Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב! 1000 לייקס

מזל טוב! 1000 לייקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 395 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1820
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:22 pm#357049
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
וואס פאלט דיר איין אז ער איז נישט געשעצט און ארויפגעקוקט?
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 7:25 pm#357074
שמעקעדיג האט געשריבן:לענ"ד איז ריכטיג די מערסטע אונטערגשאצטער ניק דא אין שטיבל, זיינע ידיעות אין אלע תחומים זענען ממש מבהיל, מיט אזא שכל הישר, נעמט אנטייל אין רוב ויכוחים און נאך קיינמאל נישט געטשעפעט א פליג אויפן וואנט, און אלעס מיט אזא זיסקייט, איידלקייט, געשמאקקייט בנוסף צו גוטע ספעלינג און אויסלייג, וואס נאך קען מען זיך וואונטשן?

מזל טוב מזל טוב, איך נעם 5 לייקס שבת געלט.. :)

ש'כח שמעקעדיג און אלע אנדערע מגיבים, שבת געלט וועט נאכקומען בל"נ.

אין פאל איינער נעמט ערנסט שמעקעדיג'ס ווערטער וויל איך דא מגלה זיין ברבים, איך האב נישט קיין שיג ושיח אין פאעזיע און איך זעה זיך נישט אפילו אמאל אנצוקומען דערצו, ס'רעדט עפעס נישט צו מיין הארץ, גיי פארשטיי... מאטעמאטיק און בקורת המקרא ועוד ענינים האב איך אויך נישט קיין אהנונג, הגם איך האב חשק דערצו קום איך נישט אן.

איך זעה נישט מ'זאל מיר האבן אינטערגעשאצט, די ratio פון מיינע תגובות ווס. לייקס איז גאנץ נארמאל מיטל-קלאסיג, ארום צוויי דריטל (יעצט וועט טאמבל טענה'ן אז מ'קען נישט צאמשטעלן תגובות ווס. לייקס ווייל ס'פארהאן תגובות וואס ציהען בטבעם מער לייקס אינדערצייט וואס אנדערע תגובות זענען נישט ראוי להתייחסות, וועל איך איהם צוריקענטפערן אז די חשבון גראדט זיך אויס אויב מען רעכנט מיר אלץ יחיד ווס. דעם ציבור המלקקים אלץ קאלעקטיוו, וועט ער מיר פארהאלטן פאר מיין חוצפה אנצוקוקן די געזעלשאפט מיט אזא גאוה'דיגע (ח"ו ער וועט נישט נוצן דעם ווארט 'גאוה', ער וועט טרעפן עפעס מער פענסי) בליק, וכו' וכו' והדברים עתיקין), און ס'איז דאך נישט מער ווי נארמאל, ווייל איך עפן כמעט נישט קיין אשכולות, און סתם תגובות באקומען ווייניגער לייקס ווי אשכולות.
mevakesh האט געשריבן:איך בין מסכים מיט שמעקעדיג
און דער עיקר ווי ריכטיג שיינט ארויס איז ביי וויכוחים ווי ער האלט זיין שיטה פעסט אבער קיינמאל נישט אטאקירן יענעם פארן האלטן אנדערש

אויף דעם ענין איז דא א גוטע ראול מאדעל.

טשעפענען? אטאקירן? ווער טשעפעט זיך דען דא? ס'איז דא ניקס -דווקא געלונגענע - וואס זייער שפראך איז נאטורליך אביסל בייסיג, ס'מיינט נישט גארנישט, שולדיג איז דער וואס נעמט עס פערזענליך.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:00 pm#357078
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
און יאך זאג, אז מ'קען פון לייקס בכלל קיין ראיה נישט ברענגען, כדי צו קענען שאצן וויפיל מאס שעצונג מען פארמאגט. עכ"פ אזוי איז עס ביי מיר, במחילה מכבוד @שמעקעדיג ורבבי לייקותיו.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:55 pm#357082
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
נכון.

במאמר המוסגר, פונקט לעצטנס געליינט איבער דעם INTP נאטור, אז זיי זענען שטארק באזארגט איבער זייערע רעפוטאציע. והדברים ברורים. (ואני הקט בתוכם....)
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 8:58 pm#357083
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
איך שרייב עס דאך אלס חיזוק פאר INTP'ס...
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:39 pm#357091
ולא פליגי, דער INTP פגר'ט פשוט צו וויסן אויב ער איז ממש משוגע פארן טראכטן דאס וואס ער טראכט, און ער מעסט דאס לויט זיין רעפוטאציע ביי אנדערע. מבשרי אחזה.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:09 pm#357098
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
פונקט קאפויער.
וויבאלד די אלגעמיינע באפעלקערונג קען זיך נישט פארשטיין מיט זיין הלך המחשבה (ללא רגשות ונגיעות) האט ער א סאציאלער קאמפלעקס און ער מיינט אז זיין רעפוטאציע וועט אים העלפן.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 1:12 pm#357140
שש משזר האט געשריבן:
רב טובך אשר צפנת קומט דא ארויס
ידיך המלאים כל טוב ווערט נישט אויס
כ'האב הנאה געהאט צו הערן דיין וואויס
טיפע מיינונגען ותגובות הגם נישט גרויס
יא, ס'א מיעוט הכמות ורב האיכות בלויז
גראטוליר איך דיין אלף'ל, לעת הזאת.


מזל טוב להאי גברא רבא ויקירא הרב @ריכטיג, ביים שענקן פאר דיר דעם טויזנטסטן לייק,
ויוסיף ה' לך אלף פעמים ככה, ער זאל דיר שטענדיג 'לייק'ן...


מצטרף לברכה
הרב ATUB @ריכטיג ATUB איז פון די געשמאקסטע דעבאטירער'ס דא אין שטיבל, א סוגיא וואס ער נעמט ערענסט וועט נישט דורכגיין אן ער זאל עס אויסקנעטן פון אלע זייטן מיט די אויגן געצילט אויפן אמת, ובכלל רינט פון אים ידיעות בחקר הדורות תולדות וחיי הגדולים ושאר עניני מדע,
כה לחי!
זונטאג מאי 13, 2018 2:01 pm#402396
דער ATUB @סמבטיון ATUB מיט זיינע וואסערן און שטיינער טוט רוישן
ווי קענען מיר עם אנטוישן
אלעמאל דא מיט א ווארט, א גוטס, א זיסע, אדער א שארפן
זיינע שטיינדעלעך ביז אין דער הויעך טוט ער ווארפן
קיין סאך ווי עם האבמיר שוין נישט דא געבליבן
און 999 מאל האט מען עם שוין געטון ליבן
אשר על כן האבעך געקלערט חזק חזק ונתחזק
לאממיר באעהרן סמבטיון מיט א טויזנטסטער לייק
און יה"ר שיפוצו סמבטיוניך החוצה והדרן עלך
דער עולם זאל אייך האלטן אין איין לייקן נאך און נאך
אויף יעדער מימרא זאלן צענדליגע לייקס זיין
כשאיפת לבבי הטהור - דער זיידענע יונגערמאן
זונטאג מאי 13, 2018 2:17 pm#402401
מזל טוב! יעצט געריטשט 1000 לייקס בשעה טובה ומצלחת!
זונטאג מאי 13, 2018 3:49 pm#402409
אין בעלזא האט מען מקפיד געווען אויף 1001..
מיטוואך יוני 06, 2018 12:05 am#405075
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
מזל טוב, ברוכים תיהו, ביי אייך אויף שמחות.
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:10 am#409270
נעווער טו לעיט, גיב איך א קוק אין די לינקע זייט, יאפ ער האט גענוי ביי 999, קום איך נאך פון א דור וואס לייקס האט געטראגן א חשיבות נישט ווייניגער ווי די ביטקוין 4 חדשים צוריק, ווי @כוכב און @שש משזר האבן פראבירט איבערצושטייגן איינעם דעם אנדערן קריעטיוועטי, כאטש איך בין נישט יוצא @זר זהב הגדרה אז די נתינה דארף איבערשטייגן די קבלה.

יהללוך זר, וואס טוט מען ווען, 'ולא' די זר טוט דאס נישט איז די עצה 'פיך' מען דארף זיך אליינס א קלאפ טון אין די פלייצע.

איך האב מורא אז מיין אנדערע ניק וועט מיר מוזן גיבן די טויזענטע לייק...
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:39 am#409273
כ'האב עס גע'הרג'ט, געשאסן דעם טויזנסטע לייק!!

מזל טוב!! אסאך לייקס ביי דעם און אלע דיינע ניקס (אויב דו האסט נאך).
פרייטאג יולי 20, 2018 2:09 pm#409434
עמעזאן מזל טוב! לעצטנס ביסטו נישט אזוי בנמצא דא, דריי דיך אפטער וועט די לייק קאנטע ארויפגיין שנעלער...
פרייטאג יולי 20, 2018 2:44 pm#409435
הייבט זיך נישט אן. איך דריי מיך שוין דא פאר יארן, איך פארפאס נישט קיין טאג, און מיין א.ג. 'לייק קאנטע' רירט זיך נישט.
פרייטאג יולי 20, 2018 3:18 pm#409441
זאל זיין צו מצוה
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:35 am#425617
איסר האטלקי האט געשריבן:הייבט זיך נישט אן. איך דריי מיך שוין דא פאר יארן, איך פארפאס נישט קיין טאג, און מיין א.ג. 'לייק קאנטע' רירט זיך נישט.

רבון העולמים, הגעתי הגעתי הגעתי...
מאנטאג מערץ 04, 2019 7:52 am#425618
איסר האטלקי האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:הייבט זיך נישט אן. איך דריי מיך שוין דא פאר יארן, איך פארפאס נישט קיין טאג, און מיין א.ג. 'לייק קאנטע' רירט זיך נישט.

רבון העולמים, הגעתי הגעתי הגעתי...


ס'האט זיך יעצט געגעבן נאך א ריר...
דאנערשטאג מאי 30, 2019 5:43 pm#431339
לא זכיתי אז איינער זאל זיך וויסנדיג מאכן פון אזא שמענדריק ווי מיר, אלזא בלייבט מיר נישט איבער קיין צוויי ברירות נאר געבן א ברום ארויס, מיט א שאגת ארי הנוהם מתוך קופה של אלף לייקים: ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה.