Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס

באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 62 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2401
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:08 pm#63121
באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס
עס איז דא א באזונדערען אשכול פאר אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע בילדער אבער אן אשכול פאר וויסנשאפטליכע ווידעאס איז נאכנישט פארהאן. איך האב באמערקט אז פיל מאל ווען איך בין אין א מצב ווי מיין מוח פארטראגט נישט לייענען און פראצעסירן אן ארטיקל, קען איך נאך אלץ מוסטערן די כח צוצוקוקן א ווידעא און זיך אנזעטיגן מיט חכמה. איך גלייב אז נאך אנדערע קענען הנאה האבן פון די סארט ווידעאס, די דאזיגען אשכול וועט דינען ווי א מקום מיוחד פאר כל-מיני ווידעאס וואס זענען פארבינדען מיט וויסנשאפט. פון טוטאָריעלס ביז נייעס - אלעס וואס איז אינטערעסאנט און איז וויסנשאפט טרעפט זיין פלאץ דא.

איך וויל בעטן א בקשה מיוחדת, פאר די אלע וואס לייגן ווידעאס, ביטע צושרייבן אפאר קורצע ווערטער מיט א הסבר איבערן ווידעא.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:10 pm#63122
א ווידעא וועלכע ערקלערט - מיט זיסע אנימאַציעס - די וויסנשאפטליכע פארבינדונג צווישן דרוק (stress) און פּימפּעלס.

דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:23 pm#63141
יידל האט היינט געמאלדן אז מאלפעס ליידן אויך אויף מיט-לעבן קריזיס. אט איז א ווידעא וועלכעס איז מסביר די ענין אין קורצן

מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:28 pm#63317
דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.

מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:12 pm#63340
רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פאול בראון, פון דזשיארדזשיע, דערקלערט אז עוואלוציע, עמבריאלאגיע און די ביג-בענג טעאריע קומט גלייך פון גיהונם, און אז די וועלט איז נישט מער ווי 9,000 יאר אלט און עס איז באשאפן געווארן אין 6 טעג. עס איז צום באצייכענען אז בראון פארמאגט א בעטשלאר'ס דעגרי אין כעמיע און א דאקטאראט אין מעדעצין און ער זיצט אויף די סייענס קאמיטע אין קאנגרעס.

מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:46 pm#63403
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.


פיל נישט שלעכט אויב פארשטייסטו נישט וואס ער רעדט, ער אליינס ווייסט אויך נישט.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 5:36 pm#63428
איך אויך האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.


פיל נישט שלעכט אויב פארשטייסטו נישט וואס ער רעדט, ער אליינס ווייסט אויך נישט.

פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב פארשטאנען וואס ער האט געזאגט.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:10 pm#63782
די אַסטראָנאַוטס אויפן אינטערנאציאנאלען ספּעיס צענטער האבן היינט זיך פאסמאקעוועט מיט א טענקסגיווינג סעודה'ניו. אַסטראָנאַוט קעווין פאָרד פארציילט פון ספּעיס איבער דעם סעודה.

דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:35 pm#63813
ווי הויעך איז די העכסטע געביידע וואס מיר קענען אויפבויען? און וואלטן מען טעארעטיש געקענט אויפבויען א מגדל ביז ספּעיס? קוקט און הערט מיט שפאנונג:

מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 10:13 pm#64256
מוזיקאנט פאול רודאלף אראנדזשירט די מוזיק פאר סעסעמי-גאס. אין זיין איבעריגע צייט נעמט ער צוזאם כל מיני מאטעריאל און מאכט דערפון מוזיקאלישע אינסטרומענטן. בתוך הדברים ווערט אויך נתברר וויאזוי מוזיק ארבעט.

מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 10:39 pm#64261
פראפעסאר מארסעלא גלייזער איז מסביר וויאזוי אין די לעצטע פיר יאר-הונדערט זענען מענטשן געווארן ווייניגער און ווייניגער חשוב מיט נייע סייענטיפישע אנטדעקונגען, פון קופערניקוס און ווייטער. ער ערקלערט אבער וויאזוי לעצטנס ווערט מען מער און מער געוואויר אונזער חשיבות און אייגנארטיקייט, און וויאזוי מיר זענען היינט די מעטאפארישע צענטער פון די וועלט.

מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:43 pm#64906
הציץ ונפגע האט געשריבן:רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פאול בראון, פון דזשיארדזשיע, דערקלערט אז עוואלוציע, עמבריאלאגיע און די ביג-בענג טעאריע קומט גלייך פון גיהונם, און אז די וועלט איז נישט מער ווי 9,000 יאר אלט און עס איז באשאפן געווארן אין 6 טעג. עס איז צום באצייכענען אז בראון פארמאגט א בעטשלאר'ס דעגרי אין כעמיע און א דאקטאראט אין מעדעצין און ער זיצט אויף די סייענס קאמיטע אין קאנגרעס.

לעצטנס האט מארקא רוביא געמאכט א שטורעם ווען ער האט זיך ארויסגעדרייט צו זאגן ווי אלט די וועלט איז פאר א רעפארטער. פארשטייט זיך אז די מידיא האט געמאכט צימעס פון דעם. א סלעיט שרייבער האט אבער אנגעצייכנט אז אבאמא האט אויך זיך ארויסגעדרייט פון זאגן ווי אלט די וועלט איז ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט און 2008

מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:44 am#67453
וואס [און פארוואס] מאכט זאכן cute?

דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 4:19 am#67852

דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:28 am#68601
וואלטער לואין, א פראפעסאר אויף פיזיקס [א פיזיסט...] אין mit און מחבר פון For the Love of Physics, זאגט זיין לעצטע און געזעגענוג'ס שיעור ביי די פינעף און זיבעציג, דעמאנסטרירען'דיג זיינע פאפולערע עקספערימענטן פון דורכאויס די יאהרן.

עס איז 90 פראצענט פארשטענדליך אהן א ידיעה אין פיזיקס, און איז גאנץ אינטערעסאנט ובפרט זיין כאראקטער.

מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:36 am#71075
די באשאף פון א שניי ברעקל

מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:06 am#71080
אברעמעל האט געשריבן:די באשאף פון א שניי ברעקל


זייער שיין שוין לאנג געוועהן נייגעריג, שכוח פארן צוברענגען.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:10 pm#74165
דער אַסטראָנאָם קאַרל סעיגן ערקלערט דעם פשוט'ן און בריליאנטן חשבון וואס דער גריכישער מאטעמאטיקער עראָטאַסטענעס פון מצרים האט גענוצט אויסצורעכענען די גרויס פון די וועלט. די ווידעא איז א זעקס מינוטיגער טייל פון דער ערשטער עפיזאדעפון סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:54 pm#74193
הציץ ונפגע האט געשריבן:סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

cosmos.
דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:33 pm#74521
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער אַסטראָנאָם קאַרל סעיגן ערקלערט דעם פשוט'ן און בריליאנטן חשבון וואס דער גריכישער מאטעמאטיקער עראָטאַסטענעס פון מצרים האט גענוצט אויסצורעכענען די גרויס פון די וועלט. די ווידעא איז א זעקס מינוטיגער טייל פון דער ערשטער עפיזאדעפון סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

אן איין מינוטיגער ווידעא קליפ וואו די צען שטערקסטע ראיות אז די וועלט איז רונדיג ווערן געגעבן. נומער 6 איז עראטאסטענעס' הוכחה פון די חילוק אין די זון'ס פאזיציע אין אנדערע פלעצער.



נומער 5 (די פאזיציע פון די שטערנס), נומער 3 (שיפן און געביידעס איבערן האריזאנט), און נומער 2 (ליקויי לבנה) זענען די דריי ראיות וואס אריסטו האט געברענגט אז די וועלט איז רונדיג.
זונטאג יאנואר 06, 2013 9:30 pm#78100
א צוזאמווארפעניש פון אינטערעסאנטע פאקטן.



דינסטאג מערץ 19, 2013 11:00 pm#98742
א זאווארוכע

זונטאג אפריל 07, 2013 11:49 pm#102350
פרייטאג אפריל 12, 2013 5:57 pm#104355
צו פארשטיין די נישטיגקייט פון אונזער וועלטל קעגן דעם ריזיגן יקום, קוקט דעם ווידעא ווי אלעס איז אין די ריכטיגע וואג.
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:10 pm#105126
אינטרעסאנטע ארכעלאגישע אויפדעקונגען אין צוזאמהאנג מיט די הייליגע תורה.

m http://www.youtube.com/watch?v=t440bxhn ... 5BABCC458E m
פרייטאג מאי 17, 2013 11:07 am#115233
מאכט פון אים פורים.
m http://www.youtube.com/watch?list=PL241 ... zEbpcUf7rE m
מאכט פון אים פסח (אשר זדו)
מאנטאג יוני 03, 2013 8:29 pm#120887
מאנטאג יוני 17, 2013 10:57 pm#125667
אוצר אדיר
האט שוין איינער גערעדט פון די קרעש קאורס טשענעל?
זונטאג יוני 30, 2013 8:55 pm#129450
albinos/ witchcraft

מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:24 am#145946
וואס איז די קאליר פון א שפיגל?

פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:15 pm#146788
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 7:37 pm#149064
טעאריעס איבער די פראצעס פון ווערן אלט, און מעגליכע ערפינדונגען עס אפצוהאלטן אדער פארשטייטערן

איין גאר אינטערעסאנטע נקודה אויף למעשה, אנטי אקסידענטס האט זערא צו טון מיט לעבן לענגער, עס איז א טעות פון די פופציגער יארן.
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:05 pm#155804
די אפעקט פון סטרעס אויפ'ן מענטש
די אפעקט פון סטרעס אויפ'ן מענטש
פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 11:41 am#162811
וואס געשעט ווען צוויי מאלפעס ווערן אנדערש באצאלט פאר זייער ארבעט?
זונטאג נאוועמבער 17, 2013 11:21 am#162989
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:13 am#164578
אינטערסאנט ווי דער אייבשטער האט אריינגעפלאנצען און מענטשהייט די נאטורן צי גלייבען אין עם
מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 2:05 am#166208
אינטערסאנט אבער א פאקט. אונזער זיידעס פאר טויזענט יאר ציריק האבן געהאט אוו געוויסט טעכנעלאגיא.
אן אלטע בעטערי געפונען, א קאמפיטער, א באלב. זיי האבן געשניטען מארבעל גראדער ווי היינט.
געוויסט אז די זין איז די סענטער פונעם יאניווערס. ועוד ועוד .
די איינציגסטע מהלך צי זאגן אז זיי זענען נישט געווען פארגעשריטען איז אז גאט אדער מענטשען פון אנדערע פלאנטען זענען געקומען פארציילען די סודות.
פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:25 pm#175492
מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:04 pm#176034
פרייטאג יוני 27, 2014 4:41 am#208287
מאנטאג יולי 13, 2015 6:34 pm#289116
זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:13 pm#297396
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:18 am#309617
מוצ"ש יולי 09, 2016 11:25 pm#341150
Re: באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס
3/3

m m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג יולי 11, 2016 8:01 am#341362
Re: באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס
m https://youtu.be/Gm3p_3Vgejk m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג יולי 11, 2016 9:05 am#341371
Re: באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס
m https://youtu.be/VgDlzGZAPcY m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דינסטאג יולי 12, 2016 3:45 pm#341723
Re: באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס
m https://youtu.be/x13w2gx3MLI m

m https://youtu.be/ZyW4QLEqFpM m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk