פארומס › Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?

Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9302
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:40 pm#356632
סתם נייגעריג טאמבל, האסט זיך געפונען אינעם ארטיקל וואס דו האסט אויבן קאפירט?
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 1:49 am#356658
סאיז דאך סתם ליצנות

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 9:07 am#356684
יענס געלעכטער... מיין ווייב רופט מיר אלץ "בעסערווייסער"...
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 9:39 am#356688
ריכטיג האט געשריבן:יענס געלעכטער... מיין ווייב רופט מיר אלץ "בעסערווייסער"...


יעצו פארשטיי איך שוין פארוואס דו רופסט זיך ATUB @ריכטיג ATUB דו האלטס אז אלעס וואס דו זאגסט איז דאך הונדרעט פראצענט ״ריכטיג״, אפילו מיסעס ריכטיג האט שוין דעס תופס געועהן.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 10:37 am#356689
:lol: She should better...
פרייטאג יולי 26, 2019 7:11 am#433775
ארויפגעברענגט לכבוד שבת אחים
פרייטאג יולי 26, 2019 10:28 am#433778
.
פרייטאג יולי 26, 2019 10:30 am#433779
איז מעגליך ביסט אמאל אין איין box און אמאל אין א צווייטע?
איז מעגליך אז אין די Box וואס דו מיינסט דו ביסט איז די Box וואו די געפינסט דיך?
איז מעגליך די box וואס די ביסט איז די Box וואס דו האסט דיך אליין אריינגעלייגט?
איז מעגליך אז דער גאנצער מושוג פין א באקס איז זייער א פארמאכטער קוק ווינקעל?
איז מגעליך אז דו קריכסט ארויס פין דיין באקס?
איז מעגליך ביסט אינדרויסן פין די באקס?

איז מעגליך ס'איז בכלל נישט דא קיין באקס?!?
פרייטאג יולי 26, 2019 12:24 pm#433789
הקטן האט געשריבן:איז מעגליך ביסט אמאל אין איין box און אמאל אין א צווייטע?
איז מעגליך אז אין די Box וואס דו מיינסט דו ביסט איז די Box וואו די געפינסט דיך?
איז מעגליך די box וואס די ביסט איז די Box וואס דו האסט דיך אליין אריינגעלייגט?
איז מעגליך אז דער גאנצער מושוג פין א באקס איז זייער א פארמאכטער קוק ווינקעל?
איז מגעליך אז דו קריכסט ארויס פין דיין באקס?
איז מעגליך ביסט אינדרויסן פין די באקס?

איז מעגליך ס'איז בכלל נישט דא קיין באקס?!?


ניין!

מ׳ווערט געבוירן אין א באקס! א מענטש ווערט געבוירן מיט א געוויסע כאראקטאר געבעיסט אויף זיינע פונקציעס.

פונקט ווי ער באקומט א געוויסע קאליר האר, אויגן, סקין, ווי הויך ער גייט וואקסן, און אלע אנדערע זאכן. אלעס ליגט אין די גענעטיקס! א ל ע ס...
פרייטאג יולי 26, 2019 12:58 pm#433791
קען מען עס טוישן אביסל?
פרייטאג יולי 26, 2019 3:03 pm#433797
קאצקע ציקער האט געשריבן:קען מען עס טוישן אביסל?


ווער ס׳גייט ענטפערן די שאלה אויף זיכער. און קען עס אויפווייזן סייענטיפיש גייט געוואונען די “נאבעל פרייז” און גייט באקומען די אויבנאן און די שטענדער אין די גרעסטע קאלעדזשס אויף די וועלט. און ער גייט ווערן א מולטי מיליאנער איבערנאכט בלי שום גוזמא (גארנישט קיין רבה בר בר חנא)

די מוראדיגע קשיא וואס דו פרעגסט האבן די קלוגסטע מענטשען אויף די וועלט דעבאטירט די לעצטע צוויי טויזנט יאהר און געשריבן הונדרעטער (אפשר טויזנטער ביכער איבער דעם).

איז טאקע דא א בחירה? אדער אונז זענען געפראגרעמטע מאשינען???

איז אלעס דיטערמענט אדער א מענטש האט א בחירה?

קען זיך א מענטש טוישן זיינע נאטורן מיט וואס ער איז געבוירן געווארן?

אויב יא וויפל קען זיך א מענטש טוישן?

בעסיקלי איז די שאלה אזוי: וויפל אמתדיגע קאנטראל האבן מיר אויף אונז אליינס???

קוק אויף וויקיפידיע:
Determinism
free will
זונטאג יולי 28, 2019 11:23 am#433837
שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איז מעגליך ביסט אמאל אין איין box און אמאל אין א צווייטע?
איז מעגליך אז אין די Box וואס דו מיינסט דו ביסט איז די Box וואו די געפינסט דיך?
איז מעגליך די box וואס די ביסט איז די Box וואס דו האסט דיך אליין אריינגעלייגט?
איז מעגליך אז דער גאנצער מושוג פין א באקס איז זייער א פארמאכטער קוק ווינקעל?
איז מגעליך אז דו קריכסט ארויס פין דיין באקס?
איז מעגליך ביסט אינדרויסן פין די באקס?

איז מעגליך ס'איז בכלל נישט דא קיין באקס?!?


ניין!

מ׳ווערט געבוירן אין א באקס! א מענטש ווערט געבוירן מיט א געוויסע כאראקטאר געבעיסט אויף זיינע פונקציעס.

פונקט ווי ער באקומט א געוויסע קאליר האר, אויגן, סקין, ווי הויך ער גייט וואקסן, און אלע אנדערע זאכן. אלעס ליגט אין די גענעטיקס! א ל ע ס...

לויף קויף
Mindset The new Psychology of success by Carol-S-Dweck Ph.D.
און קריך שנעל ארויס פין דיין באקס
זונטאג יולי 28, 2019 1:42 pm#433849
I'm INTJ is it good or bad?
זונטאג יולי 28, 2019 1:47 pm#433851
.
זונטאג יולי 28, 2019 9:47 pm#433858
ENTJ
זונטאג יולי 28, 2019 10:07 pm#433859
Enfp
זונטאג יולי 28, 2019 10:20 pm#433860
Adhd
זונטאג יולי 28, 2019 11:06 pm#433861
גדליה האט געשריבן:Adhd

אסאך טייפס קענען דאס האבן
מאנטאג יולי 29, 2019 12:44 am#433865
FUCK
מאנטאג יולי 29, 2019 9:39 am#433884
קורקלענד האט געשריבן:ENTJ



איך האב דיך קיינמאל נישט געזעהן. נישט גערעדט מיט דיר (נאר זיך אביסל געטענהט אויף ק״ש) האסט מיך געפרעגט וואס איך האלט אויף דיר וואס האב איך גענטפערט? INTJ- זייער נאנט)

פון דא איז א ראי׳ אז ס׳איז אמת.

בד״וו סאיז דא זייער ווייניג ENTJ’S ביי אונז היימישע אידן. זייער ווייניג. כקען נאר 2 פערזענליך.
מאנטאג יולי 29, 2019 9:40 am#433885
קאצקע ציקער האט געשריבן:Enfp


געוואלדיג! האסט גענומען די טעסט?

האסט אלעס גענטפערט ריכטיג?
מאנטאג יולי 29, 2019 9:48 am#433886
שבת אחים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ENTJ


איך האב דיך קיינמאל נישט געזעהן. נישט גערעדט מיט דיר (נאר זיך אביסל געטענהט אויף ק״ש) האסט מיך געפרעגט וואס איך האלט אויף דיר וואס האב איך גענטפערט? INTJ (זייער נאנט)

פון דא איז א ראי׳ אז ס׳סאיז אמת.

וואו אזוי איז דאס א ראי ס'איז אמת, ס'פינקט אזא ראי ס'איז נישט אמת?

דאס אז איך קען פרעדיקטען דיין הנהגה, לויט דיין לעצטע פאר תגיבות, מיינט בכלל נישט אז דו קענס דאס נישט טוישן
זייער אסך פין דיין ליסט האבן זיך געטוישט אין זייער לעבן ממש מקצה אל הקצה, אסך מאל ציליב א לעבן געשעניש זענען זיי געווארן שארק פארמאכט אדער ממש פארקערט
דיין ליסט רעפעזענט א סנעפ-שאט פין צייט, און אויך לויט דיין אינטערפעטעשן, אנדער מענטשען קענען זען אנדערש.
מאנטאג יולי 29, 2019 9:48 am#433887
מצפצף האט געשריבן:I'm INTJ is it good or bad?


INTJ’S קומען געווענטליך אן זייער ווייט.

הילערי קלינטא און פוטין. זענען INTJ’S.

נאר בערך 2 פראצענט פון מענטשען זענען INTJ.

INTJ’S זענען זייער controlling אלעס דארף גיין זייער וועג. (ר׳ מאטעלע)
מאנטאג יולי 29, 2019 9:50 am#433888
הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ENTJ


איך האב דיך קיינמאל נישט געזעהן. נישט גערעדט מיט דיר (נאר זיך אביסל געטענהט אויף ק״ש) האסט מיך געפרעגט וואס איך האלט אויף דיר וואס האב איך גענטפערט? INTJ (זייער נאנט)

פון דא איז א ראי׳ אז ס׳סאיז אמת.

וואו אזוי איז דאס א ראי ס'איז אמת, ס'פינקט אזא ראי ס'איז נישט אמת?

דאס אז איך קען פרעדיקטען דיין הנהגה, לויט דיין לעצטע פאר תגיבות, מיינט בכלל נישט אז דו קענס דאס נישט טוישן
זייער אסך פין דיין ליסט האבן זיך געטוישט אין זייער לעבן ממש מקצה אל הקצה, אסך מאל ציליב א לעבן געשעניש זענען זיי געווארן שארק פארמאכט אדער ממש פארקערט
דיין ליסט רעפעזענט א סנעפ-שאט פין צייט, און אויך לויט דיין אינטערפעטעשן, אנדער מענטשען קענען זען אנדערש.


קיינער טוישט נישט די ״מעין פונקציעס״! נישטא אזא מציאות. קענסט מיר געבן א ביישפיל?


אז דו וועסט נעמען א מענטש-עני מענטש און 100 מענטשען וואס קענען די מאיערס בריגס וועלן אים אויספרעגן פאר 10 מינוט בערך. און אלע וועלן אראפשרייבן צום סוף ״פיר אותיות״. 99 פראצענט גיין שרייבן די זעלבע 4 אותיות!
מאנטאג יולי 29, 2019 10:18 am#433889
דו קענס טאקע נישט איינער וואס איז געגאנגען פין א שטארקע Introvert צי אן extrovert?!?
איך יא!

און יעדען פאל, סייענס איז היינט שארק ביי דער מיינאנג אז דער מוח איז בויגזאם (פלעסטיסעטי) און א מענטש קען טוישן זיין פערסענעלעטי
איך וועל דיך בארען מיט די סטאדיס
אבער דא האסטו איינס
https://psycnet.apa.org/record/2015-13967-001
מאנטאג יולי 29, 2019 10:28 am#433890
הקטן האט געשריבן:דו קענס טאקע נישט איינער וואס איז געגאנגען פין א שטארקע Introvert צי אן extrovert?!?
איך יא!

און יעדען פאל, סייענס איז היינט שארק ביי דער מיינאנג אז דער מוח איז בויגזאם (פלעסטיסעטי) און א מענטש קען טוישן זיין פערסענעלעטי
איך וועל דיך בארען מיט די סטאדיס
אבער דא האסטו איינס
https://psycnet.apa.org/record/2015-13967-001

אוודאי איז דא די מעגליכקייטן. אבער די שאנסן זענען זייער נידעריק. אז א מענטש זאל זיך טוישן דארף מען האבן אדער זייער א שטארקע דעטערמינאציע, אדער א ערנסטע לעבנ'ס פאסירונג.
מאנטאג יולי 29, 2019 10:38 am#433891
גערעכט, דעטערמינאציע איז א key factor
מיין נקידה איז פערסענאלעטי איז נישט written in stone
און לעבנ'ס פאסירונג פראווד דאס

א מענטש קען נישט טוישן די קאלער פין זיין אויגן אדער זיין הייעך דארך דעטערמינאציע,פערסענאלעטי יא!

די שאנסן אויף א טויש זענען נידעריק ווייל רוב מענטעשן נעמען די path of least resistance
אחוץ זיי זענען געצווינגען, אדער זענען גרייט אריין לייגן די ארבעט

און א מענטש וואס טוט זיך איידענטיפייען א געוויסע וועג, דאס אליין טוט ריאינפארסען די איידענטעטי
דאס ווערט אזא self fulfilling prophecy
איז אויב דער איידענטעטי ארבעט פאר דיר, איז כל הכבוד
אויב נישט ווייס דו מיזט נישט זיין, און דו ביסט נישט stuck!
איך האב שוין מיטגעהאלטן מערע מאל וואו מענטשען האבן געניצט זייער איידענטעטי אלס א תירוץ צי בלייבן stuck


דו box אין וואס דו מיינסט דו ביסט, דאס איז דער box וואו דו ביסט!
מאנטאג יולי 29, 2019 12:15 pm#433897
שבת אחים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:Enfp


געוואלדיג! האסט גענומען די טעסט?

האסט אלעס גענטפערט ריכטיג?

מער ווייניגער
מאנטאג יולי 29, 2019 12:54 pm#433901
ווידעראום פיל איך אז ס'איז דא געוויסע אייגנשאפטן וואס זענען מער טוישבּאַר, און אנדערע וואס זענען שווערער אדער אפי' מעגליך אומעגליך צו טוישן. אויף די ערשטע בוכשטאבּ, זעה איך במציאות מענטשן וואס האבן זיך געביטן פון איינס צום אנדערן. אבער אויף אנדערע אייגנשאפטן ווי למשל די דריטע בוכשטאבּ טי אדער עף, דארט האט איך נישט באמערקט ס'זאל זיך איינער טוישן, און אפשר טאקע איז נישט מעגליך? אדער האט איך א טעות?
מאנטאג יולי 29, 2019 1:40 pm#433908
ס'דא מערערע סדאדיס וואס זאגן אז די T איז נישט מער וואו א F אין דיזגייז (מענלי אין די פעלדער פין סעלס און פרעסוועזען)

ווען איינער זעט זיין א T אלס א virtue אדער דאס האט ער געזען אלס קינד מען איז מחשיב וועט ער זיך זען אלס א T.
דערנאך זאל ער ליינען די ארט-אף-די-דיעל פין טראמפ און אנפאנגען צי האלטן אז מען קימט אן ווייטער מיט גאט-פילאינג קען ער אנפאנגען צי ארבעטען אויף זיך צי טראסטן זיין פילינג מער וואו זיין T
רוב מאל וועט א מענטש בארעכטיגן זיין מהלך און פילען דאס איז ריכטיג אויף א טיפע לעוועל, און וועט נישט ווילען זיך טוישן (חאטש אויף א ריין שכלדיגער מהלך קען ער האלטן אז אן אנדערע מהלך איז בעסער)

איך קען דיר זאגן איך האב שוין וועסילעטעט צווישען די צוויי


איך האב אביסל אווער-סימפלעפייד
מאנטאג יולי 29, 2019 6:31 pm#433935
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:FUCK

ביסט אקעי?
מאנטאג יולי 29, 2019 6:36 pm#433936
קורקלענד האט געשריבן:ווידעראום פיל איך אז ס'איז דא געוויסע אייגנשאפטן וואס זענען מער טוישבּאַר, און אנדערע וואס זענען שווערער אדער אפי' מעגליך אומעגליך צו טוישן. אויף די ערשטע בוכשטאבּ, זעה איך במציאות מענטשן וואס האבן זיך געביטן פון איינס צום אנדערן. אבער אויף אנדערע אייגנשאפטן ווי למשל די דריטע בוכשטאבּ טי אדער עף, דארט האט איך נישט באמערקט ס'זאל זיך איינער טוישן, און אפשר טאקע איז נישט מעגליך? אדער האט איך א טעות?


טעות!

אפשר מיינסטו אזוי ווייל א Extrovert קען צומאל זיין אויך א introvert וחוזר חלילה. די לעבעדיגסטער מענטש אויף די וועלט וויל אויך צומאל זיין אליינס און פאר זיך. ספעציעל טאמער ער גייט פונקט דורך א שווערע צייט וכודומה.

איך גלייב נישט אז ס׳איז דא אזא מציאות אז איינער זאל טוישן זיינע פונקציעס. נאכנישט אין ערגעץ געהערט אדער געליינט אז ס׳איז שייך צו טוישן די פונקציעס מיט וואס מ׳איז געבוירן.
מאנטאג יולי 29, 2019 6:55 pm#433937
וואס טון טערעפיסטען א גאנצן טאג אז נישט טוישן מענטשן ?
מאנטאג יולי 29, 2019 7:51 pm#433939
MBTI: INTP-T
Enneagram: #5
Sign: Leo

שכויעך פאר ווער ס׳האט צוריק אויפגעעפענט דעם אשכול, קאפ זאכן זענען מיר זייער אינטערעסאנט! (נאטורליך...)
איך האלט די אלע סיסטעמס קוקען נאר אן דעם מענטש פון געוויסע שטאנדפונקטן, די מענטשליכע מוח גייט סאך סאך טיעפער, און מ׳קען עס נישט ארויסהאבן דורך די אויבנארטיגען בליק פון די סיסטעמס. א חוץ דעם, טאמער קען א מענטש זיך אינגאנצען טוישן, קען ער זיך טוישן וויאזוי ער וויל.
מאנטאג יולי 29, 2019 8:00 pm#433940
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס טון טערעפיסטען א גאנצן טאג אז נישט טוישן מענטשן ?

העלפען מענטשן זיך אליין צי טוישן


דו ביסט גערעכט, די גאנצע אינדעסטרי פין פיסכילאגיע איז געבויט אויף די פרעמעס אז א מענטש קען זיך טוישן, און טוישט זיך
מאנטאג יולי 29, 2019 8:43 pm#433941
No. Ha helps the person to use his personality on a good and healthy way.
מאנטאג יולי 29, 2019 9:31 pm#433944
What's ha?
און וואס איז אויב א מענטשעס פערסעניליטי סאקט וואס קען די טערעפיסט טון?
מאנטאג יולי 29, 2019 9:33 pm#433945
חתן בחור האט געשריבן:MBTI: INTP-T
Enneagram: #5
Sign: Leo

שכויעך פאר ווער ס׳האט צוריק אויפגעעפענט דעם אשכול, קאפ זאכן זענען מיר זייער אינטערעסאנט! (נאטורליך...)
איך האלט די אלע סיסטעמס קוקען נאר אן דעם מענטש פון געוויסע שטאנדפונקטן, די מענטשליכע מוח גייט סאך סאך טיעפער, און מ׳קען עס נישט ארויסהאבן דורך די אויבנארטיגען בליק פון די סיסטעמס. א חוץ דעם, טאמער קען א מענטש זיך אינגאנצען טוישן, קען ער זיך טוישן וויאזוי ער וויל.

אהה enneagram 5 איז פיין. וואס האסטו שוין מחדש געווען?...
דינסטאג יולי 30, 2019 3:25 am#433959
קאצקע ציקער האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:MBTI: INTP-T
Enneagram: #5
Sign: Leo

שכויעך פאר ווער ס׳האט צוריק אויפגעעפענט דעם אשכול, קאפ זאכן זענען מיר זייער אינטערעסאנט! (נאטורליך...)
איך האלט די אלע סיסטעמס קוקען נאר אן דעם מענטש פון געוויסע שטאנדפונקטן, די מענטשליכע מוח גייט סאך סאך טיעפער, און מ׳קען עס נישט ארויסהאבן דורך די אויבנארטיגען בליק פון די סיסטעמס. א חוץ דעם, טאמער קען א מענטש זיך אינגאנצען טוישן, קען ער זיך טוישן וויאזוי ער וויל.

אהה enneagram 5 איז פיין. וואס האסטו שוין מחדש געווען?...


איך ווייס נישט צו די רעדסט פון קאפ זאכן, אדער במילה דעלמא. כ'האב גאנץ אסאך וויסענשאפט פון וועלטליכע זאכן, און פונעם קאפ האב איך זייער אסאך אויסגעפונען, זאכן וואס קענען אויפשטעלן די האר פון קאפ...

אז די פרעגסט איבער ספעציפישע ענינים קען איך דיך בעסער ענטפערן.
דינסטאג יולי 30, 2019 3:28 am#433960
חתן בחור האט געשריבן:MBTI: INTP-T
Enneagram: #5
Sign: Leo

שכויעך פאר ווער ס׳האט צוריק אויפגעעפענט דעם אשכול, קאפ זאכן זענען מיר זייער אינטערעסאנט! (נאטורליך...)
איך האלט די אלע סיסטעמס קוקען נאר אן דעם מענטש פון געוויסע שטאנדפונקטן, די מענטשליכע מוח גייט סאך סאך טיעפער, און מ׳קען עס נישט ארויסהאבן דורך די אויבנארטיגען בליק פון די סיסטעמס. א חוץ דעם, טאמער קען א מענטש זיך אינגאנצען טוישן, קען ער זיך טוישן וויאזוי ער וויל.


די Sign איז בולשלאכץ. נישט געבעיסט אויף גארנישט. אויסגעטראכט. אויסגעזויגן פון פינגער. שוין צעהן טויזנט מאל אויפגעוויזן געווארן דורך פארשידנע קלוגע מענטשען אויף די וועלט אז סאיז איין שטיק בול...

איך בין אויך א LEO בד״ו
דינסטאג יולי 30, 2019 3:40 am#433961
קאצקע ציקער האט געשריבן:What's ha?
און וואס איז אויב א מענטשעס פערסעניליטי סאקט וואס קען די טערעפיסט טון?


קודם כל יעדע פערסאנעלטי האט מעלות און חסרונות. און א מענטש דארף אויסנוצן זיינע טאלאנטן מיט וואס ער איז געבוירן. איינער קען צונעמען א קאר אדער א גרויסע מאשין אויף פיצלעך און געדענקן יעדע שרויף פונקטליך וואו עס באלאנגט. אבער דער זעלבער מענטש קען נישט קיין קאמפיוטערס אדער קיין פילאסאפיע.

סאיז נישטא אזא זאך ווי א פעלערהאפטיגע פערסאנעלטי! יעדער מענטש האט פאטענציעל אין זיין אייגען תחום!

צווייטענס קיינער גייט נישט צו קיין טעראפיסט צו טוישן קיין פערסאנעלטי. נאר וואס דען? יעדע פערנסאנעלטי קען זיין ״א געזונטע פערסאנעלטי״ און א ״קראנקע פערסאנעלטי״ (וואס קומט לכאורה פון א געוויסע שלעכטע עקספירענס/אויפברענגונג) אלזא גייט דער קראנקער ESFP צי דער קראנקער ISTJ צו א טעראפיסט אז דער טעראפיסט זאל אים העלפן ווערן א געזונטער ESFP/ISTJ וכו׳. אבער נישט יענעם צו טוישן פון איין מין כאראקטאר צו א צווייטע דאס איז אוממעגליך (עכ״פ דערווייל).

דער מענטש גייט צום טעראפיסט צו ווערן א בעסערע ‘ווערסיע’ פון זיך אליינס!

פון יעדער פערסאנעלטי איז דא געזונטע און קראנקע. סהאט גארנישט צוטוהן מיט די אקטולע פונקציעס נאר דאס איז א אינדערויסענדיגער פאקטאר.
דינסטאג יולי 30, 2019 10:37 am#433972
מצפצף האט געשריבן:No. Ha helps the person to use his personality on a good and healthy way.

אמת, דאס אויך!

פין די אנדערע זייט איז דא אמאל א מענטש וואס איז זייער פארמאכט אין זיך, האט נישט קיין חבירים, טייל וואלטען אים געריפען א אינטרעווערט, און די טערעפיסט ציביסלעך העלפט אים דארך ברעכן זיינע שוועריקייטן, וואס נעמט זיך פין א שווערע יוגענט - היינט איז דער זעלבער אינגערמאן די לייף פין די פארטי, דו קענסט אים נישט שטיל מאכן פאר קיין געלט

דערנאך איז דא איינער וואס א יעדעס מאל ווען ער זעט צוויי מענטשען רעדן, רעד ער זיך איין מען רעד פין אים - חדשים CBT האט אים געהאלפן און געטוישט, היינט איז זיין וועג פין טראכטן אינגאנצען געבויט נאר אויף פאקט

געווען איז אן אנדערע וואס אלס האט אים געדארפט צי שטימען פינקטלעך,והיא היום ער האט חתנה געהאט מיט א פרוי וואס איז געווען ממש דער היפך פין אים, איך וויל נישט אריינגיין און קיין לאנגע מעשה, ער האט אסך געשוויצט, אבער היינט קען ער זיך אויפהייבן צוויי שעה פאר די זמן און פארן אויף שבת און א האטעל און NJ אויך האט ער גענימען א salesman job אן קיין salary נאר מיט קאמישען, איין וואך מאכט ער גארנישט די צווייטע וואך מאכט ער א קילינג
וואס זאל איך דיר זאגן, ער איז אן אנדערע מענטש.

זיכער איז דא פעלער,און ס'איז אויך גרינגער, צי ארבטען מיט א מידה וואס מען האט יעצט, ווען ס'איז שייך.
עיין שבת קנו. , גר"א בפירושו למשלי, כב ו, תוספות נדה טז: ד"ה הכל, שמונה פרקים להרמב"ם פרק ח'
דינסטאג יולי 30, 2019 3:03 pm#433982
שבת אחים האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:MBTI: INTP-T
Enneagram: #5
Sign: Leo

שכויעך פאר ווער ס׳האט צוריק אויפגעעפענט דעם אשכול, קאפ זאכן זענען מיר זייער אינטערעסאנט! (נאטורליך...)
איך האלט די אלע סיסטעמס קוקען נאר אן דעם מענטש פון געוויסע שטאנדפונקטן, די מענטשליכע מוח גייט סאך סאך טיעפער, און מ׳קען עס נישט ארויסהאבן דורך די אויבנארטיגען בליק פון די סיסטעמס. א חוץ דעם, טאמער קען א מענטש זיך אינגאנצען טוישן, קען ער זיך טוישן וויאזוי ער וויל.


די Sign איז בולשלאכץ. נישט געבעיסט אויף גארנישט. אויסגעטראכט. אויסגעזויגן פון פינגער. שוין צעהן טויזנט מאל אויפגעוויזן געווארן דורך פארשידנע קלוגע מענטשען אויף די וועלט אז סאיז איין שטיק בול...

איך בין אויך א LEO בד״ו

גראדע שטימט עס אויף דיר גאר גיט :lol:
דינסטאג יולי 30, 2019 3:55 pm#433985
Istp

Sent from my SM-G950U using Tapatalk