Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב! 1000 לייקס

מזל טוב! 1000 לייקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
120 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 395 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1820
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:04 pm#299347
מזל טוב ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB פארן איבערשטייגן די סכום פון 1,000 לייקס!
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:13 pm#299349
Wow! מזל טוב ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB

יעצט איז שוין מקוים געווארן דעם אלף נכנסים לתלמוד ואחד יוצא להוראה
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:17 pm#299351
באמערק איך אז ATUB @געוואלדיג ATUB האט אומבאמערקטערהייט שוין אויך באקומען איבער טויזענט לייקס, מזל טוב!
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:09 am#300657
ראבויסעם, עס קומט מיר א גרויסע מזל טוב!!
אין די יעצטיגע מינוטען האב איך געגעבן די 1,000׳סטע לייק!!

ביי דעם געלעגענהייט וויל איך מיר באדאנקן פאר אלע חברי השטיבל וואס יעדער באזונדער געבט צו צום שטיבל פון וואס אונז אלע האבן אזוי הנאה, יעדער איינער אויף זיין אופן, כה לחי!!
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:18 pm#300969
ATUB @בעל מדות ATUB מז"ט פאר 1000 לייקס! זיי ממשיך מיט דעם שרייבן, מיר האבן אלע זייער שטארק הנאה!
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 3:58 pm#300981
עס שפורט זיך עפעס אנדערש...איך שפאציר אריין דא אין שטיבל מיט עפעס אזא זיכערקייט ווי קאפי עלענבויגן ווען ער שפאצירט ארויף אויפן פלאטפארמע...


עס איז געווען א לאנגע וועג צו גיין און אט האב איך דערגרייכט דעם טויזנט'סטן לייק קע"ה.

אדאנק פאר יעדער וואס האט נאר גענימען די מיה און אפגעלייקט, עס נעמט א סאקונדע און געבט פרישע גאזאלין.

עס איז גלייכצייטיג געווארן א יאר זינט איך האב קונה שביתה געווען אין דעם גלאררייכן בראדערהוד.

אויף לאנגע געזונטע יארן, און די עיקר מ'זאל קענען שרייבן מתוך הרחבת הדעת, אן פרעשור, מיט א שמחה.

וואס איז געשען? טויזנט לייק'ס איז געשען!..

אדאנק רוסישער...
מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 4:11 pm#300982
גם אני מצטרף לברכך מעומק הלב: מזל טוב! מזל טוב!



בעל מדות, בעל מדות, בעל מדות

ער איז דער ריכטיגער איש חמודות

לייכט דא אויף מיט זיינע נקודות.


מעכטיגע אשכולות, זאפטיגע שפראך, לו עשר ידות

דאנקן מיר אים אלע - 'כי לך טוב להודות'

ווען וועלן מיר זוכה זיין צום במראה ולא בחידות...

תחל שנה וברכותיה, מיט אומאן'ס יסודות...


יוסיף ה' עליך 'אלף פעמים' ככה, מיר זאלן אלע נהנה זיין פון אונזער טייערן ידיד הרב @בעל מדות שליט"א.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:48 pm#301948
מזל טוב @ירא שמים פארן געבן דיין 1000'סטע לייק!!
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:49 pm#301949
מזל טוב! 1000 לייקס
ישר כח פארן לאזן וויסען , דוכט זיך ראשעקאל האט געהאט די זכיה צו באקומען די טויזענסטע.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:57 pm#302606
מזל טוב @שיטה מקובצת צו דיין 1,000'סטע לייק!!
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 4:34 pm#303203
א דאנק פריעד
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:14 pm#304051
מיין יונגעל האט זיך נעכטען ביי סאפער גע'חידוש'ט צו מען האט געפאסט נעכטען, ער זעט טאטי און מאמי עסן אייסקריעם, נו, גיי ערקלער אים אז טאטי האט נעכטען אריבער געשפרייזט דעם
טויזענטסטער לייק

איך זע אז איך בין נישט געלאדענט, ליידען איך מיר אליינס איין צום פאדיום אפנעמען מז"ט הענט צוזאמענשטויסען.

עס איז מיר געווען א פארגעניגען יעדער מינוט אויף קאווע שטיבעל, זייט איך האב זיך אנגעשלאסן מיט א דריי פערטעל יאר צוריק, אלטץ ווען איך ברויך זיך לופטערן איז דאס מיין אדרעסע.

איך באדאנק די הנהלה פארן אויפהאלטן דער עקזיסטענץ פונעם שטיבעל,

איך באדאנק זיך פאר אלע ניקים וואס האלטן דעם שטיבעל אויף א הויכער ניווא,

איך באדאנק זיך פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה פון ריפרעשן דעם פעידזש מיטן געבן א לייק.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:21 pm#304053
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:מיין יונגעל האט זיך נעכטען ביי סאפער גע'חידוש'ט צו מען האט געפאסט נעכטען, ער זעט טאטי און מאמי עסן אייסקריעם, נו, גיי ערקלער אים אז טאטי האט נעכטען אריבער געשפרייזט דעם
טויזענטסטער לייק

און מאמי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער 'קאפל' וואס ליינט און שרייבט אויפן שטיבל, און מיינע תגובות ווערן אבזערווירט דורך די רבנית תליט"א? (און ערלויבט זיך מגיב צו זיין אן מיין וויסן)
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:49 pm#304058
מזל טוב געוואגטער, איך פערזענליך ענדזשוי זייער דיינע תגובות פון וועלכע עס רינט גאטשע שמאלץ און פאר'סמ'טע הערינג לרחצה, איך פאסמאקעווע זיך מיט זיי כראוי וכיאות, קיעפ איט אפ!
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:01 pm#304077
ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB

די שטימע איז אויסגעקלארט, אויסגעקעכקעט,
די ברילן אויסגעפיצט,
די פיאות פריש געקרייזלט,
די הוט שטייט גראד,
צוגעריקט די מייק נאנט צום מיילכל.
די צעטעלע ריקט זיך שטייטעלעך ארויס פון טאש [כנוסח יואל'י לעבאוויטש],
און אט ליין איך פאר וואס ס'שטייט דערינען:



דיין שמאלץ רינעדיגער שפראך
עס איז מלא וגדוש, געשמאק און רייך
ריזיג אין אזויפיל הינזיכטן אסאך.

געוואלדיגע זאפטיגע אויסדריקן
עט סופר וואס איז קיינמאל טריקן
ווילדעוועט אזש מ'קען זיך צופליקן
ווייסט אן א שיעור - אונזערע גליקן
און אזוי בא'טעמ'ט, קיינעם צו צודריקן
גוטער יונגערמאן, פון דא טו דיך נישט ריקן
טויזנט לייקס איז א קלייניגקייט דיר צו שיקן
עכט קומט זיך דיר א ייש"כ חיבור א דיקן
רב טובך, א געשמאקער ביים רעכטן און לינקן.



מז"ט רבי געוואגטער פארן טויזנטסטער לייק, ויה"ר זאלסט גיין מעלה מעלה, ויוסיף ה' לך אלף פעמים ככה.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:20 pm#304095
זייער שיין שש.
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:07 pm#304107
wow משזר, איך בלאש ווי דער נזיד העדשים.


ש'אקירט אינגאנצן
ש'ריייבט אויף צו טאנצן


מ'בול'ט תגובות
ש'אקעלט סביבות
ז'ייגט לייקס ווי בתילות
ש'טורעמט ווי דער לויתן ממצילות
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 7:19 pm#304112
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
געוואגטע איז פון מיינע פעיוואריטס
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 5:25 pm#309560
:oops: :oops: :oops:
יישר כח פאר אלע חשובע חברים וואס האבן מיר געהאלפן אריבער שפאצירן את האלף!!!
אבער נאך א גרעסערע יישר כח פאר אלע חשובע חברים אשר ישנם פה עמנו היום :D ואת אשר איננו פה עמנו היום :cry: וואס האבן געשריבן שיינע, זאפטיגע, תוכן'דיגע תגובות און מיר גיגעבן א פלאץ אריינצוקומען בין פרשה לפרשה זיך אויסלופטערן די מח!!!
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:12 am#309774
מזל טוב ATUB @moshav zekeinim ATUB איך האב נארוואס זוכה געווען דיר צו גיבן דיין טויזענסטער לייק.
מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:05 pm#319179
מזל טוב ATUB @שמעון וואלף ATUB מיר האבן זייער הנאה פון דיר!
די דארפסט זיך אביסל מער דרייען דא וועסטו שטייגן סאך שנעלע
מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:07 pm#319180
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
wow משזר, איך בלאש ווי דער נזיד העדשים.


ש'אקירט אינגאנצן
ש'ריייבט אויף צו טאנצן


מ'בול'ט תגובות
ש'אקעלט סביבות
ז'ייגט לייקס ווי בתילות
ש'טורעמט ווי דער לויתן ממצילות

איך לאך פשוט ווען איך ליין איבער דער תגובה וואס איז געשריבן געווארן קוים דריי חדשים צוריק
מיטוואך יאנואר 27, 2016 3:18 pm#319230
לית דין בר נש האט געשריבן:מזל טוב @שמעון וואלף מיר האבן זייער הנאה פון דיר!
די דארפסט זיך אביסל מער דרייען דא וועסטו שטייגן סאך שנעלע


שכח פאר מיר אויפמערקזאם מאכן איבער מיין דערגרייכונג. כ'על אייך זאגן דעם אמת אז כ'האב שוין לאנג אויפגעהערט צו האלטן חשבון אויף מספר הלייקס אבער אז מ'טראכט אריין וואס די באדייט פון א לייק איז גיט עס א גוטע געפיל. א לייק ביי מיר מיינט אז צווייטער איד האט הנאה געהאט. טויזענט לייקס מיינט אז מ'האט טויזענט מאל מהנה געווען א איד.

גייענדיג א טריט ווייטער. אינ'ם שטיבל זענען שוין געגעבן געווארן צענדליגע טויזענטער לייקס, ובנוסף זענען דא פולע וואס האבן הנאה און לייקן נישט, צו ווייל זיי זענען נישט איינגעשריבן אדער מחמת טעם הכמוס. און אנדערע ווערטער איז אונזער שטיבל א זעלטן ריזיג פארבריק פון גמילת חסדים.

אילו לא באנו לק"ש אלא בשביל זה, דיינו!
זונטאג מאי 22, 2016 3:25 pm#333995
מזל טוב
מיטוואך יולי 13, 2016 12:23 pm#341853
ווער איז משלים נאך איינס פאר @שטילע??

l viewtopic.php?f=4&t=3070&hilit=2000+%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%A7%D7%A1 l
מיטוואך יולי 13, 2016 12:30 pm#341855
.
מיטוואך יולי 13, 2016 12:58 pm#341857
/
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:11 pm#355937
מזל טוב
צו אונזער טייערע חבר

@בן אדם

לכבוד די טויזנט לייקס

אלעמאל א גוט ווארט און געשמאקע הודעות צוזייט און צושפרייט אין יעדע נושא.


לחיים!
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:57 pm#355944
בן אדם we all "like" when someone behaves like a
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:01 pm#355947
מזל טוב בן אדם! מיר האבן הנאה פון דיר. וכן יעזור ה' להלאה.
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:07 pm#355948
מזל טוב בן אדם! א סך נחת ביי די קומענדיגע געזונטערהייט.
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:08 pm#355950
ברוכים תהיו. לחיים טובים ולשלום.

יא, א נחת צו זיין א חלק דא מיט אזעלכע לייבן, איך פראביר נאר צו ביהעיווען ווי א שטיקעלע בן אדם.
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 10:35 pm#356198
גם אני מצטרף.
מזל טוב בן אדם!

די טויזענט לייק'ס זענען א שטומע עדות אז כשמו כן הוא: א בן אדם!
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:44 am#356205
ג״א מצטרף להברכות האמורות לעיל, ער איז נישט נאר א בן אדם, נאר א אדם אליינס.
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 1:09 am#356206
ס'רינט דא לאוו פון אלע זייטן דא.
We love you בן אדם
מזל טוב!!
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 1:33 am#356207
קאצקע ציקער האט געשריבן:ס'רינט דא לאוו פון אלע זייטן דא.

אה, אפי' די קאצקע ציקער האט זיך צולאזט און רינט שוין...
באמערק איך אזוי אויף די חתימה פון געוואלדיג וואס פאנגט זיך אן מיט 'איזהו חכם' - מיט נקודות נאך אויך.. און ס'דערמאנט מיר די ווארט פון 'חכם, מה הוא - דער חכם דאס וואס ער איז, אומר- דאס זאגט ער.. דאס הייסט אז מ'זעט חברה וואס רעדן נאר פאזיטיוו מיט א גוט ווארט אויף יעדעם און זיי זענען רגיל נאר בדברי שבח איז ווייסט מען אז די אלע דברי שבח קענען לכתחילה געזאגט ווערן אויף זיי אליינס! און ווען זי זאגן עס אויף יענעם איז עס שוין אן עקסטערע זכיה וואס ממש עין לא ראתה...!
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 2:21 am#356211
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
מזל טוב!
א נחת פון א ניק!

טייערע בן אדם,
וועב ווייטער דעם פאדעם,
אויף פאראויס מיט א רוח קדים.

יעך גלייך שטארק דיזען ניק!
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 2:00 am#356311
קל וחומר האט געשריבן:יעך גלייך שטארק דיזען ניק!


קל וחומר, ביסט א פוילישער אדער אן אונגארישער? יעך אדער דיזען?

קען זיין ס'איז איינע פון די צוויי אופנים פון ביידע צוזאמען, א שארפער ברייט הארציגער אדער א קארגער נער...
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 2:01 am#356312
פונ'ם קריעטיוו קאמפלימענט וואלט איך געזאגט דער ערשטער אופן איז ריכטיג.
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:25 pm#356850
כ'בין היבש שפעט, אבער אויף צו געבן א ברכה איז קיינמאל צו שפעט.

מזל טוב ATUB @בן אדם ATUB פארן דערגרייכונג.

בן אדם איז א באליבטע ניק ביי יעדן, איידל און געשמאק, א זיסע ווארט באגלייט אים אומעטום, און א בורח מן הכבוד.

לאוו יו!
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:20 pm#356859
אה, מחיה!! די ערשטע תגובה נאך זיין צוריק קומען איז לכבודי...
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 12:51 am#357006
רב טובך אשר צפנת קומט דא ארויס
ידיך המלאים כל טוב ווערט נישט אויס
כ'האב הנאה געהאט צו הערן דיין וואויס
טיפע מיינונגען ותגובות הגם נישט גרויס
יא, ס'א מיעוט הכמות ורב האיכות בלויז
גראטוליר איך דיין אלף'ל, לעת הזאת.


מזל טוב להאי גברא רבא ויקירא הרב @ריכטיג, ביים שענקן פאר דיר דעם טויזנטסטן לייק,
ויוסיף ה' לך אלף פעמים ככה, ער זאל דיר שטענדיג 'לייק'ן...
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:29 am#357028
ייש"כ פארן נעמען די מיה צו שרייבן די שורות, ס'איז א פארגעניגן אז מיינע פיהר יאר ארבעט איז נישט געגאנגען לריק, און ס'איז נאך דא ווער ס'זעהט פאטענציאל אין מיר, כאטשיג ATUB @מפוזרי ATUB טענה'ט אז מיר INTP'ס קומען ווייניג וואס אן... :)
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 12:03 pm#357029
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
ניחמתני. יעצט ארבעט נאך פיר יאר, אפשר וועלן שוין צוויי מענטשן וואס וועלן זען פאטענציאל, אין איך וועל שוין קענען זינגען 'נחמו נחמו'
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 12:40 pm#357031
מז"ט ATUB @ריכטיג ATUB . איך האב שטארק הנאה פון דיינע תגובות.

קיפ אפ!
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 12:45 pm#357032
הרבה למדתי מרבותי ומ ATUB @ריכטיג ATUB יותר מרבותי...!
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 1:01 pm#357034
לענ"ד איז ריכטיג די מערסטע אונטערגשאצטער ניק דא אין שטיבל, זיינע ידיעות אין אלע תחומים זענען ממש מבהיל, מיט אזא שכל הישר, נעמט אנטייל אין רוב ויכוחים און נאך קיינמאל נישט געטשעפעט א פליג אויפן וואנט, און אלעס מיט אזא זיסקייט, איידלקייט, געשמאקקייט בנוסף צו גוטע ספעלינג און אויסלייג, וואס נאך קען מען זיך וואונטשן?

מזל טוב מזל טוב, איך נעם 5 לייקס שבת געלט.. :)
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 1:30 pm#357035
איך בין מסכים מיט שמעקעדיג
און דער עיקר ווי ריכטיג שיינט ארויס איז ביי וויכוחים ווי ער האלט זיין שיטה פעסט אבער קיינמאל נישט אטאקירן יענעם פארן האלטן אנדערש
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 2:16 pm#357039
Re: מזל טוב! 1000 לייקס
שמעקעדיג האט געשריבן:לענ"ד איז ריכטיג די מערסטע אונטערגשאצטער ניק דא אין שטיבל,


פארוואס זאגסטו אז ער איז אונטערגעשאצט?
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 3:26 pm#357042
ווייל מען וואלט עם געדארפט מער ארויפקוקן און שעצן פאר זיינע גאלדענע מדות.