פארומס › קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

קאווע שטיבל • זאכן וואס כ'וויל וויסן

4,622 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:51 pm#456491
ונבנתה העיר האט געשריבן:gross negligence?

ווי איך פארשטיי מיינט דאס דאך נאך מער ווי סתם לייכטיזינגקייט, שטארקע לייכזיניגקייט, גארנישט צוטאן כלפי די פועל יוצא.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:04 pm#456492
איך מיין אז דאס איז

The "Risk Rule"

Referred to by the Reporters of the Second and Third Restatements of the Law of Torts as the "scope-of-the-risk" test,[9] the term "Risk Rule" was coined by the University of Texas School of Law's Dean Robert Keeton.[10] The rule is that “[a]n actor’s liability is limited to those physical harms that result from the risks that made the actor’s conduct tortious.”[11] Thus, the operative question is "what were the particular risks that made an actor's conduct negligent?" If the injury suffered is not the result of one of those risks, there can be no recovery. Two examples will illustrate this principle:

The classic example is that of a father who gives his child a loaded gun, which she carelessly drops upon the plaintiff's foot, causing injury. The plaintiff argues that it is negligent to give a child a loaded gun and that such negligence caused the injury, but this argument fails, for the injury did not result from the risk that made the conduct negligent. The risk that made the conduct negligent was the risk of the child accidentally firing the gun; the harm suffered could just as easily have resulted from handing the child an unloaded gun.[12]Another example familiar to law students is that of the restaurant owner who stores rat poison above the grill in his luncheonette. The story is that during the lunch rush, the can explodes, severely injuring the chef who is preparing food in the kitchen. The chef sues the owner for negligence. The chef may not recover. Storing rat poison above the grill was negligent because it involved the risk that the chef might inadvertently mistake it for a spice and use it as an ingredient in a recipe. The explosion of the container and subsequent injury to the chef was not what made the chosen storage space risky.[13]

The most obvious objection to this approach is that it requires courts to consider an arguably endless possibility of hypothetical situations.[14] Not only can such an undertaking be an exercise in futility, but this approach lacks even a minimal amount of precision such that parties might be able to predict outcomes and results during litigation. Notwithstanding the already-complex nature of this and other questions relating to proximate or legal cause, this fluid standard could be misused by plaintiff-friendly or defense-favoring judges in attempts to vindicate their own personal philosophies regarding the appropriate reach of tort law.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:41 pm#456495
זאכן וואס איך בין נייגעריג:

וויפיל פראצענט פרומע אידן זענען מעביר סדרה יעדע וואך
זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:19 pm#456531
למאי נ''מ?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 4:29 pm#461197
ס'איז געווען עמיצער whatup66 אויף MadLipz. ער מאכט פאנטאסטישע קליינע קליפס אדער ליפס. איך קען מער נישט זעהן זיינע סחורה? איז דאס נאר מיר אדער קענען אנדערע אויך נישט? האט ער תשובה געטוהן ציוואס?
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 10:35 pm#461220
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז געווען עמיצער whatup66 אויף MadLipz. ער מאכט פאנטאסטישע קליינע קליפס אדער ליפס. איך קען מער נישט זעהן זיינע סחורה? איז דאס נאר מיר אדער קענען אנדערע אויך נישט? האט ער תשובה געטוהן ציוואס?

איך וויל נאר וויסן ווער דאס איז שרעקליך קריעטיוו
זונטאג דעצעמבער 20, 2020 3:14 pm#464369
וואס איז די געשמאק וואס מיליאנען מענטשן האבן פון ריטואלע זאכן, פון א פסיכעלאגישע שטאנדפונקט?
זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:13 pm#464374
‏דא הא׳מיר אביסל אנגערירט דערויף.
זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:45 pm#464385
לייבל שטילער האט געשריבן:וואס איז די געשמאק וואס מיליאנען מענטשן האבן פון ריטואלע זאכן, פון א פסיכעלאגישע שטאנדפונקט?

קוק אויך דא m https://youtu.be/Z1tuu5cd6VI m . (אמנון יצחק וואלט דאס געקענט נוצן פאר א ראיה אז די תורה איז שקר...)
מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:02 pm#464465
אלע חסידישע חתונות אין א"י זענען אזוי לעבעדיג? און פארוואס אין אמעריקע איז א חתונה אזוי פארשלאפן?

m https://youtu.be/fZNmGaEw57Q m

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:39 pm#464619
ווער איז געווען ר' צבי הירש קאלישער?
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:49 pm#464620
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:53 pm#464621
טיכטיגער האט געשריבן:ווער איז געווען ר' צבי הירש קאלישער?

געווען א וואוילער איד, גרויסער תלמיד חכם, תלמיד פון רעק"א און נתיבות וואס איז געווען פון די ערשטע רבנים [אדער גאר דער ערשטער רב] צו מחדש זיין דעם ענין פון יישוב א"י, האט ארויסגעגעבן א ספר "דרישת ציון", איך מיין אז אפילו די עקסטרעמע סאטמורים האלטן זיך צוריק פון רעדן קעגן אים וויבאלד זיי קוקן אים אן פאר אן ערליכן איד וואס האט געמאכט א טעות.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:54 pm#464622
כ'האב געזען דעם וויקי לינק, און טאקע דאס האט מיר מער צעמישט.
א גרויסן תלמיד חכם און מתמיד און תלמיד פון רעק"א. פון די צווייטע זייט מטבע קאלירט מען אים ווי א משכיל.
אלזא פרעג איך וואו איז ער געשטאנען?
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 4:59 pm#464623
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:ווער איז געווען ר' צבי הירש קאלישער?

געווען א וואוילער איד, גרויסער תלמיד חכם, תלמיד פון רעק"א און נתיבות וואס איז געווען פון די ערשטע רבנים [אדער גאר דער ערשטער רב] צו מחדש זיין דעם ענין פון יישוב א"י, האט ארויסגעגעבן א ספר "דרישת ציון", איך מיין אז אפילו די עקסטרעמע סאטמורים האלטן זיך צוריק פון רעדן קעגן אים וויבאלד זיי קוקן אים אן פאר אן ערליכן איד וואס האט געמאכט א טעות.

עפעס א שייכות האט ער געהאט מיט'ן ישמח משה אויך, אויב איך מאך נישט קיין טעות,
דאס איז אן אויטאמאטישע בייפעס פאר סאטמאר.....
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:08 pm#464625
טיכטיגער האט געשריבן:כ'האב געזען דעם וויקי לינק, און טאקע דאס האט מיר מער צעמישט.
א גרויסן תלמיד חכם און מתמיד און תלמיד פון רעק"א. פון די צווייטע זייט מטבע קאלירט מען אים ווי א משכיל.
אלזא פרעג איך וואו איז ער געשטאנען?

דאס אז ער האט געקענט פיליזאפיע מיינט נישט אז ער איז א משכיל, אז ער האט געקענט מענדלסאנס ספרים און אז ער האט געדילט מיטן אליאנס מיינט אויך נישט גארנישט ווייל ווען מען קוקט אריין אין יעקב ליפשיץנס [פון די נאנטע מענטשן צו רבי אלחנן וואסערמאן] ספרים זעט מען אויך ווי ער איז משבח דעם אליאנס, און אז ער נעמט זיך אן פאר נפתלי הירץ וויזל כאטש וואס דער נודע ביהודא [וואס איז אויך ארויסגעקומען קעגן מענדלסאן] האט געשריבן גאר שארף אנטקעגן אים,
סהאט געדויערט צייט ביז ווי לאנג זאכן האבן זיך אויסגעקלארט.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 10:12 pm#464646
איינער דא ווייסט וואס די ווארט, (כאפט אייך אן...)

"לאָפּאַדאָטעמאַכאָסעלאַכאָגאַלעאָקראַניִאָלעיִפּסאַנאָדרימהיפּאָטרימאַטאָסילפֿיאָפּאַראַָ אָמעליטאָקאַטאַקעכימענאָקיכלעפּיקאָסיפֿאפֿאַטאָפּעריסטעראַלעקטריִאָנאָפּטעקעפֿאַללי אָקיגקלאָפּעלײיִאָלאַגאָיִאָסיראַיִאָבאַפֿעטראַגאַנאָפּטעריגאָן" מיינט?

דא גאנץ אונטן שרייבט ער אז דאס איז די לענגסטע אידישע ווארט... ( :lol: :lol: :lol: )
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:19 pm#465278
וואס זענען די אלע קעמעראס וואס מ'זעהט כסדר ביי אסאך קאנסטראקשען סייטס ווי ס'שטייט אן ארבעטער מיט א קעמערא אויסגעדרייט צו די ראוד און פילמט אפ? (אזוי עכפ זעהט עס אויס)
מוצ"ש יאנואר 09, 2021 3:39 pm#465336
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:כ'האב געזען דעם וויקי לינק, און טאקע דאס האט מיר מער צעמישט.
א גרויסן תלמיד חכם און מתמיד און תלמיד פון רעק"א. פון די צווייטע זייט מטבע קאלירט מען אים ווי א משכיל.
אלזא פרעג איך וואו איז ער געשטאנען?

דאס אז ער האט געקענט פיליזאפיע מיינט נישט אז ער איז א משכיל, אז ער האט געקענט מענדלסאנס ספרים און אז ער האט געדילט מיטן אליאנס מיינט אויך נישט גארנישט ווייל ווען מען קוקט אריין אין יעקב ליפשיץנס [פון די נאנטע מענטשן צו רבי אלחנן וואסערמאן] ספרים זעט מען אויך ווי ער איז משבח דעם אליאנס, און אז ער נעמט זיך אן פאר נפתלי הירץ וויזל כאטש וואס דער נודע ביהודא [וואס איז אויך ארויסגעקומען קעגן מענדלסאן] האט געשריבן גאר שארף אנטקעגן אים,
סהאט געדויערט צייט ביז ווי לאנג זאכן האבן זיך אויסגעקלארט.

תיקון טעות נישט רבי אלחנן וואסערמאן נאר רבי יצחק אלחנן ספעקטאר.
מאנטאג מערץ 29, 2021 10:26 pm#469042
ווייסט איינער ביטע אויב JUUL 'מענטאל פאדס' זענען כשר לפסח?
מיטוואך מערץ 31, 2021 12:39 am#469078
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען
אלס א גרויסער "ידען" איז דאך פשוט אז איך האב אויך די מידה פון נייגער, און איך וויל אלעמאל וויסן און פארשטייין אלעס. אבער איך וויל נישט מאכן נייע אשכולים ביי יעדע זאך וואס האט מיר פונקט אנגעכאפט א נייגער צו וויסן, וועל איך נוצן דעם אשכול פאר דעם צוועק, צו לייגן קורצע זאכן און אויב ס'וועט ווערן א לענגערע שמועסעריי איבער א געוויסע ענין וועט מען עס קענען אפטיילן.

איך וועל אנהייבן

ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.
מ׳זעהט דאס שוין אין תנ״ך ביי מלוכה - איז אויב ביי מלוכה גייט איבער פ״וו זאל ביי רבי׳סטעווע און רבנות נישט איבערגיין? נישט אומזיסט רופן מען עס מלכות/מלך ווי די גמרא זאגט שוין מן מלכי רבנן

Sent from my iPad using Tapatalk
מיטוואך מערץ 31, 2021 7:53 am#469092
קלונימוס
וואס זענען די אלע קעמעראס וואס מ'זעהט כסדר ביי אסאך קאנסטראקשען סייטס ווי ס'שטייט אן ארבעטער מיט א קעמערא אויסגעדרייט צו די ראוד און פילמט אפ? (אזוי עכפ זעהט עס אויס)

מיינסט אפשר דאס?
https://en.wikipedia.org/wiki/Level_(instrument)
מאנטאג אפריל 5, 2021 6:24 pm#469263
מונטסורי: איך האב דיר געוואלט ענטפערן אז מ'נוצט עס בעיקר אין ..."סוירוועי-אינג"... נאר איך זעה אז וויקיפעדיע האט עס שוין געזאגט. ווייל אין סוירוועיאינג איז די חכמה צו וויסן וויאזוי דער בילדינג וועט אריינפיטן צווישן די אנדערע בילדינגס. און אויב ס'וועט אויסקומען גראד אדער קרום.

אויב דו וועסט אמאל אראפקוקן אויף פארשידענע גאסן וועסטו באמערקן אז אלע בילדינגס און הייזער זענן זייער גראד. און זיי ענדיגן זיך אין איין שורה. א זאך וואס ס'וואלט נישט געקענט זיין אן סוירוועיאינג...!
מיטוואך אפריל 7, 2021 9:12 am#469373
נומער5
טאמבל סאס
ס'איז געווען עמיצער whatup66 אויף MadLipz. ער מאכט פאנטאסטישע קליינע קליפס אדער ליפס. איך קען מער נישט זעהן זיינע סחורה? איז דאס נאר מיר אדער קענען אנדערע אויך נישט? האט ער תשובה געטוהן ציוואס?

איך וויל נאר וויסן ווער דאס איז שרעקליך קריעטיוו

ער איז צוריק!
מען קען מאכן אין די הויזן פאר געלעכטער פון זיינע קליפס 😂
מיטוואך אפריל 7, 2021 9:28 pm#469414
די משפיעים/ מחנכים/ בעלי מוסר/ מדריכים/ זענען אייביג ביזי ארויסצוברענגן פאר פארפעלקער אז א מאן מיט א ווייב זענען לכתחילה איין נשמה וואס איז געווארן צוטיילט און עס פאראייניגט זיך ווען מען האט חתונה,
האב איך געוואלט וויסן וואס טוהט זיך ווען מען האט צוויי ווייבער אדער מער - איז דער מאן איין האלב און די ווייבער שערן אינאיינעם מיט דעם אנדערן האלב????
מיטוואך אפריל 7, 2021 10:30 pm#469418
דער נארמאלער וועג איז צו האבן איין ווייב. דער אייבישטער האט נישט באשאפן א דאזן ווייבער פאר אדם הראשון. ס'איז נאר שפעטער סאמהאו געווארן אז מ'האט גענומען מערערע ווייבער. אבער ס'טויג נישט. ווייל אין די מערסטע פעלער ארבעט זיך עס נישט אויס. כאטש אין מיינע יונגערע יארן, ווען מיין ווייב איז נישט געווען עוועילעבל (עפ"י הלכה) האביך א סאך מאל געטראכט אז ס'וואלט זייער גוט געווען פאר'ן חרם דרבינו גרשון. ווען מ'האט עטליכע ווייבער. אבער דאך. דאס ברענגט דזשעלעסי צווישן די ווייבער. ווייל זיי קאמפיעטן אייביג פאר די ליעבשאפט און אטענשן פון זייער מאן. די גמ' רופט טאקע אן די רילעישאנשיפ פון די ווייבער איינע צו די צווייטע אלס ..."צרה"...ווייל זיי זענען א צרה איינס פאר די אנדערע.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 12:34 am#469430
berlbalaguleh

ער' בערל:
כ'האב געמיינט צו פרעגן אז מען האט טאקע עטליכע ווייבער וואס ווערט מיט די האלבע נשמה
וע"ז אני מחכה לתשובה...

און בד"ו קען זיין אלס בעל עגלה וואס איז נודד למרחקים איז די חובת האיש ווייניגער וד"ל אחוץ אויב ער האט אין יעדע ראיאן צוגעגערייט פת בסלו...
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 9:39 pm#469531
שמחה'לע קאפשטיק: לאגיש גערעדט. (מיין פערזענליכע השערה. באזירט אויף פאקטן.) איז די 2'טע העלפט נשמה (לכאורה פון די קאפל/גרופ) צוטיילט אין וויפיהל ווייבער ער האט. אבער די אטענשן און ליעבשאפט איז נישט אייניג. ווייל די רילעישאנשיפ צווישן דעם מאן און די ווייבער איז ביי א יעדע פון זיי אנדערש.

ביי דעם מאן איז עס, בד"כ א 50% פראפאזישן. און די ווייבער זענען די איבריגע 50% צטיילט. נאר נישט אייניג...!
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 10:53 pm#469539
פארוואס עפעס האט מען אויסגעקליבן 'יחצאל' אלץ א קאמישער פיגור?
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:17 pm#469543
ווען מ'נעמט אן אנדער'ן נאמען למשל ווי יקום בעמבע וואלט מען געקענט פרעגן די זעלבע קשיא...!
פרייטאג אפריל 9, 2021 2:45 am#469556
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב געוואלט שרייבן וועגן דעם מדרש, אבער ס'מיר שווער געווען, אז משפחת הגוני שטייט דארט אין מדרש לגנאי, און דווקא יחצאל שטייט לשבח. אבער לויט די ווערטער וואס האסט צוגעוויזן, איז עס טאקע פארשטענדליך, אז אפשר מיינט מצחצח שיניים פרייליך מאכן. הגם איך האב עס נישט געזען שטיין אין די מפרשים אויף מדרש, און אדרבה אויב ס'שטייט יא אין איינע פון די מפרשים וואלט איך געגליכן עס צוזען.
פרייטאג אפריל 9, 2021 7:46 am#469560
שמחהלע קאפשטיק
די משפיעים/ מחנכים/ בעלי מוסר/ מדריכים/ זענען אייביג ביזי ארויסצוברענגן פאר פארפעלקער אז א מאן מיט א ווייב זענען לכתחילה איין נשמה וואס איז געווארן צוטיילט און עס פאראייניגט זיך ווען מען האט חתונה,
האב איך געוואלט וויסן וואס טוהט זיך ווען מען האט צוויי ווייבער אדער מער - איז דער מאן איין האלב און די ווייבער שערן אינאיינעם מיט דעם אנדערן האלב????

די מיינסט אוודאי צו פרעגן אויב דער מאן איז א האלבער נשמה און ביידע ווייבער זענען בלויז א פערטעל יעדער איינער, אדער אויב דער מאן א דריטעל און יעדעס פרוי א דריטעל.
פרייטאג אפריל 9, 2021 6:13 pm#469605
קוויטעל
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב געוואלט שרייבן וועגן דעם מדרש, אבער ס'מיר שווער געווען, אז משפחת הגוני שטייט דארט אין מדרש לגנאי, און דווקא יחצאל שטייט לשבח. אבער לויט די ווערטער וואס האסט צוגעוויזן, איז עס טאקע פארשטענדליך, אז אפשר מיינט מצחצח שיניים פרייליך מאכן. הגם איך האב עס נישט געזען שטיין אין די מפרשים אויף מדרש, און אדרבה אויב ס'שטייט יא אין איינע פון די מפרשים וואלט איך געגליכן עס צוזען.

קוויטעל: איך וואלט ענדערש געזאגט אזוי ווי מ'זאגט היינט אויף עברית (רח"ל) אז ער האטציך אויסגעפוצט די ציין. און ער האט געהאט קלינע, ווייסע ציין. און זיין פיסק האט נישט געסרח'ט אזוי ווי ביי 90% פון די היימישע. וועלכע ווייסן נישט (אדער וויללן נישט וויסן) וויאזוי א ציין בערשטל זעהט אויס. נאר פון דעם מאכן די דענטיסטס פרנסה. ווייל אויב מ'פוצט נישט די ציין, פשוט ווייל מ'איז פויל. אבער מ'הענגט עס אן אין אידישקייט. האט מען גרויסע פראבלעמען מיט די ציין און די גאמס. און זיי לויפן צו די דענטיסטס און זיי דארפן האבן סוירדזשערי. ווען זיי וואלטן געפוצט די ציין וואלטן זיי אויך נישט געדארפט די אלע זאכן. און ווער רעדט נאך פון כבוד הבריות אז דער פיסק זאלל נישט סרחנ'ען ווי א סוער. פון די איבעריגע חלקים פונ'ם גוף רעד איך שוין נישט. ווען מ'גייט אריין אין א צימער (אדער אין ביהמ"ד) פון די היימישע שפירט זיך זייער שטארק דער גערוך. הנקרא בלשון העמים ..."באדי אדאר"... זיי וויללן נאך איינרעדן אז דער וועלכער האלט זיך קליען. און נעמט א יעדן טאג א שאוער און ער נוצט שעמפאא איז א שגץ...לאל...!
פרייטאג אפריל 9, 2021 6:24 pm#469609

ברוך שכיוונתי
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=FXjIOqt78fU">https://www.youtube.com/watch?v=FXjIOqt78fU</a>
פרייטאג אפריל 9, 2021 6:25 pm#469610
אבער לדבריך, אז יחצאל האט יא געפוצט די ציין, נו וואס מאכט מען פון עהם די גענאר?
פרייטאג אפריל 9, 2021 6:36 pm#469612
קוויטעל
אבער לדבריך, אז יחצאל האט יא געפוצט די ציין, נו וואס מאכט מען פון עהם די גענאר?

ווייל אזוי איז עס ביי די היימישע אז זיי לאכן אויס און שפעטן אויס דעם ווער ס'האלטציך קליען. כאטש זיי וואלטן זיך געדארפט צו שעהמען. ווייל זיי סרחנ'ען אוועק. די גמ' רעדט א סאך פון גדול כבוד הבריות...!
פרייטאג אפריל 9, 2021 6:39 pm#469613
berlbalaguleh
קוויטעל
אבער לדבריך, אז יחצאל האט יא געפוצט די ציין, נו וואס מאכט מען פון עהם די גענאר?

ווייל אזוי איז עס ביי די היימישע אז זיי לאכן אויס און שפעטן אויס דעם ווער ס'האלטציך קליען. כאטש זיי וואלטן זיך געדארפט צו שעהמען. ווייל זיי סרחנ'ען אוועק. די גמ' רעדט א סאך פון גדול כבוד הבריות...!

און ר' מיכאל בער האט עס צוגעלאזט דאן?
זונטאג יוני 27, 2021 5:29 pm#476728
שמחהלע קאפשטיק
berlbalaguleh
דער נארמאלער וועג איז צו האבן איין ווייב. דער אייבישטער האט נישט באשאפן א דאזן ווייבער פאר אדם הראשון. ס'איז נאר שפעטער סאמהאו געווארן אז מ'האט גענומען מערערע ווייבער. אבער ס'טויג נישט. ווייל אין די מערסטע פעלער ארבעט זיך עס נישט אויס. כאטש אין מיינע יונגערע יארן, ווען מיין ווייב איז נישט געווען עוועילעבל (עפ"י הלכה) האביך א סאך מאל געטראכט אז ס'וואלט זייער גוט געווען פאר'ן חרם דרבינו גרשון. ווען מ'האט עטליכע ווייבער. אבער דאך. דאס ברענגט דזשעלעסי צווישן די ווייבער. ווייל זיי קאמפיעטן אייביג פאר די ליעבשאפט און אטענשן פון זייער מאן. די גמ' רופט טאקע אן די רילעישאנשיפ פון די ווייבער איינע צו די צווייטע אלס ..."צרה"...ווייל זיי זענען א צרה איינס פאר די אנדערע.

ער' בערל:
כ'האב געמיינט צו פרעגן אז מען האט טאקע עטליכע ווייבער וואס ווערט מיט די האלבע נשמה
וע"ז אני מחכה לתשובה...

און בד"ו קען זיין אלס בעל עגלה וואס איז נודד למרחקים איז די חובת האיש ווייניגער וד"ל אחוץ אויב ער האט אין יעדע ראיאן צוגעגערייט פת בסלו...

דאָס גייט שוין אין הרי את מקודשת לחציי...
זונטאג יוני 27, 2021 11:44 pm#476741
דוראק: א נשמה איז אזוי ווי א ליכט. (נר ה' נשמת אדם.) די נשמה מוז נישט פונקט צוטיילט ווערן אויף האלב. לו יצוייר אז די נשמה פון מאן איז50%. אבער די נשמה פון די פרוי (ווייבער) קען זיין א חלק פון וויפיהל זיי זענען. לאמיר זאגן אז דער מענטש האט 4 ווייבער. איז א יעדע פרוי האט 12.5%...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. ס'איז אמאל געקומען א איד זיך שואל עצה זיין מיט א רב. אבער זיין רעבעצין, וועלכע דער רב האט גערופן נשמה'לע איז אייביג געווען אין צימער ווען מ'האט געשמועסט פריוואטע עניינים. ווען דער איד האט נישט געוואלט רעדן איבער זיין פראבלעם. און דער רב האט איהם געזאגט..."נו, ר' איד פארציילט מיר אייער פראבלעם. האט דער איד זיך אנגערופן..."רבי. איך ווארט אויף אייער יציאת נשמה...!
מאנטאג יוני 28, 2021 3:30 am#476749
בנוגע דער עצם שאלה, איך בין טאַקע אַ קנאַפּער מבין אויף עניני נשמות, אָבער אין גמרא סנהדרין איז קלאָר אַז ס'איז פאַראַנען אַ ספּעציעלער ענין באַ אַן אשת נעורים, און אין אָנפאַנג סוטה ברענגט זיך אַ חילוק צווישן זיווג ראשון ביז זיווג שני.
מאנטאג יוני 28, 2021 2:21 pm#476771
נמחק
מאנטאג יוני 28, 2021 3:03 pm#476773
תוהו ובוהו: נאר ווער דען?... די באבאס...!
דינסטאג יוני 29, 2021 5:29 am#476818
דוראק
בנוגע דער עצם שאלה, איך בין טאַקע אַ קנאַפּער מבין אויף עניני נשמות, אָבער אין גמרא סנהדרין איז קלאָר אַז ס'איז פאַראַנען אַ ספּעציעלער ענין באַ אַן אשת נעורים, און אין אָנפאַנג סוטה ברענגט זיך אַ חילוק צווישן זיווג ראשון ביז זיווג שני.

עוה"ז און עוה"ב לויפן אויף צוויי אנדערע modes. בעוה"ז איז דא א מושג פון לימיטעישאנס, עולם שנה נפש, ווייל דאס איז די איינציגער מעגליכקייט צו בויען אליינס א וועלט, ווייל ס'גייט צעביסלעך. משא"כ עוה"ב איז נישט דא די מושג פון לימיטעישאנס, ס'נישט דא קיין צייטן אדער סיי וועלכע פארעם פון די וועלט.

פלג גופא מיינט נישט באמת האלב כגון 50 50. ס'מיינט צוויי מאל הונדערט פערצענט אויף איין זאך. כעין א צירוף אדער א נייע מציאות פון צוויי אנלימיטעד (אויב ס'איז די ריכטיגע אויסדרוק...). עכ"פ, די באגרעניצן פון עולם שנה נפש איז נאר בהאי עלמא, והכי נמי מסתברא, ווייל מצד הגוף איז נישט דא קיין פלג גופא בכלל, כידוע ליודעי חן אז צווישן מאן אין ווייב איז דא פיר פיס, און אחור וקדם x2. אז מען רעד פון עולם הנשמות איז נישט דא קיין קשיות וויפיל סלייסעס מען שניידט פאר א יעדע יודענע...

די גמ' אין סוטה רעדט פון די factors וואס מיט דעם וועלט מען אויס די שידוך. נישט די צירוף גופא.
דינסטאג יוני 29, 2021 5:34 am#476819
וואלווי: ייש"כ. זייער א גוטער הסבר. נאר איך האב עס מסביר געווען אויף אן ענליכע, א ביסל אנדערע בחינה. פון נר לאחד, נר למאה. אז מיט דעם וואס מ'צינדט אן אפילו הונדערט לעכט פון דעם ערשטן ליכטל, ווערט דער פלאם נאכנישט פארמינערט...!
מיטוואך יולי 21, 2021 12:00 pm#478026
If God is good and infinitely powerful, and everything he did is because of his goodness, then why did he create evil? Why is there a hell? Why can we feel pain? [emoji848][emoji848][emoji848]
מיטוואך יולי 21, 2021 12:35 pm#478030
ונהפך הוא
If God is good and infinitely powerful, and everything he did is because of his goodness, then why did he create evil? Why is there a hell? Why can we feel pain? [emoji848][emoji848][emoji848]

<a class="postlink" href="/topic/12764">https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=12764</a>
מיטוואך יולי 21, 2021 1:28 pm#478031
אויף דעם [טעאדיסי] האב איך געווידמעט מיין ארטיקל אין וועקער 18, א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל, און מיין אשכול דערויף באריכות.

ולגבי גיהנום עיין כאן ובכל האשכול שם.
מיטוואך יולי 21, 2021 2:25 pm#478035
פון די עלטסטע שאלות אין טעאלאגיע
ס'דא א גאנצע ספר וואס פרובירט צו פארענטפערן דאס און ענליכע שאלות. ואיוב שמו.
מיטוואך יולי 21, 2021 2:49 pm#478039
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מצפצף
פון די עלטסטע שאלות אין טעאלאגיע

אין א וועלט וואס גלייבט אין פולקאמע בחירה, איז די קשיא אייביג געווען פ''וו 'צדיק ורע לו', נישט אויפן עצם רע בעולם.
מצפצף

ס'דא א גאנצע ספר וואס פרובירט צו פארענטפערן דאס און ענליכע שאלות. ואיוב שמו.

גאר אינטערסאנט איז, אז א ריזיג חלק איוב ''פארענטפערט'' די שאלה מיטן טענה'נען להד''ם און ס'גאר פארקערט (און איוב איז בעצם א חוטא וכו' וכו').

(ערגעץ וואו אין איוב, ברענגט איינער גאר א ''ראיה'' צו השגחת האל פון דעם אז ''צדיק וטוב לו רשע ורע לו ע''כ שיש משגיח''..)
מיטוואך יולי 21, 2021 2:58 pm#478041
תוהו ובוהו

גאר אינטערסאנט איז, אז א ריזיג חלק איוב ''פארענטפערט'' די שאלה מיטן טענה'נען להד''ם און ס'גאר פארקערט (און איוב איז בעצם א חוטא וכו' וכו').

(ערגעץ וואו אין איוב, ברענגט איינער גאר א ''ראיה'' צו השגחת האל פון דעם אז ''צדיק וטוב לו רשע ורע לו ע''כ שיש משגיח''..)

No, if God is good, he wouldn't create evil, even for a bad person. The question isn't why God isn't fair, it's how could a FULLY good being create evil at all