Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 363 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #19
דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:17 pm#67
"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
עס איז היינט באריכטעט געווארן אז ארום פופציג פרויען האבן זיך אנגעשלאסן אין דער נייער "עזרת נשים" ארגאניזאציע - וועלכע איז א פרויען ווערסיע פון "הצלה". דער נאמען "עזרת נשים" קומט פון דעם טראדיציאנאלן טערמין פון דער פרויען אפטיילונג אין בית-הכנסת, אבער אין דעם פאל איז עס מרמז אויף די "הילף פון פרויען" - די הילף וואס די פרויען וואלונטירן שטעלן צו.
די אינציאטארין פון דעם פראיעקט איז די באקאנטע אדוואקאטין און אקטיוויסטקע רחי פרייער, א חסידישע פרוי פון בארא-פארק, וועלכע האט גע'טענה'ט אז עס פעלט אויס א פרויען אפטיילונג פאר עמוירדזשענסיס וועלכע מאכן זיך ביי פרויענישע אומשטענדן, ווי א פריע געבורט, וואס דאן איז גאר אומבאקוועם פאר א פרוי, און אפילו טראומאטיש, אז א מאן זאל זיך מיט איר אפגעבן.
אויף דעם עצם געדאנק זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי עס צו באטראכטן. צו ערשט איז דער פרומער בליק - אז דאס איז א פרישע חומרא מיט דעם אז מענער זאלן זיך נישט דארפן אפגעבן מיט פרויען, א שטייגער ווי די הוראה וועלכע איז ארויס א צייט צוריק פון האדמו"ר מסקווער אז אין זיין שטעטל זאלן פרויען דינען אלץ הצלה מעמבערס פאר פרויענישע אומשטענדן.
דער אנדערער בליק איז דער פעמיניסטישער בליק - אז דאס איז א דורכברוך פאר די פרויען רעכטן, אז זיי זאלן זיך מער נישט דארפן באגראבן פאר בושה ווען א מאן באהאנדלט זיי, נאר ווערן באהאנדלט דורך זייערס גלייכן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז הרב יחזקאל ראטה האט געגעבן זיין הסכמה פאר "עזרת נשים". עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז הרב ראטה קוקט עס אן ווי א חומרא לגבי נגיעה בנשים.
דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:39 pm#72
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
איך האב דעם פעמעניסטישן זייט אנגעקוקט אנדערש - אז די פרויען, וואס טארן סתם אזוי זיך נישט באטייליגן אין הצלה אלץ צניעות - האבן איצטער א געלעגנהייט צו קענען לויפן אויף הצלה רופן.
אגב, הרב ראטה איז גראדע באקאנט אלץ ליבעראל אין הלכה. איך ווייס אבער נישט לגבי זיין השקפה.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:34 am#82
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
גאר א דריטע בליק איז א "חברה הצלה" באקומט א קאנקורענט. "חברה הצלה" איז טאקע באקאנט אלס אן אויסנאם ארגאניזאציע וואס טוט זייער ארבעט לש"ש בנאמנות, און דערפאר ווערן זיי באלוינט פון כל הק"ק אז זיי זענען אטאמאטיש באגנאדיקט אויף אלע שוגגים ומזידים. אויב ווילן באראפארקער איינוואוינער האלטן די חברה פראפעסיאנאל און זיכער מאכן אז זיי זוכן כסדר זיך צו פארבעסערן - קען קיין בעסערע זאך נישט זיין ווי אן ערענסטע קאנקורענט.

אלנפאלס, די אראגאנטע מהלך מיט וואס "חברה הצלה" האט זיך באנומען צו די נושא פון "עזרת נשים" האט גורם געווען אז זיי זאלן דארפן זיך אנשליסן מיט אן אויסערליכע אמבולאנס אגענטור, און דאס קען זיין די ערשטע ריס אין די אומדורכדרינגליכע פאנצער וואס הצלה האט זיך ביז היינט דערין איינגעהילט.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:12 am#89
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
יאנקל האט געשריבן:אויף דעם עצם געדאנק זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי עס צו באטראכטן. צו ערשט איז דער פרומער בליק - אז דאס איז א פרישע חומרא מיט דעם אז מענער זאלן זיך נישט דארפן אפגעבן מיט פרויען, א שטייגער ווי די הוראה וועלכע איז ארויס א צייט צוריק פון האדמו"ר מסקווער אז אין זיין שטעטל זאלן פרויען דינען אלץ הצלה מעמבערס פאר פרויענישע אומשטענדן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז הרב יחזקאל ראטה האט געגעבן זיין הסכמה פאר "עזרת נשים". עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז הרב ראטה קוקט עס אן ווי א חומרא לגבי נגיעה בנשים.


אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).
הרב ראטה גלייב איך נישט האט א פראבלעם אנדערש, ווייל ער האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין פסק פאר פרויען צו פרובירן גיין צו פרויען דאקטוירים (אפילו ביי געבורט), סאו אויב עפעס, איז עס נאר בגדר א "פארוואס דען נישט?", זאלן זיך היימישע פרויען שפירן אין בעסערע הענט ("ווארטשפיל בכוונה"; אזוי זאגט מען עס אין אידיש? אריין אין שפראך אשכול).
מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:28 am#91
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
ביי חרדי'שע רבנים אין ארצינו הקדושה, בפרט ביי די ירושלימ'ער, איז דאס שוין א לאנג-יעריקע ארטיקל צו ממליץ זיין פאר פרויען זיך צו אונטער-זיכן נאר ביי פרויען דאקטוירים. דאס איז מן הסתם א קומענדיקע חומרא דא אין חו"ל אויך.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:31 am#92
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
דבילה האט געשריבן:ביי חרדי'שע רבנים אין ארצינו הקדושה, בפרט ביי די ירושלימ'ער, איז דאס שוין א לאנג-יעריקע ארטיקל צו ממליץ זיין פאר פרויען זיך צו אונטער-זיכן נאר ביי פרויען דאקטוירים..

די זעלביגע ביי פילע רבנים דא אין די פאראייניגטע שטאטן. וו.צ.ב"ש. הרב חיים לייב כ"ץ אב"ד סערדעהאל.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:22 am#100
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
As a husband of a woman taking by Hatzolah during labor. I would say my wife felt very uncomfortable and she still feels when she meets them on street.. Kol hakavod Mrs. Freier.. I can't understand why hatzolah is against it?? So they will have 20 less calls a week to cover. There is still enough for both 
מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:33 am#101
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
עדיוקעטעט האט געשריבן:As a husband of a woman taking by Hatzolah during labor. I would say my wife felt very uncomfortable and she still feels when she meets them on street.. Kol hakavod Mrs. Freier.. I can't understand why hatzolah is against it?? So they will have 20 less calls a week to cover. There is still enough for both 

איך האב לעצטענס געהערט אן ענליכע מעשה. א חבר מיינער'ס ווייב איז פלוצלינג אריין אין לעיבער זייענדיג אינדערהיים, און דאס קינד האט זיך ארויסגעגליטשט אין מינוטן נאך איידער הצלה איז אנגעקומען! ער דערציילט אז עס איז געווען שרעקליך אומבאקוועם פאר זיי ביידע אז היימישע יונגעלייט זאלן זיך פּאָרען מיט די פרוי און מיט'ן קינד, אפשניידן די "קאָרד", וכו'.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:46 am#103
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
לגבי הרב יחזקאל רויט לאמיך ציטוטירן פון א וואס-איז-נייעס ארטיקעל
“He explained that historically the ‘miyaldos’ (mid-wives) were women and we see in our community that in the Chevra Kadisha, we have men attending to men and women attending to women. Our shuls are separate, our weddings are separate and there is no reason for our emergency medical corps not to function in the same way, not only in childbirth but in other medical situations as well.

איז קלאר אז ער זעהט עס ווי א חומרה. די שאלה איז נאר אויב זיי וועלן מעגן גיין אויף קאלל'ס מיט סיירינס, צו ס'איז א שאלה פון קול באשה...
מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:51 am#105
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?
מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:39 pm#107
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
טעמפא האט געשריבן:א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?


כ'ווייס נישט צו ס'פעלט אויס מקורות פאר דעם, מיר ווייסען אז זיי זענען געווען דאקטורים, און אין יענע צייטן דאקטוירים זענען געווען דאקטוירים, עס זענען נישט געווען קיין ספּעציאַלטעטן זיי זענען אַלע אַלגעמיינע דאקטוירים. חוצמזה אין זיין דאקטוירישע ספר "פרקי משה" איז די רמב"ם מאריך אין אנטומיע, פיזיולוגיע, פאטולוגיע, דיאַגנאָסיס, טיולוגיע פון קראנקהייטן, פיווער, הקזת דם, שילשול, כירורגיע, דיעטע, מעדיציניען און אויך גניקולוגיע.

אבער איז דאס בכלל א חידוש? האסט געהאט א הוה אמינא אז די רמב"ם האט נאר באהאנדלט מענער?
דינסטאג מערץ 06, 2012 8:43 pm#742
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
שרגא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).

איך ווייס נישט וואס איר חלום'ט, אין סקווירא איז נישטא קיין געבורטס-דאקטוירים.
דינסטאג מערץ 06, 2012 11:56 pm#767
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
סתם געפלאפלט האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).

איך ווייס נישט וואס איר חלום'ט, אין סקווירא איז נישטא קיין געבורטס-דאקטוירים.


צו וועמען באלאנגט "רפואה העלט סענטער"?
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:20 am#774
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
ווי ווערן געבוירן אלע סקווירא קינדערלעך ווי, ביים רבי'ן אין שטוב?
פרייטאג מערץ 09, 2012 1:48 am#923
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
רפואה העלט סענטער האט נישט קיין געבורטס-אפטיילונג.....
מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:12 pm#946
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
געפילטע פיש האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן:א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?


כ'ווייס נישט צו ס'פעלט אויס מקורות פאר דעם, מיר ווייסען אז זיי זענען געווען דאקטורים, און אין יענע צייטן דאקטוירים זענען געווען דאקטוירים, עס זענען נישט געווען קיין ספּעציאַלטעטן זיי זענען אַלע אַלגעמיינע דאקטוירים. חוצמזה אין זיין דאקטוירישע ספר "פרקי משה" איז די רמב"ם מאריך אין אנטומיע, פיזיולוגיע, פאטולוגיע, דיאַגנאָסיס, טיולוגיע פון קראנקהייטן, פיווער, הקזת דם, שילשול, כירורגיע, דיעטע, מעדיציניען און אויך גניקולוגיע.

אבער איז דאס בכלל א חידוש? האסט געהאט א הוה אמינא אז די רמב"ם האט נאר באהאנדלט מענער?

טאקע אונטערסאנט. אויב געדענק איך גוט האלט די רמבם אז נגיעה ערוה איז א איסור דאורייתא. איז וויאזוי האט ער זיך א עצה געגעבן מיט זיין פרעקטיס??
זונטאג מערץ 11, 2012 5:54 pm#1095
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
זיידעטשקע האט געשריבן:טאקע אונטערסאנט. אויב געדענק איך גוט האלט די רמבם אז נגיעה ערוה איז א איסור דאורייתא. איז וויאזוי האט ער זיך א עצה געגעבן מיט זיין פרעקטיס??

נגיעה שאינה לשם חיבה איז דא חילוקי דיעות צו די רמב"ם האט געהאלטן אז ס'דאורייתא, אבער א דאקטער מעג זיכער כיוון דבעבידתיה טריד.

מענין לענין, איינער האט מיר דאס געשיקט פורים. (אזהרה, נשים!)
בילד
מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:35 pm#88179
יעצט, א יאר שפעטער, ווערט באריכטעט דורך VIN אז די "עזרת נשים" אפטיילונג האט באקומען באשטעטיגונג פון מדינת ניו יארק.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:38 pm#88182
מיר קענען שוין קוים ווארטן. די בעסטע וואלט געווען אויב דאס וואלט געווען א פליגל אינטער הצלה צו פארמיידן פאליטיק אין אזא הייליגע ארבעט.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:54 pm#88357
..
מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:57 pm#88361
בן מלך האט געשריבן:..


ביסט גערעכט, קיינער קען דיר נישט סותר זיין. (אפשר איז דאס עדות שאי אתה יכול להזימה?)
מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:04 pm#88365
ממי_שאמרו האט געשריבן:
בן מלך האט געשריבן:..


ביסט גערעכט, קיינער קען דיר נישט סותר זיין. (אפשר איז דאס עדות שאי אתה יכול להזימה?)

סארי איך האב עפעס געשריבן, געשיקט און געוואלט מעקן נאכדעם. פארשטייסט?
מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:05 pm#88367
יאנקל האט געשריבן:יעצט, א יאר שפעטער, ווערט באריכטעט דורך VIN אז די "עזרת נשים" אפטיילונג האט באקומען באשטעטיגונג פון מדינת ניו יארק.

זאל זי גיין מחיל אל חילת.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:05 pm#88457
ווען איינער גייט אריין אונעם ניינטען, זאל ער זיי קאלן מיט איין בהלה און זאגן אז עס איז אן עמערדשענסי, אפשר אזוי וועלן זיי אנקומען און צייט.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:27 pm#88500
ממי_שאמרו האט געשריבן:מיר קענען שוין קוים ווארטן. די בעסטע וואלט געווען אויב דאס וואלט געווען א פליגל אינטער הצלה צו פארמיידן פאליטיק אין אזא הייליגע ארבעט.

הצלה קען נישט נעמען קיין פרויען זאלן ארבעטן צוזאמען מיט מענער, ס'וואלט נישט געקלאפט.
הצלה האט שוין געהאט דעם פראבלעם מיט יארן צוריק אין סטעטן איילענד, הערשל וועבער האט געזאגט לא מיט א למד און ביי דעם איז עס געבליבן.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:51 pm#88541
יעצט באקומען פון איינעם אויפן בבמ (נאר די מידעל עידש ווייסען וואס דאס איז). נישט אזוי.גוט געשריבען אבער די פוינט איז דא
8. Call to Ezras nushim Says: Dispatcher: My wife is having terrible labor pains..please please
Dispatcher: Whats the address please.? what floor is she at now?
Dispatcher: All units please respond to emergency at ...Webster ave.
Unit B23: Sorry getting my kids on bus now ...
Unit B19: Sorry my car is stuck in 14 inches of snow
Unit B11: Trying to get there but behing sanitation truck
Unit W7: On Prospect Expwy should be there in 17 minutes
Unit Q14: Getting dressed and taking my baby next door to baby sitter.ETA 19 min.
Patient: Please please its getting worse ..please get me someone here...
Dispatcher : Sorry we have no one before 16 minutes please call 911 or Hatzoloh...
דינסטאג פעברואר 19, 2013 1:15 am#88571
אן אמתע שאלה, ווען דו זעהסט רח״ל אן עלטערע איד גייט אדורך אן הארץ אטאקע ה״י, וועם ווילסטו ענדערש זעהן אנקומען? א פרוי שרייען עלעקא דמעיער אנענו, אדער א אינגערמאן פון יוקאן מיט 15 טויזענט דאלער לייטס און סיירענס? איך וואלט ענדערש געוואלט דער אינגערמאן
דינסטאג פעברואר 19, 2013 1:33 am#88577
אויב גייט שוין דער איד פונעם עולם וואלט איך עם פארגינט אז א פרוי זאל עם באהאנדלן...
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:00 am#88588
זאגט מיר איינער אז ער קען שוין קוים ווארטן צו הערן אריינקומען א קאל ביי די פרויען הצלה, 'עני יוניט עוועלעבעל פאר עי מעמבער אינוואלווד אין עי פול טראמא'..
דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:04 am#88609
נוי יארק האט געשריבן:יעצט באקומען פון איינעם אויפן בבמ (נאר די מידעל עידש ווייסען וואס דאס איז). נישט אזוי.גוט געשריבען אבער די פוינט איז דא
8. Call to Ezras nushim Says: Dispatcher: My wife is having terrible labor pains..please please
Dispatcher: Whats the address please.? what floor is she at now?
Dispatcher: All units please respond to emergency at ...Webster ave.
Unit B23: Sorry getting my kids on bus now ...
Unit B19: Sorry my car is stuck in 14 inches of snow
Unit B11: Trying to get there but behing sanitation truck
Unit W7: On Prospect Expwy should be there in 17 minutes
Unit Q14: Getting dressed and taking my baby next door to baby sitter.ETA 19 min.
Patient: Please please its getting worse ..please get me someone here...
Dispatcher : Sorry we have no one before 16 minutes please call 911 or Hatzoloh...

פון די אנדערע זייט איז דא אסאך פרויען וואס זענען שוין אביסל עלטער און האבען רואיג צייט, און וואלט געווען געוואלדיג ווען זיי קענען גיין ווי ס'פעהלט אויס, איך האב מיטגעהאלטען ביי איינעם וואס שוין די דריטע מאל האט ער געהאט א קינד אין שטיב און אלע יוניטס זענען געקומען מיטהאלטען און דער מאן איז געשטאנען ביים טיר און זיך געאמפערט מיט די הצלה לייט וואס זענען געקומען אבזיווירען..
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:02 pm#88725
ווען עס קימט צו האקעלע פירשאפט פאזציעס נעמט אייביג מענער אפילו ווען עס האנדעלט מיט סטרוקלי מיט פרויען, א שטייגער ווי די מנהלים אין די בתי חינוך, ועוד.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:36 pm#88730
די פלאן מתחילה איז געווען אזויווי אין סקווירא,
אז ווען ס'מאכט זיך א געבורטס רוף זאל די דיספעטשער אריינרופן 2 פרויען זאלן טון די מלאכה פון באהאנדלן די פרוי,
ס'איז בכלל נישט דומה ווען א פרעמדע דאקטאר אפילו א מאנס פערזאן טוט די ארבעט צו ווען היימישע יונגערמאן טוט דאס,
דו פרויען זענען זייער אומבאקוועם דערמיט, און די מעמבערס זענען אויך נישט אייביג צו באקוועם דערמיט,
אין סקווירא ארבעט זיך עס זייער שיין אויס, און דאס האט מען מתחילה געוואלט מאכן אין ברוקלין,
למשה האבן עס די הצלה אדמיניסטראציע אנגענומען זייער אויף נישט א גוטע אופן, און ווילן עס נישט אריינעמען אין זייער ארגעניזאציע,
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:40 pm#88732
דער יסוד פין חוזק מאכען כאילו פרויען קענען גארנישט נאר מענער, קומט פין אונזער שלא עשני אשה מענטאליטעיט, פרויען זענען גארנישט הינטערשטעליג, מען קען חוזק מאכען ביז מארגען, אבער די אלע זאכען זענען נישט קיין שום תירוץ אויף נישט צו פארלאנגען אז לכתחילה זאל א פרוי מאכען דער דעליווירי.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:47 pm#88733
לויט ווי איך האב געהערט אז זייער אסאך מאל ביי אזא פאל נעמט די הצלה מיט מרס פראנצויז (נישט מען גייט קודם צו איר נאר די 3-4 מעמבער גייט איר אויפפיקען) איך מיין אז נאר 2-3 פרויען זאלען זיך צילערנען און ארבעטן ציזאמען
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:49 pm#88735
איחוד, דו ביזט פון די שעשני כרצונו זאגערס?
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:52 pm#88738
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד, דו ביזט פון די שעשני כרצונו זאגערס?


ער וויל נישט דערמאנען אשה צוליב צניעות, דעריבער זאגט ער ביי די ברכה: שעשינו שלא כרצונו
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:54 pm#88741
ממי_שאמרו האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד, דו ביזט פון די שעשני כרצונו זאגערס?


ער וויל נישט דערמאנען אשה צוליב צניעות, דעריבער זאגט ער ביי די ברכה: שעשינו שלא כרצונו

תיקון טעות וצ״ל; שלא עשינו כרצונו... וכידוע הסיפור עם החסיד גור וכו׳...
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:56 pm#88744
איינס פאר יענקל אלטר חסידים, און איינס פאר שאול אלטר חסידים
דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:04 pm#88822
ממי_שאמרו האט געשריבן:איינס פאר יענקל אלטר חסידים, און איינס פאר שאול אלטר חסידים

לייג צו חאטש א סימבאלישע ר'..
דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:05 pm#88824
גערעכט. טעות
דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:11 pm#88829
wait another few years, men will never help women for any kind of piku"n and vice versa
a lot was gained.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 9:49 pm#88913
לענין הברכה, כ'האב געמיינט דער ביטול וואס איז דא צו פרויען, און ערגעץ אנדרעש ווי איז שוין דא א לענגערע אריקעל געשריבען דורך איינער פין די חשובע שרייבערס דא אין דעם ענין.

דאס מיינט נישט איך וויל זיין א פרוי, און מורא האבען פין קאקאראטשעס, און דן זיין מיט הרגשות, און ליב האבען צו גיין שאפינג וכו', אדרבה איך בין גאר העפי צו זיין א מאן וואס טוט זיך פארמעסטען און וויל זיין משה גרויס און ראש הקהל, און דער ברכה פין שלא עשני אשה ווערט געמאכט מיט גרויס כוונה.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:24 pm#88927
Some people feel the need to overcompensate for their superiority complex by arrogantly putting others down.
"Hey, look here! I have a penis, and I'm so much better for it."
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 7:21 pm#158253
.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:57 am#159292
די נייע סימבאל
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:56 am#159323
איז דאס נארמאל? אריינצולייגען אינעם סימבאל women for women??

ווי איז שכל זיי צי אדווייזען?
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:31 am#159329
וואו איז דיין שכל דאס צו פארשטיין?
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:38 pm#159363
פאריז האט געשריבן:איז דאס נארמאל? אריינצולייגען אינעם סימבאל women for women??

ווי איז שכל זיי צי אדווייזען?


:) u have a dirty mind
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:13 pm#159378
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:איז דאס נארמאל? אריינצולייגען אינעם סימבאל women for women??

ווי איז שכל זיי צי אדווייזען?


:) u have a dirty mind


come down, דאס האט גארנישט מיט dirty, אונטשולדיגט אויב איך האב אומדירעקט גורם געווען אז זאלסט האבן אומריינע מחשבות.
מיין פראבלעם מיטען סימבאל אז זיי ניצען א נאצינאלע עמרעדשענסי סימבאל און זיי האבן אריינגעמישט דערין רעליגיע/סעקזיעם/דיסקרימענאציע,
איך קען פארשטיין אז עס זאל זיין אפאר פרויען וואס ווילען האבן אזא ארגענאזאציע, זיי האבן ווילען אויך זיין וויכטיג פינקט ווי די מענער, אבער דאס קען נישט קימען מיטען עמטליכען נאצינאלען סימבאל אז זיי זענענן נאר פרויען פאר פרויען, עס איז נישט אויסגעהאלטען.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:48 pm#159458
וויאזוי גייט הייסן די נייע פרויען פייערלעשער קא. וואס וועלן קומען לעשען פייערס ווען נאר די פרוי איז אינדערהיים?