פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:21 pm#225366
יא. אבער א תגובה לטובת מדינת ישראל נישט.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:21 am#225385
אפטעמיסט
יא. אבער א תגובה לטובת מדינת ישראל נישט.

ביסט גערעכט , איך האלט טאקע מ'דארף מאכן א "צימעס ישראל" אפטיילונג.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:22 pm#225454
קאווע טרינקער
איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?

ביים קויפן אן אכטער לייכטער כאפן רוב מענטשען דעם רמז און מ'מאכט צו די פעקטערי, ווייל ס'נעקסטע קינד וועט שוין נישט האבן קיין פלאץ.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:29 pm#225456
א לעצטיגע אינוועסגעישען, דורך די בעסערע ביזנעס ביורא, האט געוויזן אז די זילבער אינדוסטרי האט קאנספורסירט מיט די נאצינאלע OB דאקטורים אסאסיעישן צו פרוצעדירן זילבער לייכטער מיט מערערע לעמפלעך. די סיבה אנגעגעבן איז צוליב די שטארק פאלענדע געבורט סאטיסטיקס אין די לעצטע יארן.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:12 pm#226205
היינט אין בהמ"ד זעה איך א בחור זיצן ביי א טישל און איז מכריז 'פאר בלויז צעהן דאלער קענט איהר זיין דער גליקליכער געווינער'.

איך בין נייגעריג, רעדט ער אלעמאהל אזוי? 'כ'האב זיך געקויפט א בעקיטשע פאר בלויז הונדערט דאלער'? אדער איז דאס א צופיהל-הערן-קול-מבשר סימפטאם.

היינטיגע פארשוינען...

(מוז מען זיין געבויעט צו הייסן 'פארשוין', אדער קען מען אויך זיין דאר און נידריג - בתנאי אז מען דרייעט זיך מיט אן ערלה, פארשטייט זיך.)
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:17 pm#226316
וואס איז דער מקור פון זאגן "קוץ-קוץ" ווען איינער צעהיסט זיך
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:31 pm#226323
אויסגערוט
וואס איז דער מקור פון זאגן "קוץ-קוץ" ווען איינער צעהיסט זיך

דאס וועסטו מיזן אנפרעיגן ביי איינע פון די אונגערישע באבעס... 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:33 pm#226325
אבער מיינע פוילישע און רוסישע באבעס שרייען עס דער העכסטער
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:40 pm#226327
אויסגערוט
אבער מיינע פוילישע און רוסישע באבעס שרייען עס דער העכסטער

ביי מיר האבן עס די אונגערישע באבעס געשריגן... 😂 😂 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:50 pm#226364
רויטע וואנצעס
EZ off אדער WD-40.

Wd40 העלפט נישט, און EZ off נעמט אראפ די shine.
@רויטע וואנצעס עפעס בעסער ביטע.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:13 pm#226369
די בלעך איז פון זילבער?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:25 pm#226370
ס'דא צוויי סארטן? וואס ווילהעלם פארקויפט דאס האב איך.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:26 pm#226371
פארוואס נוצטו עס אז דו דארפסט די shine דערפון?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:27 pm#226373
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:34 pm#226376
קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס
EZ off אדער WD-40.

Wd40 העלפט נישט, און EZ off נעמט אראפ די shine.
@רויטע וואנצעס עפעס בעסער ביטע.



ווילאנג האסטו געלאזט די WD-40 זיצן? ס'דארף זיין פאר א שטיק צייט.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:27 pm#226382
אפטעמיסט
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?

ניין. עס פארבלייבט אינעם sent folder לעולמי עד אחוץ אויב דו פארמעקסט עס.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:29 pm#226384
סארי, כ'רעד נישט ווען ס'איז "אין" דעם sent רובריק, נאר אז ס'איז דא א נומער "1" אויפ'ן טיר.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:32 pm#226386
שמעקעדיג
אפטעמיסט
ווען כ'שיק אן אימעיל פון gmail און ס'ליגט נאך אין sent וואס מיינט עס, אז יענער האט עס נאכנישט געליינט?

ניין. עס פארבלייבט אינעם sent folder לעולמי עד אחוץ אויב דו פארמעקסט עס.

למען הפונקטליכקייט, נישט אויף 'אייביג', עווענטועל גייסטו אריבערגיין דיין סטארעדזש לימיט, און די אלטע גייען זיך פארמעקן.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:47 pm#226391
פארוואס גיי איך אריבערגיין? איך קויף אלץ צו נאך סטארעדזש!
און אפילו טאמער נישט מעקט זיך נישט אויטאמאטיש אויס די אלטע, נאר עס קומען נישט קיין נייע מעסעדזשעס.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:12 am#226395
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="http://www.picresize.com/">http://www.picresize.com/</a>
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:14 am#226396
די גריגסטע וועג צו רידעצירן א בילד איז געוועזן דורך שיקן אויף וואטסעפפ (צ'אפ) צו מיר אליינס און זיי טיען די ארבייט וואס מ'ברוך... כנלענ"ד אדער קען מען עס טיען דורך נאך הינדרעט אנדערע וועגן אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם..
געפילטע ביסט דא ?
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:43 am#226406
ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין, מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער טיקיטס, אלץ אז די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן טיקיטס, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע ''טאטע'ס'' שמוסן וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיט גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ס זענען פארנומען מיט א קינדער פלעי,
שפעטער זעה איך אויף איי וועלט טוט זיך בלעטער אויף בלעטער איבער די שפיל, ער גייט עקטן, יענעקפר איז א פעסטע יחצאל וגו',
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:39 am#226464
איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, מענטשן מיט פארדזשאווערטע DVD קעפ קענען נישט פארשטיין די אפגעהיטענע אינגעלייט...
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:27 am#226485
שטאפענע קאפעליטש
ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער, אלץ די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע שמוסט וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיא גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ב זענען ב איי וועלט טוט זיך בלעטער איבער די שפיל,
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?

כאכאכא פון וואס רעדט מען דא? איך וויל וויסן צי די אלע חברה דא גייען ביינאכט.... דאס איז דאך וואס זיי רעדן דא בייטאג???
כאכאכא
זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:32 am#227348
וואס איז די ראשי תיבות פון הי"ד, איז עס השם יקום דמו, מלשון הפסוק דם עבדיו יקום אדער איז עס השם ינקום דמו, מלשון נקמת דם עבדיך השפוך.

איך פארשטיי אז ביידע קענען זיין אמת, אבער איך בין נייגעריג צו ס'איז דא עפעס א מקור וואס די ארגינעלע ר"ת איז געווען.
זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:50 am#227355
די צווייטע איז ריכטיג ינקום!
זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:58 am#227356
לית דין בר נש
די צווייטע איז ריכטיג ינקום!

מהיכן דנתנו
זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:45 pm#227465
שוין געזעהן ביידע הונדערטער מאל ,איך גלויב נישט אז יש הכרע בדבר.
זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:27 pm#227618
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?


נישט לעגאס נאר אונז שפיל מיר קענדי קראש מיט בריק ברעקער אין טעטריס. זעסט א חילוק? איך נישט.
לגבי שפילן חתונה דארפסטו פארשטיין אז סאיז מער נישט אינטערסאנט ווייל אונז זעמיר שוין עכט חתונה געהאט, אבער היינט שפילט מען עושר מ'דרייווט שיינע קארס... מ'צאלט פאר א טעלעפוין בערך די סכום פון א חודש גראסערי וכו'
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:14 am#227624
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ס'האנדלט זיך וועגען א פלעי וואס גייט פאהרקומען חוה''מ פאר קינדער,
זייער שיין, מ'מאכט גוט גרעפיקס, שפילט געימ'ס אז ס'יא דא טיקיטס, ס'נישט דא מער טיקיטס, אלץ אז די קינדער זאלן שלעפן די טאטע'ס קויפן טיקיטס, זייער פיין.
כ'שטיי אין ביהמ''ד כ'הער א קופקע ''טאטע'ס'' שמוסן וועגען די פלעי, נישט מער נישט וויניגער, טאטע'ס מיט גרויסע טעלעפאונען אין מיני ווען'ס זענען פארנומען מיט א קינדער פלעי,
שפעטער זעה איך אויף איי וועלט טוט זיך בלעטער אויף בלעטער איבער די שפיל, ער גייט עקטן, יענעקפר איז א פעסטע יחצאל וגו',
כ'וויל וויסן טאמער ענק שפילען ביינאכט מיט די קינדערס טוי'ס, מאכסט מיט די מענטשי'ס א חתונה? בויסט מיט די לעגא'ס א פארקינג לאט?

כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען די טאטעס וואלטן זיך נישט געשעמט (פארוועם?) וואלטן זיי געקויפט טיקעטס פאר זיך אליינס. די זעלבע איז מיט די קינדער טויס. א סאך דערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן נאכנישט אויסגעגעיבן זייער קינדישקייט אלס קינד, וואלטן זיך זיכער אויך געשפיעלט מיט די לעגאס, און קארס און טראקס פון די קינדער...!
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:58 pm#227779
די כינעזער וואס קלויבן צוזאמען גאנצע וועגענער פון פלאסטישע באטלעך ארויסצונעמען פון זיי דעם פינף-צענטיגן ריפאנד, לייגן זיי נישט אריין מער ווי פינף צענט קאלאריעס אין זייער השתדלות צו גיין, זוכן און טראגן דעם באטל?
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:32 pm#228282
כ'האב אייביג געמיינט ס'דרייען זיך דא מער וויניגיר חסידישע וואילע אינגערלייט, פארשטייט זיך ס'דרייען זיך אויך איינער וואס איז אביסעל מער אויפגעקלערט, איינער אפשר ליידער א או.טו.דו. וגו'
אבער פונקט קוקנדיג אין א אנדערע וועבזייטל (געווארן געלינקט פון דא) זעה איך איינער שרייט אז דא דרייען זיך כופרים, מחלי שבת, שגצים גוים וגו', יענער גלייכט צו דער פלאץ מיט גילוי עריות אין שפיכת דמים
קען איינער מיך אויפקרלערן? וואס די העלל איז די עלעמענט דא? טאמער איז עס טאקע שוואך איז פאר מיר דא נישט קיין פלאץ.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:43 pm#228283
איך, למשל, עס גיד הנשה. אודה ולא אבוש.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:45 pm#228285
איך למשל זאג מזמור לתודה ערב יום הקדוש . ביטע אבער נישט פארשפרייטן ,, איך זוך נישט זיך צו רייצן .
זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:35 pm#228523
איך בין נישט מקפיד אלעמאל אויף "והיה על מצחו תמיד".
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:07 am#228685
איך בין מקיל (מיט א היתר) אויף והיית משוגע
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 7:26 am#228686
איך עס מיך דאס געזונט - אבר מן החי.
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 9:20 am#228691
איך האב עובר געווען אויף די שלש שבועות.
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:24 am#228710
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב עובר געווען אויף די שלש שבועות.

ווי אזוי? האסט דעמאלס געהערט מוזיק?
זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:30 am#229075
ווי אזוי זעהט אויס הקפה שניות
מען גייט קודם אהיים מאכען הבדלה אדער סאיז גלייך נאך מעריב
מען מאכט זיבן הקפות?
מען זאגט אתה הראת מיט אלע פסוקים וואס מען זאגט ביי יעדע הקפה?
מעג א איד פון חוץ לארץ אהין גיין?
היטע איבערגעבן א דעטאלע באריכט ווי אזוי עס זעהט אויס?
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:50 pm#229147
ווער איז די יונגע מענטש וואס איז אלע מאל מיט ר׳ יחזקל ראטה?

מע קען נישט זעהן א בילד פון ר׳ יחזקל אהן איהם. אפי׳ א פרייוועט אינטערוויו איז ער אלע מאל דארט
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:51 pm#229148
אייניקל
זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:52 pm#229149
בשבילי! האט געשריבן:אייניקל

וועמעס זוהן?

וויזוי הייסט ער?

פארוואס פינקט ער איז געווארען אזוי נאנט מיט איהם?
זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:46 pm#229173
ער הייסט ראטה ער איז זיין גבאי אפיציעל , דאס איז זיין ארבעט. ווייס נישט וועמעס זון
זונטאג אקטאבער 19, 2014 4:40 pm#229190
ידען האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:אייניקל

וועמעס זוהן?

וויזוי הייסט ער?

פארוואס פינקט ער איז געווארען אזוי נאנט מיט איהם?


א גוטע חבר שרייבט מיך :

ער הייסט יואלי. ברוך דודס זון. ער איז גבאי און פירט די ווערטשאפט. כידוע איז דא א ריס דארט צווישן ברוך דוד און משה ווייל ברוך דוד זיצט אויף די קאסע און לעבט א לעבן.
יואלי ארבעט אין קאנסטרוקשין און ער דרייווט א לעקסוס.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:34 pm#229270
יעצט געהערט א שטיקל פון די שטייענדיגע תורה פון בעלזא רב שליט"א בנוגע די אינטערנעט אז איינער וואס האט נישט קיין פילטער איז א חוטא ומחטיא. אינמיטן זאגט ער עפעס אז דא אין פאלעסטין הייסט א פילטער עפעס... כהאב נישט פונקטלעך פארשטאנען. הקיצור דאס איז מיר א חידוש אז ער רופט אן א"י פאלעסטין. איינער ווייסט פשט
זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:36 pm#229271
Attention
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:07 am#229272
עס איז א רמז, אז זיך נישט נוצן מיט אונטערנעט איז בערך אזוי שכלדיג און תורהדיג ווי רופען ארץ ישראל פאלעסטינא ווייל אזוי האט עס געהייסען הונדערט יאר צוריק ואין לשנות ח''ו.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:41 am#229275
@איך אויך אלערט.
ביטע פארענטפער אויך פארוואס ער רופט עס אינטערנאַט.
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:54 am#229294
יאיר האט געשריבן:@איך אויך אלערט.
ביטע פארענטפער אויך פארוואס ער רופט עס אינטערנאַט.

אינטערנאט מיינט dormitory אין אידיש, לכאורה מישט ער אויס די צוויי זאכן,