דינסטאג יולי 30, 2019 3:40 am#433961
קאצקע ציקער האט געשריבן:What's ha?
און וואס איז אויב א מענטשעס פערסעניליטי סאקט וואס קען די טערעפיסט טון?
קודם כל יעדע פערסאנעלטי האט מעלות און חסרונות. און א מענטש דארף אויסנוצן זיינע טאלאנטן מיט וואס ער איז געבוירן. איינער קען צונעמען א קאר אדער א גרויסע מאשין אויף פיצלעך און געדענקן יעדע שרויף פונקטליך וואו עס באלאנגט. אבער דער זעלבער מענטש קען נישט קיין קאמפיוטערס אדער קיין פילאסאפיע.
סאיז נישטא אזא זאך ווי א פעלערהאפטיגע פערסאנעלטי! יעדער מענטש האט פאטענציעל אין זיין אייגען תחום!
צווייטענס קיינער גייט נישט צו קיין טעראפיסט צו טוישן קיין פערסאנעלטי. נאר וואס דען? יעדע פערנסאנעלטי קען זיין ״א געזונטע פערסאנעלטי״ און א ״קראנקע פערסאנעלטי״ (וואס קומט לכאורה פון א געוויסע שלעכטע עקספירענס/אויפברענגונג) אלזא גייט דער קראנקער ESFP צי דער קראנקער ISTJ צו א טעראפיסט אז דער טעראפיסט זאל אים העלפן ווערן א געזונטער ESFP/ISTJ וכו׳. אבער נישט יענעם צו טוישן פון איין מין כאראקטאר צו א צווייטע דאס איז אוממעגליך (עכ״פ דערווייל).
דער מענטש גייט צום טעראפיסט צו ווערן א בעסערע ‘ווערסיע’ פון זיך אליינס!
פון יעדער פערסאנעלטי איז דא געזונטע און קראנקע. סהאט גארנישט צוטוהן מיט די אקטולע פונקציעס נאר דאס איז א אינדערויסענדיגער פאקטאר.