Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 363 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #19
דינסטאג מערץ 27, 2018 9:01 am#398521
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז דא ערגעץ די מעשיות אויף הצלה? וויאזוי נעמען זיי קעיר פון זייער פראבלעמען? איז עס דען מעגליך אז אין זעכציג יאר זענען נישט געווען קיין פראבלעמען?

איך טראסט קיינעם נישט דא, איינער האט אן אינטרעס אין מפרסם זיין, און דארט האט קיינער נישט קיין אינטערעס.

הצלה האט גאר אסאך פראבלעמען, אנהייבנדיג אז אונזערע מענטשען וואס גייען נעמען די טעסטס זענען געוועהנליך נישט די קליגסטע (קוק דיך אום אויף דיינע קלאס קאלעגען וואס זענען הצלה מעמבערס און דערמאן דיך זייערע מארקס אויף טעסטס ווען זיי זענען געווען צוזאמען מיט דיר אין חדר), די סיבה איז פשוט ווייל די קלוגע זוכען נישט צו זיין הצלה מעמבערס, עס איז מער דער סארט וואס זוכט א לעלו מיט א טראק און א קאר וכו', און סיי טשיטען אפ די טעסטס וואס מען ברויך נעמען.

און וואס מיינסטו זיי מאכען נישט קיין טעותים? אוודאי מאכען זיי טעותים, נאר פארוואס זאלסטו הערען?

איז דער גאות פין די הצלה מעמבערס נישט אריין צו לאזען פרויען זאלען טוהן געבורטס, נאכדעם וואס עס איז א דבר פשוט אז די וויכטיג מאכערס ווען עס קומט אריין א קאל פין א געבורט, מען רעדט שוין נישט פין דעם אז אלע קומען צו לויפן ווי קינדער נאך לאלי פאפס, נאר דאס אליין אז זיי פארציילן פאר דעם און יענעם, כאילו יעדער יענטא קנאקער דארף וויסען דערפין, בושה תכסה פניהם.

האבען זיי מורא געהאט אז טאמער וועלען זיי אריין לאזען פרויען הצלות וועלען זיי אויפדעקען זייערע חרפות, אז זיי זענען על פי רוב אנגעטשיטע עי עי טי'ס. וואס טוט מען? רעדט מען אפאר רבנים זאלען נישט מסכים זיין מיט אפאר נארישע הלכה'שע דוחקים אז אין מצילין על ידי אשה וכו', כאילו זיי פארגעסען אז אין הלכה שטייט קוראין לה חכמה (א פרוי א מילדת) ממקום למקום, און די פראבלעמען זענען אפגעשאפן, די גזירה בטל, מען וועט נישט חלילה מגלה זיין די חרפות פין אונזערע הצלה מענטשען.

אדרבה, טאמער ביסטו באקאנט אין סיי וועלכע מעדיצינישע זאך, פרעג א הצלה מעמבער, ער וועט נישט וויסען פודנו ומצילנו, אויב וועט אים פאסען צו ענטפערן בכלל.

איין זאך זענען זיי יא, גוטע קאר סערוויס אין האספיטעל, מיט גוטע קאנעקשענס צו געבען סערוויס אין דער בית הקברות וואס הייסט מיימאנידיס.

ווארט נאר, פראביר צו בעטען זיי זאלען דיר נעמען אין א אנדערע שפיטאל, וועט זייער העפליכקייט זיך צורינען ווי פוטער אין די זון.
דינסטאג מערץ 27, 2018 10:07 am#398524
שקר וכזב (עכ"פ אין ב"פ), כ'האב שוין אפאר געהאט הצלה קאלס דא, זיי זענען פלינק, זיי ווייסען וואס צו טוהן, די עטליכע מעמבערס איך האב געדילט מיט {מער ווי איינס און צוויי, כאפ מיך נישט אויף די נאמבער} זענען ערליכע נארמאלע מענטשן,
טייל פון זיי קען איך פון פארדעם, טייל נישט. איך האב נישט געוואלט גיין קיין מיינמאנעדיז {איך גיי נישט אריינגיין אין דעם וואס דו רופסט זיי א בית הקברות, מסתמא ווען דו ביזט געווען אין חדר איז עס אזוי געווען, רוב פון זייערע חלקים זענען זייער גוט און סאך סאך בעסער ווי אמאל, אבער צו מאכען דיין תגובה יומערע"ס איט וואז עי גרעיט מאוו} עכ"פ זיי האבען מיך גענומען קיין מאנהעטען און אויסגעווארט ביז איך בין געווען מסודר.

פארוואס זיי נעמען נישט אריין קיין פרויען ווייס איך נישט, אבער לויט די מעשיות וואס קומען צוריק אויף עזרת נשים הצלה קען איך פארשטיין פארוואס.

איך וואונטש אייך א באנטש הצלחה, און ווען על כל צרה שלא תבוא דו זאלסט דארפן הצלה רוף עזרת נשים, און אין צוואה זאלסטו לייגען דיין פעסווארד צו קאווע שטיבל אזוי די יורשים זאלען קענען שרייבן וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט.
דינסטאג מערץ 27, 2018 11:01 am#398528
די לייגסט אזוי ארויף א נאסע ליילעך אויף גאנץ הצלה וואס איז אויסדריקלעך נישט אמת.
איך האב שוין אסאך געניצט הצלה אין אלע האבן געוויסט וואס צו טוהן אין קענסט פרעגן קשיות אין זיי וועלן דיר ענטפערן אלעס.
איך האב געהאט אפאר מאל וואס מ'האט אריינגענומען קיין מאנהעטען (איין מאל האט זיך די מעמבער אנטשולדיגט אז ער קען נישט גיין קיין מאנהעטען יעצט האט ער אריינגערופן א צווייטער מעמבער צו נעמען די טרענספארט).
אוודאי פון א גרויסע ארגעניזעשין איז זיכער דא וואס זענען נישט די בעסטע אבער ב"ה איך האב זיי נאכנישט באגעגענט.
אין פונקטליך ווי גיט די עזרת נשים מעמבערס קענען די זאכן איז דאך באקאנט....
איך האלט אז הצלה וואלט געמעגט האבן פרויען וואס זאלן אויך ריספאנדען אבער דאס מיינט נישט אז די מענער ווייסן נישט וואס טוהט זיך (איך קען איינער וואס האט געהאט שוואכע מארקס אויפן טעסט אין היינט איז ער א דאקטער, נישט איינזיצן אלץ קינד מיינט נישט אז מ'קען קיינמאל נישט פעסן גארנישט).
דינסטאג מערץ 27, 2018 11:39 am#398531
יעדער ווייסט אז זיי נעמען נישט צו אן אנדערע שפיטאל, חוץ ביי טראמא וואס זיי נעמען צו לוטערען. אמאהל וועט זיין א אויסנאם, אבער דאס איז זייער פאליסי (כידוע, אז א פאליסי איז נאר אויסרייד אויף רשעות).

מיימאנידיס איז בעסער ווי עס איז געוועהן, אבער זיי זענען בכלל נישט אזוי געוואלדיג. און די פאליסי פין הצלה נאר צו נעמען דארט האט נישט מיט דעם אז זיי זענען גוט לדעתם, נאר ווייל זיי באקומען עפעס דערפאר.
דינסטאג מערץ 27, 2018 11:57 am#398532
איך ווייס נישט פון וועלכע פאליסי דו רעדסט, זיי האבן מיך איינמאל גענומען קיין מאנהעטען און איינמאהל קיין לוטערן ווייל מיין ווייב האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו גיין אהין, אבער זיי האבן גערן גענומען, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע פאליסיס.
ס'קען זיין אז זיי נעמען ענדערש אהין ווייל דארט האבן זיי בעסערע סערוויס אדער ווייל ס'איז נאנט.
דינסטאג מערץ 27, 2018 12:10 pm#398536
פארוואס דארף מען די קלוגסטע? פאר ריסערטש וכדו' דארף מען א בעל כשרון. די כוחות צו קענען טראכטן אויף די פיס, טיכטיגקייט צו טוהן צו דער זאך די ערשטע מאל, איידלקייט צו רעדן מיט אימפעט און ווייכקייט און האלטן אינפארמעישען פריוואט, רואיגקייט נישט איבערגענומען צו ווערען פון א שרעקעדיגע סצענע ועוד.

מיין קשיא איז נאר אז ווילדע ליידאקעס ווילן אויך דארט זיין, און זייער 'הייליגע קוה' צושטאנד לאזט קיינעם נישט שטיין על המשמר. אלעס מוז בלייבן בסודי סודות.
מיטוואך מערץ 28, 2018 10:00 am#398631
Check out @hasidic_1’s Tweet: m https://twitter.com/hasidic_1/status/97 ... twterm%5E3 m

איך בין זיכער דער וואס רעדט האט א אייזערנע שלום בית.
מיטוואך מערץ 28, 2018 10:42 am#398633
אז איינער האט שוין ארויפגעברענגט, הצלה פלעגט נישט אריינפירן ביי דיליוועריעס, זיי האבן אלץ געוואלט מאכן די דעליווערי אליינס, אפילו אין פעלער וואו ס'נאך געווען גענוג צייט. זיי זאלן קענען נאכדעם ארומשיקן אויף וואטס-עפפ צו אויף טוויטער אז נאך א סוקסעספול דעליווערי דורך אונזערע וואלונטירן..... פילע מאמעס האבן זיך געבעטן אריינצופירן, ס'איז נאך דא א שעה צייט, טראג שוין אריין. הצלה האב איך נאר גערופן ווייל איך דארף א בעט, גארנישט מער.
מיטוואך מערץ 28, 2018 10:47 am#398636
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
ווען פלעגן זיי עס טוהן? דו ווייסט פון איינעם וואס איז געלעגן א שעה אין אמבולאנס? אדער האבן זיי אפשר אינדוסט?
מיטוואך מערץ 28, 2018 10:49 am#398637
אונטער חכם האט געשריבן:ווען פלעגן זיי עס טוהן? דו ווייסט פון איינעם וואס איז געלעגן א שעה אין אמבולאנס? אדער האבן זיי אפשר אינדוסט?

יא איך ווייס פון פעלער!!! ווילסט הערן נעמען??

עס איז נישט נאר זיי, איך ווייס אז אויף איחוד הצלה אין ירושלים האט מען דעם זעלבן טענה.
מאנטאג יולי 23, 2018 12:10 am#409557
מאנטאג יולי 23, 2018 4:00 pm#409602
זענען זיי למעשה מצליח?

דער עולם אין ב.פ. רופט זיי אין פאל פון א עמערדזשענסי?

אן די קאאפעראציע פונעם ציבור בלייבט עס ביי בילדער און פאוסט ארטיקלען
מאנטאג יולי 23, 2018 4:12 pm#409603
איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע קאלס. זיי זענען גאנץ פיין מצליח.
מאנטאג יולי 23, 2018 8:42 pm#409627
פון די איינציגסטע מאל וואס איך האב געהערט פון זייערע קאלס איז עס געווען צרות...
בכלל זי טענה'ט אז מענטשן רופן נישט ווייל הצלה לאזט נישט...
מאנטאג יולי 23, 2018 8:45 pm#409629
דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
מאנטאג יולי 23, 2018 9:01 pm#409633
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
איסר האטלקי האט געשריבן:דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
פאר וואס זאלען עס זיי טיען פאר וואס נישט א גיין טראגן גהעריג

Sent from my SM-J327T1 using Tapatalk
מאנטאג יולי 23, 2018 9:55 pm#409639
הצלה איז אויך געווען צרות די ערשטע פּאָר קאלס, והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד

It’s sounds right, it feels right, it will be right
מאנטאג יולי 23, 2018 10:47 pm#409658
בית יוסף האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
פאר וואס זאלען עס זיי טיען פאר וואס נישט א גיין טראגן גהעריג

Sent from my SM-J327T1 using Tapatalk

געווענליך ווען איינער רופט זיי איז עס שוין צו שפעט אריינצוטראגן.
דינסטאג יולי 24, 2018 6:06 pm#409729
איסר האטלקי האט געשריבן:
בית יוסף האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
פאר וואס זאלען עס זיי טיען פאר וואס נישט א גיין טראגן גהעריג

Sent from my SM-J327T1 using Tapatalk

געווענליך ווען איינער רופט זיי איז עס שוין צו שפעט אריינצוטראגן.

אבער דאס איז לכאורה די איינציגע פאל אין וואס איינער רופט זיי, ריכטיג?

אז א פרוי האט טשעס פעינס, וועט זי אויך ענדערש רופן די שופטת ווי איידער הצלה?
דינסטאג יולי 24, 2018 6:35 pm#409732
זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם, כהיום זענען זיי נאר פאר קינדער.
דינסטאג יולי 24, 2018 6:59 pm#409733
איסר האטלקי האט געשריבן:זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם, כהיום זענען זיי נאר פאר קינדער.

אין די אויבן דערמאנטע פּאוסט ארטיקל שטייט אז זיי זענען זיך מטפל מיט מענער אויך מזמן לזמן.

איך ווייס פון א מאנס פארשוין וואס האט זיך זייער אפּגערעדט הלמאי מ'נעמט איהם נישט אן דארט אלס א מעמבער, וואס איז טאקע פשט אין זייער דיסקרימינאציע קעגן מענער? זיי וואלטן געמעגט זיין אביסל מער אפען פאר א ברייטערע ספּעקטרום פון מעמבער'ס ספּעציעל אז ווען ס'מאכט זיך א קאָלל אויף א מאנס פערזאן זאלן זיי איהם קענען שיקן א מאן.
דינסטאג יולי 24, 2018 7:16 pm#409737
ATUB @קורקלענד ATUB זאגט גוט

אויב די עזרת נשים איז קלוגער פון איר מענער קאונטערפּאַרט און נעמען מענער אלץ גלייכע מעמבערס וועט עס מעגליך ווערן מעינסטרימד שנעלער.

אויסער ווערן א בעסערע diverse ארגעניזאַציע פאר זיך, וועט עס מעגליך אויך פירן צו גלייכע opportunity אינערהאַלב אנדערע היימישע ארגעניזאַציעס וואס זענען נאך היינט עקסקלוסיוו מענער אדער פרויען.
דינסטאג יולי 24, 2018 10:58 pm#409758
די רבנים סופארטען זיי נאר אויב זיי זענען נאר פרויען. חוץ מזה, אויב זיי נעמען אריין מענער קען הצלה זיך צומאכן.
מיטוואך יולי 25, 2018 12:06 am#409768
בן אדם האט געשריבן:די רבנים סופארטען זיי נאר אויב זיי זענען נאר פרויען. חוץ מזה, אויב זיי נעמען אריין מענער קען הצלה זיך צומאכן.

פארוואס? הצלה איז אזוי שלעכט?
מיטוואך יולי 25, 2018 12:56 am#409769
קומזיץ האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:די רבנים סופארטען זיי נאר אויב זיי זענען נאר פרויען. חוץ מזה, אויב זיי נעמען אריין מענער קען הצלה זיך צומאכן.

פארוואס? הצלה איז אזוי שלעכט?

זיי גיין שוין נישט האבן צו וועם צו קומען ווייל אלע חולים וועלן זיין אין עזר''נ....
דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:32 pm#409902
קורקלענד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם, כהיום זענען זיי נאר פאר קינדער.

אין די אויבן דערמאנטע פּאוסט ארטיקל שטייט אז זיי זענען זיך מטפל מיט מענער אויך מזמן לזמן.

איך ווייס פון א מאנס פארשוין וואס האט זיך זייער אפּגערעדט הלמאי מ'נעמט איהם נישט אן דארט אלס א מעמבער, וואס איז טאקע פשט אין זייער דיסקרימינאציע קעגן מענער? זיי וואלטן געמעגט זיין אביסל מער אפען פאר א ברייטערע ספּעקטרום פון מעמבער'ס ספּעציעל אז ווען ס'מאכט זיך א קאָלל אויף א מאנס פערזאן זאלן זיי איהם קענען שיקן א מאן.

פארוואס חלש'ט דער מאן צו זיין פון די פרויען CREW?

האט מען אפגעזאגט פון הצלה?

קוקט אויס פישי

עניוועי, איך גלויב נישט אז זיי האבן באהאנדעלט א מאן אויף א קאל, וואס שטייט אין די פאוסט איז נאר למראית העין.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:17 pm#409928
יעקב מענטש האט געשריבן:

קען זיין איינער וואס הצלה האט עם נישט געוואלט אריין נעמען.
הצלה וועהלט זיך זייער שטארק ביים אויפנעמען נייע מעמבערס הגם אין די לעצטע יאר האבן זיי אויפגענומען א שיינע פאר נייע מעמבערס.
דאנערשטאג יולי 26, 2018 9:47 pm#409948
אודאי וועלן זיי זיך, מ'נעמט נאר עשירים, ווי למשל ח. י. ק....
פרייטאג יולי 27, 2018 2:11 am#409954
די מעמבערס וואס מ'האט אריינגענומען די לעצטע יאר צוויי זענען נישט געווען פאר געלט.
זיי האבן געקליבן יונגע חברה וואס ארבעטן אין בארא פארק און קענען לויפן א גאנצן טאג (למשל א אייגענע ביזנעס) אדער וואוינען אין א געגנט ווי ס'נישט דא אזויפיל קאוורידזש.

אגב דער נאמען וואס דו דערמאנסט איז א אקטיווע מעמבער וואס לויפט אסאך אויף קאלס.
מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 4:22 am#419128
מיטוואך מערץ 20, 2019 10:05 am#426871
עזרת נשים הצלה אמביולאנס
אסעמבלימאן דוב הייקינד האט מנדב געוועהן א גאווערמענט גראנט פון $125,000 פאר עזרת נשים הצלה צי קויפען אן אמביולאנס,
יעצט האבען זיי געשאפען נאך $125,000 אונליין פאר צוויי אמביולאנסען.

m https://www.rayze.it/ezrasnashim/ m
מאנטאג יוני 24, 2019 7:41 pm#432282
.
מאנטאג יוני 24, 2019 9:30 pm#432288
מיט נעמען ווי פרייער, בעקער און שניידער איז שווער צו וויסן ווער איז דער דייטש און ווער דער איד.
דינסטאג יוני 25, 2019 2:13 am#432295
צפור בודד האט געשריבן:מיט נעמען ווי פרייער, בעקער און שניידער איז שווער צו וויסן ווער איז דער דייטש און ווער דער איד.

Sounds like a law firm..
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 7:04 am#437837
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 8:28 am#437839
די נידריגקייט פון הצלה ארויסצוקומען אפן און זיך רייסן אז עזרת נשים זאל נישט באקומען קיין אמבולאנס, איז ערגער ווי די בי יעצטיגע שמירה/שומרים פאליטיק.

הצלה גייט גארנישט דערלייגן אויב עזרת נשים גייט עס באקומען, און גארנישט פארדינען אויב עזרת נשים וועט עס נישט באקומען. אבי יענער זאל עס נישט האבן, מיט טויזנט תירוצים פארוואס ס'גייט שטערן די קאמיוניטי

#פיקוח נפש דוחה שכל
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 1:10 am#437883
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
דרך אגב, הצלה מאכט נאך אפיעלס?
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 7:51 am#437886
מפיל קינד האט געשריבן:די נידריגקייט פון הצלה ארויסצוקומען אפן און זיך רייסן אז עזרת נשים זאל נישט באקומען קיין אמבולאנס, איז ערגער ווי די בי יעצטיגע שמירה/שומרים פאליטיק.

הצלה גייט גארנישט דערלייגן אויב עזרת נשים גייט עס באקומען, און גארנישט פארדינען אויב עזרת נשים וועט עס נישט באקומען. אבי יענער זאל עס נישט האבן, מיט טויזנט תירוצים פארוואס ס'גייט שטערן די קאמיוניטי

#פיקוח נפש דוחה שכל

הצלה זאגט אז דאס איז הצלת נפשות. זייער ריספאנס טיים איז אינטער 2 מינוט און איר ריספאנס טיים איז 8 מינוט.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 8:46 am#437887
בן ישי האט געשריבן:

עס איז הצלת נפשות אפצושטעלן די עזרת נשים ארגאניזאציע? אז זיי זענען שנעלער, זאלען זיי דאס אדווערטייזען, און דער עולם וועט זיי קלינגען, און אלס איז גוט. מיט וואס טוט עזרת נשים זיי צוריק האלטען?
און פאר געבורטס, מאכט דאס נישט קיין גרויסע חילוק. מ'קען געווענדליך ווארטען נאך זעקס מינוט אן א פראבלעם.

כדרכם של הצלה, באנוצט מען זיך מיט אן אויסרייד פון 'הצלת נפשות' פאר יעדער שייגעץ שטיק זייערע.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:39 am#437888
בן ישי האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:די נידריגקייט פון הצלה ארויסצוקומען אפן און זיך רייסן אז עזרת נשים זאל נישט באקומען קיין אמבולאנס, איז ערגער ווי די בי יעצטיגע שמירה/שומרים פאליטיק.

הצלה גייט גארנישט דערלייגן אויב עזרת נשים גייט עס באקומען, און גארנישט פארדינען אויב עזרת נשים וועט עס נישט באקומען. אבי יענער זאל עס נישט האבן, מיט טויזנט תירוצים פארוואס ס'גייט שטערן די קאמיוניטי

#פיקוח נפש דוחה שכל

הצלה זאגט אז דאס איז הצלת נפשות. זייער ריספאנס טיים איז אינטער 2 מינוט און איר ריספאנס טיים איז 8 מינוט.

און אויב איר ריספאנס טיים וועט זיין 2 מינוט איז אלעס מסודר? איך קען עס ערלעדיגן ביי זיי...

מרת פרייער זאגט אז איינמאל זיי וועלן האבן או אמבולאנס און זיין מער עסטעבלישט וועלן זיי קענען קומען שנעלער.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 10:04 am#437889
וויפיל קרבנות דארף עס קאסטן ביז זי ווערט עסטאבלישט? אלס ווייל דער אדער יענער איז 'אומבאקוועם'. וויפיל בלוט דארף מען פארגיסן אז ס'זאל זיין באקוועמער און מער איינגענעם?
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 10:59 am#437891
איך האב א גוטע עצה פאר הצלה, זיי זאלען ארייננעמען פרויען, אזוי וועלען די פרויען קענען קומען צו דעליוויריס אין צוויי מינוט.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 12:06 pm#437892
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
קורקלענד האט געשריבן:וויפיל קרבנות דארף עס קאסטן ביז זי ווערט עסטאבלישט? אלס ווייל דער אדער יענער איז 'אומבאקוועם'. וויפיל בלוט דארף מען פארגיסן אז ס'זאל זיין באקוועמער און מער איינגענעם?
ווער פארגיסט בלוט?

מען צווינגט קיינעם נישט איר צו רופן, אויב איינער וויל איר דווקא רופן, וואס האסטו זיך אריינצומישן? יענער קען אליינס קעיר נעמען פון זיין לעבן.

קומסט אריין ווי עפעס א סאציאליסטישער קאנטראלירער.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 12:32 pm#437894
יעצט פארשטייט איך שוין פארוואס פרויען טארן נישט זיין רבנים, ווייל אויב יא וואלטן זיי "גע'פסק'נט" אז פרויען מעגן זיין EMTs...
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 1:59 pm#437899
אונטער חכם האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:וויפיל קרבנות דארף עס קאסטן ביז זי ווערט עסטאבלישט? אלס ווייל דער אדער יענער איז 'אומבאקוועם'. וויפיל בלוט דארף מען פארגיסן אז ס'זאל זיין באקוועמער און מער איינגענעם?
ווער פארגיסט בלוט?

מען צווינגט קיינעם נישט איר צו רופן, אויב איינער וויל איר דווקא רופן, וואס האסטו זיך אריינצומישן? יענער קען אליינס קעיר נעמען פון זיין לעבן.

קומסט אריין ווי עפעס א סאציאליסטישער קאנטראלירער.

הצלהה'ס טענה איז אז נישט אייביג רופט מען אליינס און ממילא האט מען נישט קיין אפארטוניטי צו מאכן אליינס די דעסיזשאן. למשל אויב א פרוי פאלט אום אויף די גאס פון א הארץ אטאקע גייט א צווייטער רופן פאר איר. און יענער וועט רופן וועם ער געפעלט. הצלה פילט אז מענטשן וואס וואלטן גערופן הצלה וועלן געצווינגענערהייט שטארבן אין די הענט פון עזרת נשים.

איך גראדע בין נישט מיט הצלה אויף א גרויס חלק פון זייערע טענות. לדעתי האבן זיי נישט וואס אריינצורעדן אין סיי וואס וועגן עזרת נשים. און אז עזרת נשים וויל א אמבולאנס זאלן זיי עס גערן פארגינען. איך לייג נאר אראפ זייער צד פאר די אומוויסענדע דא.
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 8:44 pm#437907
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט פארשטייט איך שוין פארוואס פרויען טארן נישט זיין רבנים, ווייל אויב יא וואלטן זיי "גע'פסק'נט" אז פרויען מעגן זיין EMTs...

בריווען פון מענער רבנים וואס האבען שוין אזוי ג׳פסקנט
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 9:04 pm#437945
שמעון וואלף האט געשריבן:איך מיין דאס האט געהאט עפעס מיט קאשויער רב ז"ל.
איך געדענק נישט ווען ס'האט פאסירט אבער כ'האב געהערט אז מ'האט אינטערגעצינדן אן אמבולנס אין יענע צייטן

פרויען הצלה תשמ״ב על פי המלצת הגה״ק מ׳קשוי זי״ע
דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 11:35 pm#438801
Ezras Nashim Ambulance Request Denied; Decision Heads To Alb
m https://vosizneias.com/2019/11/19/ezras ... -to-albany m

Ezras Nashim Ambulance Request Denied; Decision Heads To Albany

NEW YORK (VINnews) — Approximately 3 weeks ago, Ezras Nashim filed a request for a Certificate of Need allowing them to operate an ambulance in Boro Park and Kensington. As explained by Ezras nashim founder Hon. Ruchie Freier, the organization wants an ambulance in order to enable them to expand their services and treat the growing needs of local women more effectively.

At a subsequent hearing that took place to address this request, it became clear that not all members of the community were in favor of this initiative. In an attempt to discredit the organization and it’s agenda, Hatzalah came prepared with a number of women who stated that they were satisfied with the treatment they had received at the hands of male Hatzalah volunteers. They also questioned Ezras Nashim’s ability to deliver a satisfactory response time.

Ultimately, it has now been reported that the NYC Regional EMS Council has not approved Ezras Nashim’s request. According to the agency, the reason boils down to the failure of either side to produce a majority vote to either pass the motion or deny it. In this scenario, the case will move up to the Albany State Council for a decision.

The vote breakdown was as follows:

7 REMSCO Board Members voted in favor of Ezras Nashim application,

12 votes against the application,

5 members abstained to vote,

2 members were absent.

It is worth noting, that of the 12 members who voted against the application, 4 are Hatzalah members. These members were asked to recuse themselves from the vote due to the obvious conflict of interest, however they declined to do so.

Ezras Nashim hopes for a positive outcome in Albany, as there are no Hatzalah members on the Albany State Council, which will hopefully serve to produce an unbiased decision.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 1:54 am#438814
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
מסתם טוט מען א געוואלדיגע טובה פאר אלע היימישע אידן ווען א חרדישע ארגענעזאציע שטעלט זיך אויף ברבים, מיר ווילן נישט אז פרויען זאלן זיין מעדיקס און פירסט ריספאנדערס מיט א אמבולאנס. פארוואס? ווייל מיר (פרומע אידן) זענען גוט אזוי אויך און והשנית זיי - פימעילס, זענען נישט גענוג שנעל.
איך מיין אז אין דער היינטיגע פאליטיקלי קארעקט סאסייעטי קוקט מען עס אן ווי דיסקרימענעישען קעגן פרויען. אפשר איינער קען מיר מסביר זיין פאר וועמען פונקטליך גייט עס העלפן אז מען זאל דיר אן קוקן ווי א מעיל שאווענעסט? לו יציור די מענער פירן אויס איז עס טאקע א שארט טערם געווינס אבער דאון דער ראוד קען עס נאך באקפייערן.
מסכים אדער יא?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk