שמעקעדיגווי קען איך ליינען אביסל מער ווי אזוי עס ארבעט די ריכטער פאזיציעס/געריכטן אין אמעריקע? אדער אפשר קען איינער באשרייבן אויפן שפיץ גאפל?
ווערטער למשל ווי "צווייטע קרייז" קלינגט מיר זייער נישט היימיש, וועלכע קרייזן רעדט מען דא?
"אפעלאט געריכטן" זענען בלויז פאר קעיסעס וואס מען אפעלירט? פארוואס הערט מען אסאך מאל אז אפיעלס גייען צוריק צום זעלבן דזשאדזש?
און נאך אסאך פראגעס שאי אפשר לפורטם כי רבים הם און מיין טיטשער האט אונז עס נישט אויסגעלערנט...
עטליכע יאר צוריק נאך זייענדיג א כולל יונגערמאן, האב איך איין זומער מיך אריינגעזעצט אין די סופרים קארטהאוז אין מאנטיסעלא (אגב, אנדערש ווי די פעדעראלע קארט סיסטעם ווי סופרים קארט איז די העכסטע, איז ביי די סטעיט פארקערט, די נידריגסטע געריכט הייסט סופרים קארט און ס'איז דא אזא קארט אין יעדע קאנטי). עכ"פ, אין יעדע סופרים קארט הויז איז דא א law library, אין דארט האב איך געטראפן איינע פון די ביכער וואס באשרייבט די גאנצע סיסטעם, זייער אינטערעסאנט.