פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן
קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן
4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יוני 22, 2014 10:54 pm#207497
ער איז ווייט פון זיין די איינציגסטע...
מאנטאג יוני 23, 2014 11:47 am#207565
outspokenלענ''ד דארף מען געבען @טיטאניק מער leeway space , למעשה איז ער די איינציגע אויסגעשפראכענע אנטי סאטמאר'ע און ער דארף זיך שלאגען מיט מלמידי מלחמה, גייט ער אמאל ארויס פון די רעלסען SO WHAT .
און וואס איז מיט מנשה לוסטיג???! ער האטציך ווייניג געריסן מיט סאטמאר'ע ניקס?... 😕 😂 😈 😉 😮
דינסטאג יוני 24, 2014 5:20 pm#207841
מנשה לוסטיג איז מיר גאר א שטארקע ידיד, ער האט מיר געקאלט נעכטען פון א''י (איינער ווייסט אז ער דארט?) אז ער בעט פאר מיר, האב איך אים געבעטען אז ער זאל בעטען פאר די צוויי סאטמארע ברידער, און ער האט זיי ארויפגעלייגט אויפן קוויטל. אזעלכע שונאים ווי ער ANYTIME .
דינסטאג יוני 24, 2014 8:15 pm#207899
זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז עס א סכנה פאר א קליין קינד צו קוקן אין א שפיגעל?דינסטאג יוני 24, 2014 8:22 pm#207901
אין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.
דינסטאג יוני 24, 2014 8:23 pm#207902
outspokenמנשה לוסטיג איז מיר גאר א שטארקע ידיד, ער האט מיר געקאלט נעכטען פון א''י (איינער ווייסט אז ער דארט?) אז ער בעט פאר מיר, האב איך אים געבעטען אז ער זאל בעטען פאר די צוויי סאטמארע ברידער, און ער האט זיי ארויפגעלייגט אויפן קוויטל. אזעלכע שונאים ווי ער ANYTIME .
אויף דעים קען מען דאך ניצן כולל חצות, אדער גאר קופת העיר... 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😉 😮
דינסטאג יוני 24, 2014 8:30 pm#207903
מצטמק ויפהאין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.
איז דא עפעס א מקור צו דעם, אויף וואס די פרויען האבן געבויעט? איז עס אויך אנגענומען ביי דאקטוירים?
דינסטאג יוני 24, 2014 9:04 pm#207905
מבקרמצטמק ויפהאין תשובות באר משה ח"ח סימן ל"ו, ברענגט ער אז יש נשים שמקפידין אז די קינדער זאלן נישט זעהן קיין שפיגל ביז מען האט נישט קיין ציין, און רעדן שוין. ווייל עס קען שאטן אז די ציין זאל נישט קומען אין צייט, און אנהייבן שפעט רעדן.
איז דא עפעס א מקור צו דעם, אויף וואס די פרויען האבן געבויעט? איז עס אויך אנגענומען ביי דאקטוירים?
ס'איז אן אלטע מיטוס וואס איז געווען אנגענומען אינעם מיטלאלטער, און אזויווי אסאך משוגעתן וואס זענען געווען אנגענומען ביים פויערישע המון האט זיך עס אריינגעכאפט ביי אידן אויך, און אסאך מאל אין הלכה אויך. סופערסטישען איז א מענטשליכע טבע, און ס'איז גאנץ פארשטענדליך אז רבנים קענען אויך זיין סופערסטישעס. אבער ווען מ'מאכט פון דעם א תורה ווען די באפעלקערונג איז שוין אויסגעוואקסן דעם שטות, דאס איז שוין אבסורד.
אין פארצייטישע אייראפע, און אין צוריקגעבליבענע לענדער ווי נייגעריע גייט עס נאך אן ביז היינט, אז א שפיגל איז געווען א זאך וואס האט געצויגן לעגענדעס און סופערסטישענס, די המון האט נישט פארשטאנען גענוי וויאזוי די אפטיקס ארבעטן, און האבן ממילא עס אנגעקוקט ווי עפעס א כישוף, יעדער קען זיכער די מעשה פון סנאו ווייט, וואו די שלעכטע שטוף מאמע האט געמאכט כישוף און גערעדט צו איר שפיגל, וכהנה רבות. די שרעקליכע זאכן וואס קומען ארויס פון לייגן א קינד אונטער א יאר\וואס האט נאכנישט קיין ציינער\וואס רעדט נאכנישט זענען קאלירפול, פון א מיתה משונה, צו נישט קענען רעדן, צו נישט באקומען קיין ציינער, ביז אויסוואקסן א גנב חלילה.
היינט זאגן דאקטוירים פארשטייט זיך גארנישט דערוועגן חוץ אז ס'האט נישט קיין האפט, כ'האב אויך אמאל געהערט אז פונקט פארקערט, אז קוקן אין שפיגל העלפט דאס קינד באקומען א באגריף אויף זיך אליינס, self awareness, וואס איז וויכטיג פאר פסיכלאגישע דיוועלאפמענט.
דינסטאג יוני 24, 2014 9:31 pm#207907
אין זוהר ווערט יא דערמאנט אז א שפיגעל איז שעדליך בגשמיות, פאר א יעדן עלטער אהן אויסנאם. האב איך אמאל געהערט אז דאס איז די טעם פארוואס חסידים זענען מקפיד נישט צו קוקן אין שפיגעל, כאטש וואס עפ"י הלכה איז דאס מער נישט קיין פראבלעם פון 'לא ילבש'. אבער לפי זה וואלטן פרויען אויך נישט געמעגט ניצן קיין שפיגעל, ווייל לפי די זוהר איז דאס פאר זיי אויך שעדליך.
וואס וועסטו וועלן ענטפערן, זוהר איז פון ר' משה דיליאון????? 😕 🙄 😕 😉
וואס וועסטו וועלן ענטפערן, זוהר איז פון ר' משה דיליאון????? 😕 🙄 😕 😉
דינסטאג יוני 24, 2014 10:50 pm#207912
א שפיגעל אין די האנט פון א קינד איז א סכנה. אויס סקרעקט אדער ציברעכט זעך קען זיך דאס קינד צישניידען.
דינסטאג יוני 24, 2014 10:51 pm#207913
פארוואס האבן קינדער מער שרעקעדיגע חלומת ווי ערוואקסענע ?
דינסטאג יוני 24, 2014 11:51 pm#207921
איך וואלט געזאגט אז ס'האט פשוט צו טוען מיט ווי אזוי א קינד'ס מח ארבייט. א קינד'ס מח, ווי אינגער מ'איז, איז עס א גרעסערע געמיש פון רעליסטישע געדאנקען און דמיונות. ווי עלטער א מענטש ווערט, ווערט זיין טראכטן מער רעלסטיש און די דמיונות שוואכער, און ער פארשטייט אז געוויסע זאכן קענען במציאות נישט געשעהן. ממילא א קינד וואס חלומ'ט אז א בער ליגט לעבן אים, און ער איז גאלדי לאקס, חלומ'ט א דמיון, אבער זיין אינג הארץ פילט עס פאר א אמת, ווייל ער קען עכ"פ אינמיטן שלאף נישט מבחין זיין צווישן דמיון און מציאות.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:39 pm#208270
פרייטאג יוני 27, 2014 12:40 am#208279
ער הייסט בנימין לענשעווסקי פון בארא פארק. ער פאטאגראפט אויף פאר'ן מאמענט/בליק. ער איז א גוטע חבר מיט עזרא פריעדלענדער. עזרא האט עם מסתמא גענומען מיט זיך צו וואשינגטאן צום פרא ישראלי סעסיע.
@ונבנתה העיר
@ונבנתה העיר
פרייטאג יוני 27, 2014 12:09 pm#208307
רויטע וואנצעסער הייסט בנימין לענשעווסקי פון בארא פארק. ער פאטאגראפט אויף פאר'ן מאמענט/בליק. ער איז א גוטע חבר מיט עזרא פריעדלענדער. עזרא האט עם מסתמא גענומען מיט זיך צו וואשינגטאן צום פרא ישראלי סעסיע.
@ונבנתה העיר
רויטע וואנצעס: ייש"כ. אבי כ'האב געמיינט אז דער יונגערמאן איז דער פאטאגראפירער פאר'ן איד אדער בלאט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😃 😮
מאנטאג יולי 7, 2014 5:00 pm#210599
פארוואס דארף א ארקעסטרא א קאנדאקטער? יעדער ליינט דאך די נאטן. אויפן קליפס זעהט אפילו נישט ווי די שפילערס זאלן קוקן אויפן קאנדאקטער.
פארוואס נעמן נישט די MTA באסעס פאפירענע דאלארן?
פארוואס נעמט די גאווערמענט נישט אן זאכן דורך אימעיל, נאר דורך פעקס? זיי נעמען אן דיין אימעיל צו ווערעפייען ווער דו ביסט, איז פאר וואס זאלן זיי נישט אנעמען פאסט דורך אימעיל?
פארוואס נעמן נישט די MTA באסעס פאפירענע דאלארן?
פארוואס נעמט די גאווערמענט נישט אן זאכן דורך אימעיל, נאר דורך פעקס? זיי נעמען אן דיין אימעיל צו ווערעפייען ווער דו ביסט, איז פאר וואס זאלן זיי נישט אנעמען פאסט דורך אימעיל?
מאנטאג יולי 7, 2014 8:33 pm#210661
Sometimes it's BS and just for show. By the professional ones it's to keep everyone together to the same second
they will have to go collect $ from every bus and it's also a big opportunity for robbery
It takes them 20 years to catch up. It took them 20 to get to accept fax. It will take them 20 to get to e-mail
they will have to go collect $ from every bus and it's also a big opportunity for robbery
It takes them 20 years to catch up. It took them 20 to get to accept fax. It will take them 20 to get to e-mail
מאנטאג יולי 7, 2014 8:35 pm#210663
ווי אין בארא פארק איז דא א געשמקע שיעור, עין יעקב, נך וכדו' נישט פאר אלטע מענשען ווי מען קען זיצין אן היט אין רעקיל נאכט צייט ישר כח
דינסטאג יולי 8, 2014 2:20 pm#210814
סא איינער ווייסט אדער א ליסט פין אלע שיעורים אין בארא פארק פליס
מאנטאג יולי 14, 2014 9:45 pm#211750
פארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?
מאנטאג יולי 14, 2014 9:53 pm#211752
איך האב עס אויכעט. אבער נישט אלס פראבלעם...
מיר זענען מסתמא חב"ד שורש נשמה......
ערנסט גערעדט, זיי האבן עפעס ספעציעל הארציגע ניגונים. א שטיק נשמה.
מיר זענען מסתמא חב"ד שורש נשמה......
ערנסט גערעדט, זיי האבן עפעס ספעציעל הארציגע ניגונים. א שטיק נשמה.
מאנטאג יולי 14, 2014 9:57 pm#211753
מן הסתם ביזטו פארדארבן 😃
מאנטאג יולי 14, 2014 10:06 pm#211754
חבד ניגונים דערמאנט מיך פון שובבים ת"ת, שובבים ת"ת דערמאנט מיר פון ישיבה, ישיבה דערמאנט מיר פון מיין משגיח, די זכרונות פון מיין קאפא משגיח ברענגט מיר צו טרערן.
מאנטאג יולי 14, 2014 11:03 pm#211778
און דיין וויץ דערמאנט מיר פון א צווייטס, אז בחורים טארן נישט רעדן פון א טאפ, ווייל א טאפ דערמאנט פון קאכן, און מען קאכט דאך ביי א חתונה, און ביי א חתונה איז דא א כלה, וחביתין לנסכין, ונסכין לבזיכין, עליה השלם כל הקרבנות כולם.
דינסטאג יולי 15, 2014 2:55 pm#211871
ביבערפארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?
דו ביזט זיכער נישט דער איינציגסטער. די סיבה איז גאנץ פשוט. די היינטיגע ניגונים די היינטיגע קאמפאסערס און זינגערס זענען... אסאך פון זיי זענען אויף דעם סטייל שאין רוח חכמים... אסאך פון זיי האט ממש א גוי-ישען טעם אדער עס איז טאקע גוי-יש.
מש"כ דו הערסט א ווארימע חסידישע ניגון ( יא... חב"ד איז חסידיש) וואס רוב פון זיי זענען קאמפאזד געווארן דורך זייערע הייליגע רבי'ס נ"ע אדער דורך אמאהליגע אמתדיגע ווארימע חסידישע אידן... דיין נשמה הערט דאס. עס קאן אפי' זיין א שטיקעל בחינה פון דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב. נישט בחינם פלעגן אמאהליגע צדיקים אן-זאגען מען זאל נאר זינגען ניגונים פון קראנטע מקורות. ווייל דער זינגער און קאמפאסער האבען א השפעה אויפ'ן ניגון.
איך האב אויך געהערט אמאהל אויף איינער פון די תלמידים פון איינער פון די אמוראים וואס איז יצא לתרבות הרעה אז זיין רבי האט געזאגט אז דאס איז געווען ווייל ער פלעגט זיך אינטער זינגען רוימישע ניגונים ביים לערנען.
אויף דעם אנדערע האנט זענען דא זייער אסאך מעשיות פון מענטשען וואס האבען תשובה געטוהן נאך'ן הערען א ניגון.
דינסטאג יולי 15, 2014 3:11 pm#211875
ציבעלע-קיגל
איך האב אויך געהערט אמאהל אויף איינער פון די תלמידים פון איינער פון די אמוראים וואס איז יצא לתרבות הרעה אז זיין רבי האט געזאגט אז דאס איז געווען ווייל ער פלעגט זיך אינטער זינגען רוימישע ניגונים ביים לערנען.
די מיינסט אחר, (אלישע בן אבויה) ער איז געווען די רבי פון די תנא רבי מאיר.
די גמרא זאגט טאקע זמר יוני לא פסיק מביתיה, אבער רש"י זאגט אז די פראבלעם איז נישט געווען די זמר יווני, נאר מוזיק בזמן החורבן.
דינסטאג יולי 15, 2014 3:18 pm#211879
ציבעלע, לויט דיר וואס איז א חילוק פון חב"ד ביז מאדזשיץ און קארלין און זלאטשובער ניגונים?
אלע חסיד'ישע ניגונים זענען שיינע, אבער חב"ד איז עלית על כולנה.
אלע חסיד'ישע ניגונים זענען שיינע, אבער חב"ד איז עלית על כולנה.
זונטאג יולי 20, 2014 9:41 pm#212766
כוויל פארשטיין פשט אין @דער שכן,ס חתימה " דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. "" ...
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. "" ...
זונטאג יולי 20, 2014 9:50 pm#212768
ביבערפארוואס האבן די חבד ניגונים אזא שטארקע השפעה אויף מיר? די קלענסטע תנועה'לע וועט מיר איבערדרייען מיינע קישקעס, איך בין זיכער נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם וואס איז פשט דערפון?
פראבלעם? ח"ו.
הירשל ציג מ'ברויכט דיין הילף!
איך גלייב אז האלב כלל ישראל ליידט אויף דעם פראבלעם;
זונטאג יולי 20, 2014 11:09 pm#212781
פארוואס קאסט א "באגעט" דאפעלט ווי א בייגל?
זונטאג יולי 20, 2014 11:12 pm#212783
שמעקעדיגפארוואס קאסט א "באגעט" דאפעלט ווי א בייגל?
ווייל ס'דא א פארלאנג אויף דעם.
זונטאג יולי 20, 2014 11:15 pm#212786
איך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!
זונטאג יולי 20, 2014 11:17 pm#212787
די סיבה איז וויבאלד גנבים האבן מורא צו לייגן די האנט דארט, מ'קען זיך אבריען.
זונטאג יולי 20, 2014 11:20 pm#212789
קאווע טרינקעראיך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!
אמאליגע צייטן מיט די שלייקעס פלעגט עס טאקע זיין העכער, די היינטיגע מיטן פאסיק זענען די וואס ליידן דערויף אבער ווער גייט דען היינט נאך מיט א בערזל?
זונטאג יולי 20, 2014 11:25 pm#212791
אויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?
זונטאג יולי 20, 2014 11:27 pm#212793
ביבערקאווע טרינקעראיך מוז וויסן וועלעכע בהמה האט איינגערעדט דעם מענטשהייט צו האלטן דעם בערזעל נגד מקום המושב. יעדעס מאל איך זעץ זיך אראפ דארף איך רוקען מיין בערזעל צו דער זייט. וויפיל איז דער שיעור!? רבש"ע!
אמאליגע צייטן מיט די שלייקעס פלעגט עס טאקע זיין העכער, די היינטיגע מיטן פאסיק זענען די וואס ליידן דערויף אבער ווער גייט דען היינט נאך מיט א בערזל?
וואו האלסטו דיין קרדיט קארד?
זונטאג יולי 20, 2014 11:29 pm#212795
ביבעראויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?
ס'דא גענוג איידעלע אינגעלייט אין הצלה.
בנוגע עקסטרעמיסטן, well, זיי זעהט מען אין ערגעץ נישט. זיי זענען גוט פאר גארנישט. אויסער צו פראטעסטירן, שטייטסעך
זונטאג יולי 20, 2014 11:31 pm#212796
ביבעראויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?
נאךדאס פעילט אויס! שטעל דיר פאר ווען הערשל קלאר אדער יואלי צימערמאן זענען אין הצלה... 😂 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
זונטאג יולי 20, 2014 11:34 pm#212797
קאווע טרינקער
וואו האלסטו דיין קרדיט קארד?
דאס פיט אין אונטערשטן וועסטל טאש, און ווען איך גיי מיטן טי-שירט לייג איך עס אין הויזן טאש צוזאמען מיט לייסענס און אינשורענס, עס לוינט מיר נישט די שלעפ פונעם בערזל פאר דעם.
זונטאג יולי 20, 2014 11:37 pm#212799
קאווע טרינקער
ס'דא גענוג איידעלע אינגעלייט אין הצלה.
אלע זענען זיי איידל, איך מיין אבער נו, די הייליגערע די וואס וואקן מיטן ספר אין די האנט, די וואס די שווער האלט אויס.
זונטאג יולי 20, 2014 11:48 pm#212800
ביבערקאווע טרינקער
ס'דא גענוג איידעלע אינגעלייט אין הצלה.
אלע זענען זיי איידל, איך מיין אבער נו, די הייליגערע די וואס וואקן מיטן ספר אין די האנט, די וואס די שווער האלט אויס.
איך ווייס נישט ווי די דרייסט זיך.. אבער ווי איך דריי מיך זעהט מען יא געהעריג..
זעה דעך צו דרייען דארט וויאיך דריי מיך העסטו אויך זעהן..
מאנטאג יולי 21, 2014 12:31 am#212803
ביבעראויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?
אה די פרומערע זענען דאך כדרכם מגין מיט זייער תורה... און לאזן די אנדערע חברה גיין אויפן שלאכטפעלד 😃
מאנטאג יולי 21, 2014 12:16 pm#212839
שמעקעדיגפארוואס קאסט א "באגעט" דאפעלט ווי א בייגל?
לפענ"ד. ווייל מענטשן ווילן אלעמאל עסן אן עקזאטישן מאכל אדער גיין אין היי-קלעס רעסטאראנטן. (חוץ אני הקטן. מ'רעדט דא פון עולם-גולם.). ספעציעל די וועלכע האבן פראנצויזישע נעמען. דאס ווארט "באגעט", מיינט בעצם א רינגל, אדער רינדעכיגע זאך. למשל, דא אין בארא פארק איז דא א מילכיג רעסטאראנט וואס הייסט "קאפעי-או-לעי" וואס מיינט אין פראנצויזיש "קאפי-מיט-מילעך". איז דא מענטשן וואס טוען זיך אויף, אדער פילן ספעשיל, אז ער האט געגעסן אינ'ם "קאפעי-או-לעי". הבל הבלים, אמר קהלת. הכל הבל... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😉 😉 😮
מאנטאג יולי 21, 2014 1:40 pm#212852
פארוואס קאסט העלטהי עסן זיבן מאהל אזויפיל ווי די רעגולאר? דריי מאהל אזויפיל איז נישט גענוג?
מאנטאג יולי 21, 2014 2:13 pm#212855
ביבעראויב פקוח נפש איז אזא חשובע מצוה פארוואס זעהט מען קיינמאל די פרומע איידעלע סארט אדער די עקסטרעמיסטן אין די הצלה?
אויב איז פסקענען דין תורות אזא גרויסע מצווה פארוואס זעט מען קיינמאל די נארמאלע סארט אין בתי דינים?
מאנטאג יולי 21, 2014 9:38 pm#212927
מאטיפארוואס קאסט העלטהי עסן זיבן מאהל אזויפיל ווי די רעגולאר? דריי מאהל אזויפיל איז נישט גענוג?
@מאטי
װעלכע עסן מײנסטו? פרישע פרוכט/װעדזיטעיבל (פרעש פראדוס), אין א רעסטוראנט, פלײש, װײטימינס?
דינסטאג יולי 22, 2014 11:00 pm#213164
מאטילאו קארב ברויט ספעלט וכו'.....
There are less people to sell it to. When you buy an oven, for example, if you will bake only a hundred low-carb bread instead of five hundred regular bread you have to split the cost of the oven over fewer breads.
The ingredients are also more expensive.
The companies baking the low carb products are usually smaller companies so they have a higher cost of production.
Since it’s a new field, they have to invent a lot of the recipes which costs time and money
