Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב! 1000 לייקס

מזל טוב! 1000 לייקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 395 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1820
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:26 pm#44426
מזל טוב! 1000 לייקס
א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר מוה"ר יאנקל שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלף לייקס"
יה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר



l thankslist.php?sk=e&sd=d l
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:02 pm#44438
מזל טוב ר' יענקל ויהי רצון כשם שנכנסתא לאלף כך יכנס לאלפי אלפים
קיפ אופ יאור גאד ווארק
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:09 pm#44477
א דאנק ר' שמואל. אי"ה ביי דיר אויף שמחות! (דו ביסט נישט קיין סך הינטערשטעליג...)
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:35 pm#44487
יאנקל אונז אלע לייק מיר דיך!
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:42 pm#44489
מזל טוב מזל טוב!!!

די פיפצען מערס געלייקטע זענען יעצט ווי פאלגענד:
יאנקל (1009), יידל (939), שמואל הלוי (896), געפילטע פיש (844), שמעקעדיג (731), זר זהב (643), משה געציל (515), יואליש (403), קופערניקוס (330), שרגא (312), DotCom (270), טאמבל סאס (253), קארל (252), בן תמליון (250), ראשעקאל (240)
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:55 pm#44687
מזל טוב! צוצוקומען צו אזא מדריגה איז נישט קיין קלייניקייט! עס בלייבט מיר נישט איבער מער וואו צו וואונטשען אז ישמעו חכמים ויוסיף לקח, ממנו ילמדו וכן יעשו, און זיי זאלן אויך זוכה זיין צו דערגרייכן אזא מדריגה פון אזויפיל אומצאליגע לייקבארע תגובות, עדי נזכה לביאת גואל צדק.
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:18 pm#44785
יאנקל

מען קען דיר נישט באצאלען פאר דיינע גוטע זאכען וואס דו געסט אונז אלעמאל.

לייקס איז די מינימום וואס מע קען דיך ארויסווייזען ווי שטארק אונז האמער הנאה און עפרישיעטען דיין גוטסקייט.
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:20 pm#44786
ראשעקאל האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב!!!

די פיפצען מערס געלייקטע זענען יעצט ווי פאלגענד:
יאנקל (1009), יידל (939), שמואל הלוי (896), געפילטע פיש (844), שמעקעדיג (731), זר זהב (643), משה געציל (515), יואליש (403), קופערניקוס (330), שרגא (312), DotCom (270), טאמבל סאס (253), קארל (252), בן תמליון (250), ראשעקאל (240)

האסט ספעשעל געמאכט נאר די ערשטע פופצען אז דו זאלסט נאך זיין אין דעם און מיך אויסצוקראסען? :(
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:36 pm#44790
א חוצפה! ווי ביניך אראפגעפלויגן!
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:23 pm#44816
דבילה האט געשריבן:א חוצפה! ווי ביניך אראפגעפלויגן!

:lol:

דאס זאג איך. ער האט נאר געטראכט וויזוי זיך ארויפצולייגען און אויב לייגט ער דיר מוז ער זיך אראפריקען אדער מאכען די 20 מערסטע לייקס...
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:49 pm#44822
עטץ דרייטס א קאפ. איך האב גענומען די ליסט פון פיפצען מערסט געלייקטע פון אינטען אויף די הויפט זייט
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:11 pm#44832
ראשעקאל איז אין א' סליחות mode...

קעניש נעמען א joke ;)
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:13 pm#48209
מתוך כבוד והערצה וויל איך באגריסן אונזער אלעמען באליבטן פה מפיק מרגליות, החכם הדגול מוה"ר ר' יידל שליט"א, מגדולי חכמי השטיבל, צו דערגרייכן צו 1,000 ערליך-פארדינטע לייקס.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:17 pm#48211
כיידל ועוד ליידל.
הצלחה אויף ווייטער, כן ירבו!
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:19 pm#48212
ראשעקאל האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב!!!

די פופצן מערסט-געלייקטע זענען יעצט ווי פאלגענד:
יאנקל (1009), יידל (939), שמואל הלוי (896), געפילטע פיש (844), שמעקעדיג (731), זר זהב (643), משה געציל (515), יואליש (403), קופערניקוס (330), שרגא (312), DotCom (270), טאמבל סאס (253), קארל (252), בן תמליון (250), ראשעקאל (240)


און יעצט, ווי פאלגענד:
יאנקל (1055), יידל (1002), שמואל הלוי (930), געפילטע פיש (903), שמעקעדיג (812), זר זהב (698), משה געציל (529), יואליש (417), קופערניקוס (355), שרגא (318), טאמבל סאס (278), דאט-קאם (273), בן תמליון (265), קארל (261), ראשעקאל (256)

כן ירבו.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:58 pm#48222
מזל טוב יאנקל און יידל אחיותנו את היי לאלפי רבבה!

עס איז א כבוד פאר כל מבקרי השטיבל אז עוד יהודה רד עם קל
און אין דעם ירידת הדורות האט נאך דיק עולם א טעיסט!  
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:32 pm#50435
א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר מוה"ר יידל שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלף לייקס"
יה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר
דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:42 pm#50443
מזל טוב מזל טוב פאר יאנקל און יידל. דער אייבירשטער זאל העלפן עטץ זאלטס האבן אסאך נחת פון ענקערע 1000 לייקס און פון אלע אנדערע לייקס וואס וועט נאכקומען עד סוף כל הדורות/לייקס, און ענקערע לייקס זאלן משפיע זיין פאר אנדערע אסאך לייקס פון אסאך ניקים וואס וועלן דורך דעם צוריק'לייקן פאר די וואס האבן גע'לייקט און דאדורך וועלן נאך אנדערע האבן נאך לייקס ביז מיר וועלן זוכה זיין צו וואס מיר אלע ווארטן שוין אזוי לאנג, און דער לייק'עבעל משיח וועט אנקומען און מיין רבי וועט ענק אלע פירן קעגן אים און ער וועט אונז אויסלייזן ארויס פון גלות ווען יעדער וועט זעהן אז ס'דא נאר איין גאט און קיינער וועט מער נישט לייק'ענען אין אים. אמן
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:45 pm#55131
א הערצליכן מזל טוב פאר ידידינו היקר מוה"ר געפילטע פיש שליט"א
לרגל הגיעו ל"אלף לייקס"
יה"ר שקרן הלייקים שלך יתרבו ויתרוממו למעלה למעלה עד אין מספר

ס'איז א פראכט און שטאלץ פאר אונזער שטיבל!
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:54 pm#55140
שמעקעדיג בקרוב ביי דיר אויף שמחות
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:55 pm#55142
מזל טוב געפילטע צום טויזענסטען סלייס געפילטע פיש!
דער עולם גייט פאר געפילטע פיש
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:00 pm#55145
אצינד איז דער חשבון ווי פאלגענד (איך שרייב עס נאר למען ידעו דורותיכם)

יאנקל (1175), יידל (1038), געפילטע פיש (1000), שמואל הלוי (976), שמעקעדיג (967), זר זהב (905), משה געציל (547), יואליש (445), קופערניקוס (442), דאטקאם (343), שרגא (319), טאמבל סאס (296), בן תמליון (287), ראשעקאל (285), ידען (272)
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:16 pm#55149
נאך די אלע יו"ט ווער לייקט נאך געפילטע פיש?
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:31 pm#55155
ס'דא רעסעפיס וואס האבן זייער אייגענארטיגע חן.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:36 pm#55159
היסטאריקער האט געשריבן:נאך די אלע יו"ט ווער לייקט נאך געפילטע פיש?

איך גלייך זייער געפילטע פיש.
עס מאכט מיר די סעודה.
מיין ערגסטע סעודה אין גאנץ תשרי איז די צווייטע פון ערב יוהכ"פ, ווען מען עסט נישט קיין פיש!
איך האב ליב די געהעריגע ("ביינער") פיש (אבער אן ביינער, פילעי פרעפערד), און די קאטשעניו, און די געפילטע.
איך ווער נישט נמאס פון דעם!

אבער פארוואס פארדרייען דעם אשכול?
די אלע ענינים קען מען אויסשמועסן דא, אין דעם אשכול.

פון די ניק "געפילטע פיש" ווערט מען נישט נמאס, זיינע תגובות זענען יעדן טאג דערפרישענד כמעיין המתגבר!
מאנטאג אפריל 07, 2014 7:59 pm#195124
טענק יו רעד גיי.
איז וואס טוה איך יעצט? רב סאקס וויל איך זאל מער מאריך זיין און דו ווילסט איז זאל בלייבן קורץ ,עני איידיעס?

לייקס להוצאה ניתנו ,אז מען האלט עס ביי זיך איז מען עלול צו באקומען א בויך וויי.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:30 pm#195701
מזל טוב צו 600
מזל טוב צו מיין 600טע תגובה,

מעניני דיומא, זכר צו "ושש מאות רכב בחור" פון פרעה
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:42 pm#195706
היסטאריקער האט געשריבן:מזל טוב צו מיין 600טע תגובה,

מעניני דיומא, זכר צו "ושש מאות רכב בחור" פון פרעה

אנטשולדיגט ATUB @היסטאריקער ATUB , דא רעדט מען פון לייקס נישט פון קיין תגובות
מעניני דיומא, זכר צו "אהבתי כי ישמע" וואס מען זאגט פסח באנאכט ביי הלל.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:45 pm#195708
פלעין ביסט לעצטענס עפעס זייער בייסיג, די ווייב האט דיר פארשיקט אין גלות אויף די פייער עסקעיפ?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:49 pm#195710
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פלעין ביסט לעצטענס עפעס זייער בייסיג, די ווייב האט דיר פארשיקט אין גלות אויף די פייער עסקעיפ?

פארוואס עפעב בייסיג?
איך שפיר מיר גאנץ געריבן אז ענדליך אמאל קען איך אויך שרייבן עפס א גיטן בליץ
קומסטו אין די געבסט מיר אזא רייס אראפ.

גראדע איז בייסיג אויך גאנץ מעניני דיומא ע''ש ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:26 pm#195717
צוליב דעם וואלסטו ווען געדארפט יעצט זיין נישט בייסיג
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:34 pm#195736
היסטאריקער האט געשריבן:מזל טוב צו מיין 600טע תגובה,

מעניני דיומא, זכר צו "ושש מאות רכב בחור" פון פרעה

נישט געוואוסט אז מיר האבן אזא אלטן בחור אנבאורד :P :)
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:43 pm#195739
נאר מיינע תגובה׳ס זענן בחוריש, שוין לאנג פארפאסט די בן ארבעים לבינה
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:06 pm#197874
עהעם... עהעם... :ווינק:
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:12 pm#197876
מזל טוב! עהעם, דו שרייבסט דאך כסדר אז דו דארפסט נישט די לייקס...... נאר דו ארבעטסט אויף אונזער מדה פון הכרת הטוב....

שטותים אין די זייט. ווער נאך ווי אונזער רעוואלוציאנערישע פישעלע פארדינט אונזערע לייקס?? דו ביזט דאך אונז מהנה און דו לייגסט אריין איבערמידליכע ארבעט! חוץ דיינע אייגענע תגובות מלא חן ביסטו דולה ומשקה מסלתה ושמנה פון אונזערע ארטיקלען, בקנקן חדש מלא ישן!

איז מזל טוב מזל טוב, בקרוב מערצאשעם ביי די 2,000!!!
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:15 pm#197877
פישע'לע, זאג מיר שכויח. כ'האב געהאט א יד דערונען...
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:25 pm#197879
פ'ורניטשער? י'ענע ש'וטה, ל'א ע'לינו... ה'אלטסט ע'ר ר'עדאקטירט ר'גשי י'ם? נ'ישמער ג'עדאכט...
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:48 pm#197885
א'יינס אין די ים פישל שמו,
ב'מה אברכך ווי אזוי,
ג'עלונגען אין "אין די דעזיין",
ד'י בלעטער הערליך שיין,
ה'אלבע טעג גאנצע נעכט,
וו'ער ווייסט וויפל לעכט,
ז'יין געטריישאפט אן א צאל,
ח'כם ונבון ביים קהל,
ט'וב טעם ודעת באקאנט,
י'ום טוב לישראל איז היינט,
כ'עניינע הרע דיין פנים שיינט,
ל'כבוד די געהויבענע שעה,
מ'זל טוב די מינוט איז דא,
נ'א עמיר מסיים זיין בברכה,
ס'מחה ונחת און הצלחה,
ע'ויף שמחות צוזאם,
פ'ישעלע ביסט א אויסנאם,
צ'וליב דיינע בלעטער און מידות,
ק'ולמוס און נקודות,
ר'חמנות אבער אונז נישט פארגעסן,
ש'טענדיג ביי די ארבייט געדענק,
ת'ושב ביסטו דא נישט אין האלצענע שענק.
דינסטאג אפריל 29, 2014 7:23 pm#198030
מזל טוב ATUB @גאלד ATUB א שטארקע ארוני מיט א גאלדענע פעדער
דינסטאג אפריל 29, 2014 7:47 pm#198034
מזל טוב לכבוד ידידי הנאמן, לשונו שזור בחוטי זהב, עטו מעוטר באבנים טובים ומאירות עינים, מקדש שם שמים ברבים ה״ה החבר הותיק ועושה חסד גאלד שליטא.

ברם יזכור, איך וויל דערמאנען דא דעם עולם די גרויסע קידוש השם וואס ער האט געטוהן ביי די גלויבער טראגעדיע מיטן מפרסם זיין די בריוו פונעם חתן.

בקרוב במהרה צו די 7 טויזענסטע לייק.
דינסטאג אפריל 29, 2014 10:26 pm#198059
גאלד
איין ווארט
I love you
כאב דיר שוין כמה פעמים געזאגט.
אפגעזעהן פון דיין חסידות, ביסטו א מענטש מיט א קעפל אויף די פלייצע, א זעלטענעם שכל הישר, פראנץ יאזעף וואלט געקענט מיט דיר שטאלצירן אלס זיין פערזענליכער יועץ.

אלץ שרייבסטו צום זאך, צום פינטל, מיט א גוטן פעדער.
קיפ איט קאמינג....
דינסטאג אפריל 29, 2014 10:56 pm#198064
די אהרונים מעגן שטאלצירען אז זיי האבן גאלד אויף זייער זייט. א רחמנות אויף די זאליס אז זיי האבן נישט קיינעם וואס שרייבט מיט שכל אז אפילו א פרעמדע מענטש זאל קענען פארשטיין זיין זייט.
דינסטאג אפריל 29, 2014 10:58 pm#198065
מ'קען שרייבן מיט שכל לגיונות אויך.
דינסטאג אפריל 29, 2014 11:00 pm#198069
אמת. איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלי, אבער פון אלע דא וואס זענען ביזי מיט די דרעק איז גאלד די איינציגסטע וואס מאכט סענס. נישט דא קיין איין אנדערע אהרוני און קיין שום זאלי וואס זיין שרייבן איז שכל׳דיג ווי גאלד. און וועגן ווער ס׳שרייבט אמת ווייס איך נישט. איך קען נישט די זאכן.
דינסטאג אפריל 29, 2014 11:01 pm#198070
ליגענט קען מאכן סענס. איך זע נישט די גדולה
מיטוואך אפריל 30, 2014 12:15 am#198088
אליבא דאמת האט געשריבן:אמת. איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלי, אבער פון אלע דא וואס זענען ביזי מיט די דרעק איז גאלד די איינציגסטע וואס מאכט סענס. נישט דא קיין איין אנדערע אהרוני און קיין שום זאלי וואס זיין שרייבן איז שכל׳דיג ווי גאלד. און וועגן ווער ס׳שרייבט אמת ווייס איך נישט. איך קען נישט די זאכן.

שעפטל איז נישט אוועקצומאכן
מיטוואך אפריל 30, 2014 12:16 am#198089
מזל טוב היימישער ליטוואק!
אזא קיוט ליטוואק.... א געשמאקער אידל....
מיטוואך אפריל 30, 2014 2:27 pm#198237
שמעקעדיג האט געשריבן:
אליבא דאמת האט געשריבן:אמת. איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלי, אבער פון אלע דא וואס זענען ביזי מיט די דרעק איז גאלד די איינציגסטע וואס מאכט סענס. נישט דא קיין איין אנדערע אהרוני און קיין שום זאלי וואס זיין שרייבן איז שכל׳דיג ווי גאלד. און וועגן ווער ס׳שרייבט אמת ווייס איך נישט. איך קען נישט די זאכן.

שעפטל איז נישט אוועקצומאכן

ATUB @שרייבער ATUB איז אויך גוט.
אינטערסאנט פארוואס די זאליס קענען זיך נישט אויסקראצען איין נארמאלע שרייבער. גראדע אמאל האבן זיי געהאט. ATUB @קפנדריא ATUB מייניך האט ער געהייסן
מיטוואך אפריל 30, 2014 2:29 pm#198238
אונזער אומפארגעסליכער זר זהב איז אויך געווען פרא-זאלי
דינסטאג מאי 20, 2014 12:01 pm#201296
מזל טוב @אבטולמוס!!