר האט געשריבן:נעקסט זאלן מיר זיך אפשניידן די ... און אויפהערן פייניגן די פרויען.

געווען אמאל א ברעסליבר אין ב"ב וואס האט טאקע דאס געטוהן למעשה.
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:00 pm#32331
איך אויך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:נעקסט זאלן מיר זיך אפשניידן די ... און אויפהערן פייניגן די פרויען.

געווען אמאל א ברעסליבר אין ב"ב וואס האט טאקע דאס געטוהן למעשה.


און דערנאך האט יענער געזינגען מיט'ן אלעמען באקאנטן ישיבה'שן לויה ניגון: איי איי, א שאד, די תאוה איז דאפעלט און שוין נישטא מיט וואס... אשפג. א שטייגער ווי "פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן!"
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:49 pm#32395
איך אויך האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:נעקסט זאלן מיר זיך אפשניידן די ... און אויפהערן פייניגן די פרויען.

געווען אמאל א ברעסליבר אין ב"ב וואס האט טאקע דאס געטוהן למעשה.

דאכט זיך עז דער זעלבער ברסלבער האט געלאזעט די סאסייד צעטעל ,ער אעז נישט גיווען בעצבות ח''ו. ער האט נאר געוואלט ווייזען אז צי יעדער פראבלעם איז דא א וועג ארויס...
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 1:06 am#32414
עס איז געווען א געוויסער רב וואס האט געוואלט מען זאל אריינלייגן מעדעצין אין די עסן כדי אפצושוואכן די תאוה, ער איז ארומגעגאנגען אין ישיבות רעדן מיט די משגיחים,

די משגיחים האבן פשוט מורא געהאט אז עס וועט זיך אריינכאפן אין זייערע מאכלים אינדערהיים
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:33 am#32445
משכיל האט געשריבן:עס איז געווען א געוויסער רב וואס האט געוואלט מען זאל אריינלייגן מעדעצין אין די עסן כדי אפצושוואכן די תאוה, ער איז ארומגעגאנגען אין ישיבות רעדן מיט די משגיחים,

די משגיחים האבן פשוט מורא געהאט אז עס וועט זיך אריינכאפן אין זייערע מאכלים אינדערהיים


ביודעי ומכירי קאמינא - אין גערער ישיבות טיילט מען די מעדעצינען אין גרויסן, אן דאס אריין מישן אין עסן, אויף אפצושוואכן די תאוה. אנשטאט פון אנערקענען די זינלאזקייט פון דעם "קדושה" אטמאספערע וואס זיי האבן באשאפן, 'עלען זיי נוצן שארפע סייקאטראפיקס אויף זייערע אינגע ביימעלעך.
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 10:04 am#32460
דבילה האט געשריבן:
משכיל האט געשריבן:עס איז געווען א געוויסער רב וואס האט געוואלט מען זאל אריינלייגן מעדעצין אין די עסן כדי אפצושוואכן די תאוה, ער איז ארומגעגאנגען אין ישיבות רעדן מיט די משגיחים,

די משגיחים האבן פשוט מורא געהאט אז עס וועט זיך אריינכאפן אין זייערע מאכלים אינדערהיים


ביודעי ומכירי קאמינא - אין גערער ישיבות טיילט מען די מעדעצינען אין גרויסן, אן דאס אריין מישן אין עסן, אויף אפצושוואכן די תאוה. אנשטאט פון אנערקענען די זינלאזקייט פון דעם "קדושה" אטמאספערע וואס זיי האבן באשאפן, 'עלען זיי נוצן שארפע סייקאטראפיקס אויף זייערע אינגע ביימעלעך.


אזוי איז אמאל געשטאנען אין די א"י פרעסע, אבער איז עס נישט קיין גוזמא צו זאגען אז מ'טיילט "אין גרויסען"?
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 10:09 am#32461
איבער די מאדנע ברילן, איז אינטרעסאנט צו ליינען אויף "וואס איז נייעס" וואס זיי שרייבן, און די קאמענטירער דארטן, פון לאכן ביז וויינען....
מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:30 pm#33947
סאודי אראביע צו בויען א מענערלאזע שטאט
וכל כבודה בת מלך פנימה

ברוב שמחה וצהלה ווילן מיר מעלדן פארן חשוב'ן ציבור, אז נאך גרויס מיה און פלאג פון אונזערע געטרייע עסקנים העוסקים בצרכי ציבור למען טוהר מחנינו, איז אונז געלונגען צו ארלעדיגן ביי די אינסטאנצן צו בויען א באזונדערע שטאט נאר פאר פרויען, אין דעם שטאט וועלן אונזערע נשים צדקניות קענען ארויסגיין אויף דער גאס אן די שרעק פון חלילה מכשיל זיין מענער מיט ראיות אסורות, די מיידלעך אין די שולעס וועלן קענען זינגען אן פחד אז א פארבייגייענדע מאן וועט נכשל ווערן מיט קול באשה ערוה, אזוי וועלן די מענער קענען דינען דעם באשעפער ווי ס'דארף צו זיין און די פרויען וועלן נישט קענען מעכב זיין די גאולה מיט די שמאלע געפאסטע פאנדיולויס און די ביי-האר.

קהילתינו הקדושה אין סאודי אראביע האט אנגעהויבן מיט די חשוב'ע מצוה, לאמיר נישט זיין אונטערשטעליג, און זיך נעמען עוסק זיין במצוה גדולה זו, להרבות קדושה במחננו ולקרב ביאת הגואל בב"א.

אכשר דרא...
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:38 am#33979
איך מיין אז דער חובות הלבבות רעדט ערגעץ פון אזא שטאט.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:44 am#33983
דאס שטייט אין גמרא אויף אלכסנדר מוקדון.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:02 am#33996
די פרויען האבן נישט חתונה? וויאזוי ארבעט עס?
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:04 am#33998
שמעקעדיג האט געשריבן:די פרויען האבן נישט חתונה? וויאזוי ארבעט עס?

מען גייט לכאורה בויען א וואלד דערנעבן מיט א שדה תפוחים.
זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:05 am#34002
שמעקעדיג האט געשריבן:די פרויען האבן נישט חתונה? וויאזוי ארבעט עס?

שמעקעדיג, ליין דעם ארטיקל. סך הכל רעדט נען פון אן אינדוסטריאלע זאון.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:17 pm#67732
לעצטענס הענגט צעטלעך און וויליאמסבורג אז פרויען זאל טארן נישט הערן א דרשה פון א מאן.
וועם מיינען זיי?
איז עס טאקע אסור אדער די ישבי חושך האבן געשריבען די הלכה?
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:27 am#67776
נעקסט פלאנען זיי צו אסרן פרויען צו הערן מענער זינגען.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:41 am#67780
געפילטע פיש האט געשריבן:נעקסט פלאנען זיי צו אסרן פרויען צו הערן מענער זינגען.

זינגען קומט פאר רעדן. איך בין זיכער ס'איז שוין גע'אסרט פון לאנג.
אויב עפעס קארף מען אסרן מענער צי האלטן דרשות בכלל אפי' פאר מענער. אטו אז א פרוי וועט ניכשל ווערן און הערן.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:55 am#67781
וועם מיינען זיי טאקע

עפעס א העץ צעטטל האב כ׳געזעהן אויף די נייע סטאר סעידזש אין וויליאמסבורג

אפשר מיינט מען שלמה באכנער פון בוני עולם וואס מאכט פרויען קייכן ביי זיינע דרשות פאר זיי
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:32 am#67804
בילד
נולד מאוחר האט מיר געבעטן דאס ארויפצולייגן, ער האט געהאט פראבלעמען עס ארויפצולייגן.
(איך אויך, כ'באקום א error. " .דאס בילד קען מען נישט ביילייגן")
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:33 am#67805
זיי מיינען די דרשה פון די מחבר פון עפעס א לעצטיגע פאפאלער ביך וואס דרור האט געברענגט פון א״י
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:38 am#67811
געפילטע שכוח דעט וואס קוויק.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:39 am#67813
איז נישט מתן תורה געווען א ציזאמקום ווי פרויען האבן גטהערט משה רבינו?
מסתמא איז געווען צעטלעך פון התאחדות אז מ'טאר נישט באטייליגן ביי מעמד קבלת התורה.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:56 am#67828
איך ווייס נישט וועלכע איסור זיי האבן אויסגעטראפן.

לשיטתם, ווי אזוי האט דער דברי יואל זי"ע גערעדט צו די פרויען אין סאמע הייליגסטן זמן פון יאר, ביים דרשת כל נדרי?
און נאך געשריגן מנהמת לבו "טייערע פרויען"?
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:58 am#67829
און וואס איז מיט די אלע מנהלים פון די סקולס וועלכע רעדן פאר די היי סקול מיידלעך? אנע מחיצה בכלל!!
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:58 am#67831
ראשעקאל האט געשריבן:זיי מיינען די דרשה פון די מחבר פון עפעס א לעצטיגע פאפאלער ביך וואס דרור האט געברענגט פון א״י

די ביך
l viewtopic.php?f=5&t=1090 l
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:48 pm#67928
האלט אונזער דור שוין אזוי נידריג
האלט אונזער דור שוין אזוי נידריג
זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:09 pm#68111
פארוואס מעסטו אונזער דור מיט אפאר ליידיגע מענטשען אן קיין פארשטאנד.
זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:16 pm#68115
איך האב געזעהן ערגעץ א דאנק פאר RCCS פארן אראפנעמען זייער קאמפיין פונעם אינטערנעט.
זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:24 pm#68117
געזען אינעם איד. וויאזוי מאכט מען אז מ'זאל נישט קענען זעהן אין די היימישע געגענטער? ס'מאכט נישט סענס
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:57 am#68175
זר זהב האט געשריבן:געזען אינעם איד. וויאזוי מאכט מען אז מ'זאל נישט קענען זעהן אין די היימישע געגענטער? ס'מאכט נישט סענס

וואס הייסט? מ'פארשפארט די אינטערנעט אין די היימישע געגענטער! (ווען זיי קענען וואלטען זיי עס שוין לאנג געטוהן)
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:49 pm#68315
טעפל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:געזען אינעם איד. וויאזוי מאכט מען אז מ'זאל נישט קענען זעהן אין די היימישע געגענטער? ס'מאכט נישט סענס

וואס הייסט? מ'פארשפארט די אינטערנעט אין די היימישע געגענטער! (ווען זיי קענען וואלטען זיי עס שוין לאנג געטוהן)

א וועבסייט קען בלאקען טראפיק פאר א געוויסע דעמאָגראַפיע.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:55 am#71984
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:25 am#71990
איינער פרעגט דארט פארוואס זיי נוצן בכלל שאמפו? זיי גאלן דאך די קאפ. איך שטעל מיך פאר אז ס'מיינט מ'סתם שער בית השחי...
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:17 am#72006
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער פרעגט דארט פארוואס זיי נוצן בכלל שאמפו? זיי גאלן דאך די קאפ. איך שטעל מיך פאר אז ס'מיינט מ'סתם שער בית השחי...

כ'האפ דיין קאפ פארט נישט וויטער, וועם איז נוגע וויאזוי די שער בית השחי שמעקט...
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:19 am#72009
איך מיין מיר זאלן דאס לאזן ביי דעם, מטעמים השמורים במערכת.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:25 am#72012
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין מיר זאלן דאס לאזן ביי דעם, מטעמים השמורים במערכת.

אדער אפשר גיין אביסעל אויף ציריק, מעקען?
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:40 am#72017
ס'שטערט דיר אזוי שטארק? אה! אכשר דרא.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:19 pm#72765
יא איך ווייס... אייוועלט, שוין ווידעראמאל אייוועלט...
אבער ווען מען דארף דעם גנב נעמט מען אים פון די תלי'
(אגב: נישט אז איך האב עפעס אנטקעגן אייוועלט, נאר פשוט א דיסקלעימער פאר די ניקס וואס קענען דאס נישט ליידן)

עס האט זיך געעפענט א אשכול דארטן איבער שמירת עינים ביי די אייגענע משפחה, שוועגערינס.
כמובן, איז דארט דער עולם זיער מחמיר אויף יעדע הסתכלות, פיל מיט תורה'דיגע ראיות און חסיד'ישע מעשיות, אזש ס'קומט כמעט אויס אז בלויז צו האבן שוועגערין איז א איסור דאורייתא.

אזוי אינמיטן שמועס, קומט יש להוסיף זיך קריגן, און שרייבט ווי פאלגענד:

ישלהוסיף אויף אייוועלט האט געשריבן:כ'בין נישט בגיסטרא אריין צו גיין בחלק ההלכה, אבער במציאות אלס א זוהן און א איידעם פון די וואס פסק'ענען אסאך פון די שאלות, מיינע משפחה ברודערס און שוואגערס אויך אזוי, אסאך חברים קינדער און איידימער ביי די שענסטע משפחות, הן פון אדמורי"ם הן פון רבנים ודיינים, ביי אלע זיצט מען מיט די 'גאנצע' משפחה, וכן היה בדור מאחרי המלחמה עד היום, בלי שום פקפוק, ברוך השם מיר לעבן באכשר דרא, אז די בעלי בתים ווייזן אז די מנהיגי העדה ומורה הוראה טוען נישט גוט. יא, ביי די אלע זיצן איינער אנטקעגן די אנדערע, מ'שמועסט מ'רופט זיך אן וכדומה.


איך האב געשפירט אז איך מוז עס דא אריינלייגן אינעם אשכול פון "אכשר דרא".
נישט אז איך גיב דא ח"ו א היתר אויף שמירת עינים, נאר דאס איז א גוטע עקזעמפל פון זיין פרומער פון יעדן, און ממש נישט לאזן אטעמען, און דערקעגן האבן מיר א "מעשה רב" וואס זענען בכלל נישט גורס די חומרות.
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:06 am#72973
ראיתי תמונה נאה ממשפחת הברך משה במסיבת חנוכה ושמה יושבים איש וביתו על שלחן אחד.
ואת"ל שהוא הי' קל אזי באמת יש לנו היתר על זה ודו"ק.
והלום ראיתי שהייתי אצל שבע ברכות, ומקדמת דנא המנהג היתה שהכלה נכנסת לעזרת ישראל, בברכת המזון, וכן ראיתי בביהמ"ד בשלש סעודות, נוהגים שהם נכנסים ואמותיהם בצדיהים לתוך העזרת אנשים ואין שום פוצה פה,
אבל כעת ראיתי אכשר דרא, שלא נכנסה הכלה לפנים מן המחיצה כלל בטענת שאפשר לשמוע מבפנים והתערובות למה לי,
ואמרתי לעצמי בניחותא, אה אכשר דרא.
ומסתמא הכונה בדברי חז"ל כיצד מרקדין לפני הכלה היא עפ"י קבלה וסוד, בפנימיות הדברים