פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:21 pm#214933
פארוואס ווען מלייגט צי א ניין וואלט בעטערי צים צינג כאפ מען א שאק, וואס איז די צינג אנדערש ווי די פינגער?
וויל ס'נאס אדער ווייל ס'איז מער סענסיטיוו?
האט דאס א שייכות אז די צינג שפיערט טעם פון עסן?
דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:45 pm#214938
ווייל עס איז נאס און איהרע נערוון געפונען זיך גאנץ נאנט צום אויבערפלאך.

יעדע זאך האט א באשטימטע מאס וויפיהל עלעקטרישע קאררענט ער לאזט\לאזט נישט אדורך זיין מציאות, אז דו וועסט צולייגן א 9 וואלט בעטערי צו דיין האנט וועט די טרוקענע הויט נאר לאזן אדורכלויפן פון איין עק בעטערי צו די צווייטע א קאררענט פון 0.09 MA, אבער א צינג וואס איז נאס וועט אריבערפירן א קאררענט פון 1.3 MA.
פרייטאג אוגוסט 1, 2014 1:02 pm#215017
ונבנתה העיר
ווייל עס איז נאס און איהרע נערוון געפונען זיך גאנץ נאנט צום אויבערפלאך.

יעדע זאך האט א באשטימטע מאס וויפיהל עלעקטרישע קאררענט ער לאזט\לאזט נישט אדורך זיין מציאות, אז דו וועסט צולייגן א 9 וואלט בעטערי צו דיין האנט וועט די טרוקענע הויט נאר לאזן אדורכלויפן פון איין עק בעטערי צו די צווייטע א קאררענט פון 0.09 MA, אבער א צינג וואס איז נאס וועט אריבערפירן א קאררענט פון 1.3 MA.

דאס ווערט אנגערופן אויף די עלעקטרישע שפראך "קאנדאקטיוויטי" וואס איז די פארקערטע פון "רעזיסטענס". דאס איז אנדערש פון מענטש צו מענטש. אני הקטן האב געזעהן אן עלעקטרישן, א דייטשער גוי ימ"ש, וועלכער האט געהאט א מאדנע וועיג צו טעסטן "פיוזעס." ער האט צו-געלייגט איינס פון זיינע טמא'נע הענט צו אן עלעקטרישן שטראם. מיט די אנדערע האנט האט ער צו-גערירט צום "פיוז". אויב ער האט געכאפט א קיצל האט ער געוואוסט אז די פיוז איז גוט. צומאל האט ער געמיזט נאס מאכן זיינע פינגערס כדי ער זאל שפירן א שטראם אדורכגיין זיינע הענט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:08 pm#216702
קאנטרי יאסי
גיי זיך וואו און ווער עס רעדט נאך פון יענע צייטן..
קאן זיין איך בין אומ'וויסענד, אבער די קאנטרי יאסי שאוי, ווי איז עס נעלם געווארן און פארוואס?
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:23 pm#216709
טשולענט פאוערד ראקעטס סענד מען טו די מאון וגו.
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:35 pm#216739
ס'גייט נאך אן.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:37 am#216760
פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:34 am#216780
ווייל אזוי איז די סימבאל אין פובליק טוילעטס.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:42 am#216783
על או על.
כמיין אמתדיג, סהאט זיכער א פשוטע סיבה.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:45 am#216785
הויזן איז נישט צניעות אזוי ווי מ'זעהט ביי די מזבח
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:54 am#216787
אין ציץ אליעזר האב איך אמאל געזען א תשובה אז הויזן פאר א פרוי איז אומצניעות ווייל סהאט א זיפער און מ'קען שנעלער צוקומען צו די כלי מעשה הגומרים...
לכאורה לפי"ז וואלט א מאן אויך געדארפט גיין א סקוירט.
אולי האט עס מיט דעם וואס א פרוי גייט אלעמאל ארויס בישיבה וצ"ע.
שוין נעקסט קעיס, וואס איז דער פרייז פון דעם וואסער-מעלאן?
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:58 am#216789
מ'האט דאך נישט געמאכט קיין טרעפ אויף די מזבח אלס ”ולא תעלה במעלות על מזבחי” און רש"י זאגט אז "שעל ידי המעלות אתה צריך להרחיב פסיעותיך" איז דאך לפי"ז הויזן נישט צניעות.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:58 am#216790
כוכב
פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?

עס איד דא וואס פירן זיך אזוי און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:08 am#216793
כוכב
פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?

מסתמא ווייל הויזן ווייזט מער ארויס חיתוך האברים.

דר"א, איינע פון די ליובאוויטש'ע גורארי'ס האט געדארפט זיצן אין תפיסה, האט זי נישט געוואלט אנטוהן הויזן, והביאה ראי' לדברי' פון די סימבאלן אויפן בית הכבוד.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:24 am#216797
אנטשולדיגט פאר מיין זיין אזוי שטארק נייגעריג: אבער וואס האט זי געטון די רבי'צין גוראי' אז זי האט געדארפט גיין יושב'ן? אפשר זיך נישט געוואשן צו שלוש סעודות? נישט אויסגעליינט ד צאינה וראינה אויף די פרשת השבוע?... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😞 😉 😮
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 4:34 pm#216848
איך וויל וויסן פארוואס גיט מען ביי אלע שמחות נאר ווארימע דזשינזשער עיל און הייסע סעלצער.
מען ספענדט אוצרות מיט געלט אז אלעס זאל זיין פונעם שענסטן און בעסטן, און אזא וויכטיגע זאך ווערט גענצליך איגנארירט?
בפרט אין די הייסע זומער טעג, איך דארף אביסל אייז-קאלטע סאדע! אדער אנדערע זיסע געטראנקען! לכה"פ קאלטע וואסער! (הן אמת, צומאל טרעפט מען א שיסל מיט האלב-אויפגעלאזטע אייז קיוביקלעך, אבער דאס איז נישט גענוג)
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:22 pm#216897
שמעקעדיג
אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.

מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??

דיסקלעימער: איך ווייס נישט אויב איינער האט דיר שוין גע'ענטפערט, און איך גיי נישט יעצט איבערקוקן אלע 82 בלעטער, מילא אויב יא: איים סארי,
די געלע לייטס וואס צינדען זיך אן גלייך פאר א באס סטאפט, איז לייטס וואס ווייזן אן אז די "ריטארדער"/"דז'עיק ברעיקס" האבן זיך אנגעצינדען, די צוויי זאכן טוען בעיסיקלי די זעלבע זאך, זיי האלטן צוריק די באס פון אריינגיין אין א מצב ווי עס זאל ווערן געטריבן פון די כח המשיכה, למשל ווען ער פארט אראפ א בארג, וואלט א באס וואס וועגט אסאך געדארפט זיך נעמען פליען אויף אראפ, צינדט זיך דעמאלס אן די ריטארדער/דז'עיק ברעיק און ברעיקט אביסל, און פינקט ווי ווען מ'ברעיקט צינדט זיך אן א לייט וואס סיגנאליזירט די מוח פון די דרייוער פון דיקאר ביהיינד, אז ער זאל אויך סטאפן, אזוי אויך ווען דעיס צינדט זיך אן -וואס דאס קען אראפברענגען די ספיד ביז 15 מפ"ה-, צינדט זיך אן די ארענדז'ע לייטס.
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:26 pm#216898
משה רוקח
שמעקעדיג
אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.

מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??


אפשר צינדט זיך אהן דער לייט יעדעס מאל דער דרייווער ריליסט דעם גאז פעדאל.

יעצט באמערקט די תגובה, דאס איז גראדע אמת ווייל די ריטארדער/דז'עיק ברעיק צינדען זיך אטאמאטיש אן ווען מ'ריליעסט די געז פעדעל.
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:08 am#216943
כוכב
פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?


מה דאך שמאל פארפאסטע קלײדער ק״ו הויזן רח״ל. 😃
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:57 pm#217006
פארוואס זענען נאך די עירליין טיקעטס (איטינירערי'ס) אזוי אלטמאדיש און צוריקגעבליבן, יעדע מאל מוז מען זוכן מיט א מעגניפייער דעם דאטום, די צייט ווען עס פארט אפ און ווען עס קומט אן, צי עס איז יא דא קאושער מיעלס אדער נישט, וועלכע עירקרעפט, אלעס איז מיט פארצייטישע געטייפטע אותיות, איז עס דען א גזירת הכתוב אז עס מוז פארבלייבן א טראדישאן ווי פאר 50 יאר צוריק? קען עס נישט זיין אביסל קלארער, צוטיילט, צו טרעפן אלע אינפארמאציע עט-עי-גלענס??
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:02 pm#217021
די 'גרעיני אבטיח' וואס איך קויף לכבוד שבת. וויאזוי שאפט זיך עס? מען ליידיגט אויס און מאכט קאליע א מיליאן וואסער מעלאנעס? אדער באצאלט מען פאר א מיליאן כינעזער אוועק צו לייגן די קערעלעך ווען זיי עסן וואטערמעלאן?


.
_20140815_150147.JPG
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:09 pm#217022
<a class="postlink" href="http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?cat_id=29&topic_id=2667206&forum_id=16318">http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?c ... m_id=16318</a>
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:42 pm#217512
פארוואס קלינגט מיין פוין נאר אינמיטן שטילע שמונה עשרה?!
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:48 pm#217516
ווייל דו לעשט נישט אויס די רינגער!
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:19 pm#217521
קאפקעיק
פארוואס קלינגט מיין פוין נאר אינמיטן שטילע שמונה עשרה?!


אז דו זאלסט אינזינען האבן דיין משפחה ביים דאווענען.
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:58 pm#217529
איך לעש גראדע יא אויס מיין רינגער, און איך לייג עס אויף ווייברעיט, אבער פונקט ווען איך שטעל מיך שמונה עשרה נעמען זיך אלע מיינע באקאנטע און נישט באקאנטע רופן, לאו דוקא משפחה, ווער ס'האט נאר מיין נאמבער נעמט זיך די מיה צו אויפהייבן א טעלעפאן צו מיר פונקט דעמאלס, עס קוקט ממש אויס ווי די שטן האלט נישט אויס אז איך דאווען, סוי ווער ס'האט מיך גע'קאלט היינט אוון כ'האב נישט אויפגעהויבן זאל וויסן אז די שטן האט זיך מיט עם היינט באנוצט!
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:40 pm#218359
די לעצטע פאר טעג קומען אן וואטסעפ מעסעדזשעס וואס רעדן וועגן אייס באקעטס. איך כאפ נישט די אינטערעסאנטקייט אדער זשאוק דערפון. כ'האב פראבירט צו נישטערן אויפ'ן געוועב צו דערגיין וואטס ביהיינד איט, אבער לא עלתה בידי.

קען איינער מסביר זיין די סומאטוכע מיט אייס באקעט?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:44 pm#218360
מנאשקע איז א עקספערט דערויף פרעג עם.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:29 pm#218367
דריידל
די לעצטע פאר טעג קומען אן וואטסעפ מעסעדזשעס וואס רעדן וועגן אייס באקעטס. איך כאפ נישט די אינטערעסאנטקייט אדער זשאוק דערפון. כ'האב פראבירט צו נישטערן אויפ'ן געוועב צו דערגיין וואטס ביהיינד איט, אבער לא עלתה בידי.

קען איינער מסביר זיין די סומאטוכע מיט אייס באקעט?

טאמער ליינסטו ענגליש דאן קלאפ אינעם גוגל ALS Ice Bucket Challenge און ליין דעם וויקי בלעטל צו פארשטיין וויאזוי דאס טרייבט אויף געלט פאר ALS.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:15 am#218667
דער אייבערשטער קומט נישט מיט אין קאנטרי.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:17 am#218669
[ציטאט אראפגענומען]


װײל אין שטאט װעלן די מוסדות נישט אן נעמען זײנע קינדער.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:10 am#218678
פארוואס איז די ברוקלין בעטערי טונעל יעדן טאג די אנדערע זייט, אסאך מאל איז אפן נאר איין זייט וועלכע ווערט פארוואנדלט אין א טו-וועי סטריט, און די איבער 20 ארבייטער מיט די געילע וועסטלעך וואס ווערן משוגע פאר ליידיגגיין קוקנדיג אויף יעדן אויטא, טוישן ארום די אראנזשע שטעקעלעך וועלכע דירעקטירן דעם טראפיק.. צו וואס פעלט אויס צו טוישן און משוגע מאכן די טעגליכע דרייווערס?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:04 pm#218942
[ציטאט אראפגענומען]



דין חצר
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:33 am#218974
פארוואס קומט זיך אלעמאל פאר דו ברוקלין באוינד אויף די ברוקלין ברידז' די זכות צו פארן ביינאכט?! יעצט איז נאר די מענהעטן באוינד עוועיליבעל ביינאכט האבן זיי עס אויסגעדרייט צו דינען פאר מענטשן וואס פארן קיין ברוקלין, מ'פארט ארויס פון די עף די אר לאקאל, מ'פארט ארויף עפעס א רעמפ צו די פארקערטע זייט, אויב איז נאר די מענהעטן באוינד אפן, וואלט מען געדארפט קענען פארן נאר קיין מענהעטן און פארטיג! בהמות!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:41 pm#219204
פארוואס ווערען די בתי כסאות אין די גאזאלין-שטאציאנען פארשלאססען? זיי זארגען זיך פילייכט אז עמיצער וועט דאס רייניגען?

דאס ארט ווי שטעלט אוועק דאס אויטא ווערט אנגערופען א "דרייוו וועי", ווידעראום די שטראססע ווי מען פארט רופט מען א "פארקוועי". פארוואס?

וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:56 pm#219216
גייווייס
פארוואס ווערען די בתי כסאות אין די גאזאלין-שטאציאנען פארשלאססען? זיי זארגען זיך פילייכט אז עמיצער וועט דאס רייניגען?

די זעלבע סיבה פארוואס שומר שבת ווערט גערייניגט צוויי מאל א יאר...

גייווייס

וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

אין בריסק וואלט מען געזאגט; "צוויי האלבע מיתות שאפט ניט קיין חלות"
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:23 pm#219239
מנחם
גייווייס
פארוואס ווערען די בתי כסאות אין די גאזאלין-שטאציאנען פארשלאססען? זיי זארגען זיך פילייכט אז עמיצער וועט דאס רייניגען?

די זעלבע סיבה פארוואס שומר שבת ווערט גערייניגט צוויי מאל א יאר...

גייווייס

וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

אין בריסק וואלט מען געזאגט; "צוויי האלבע מיתות שאפט ניט קיין חלות"

נאך א מזל בריסק איז נישט אין אונגארן. (אפשר, יא?! ליטוואק פון בודאפעסט) ווייל אן אינגערישער וואלט נאך געמיינט אז מ'רעדט דא פון חלות אויף שבת... 😕 😎 😂 🙄 😛 😳 😉 😮
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:31 pm#219253
גייווייס
דאס ארט ווי שטעלט אוועק דאס אויטא ווערט אנגערופען א "דרייוו וועי", ווידעראום די שטראססע ווי מען פארט רופט מען א "פארקוועי". פארוואס?

עיין פה.
גייווייס
וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

עיין פה, תוד"ה פסיעה גסה.
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:56 pm#219332
וע"ע כאן
<a class="postlink" href="http://www.answers.com/Q/Why_do_we_park_in_the_driveway_and_drive_on_the_parkway">http://www.answers.com/Q/Why_do_we_park ... he_parkway</a>

<a class="postlink" href="https://answers.yahoo.com/question/index?qid=20080907145718AA2zwNW">https://answers.yahoo.com/question/inde ... 718AA2zwNW</a>
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:49 pm#219858
ווייסט איינער פארוואס די באבובער נייעס איז מער נישט "אקטיווע" נייעס?

מען צענזורירט דא אדער וואס?
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:53 pm#219861
כנור
ווייסט איינער פארוואס די באבובער נייעס איז מער נישט "אקטיווע" נייעס?

מען צענזורירט דא אדער וואס?

צומעס זעיט מען נישט ביי אקטיווע אשכולת
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:02 pm#219868
לעמיל
כנור
ווייסט איינער פארוואס די באבובער נייעס איז מער נישט "אקטיווע" נייעס?

מען צענזורירט דא אדער וואס?

צומעס זעיט מען נישט ביי אקטיווע אשכולת

דענמאלט פארוואס האט מען עס אריין געלייגט אין צימעס?
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:06 pm#219869
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/219120">viewtopic.php?p=219120#p219120</a><!-- l -->
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:13 pm#219874
to me it doesn't sound right

אבער ווער בין איך אריין צו רעדען.

איך בין דא גאנץ ניי, און קום ארויף און זיהך מיין אשכול, און משה זיך מיך, עס איז נישטא. גיי איך צו סורטש און טרעף עס.

איך האב עס געשפירט אלץ א פארם אוו סענסירשיפ. אויב נישט, האב איך גארנישט געזאגט.
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 3:19 pm#219936
פארוואס אין אסאך סידורים זענען טייל ברכות אין שמונה געדריקט אין א דיקערע און גרעסערע פאנט ווי אנדערע ברכות?

און אויך פארוואס איז די צווייטע שורה ביי א נייע פערעגרעף אין סידור אלץ אריינגערוקט טיפער?
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:44 pm#219972
כנור
לעמיל
כנור
ווייסט איינער פארוואס די באבובער נייעס איז מער נישט "אקטיווע" נייעס?

מען צענזורירט דא אדער וואס?

צומעס זעיט מען נישט ביי אקטיווע אשכולת

דענמאלט פארוואס האט מען עס אריין געלייגט אין צימעס?

ווייל ס'באלאנגט דארט. ס'איז שוין ארויס פון גדר פון נייעס השוה לכל נפש. דארט קען זיך א יעדער איינער אויסדרוקן זיין מיינונג און בויך ווייטאג... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:02 am#220008
לאליפאפ
פארוואס אין אסאך סידורים זענען טייל ברכות אין שמונה געדריקט אין א דיקערע און גרעסערע פאנט ווי אנדערע ברכות?

און אויך פארוואס איז די צווייטע שורה ביי א נייע פערעגרעף אין סידור אלץ אריינגערוקט טיפער?

א. דוקא די ברכות פון שמונה? כ'מיין אז דער גאנצער סידור גייט אזוי, לכאורה טו מעיק טינגס אינטרעסטינג, אויך קען מען אפשר גרינגער טרעקן מיט די אויגן וואו מען האלט.

ב. דוקא אין סידור? עס איז אן אנגענומענע זאך אין טייפסעטינג, מן הסתם האט זיך עס אנגעהויבן פון דעם וואס די ערשטע אות\ווארט פונעם פאראגראף פלעגט זיין\איז גרעסער פון זיינע שכנים.
זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:46 am#220024
נאר די גרויסע ווערטער דארף מען זאגן, די איבעריגע זענען געמאכט פאר די טאטעס.
זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:52 pm#220213
יארן לאנג האט זיך דער עולם געמוטשעט, די נייע פערקיולעיטאר'ס פלעגן אלץ געדעמעדזש ווערן נאכן טובל'ען, ביז עס איז איינגעפאלן פאר א אידישע קאפ עס צו מאכן "נגמר ע"י יהודי", און אראפ א דאגה פון קאפ, מען איז עס מער נישט מחוייב צו טובל'ען.

וואס איך וויל וויסן, פארוואס איז מען סטאק געווארן בלויז ביי פערקיולעיטארס? דער פראבלעם איז נוגע פאר אנדערע עלעקטראניקס פונקט אזוי. ווי צב"ש טויסטערס, סענדוויטש מעיקערס, קאווע מאשינען, קלענערע וואסער קאכערס,חלקים פון מיקסערס און בוש-מאשינען, צווישן אנדערע. קען מען דען נישט אויסארבעטן דעם זעלבן תיקון פאר אנדערע עלעקטראנישע כלים?