Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אכשר דרא

קאווע שטיבל • אכשר דרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
357 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1782 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #180
פרייטאג יוני 01, 2012 12:18 pm#15467

וי איז דעי לינק? איך קען עס נישט עפענען
פרייטאג יוני 01, 2012 2:42 pm#15480
לויט ווי עס קוקט מיר אויס וועלען זייערע אייניקליך אינגאנצען נישט אריין מישען קיין כלה אינעם בילד...
פרייטאג יוני 01, 2012 4:40 pm#15489
היינט איז דא רעבישע משפחות וואס זיי לאזן נישט נעמען pills פארן חתונה ממילא קומט טאקע אויס אז ס'זאל זיין יחוד און צוויי שטיבער איך האלט אז ס'יז א הפקרות כלפי דעם חתן וד"ל
פרייטאג יוני 01, 2012 5:31 pm#15493
משה געציל האט געשריבן:לויט ווי עס קוקט מיר אויס וועלען זייערע אייניקליך אינגאנצען נישט אריין מישען קיין כלה אינעם בילד...

רבי' שלום קאמינקער זצ"ל האט געהאט א גבאי א אלטער בחור נישט קיין גרויסע בעל שכל, אבער פרום איז ער געווען נאך פרומער ווי די טאליבאנער און האט בשום אופן נישט געוואלט חתונה האבען חלילה נישט נכשל צו ווערן, איינמאל האט איהם רבי' שלום פארגעהאלטען פארוואס ער האט נישט חתונה מען דארף דאך אויפשטעלען א אידשע שטוב, האט ער גענטפערט פאר קינדער וועל איך פארען אויף בעלזא דארטען ווערט דאך יעדער געהאלפען...
מוצ"ש יוני 02, 2012 10:12 pm#15513
נישט רבי שלום קאמינקער נאר רבי אהרן טשערנאבלער, בנוסף צו זיינע אלע צרות האט דער בחור געהאט דעם שיינעם נאמען 'חלוונה'.

און די פארדרייסט די מעשה זיין נישט חתונה האבן האט גארנישט געהאט מיט פרומקייט נאר מען האט פשוט נישט געטראפען א מיידל וואס זאל מסכים זיין חתונה צו האבן מיט דעם גרויסן חכם, רבי אהרן טשערנאבלער האט עם טאקע דערפאר גענוצט אלס גבאי ווייל פון עם האט ער זיך געקענט אויסבאהאלטען, ווען רבי ישכר דוב מבעלזא איז געזעצן קעסט אין טשערנאבעל האט ער זיך באפריינדעט מיט דעם חלוונה און אזוי האט ער עם פארציילט סודות פונעם רבין'ס חדר.
זונטאג יוני 03, 2012 12:47 am#15550

איך האף אז מען האט נישט פארטוישט רחל מיט לאה...
דינסטאג יוני 12, 2012 11:22 pm#17675
אין אייוועלט ליין איך פון א נייע חומרא וואס איך האב נישט געוויסט - אז מ׳וויל נישט נוצן די אמעריקאנער זילבערנע מטבעות פאר פדיון הבן ווייל עס האט א בילד פון פרוי ליבערטי, און דעריבער קויפן זיי היימיש געגאסענע מטבעות (!).

לכתחילה אריבער שרייבט:
הרב פאלקאוויטש פון קרית יואל, וואס פארקויפט מטבעות פאר פדיון הבן, ווייזט זייער גערן די מטבע וואס דער הייליגער חתם סופר הייסט ניצן פאר פדיון הבן, די מטבע האט אויף זיך א בילד ווי די מאמע האלט דעם אותו האיש יש"ו.

ער ווייזט עס פאר די אלע וואס האבן טענות אויף די בילד פון די אמעריקאנער זילבערנעם דאלער, און וועגן דעם קויפן זיי מטבעות וואס מען גיסט היימיש.
דינסטאג יוני 12, 2012 11:55 pm#17685
קיינמאל נישט געהערט פון נוצן היימיש געגאסענע מטבעות.

פדיון הבן בכלל איז זייער נישט קיין שכיח'דיגע זאך. ר' יענקעלע מפשעווארסק האט אמאל געזאגט ער געדענקט נישט פון דערהיים קיין פדיון הבן.

ממילא מנהגים פון פדיון הבן, זענען דא גאר ווינציג וואס ווייסן ריכטיג.
מיטוואך יוני 13, 2012 12:35 am#17692
שיטה מקובצת האט געשריבן:אין אייוועלט ליין איך פון א נייע חומרא וואס איך האב נישט געוויסט - אז מ׳וויל נישט נוצן די אמעריקאנער זילבערנע מטבעות פאר פדיון הבן ווייל עס האט א בילד פון פרוי ליבערטי, און דעריבער קויפן זיי היימיש געגאסענע מטבעות (!).

לכתחילה אריבער שרייבט:
הרב פאלקאוויטש פון קרית יואל, וואס פארקויפט מטבעות פאר פדיון הבן, ווייזט זייער גערן די מטבע וואס דער הייליגער חתם סופר הייסט ניצן פאר פדיון הבן, די מטבע האט אויף זיך א בילד ווי די מאמע האלט דעם אותו האיש יש"ו.

ער ווייזט עס פאר די אלע וואס האבן טענות אויף די בילד פון די אמעריקאנער זילבערנעם דאלער, און וועגן דעם קויפן זיי מטבעות וואס מען גיסט היימיש.

איך בין זייער נייגעריג וועם מען לייגט יא ארויף אויף די געגאסענע מטבעות?
ווער ווייסט, אפשר די רביזעכרונעליבראכע... (גוט געספעלט?)
זונטאג יוני 17, 2012 2:16 pm#18255
איז ארטס-קרול פרומ'ער ווי רש"י הק'?

As a rule of thumb, Artscroll translates and elucidates according to Rashi’s commentary. As the editors write in the introduction (to the English edition, but the same appears in the Hebrew edition) “[t]he translation and commentary almost always follow Rashi, although other opinions may be mentioned in the notes”. But what they fail to mention is that when Rashi’s commentary is not “frum” enough, it gives them good reason to deviate from Rashi.


In tractate Niddah (2a) the Mishna speaks about how using a Bedikah cloth before and after intercourse is enough to determine here status as tahor. Rashi, in his explaining the Mishnah, writes as follows:


אם ראתה דם אחר כך בבדיקת ערבית והיא שמשה בצהרים לא מטמאינן טהרות דמבדיקת שחרית עד תשמיש, שהרי קודם תשמיש בדקה, ומצאתה טהורה.
If she saw [blood]… when she checks herself at night, and she had intercourse in the afternoon, we do not consider her as Tameh from the morning till the intercourse, since she checked herself before she had intercourse and she found that she was clean.
The problem is that having intercourse in the afternoon is not frum. Well, actually, it depends. In BT Niddah 17a it says:
אמר רב חסדא: אסור לו לאדם שישמש מטתו ביום, שנאמר +ויקרא י"ט+ ואהבת לרעך כמוך. מאי משמע? אמר אביי: שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו. אמר רב הונא: ישראל קדושים הם ואין משמשין מטותיהן ביום אמר רבא: ואם היה בית אפל - מותר

Said R. Hisdah: it’s forbidden to have intercourse in daytime, because it says “you shall love your friend as
thyself”. But what is the proof from this verse? Abaye replied: He might observe something repulsive in her and she would thereby become loathsome to him. R. Huna said, Israel are holy and do not perform intercourse in daytime. Raba said, but in a dark house it is permitted.
So while intercourse should be done at night, if the room is dark it can be done at daytime. But, in our day and age it’s not frum enough.


In the English edition, Artscroll avoids the problem by simply not giving a time frame for that example and they just write that the bedikah before intercourse (no word on when the intercourse takes place) is considered a good enough bedikah. In the Hebrew edition, which is much better than its English counterpart in terms of explaining the Gemara, they explain in more depth. So instead of just giving the same example Rashi gave, they write as follows:


והמשמשת בעדים ... הרי זו כפקידה ... וממעטת על יד מעת לעת, כגון אם שימשה באמצע הלילה ונמצאה טהורה בבדיקתה אז, וראתה דם בשחרית, שאינה מטמאה למפרע מעת לעת משחרית של אתמול, אלא מאמצע הלילה בלבד, שהרי נמצאה טהורה אז בבדיקה של תשמיש.
And one who checks herself at the time of intercourse, it is considered a valid bedikah, for example, if she had intercourse in middle of the night and she found herself clean, and she saw blood in the morning, she isn't tameh only from in middle of the night onward, since she found herself to be clean in the intercourse bedikah.
It doesn't really change anything in the simple understanding of the Mishnah. But it does show that Artscroll was uncomfortable to give the same example as Rashi, and changed to come of more frum.

(קרעדיט: על דא ועל הא)
זונטאג יוני 17, 2012 2:33 pm#18263
see shabbos 140b where the gemara relates the instructions rav chusda gave to his daughters, where rashis' explanation is very explicit, and art scroll english elaborates, but art scroll hebrew is frumer,
דינסטאג יוני 19, 2012 1:07 pm#18617
איז דאס דער נייע אומאפציעלע תקנה דער לעצטע פאהר יאר - אלע באס דרייוערס דארפען טראגען היט און רעקל, אין ביי טייל אפילו די גארטל?
ווינטער זוממער נישט קיין נפק"מ.
זונטאג יולי 01, 2012 1:08 am#20900
יאנקל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אויך האב איך לעצטנס געזען א ספר וואס איז אויסשליסליך נאר אויף דעם פסוק "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".
דאס דערמאנט מיך פון אנדערע היינטיגע ספרים וואס קענען זיך פארמעסטן דערמיט. אויסער די ספר וואס איז דא אויף הלכות ביים פארן אויפ'ן וועג, וואס איז נאך פארשטענדליך, איז דא איינס אויף... טרעפט צו... "האפטושס"... "סניזן", און אויך א גאנץ ספר'ל אויף... זייגן. יא, אמת'דיג.
מי כעמך ישראל (כ'בין זיכער עס איז דא א ספר אויף די דריי ווערטער אויך, אדער איז מען נאכנישט אנגעקומען דערצו...)

אליעזר בראדט פון ״ספרים בלאג״ באריכטעט איבער א ספר: עיטוש להלכה [Sneezing] ר' יששכר הופמן, פג עמודים.

דוד אסף קאמענטירט.
דינסטאג יולי 17, 2012 9:14 pm#25290
בילד
די צעטעל הענגט אין אסאך געשעפטען אין ווילי.
איך קען אפשר פארשטיין רוב פון די זאכן , אבער פארוואס שטערט זיי אז מ׳גייט בארפיסיג??? פארוואס מיז יעדע זאך גיין אזוי עקסטרעם???
מיטוואך יולי 18, 2012 12:36 am#25413
ממש א שאד. רבקה אמינו וואלט נישט געמעגט אריינקומען און וואלט געדארפט אריינשיקען עשו קויפן די מילך.
מיטוואך יולי 18, 2012 6:13 am#25448
היינט צו טאג ביים מנחה עריע בסלאטסבערג גייט מען אין בית הכבוד מיט הוט אין רעקל.
מיטוואך יולי 18, 2012 10:13 am#25511
דולה ומשקה האט געשריבן:היינט צו טאג ביים מנחה עריע בסלאטסבערג גייט מען אין בית הכבוד מיט הוט אין רעקל.

מ'מוז גיין אדער ווער עס וויל קען גיין מיט און ווער עס וויל אן?
מיטוואך יולי 18, 2012 4:53 pm#25790
געווענליך גייט עס אזוי, ביי רבישע חתנטך ווי עס איז דא פלאטץ מען מאכט עס און איין בנין, און דארט ווי עס איז נישט דא קיין פלאטץ טיילט מען עס אפ און צוויי בנינים, עס האט גארנישט קיין שייכות מיט טאליבאן
מיטוואך יולי 18, 2012 5:03 pm#25795
עס איז דא זאכען וואס איך וואלט געוואלט וויסען איבער די נושא?
קארל האט געשריבן:
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)

איך פארשטיי עס נישט? וואס איז געווען די היתר? און ווי אזוי האט מען עס בארעכטיגט?

10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.

דאכט זיך אז מען פלעגט בכלל נישט גיין און כולל, ניין?!

14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.

עס איז א פאקט אז מיידליך ווערען אפגעפארען למחצה לשליש ולרביע, וואס איז דיין פוינט? אמאל איז אויכ געווען אינטערנעט?

23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.

ווי און ווען? איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.

וואס פשט דערפון?

64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.

עס איז אזוי אלץ א הלכה?

מיטוואך יולי 18, 2012 5:33 pm#25803
פריינדליך האט געשריבן:געווענליך גייט עס אזוי, ביי רבישע חתנטך ווי עס איז דא פלאטץ מען מאכט עס און איין בנין, און דארט ווי עס איז נישט דא קיין פלאטץ טיילט מען עס אפ און צוויי בנינים, עס האט גארנישט קיין שייכות מיט טאליבאן

דער עצם מושג אז דער חתן און כלה זאלן זיך געפינען אין צוויי עקסטערע בנינים איז איראניש ביז גאר. די טויזנטער חסידים פון כ״ק אדומו״ר שליט״א דארפן זיך געפינען מיט׳ן חתן אין איין בנין אבער נישט זיין באליבטע כלה מיט וועמען ער האט חתונה אט די נאכט?! עס איז טאקע נישט קיין טאליבאנישער באשלוס אפצוטיילן מענער און פרויען אין צוויי בנינים, אבער דאס אז מ׳זעט נישט ווי מאדנע און אבסורד דאס איז, שטאמט פון א טאליבאנישן מהלך המחשבה.
מיטוואך יולי 18, 2012 5:38 pm#25807
איך פארשטיי נישט גענוי וואס איז דער פראבלעם דערמיט.

דאס איז דען פרומקייט? דאס פאסירט דאך בלויז צוליב דעם וואס עס איז נישט פאראן גענוג פלאץ פאר ביידע (מענער/פרויען) אין דעם זעלבן בנין. און נאר ביי די צייטן ווען חתן-וכלה זענען ממילא נישט צוזאמען, דהיינו ביים טאנצן. ביי די חופה שטייען זיי צוזאמען, אין יחוד שטיבל ווייטער צוזאמען (בשעת די געסט עסן באזונדער אפגעטיילט), און ביי די מצוה טאנץ זיצן זיי ווידעראמאל צוזאמען. נו וועמען שטערט אז ביים טאנצן זענען זיי אין א באזונדערן בנין?
מיטוואך יולי 18, 2012 5:40 pm#25809
בכלל נישט קיין פראבלעם. ס׳איז נאר אבסורד.
מיטוואך יולי 18, 2012 5:42 pm#25812
יאנקל you know what ביסט גערעכט, לאמיר עס נעמען צו די נעקסטע סטעפ,
ביי די רבי'שע שמחות ווי די חתן כלה זענענן נאר זייטיגע שפילער, און מען האט זיי נאר אויסגעקליבען צי זיין אינאיינעם ווייל די משפחות שטימען, וועגן דעם זענענן זיי און עקסטערע בנינים..
מיטוואך יולי 18, 2012 5:46 pm#25815
פריינדליך האט געשריבן:יאנקל you know what ביסט גערעכט, לאמיר עס נעמען צו די נעקסטע סטעפ,
ביי די רבי'שע שמחות ווי די חתן כלה זענענן נאר זייטיגע שפילער, און מען האט זיי נאר אויסגעקליבען צי זיין אינאיינעם ווייל די משפחות שטימען, וועגן דעם זענענן זיי און עסטערע בנינים..

זייער אמת.
מיטוואך יולי 18, 2012 5:51 pm#25820
פריינדליך האט געשריבן:יאנקל you know what ביסט גערעכט, לאמיר עס נעמען צו די נעקסטע סטעפ,
ביי די רבי'שע שמחות זענען די חתן כלה נאר זייטיגע שפילער, און מען האט זיי נאר אויסגעקליבן צו זיין אינאיינעם ווייל די משפחות שטימען, וועגן דעם זענען זיי אין עקסטערע בנינים..


או ס'איז אויך א סימנא דמילתא, (מ'וואונטשט דאך סימן טוב) אז ביי די קינדער וועט מען זיך ארומ'הרג'ענען אויף די בנינים, איינער וועט שרייען דאס איז מיינס, און דער צווייטער אז עס איז געהערט פאר מיר.
וויזוי זאגט דער קדושת לוי? פארוואס וויינט מען ביי א חופה? ווייל די נשמות פון די קינדער קומען אראפ ביי די חופה... און זיי זעהען וואס גייט פאסירן.

נאר בדרך צחוק מכאיב.
מיטוואך יולי 18, 2012 7:29 pm#25886
דולה ומשקה האט געשריבן:איז ארטס-קרול פרומ'ער ווי רש"י הק'?

As a rule of thumb, Artscroll translates and elucidates according to Rashi’s commentary. As the editors write in the introduction (to the English edition, but the same appears in the Hebrew edition) “[t]he translation and commentary almost always follow Rashi, although other opinions may be mentioned in the notes”. But what they fail to mention is that when Rashi’s commentary is not “frum” enough, it gives them good reason to deviate from Rashi.


In tractate Niddah (2a) the Mishna speaks about how using a Bedikah cloth before and after intercourse is enough to determine here status as tahor. Rashi, in his explaining the Mishnah, writes as follows:


אם ראתה דם אחר כך בבדיקת ערבית והיא שמשה בצהרים לא מטמאינן טהרות דמבדיקת שחרית עד תשמיש, שהרי קודם תשמיש בדקה, ומצאתה טהורה.
If she saw [blood]… when she checks herself at night, and she had intercourse in the afternoon, we do not consider her as Tameh from the morning till the intercourse, since she checked herself before she had intercourse and she found that she was clean.
The problem is that having intercourse in the afternoon is not frum. Well, actually, it depends. In BT Niddah 17a it says:
אמר רב חסדא: אסור לו לאדם שישמש מטתו ביום, שנאמר +ויקרא י"ט+ ואהבת לרעך כמוך. מאי משמע? אמר אביי: שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו. אמר רב הונא: ישראל קדושים הם ואין משמשין מטותיהן ביום אמר רבא: ואם היה בית אפל - מותר

Said R. Hisdah: it’s forbidden to have intercourse in daytime, because it says “you shall love your friend as
thyself”. But what is the proof from this verse? Abaye replied: He might observe something repulsive in her and she would thereby become loathsome to him. R. Huna said, Israel are holy and do not perform intercourse in daytime. Raba said, but in a dark house it is permitted.
So while intercourse should be done at night, if the room is dark it can be done at daytime. But, in our day and age it’s not frum enough.


In the English edition, Artscroll avoids the problem by simply not giving a time frame for that example and they just write that the bedikah before intercourse (no word on when the intercourse takes place) is considered a good enough bedikah. In the Hebrew edition, which is much better than its English counterpart in terms of explaining the Gemara, they explain in more depth. So instead of just giving the same example Rashi gave, they write as follows:


והמשמשת בעדים ... הרי זו כפקידה ... וממעטת על יד מעת לעת, כגון אם שימשה באמצע הלילה ונמצאה טהורה בבדיקתה אז, וראתה דם בשחרית, שאינה מטמאה למפרע מעת לעת משחרית של אתמול, אלא מאמצע הלילה בלבד, שהרי נמצאה טהורה אז בבדיקה של תשמיש.
And one who checks herself at the time of intercourse, it is considered a valid bedikah, for example, if she had intercourse in middle of the night and she found herself clean, and she saw blood in the morning, she isn't tameh only from in middle of the night onward, since she found herself to be clean in the intercourse bedikah.
It doesn't really change anything in the simple understanding of the Mishnah. But it does show that Artscroll was uncomfortable to give the same example as Rashi, and changed to come of more frum.

(קרעדיט: על דא ועל הא)




די דערמאנסט מיך פון דעם
דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:59 pm#26400
שווימען מיט א... קאפל
אויף דעם צעטל וואס די קינדער ברענגען אהיים פון חדר זע איך איין בילד ווי א יונגל האט אן א קאפל, אדער א ספעציעלע קאפ-צודעק, ביים שווימען. די ווערטער אונטער דעם זאגט "געוויסע יונגלעך גייען מיט א קאפל אויך ביים שווימען. יראת שמים דארף מען אלעמאל האבן."
איז דאס בכלל א חומרא? פונקט ווי מען לערנט נישט אינמיטן שלאפן, גייט מען נישט מיט א קאפל ביים שווימען. איך האב נאכנישט געהערט אפילו פון קיין רב אדער דיין וואס זאל דאס האבן אמאל געטאן. זענען טאקע יענע יונגלעך גרעסערע ירא שמים ווי יעדן? און אויב איז דאס א חומרא, קומט נישט אויס אז די מלמדים טוען אומדירעקט זאגן פאר די יונגלעך אז זיי זענען אויף א מדריגה העכער ווי זייערע טאטעס און ווי אסאך גרויסע צדיקים וועלכע האבן ליידער "מיקל" געווען דערין?
אפשר זאל מען טאקע אויך אין מקוה אנהייבן טיילן קאפלעך?
דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:06 pm#26447
ענדליך! תיקון הכללי ספעציעל פאר קינדער! אינעווייניג האט עס שיינע גרויסע אותיות און אפילו בילדער יעדע עטליכע זייטן.

דא איז דער דעקל:
פרייטאג יולי 20, 2012 4:53 pm#26691
עס קימט דא? איך ווייס נישט?
פרייטאג יולי 20, 2012 4:57 pm#26693
דאס איז נישט א נייע מערכה דאכט זיך
זונטאג יולי 22, 2012 4:47 pm#27005
עס איז דא זאכען וואס איך וואלט געוואלט וויסען איבער די נושא!
קארל האט געשריבן:
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)

איך פארשטיי עס נישט? וואס איז געווען די היתר? און ווי אזוי האט מען עס בארעכטיגט?

10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.

דאכט זיך אז מען פלעגט בכלל נישט גיין און כולל, ניין?!

14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.

עס איז א פאקט אז מיידליך ווערען אפגעפארען למחצה לשליש ולרביע, וואס איז דיין פוינט? אמאל איז אויכ געווען אינטערנעט?

23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.

ווי און ווען? איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון
40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.

וואס פשט דערפון?

64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.

עס איז אזוי אלץ א הלכה?

זונטאג יולי 22, 2012 4:50 pm#27010
שרגא האט געשריבן:אויף דעם צעטל וואס די קינדער ברענגען אהיים פון חדר זע איך איין בילד ווי א יונגל האט אן א קאפל, אדער א ספעציעלע קאפ-צודעק, ביים שווימען. די ווערטער אונטער דעם זאגט "געוויסע יונגלעך גייען מיט א קאפל אויך ביים שווימען. יראת שמים דארף מען אלעמאל האבן."
איז דאס בכלל א חומרא? פונקט ווי מען לערנט נישט אינמיטן שלאפן, גייט מען נישט מיט א קאפל ביים שווימען. איך האב נאכנישט געהערט אפילו פון קיין רב אדער דיין וואס זאל דאס האבן אמאל געטאן. זענען טאקע יענע יונגלעך גרעסערע ירא שמים ווי יעדן? און אויב איז דאס א חומרא, קומט נישט אויס אז די מלמדים טוען אומדירעקט זאגן פאר די יונגלעך אז זיי זענען אויף א מדריגה העכער ווי זייערע טאטעס און ווי אסאך גרויסע צדיקים וועלכע האבן ליידער "מיקל" געווען דערין?
אפשר זאל מען טאקע אויך אין מקוה אנהייבן טיילן קאפלעך?

א געוויסע מוסד אין בארא פארק האט אזוי איינגעפירט, אז מען מוז שווימען מיט שלאף קאפלעך.

ביז אפאר יאר וועלן נאר די שוואכע תלמוד תורה'ס ערלויבן צו שווימען אין הוילן קאפ
זונטאג יולי 22, 2012 5:02 pm#27020
מיט א שווים ציצות אויך,און מיט שווים זאקן אויך ניין?? די מנהלים זענען פשוט בויארד!!
זונטאג יולי 22, 2012 5:24 pm#27038
פריינדליך האט געשריבן:עס איז דא זאכען וואס איך וואלט געוואלט וויסען איבער די נושא!
קארל האט געשריבן:
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)

איך פארשטיי עס נישט? וואס איז געווען די היתר? און ווי אזוי האט מען עס בארעכטיגט?


דאס לעבנסשטייגער איז פשוט נישט געווען אזוי אנגעהאנגען אויף הלכה. לגבי ווערים - פון א חסידישן צדיק זאגט מען נאך: "יעדער מענטש עסט א מעסטל ווערים דורכאויס זיין לעבן; מ'דארף נאר זען נישט איבערצופילן דעם מעסטל." ווערים איז געווען א חלק פונעם לעבן, און מ'האט נישט אנגעקוקט דעם איסור אזוי שווארץ-און-ווייס.

פריינדליך האט געשריבן:10. נאך צוויי דריי יאר איז כמעט יעדער געגאנגען ארבייטן, היינט, זיצן אין כולל אונטער 6-5 יאר, ווערט באטראכט ווי ווייניג.

דאכט זיך אז מען פלעגט בכלל נישט גיין און כולל, ניין?!

מ'רעדט דא פון צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק ווען מ'פלעגט יא גיין אין כולל, אבער בלויז גאר ווינציג.

פריינדליך האט געשריבן:14. מיידלעך זענען לכתחילה געגאנגען ארבעטן אין אפיסעס. מ'האט פארשטאנען אז אפילו אויב ס'זענען דא ריזיקעס, איז דא א פרייז וואס מען דארף באצאלן פאר דרך ארץ.

עס איז א פאקט אז מיידליך ווערען אפגעפארען למחצה לשליש ולרביע, וואס איז דיין פוינט? אמאל איז אויכ געווען אינטערנעט?

אמאל זענען אויך געווען שיינע נישט אידישע מענער און פרויען. אמאל זענען אויך מיידלעך אפגעפארן. די נקודה איז אז עס פלעגט קיינעם נישט בייפאלן צו אסר'ן דברים פשוטים פון דעם סדר העולם וויבאלד עס ברענגט א פראבלעם פאר אידישקייט. ליבערשט האט מען פרובירט צו ארבעטן מיט'ן מציאות אויפ'ן בעסטן אופן וואס שייך.

פריינדליך האט געשריבן:23. ציונות, עברית. היינט איז פאראן א מערכה ביי חסידי סאטמאר אז מ'זאל נישט דערמאנען אפילו א ווארט עברית, אין דער צייט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט זיך אליינס באנוצט מיט עברית.

ווי און ווען? איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון

ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט. דאס פאלגנדע האב איך געשריבן עטליכע יאר צוריק:
אין די לעצטע יארן איז שטארק נתרבה געווארן מדקדק צו זיין נאך יעדן ווארט צי עס שטאמט נישט חלילה פון עברית. אין די חרדי'שע סאטמארער אויסגאבעס זענען אין די לעצטע יארן געווען עטליכע אפהאנדלונגען איבער דעם ענין. מאמענטאל געדענק איך א שמועס הין-און-צוריק אין "דער בלאט" וואו מען האט דן געווען איבער דעם ווארט "נין" (אייניקל/איר-אייניקל) צי עס שטאמט פון עברית, און דער הינטערליגנדע מיינונג איז געווען אז אויב שטאמט עס טאקע פון עברית טאר מען זיך נישט באנוצן מיט דעם ווארט.
דער סאטמארער קובץ "גינת ורדים" האט זאגאר גענומען אלס איינער פון זיינע הויפט צילן צו פירן א מערכה מיט יעדעס ווארט פון דעם "לשון עלגים". עטליכע מאמרים זענען שוין טאקע געדרוקט געווארן אין דעם קובץ איבער עברית, און כמעט אלע פון זיי האבן באהאנדלט דעם שרעקליכן פראבלעם, אז מענטשן כאפן זיך נישט און עס פאלן אריין ווערטער וועלכע שטאמען אפ פון די ציונים.
איך בין געשטאנען דערביי ווען א איד האט געפרעגט איינער פון די עורכים פון דעם "גינת ורדים", הלמאי מ'מאכט אזא טומל אויף יעדעס ווארט עברית, מיט דעם איז מען דאך מטיל דופי אויף דעם הייליגן סאטמארער רבי'ן אליין! ווי באקאנט ווערן אין "ויואל משה" דערמאנט עטליכע ווערטער אין עברית, אזוי ווי "עיתון", "משטרה", "מפלגה" וכדומה, און דער סאטמארער רבי האט זיך בכלל נישט באמיט צו שרייבן "מכתב עת", אדער "שוטרים", אדער "פארטיי"א", וואס אזוי וואלט מען לכאורה געדארפט שרייבן לויט די נייע סטאנדארטן. טא, ווי שטימט איינס מיט'ן צווייטן?
(עס איז אויך אינטערעסאנט אז אין דער ביילאגע וואס איז געווען אין "דער איד" אין דער צייט פון דעם לעצטן יארצייט כ"ו אב, איז געדרוקט געווען בילדער פון דעם רבי'ן ביי דער חנוכת הבית פון א דארמיטאריע פון מוסדות ייטב לב אין א"י. דער ריזיגער טאוול וואס איז געהאנגען ביים מעמד הינטער דעם רבי'ן האט געמאלדן מיט קידוש לבנה אותיות איבער דער "פנימיה" וואס וועט דא געבויעט ווערן...)
איז נפשי בשאלתי, צי דער עולם קען זיך דא אביסל לאזן הערן וואס עס איז די אמת'ע קנאי'שע-סאטמארער דעה בנוגע נוצן עברית, און צי האט זיך עס געטוישט אין לויף פון די לעצטע יארן.

פריינדליך האט געשריבן:40. פרובירט זיך מפלפל זיין מיט אן עלטערן איד וועגן ספיקות אין ברכות, זיי וועלן אייך גלייך זאגן אז אמאל פלעגט מען זיך כמעט נישט קימערן מיט אזעלכע זאכן.

וואס פשט דערפון?

ווי פריער דערמאנט, ווי מאדנע עס קלינג פאר היינטיגע חרדי'שע אויערן, אמאל פלעגט מען נישט זיין אזוי אדוק אין הלכה.

פריינדליך האט געשריבן:64. פאר מלחמה פלעגט מען אין רוב מקומות נישט צודעקן די טישן אין בתי מדרשים שבת מיט א טישטוך, בלויז אין שטוב. היינט איז מען מקפיד צוצודעקן תיכף ומיד אפילו ווען נאר אן אינטש פונעם טיש איז אויפגעדעקט.

עס איז אזוי אלץ א הלכה?

ניין, ס'איז נישט קיין הלכה. אבער עס איז א ביישפיל פון א חומרא וואס איז היינט ביי טייל גאר הארב, אבער אמאל האט מען דערויף נישט מקפיד געווען.
זונטאג יולי 22, 2012 5:35 pm#27053
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:א געוויסע מוסד אין בארא פארק האט אזוי איינגעפירט, אז מען מוז שווימען מיט שלאף קאפלעך.
ביז אפאר יאר וועלן נאר די שוואכע תלמוד תורה'ס ערלויבן צו שווימען אין הוילן קאפ

איך האב אזוי געהערט אויף ת"ת ראחמיסטריווקא. קען איינער אפשר אנפרעגן די דארטיגע מנהלים אז זיי זאלן פארשטיין געבן דעם פשט דערפון?
זונטאג יולי 22, 2012 5:41 pm#27062
קארל האט געשריבן:
פריינדליך האט געשריבן:עס איז דא זאכען וואס איך וואלט געוואלט וויסען איבער די נושא!
קארל האט געשריבן:
4. ס'פלעגט נישט זיין אזא קפידה אויף ווערים, מ'האט געגעסן פארשידענע גרינצייג אפילו זיי זענען געווען מוחזק בתולעים, נאר מ'האט עס גרונטליך איבערגעוואשן (און נארט אייך נישט פון די וואס ווילן אייך איינרעדן אז היינט זענען דא מער ווערים – להד"ם!)


איך פארשטיי עס נישט? וואס איז געווען די היתר? און ווי אזוי האט מען עס בארעכטיגט?


דאס לעבנסשטייגער איז פשוט נישט געווען אזוי אנגעהאנגען אויף הלכה. לגבי ווערים - פון א חסידישן צדיק זאגט מען נאך: "יעדער מענטש עסט א מעסטל ווערים דורכאויס זיין לעבן; מ'דארף נאר זען נישט איבערצופילן דעם מעסטל." ווערים איז געווען א חלק פונעם לעבן, און מ'האט נישט אנגעקוקט דעם איסור אזוי שווארץ-און-ווייס.


כ'האב לעצטנס געזען אין ספר "הליכות הסופר - עובדות והנהגות מרן החתם סופר זיע"א" בשם הג"מ רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל בזה"ל:
מרן החתם סופר הק' זי"ע, היה מוסר בכל שנה בערב פסח את החסה המיועדת למרור, לבדיקה בידי שבעה מתלמידיו, ואחריהם הוסיף אף הוא לבדקה בעצמו, ואעפ"כ עדיין נמצאו בה חרקים, ולמרות כל זאת לא מש ממנהגו ליטול ירק זה למרור.
זונטאג יולי 22, 2012 5:54 pm#27070
יאנקל האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:א געוויסע מוסד אין בארא פארק האט אזוי איינגעפירט, אז מען מוז שווימען מיט שלאף קאפלעך.
ביז אפאר יאר וועלן נאר די שוואכע תלמוד תורה'ס ערלויבן צו שווימען אין הוילן קאפ

איך האב אזוי געהערט אויף ת"ת ראחמיסטריווקא. קען איינער אפשר אנפרעגן די דארטיגע מנהלים אז זיי זאלן פארשטיין געבן דעם פשט דערפון?

זיי זאגן אז עס איז מוסיף יראת שמים. ווער וויל דען אז זיינע קינדער זאלן פארלירן יראת שמים בלויז צוליב'ן הנאה פון שווימען?
זונטאג יולי 22, 2012 5:57 pm#27073
זיי האבן שוין פראבירט אלע אנדערע מיטלען מוסיף צו זיין יראת שמיים, אן קיין ערפאלג, פראבירן זיי עס יעצט אויס, ביז דערווייל איז עס נאר א פראבע, מ'ווארט מיט שפאנונג צו זען די תוצאות.
זונטאג יולי 22, 2012 6:13 pm#27090
ראשעקאל האט געשריבן:די צעטעל הענגט אין אסאך געשעפטען אין ווילי.
איך קען אפשר פארשטיין רוב פון די זאכן , אבער פארוואס שטערט זיי אז מ׳גייט בארפיסיג??? פארוואס מיז יעדע זאך גיין אזוי עקסטרעם???

יעצט איז עס אין די פאוסט!
m http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... o2O5HN5zeM m
זונטאג יולי 22, 2012 10:28 pm#27249
די דאזיגע אייסעס האט שוין אריינגעדרוקט דערויף די נויטיגע הלכות : "לשבור לפני שבת".
איין טאג וועלן די דעקלעך פון די סעלצער באטלעך אויך קומען מיט א גאנצע סעיף: "לפתוח לכתחילה לפני שבת. ויש מתירים בבקבוק של פלסטיק. טוב לעשות כמנהג אבותיו (משום לא תטוש) ואם צמא מאוד או במקום סכנה נא לצלצל הדיין."
מאנטאג יולי 23, 2012 1:29 am#27302
ייש״כ קארעל פאר דיין ענטפער
דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:18 pm#28981
איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט אין דעם אשכול, אפשר דארף מען עפענען א "מי כעמך ישראל" אשכול.
(אויב איינער ווייסט פון א בעסערע אשכול, לאזט מיר וויסן וועלן מיר עס אריבערפירן).

כ'בין פריער געשטאנען נעבן א איד, וואס פון 20 פוס אוועק האט מען געשפירט (מיט די נאז) אז ער איז מתאבל אויפן חורבן :twisted: :אויוויי:
מי כעמך ישראל.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:30 pm#29023
קארל האט געשריבן:46. אמאל האבן פרויען נישט מקפיד געווען אויף מישן אום פסח.
ידען: היינט יא? געב א קוק אין די שאפינג קארט פון די פרויענישע פסח ארדערס. קיינמאל נישט געועון אזויפיל היימישע פראדאקטס כשר לפסח. אפשר מאכסטו א חילוק צווישן געמישט פון גראסערי, און געמישט פונעם שכן?
קארל: שטיבער וואו מ'מישט זיך נישט, זענען די פרויען געווענליך אויך מקפיד זיך נישט צו מישן, פארקערט ווי דער מנהג פאר'ן קריג.

איך ווייס נישט דערפון, ביי אונז אין שטוב פלעגט מען זיך נישט מישן, אבער אויף די פרויען איז עס בכלל נישט געווען קיין קפידא.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:37 pm#29029
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט אין דעם אשכול, אפשר דארף מען עפענען א "מי כעמך ישראל" אשכול.
(אויב איינער ווייסט פון א בעסערע אשכול, לאזט מיר וויסן וועלן מיר עס אריבערפירן).

כ'בין פריער געשטאנען נעבן א איד, וואס פון 20 פוס אוועק האט מען געשפירט (מיט די נאז) אז ער איז מתאבל אויפן חורבן :twisted: :אויוויי:
מי כעמך ישראל.

אין די טעג, וואו מען גייט קען מען עס שפירען..
דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:45 pm#29033
כ'בין פריער געשטאנען נעבן א איד, וואס פון 20 פוס אוועק האט מען געשפירט (מיט די נאז) אז ער איז מתאבל אויפן חורבן

כעל זיין א מליץ יושר
סאיז ביי מיר ברור אז דער איד שמעקט אזוי א גאנץ יאר אויכ
דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:48 pm#29035
קרעקער האט געשריבן:כ'בין פריער געשטאנען נעבן א איד, וואס פון 20 פוס אוועק האט מען געשפירט (מיט די נאז) אז ער איז מתאבל אויפן חורבן

כעל זיין א מליץ יושר
סאיז ביי מיר ברור אז דער איד שמעקט אזוי א גאנץ יאר אויכ

זאג עם אז שבת מעג ער אזוי נישט שמעקען, ס'גייט אריין אין אבילות בפרהסיה.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:32 pm#29066
געפילטע פיש האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:כ'בין פריער געשטאנען נעבן א איד, וואס פון 20 פוס אוועק האט מען געשפירט (מיט די נאז) אז ער איז מתאבל אויפן חורבן

כעל זיין א מליץ יושר
סאיז ביי מיר ברור אז דער איד שמעקט אזוי א גאנץ יאר אויכ

זאג עם אז שבת מעג ער אזוי נישט שמעקען, ס'גייט אריין אין אבילות בפרהסיה.

ס׳איז דא א שטארקע דיעה אז מקפיד זיין אויפן ריח אין די ניין טעיג איז דוחה די איסור פון אבילות בפרהסיא, גלייבסט נישט? אקטעוועזיר נאר דיין חוש הריח דעם שבת...
דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:09 pm#29124
פאזעטיוו האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:כ'בין פריער געשטאנען נעבן א איד, וואס פון 20 פוס אוועק האט מען געשפירט (מיט די נאז) אז ער איז מתאבל אויפן חורבן

כעל זיין א מליץ יושר
סאיז ביי מיר ברור אז דער איד שמעקט אזוי א גאנץ יאר אויכ

זאג עם אז שבת מעג ער אזוי נישט שמעקען, ס'גייט אריין אין אבילות בפרהסיה.

ס׳איז דא א שטארקע דיעה אז מקפיד זיין אויפן ריח אין די ניין טעיג איז דוחה די איסור פון אבילות בפרהסיא, גלייבסט נישט? אקטעוועזיר נאר דיין חוש הריח דעם שבת...

שיק מיר די עקטיוועשען קאוד אין אישי...
דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:38 pm#29137
פארוואס אין אישי? זאל יעדער הנאה האבען דערפון...
1- באקס טישאען (ווייעכע רעקאמאנדירט).
2- נאז סאנקשענער.
3- אפאר קיו טיפס אין פאל פון תרעין סתומין.
4- דאס איז די וויכטעגסטע נעמט אייך צום עבודת הבלאזעריי והגראבלעריי ביז אלע ווענטלעך זענען גלאט ווי א אבן שיש.
דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:43 pm#29138
דער וואס דארף שבת חזון א עקטיוועשען קאוד זאל זיך ביטע מאכן א אפוינטמנט ביי א אי.נ.טי. ספעציאליסט.