פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 5:23 pm#238072
איך רעד פון ביי אונז היימישע אידן.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 6:17 pm#238079
דאכט זיך @געפילטע פיש מיינט צוזאגן "משא"כ היינט....נישט? דאן דעמאלס אויך נישט."
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:07 pm#238084
נועם אלימלך פרשת בשלח:

ובזה הוא מובן הפסוק וישק יעקב לרחל, גם הוא תמוה שיעקב אבינו ע״ה יעשה כזאת, אלא הפי׳ הוא כך כאשר כתבנו שכל דבר הטוב שראה יעקב אבינו ע״ה בא מכח דבר ההוא אל הדביקות ית״ש ויתעלה, ובכאן שראה את רחל שהיתה יפת תואר עד מאוד הדביק עצמו בו ית׳ על ידה כנ״ל. וזהו הפי׳ וישק יעקב לרחל שהדביקות נקרא נשיקה התדבקות רוחו ברוחו, ומלת לרחל כמו בשביל רחל.


אריין אין טייטשן עפ"י אכשר דרא אשכול...
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:25 pm#238087
בראשית רבה ע, יב
"וישק יעקב לרחל" כל נשיקה לתפלות בר מן תלת: נשיקה של גדולה, נשיקה של פרקים, נשיקה של פרישות.

נשיקה של גדולה - (ש"א י, א): "ויקח שמואל את פך השמן ויצוק על ראשו וישקהו"
נשיקה של פרקים - (שמות ד, כז): "וילך ויפגשהו בהר האלהים וישק לו"
נשיקה של פרישות - (רות א, יד): "ותשק ערפה לחמותה ורות דבקה בה"
רבי תנחומא אמר אף נשיקה של קריבות שנאמר "וישק יעקב לרחל" שהיתה קרובתו.
ד"א למה בכה שראה האנשים מלחשים אלו לאלו מפני שנשקה מה בא זה לחדש לנו דבר ערוה שמשעה שלקה העולם בדור המבול עמדו אומות העולם וגדרו עצמן מן הערוה הדא אמרת שאנשי מזרח גדורים מן הערוה:


משמע עס איז א מחלוקת די צוויי פשטים במדרש אויב דער נשיקה איז געווען אלץ קירבה, אדער אלץ תפלות/ערווה.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:28 pm#238088
תניא פרק מה
עוד יש דרך ישר לפני איש לעסוק בתורה ומצות לשמן ע"י מדתו של יעקב אע"ה שהיא מדת הרחמי' לעורר במחשבתו תחלה רחמים רבים לפני ה' על ניצוץ אלהות המחיה נפשו אשר ירד ממקורו חיי החיים א"ס ב"ה הממלא כל עלמין וסובב כל עלמין וכולא קמיה כלא חשיב ונתלבש במשכא דחויא הרחוק מאור פני המלך בתכלית ההרחק כי העוה"ז הוא תכלית הקליפו' הגסות כו' ובפרט כשיזכור על כל מעשיו ודבוריו ומחשבותיו מיום היותו אשר לא טובים המה ומלך אסור ברהטים ברהיטי מוחא כי יעקב חבל נחלתו. וכמשל המושך בחבל וכו' והוא סוד גלות השכינה. וע"ז נאמר וישוב אל ה' וירחמהו לעורר רחמים רבים על שם ה' השוכן אתנו כדכתיב השוכן אתם בתוך טומאתם. וזש"ה וישק יעקב לרחל וישא את קולו ויבך. כי רחל היא כנסת ישראל מקור כל הנשמות. ויעקב במדתו העליונה שהיא מדת הרחמים שבאצילות הוא המעורר רחמים רבים עליה. וישא את קולו למעלה למקור הרחמים העליונים הנק' אב הרחמים ומקורם. ויבך לעורר ולהמשיך משם רחמים רבים על כל הנשמות ועל מקור כנסת ישראל להעלותן מגלותן ולייחדן ביחוד העליון אור א"ס ב"ה בבחי' נשיקין שהיא אתדבקות רוחא ברוחא כמ"ש ישקני מנשיקות פיהו דהיינו התקשרות דבור האדם בדבר ה' זו הלכה וכן מחשבה במחשבה ומעשה במעשה שהוא מעשה המצות. ובפרט מעשה הצדקה וחסד. דחסד דרועא ימינא והוא בחי' חיבוק ממש כמ"ש וימינו תחבקני. ועסק התורה בדבור ומחשבת העיון הן בחי' נשיקין ממש. והנה ע"י זה יכול לבוא לבחי' אהבה רבה בהתגלות לבו כדכתיב ליעקב אשר פדה את אברהם כמ"ש במ"א:
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:34 pm#238089
דער תניא איז שוין אוודאי א רמז / דרש על פי קבלה, נישט דער פש,, נאר על פי קבלה איז רחל כנסת ישראל וכו', ואינו נוגע לענין.
דווקא דער נועם אלימלך איז גארנישט אזוי אכשר דרא..
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:48 pm#238095
נמחק.

סיבה: פישעלע'ס ווייסטו שוין?
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:20 pm#238098
וויאזויAmerican express קליינע געשעפטן שבת קען אוועק געבען דרייסיג דאלאר פאר יעדער קארד מעמבער?
כפארשטיי אז ביי היימישע ניצט מען דאס סאך מער.
פאר עדווערטייזמענט צאלט מען אזוי סאך?
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:00 am#238112
זיין ווילן אז מענטשן זאלן ניצן זייער קארטל און אויך אז געשעפטן זאלן עס עקסעפטן. עימעקס טשארשט די מערסטע מירטשענד פיעס און זיי האלטן אז מיט געבן די פראמאושן וועט עס געבן אן אינסענטיוו פאר געשעפטן עס צו עקסעפטן.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:26 am#238115
כהאב כעמיינט סאיז א היימישע זאך דאס נישט עקסעפטן amex
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:33 am#238117
נולד מאוחר
כהאב כעמיינט סאיז א היימישע זאך דאס נישט עקסעפטן amex

סאיז א היימישע זאך אז אגאנץ יאר ווען איך נעם ארויס מיין אמעריקען עקספרעס קארטל הייבט די געשעפטסמאן אן צו מאכן אלע סארט פאקסן מיט קווענקלענישן ,אז איך נעם שוין נישט ארויס דאס קארטל פאר אפאר וואכן ,אבער יעצט עדווערטייזן אלע מיט גרויסע בוכשטאבן מיר זענען עימעקס פרענדלי מיר עקסעפטן עימעקס, נא נא נא איך וועל גיין צו דער וואס איז פרענדלי דערמיט אגאנצע יאר
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:59 am#238137
אין דער מאמענט פון די וואך פרעגט איימיצער די זעלבע שאלה, און זיי האבן א שיינעם ענטפער באריכות פארוואס עס לוינט זיך זיי.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:02 pm#238175
זאכן וואס איך וויל וויסן
איז דודאים מעגליך מריחואנה...?
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:08 pm#238177
ניין.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:24 pm#238178
יין שרף
איז דודאים מעגליך מריחואנה...?

נישט מוכרח אז דוקא מריחואנה, אבער נארקאטיקס מכל מקום.

@רויטע וואנצעס, קוק ארטסקרול (אין די הגהות) אויף יברוחי.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:04 pm#238179
איך בין נישט קיין גרויסער עקספערט אין דראגס... אבער לויט ווי איך ווייס, שמעקט מען נישט קיין מאריכואנא. מ'רייכערט עס... אפשר קענמען מאכן א טיי דערפון אויכעט... 😂
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:45 pm#238183
גערעכט, דאכט זיך אז מאריכואנא שמעקט גראדע זייער שלעכט.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:52 pm#238185
ומשום זה רופען עס אן דאה בראדערס "איל ש..", און די ערגער עס סרוח'ט די מער עס קאסט.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:33 pm#238290
פארוואס האט דער טשולענט שב"ק א טעם גן עדן און די שיריים זונטאג ממש להיפוך?
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:41 pm#238293
ווייל דיין מאגען איז שוין אנגעוויטאגט
פראביר איינמאל ח"ו נישט עסן טשולענט שבת און נאכדעם עס עס זונטאג לכאורה גייט עס האבן א טעם גן עדן
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 9:04 pm#238315
לית דין בר נש
ווייל דיין מאגען איז שוין אנגעוויטאגט
פראביר איינמאל ח"ו נישט עסן טשולענט שבת און נאכדעם עס עס זונטאג לכאורה גייט עס האבן א טעם גן עדן

נישט אמת, ס'איז שוין כמה פעמים אויסגעקומען נישט צו עסן שבת אבער זינטאג בלייבט אומבאטאמט, ועוד אז איינער עסט ליל ששי בלייבט נאך דער שבת'דיגער טשולנט גן עדן
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:08 pm#238318
אויף וועלעכע גדול האט דער בעל ויואל משה געזאגט אז ער האט קיין גלעזל קאןןע נאכנישט אוועקגעגעבן פאר א צווייטען? אין די קנאישע לאגערן דערציילט מען דע מעשה אלץ וואפן קעגן די אגודה גדולים.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 1:35 am#238785
וועלכע אינשורענס אויף די מארקעטפלעיס?
דער אויבערשטער האט געהאלפן און איך דארף צוקומען צו אבאמאקעיר. וואס קויף איך אויפ'ן מארקעט? וועלכע אינשורענס נעמען דאקטוירים אין ברוקלין אן?
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:52 pm#238952
ווען מען הערט אז הויעכראנגיגע פיגורן האבן געשיקט א בריוו איינעם צום אנדערען , למשל אבאמא פאר דער איראנער פרעזידענט, וויאזוי דעליווערט מען דע בריוון? פאסט, פעקס , אימעיל ??
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:09 pm#238960
דורך אן אנדער לאנד וואס האט יא באציאונגען מיט איראן
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:16 pm#238961
.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:26 pm#238962
לכאורה דורך דעם יו-ען אמבאסאדאר פון איראן.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:28 pm#238963
וואס איז די חילוק פון תיש, שעיר, און עז ?
און וואס איז די חילוק פון שור און פר ?
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:33 pm#238964
פארוואס אין רעסטעראונט ווערט gratuity מער אלץ גרעסער די גרוף group איז?
וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:36 pm#238966
איך גלייב אז זיי ווערן איבערגעגעבן דורך דעם שווייצער אמבאסאדאר אין אמעריקע, וואס פארטרעט די איראנע אינטערעסן אין אמעריקע וואו זיי האבן נישט קיין אמבאסאדאר, און ער גיט עס איבער צום שווייצער אמבאסאדאר צו איראן וואס פארטרעט די אמעריקאנער אינטערעסן אין איראן, און ער שיקט עס אפ צום אדמיניסטראציע פון די הויפט פירער כאמענעי.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:38 pm#238968
יא ס'ליגט מיר טאקע אין זכרון שווייץ.
דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 10:40 pm#238978
הייסט סאיז אלעמאל האנט דעליווערט? קהל יטב לב האט געשיקט א בריוו צו די עדה החרדית דעמאלטץ ווען ס'האט זיך גערעדט פין אויפנעמען ריח"מפ פאר גאבד איז מסתמא אויכט אפרים שטערן געט איבער פאר גרשון שטעמער... כהאב געמיינט סאיז עפעס מער.
פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 12:12 am#238992
וואס איז געווען דער ערשטער אשכול אויף 'קאווע שטיבל?
פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 11:45 am#239023
מאנטאג פעברואר 27, 2012 9:16 pm א ווארט צו דעם נייעם מעמבער
פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 12:04 pm#239025
אויסער אין שלום עליכם פארום, וואס איז געווען די ערשטע ציווילע אשכול?
פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 12:38 pm#239035
וויאזוי זענען זיך די ערשטע הייפעלע אידן זיך צאמגעקומען דא אין קאווע שטיבל? ווי האט מען דאס אדווערטייזט
פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 12:41 pm#239036
איי-וועלט מורדים.
מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 11:02 pm#239118
ווער איז געווען די ערשטע 'ביליאנער'?
מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 11:47 pm#239128
כוכב
אויסער אין שלום עליכם פארום, וואס איז געווען די ערשטע ציווילע אשכול?

קריטיק!
זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:01 am#239136
פארוואס קען נישט קאווע שטיבל צירוק ריקן די זייגער פאר א שווארץ יאר?? עס גייט מיר אויף די נערוון..
זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:27 am#239146
מען דארף דאס אליינטס אנשטעלן ביי סיסטעם פרעפענצן אין דיין באנוצער קאנטראל.
זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:53 pm#239223
פארוואס לויפן קינדער ארום ממש הונדערט מפ"ש ספיד גלייך ווען זיי קומען אן צו א שמחה האל. איר ווייסט וואס איך מיין
זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:57 pm#239227
וואס דען זאלן זיי טוהן? זיך אוועקזעצן און ארויס נעמען זייער טעלעפאון פון טאש און אנהייבן שפילן קענד"י קרא"ש אדער ליינען ק"ש???
זונטאג דעצעמבער 7, 2014 3:37 pm#239279
געווענליך ווען מען פארט (פליעט) אויף ביזנעס קלעס, באקומט מען א גאנצע רייע פון מעלות טובות למקום, אין קאנטראסט צו די פשוט'ע עקאנאמיע זיצן, אינקלודינג פיל געשמאקערע סעודות.
וואס איך וויל וויסן איז, צי היימישע אידן האבן אויך די עדווענטעדזש? אויב פארלאנגט מען "כשר מיעלס", באקומט מען עפעס מער ווי די אויסגעקארגטע חזיריי פון די דריטע-קלאס פאסאזשירן? אדער מען בלייבט אנגעזעצט מיט די זעלבע קארגע שפיטאל-סארט באקסל מיטן הארטן קאלטן מזונות ראלל?
זונטאג דעצעמבער 7, 2014 9:00 pm#239362
יעדע ערליין איז אנדערש און יעדע רוט איז אנדערש. און בכלל א מיד-עיר מיעל קען געלונגען און קען פלאפן ,די זעלבע קאמפעני קען אמאל האבען א סעמי-מענשטליכן טעם און אסאך מאל נישט זיין ראוי לאכילת כלב וחתול.

אויך לא כל העיתים שוים ,למשל המשביע פלעגט זיין לויטער דרעק אבער די לעצטערע יארן איז עס אין מויל צו נעמען. ווידער געוויסע קאמפניס וועלן דיר געבן א שיינע גלאנציגע טרעי מיט כלערליי עסצייג אבער ווייניג עסן בתכלית און אנדערע וועלן זיין ווייניגער פענסי אבער מיט מענטשליכע פארציעס.

אקיצער עס איז אוממעגליך צו וויסן פון פאראויס.

באט שמעקי פארוואס פארסטו אוועק פון שמקעיסוויל וואס פעלט דיר דארט?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:17 pm#239681
געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.

דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].

באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:02 pm#239717
די צווייטע שורה פון דיין חתימה - אינאיינעם מיט דיין ניק - זענען א געוואלדיגע סתירה צו דיין תגובה, אבער שוין, צוריק צום ענין.

וועלכע עירליין האסטו גענוצט קיין אייראפע?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:11 pm#239723
וויקיפידיע בעט יעצט פאר נדבות.
כהאב געפרעגט אפאר חבירים וואס ניצען אסאך וויקי, סאיז זיי נישט בייגעפאלן צי דאנעטען.
וויל איך וויסען היתכן?
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:27 pm#239735
לא להנאת גופי האט געשריבן:געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.

דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].

באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]

לא להנאת גופי: דאס האט צו טון מיט דעם היימישקייט באג. זיי טראכטן אז דו ביסט א איד/היימישער איז גוט אזוי אויכעט. משא"כ די גויים שטעללן זיך אהער העפליך.
אבער איך וואלט נאך אלץ ענדערש געפארן מיט אל-על אפילו זיי געבן טרוקן ברויט און ספרינג וואסער, ווי ענדערש מיט די פארשאלטענע דייטשע עירליין "לופטהאנזא". כאטש זיי זענען זייער העפליך. דאס דערמאנט מיך אז א געוויסער חשוב'ער אדמו"ר , בגן עדן תהא מנוחתו, האט געהאט א קעפעידעה דייקא נאר צו פארן מיט לופטהאנזא. זיי וואלטן געזאגט אזוי..."הערר ראבינער נאך איינע פירטל שטונדע קאממען וויר אן נאך אוישוויץ...ביטע זיין גרייט... :roll:
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:15 am#239815
וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין