Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 363 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #19
מיטוואך יאנואר 28, 2015 4:48 pm#250679
איך וואלט נישט געמיינד צי זעהן א קליפ ווי זיי רייסען ארים מיט די לעלא'ס!! מיז זיין אינטערעסאנט!
אויב דער פון אויבן וויל מיך שטראפען שטיי איך ביים סטאפ סיין מאחורי אשה, און אויב איז דא צוויי קארס נשים איז מיין טאג פערטיג....
מיטוואך יאנואר 28, 2015 4:56 pm#250682
שלמה המלך האט געשריבן:איך וואלט נישט געמיינד צי זעהן א קליפ ווי זיי רייסען ארים מיט די לעלא'ס!! מיז זיין אינטערעסאנט!
אויב דער פון אויבן וויל מיך שטראפען שטיי איך ביים סטאפ סיין מאחורי אשה, און אויב איז דא צוויי קארס נשים איז מיין טאג פערטיג....


מען זאגט נאך פון צדיקים אז מען זאגט ביים דאווענען והסר "שטן" מלפנינו ומאחרינו, די ר''ת פון שטן איז ווי פאלגענד: שחורים, טרעילערס, נשים, ודפי''ח
מיטוואך יאנואר 28, 2015 6:50 pm#250699
קאך_לעפל האט געשריבן: די סיבה אז א פרוי איז א טייל מאל פשוט מער באקוועם בהאנדעלט צו ווערן פון א פרוי, איז נישט גענוג סיבה צו ברעכן די דרכי הצניעות, חוץ טאמער די רבנים זאגן אז א, וואס האט נאך ביז היינט נישט געהעריג פאסירט......


זיי מיר מוחל, אבער די ווערטער איבלען מיך. פרויען-האס ביופיו!
מיטוואך יאנואר 28, 2015 7:04 pm#250702
ATUB @קאך_לעפל ATUB , א מענערישע געזעלשאפט וואס באשליסט ווען מענער זאלן מעגן בארירן פרויען, קעגן זייער הסכמה, און באשטימט אז ס'איז נישט געפערליך איר צו מאכן "אביסל אומבאקוועם", איז מושחת אינעם יסוד פון צניעות. כ'וויל גלייבן אז דו האסט עס נישט געמיינט ערנסט, און אז דיין מיינונג שפיגלט בכל אופן נישט אפ דעם כלל.
זונטאג פעברואר 01, 2015 8:18 pm#251152
גיט! אבער דאס איז א קליפ פונעם דיספעטשער, היצטערט וואלט געוועהן אינטערעסאנטער א קליפ פונען לויפען אויף קאללס, דריווען די לעלא קארס אויף קאללס!
זונטאג פעברואר 01, 2015 9:45 pm#251181
פלאוויוס האט געשריבן:@קאך_לעפל, א מענערישע געזעלשאפט וואס באשליסט ווען מענער זאלן מעגן בארירן פרויען, קעגן זייער הסכמה, און באשטימט אז ס'איז נישט געפערליך איר צו מאכן "אביסל אומבאקוועם", איז מושחת אינעם יסוד פון צניעות. כ'וויל גלייבן אז דו האסט עס נישט געמיינט ערנסט, און אז דיין מיינונג שפיגלט בכל אופן נישט אפ דעם כלל.

יא, הער פלאוויוס שליט"א: אבער דער פאקט איז דאך אז מענער דאקטוירים מעגן באהאנדלען פרויען. דאס איז 100% מותר מדינא דגמרא. סאו וואס האקט מען דא א טשייניק. די אידענעס ווילן מאכן אן אייגענע ארגאניזאציע. געזונטערהייט. אז רוחי פרייער האט שוין געענדיגט מיט אלע אירע אנדערע דאגות. אדער אז ביזנעס איז א ביסל סלאו, און זי זוכט נייע אדווענטשורס. מהיכי תיתי. אבער פארוואס קומען און מאכן נייע הלכות און דינים...?!
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:10 am#251238
בערל טייערער, ס'איז נישט קיין פראבלעם א מאן זאל באהאנדלען א פרוי, אבער מ'מוז נאר זיכער מאכן אז די פרוי זאל האבן דעם אויסוואל צו באשליסן צי זי איז מסכים אדער נישט. ווען ס'קומט צו א דאקטאר קען א פרוי זיך אויסקלויבן צי זי וויל א מאן אדער א פרוי. ס'איז נישט מער ווי יושר אז ווען ס'קומט צו הצלה זאל זי אויך האבן דעם אויסוואל, און אודאי איז עס נישט דער עסק פון מענער צו באשטימען פאר זיי!...
מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:32 am#251251
ATUB @פלאוויוס ATUB לכאורא ביסטו גערעכט כאטש וואס אזא זאך דארפן טאקע רבנים (ערליכע) פסק'ענען
מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:47 am#251255
פסק'נן וואס, אויב פרויען האבען א רעכט צו פארלאנגען א פרוי?

אפשר זאלען רבנים אויך פסק'נן צו איך מעג עסען מאראנצען שבת נאכמיטאג, אדער איך מוזען עסען דוקא גרינע עפעל?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:07 pm#251294
@געוואלדיג, ס'איז איבערהויפט א פרויען-שאלה, וואס זיי דארפן זיך אליין פסק'ענען. איך זע נישט וויאזוי רבנים קומען דא אריין אינעם בילד.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:12 pm#251309
באלד וועט נאך איינער זאגן אז רבנים קענען פסק'נען וועלכע שוך בענדל אנצוקניפן קודם.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:14 pm#251312
נישט נאר זיי קענען נאר אזוי ווערט טאקע געפסקנ'ט די לינקע קודם
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:15 pm#251313
לית דין בר נש האט געשריבן:נישט נאר זיי קענען נאר אזוי ווערט טאקע געפסקנ'ט די לינקע קודם

ממש אזוי?! כ'גלייב נישט. האסט א מקור?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:16 pm#251314
אגב, דער סטעיטמענט פון קאך-לעפל:
די סיבה אז א פרוי איז א טייל מאל פשוט מער באקוועם בהאנדעלט צו ווערן פון א פרוי, איז נישט גענוג סיבה צו ברעכן די דרכי הצניעות

איז עפעס אזוי איראניש אז איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:57 pm#251360
ביינונז אין חדר איז געווען אזא מושג לאכעלע-וויינעלע ,טריי עס.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:42 am#319279
אויף א קאל אין בארא פארק
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:15 am#319284
יעצט בין איך שוין אביסל צימישט
זיי זענען באקוועמע ווען עס איז דא נאך א צוקוקער צום שפיל וואס דרך אגב איז דאס די זעלבע גענדער ווי זיך???
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:39 pm#319356
כ'פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. מ'האט דעך געשמועסט אז נאר פרויען גייען קעיר נעמען און אז ס'גייט זיין אן אלל פימעיל ארג. און דא זע איך נאר דעם בכבודו ובעצמו מיט'ן העווי הצלה קעיס מיט נאך אהאלבן אשה שטייען און קוקען צו אזוי הילפלאז נעבעך ציווישן די מענער וואלאנטירן וואס זענען שנעל געקומען צו הילף..
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:07 pm#321846
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
בילד
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 2:37 pm#321861
מ'גייט גוט באוואפענען די פרויען וואלונטירן, אויך גייט געטיילט ווערן נייע רעסעפי בוקס, און לעמינעיטעד קרישמע ליינערס צו האלטן אין די קיטס, אויך פאניק אטאקע קיטס פאר די חשוב'ע וואלונטירקעס. האלט אייך געשפאנט.
מיטוואך פעברואר 24, 2016 5:05 pm#322535
מען האט כסדר דא גערעדט אז אין אנהויב האט הצלה אליין געהאט א פרויען אפטיילונג, היינט האט ATUB @שמעון וואלף ATUB ארויף געלייגט די בילד ווי מען קען ליינען זייער אדוועטייזמענט ווי זיי שטאלצירן מיט די אפטיילונג,

נאך א מדריגה אין אכשר דרא, נישט נאר צו אפשטעלן די אפטיילונג נאר אויך צו ליייקענען דערין.
מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:57 pm#322576
יעצט קען איינער אריינשטעלן די בילד אין אכשר דרא אשכול
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 12:11 am#322579
״ די גויים װעלען טאן אלע חילולי שבת װי דרײװען די אמבולאנס, אנצינדען די לײטס.די סײרענס וכו״.


װען האט זיך געטוישט די הלכות װאס יא אדער נישט לחומרא אדער לקולא? װעלכע פוסקים ורבנים?
איז שוין דא אן אשכול דערװעגן?
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:19 am#322604
דאס איז הצלה אדער א קאמפעטישאן צו הצלה וואס האט נישט מצליח געווען?
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:54 am#322605
איך מיין דאס האט געהאט עפעס מיט קאשויער רב ז"ל.
איך געדענק נישט ווען ס'האט פאסירט אבער כ'האב געהערט אז מ'האט אינטערגעצינדן אן אמבולנס אין יענע צייטן
מיטוואך אפריל 13, 2016 3:42 pm#329019
רוחי פרייער וואס האט געגרינדעט די הצלה עזרת נשים לויפט פאר זשאוזש, הנח להם למטורפים ויושבי בטל העומדים על המשמר אז זיי האלטען שוין זיכער טיעף אינמיטען צאמנעמען חתימות פון הר' לויפער/פיליפ/בלום קעגען איר

קרב על תפקיד שופט: אישה חרדית מבורו-פארק מול חרדי מפלטבוש


רוחי פריאר היא אם ואשה חרדית המתגוררת בבורו פארק ומתמודדת על תפקיד של שופטת אזרחית בברוקלין • מול פריאר יתמודד גבר חרדי מפלטבוש • "אני לא בשביל תאגידים גדולים, אלא כדי לעזור לאיש הקטן, כמו ילד שלא מצליח להיכנס לישיבה"

אליעזר היון ה' ניסן התשע"ו / 13.04.2016 14:34
בילד
אשה חסידית, תושבת שכונת בורו-פארק שבברוקלין מציגה את מועמדותה לתפקיד שופטת ברובע ברוקלין.

רוחי פריאר, עורכת דין במקצועה שהקימה ארגון הצלה לנשים וסיוע ליולדות, סיפרה לתקשורת המקומית כי תפקיד השיפוט תמיד היה חלומה.

היא מספרת שגם כילדה תמיד הרגישה צורך לתקן ולומר מה שצריך – כדי שהכל יתנהל כסדרו.

פריאר הקימה לפני כשבע שנים ארגון לנוער שהתקשה ללמוד בישיבה, וגם את ארגון ההצלה המיועד לנשים.


למרות זאת, היא רואה את ייעודה בעולם המשפט: "אני לא בשביל תאגידים גדולים, אלא כדי לעזור לאיש הקטן, כמו ילד שלא מצליח להיכנס לישיבה, או בחור שמתקשה בקניית בית".

המועמדת החרדית תיאלץ להתמודד על מקומה מטעם המפלגה הדמוקרטית מול מרדכי אביגדור, תושב שכונת פלטבוש, חרדי גם הוא. העובדה ששני המתמודדים הינם חרדים תוביל, כך על פי התקשורת המקומית בברוקלין, למירוץ צמוד.

חבר בית המחוקקים דב הייקנד מספר כי עבד עם שני המתמודדים בעבר, ויש לו 'כבוד רב אליהם'. לדבריו, שניהם עשויים להיות שופטים מצוינים.

פראיר נשאלה על ההיבט ההלכתי בתפקיד שיפוטי לאשה חרדית והשיבה, כי גם כאשר הקימה את ארגון ההצלה היו שהתנגדו, וכך גם כאשר התחילה לעבוד בעריכת דין. היא הזכירה את דבורה הנביאה ששימשה כשופטת, והוסיפה כי קיבלה היתר מרב למהלך
.
מיטוואך מאי 25, 2016 4:53 pm#334574
א דאקומענטרי אין די מאכונג:
m http://filmmakermagazine.com/98599-paul ... 0YPFsj3bCQ m
דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:32 pm#336080
Imagine she would be your wife... h
would you be able to handle something like this? think hard
someone that does not take no for a answer
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 5:12 pm#349926
לויט ווי איך האב געהערט פארמאגט נאך נישט די עזרת נשים אן אייגענעם וויעהקעל איז עס אמת?

אויב יא דאן זענען זיי גארנישט ווערט, און נאכמער זענען זיי אן ארגערע אפציע ווי די היימישע הצלה
מיטוואך יוני 07, 2017 3:09 am#373672
אינטערסאנט קיינער שרייבט נישט דא וועגן די מעשה וואס איז געשעהן נעכטן נאכט אין בארא פארק מיט עזרת נשים.
מיטוואך יוני 07, 2017 3:33 am#373674
נא, המתחיל במצוה אומרים לו גמור. פארצייל דו די מעשה.
מיטוואך יוני 07, 2017 4:02 am#373677
איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן אלע פרטים בפרט אז מ'ווייסט נישט וואס די אמת'ע פאקטן זענען.
בקיצור הדברים איז אז א יוד איז אהיים געקימען נעכטן בערך צוויי אזייגער ביינאכט אין געזעהן אז זיין ווייב אטעמט נישט געהעריג ער איז געווארן פארלוירן אין געלאפן רופן הצלה, ער האט געזעהן אויפן פרידזש א מעגענעט מיט די נאמבער פון עזרת נשים אין ער האט זיי געריפן (ס'הייסט אז ער האט געמיינט אז ער האט געריפן די געהעריגע הצלה), זעהנדיג נאך אפאר מינוט אז קיינער קימט נישט האט ער געריפן הצלה (באמערקט אז ער האט פריער געמאכט א טעות) אין אינטער דרייסיג סקונדעס איז הצלה דארט געווען (צוויי מעמבערס מיט א פרעמעדיק) אין געלאזט וויסן אז ס'איז א confirmed code, ס'נישט קלאר צו עזרת נשים איז אנגעקומען גלייך פאר הצלה צו אביסל דערנאך אבער וואס מ'ווייסט איז אז זיי האבן אריינגערופן 911 אין אפאר מינוט נאך הצלה איז טאקע געקימען fdny ems police.
הצלה האט געארבעט דארט א לאנגע צייט אין ליידער האט די עטליכע אין זעכציג יעריגע פרוי עס נישט איבער געלעבט אין איר משפחה זיצט יעצט שבעה אין איר הויז אויף 16 אין 51.
ע"כ בערך די פרטים וואס איז באקאנט פאר די גאס.
מיטוואך יוני 07, 2017 4:04 am#373678
פארשטייט זיך אז מ'קען נישט עכט רעדן ווילאנג מ'ווייסט נישט פונקטליך אלע פרטים אין אוודאי איז אלעס באשערט פון הימל אבער אינז האבן א מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם אין אינז דארפן טוהן השתדלות,
מיטוואך יוני 07, 2017 4:18 am#373679
די טענות וואס מענטשן האבן איז ערשטנס אויב קענען זיי נישט ריספאנדן אזוי שנעל ווי הצלה זאלן זיי אדווערטייזן אז מ'זאל זיי נאר רופן ווען ס'נישט קיין emergency!
מ'קען נישט רעדן אבער ווער ווייסט אפשר אן זיי וואלט מען גלייך געריפן הצלה אין אפשר דעמאלטץ וואלט הצלה - וואס וואלט דארט געווען סאך שנעלער - איר נאך געקענט ראטעווען...ווען איינער אטעמט נישט מאכט יעדע סקונדע אויס!
מ'קען פארשטיין אז ס'דא פרויען וואס פוהלן נישט באקוועם ווען מענער הצלה קימט צו זיי אבער אויב מ'רעדט פון איינעם'ס לעבן לייגט מען אלע באקוועמליכקייטן אויף די זייט!!
די צווייטע נאך סאך שטערקערע קשיא איז היתכן עזרת נשים האט געריפן 911??? פארוואס ריפן זיי נישט הצלה??? ווען מ'רעדט פון א מענטשס לעבן שפילט מען נישט קיין פאליטיק!!!
הצלה האט צוויי מעמבערס וואס זיצן אגאנצע נאכט אין א קאר צוויי גאסן אוועק פון דעם קאלל אין די ריפסט 911 וואס יעדער ווייסט ווילאנג ס'נעמט זיי אנצוקומען!!!
מיטוואך יוני 07, 2017 4:21 am#373680
עזרת נשים האט ארויס געלייגט אז די מעשה איז נישט אמת אין זיי האבן אלעס געטוהן ווי protocol אבער זיי קענען נישט ארויס געבן די פרטים ווייל ס'איז היפע (היטן אויף די פריוואטקייט).
מיטוואך יוני 07, 2017 6:06 am#373687
ס'איז דא ערגעץ די מעשיות אויף הצלה? וויאזוי נעמען זיי קעיר פון זייער פראבלעמען? איז עס דען מעגליך אז אין זעכציג יאר זענען נישט געווען קיין פראבלעמען?

איך טראסט קיינעם נישט דא, איינער האט אן אינטרעס אין מפרסם זיין, און דארט האט קיינער נישט קיין אינטערעס.
מיטוואך יוני 07, 2017 6:14 am#373688
מ'קען טאקע נישט גלייבן ווילאנג מ'ווייסט נישט אלע זייטן פון די מעשה,
אבער וואס איז די תירוץ אויף דעם אז זיי ריפן 911??
מיטוואך יוני 07, 2017 6:16 am#373689
איך ווייס נישט, איך בין נישט אין דער ליין. אפשר קען 911 זיי זאגען וואס צו טוהן ביז זיי קומען אן?
מיטוואך יוני 07, 2017 6:19 am#373690
און אויב זיי קענען, איז דאס בעסער ווי רופן הצלה וואס קען דארט זיין אין דרייסיג סקונדעס?
מיטוואך יוני 07, 2017 7:15 am#373691
איך ווייס גארנישט. אבער ברגע ס'איז דא נגיעות, רינען ארויס די מעשיות. און דאס איז נישט קיין גוטע ערשיינונג. ווען פראבלעמען קענען ארויסקומען רואיגעהייט, קען מען עפעס טוהן דערוועגען. יעצט אז ס׳איז פון פאליטיק, וועט גארנישט ווערן.

מ'דארף אויפהערן מיט אלע הייליגע קיען, און הצלה איז נישט אנדערש
מיטוואך יוני 07, 2017 7:27 am#373692
מען דארף נעמען אין חשבון בעפאר מען ריפט ע"נ אז זיי פארן נישט מיט לייטס אין סיירינס און זיי האבן נישט קיין פערעמעדיקס.
מיטוואך יוני 07, 2017 1:46 pm#373736
לייטס האבן זיי זיכער יא, רעביצין ט. תליט"א האב איך שוין געזען פארן מיט לייטס, איך מיין אז סיירענס אויך, אבער נישט זיכער.
מיטוואך יוני 07, 2017 3:43 pm#373741
לעצטענס איז ארום געגאנגען בילדער ווי זיי האבן געמארקט זייער קארס מיט גרויסע אותיות אין קאלירן, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס? יעדער דארף וויסן אז איינער אין דעם הויז גייט האבן א קינד? בכלל האבן זיי דאך גע'טענה'ט ווען זיי האבן געעפענט אז ס'איז פאר צניעות דאס האבן זיי געמיינט?!
מיטוואך יוני 07, 2017 3:50 pm#373744
איסר האטלקי האט געשריבן: רעביצין ט. תליט"א

?
מיטוואך יוני 07, 2017 5:24 pm#373754
m https://twitter.com/nycphotog/status/872248768393039872 m
Allegations of Ezras Nashim watching patient die. What happened? Always two sides to a story and then the truth. Story being worked on
דאנערשטאג יוני 08, 2017 12:32 am#373786
בן ישי האט געשריבן:לעצטענס איז ארום געגאנגען בילדער ווי זיי האבן געמארקט זייער קארס מיט גרויסע אותיות אין קאלירן, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס? יעדער דארף וויסן אז איינער אין דעם הויז גייט האבן א קינד? בכלל האבן זיי דאך גע'טענה'ט ווען זיי האבן געעפענט אז ס'איז פאר צניעות דאס האבן זיי געמיינט?!

ווי זאגן זיי? יעדע מעשה האט צוויי זייטן, דאס איז אויך געטון געווארן צוליב צניעות.
אזוי וועט די גאנצע גאס זיך צאמלויפן, וועט זיכער נישט זיין קיין שאלה פון יחוד!
דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:20 pm#378956
Dubai launches women-only ambulances
m https://www.yahoo.com/news/medics-pink- ... 02553.html m
דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:11 pm#379000
אזוי ווי ס'אידיש'ט זיך אזוי גיואיש'ט זיך...
דינסטאג מערץ 27, 2018 4:06 am#398517
עס קימט א פילם אין די זומער איבער מרת פרייער וועגן עזרת נשים און אלס דזשאדזש, די trailer איז יעצט ארויסגעקומען.
m https://m.youtube.com/watch?v=hKS6DkQJ3Q m