פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:17 am#303108
די צאנזער רב האט געפרעגט אמאל א דארפסמאן וואס ער האט אינזינען ביי די נענועים האט ער גענטפערט , כהאב שונאים פון אלע פיר זייטען בעט איך די באשעפער פון אויבן זאל זיי אלע לייגען אינדערערד אריין , (חמדה גנוזה -זימיגראד )
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:52 am#303118
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/satmar.strip/videos/647745675389331/?fref=nf

זעט אויס ווי ער מאכט חוזק פונעם קאסוב'ער.
זונטאג אקטאבער 04, 2015 11:10 am#303281
ווער איז געווען דער רוח שטות וואס איז אויפגעקומען אז גרויסע הושענות זענען פאר אדאלדטס און די קליינע פאר קינדער?

איך שטיץ פאר 1 size fits all.

ווער איז אין?
זונטאג אקטאבער 04, 2015 11:56 am#303282
אין ירושלים איז דא נאך גרעסערע זכר למקדש ווי עס איז געווען י"א אמות
זונטאג אקטאבער 4, 2015 4:13 pm#303300
[ציטאט אראפגענומען]


@געוואגטער יונגעל איך בין מיט דיר א הונדערד פרעסענט סך הכל איז אלעס די זעלבע ערבה
די אנלי טינג איז ווי לאנג מהאט עס געשניטן מאכט מען עפעס א גאנטצע זאך מיט גרויסע אין קליינע

איין גיטע זאך אבער יא מיין עלעף יעריגע האט ביהעווט א גאנטץ חול המעד ווייל כהאב עם ציגעזאגט א גרויסע ערבה....
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:33 pm#303438
איינער ווייסט וואס פשט פון ארויסלייגן פארשימלטע מיאוס געוואקסענע "פאמפקינס" ביי אלע נישט אידישע הייזער?
וואס טוט דאס אנדייטן און מיינען? וואס סימבאליזירט דער נישט עסבארן פרוכט?
מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:54 pm#303448
קודם גיי און זא זיי מסביר וואס דער גרינע בלעטער וואס יעדע האט ארום גישלעפט די לעצטע אכט טעג (איינער אין א ווייכע פלעסטיק איינער אין א הארטע פלעסטיק איינער פלעין אין סילווערפאיל)און דער פרוכט אין באקס וואס יעדע האט מיט גישלעפט מיט דער בלעטער (איינער אין א ווייסע באקס איינער אין קאלירפול באקסעס אין איינער אין א פינף טויזנט דאלערדיגע זילבערנע באקס) איז.
נאכדעם זא אים מסביר פארוואס א וואך פריער זענען מענטשן געשטאנען אין די גאס און געדרייטע הינער העכער די קעפ און געגאנגען צו די וואסער מיט אלע קינדער אריין ווארפן ברויט
נאכדעם וועט איר די מסביר'ן פארוואס ער לייגט פרוכט ביים פענסטער.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 10:43 am#303840
איינער ווייסט פשט פארוואס אלע זאלץ מעסטלעך פארמאגן אין זיך צוויי דעפארטמענטס. סאיז דאך די זעלבע זאלץ און קיינער לייגט נישט קיין פעפער אדער גארליק פאודער סאו פארוואס איז דאס אזוי איינגעפירט אפילו ביי רביס וואס אלעס דארף דאך א הסבר. איז עס ע"פ קבלה אדער האט עס עפעס א היסטארי. זייער אינטערסאנט
זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:35 am#303843
כנגד שמור וזכור
זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:44 pm#303854
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין לעלוב איז טאקע די מנהג איינס פאר זאלץ איינס פאר שווארצע פעפער

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 5:58 pm#304694
וועלכע פאנט איז דאס?
די לעצטע שטיק צייט האבן אסאך וועבסייטס אנגעהויבן נוצן א שיינעם פאנט, און נאכן פרובירן מאכן ריסורטש קען איך נאך אלץ נישט דערגיין וועלכער פאנט דאס איז (עס איז פאראן וועבסייטס וואס קענען פרובירן געסן אויב מען אפלאוד דעם פאנט, אבער עכ"ז האב איך נישט מצליח געווען).

איך האב גענומען אפאר סקרינשאט'ס פון אפאר וועבסייטס, כ'וועל ארויפלייגן איינס צו ווייזן וועלכע פאנט איך מיין.

.
📎 Which Font.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:05 pm#304695
Proxima Nova אדער עפעס גאר ענדליך.
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:07 pm#304696
Calibri (Body)
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 6:13 pm#304698
Calibri איז דאס זיכער נישט. דאס נוץ איך דאך כסדר.
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:42 pm#304841
איך וויל וויסן צו ס'איז דא איין מענטש אין די וועלט וואס קומט זיך דורך מיט דעם משוגענער פון פינטערס
מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:40 pm#305105
היסטאריע פון סאטמארער קהילה
איך וויל מיך בעסער באקענען מיט דער היסטאריע פון סאטמאר אלס קהילה אין אייראפע און אמעריקע.
איז דא א בוך וואס איך זאל מיר איינשאפן? וואס רעקאמענדירט מען?
מאנטאג אקטאבער 19, 2015 7:49 pm#305155
לאשיצער
איך וויל מיך בעסער באקענען מיט דער היסטאריע פון סאטמאר אלס קהילה אין אייראפע און אמעריקע.
איז דא א בוך וואס איך זאל מיר איינשאפן? וואס רעקאמענדירט מען?

"די חרדישע וועלט", דער איד, אפס בלתך רבינו,
מאנטאג אקטאבער 19, 2015 8:06 pm#305160
מושיען של ישראל, אייוועלט.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:52 am#305208
יישר כוח. איז דא א בוך איבער דער געשיכטע פון סאטמאר וואס ס'איז כדאי צו קויפן?
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:14 am#305217
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז די מקור פין רעכטס אויף לינקס העמעדער ?.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:55 am#305238
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

איז דאס א ענפער פאר מיר ?
ווייסט מער ספעציפיש ווי ?
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:02 pm#305240
ר' מענדעלע רימינובער איז אויך געווען גאנץ א @גרויסע מענטשעלע
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:07 pm#305242
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יא גערעכט.

אבער פארוואס עפעס האט מען עס אונגענומען.

חוץ אז די היימישע דריי גודס זאלן מאכן א לעבן אויף אינז.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:08 pm#305243
א ליקוט איבער דעם ענין.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=8&cad=rja&uact=8&ved=0CGAQFjAHahUKEwiGkruAt9HIAhUI2D4KHQtVAeY&url=http%3A%2F%2Fladaat.info%2FGilionot%2F20151017%2F%5B1441%5D%25D7%2594%25D7%259E%25D7%25A0%25D7%2594%25D7%2592_%25D7%25A0%25D7%2597.pdf&usg=AFQjCNE9Nh8JapvnpSeZjgqkCkZP79tnvw&sig2=EW4Iup7p9jE9AUPBfsi8Gg&bvm=bv.105454873,d.cWw">https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... 4873,d.cWw</a>
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:15 pm#305244
גרויסע מענטשעלע


חוץ אז די היימישע דריי גודס זאלן מאכן א לעבן אויף אינז.

די נישט היימישע קענען מאכן אסאך א בעסערע לעבן אויף דיר ווי די סטייל האלט זיך אין איין טוישן
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 5:25 pm#305611
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די זעלבע וואס האט דעזיגנירט די האמבורג
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 6:56 pm#305622
אמאל האט מען נישט אזוי געקוקט וואס טוהט יענער וואס איז שענער וכו' וכו' דעריבער האבן זיי געטיהן וואס עס איז זיי געווען באקוועם משא"כ די אינגערע
פרייטאג אקטאבער 23, 2015 6:04 am#305715
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
את חטאי אני מזכיר אלס בחור וואוינענדיג אין א קאלטע מדינה פלעג איך גיין מיט א קוטשמע.
פרייטאג אקטאבער 23, 2015 9:00 am#305723
וואס איז די זינד? אז די ביסט געווען אביסל ווארים?
זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:25 pm#306053
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לייענדיג דער איד זעה אז צוויי פון די גרעסטע ביר קאמפאניס האבן א דיעל ווי איינער קויפט אפ דער אנדערע, און טאמער דער דיעל גייט נישט אדורך למעשה צוליב למשל אנטי-טראסט געזעצן אין פילע לענדער דארף דער קויפער באצאלן דריי ביליאן דאללער קנס (!) פאר דער וועמען זיי האבן געוואלט אפקויפן.

וואס איז פשט פון דעם? אסאך מאל איז עס איינער פון די תנאים וואס קאמפאניס זענען גרייט צו צאלן א גרויסע קנס אויב עס פאלט דורך.
דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:07 pm#306501
איך האב אויסעהערט היינט קאלמע-וואסער און איך הער ביי די אינטערוויוס ווי דער ברייער מעלדט מיט פאטאס, דעם טאג פיר יאר צוריק וועט.... קיינמאל נישט פארגעסן וכו', בין איך נייגעריג צו וויסן צו דאס איז א הבטחה אז דער באטרעפנדער וועט קיינמאל נישט ליידן פון אלצהיימערס אדער וואס?
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 3:47 pm#307503
ווי אזוי קען מען דאונלאודן פון יו טוב, אויב מען קען,

א דאנק
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:28 pm#307510
Savemedia.com

כ'פלעג עס ניצן,

YouTube also has a new subscription service called 'YouTubeRed', where you can watch video's offline.
They charge $9.99 a month
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:33 pm#307511
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ס'איז פאראן א גוטע אומזינסטע עפפ פאר ענדרויד (אייפאון ווייס איך נישט) געריפן tubemate וואס טוט די דז'אב זייער גוט. מען קען עס נישט באקומען אויף גוגל פלעי, מען דארף גיין צו זייער וועבסייט
דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 4:38 pm#307513
יישר כח @chuchem.
פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 11:00 am#307993
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א וועג ווי צובאקומען בלאג פאוסטס די גאנצע ארטיקל אויף אימעיל נישט נאר א לינק?
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 8:49 am#308861
איך לייען לעצטנס אסאך איבער די מס"נ פון פארווארפענע אידן איבער די וועלט וועלכע זענען חוזר בתשובה און לאזן זיך מל'ען אויף דער עלטער. איך באוואונדער עס.

איך וויל נאר וויסן אויב להלכה דארף מען אדורכגיין די יסורים? מען טאר זיך נישט איינשלעפן דעם פלאץ ווי ביי אן אפעראציע? איז עס א ענין דווקא צו שפירן?
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 9:45 am#308869
עס איז א מחלוקת, למעשה מאכט מען יא לאקעל ענעסטיזיע ביי א ברית פון א גדול, אבער דער היילונג טוט נאך אלס זייער וויי
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:25 am#308879
שמעקעדיג, זאלסטו וויסן אז א קליין קינד וואס ווערט געמל'ט שפירט פונקט אזוי די יסורים, סיי בשעת מעשה און סיי די נאכווייען, איך פארשטיי אז ער האט נישט די ברירה צו זאגן יא אדער ניין, אבער פארוואס זאל מען נישט איינשלעפן אדער געבן פעין ריליעווער פארן קינד פונקט ווי דו פארשטייסט פאר א גרויסע?

(אגב, איז דא דאקטורים וואס האלטען אז די טראומע וואס די קינד גייט אדורך קען האבן א לאנג טערם עפעקט אויף זיי)
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:12 am#308898
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
חדש אסור מן התורה
און די דוקטורים פונקט ווי די יונים זוכן זיי אויסצורייסען די מצווה פון מילה, איין טאג איז עס מציצה בפה איין טאג איז עס טראומע, אבער סוועט ענק גארנישט העלפן פונקט ווי פאר די יונים.
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:18 am#308901
וכדומה..
שמעקעדיג, זאלסטו וויסן אז א קליין קינד וואס ווערט געמל'ט שפירט פונקט אזוי די יסורים, סיי בשעת מעשה און סיי די נאכווייען, איך פארשטיי אז ער האט נישט די ברירה צו זאגן יא אדער ניין, אבער פארוואס זאל מען נישט איינשלעפן אדער געבן פעין ריליעווער פארן קינד פונקט ווי דו פארשטייסט פאר א גרויסע?

(אגב, איז דא דאקטורים וואס האלטען אז די טראומע וואס די קינד גייט אדורך קען האבן א לאנג טערם עפעקט אויף זיי)

שני תשובות בדבר,
איינס, לויט רוב עקספערטן האט נאך א פיצל קינד נישט אזא הרגש ווי ערוואקסענע, ממילא איז די ווייטאגן נישט גענוי די זעלבע ווי ביי א גדול,
צווייטענס, א גרויס חלק פון די ווייטאג קומט פון די שרעק בעפאר, די מחשבה ארום די זאך, די נערוועזקייט, און אפילו נאכן מילה איז פאראן די זארג ווילאנג עס וועט נעמען צו פארהיילן, שלישי למילה איז דאך די יסורים שטארקער, בבחי' יוסיף דעת יוסיף מכאוב; משא"כ ביי א פיצל קינד וואס ווייסט נישט וואס טוצעך דא, איז עס בלויז א קורצע דורכגאנג. בכלל האט א קינד א ספעציעלע רואיגקייט, עס שלאפט דאך רוב טאג, און ליגט זארגלאז אין די מאמע'ס האנט 'כגמול עלי אמו' מיט א רואיגקייט וואס נאר א פיצל קינד קען האבן, ממילא איז שווער צו זאגן אז די יסורים זענען די זעלבע און עס האט א לאנג-טערמיניגע אפעקט אויף שפעטער. (מצד שני פון א קטן פעלט די שמחה של מצוה און סיפוק הנפש נאכן אדורכגיין אזא אקט).
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:44 am#308908
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קוק ווי שנעל רוב בעיביס בארואיגען זיך נאכדעם. ווען מען וואלט עס געטון צו אן עלטערע קינד וואלט ער נאך יעצט געוויינט
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:05 pm#308973
איז אגודת ישראל ד'אמריקע א חרדישע ארגאנאזאציע אדער מאדערן-ארטאדאקס? זיי האבן יעצט א קאנווענשן ווי עס זענען דא רעדנער וואס רעדן היפש אפען מיינדיד
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:10 pm#308977
מאכט טאקע דאמינא די קאצקא צוקער נאר פאר די היימישע באנוץ פון עס צוטיילן אויף פיר אין די קאווע פון 11 פארטאגס פאר תפילת שחרית כמנהג רבינו, אדער האבן די גוים אויך עפעס א באנוץ פון דעם?
זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:28 pm#308983
chusid
איז אגודת ישראל ד'אמריקע א חרדישע ארגאנאזאציע אדער מאדערן-ארטאדאקס? זיי האבן יעצט א קאנווענשן ווי עס זענען דא רעדנער וואס רעדן היפש אפען מיינדיד

כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:10 am#309039
געוואלדיג
מאכט טאקע דאמינא די קאצקא צוקער נאר פאר די היימישע באנוץ פון עס צוטיילן אויף פיר אין די קאווע פון 11 פארטאגס פאר תפילת שחרית כמנהג רבינו, אדער האבן די גוים אויך עפעס א באנוץ פון דעם?

דו מיינסט אז דו גוים טרינקען נישט קיין קאווע?
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:41 am#309045
ער רעדט דאך פון קאצקע צוקער (נישט די ניק), ער האט נישט געפרעגט וועגן קאווע (נישט די שטיבל)...
מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:07 pm#309410
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יעדע קינד חתונה מאכען קאסט דריי פיהר נסיעות קיין חו"ל. א געלונגענע משולח מאכט פיפצען אויבינו1דאללאר א נסיעה. חתונה מאכען קאסט אסאך מער ווי דעם.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:47 pm#309415
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

מיין קשיא איז אוואו זענען אלע אנדערע? למעשה דרייען זיך נישט דורך א יאר מער ווי 500 משולחים. וואס טוען די אנדערע טויזענטע וואס האבן נישט קיין נארמאלע דזשאב?
און וויסן זאלסטו אז אפילו די גליקליכע וואס האבן יא א דזשאב, איז עס קוים גענוג צו דעקן בקושי די טעגליכע קאסטן. אויף חתונה מאכן מאן דכר שמיה.
לפי זכרוני פארדינט א מלמד בערך 300 דאלאר א וואך.
סא פארגין זיי דעם דאלאר מיט א שמייכל, און אפילו ער קומט די צווייטע מאל