פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:43 am#231935
קאפקעיק
פארוואס ביי א ליטווישע חתונה זינגט די גאנצע עולם?! (אף טאאן... )

דער ליטוואק האט די זעלבע קשיא ווען ער קומט אריין צו א חסידישער חתונה... הגה בעצמך!!
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:37 pm#231968
chusid
how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m

There's a delay on the video, but the typist is live, I guess.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:42 pm#231971
קינד_אן_קייט
chusid

מיין פראגע איז ווען עס זענען דא צוויי געדאנקען גאנגען , פארוואס קומט דאס אויס אז עס צעטיילט זיך גאנץ גלייך ? איז כמעט ties א פערצופאל?

מאן יימר אז ס׳קומט אלעמאל אזוי אויס?

פארקערט, ע״פ רוב איז כמעט קיינמאל נישטא בלויז צוויי געדאנקען גאנגען, וכשם שאין פרצופותיהם שווין כך אין דעותיהם שווין, לאלפים ולרבבות.

לגבי פארטייען, שווימען געווענליך ארויף די שטערקסטע (אין צאל אדער אין סברה) צדדים, און ס׳ווערט א ווי א פערדן פארמעסט אין די לעצטע מינוטען ווי בלויז די שנעלסטע צוויי-דריי פארבלייבן. דאס איז גורם אז אויך אזעלכע וואס האלטן לעולם אנדערש, שליסן זיך אן אין איינע פון די צוויי בבחינת רע במיעוטו, און ס׳מאכט אויך גרינגער פאר אומבאשלאסנדע מענטשן צו קלויבן א צד.

פערצופאל זענען דעמאקראטן און רעפאבליקאנער בערך האלב אויף האלב, וואס איז אויך נישט אינגאנצען אמת, (זע דא און דא) אבער פונקט אזוי קענסטו זען אסאך אנדערע זאכן וואס זענען נישט צוטיילט האלב אויף האלב. גלויבונגען, רעליגיע, פאליטישע אריענטאציע אין אנדערע לענדער, און דאס אז ביי פרעזידענטישע עלעקשענס איז עס די לעצטע פאר מאל געווען זייער נאנט איז נישט אלעמאל אזוי געווען.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:55 pm#231974
געפילטע פיש
chusid
how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m

There's a delay on the video, but the typist is live, I guess.

Alot of times its written on the screen before he actually says it
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:21 am#232097
איך האב אלץ געוואלט פארשטיין די אידילאגיע פון היטלער י"מש , וואס האבן אים מיינע פוילישע זיידעס געשטאנען אין וועג?
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:16 am#232122
chusid
how does it work by bill oreilly tv show, is everything written before? bcs it shows up on the screen before he says it... m

Or, possibly because there is a longer delay in processing the sound than in the visual part of the script.
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:25 am#232123
chusid
איך האב אלץ געוואלט פארשטיין די אידילאגיע פון היטלער י"מש , וואס האבן אים מיינע פוילישע זיידעס געשטאנען אין וועג?

די זעלבע קשיא קען מען פרעיגן אויף הענרי פארד, ימ"ש. וואס זייער א סאך מענטשן האבן זיך געבראכן די קאפ און פרובירט צו טרעפן די סיבה פון זיין שטארקע שנאה צו אידן. און זיי האבן נישט געטראפן. אינקלודינג זיין ווייב, און זיין גלח. און זיין בן יחיד, עדסעל, וואס איז קראנק געווארן פון עגמת נפש און בושה וואס זיין טאטע האט זיך אזוי שטארק פארלייגט אויף די אידן...!
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 7:24 am#232125
גוט מארגן...
יעצט אויפגעשטאנען...
וויאזוי ווייס איך צו מיין זייגער (אן עפפ אויף מיין סמארטפאון) האט זיך שוין גערוקט?
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:01 am#232141
עס איז יעצט פונקטליך 10:00 גיב א קוק אויף דיין עפפ אויב דוירט שטייט 10:00 אדער 11:00 אזוי וועסטו עס קענען פושט זיין
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:23 am#232146
chusid
וואס איז די חשבון פינעם אויסשטעל פונעם keyboard מיט די abc's אויסגעשטעלט אזוי ציווארפן?- מער היימישער קען מען עס פרעגן אויפן עברית קיבארד.

עס איז אויסגעשטעלט מיט א סדר אז מען זאל קענען טייפען שנעל און גרינג.
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:25 am#232147
ווער איז די שרייבער פון די באקאנטע סלאגען?
ער איז אנגעקומען איבער גאנץ אמעריקא!
image.jpg
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:33 am#232157
berlbalaguleh
chusid
איך האב אלץ געוואלט פארשטיין די אידילאגיע פון היטלער י"מש , וואס האבן אים מיינע פוילישע זיידעס געשטאנען אין וועג?

די זעלבע קשיא קען מען פרעיגן אויף הענרי פארד, ימ"ש. וואס זייער א סאך מענטשן האבן זיך געבראכן די קאפ און פרובירט צו טרעפן די סיבה פון זיין שטארקע שנאה צו אידן. און זיי האבן נישט געטראפן. אינקלודינג זיין ווייב, און זיין גלח. און זיין בן יחיד, עדסעל, וואס איז קראנק געווארן פון עגמת נפש און בושה וואס זיין טאטע האט זיך אזוי שטארק פארלייגט אויף די אידן...!

נו. יעצט פראביר מבאר זיין
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:37 am#232159
סאשי פיש
ווער איז די שרייבער פון די באקאנטע סלאגען?
ער איז אנגעקומען איבער גאנץ אמעריקא!

ער איז אויך אנגעקומען קיין קאנאדא! אלע בתי כבוד אין מאנטריאל / טהאש און ארים איז דא דער זעלביגער סלויגען פונעם זעלבער שרייבער
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:45 am#232163
כוכב
כמדומה אז משה בער אליין רעדט נישט אזא שפראך נאר די אונטערטאנען לאוב ודומיהן.
אפילו דער אנדערער דער הויפט מגיד איז נאר אבסעסירט מיט פרסום פאר די גוים, פון צופרי ביז ביינאכט איז ער פארנומען וואו מאיז אלץ געווען און מגייט גיין ממש ווי א שגוען אבער אנדערע "פרצות" אונטערסירט אים נישט.
דארט איז יעדער פויבסטליכער פון משה בער און ממאכט שבת פאר זיך. דער "לאוב" האט אן אייגענע האטליין וואו ער שעלט צאם אויף וואס סלאזט זיך נאר.
אגב דער לאוב איז דער אינציאטאר פון די מיליאן דאלער סלאגאן, געשריבן מיט א מעזשיק מארקער אויפן וואנט" "פארקויפט נישט אייער נשמה צום שטן, ליינט נישט קיין טריפה'נע צייטונגען און מאגאזין, עס פארברענט די נשמה" וואס האט דאמינירט די בית כסא מארקעט אין גאנץ ארצות הברית וקאנאדא אין לויף פון די תש"ס יארן.
זאל אים דער זכות ביישטיין.
זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:10 pm#232171
אז מ'רעדט שוין: און ווער ברעכט אפ איין הענטל פון אלע טעפלעך אין בתי מדרשין און מקוואות?! אין די לעצטע צען/פופצן יאר איז געווען שטארק פארשפרייט א מגיפה וואס איינער א משוגע'נער ומטורף איז ארומגעגאנגען אין אלע בתי מדרשים און מקוואות און אפגעבראכן איין הענטל פון די טעפלעך. ס'האטציך שוין לעצטנס ב"ה אויפגעהערט. זעהט אויס דער קראנקער איז קראנק געווארן און ער קען שוין נישט ארומגיין אנמאכן זיינע חורבנות...!
מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:04 pm#232619
פארוואס איז דא א פיש-אקוואריום אין אפיס פון ממש יעדן דאקטאר?
מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:23 pm#232629
יואב
פארוואס איז דא א פיש-אקוואריום אין אפיס פון ממש יעדן דאקטאר?

Having an aquarium in a medical office setting can have numerous health benefits including a reduction in blood pressure and reduced anxiety, according to numerous studies. The tranquil environment of an aquarium can benefit locations such as retirements homes, dental and other medical practices.
Numerous medical studies on the effect of watching fish in an aquarium have led some scientists to the conclusion that placing aquariums in stressful locations can have a positive physical impact on people in those situations. Test subjects showed a reduction in stress, lower blood pressure, less anxiety, slower pulse rate and decreased muscle tension
מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:31 pm#232632
די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר
מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:35 pm#232635
chusid
די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר

זיי וואלטן נישט געווארן א רוב, די פאלעסטינער אראבער זענען געווען א גרויסן רוב אין 1947.
מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:03 pm#232655
פארוואס זענען די תניעות פין די ניגונים פין די ספרדישע זייער ענליך צי די אראבישע ניגונים?
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:31 am#232694
פאר דער זעלבער סיבה פארוואס די גערער ניגונים זענען ענליך צו פוילישע....
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 6:45 am#232712
[quote="לאדיך אפ"][quote="אפאר תגובות שפעטער, קרעמער אין אייוועלט"]רבותי!

איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).

אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).

און אויף נאך אן ארט:

יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).[/quote][/quote]
ממש וואונדערליך, עס ווערט מיר שווער א שווערער שאלה. די חכמי הגוי ווי די חז"ל ציטירן אין כמה מקומות. כשנחרב ביהמ"ק וישראל מתגלגלים בין הגוים ניתנה חכמה בגוי ( איך דענק נישט ווי דער מאמר ציטירט)
 "אם יאמר לך אדם יש חכמה בגוים תאמין , הה"ד והאברתי חכמים מאדום ותבונה מהר עשו ( עובדיה א ח , 
עכ"פ די חכמי הרפואה און ווי אויך פארענסיקס דערמאנען בכלל נישט אזא חילוק
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:42 am#232732
ישראל קאפקע
chusid
די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר

זיי וואלטן נישט געווארן א רוב, די פאלעסטינער אראבער זענען געווען א גרויסן רוב אין 1947.

וואס מיינט א 'גרויסע רוב'?
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:58 am#232736
בערך צוויי דריטל,
📎 1412188454124-1.jpg
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 12:02 pm#232769
זענען טאקע די גאסן פון איבער דעם גאנצן לאנד אנגע'חזיר'ט מיט כלערליי צעטלעך, פאשקעווילן, מחאות, אינטימעדאציע, טויט אורטיילן, צוקונפט אויסקוקן, חרמים, קול קורא, פקודת רבינו, רופן פון עסקנים, איחוד המוסדות, כאיש אחד, כולנו, היום, צועק לשעבר, הצילו בעוד מועד - - אין דעם ערשטן דינסטאג פון נאוועמבער?
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:08 pm#232791
פארוואס זענען מיר אימאשינעל כלפי רחל אמינו ? זו איז דאך לכאורה א מומע ווייל אונז זענען נאר פון צוויי שבטים פון לאה'ס קינדער.
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:17 pm#232793
וויאזוי לייג איך אריין יודישע נקודות ביים טייפן ?
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:29 pm#232798
גיבור
וויאזוי לייג איך אריין יודישע נקודות ביים טייפן ?

עס דארף זיין אויף הברו דערנאך מאך 'קעפס לאק' שיפט און נאמבערס (123456789)
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:30 pm#232799
chusid
פארוואס זענען מיר אימאשינעל כלפי רחל אמינו ? זו איז דאך לכאורה א מומע ווייל אונז זענען נאר פון צוויי שבטים פון לאה'ס קינדער.

ווייל רחל מבכה על בניה און די אויבערשטער זאגט יש שכר לפעולתך
על בניה מיינט אידישע קינדער נישט נאר אירע אייניקלעך
דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 3:25 pm#232842
chusid
פארוואס זענען מיר אימאשינעל כלפי רחל אמינו ? זו איז דאך לכאורה א מומע ווייל אונז זענען נאר פון צוויי שבטים פון לאה'ס קינדער.

ווען אונזער מומע איז אזא גרויסע צדיקת, און גייט אדורך אזוי א שטארקע טראומא, ווי רחל אמינו (אנטשולדיגט, די מומע.) וואלטן מיר אויך געווארן עמאשיאנעל...ספעציעל, נאכדעים וואס די רבי אין חדר זינגט דעם פסוק מיט אזא שיינעם, הארציגן ניגון...!
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 1:34 pm#233078
ווי אזוי קען מען דאן איר אנרופן "אמנו"? אפשר ענדערש "מימיינו", אונזער מומע?
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:09 pm#233092
בראשית רבה עא, ב
תני, רבי שמעון בן יוחאי: לפי שכל הדברים תלוין ברחל, לפיכך נקראו ישראל על שמה, (ירמיה לא): רחל מבכה על בניה,
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:31 pm#233098
ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:43 pm#233100
chusid
ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?

זיי "באלאנגען" צו עפעס אן אלטע פאלק וואס פלעיגט פאר א תקופה האבן דארט זייער "גרויס בית המדרש"
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 3:07 pm#233105
ישראל קאפקע
chusid
די ישראלים זאגן אז מען קען נישט צירןק לאזן די פאלאסטינער(refugees )אינעם ארגינעלן מדינת ישראל ווייל דעמאלטץ איז אויס מדינת ישראל ווייל עס איז רוב אראבער, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסבר? וואס טוט ווען די מדינה ווען נישט די גאנצע מלחמה וואס האט פארטריבן די אראבער וואלט דאך געווען א רוב אראבער ביז אפאר יאר

זיי וואלטן נישט געווארן א רוב, די פאלעסטינער אראבער זענען געווען א גרויסן רוב אין 1947.

איה"נ די אראבער זענען געווען א רוב, אבער בלויז ווען מ'רעכנט אריין דעם גאנצן שטח פון פאלעסטינע וואס איז געווען אינעם בריטישן מאנדאט. אבער אויב מ'רעכנט בלויז דעם שטח פונעם יו-ען פארטיציע פלאן אין 1947, קומט אויס א אידישע מערהייט פון 600,000 איבער 300,000 אראבער. א"כ הדרא קושיא לדוכתא.
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 3:47 pm#233109
פילייכט האבן זיי גערעכנט אויף (ווי עס איז טאקע געווען) מאסיווע אידישע אימיגראציע.
און לויט דאס וואס מאטי ווייזט אן איז דיין שאלה נאר ווען מען רעכנט אריין אויך די מערב ברעג און עזה, אויב רעכנט מען נאר די חלק וואס מדינת ישראל האט געזאלט האבן לויטן צעטיילונג פלאן וואלט מדינת ישראל געהאט רוב אידן אפי' מיט די פאלעסטינער וואס מדינת ישראל האט פארטריבן אין 1948, (כאטש די פאלעסטינער וואלטן אויסגעמאכט א פיל גרעסערן פראצענט ווי זיי מאכן אויס היינט צוטאגס)
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:25 pm#233137

נאך אמאל: אין די פרי 1967 גרעניצן מדינת ישראל אויב מען נעמט צירוק די פליטים זענען די אראבער די רוב איז הדרא קושיא לדוכתיה האבן זיי זיך נישט גערעכנט מיטן ריאליטי וואס סאיז היינט אז די אראבער תושבים אין מדינת ישראל 1948 זענען היינט מער ווי די יודן?
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:27 pm#233138
קאווע טרינקער
chusid
ווער עס זענען די חסידים וואס מען זעט אלץ ביי קליפס אויפן הר הבית, וואו באלאנגען זיי?

זיי "באלאנגען" צו עפעס אן אלטע פאלק וואס פלעיגט פאר א תקופה האבן דארט זייער "גרויס בית המדרש"

אבער אלע היינטיגע היימישע פוסקים אסרן ארויפצוגיין
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:55 pm#233143
וועלן א טעקסט בוך
אז איך וויל ליינען וועגן אגעוויסע נושא אין חכמות חיצוניות (בין הסדרים פארשטייט זעך) און איך זוך א ט.ב. גיי איך צו עמעזאן וכדו' טרעף איך דארטן אהן א ים מיט ביכער פון אלע מינע פרייזען פון פינף דאלער ביז דריי הונדערט דאלער בערך בעט איך דא פון די חשובע פראפעסארן זאלן שרייבן עפעס עצות וואו אזוי צו טרעפן דאס ריכטיגע
ואו אויך וואוזוי מזעט די לעוועל
און וואו וויסט מען עפעס וועגן דעם מחבר
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:17 pm#233146
עפעס האב איך געהערט אמאל אז ס'איז דא א משפחה, בעלזער חסידים, וואס זיי גייען ארויף אויפ'ן הר הבית
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:18 pm#233147
משפחת אלבוים
מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:25 pm#233163
אפטעמיסט
משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

<a class="postlink" href="http://youtu.be/ycWd1uOuJFA">http://youtu.be/ycWd1uOuJFA</a> via @YouTube
דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:47 pm#233304
פארוואס איז דא גאסן אין פלעטבוש (ווי למשל בעדפארד,עוועניו T און נאך...) ווי ס'נישט דא קיין אלט. סייד פארקינג?
דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:14 pm#233384
אויב איינער שרייבט דא א תגובה שבת קודש בייטאג (ח"ו, אדער מעבר לים) וועט שטיין אויפן הודעה "געשריבן געווארן שבת" אדער מוצ"ש."
דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:24 pm#233386
chusid
אפטעמיסט
משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

<a class="postlink" href="http://youtu.be/ycWd1uOuJFA">http://youtu.be/ycWd1uOuJFA</a> via @YouTube

ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?
דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:38 pm#233391
נישט אלעס איז ענין סדא ביי איד געפיל
פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 2:35 am#233459
ווען האט זיך אנגעהויבען די שפראך יודיש? און וויאזוי אנטוויקלט זיך אזאנס אז מען מאכט א אייגענע שפראך אפהעניג פין א לאנד?
פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 3:10 am#233460
קאך_לעפל
chusid
אפטעמיסט
משפחת אלבוים

אויף וועמענס היתר?

<a class="postlink" href="http://youtu.be/ycWd1uOuJFA">http://youtu.be/ycWd1uOuJFA</a> via @YouTube

ממש א פחד! עס איז שוין ממש נישטא אין ארץ ישראל ווי צו לייגען די פוס, נאר אויפן הר הבית, עס איז אפי' אסיר ע''פ הלכה. אבער לאמיר זאגן אז נישט, איז דען דא עפעס א ענין רויף צו גיין אויפן הר הבית? ע''פ נגלה? נסתר?

א מצות עשה. עפעס וואס מ'לערנט נישט אויס אין סאטמאר.
פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:30 am#233477
מאטי
אויב איינער שרייבט דא א תגובה שבת קודש בייטאג (ח"ו, אדער מעבר לים) וועט שטיין אויפן הודעה "געשריבן געווארן שבת" אדער מוצ"ש."

מוצ"ש.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:53 am#233980
וועלכע צוויי ניקס קוקן מיר אראפ פון רעכטס, דארטן אויבן, אין דעם קאווע שטיבל לאגא?
דער אויף דער רעכטער זייט קוקט מיט אויס ווי @ברסלבער, נאר ווער דער צווייטער (דער וואס טרינקט קאווע, גאנץ באשטימט 'נישט' @קאווע טרינקער) איז קען איך נישט אויף קיין פאל אויסרעכענען,