פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:13 am#385820
פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:27 am#385824
וואלווי האט געשריבן:פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
כ'געדענק נאר די קליינע באטעלעך, דאס מוז זיין פון פאר מיינע צייטן.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:30 am#385825
אדער פארקערט, ווען ס'געווארן נאך מער אכשר דרא און מ'טרינקט נאר מים חיים. די באטעל זעט אויס מער מאדערן מן הסתם איז עס נאך די קליינע קיוט באטעל תקופה וואס דעמאלטס האט מען עס נישט געקויפט ביי אונז ווי "מצה וואסער".
זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:18 am#385835
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
כ'געדענק נאר די קליינע באטעלעך, דאס מוז זיין פון פאר מיינע צייטן.

דער גאלדענער אדלער: זיכער. מיין שווער, ע"ה האט נישט געקענט זיך זעצן צום סדר אדער צו די שבת'דיגע סעודה אויב ס'איז נישט געווען א קעיס פון די גרינע באטלעך אין שטוב. ביז זיין טאכטער (מיין ווייב, שליט"א) האט עפעס אנגעהויבן נישט גוט פילן. און דער דאקטער האט פעסטגעשטעלט אז דאס קומט פון טרינקען צו פיהל סאראטאגא/ווישי וואסער. האמיר אויפגעהערט צו טרינקען פון אט די משקה. זייט דאמאלס האבן זיי געהאט אן עקאנאמישע ירידה, רח"ל...!
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:05 pm#386081
וואס איז געשעהן מיט אינזער @ליטוואק ער לאזט זיך אזוי אראפ און לאזט די א"ג עדאלטס אהנפיר'ן זייערע מעשה סאטמאר און צודרייען אלע נארמאלע אשכולות פון גיוס צו בראקעל צו מאיר פרוש אא"וו??
עצה טובה קמ"ל @ליטוואק לאז אים אפ וועט ער צוריק דיין צו טוויטער און אונז אפלאזן
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:06 pm#386082
צו אומן
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:17 pm#386085
ווי קען מען קויפן א פאלדינג בעט אין ב"פ חוץ פון whillemes?

lead, follow, or get out of the way!
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 7:12 pm#386106
געווענדליך סתם אזוי בין איך מער א קעלטערע מענטש בטבע, אבער ס'קען זיך מאכן צומאל אז ווען איך הער א שטארק רגש'דיגע ניגון/תנועה, וועט עס מיר ממש ברענגן צו וויינען בלי שום קשר צו די ווערטער פון די ניגון, איך מיין צו זאגן, אז ס'קען נישט זיין אז די נושא/ווערטער פונעם ניגון איז דאס וואס ברענגט ארויס די געוויין, ווייל די נושא איז אין רוב פעלער נישט עפעס וואס אינטערעסירט מיך עקסטער שטארק, איז מיין שאלה צו ס'קען זיין אז אין סוב קאנטשעס רעדט די נושא יא צו מיר, אדער איז דא עפעס אנדערש וואס באדערט מיך אין די תקופה אזוי שטארק עד כדי כך אז ווען anything וועט נאר צורירן צו די געפילן פון מיין הארץ וועט זיך עס בעל כורחו אויסגיסען, אדער אפשר שטימט עס מיט דעם וואס כ'האב אמאל געהערט אז יעדע מענטש דארף וויינען א יעדע כך וכך זמן (עפעס וועגן די אויגן זאלן זיך אויסוואשן... בערך אזוי) אין אפשר גאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען, btw ס'מאכט זיך נאר אין געוויסע תקופות, (וואס איך האב נישט געזעהן -עכ''פ אויבנאויף- דווקא אז עפעס עקסטער זאל מיך באדערן אין יענע תקופות) ?
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:11 pm#386110
מירער בחור: דער חשוב'ער מאמענט מאגאזין האט יעצט ארויסגעגעבן די נפשי אפטיילונג. איך מיין אז זיי האבן אויכעט א מחלקה פאר בריוו שרייבער. בבקשה ווענד דיך צו זיי. זיי וועללן זיכער האבן א פיתרון פאר דיין דילמא. חוץ דעם קענסטו דיך אייביג ווענדן צו איינס פון די הונדערטער פסיכאלאגן וועלכע זענען נרשם אין די דפי זהב. מאך נאר זיכער אז דער דאקטער נעמט מעידקעיד. סליחה. דו ביסט דאך אין די מיר'ער ישיבה. מוזסטו פרעגן ביי דיין קופת חולים...!
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:09 pm#386187
כ'וויל וויסן ווען הייסט א רבי רשכבה''ג? ווען די גבאים דיסיידן אזוי? אדער ווען ער איז טאקע דער רבן של 'כל' בני הגולה?
און ווער איז באמת געווען דער רשכבה''ג זייט די שואה?
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:50 pm#386194
ישראל גלויבער האט געשריבן:כ'וויל וויסן ווען הייסט א רבי רשכבה''ג? ווען די גבאים דיסיידן אזוי? אדער ווען ער איז טאקע דער רבן של 'כל' בני הגולה?
און ווער איז באמת געווען דער רשכבה''ג זייט די שואה?
ס'גייט ביי די סייז
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:59 pm#386199
ס'גייט ביי וועם סאטמאר אינדארסט
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 5:46 pm#386205
"מיין" רבי איז אלעמאל דער רשכבה"ג און יענעמ'ס נישט
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 7:40 pm#386214
לדעתי איז נאכן שואה געווען דער בעלזער רב ר' אהרן זי''ע דער רבי פון אלע גלייך, קיינער האט זיך נישט אפגעטיילט פון זיין מרות. אלע איבריגע זענען געווען א טעות הדפוס מיט די געטריבענע טיטלען. לדעתי!
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 2:49 pm#386348
בין איך דא געגאנגען חאלאמויעד האלטן, איך מוטשע זיך מיטן קינדער, געב צו עסען, נעם אין טוילעט, שטיי אויפן ליין, כאפ טיקיטס!!

בשעת מיין עגמ״נ האב איך באמערקט אפאר פרוי׳ן מיטשען זיך אליין מיטן קינדער, אן א מאן צום הילף, נאכן קארנפירמן מיטן ווייב אז זיי זענען אלע חתונה געהאט, נישט געגט, וויל איך פארשטיין פארוואס קענען זייער מענער זיצן אין פארקינג לאט אין וואטשען יו טוב אבער איך טאמער זאג איך פארן ווייב כגיי א רגע אין טוילעט מאכט זי א דריי מיטן פנים, כאילו מאך אין די הויזן.

אפשר וועגען דעים טאר מען נישט קוקן אויפן פרויען
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 4:05 pm#386352
זייערע מענער זענען געבליבען אין בית המדרש מיט א קצות נתיבות. לאז דיין ווייב אליינס דרייווען די קאר, און דו וועסט ווערען א גרויסע תלמיד חכם.
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 10:39 pm#386370
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:בין איך דא געגאנגען חאלאמויעד האלטן, איך מוטשע זיך מיטן קינדער, געב צו עסען, נעם אין טוילעט, שטיי אויפן ליין, כאפ טיקיטס!!

בשעת מיין עגמ״נ האב איך באמערקט אפאר פרוי׳ן מיטשען זיך אליין מיטן קינדער, אן א מאן צום הילף, נאכן קארנפירמן מיטן ווייב אז זיי זענען אלע חתונה געהאט, נישט געגט, וויל איך פארשטיין פארוואס קענען זייער מענער זיצן אין פארקינג לאט אין וואטשען יו טוב אבער איך טאמער זאג איך פארן ווייב כגיי א רגע אין טוילעט מאכט זי א דריי מיטן פנים, כאילו מאך אין די הויזן.

אפשר וועגען דעים טאר מען נישט קוקן אויפן פרויען

די ביזט דער צו וועם דער אידענע האט אגאנצן צייט געקרימט מיט די נאז? מיין ווייב האט מיר דאן געזאגט: "קוק, יעדע ווייב שיסט עדיטוט, נעם עס נישט אזוי פארזענדליך". אוי האמיר אונז זיך מיטגעהאלטן אויף ענקער חשבון.

באמת מוזטו אבער פארשטיין ביזט געווען צעהן מינוט בעפאר פאר א ציגרעטעל, דערנאך ביזטו געווען ביזי מיטן טעלעפוין, אצינד לויפסטו הכנות... אלעס האט דאך א שיעור...

אבער צווישן מיר און דיר, וואויל צו דיר אז די טוסט דיין פליכט אויף די וועלט, וויי צו דער וואס זיצט אין קאר אויף יו טוב, אדער (ווי ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB האקט) זיצט אין בית מדרש מיטן קצות און נתיבות אנשטאטס פארברענגן מיט די משפחה שמחות יו"ט.
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 11:45 am#386431
עס רעדט זיך יעצט עפעס אין די נייע וועגן שפאניע און קאטאלאניע, איינער ווייסט פינקטלעך וואס דארט גייט פאר???
איך בין אינגאנצן צומישט
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 2:46 am#388189
איז דא עפעס א נפקא מינה אין וועלכע שעות דורך די מעת לעת איינער לייגט זיך שלאפן לגבי די מאס אויסגערוהטקייט שפעטער איבער'ן טאג?
שטעקט עפעס אמת אין דאס וואס מ'זאגט אז איין שעה פאר צוועלף אזייגער איז ווערט שווה בשווה מיט צוויי שעה דערנאך?
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:04 pm#388916
איך וויל קויפן קלאוד סטארעדזש ווי איך וועל ארויפלייגן אלע שאוס וואס די עולם דא ברויכט. עפענען אן אקאונט פאר יעדע סעזאן איז אן אויסמוטשענדע ארבייט. יעצט עס זענען דא קאמפעני'ס וואס פארקויפן לעבנסלענגליך סטארעדזש (לענגער ווי טויט שטראף...). עס קאסט געלט. איך ווייס נאכנישט וויאזוי איך וועל עס פינאנצירן... ATUB @החוקר ATUB ניצט א קאמפעני pcloud וואס זעט אויס זייער גוט, זיי אפערן סטרימינג וואס איז מוראדיג. זייער פרייז איז 250 פאר 2 טעראבייט פארן לעבן, איך וויל עס קויפן. ווייסט אפשר איינער דא פון א בעסערע קאמפעני מיט א בעסערע פרייז?
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:56 pm#388935
איך האב נישט קיין תירוץ צו די שאלה. אבער איך וויל דא אפלאדירן טרויבן88 פארן זיין אן עוסק בצרכי ציבור באמונה "שלא ע"מ לקבל פרס". ממנו ילמדו וכן יעשו!

לגבי די שאלה. די פרייז סאונדט זייער ביליג. למשל גוגל מיין איך בעט פאר אזא אמאונט פון דעטע איבער 200 א יאר
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 10:54 am#389226
.
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 1:37 pm#389250
.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:23 pm#389481
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???

אפשר ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וועט וויסן, אדער א צווייטער.
זונטאג נאוועמבער 19, 2017 9:25 pm#389482
פאר דעם דארף מען גוט מעיין זיין אין דער ספה"ק הגאון פון הרב דוב אליאך. מ'קען אויך קוקען אין דער חסידים ומתנגדים, וואס ביידער בענדער קען מען קויפען אויף עמעזאן, דורך זוכען chassidim umisnagdim. זיי ווערן פארקויפט אין עקסטערע בענדער.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:13 pm#389710
ווייל אזוי האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???
אפשר @ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסן, אדער א צווייטער.

אהה, דאס מיינט ליטווישע ביר, אן קיין טעם און ריח, א פערפעקט שידוך, דער ליטאי מיטן פארשטיקענעם ביר.

דאס איז די זעלבע מענטשן וואס טרינקן קאווע אין א פלעסטיק קאפ, גרעיפדזשוס פון א פלעסטיק באטל, סעלצער אן געז, געפילטע פיש פון א דזשאר (JAR), טשולענט מיט פאטעיטאס, הערינג אן קיכל נאר מיט סנעקערס, ביי קידוש שבת סערווירן זיי דזשעלי בינס מיט פרוכט סאלאט (ווי פארשטענדליך ווארימע מעלאנע מיט די שווארצע דזשעלי בינס) און נאך
-------------------
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ווער נישט געטשעפעט
ATUB @דער גאלדענער אדלער ATUB געשריבן לכבוד דיר
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:31 pm#389717
דער אמת איז, ענק אמעריקאנער זענען א באנדע יויויס, עטץ ווייסט נישט וואס ס'מיינט ביר. מ'נעמט פלעיווארד סעלצער, מ'מאכט איהם אייז קאלט אז מ'זאל גארנישט קענען טועם זיין, און דאס הייסט ביר.

קויף א סטאוט ביר, אדער א פארטער ביר, טרינק עס נישט קאלט און נישט ווארעם, פאמעלאך זיפצען און טועם זיין מיט די נאז, און דעמאלס וועסטו וויסען וואס הייסט ביר.

און דאס איז די זעלבע פאלק וואס מאכט iced tea. א מין מהלך, מ'נעמט טיי און מ'טרינקט איהם קאלט!
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:36 pm#389721
נארוואסדען?? איך זאל טרינקען טיי מיט מילך גאר? ענגלישע פאץ.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:39 pm#389723
האב איך דען נישט געוויסט אז דער ליטוואק טרינקט ווארימע ביר...
אבער דאס טרינקן הייסע iced tea דאס איז שוין א בריסקע חידוש און גרויסע צריך עיון
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:45 pm#389726
ריכטיג: אבער לפי האמת איז דא א גרויסער חילוק צווישן ענגלישע טיי וואס מ'קאכט אויף פון פרישע טיי בלעטער. און די סארט אינסטענט טיי וואס מ'פארקויפט אין אמעריקע אין טיי בעגס. אז דו וועסט אמאל טרינקען די סארט טיי וואס איז פריש אויפגעקאכט פון טיי בלעטער וועסטו זיך וואונדער'ן פארוואס דו האסט נאך אמאל געטרינקען די אנדערע סארט, וואס איז געמאכט פון די אפפאל פון די טיי בלעטער. די סיבה פארוואס טיי איז אזוי פאפולער אין ענגלאנד איז (לפענ"ד) ווייל ענגלאנד האט אמאל געהערשט אויף אינדיע. אן פון דארט קומט די טיי בלעטער...!

מ'דערציילט אז דער יורש העצר פון די בריטישע מלוכה פרינץ טשארלס אף ווינדזאר ירום הודו, איז אמאל געווען אויף א באזוך אין ווייסן הויז. און מ'האט איהם מכבד געווען מיט א טיי. לויט דעם דרך פון אמעריקע. מ'האט געלייגט א גלאז הייס וואסער. און נעבן דעם א טי בעג. און דער הויכגעשעצטער, ספאוילד פרינץ האטציך ארומגעשפיעלט דערמיט. נישט וואוסנדיג וואס מ'דארף צו טון מיט דעם...!
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:45 pm#389727
ריכטיג האט געשריבן:נארוואסדען?? איך זאל טרינקען טיי מיט מילך גאר? ענגלישע פאץ.

דו טרינקסט טיי אן מילך? וויי איז דיר.
נאר מסתמא האסטו עס קיין מאל נישט געטרינקען ווי עס דארף צו זיין. מ'דארף לייגען אביסל מילך אין אן אנגעווארעמטע גלאז, און אויף דעם גיסען דער הייסע טיי. און נישט נוצען instant tea למען ה'.
דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 11:58 pm#389733
שלום שטיסל האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???
אפשר @ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסן, אדער א צווייטער.

אהה, דאס מיינט ליטווישע ביר, אן קיין טעם און ריח, א פערפעקט שידוך, דער ליטאי מיטן פארשטיקענעם ביר.

דאס איז די זעלבע מענטשן וואס טרינקן קאווע אין א פלעסטיק קאפ, גרעיפדזשוס פון א פלעסטיק באטל, סעלצער אן געז, געפילטע פיש פון א דזשאר (JAR), טשולענט מיט פאטעיטאס, הערינג אן קיכל נאר מיט סנעקערס, ביי קידוש שבת סערווירן זיי דזשעלי בינס מיט פרוכט סאלאט (ווי פארשטענדליך ווארימע מעלאנע מיט די שווארצע דזשעלי בינס) און נאך
-------------------
@ליטוואק פון בודאפעסט ווער נישט געטשעפעט
@דער גאלדענער אדלער געשריבן לכבוד דיר

שלום: דיין פעדער קוקט אויס פיין גליטשיג, האסטוך איינגעהאנדעלט א נייעם רויטע פארקער? ס'דערמאנט פון מיין מלמד ווען ער פלעגט זיך קראצן די אויער דערמיט.
עניוועי האסט פארגעסן צוצולייגן, פיינע פרישע ווארעמע קימל ברויט, המן טאשן מיט מאן, אראק ברוינפען, פרון דזשוס מיט א לוילעך סענקע קאפי.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 5:36 am#389755
מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 8:12 am#389758
גערעכט סארא חוצפה צו באשמיצן דעם באליבטן מון אוזני המן. כ'וועל דיר פארציילן א סוד אז מון קעיק איז אויך גוט געשמאק, אבער נאר געציילטע בעיקעריס מאכן עס און אויך נישט אייביג.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 8:23 am#389760
איך בין מוחה אויף דעם וואס מען רעדט וועגן המן טאשען פאר חנוכה. בשעת חדוותא חדוותא. יעצט איז די צייט צו רעדן פין פאנטשקעס.
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:57 pm#389777
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.

דער מקור פון דעם נאמען..."המן טאשן"...נעמט זיך פון יעקיש דייטש. דער אריגינאלער נאמען איז געווען..."מאן טאשן"...פון דעם איז געווארן המן טאשן...! אונז קענמיר זיין גאנץ רואיג אז המן הרשע האט געהאט אין זיינע טאשן אנדערע זאכן ווי א קוקי אנגעפולט מיט מאן. דארט האט ער געהאלטן די גזירה פון פארניכטונג פון די אידן...!
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:24 pm#389783
איז דא א גרעניץ וואו ווייט עס קען גיין די סאנקציעס קעגן נארט קאריע אדער וועט מען אלעמאל קענען טרעפן עפעס נאך שארפער?!
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:38 pm#389785
געוואלדיג האט געשריבן:איז דא א גרעניץ וואו ווייט עס קען גיין די סאנקציעס קעגן נארט קאריע אדער וועט מען אלעמאל קענען טרעפן עפעס נאך שארפער?!
די רעגירונג לאזט אייביג איבער זייטיגע טירעלעך פון ווי צו מאכן פרישע געשעפטן, ס'אזוי ווי א חסידות צוטיילט זיך אין צוויי, און פון אויבן הערט מען סטראשונגען, מיט חרמות, איין שיינעם טאג ווערט מען געוואר אז דע גאנצע מחלוקה איז נאר געווען צו פיטערן די צאן קדשים, און אינטערן טיש איז אנגעגאנגן גרויסע רינעדיגע דיעלס פון ריעל עסטעיט און פראגראמען מיט ריזאונונג ווי ביידע האבן געמאכט שווערע געלטער. איראן יוכיח, מיט נאך אנדערע לענדערע ווי די עליטע האט געמאכט א לעבן און די פשוטי המון עולם גולם, האט מען ג'קנסט פארן טון ביזנעס מיט די רשעים
מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 5:13 pm#389812
יא, זיי זענען נישט אינגאנצן אויסגעשלאסן, און נאך מער אפילו, עס זענען דא לענדער וואס נעמען סחורה פון נארט קאריע, סא מענטשן מיינען ווען מען רעדט פון סאנקציעס אז עס איז טאטאל אפגעשלאסן. עס איז דא אסאך סחורה וואס גייט אריין און קומט ארויס פון דארט, למשל טשיינע קויפט קוילן פון נארט קאריע, בכלל בין איך מסכים צי די טעאריע אז אויב טשיינע וויל קענען זיי ווען אפהאלטן די גאנצע אטאם, נאר עס איז פאר זיי א גוטע שטעקן קעגן אמעריקא, ווען איך בין ווען טשיינע טו איך עס ווען אויך, בנוסף וואס מען קען אריבערגיין די גרעניץ קיין צפון קאריע, און ווען די שטייסט איין אין די האטעלן באצאלסטו געלט, וכו'
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:31 pm#392095
וואס האט 'עולם' מיט crowd? (עד העולם?...)
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:02 am#392181
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס האט 'עולם' מיט crowd? (עד העולם?...)


מ'טרעפט שוין פון לאנג "מקשים העולם". און אידיש טייטשט מען "די וועלט פרעגט". איך ווייס טאקע נישט פארוואס
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:40 am#392262
שמעון וואלף, טראכט צירוק מיט איין טריט. ס'איז אפילו א לשון חז"ל "כולי עלמא" מודי, און אויף דעם איז לכאורה דא ביאורים אדער כללים וואס דאס מיינט און ווען מ'ניצט עס.
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 6:54 am#392267
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס האט 'עולם' מיט crowd? (עד העולם?...)

מלשון "ס'געווען א געפאקטער עולם"...
וכתיב "דער עולם איז געלאדנט צום קידוש"
וכתיב: כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני.
וואס ס'מיינט צו זאגן אלע מענטשן פון די וועלט,
ומשם נתפשט, אז ווען מ'וויל זאגן אסאך מענטשן, זאגט מען, עולם גולם.
פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 1:44 am#392363
ווען מ'רעדט פון יעדעם קען מען פארשטיין מ'ניצט די לשון כל העולם אדער כולי על א די גאנצע וועלט = יעדער איינער. אבער ווען מ'רעדט בלויז פון א צאל מענטשן איז טאקע א פלא אז מ'ריפט עס עולם
זונטאג יאנואר 07, 2018 8:38 pm#392947
ווער איז דעי רעבעלע?

זונטאג יאנואר 07, 2018 8:47 pm#392949
זבליטוב בן ר' בעריש מספינקא
זונטאג יאנואר 07, 2018 11:43 pm#392958
נאך אזא טאנץ איז א "חוט המשולש במהרה ינתק"....
מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:41 am#392959
וואלווי: און וואס וועללן טון דעם העיליגן זאבליטוב'ער רעבי'נס קינדערלעך שיחיו, אז מ'וועט אויסלויפן פון יוראפע'אישע שטעטלעך..? איך האב אן עצה פאר זיי . זיי זאלן זיך פארבונדן מיט מיר. איך האב א גאנצע ליסט פון שטעטלעך דאהי אין אמעריקע וואס מ'קען אנהייבן נוצן, למשל, ווי שיבויגען, וויסקאנסין. אדער האקענסאק, ניו דזשערסי. אדער הא-האאוקוס, ניו דזשערסי. איך קען נישט ארויסגעבן די גאנצע ליסט. פאר א צוגענגליכע פרייז, וועל איך בלי"נ צושטעללן די רשימה פאר א יעדן בנש"ק וואס וועט וועללן אריינגיין אין די ביזנעס...!

רבותיי, שטעלט אייך פאר. ס'וועט זיין א מיטינג ביי התאחדות ה---. און דער יושב ראש וועט אויסרופן...יעצט גייט רעדן דער שעבויגענ'ער רב. נאכדעים וועט נעמען דאס ווארט דער הא-האוקוס'ער רב שליט"א...!
מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:43 am#392960
איך פארשטיי נישט, ר' בערל. די אלע שטעט פון ארצות הברית און קאנאדא זענען דאך שוין אקופירט ביי די התאחדות הרבנים, מען קען נישט נעמען שטעטלעך וואס געהערט שוין פאר א צווייטן.
מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:47 am#392963
שמעקעדיג: די התאחדות הרבנים געוועלטיגט טאקע דארט. אבער די רבניש'ע שטעללעס זענען נאך ליידיג. און אויב ח"ו ס'וועט זיין 2 שיבויגענ'ער רבנים. וועט מען האלטן א דין תורה. אויב איך האב עפעס א דיעה צו זאגן וועט מען רופן איינעם דעם 45'ער שיבויגענ'ער רב. און דעם צווייטן, דעם 48'ער שיבויגענער רב. נאמבערס איז דאך זיכער דא גענוג...!