גנדי האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישען ENTP און INTP ?
ATUB @גנדי ATUB
ס'איז דא א גרויסע חילוק צווישן די צוויי טייפס. ביידע זענען טאקע אינטעלעקטואל לעיבעלס, אבער דאך איז פארהאנענן גרויסע חילוקים צווישן זיי, דהיינו׃
די INTP דאמינאנט טרעיד איז Introverted Thinking וואס מאכט זיי אסאך שטילער, זעלבסטשטענדיג, רעזערווירט, און ריזיליאנט, זיי זוכן צו ראציאנאליזירן און פארשטיין אלעס ארום זיי און זייער סביבה מיט לאגיק אן קיין בייעסי. ווידער ENTP'S וואס זייער דאמינאנט טרעיד איז Extraverted Intuition מאכט זיי זייער לעבעדיג און סאושעל, זייער עקסטרעווערטעט פונקציע מאכט זיי עקספלאורערס, זיי זוכן כסדר נייע המצאות און איידיעס און זיי זוכן צו מאניפולירן זייער סביבה, מיט זייער כאריזמא קענען זיי משכנע זיין אנדערע צוטוהן זאכן וויאזוי זיי פארשטייען, ווידער די INTP'S זוכן נישט איבערצורעדן אנדערע נאר זיי וואלטן זיך געוואונטשען אז יעדער זאל זיין אינדערפענדעט און טראכטן פאר זיך.
ENTP'S זענען געווענטליך זייער גיט מיט מענטשען און זיי פארשטייען גיט אנדערע מענטשענס פילינגס און זענען זייער גיט אין ״סאושעל סקילס" ווידער INTP'S זענען נישט אזוי גיט סאושעלי און קענען האבן פראבלעמען פארשטיין א צווייטענס פילינג און זיי קענען נישט אזוי גיט ריעלעיטן צו אנדערע מענטשען פילינגס ווי אויך קענען זיי זיין באזארגט אז די מענטשען ארום זיי פארשטיין זיי נישט און זיי האבן מעהר מורא פאר מיספארשטענדענישן אין זייער סביבה.
ENTP'S זענען דארשטיק און זייער עקסיידעדט פאר נייע המצאות און מעגליכקייטן גע׳בעיקעט ביי לאגיק און עקיעראסי און אמת ווידער INTP'S זענען דארשטיק פאר אמת גע׳בעיקט דורך מעגלעכקייטן.
ENTP'S קענען נישט איינזיצן און סאיז שווערער פאר זיי צו פאוקסען אויף א פראזשעקט, און יעדע נייע איידיע ווערן זיי עקסיידעט, ווידער INTP'S זענען אסאך מעהר צוריקגעצויגן און ווערן נישט אזוי שנעל עקסיידעט און דיסטרעקטעט.