פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:41 pm#310177
וואס געשענט צו טרענס מענטשן נאכן טויט?
דא האט איר א באריכט איבער מעי פלג, א טרענס וואס האט זיך גענומען דאס לעבן.
<a class="postlink" href="http://forward.com/news/325306/may-peleg-transgender-suicide-cremation-battle/">http://forward.com/news/325306/may-pele ... on-battle/</a>

ווי וועלכע גענדער ווערט א טרענס גערעכנט נאכן טויט?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:12 pm#310421
עמיצער ווייסט וואס איז פשט פון די וואסער אין ארץ ישראל? עס איז הערליך געשפאלטן, איז דאס נאטורליך? וואס איז די נאמען?
📎 photo12334184457677611.jpg
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:56 pm#310428
דאס איז די דרום חלק פום ים ימלח ווי עס זענען געמאכט געווארן קליינע לעיק'ס צו ארויס נעמען זאלץ און מינעראלן פונעם ים.
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 7:34 pm#310618
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דיין סוכה שטייט נאך?
מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:20 pm#310625
ס'איז ממש א ווייטאג ווי די ים המלח ווערט גערעפיט דורך קאמירציאלע אינטערעסן.
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 10:28 am#311773
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:15 am#311775
וכדומה..
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

$25.00...!
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:48 am#311784
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
berlbalaguleh
וכדומה..
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

$25.00...!

בערל כהאב געכאפט די מעססעדזש, ווען דו שרייבסט ווען פערציג, געב איך דיר עס, קוקט אויס דו האסט קליינע השגות.
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 11:54 am#311785
ער רעדט דען פון השגות? ער רעדט דאך פון פאקטן, וויפיל דער עוורידזש איז וואס ער באקומט, ניין?
זעהט אויס אז די עלטערן האבן ענדערש קליינע השגות. אדער אפשר גאר זייערע ארבייטס-געבער...
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:08 pm#311793
א איד
berlbalaguleh
וכדומה..
וויפיל איז די עוורידש באס דרייווער / באס רבי טיפ?

@berlbalaguleh

$25.00...!

בערל כהאב געכאפט די מעססעדזש, ווען דו שרייבסט ווען פערציג, געב איך דיר עס, קוקט אויס דו האסט קליינע השגות.

א איד: נישט איך האב קליינע השגות. דער עולם...זאג נאר. כ'האב נעכטן געטראפן אין דיין ענוועלאפ א פופציגער...אפשר האסטו בטעות אריינגעלייגט אן איבעריגן 25'ער. היינט נאכמיטאג, ווען איך קום אן צו דיין סטאפ וועל איך דיר געיבן טשענדזש...בלי"נ...!
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:09 pm#311795
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דאס איז פאר די באס רבי
מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 12:15 pm#311799
שמעקעדיג
ער רעדט דען פון השגות? ער רעדט דאך פון פאקטן, וויפיל דער עוורידזש איז וואס ער באקומט, ניין?
זעהט אויס אז די עלטערן האבן ענדערש קליינע השגות. אדער אפשר גאר זייערע ארבייטס-געבער...

שמעקעדיג: ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה... 😂
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:13 pm#312163
וואס איז היינט פארגעגאנגען אויף 50 ביי 16? (אנטקעגן איבער עפל באנק)
די גאס איז גיוועהן אפגעשפארט עס איז גיוועהן דוירט פאליציי אויך האב איך גיזעהן דוד גרינפעלד ריפארטע"ס וכו'
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:16 pm#312164
מ'האט דארט א נאמען געגעבן א גאס אין אנדענק פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:30 pm#312165
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וועלכע דענטיסט די עולם ניצט אין וויליאמסבורג
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 2:45 pm#312167
רויטע וואנצעס
ס'איז ממש א ווייטאג ווי די ים המלח ווערט גערעפיט דורך קאמירציאלע אינטערעסן.

אם קרית לא שנית, ואם שנית לא שלשת, ואם שלשת לא פירשו לך.
מקרא מלא דיבר הכתוב (יחזקאל מ"ז י"א) בנוגע ים המלח:
"בִּצֹּאתָיו וּגְבָאָיו וְלֹא יֵרָפְאוּ, לְמֶלַח נִתָּנוּ"
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:23 pm#312190
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז די ערשטע מקור אז זאת חנוכה איז גמר החתימה? לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאר א וויץ
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:52 am#312225
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
און כתבי רח״ו ווערט עס נישט געברענגט אבער אפשר פון די אייראפעאישע מקובלים כהרמ״ע מפאנו.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:20 pm#312606
וואס איז געווען די ציל פון גרונדען אגודת ישראל? איז דאס געווען אויפן חשבון צו זיין א פארטיי אין א"י? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז זיי האבן שוין געהאט א קאנדידאט אינעם פוילישען פארלימענט.
נאך שרייבט וויקיפידיע אז עס איז געגרינדעט געווארען נאך א וואוט פון קאנגרעס הציוני אין יאר 1912 אז זיי שטיצן נישט רעליגיעזע ישיבות, רעדן זיי פון ווען עס וועט זיין א מדינה אדער האבן זיי געטיילט געלט אין אייראפע אויכט?
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:39 pm#312611
chusid
וואס איז געווען די ציל פון גרונדען אגודת ישראל? איז דאס געווען אויפן חשבון צו זיין א פארטיי אין א"י? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז זיי האבן שוין געהאט א קאנדידאט אינעם פוילישען פארלימענט.
נאך שרייבט וויקיפידיע אז עס איז געגרינדעט געווארען נאך א וואוט פון קאנגרעס הציוני אין יאר 1912 אז זיי שטיצן נישט רעליגיעזע ישיבות, רעדן זיי פון ווען עס וועט זיין א מדינה אדער האבן זיי געטיילט געלט אין אייראפע אויכט?

אגודת ישראל איז געדרינדעד גאווארן צו פארמירן א פאקט פון ארטאדאקסישע אידען קעגען די ציוניזם און מזרחי באוועגונג.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:39 pm#312630
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סאיז געווען ספעציעל געגן ציונים? איך מיין סאיז געווען סתם אויף צו געבן א פארטייאישע פראנט פאר שלומי אמוני ישראל אין יענע שווערע צייט
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:46 am#312686
ווי ירא שמים זאגט
ירא שמים
סאיז געווען סתם אויף צו געבן א פארטייאישע פראנט פאר שלומי אמוני ישראל אין יענע שווערע צייט


נאך מער אין זייער ערשטע אסיפה - נאך פאר קאטאוויץ - איז קלאר באשטימט געווארן אז ארץ ישראל זאל דייקא נישט זיין די הויפט אגענדע.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:17 pm#312715
עס איז געווען מער אזוי ווי די אגודה אין אמעריקע היינט
אפשר אביסל שטערקער ווייל זיי האבן יא געהאט א דעפאטאט אין סייים
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:25 pm#312717
און אויך געהאט מער שטריימלעך צווישן זייערע שורות.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:42 pm#312766
ס'איז די אלע זאכען, נאר טיפער. ווי איך האב געליינט, איז דער אידישע קהלה געווען זייער מאדנע צווישען די קריגען, וואס האט זיך באמת אנגעהויבען פאר'ן קריג. פאר תרע"ד איז שוין געווען דער השכלה באוועגונג און פולען שוואונג. יעדער איינער מיט א ביסל שכל און כח גברא, האט זיך געזוכט אויסצוארבעטען זיין אינטעלעקט. אדער האט ער עס געטוהן אין לערנען תורה, אדער אין אלגעמיינע בילדונג. די אלע וואס זענען געלאפען פאר אלגעמיינע בילדונג זענען געווען פון די משכילים וואס האבען אראפגעקוקט אויפ'ן ברייטער ציבור און זיי פראבירט איבערצופארמ'ן אין זייער שטייגער. למעשה זענען זיי געווארען די ווארטזאגער'ס צום רעגירונג און אין קהלה, ווייל זיי זענען דאך געווען קלוגער ווי דער עמך איד, און דער ת"ח האט דאך געוואלט בלייבען אין ביהמ"ד.
ביים וועלט'ס קריג, רוב רבנים זענען אנטלאפען. די לייצע'ס פון די קהלות זענען געווען אין די הענט פון די משכילים, און זיי האבען געגרינדע'ט חדרים (תרבות שולע'ס) א. א. וו.. די ערליכע זענען נאכאלס געווען די רוב פון די נומער'ן פון מענטשען אין שטאט, אבער די פיהרער'ס זענען אלע נישט פרום געווען, און אויפ'ן בעסט'ן אופן זענען זיי געבליבען שומתומ"צ אבער זייער קינדער זענען אויפגעהאדעוועט אינגאנצען פריי.
דער מזרחי איז געווען דער איינציגסטע פארטיי וואס האט מאחד געווען א גרויסע כח הרבים למען שמירת תומ"צ. אבער זיי האבען דאך געהאט נאנטע בינדונגען מיט די פרייע פארטייען, און סאך האבען מורא געהאט אז די בינודונג וועט בלייבען שטערקער ווי די פארטיי בינדונג צו תורה. געדענק, א שותמ"צ וואס וויל לויפען פאר'ן שטאטראט אדער קהלה איז נאך אלס א זעלטענהייט געווען, דעריבער האט מען לייכטער געקענט אריינשטעלען א טיכטער מאדערנער\פרייע ווי א פרומע. רוב רבנים אין ליטא און פולין זענען געווען מיט'ן מזרחי, נישט וועגען ארץ ישראל צו וואס, נאר ווייל למעשה פאליטיש האט עס געשטימט. דאס איז גילטיג אפי' ביי גדולי ישראל, א שטייגער ווי דער דבר אברהם, דער מרחשת און נאך.
דער אגודה האט געוואלט מאכען א נייעם טיילונג, ד.ה. אז אלע פרומע קהלות זאלען נוצען זייער כח הרבים אריינצושטעלען א כח און א בנין ארויסצוהעלפען יעדער שטאט זיך איינצוארדענען א פרומע פיהרשאפט. דאס האט געדארפט העלפען גרינדען מוסדות התורה על דרך התורה, און אויך לגבי דער רעגירונג באהאנדלונגען און יעדער שטיק עסקנות וואס האט אויסגעפעלט.
למעשה איז דער גרעסטע הצלחה פונ'ם אגודה איז געווען אין עפענען מוסדות החינוך. דער נעץ פון חורב שולע'ס האט אפגעראטעוועט טויזענטער קינדער פון תרבות שולע, און די בית יעקב מוסדות האבען אפגעראטעוועט די מיידלאך. אן דעם וואלט'ן די מיידלאך געגאנגען בלויז אין פאבליק סקול (דער אלטע מנהג פון בלייבען אינדערהיים איז סייאווי נישט געווען פראקטיש, אזוי ווי דאהי אין אמעריקא, ווי ס'איז נישט מעגליך אנצוהאלטען דער אלטע. דער ברירה איז אדער פאבליק סקול אדער א אידישע סקול, און אין דעם דארף קיין שום ספק נישט זיין). איך האב אמאל געליינט א באריכט וואס מ'האט ארויסגעגעבען ביים תרצ"ז כנסיה גדולה וויפיל חדרים און מיידעל שולע'ס מ'האט אויפגעשטעלט. א חבר מיינע פארציילט אז זיין טאטע איז פון א שטאט אין ליטא, וואס דארט איז געווען א חורב שולע, אבער די קנאים דארט האבען עס געקעמפט ווייל ס'האט געהאט לימודי חול און גע'עפענט אן אייגענעם. צום סוף זענען ביידער צוזאמען געפאלען און אלע קינדער זענען געגאנגען אין תרבות שולע. בקיצור ס'האט שטארק אויסגעפעלט.
אלו תמצית הדברים אויפ'ן שפיץ גאפעל
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 7:43 pm#312800
איז נישט געווען א טיילונג דורך די חתם סופר?
די ציונים פלעגן אויסהאלטן די תרבות שולע'ס? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז ווען זיי האבן נישט געוואלט שטיצן פרימע אין יאר 1912 דעמאלטץ האט זיך אגודה געגרינדעט
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:34 pm#312813
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נישט דוקא די ציונים, אבער די פרייע אידען. ס'איז שווער זיך אריינצולייגען אין יענע מצב היינט. ציונים מיינט לאו דוקא שלש שבועות. ס'איז ארגאניזירטע אידען וואס פאלגען נישט דער תורה
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 8:49 pm#312819
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די טיילונג איז געווען אין דייטשלאנד דורך רש״ר הירש און שפעטער אין אונגארן כמיין אז נאכן חת״ס אין פוילן גאליציע איז נישט געווען קיין טיילונג.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:08 pm#313508
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא א וועג צו ארויפסיינען אויף טעלעגראם און די קאנטאקטס זאלן נישט באקומען דעם נערישען נאטיפיקעשאן?
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:20 am#313581
.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:01 am#313586
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נישט מאדזיץ נאר מעליץ
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:04 am#313588
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ירא שמים
די טיילונג איז געווען אין דייטשלאנד דורך רש״ר הירש און שפעטער אין אונגארן כמיין אז נאכן חת״ס אין פוילן גאליציע איז נישט געווען קיין טיילונג.

דאס זיך אפטיילען קומט פון דייטשלאנד, אבער דער באוועגונג פון טיילונג איז אן אונגארישער ערשיינונג. דאס זיך באהעפטען מיט אלע אנדערע ארטאדאקסישע געמיינדע'ס אינאיינעם אין א פאליטישע ארגאניזאציע וואס רעפרעזענטירט איהר מיטגעלידע, וואס דאס האט דער אגודה געטוהן, איז אין אונגארן שוין געווען פון פריער.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:14 pm#314360
We are all aware that many of the hasidic rebbes use to smoke the pipe which was even considered to be a very holy task in which they were often carried away in a highly spiritual state, take for instance the holy Tzanzer Rov who use to smoke the pipe on a regular basis, ( couple that with the fact -as recorded- he only slept 2 hours per night) my question is to those who are familiar with the history of smoking, especially in Europe at that time what kind of material were they using then, was it regular tobacco leaves or perhaps some hallucinating material.
?
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:40 pm#314366
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פרעג אלי וויזעל
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:47 pm#314367
Eli Weizel was born in sighet only ninety years ago, Perhaps he does know
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:59 pm#314371
און וואסערע זייף און שעמפא האבן זיי גענוצט?
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:02 pm#314373
They didn't
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:03 pm#314374
אבסיל געזוכט אינפא. דא איז א בוך “Cannabis Chassidis” פון איינער וואס שרייבט אז ס'איז געווען מארוכאנא. דארף מען לייענען דעם בוך צו זעהן צו ער רעדט צום זאך.


דא איז א אינטערוויו מיט'ן מחבר: <a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/were-europes-great-rabbis-a-bunch-of-potheads/">http://www.timesofisrael.com/were-europ ... -potheads/</a>
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:05 pm#314376
Wow pretty interesting
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:07 pm#314377
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פון דער ארטיקל קוקט נישט אויס אז ער האט ער געפארשט נאר מער אזויוי wishful thinking
http://www.nrg.co.il/online/55/ART1/895/137.html

The authors blog?
http://cannabischassidis.blogspot.com/?m=1
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:10 pm#314378
גוגל:
what did hasidic rabbis smoke in europe. אסאך אינטערעסאנטע לינקס.
מ'דארף בורר זיין הפסולת מתוך האוכל. טייל זענען ישראלי מידיא בלאזעריי.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:30 pm#314382
Come on, די גאנצע באהויפטונג זיינע, איז באזירט אויף
there is an oppinion circulating...

??

דער נאמען פונעם ביכל, "Cannabis Chassidis" איז אייזן. (חסידיס דארף ווען קומען מיט א קליינער סי, דאכט זיך).
😛
מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:41 am#315927
אין ליכט פון די צוויי הערליכע אשכולות איבער די שפאלט צווישן די מינים וויל איך נאכאמאל אויפברענגען מיין שאלה.
לפנים קוקט אויס ווי פרויען זענען נישט אזוי קלוג ווי מענער, עס איז דא זייער ווייניג פילאזאפן ,סייענטיסטן און אינטעלעקטואלן צווישן זיי...עפעס פארט אנדירש אין זייער מח, אין סאציאל מידיע טרעפט מען סאך ווייניגער קלוגע תגובות פון זיי וכו וכו'. למעשה אבער איז נישט אנגענימען אז זייער איי-קיא איז נידריגער ווי מענער , איז וואס יא? וואס איז דאס דע נישט טיפקייט? איז דאס נאר א נאטור אז זיי ארבעטן מער מיט געפיל ווי מיט מח? קוקט נישט אויס אזוי ווייל אפילו ווען זיי רעדן יא עמקות איז עס אויכט נישט ווי א מאן .
מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:55 am#315930
אין חכמה לאשה אלא בפלך (גמ' מגילה)
חכמת נשים בנתה ביתה
בינה יתרה ניתנה באישה יותר מבאיש (נדה מ"ה)
מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:40 pm#315948
chusid
אין ליכט פון די צוויי הערליכע אשכולות איבער די שפאלט צווישן די מינים וויל איך נאכאמאל אויפברענגען מיין שאלה.
לפנים קוקט אויס ווי פרויען זענען נישט אזוי קלוג ווי מענער, עס איז דא זייער ווייניג פילאזאפן ,סייענטיסטן און אינטעלעקטואלן צווישן זיי...עפעס פארט אנדירש אין זייער מח, אין סאציאל מידיע טרעפט מען סאך ווייניגער קלוגע תגובות פון זיי וכו וכו'. למעשה אבער איז נישט אנגענימען אז זייער איי-קיא איז נידריגער ווי מענער , איז וואס יא? וואס איז דאס דע נישט טיפקייט? איז דאס נאר א נאטור אז זיי ארבעטן מער מיט געפיל ווי מיט מח? קוקט נישט אויס אזוי ווייל אפילו ווען זיי רעדן יא עמקות איז עס אויכט נישט ווי א מאן .


איך האב לעצטנס אסאך געליינט וועגן איי קיו ווס. אי קיו.
א פרוי פארשטייט געפיליש בעסער א צווייטן.
די קענסט האבן א ריזיגן איי קיו אבער נישט קענען לידן קיין מענטשן אדער פירן א פראדזשעקט אויב די פארשטייסט נישט דיך אליינס און כל שכן א צווייטן.
So, women might operate more from an EQ level

Carly Fiorina had problems in HP probably because she had no idea how to work with other people. She is brainy.
מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:43 pm#315950
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אלי וויזעל באשרייבט דער בעש"ט'ס לולקע אז ס'איז נישט פיל געווען מיט טאבאק, נאר עפעס אנדעריש. דאסנאיז זיין פאנטאזיע"ס, נישט געבויט אויף וויסענשאפט.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:59 am#316902
.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:25 am#316903
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
,
זונטאג יאנואר 17, 2016 9:52 am#317739
איך וויל וויסן, און אויך פארשטיין
פון וואנענט נעמען די גוים כוח צו שטיין
אויסגעשורה'ט אין א ענדלאזע ליין
ווען איך איד, וועט מוותר זיין
אויף מיין קאווע, און ענדרעשט אוועק גיין
זונטאג יאנואר 17, 2016 9:58 am#317740
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די זעלבע סיבה וואס זיי קענען איינזיצן אויף א פליגער אכט צו מער שעה און אידאלעך האבן אזאלכע בלאטערן אויף זיץ און יעדער האלבע שעה דארף מען עס לאזן אטעמען (איך האב נישט גענפערט נאר ציגעלייגט צום שאלה און אויב וועסטו טרעפן אן ענפער אויף דעם וועט דאס אפשר זיין גילטיג אויף דאס)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk