Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 309 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #242
פרייטאג מערץ 23, 2012 1:46 am#2454
מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
א צייטונג איז געמאכט דורך מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו מאכן אמאל א טעות, אבער פארט איז אינטערעסאנט צו זען טעותים וואס נעמט זיך פון אומוויסנקייט און אסאך מאל בלייבט מען ערשטוינט צו זען אז דאס איז געדרוקט אין א אויסגאבע וואס ווערט צושפרייט פאר טויזנטער מענטשן.

אין די היימישע צייטונגען באמערקט מען עס ליידער אויף א גאר גרויסען פארנעם, און איך וועל דא צוברענגען פון צייט צו צייט אויסצוגן פון טעותים וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט עס נישט געקענט פאסירן.
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:52 am#2455
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
עס באדערט מיר אז איך מוז אנהייבן דעם אשכול מיט א טעות פונעם בעסטן צייטונג וואס דער היימישער עולם פארמאגט, אבער איך טו דאס אז מען זאל אכטונג געבן אויף טעותים פון דעם סארט אז עס זאל נישט פאסירן.

דער מויל מאכער דאנעלד טראמפ'ס פארמעגן ווערט געשאצט אויף כמעט דריי ביליאן דאלער. יא, עס איז זייער אסאך געלט, אבער ער איז ווייט נישט דער רייכסטער מענטש אין ניו יארק און אוודאי נישט אין אמעריקע!

קוקט וויפיל טראמפ איז ווערד

די צייטונג פ' ויק"פ, זייט 13.
פרייטאג מערץ 23, 2012 2:57 am#2456
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
אמאל איז דער איד געווען פיל מיט טעותים (איך רעד נישט פון גראמאטישע טעותים) למשל אנשטאט שרייבן סענאטער ליבערמאן פון קאנעטיקוט האט געקענט שטיין קאנגרעסמאן ליבערמאן פון ווערמאנט... בערך אזאנע מינע טעותים. "די צייטונג" אבער פלעגט אלץ זיין זייער אקוראט. לעצטענס אבער האט זיך עס געטוישט. מיט די אלע טוישערייען וואס קומט פאר אין ר' אלבערט'ס צייטונג האט ער אויך אדאפטעד די "טעותים ליניע", ממש שרעקליך. וואך איין וואך אויס דארפ איך אפלערנען געוויסע נייעסן און ארטיקלען ווי א שטיקעל גמרא. דעי וואך למשל שטייט אז ראמני האט געווינען אלאבאמא און מיסיסיפי.
פרייטאג מערץ 23, 2012 10:41 am#2468
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
א דאנק, אך. זייער אינטערעסאנט. איך וואלט דאס נישט ערווארטעט אין ״די צייטונג״.
אגב, איז שייך צו מאכן דעם בילד קלענער?
פרייטאג מערץ 23, 2012 6:21 pm#2512
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
פאר די צייטונג קומט זיך מער קריטיק וויל זיין ציל איז יא צו זיין א צייטונג משא״כ די איד/בלאט האבן אן אנדער ציל.
איך האב פאר צען יאר צוריק געסטאפט קויפן די אנדערע צייטונגען, וועגן איך האב נישט געקענט מער פארנעמען די טעותים, ווען נישט מיינע קינדער האבן נישט ערגעץ אנדערש ווי צו ליינען נייעס וואלט איך געסטאפט צו קויפן די צייטונג זייט זיין קוואליטעט איז אזוי שטארק געפאלן.
זונטאג מערץ 25, 2012 1:43 am#2570
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
יאנקל האט געשריבן:א דאנק, אך. זייער אינטערעסאנט. איך וואלט דאס נישט ערווארטעט אין ״די צייטונג״.
אגב, איז שייך צו מאכן דעם בילד קלענער?

פארוואס איז טאקע דער בילד אויסגעקומען אזוי גרויס?

ווי מאכט מען עס קלענער, און לערן מיר ביטע אויס וואס צו טאן קומענדיגע מאל.
זונטאג אפריל 01, 2012 12:58 pm#3685
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
דבר יום ביומו מוצש"ק זמן 9:15....
m http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_3_30_12.pdf m
דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:52 pm#18047
דער בלאט די וואך
איך קען נישט טראכטען וואס זיי האבן געמיינט צו זאגען
פרייטאג יוני 15, 2012 12:46 am#18050
יעקב כהן איז א שרייבער אין בלאט.

דא איז א שורה אריינגעפאלן בטעות.
זונטאג יוני 17, 2012 3:21 am#18179
די וואך איז געווען באשריבן אינעם איד די עקסידענט פינעם פינאנץ מיניסטער האבן זיי געשריבן אז ער האט געליטן פין חולי נופל רח״ל וואס איז פשט אז מקען נישט שרייבן ווי נארמאלע מענטשן אז ער האט געליטן פין א סיזשור??????
זונטאג יוני 17, 2012 3:36 am#18181
א סיזשור קען מען אנרופן א חולי נופל וואס מיינט א פלוצלינגדיגע "סאדדען" קרעקנשאפט.
זונטאג יוני 17, 2012 9:18 am#18197
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
למשל איינער איז איבער געשפרונגען די טורנסטייל ביי די טרעין און האט געגנבט איינעםס פעקעל און אנטלאפען אויף די באן.
און די מעשה איז געווען מיט א פרוי, טוישט מען עס צו א מאן.
פארוואס?
טורנסטיילס זענען געווענליך און מקוה, און פרויען אין מקוה איז נישט פאר בחורים....''

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
דינסטאג יוני 19, 2012 1:39 pm#18638
איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.
למשל איינער איז איבער געשפרונגען די טורנסטייל ביי די טרעין און האט געגנבט איינעםס פעקעל און אנטלאפען אויף די באן.
און די מעשה איז געווען מיט א פרוי, טוישט מען עס צו א מאן.
פארוואס?
טורנסטיילס זענען געווענליך און מקוה, און פרויען אין מקוה איז נישט פאר בחורים....''

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

גאנץ א שיינעם פשעטיל....
דינסטאג יוני 19, 2012 8:10 pm#18714
נו.... דארט ווי תורה, דארט חכמה....
מיטוואך יוני 20, 2012 12:35 am#18792
איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.

איך האב געברענגט דעם ארטיקל דא.
מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 10:22 pm#36755
אין איד שטייט וואס א וויין סוחר האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער

ttt.jpg
ttt.jpg (215.11 KiB) געזען געווארן 4285 מאל
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:55 am#37196
צו בארטש דארף מען ניט קיין צןיי
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:20 am#37203
יאנקל האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:אמאהל איז געווען באשריבען ערגעץ אז היימישער אויסגאבעס טוישען מעשיות פין א פרוי צו א מאנס פעהרזאן, לחנם על לא דבר.

איך האב געברענגט דעם ארטיקל דא.

אזוי איז אקע געווען ווען די בלאט האט איבערגעשריבן דעם שרעקליכן מעשה אין עמי און געטוישט די רייזענדע צו זכרים.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:22 am#37205
שמעקעדיג האט געשריבן:צו בארטש דארף מען ניט קיין צןיי


אויך קוקט אויס אז די נאמבער איז א טעות
945 אנשטאט 845
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:27 pm#37287
ריכטיג.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:42 pm#42118
אין קרית יואל בולעטין די וואך:
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:57 pm#42181
עס עפעס. זייער פאני!! אבער ברענג שוין די גאנצע ארטיקעל. איך בין נייגעריג וואס ער שרייבט וועגן די וואס האלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט.
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 5:24 pm#42197
ער האט ארומגערינגעלט די איינציגסטע שטיקל וואס איז נישט עמ-הארצ'ות...
זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 6:02 pm#42214
חד גדיא האט געשריבן:עס עפעס. זייער פאני!! אבער ברענג שוין די גאנצע ארטיקעל. איך בין נייגעריג וואס ער שרייבט וועגן די וואס האלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט.

www.kjbulletin.com/weekly/#p=25

פותחין בכבוד האכסניה
1.PNG
1.PNG (5.18 KiB) געזען געווארן 3993 מאל


האט איינער אמאל געהערט פון אזא נומבער?
2.PNG
2.PNG (20.63 KiB) געזען געווארן 3993 מאל

אכט טויזענט, זעקס הונדערט זעקס און זעכציג... טויזענט... המממ...
די איבעריגע נומבערס? איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס, איז אזוי שווער צו מאכן א גוגל סוירטש "מערקיורי סירקאמפרענס"?

3.PNG
3.PNG (12.46 KiB) געזען געווארן 3993 מאל

איינער זאל מודיע זיין פאר די מאטימאטיקער אז פיי (pi) האט א נייע ציפער.

4.PNG
4.PNG (7.1 KiB) געזען געווארן 3993 מאל

אקעי, נאר פארמישט ניין און דרייסיג מיט דריי און ניינציג, נישט געפערליך.
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 8:46 pm#46721
א מיינאר געאגראפישער טעות אין דער איד פר' תצא, אינעם באריכט פון די נסיעה צום ציון הבעל פלא יועץ ז"ל שטייט: "עטליכע פליגער זענען ארויס פון אר"י און געלאנדעט אין ווארנא די הויפטשטאט פון בולגאריע."
ניין. די הויפטשטאט איז סופיה.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:40 pm#241298
עמממ עס קען מיינען נאך א פשט.

הינט: הער צו קאנטרי יאסיס ניגון 'טשולנט פאערד ראקעטס סענד מען טו די מאאן' צו כאפן מיין דריפט.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:35 am#241353
/
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:31 am#241405
עהעמם

.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 2:41 pm#242371
מאדנע אידישער נאמען פאר דעם "אוטו-באן" הייוועי אין דייטשלאנד

.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:10 pm#242412
דאס איז נאך פון זומער, אבער עס האט נאך נישט עקספייערט...

# על כל צרה שלא תבא

.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:27 pm#242416
שמעקעדיג האט געשריבן:מאדנע אידישער נאמען פאר דעם "אוטו-באן" הייוועי אין דייטשלאנד

.

שמעקעדיג: ווייל דער ווארט Bahn אויף די פארשאלטענע דייטשע שפראך מיינט "וועג""...!
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:30 pm#242417
ממילא? וואס איז דאס אוטיא באנד?
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 7:30 pm#242442
שמעקעדיג האט געשריבן:ממילא? וואס איז דאס אוטיא באנד?

Autobahn הייסט אויף דייטש א הייוועי...וואס איז דען דער חידוש?... אפשר פארשטיי איך נישט די גאנצע זאך מלכתחילה...!
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:09 pm#242666
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז נאך פון זומער, אבער עס האט נאך נישט עקספייערט...

על כל צרה שלא תבא

.

מרה שלחא צבא WOW אויסטערליש!!
מיטוואך יאנואר 28, 2015 1:10 pm#250637
וויפיל טעותים קענט איר טרעפן אין דעם עד?
כ'רעד שוין נישט פון די נארהאפטיגע גראפיקס, עס לויפט שוין אזוי עטליכע וואכן, כ'רעד פון די ספעלינג..

.
מיטוואך יאנואר 28, 2015 1:28 pm#250640
זייער זיס. איך האב ליב די עד ס'איז זייער פרעזענדליך און ווארעם ווי די אמאליגע עדס, ס'נישט טיפיקעל. די טעותים געבן צו צום חן.

זיין עסן הער איך איז גוט אן קיין טעותים.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:19 pm#254427
יאנג איזראעל....
.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:34 pm#254432
צוקער
ווי איז דאס?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:13 pm#254495
פריער באקומען פון איינעם

.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:51 pm#254501
שמעקעדיג האט געשריבן:יאנג איזראעל

"ישראל הצעיר" איז בכלל נישט קיין טעות אדער א פארדרייאונג.
m http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%99%D7%A8 m
מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:52 pm#254503
ייש"כ פארן אויפקלערן!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:41 pm#254518
שמעקעדיג: דער גרעפיק דעזיינער (וועלכער איז מסתמא א גוי) האט גענימען די ווערטער אויף אידיש פון גוגל טרענסלעיט... :lol: :roll:

ס'איז פונקט אזוי ווי די לשה"ק ווערטער אויף די טעפעלעך פון די מהדרין פוטער...ווער געדענקט נאך...?...חלב ישדאל. בהשנחת הרכ מוואלאווע...... :lol:
מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:24 pm#254529
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: דער גרעפיק דעזיינער (וועלכער איז מסתמא אן אונגארישער גוי) האט גענימען די ווערטער אויף אידיש פון גוגל טרענסלעיט... :lol: :roll:

ס'איז פונקט אזוי ווי די לשה"ק ווערטער אויף די טעפעלעך פון די מהדרין פוטער...ווער געדענקט נאך...?...חלב ישדאל. בהשנחת הרכ מוואלאווע...... :lol:
פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:06 am#254845
אזוי נישט צו קענען
זונטאג פעברואר 22, 2015 12:28 am#255075
רוב עולם כאפט נישט אז זיי ברענגען אריין א TV שוי איידיע פון מעסטער שעף ביים היימישען עולם
פאר צדקה איז אבער אלעס מותר
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:56 pm#256137
זונטאג מערץ 08, 2015 5:01 pm#257451
איך ווייס נישט צו א טעות אדער דווקא אבער קלעבט נישט והמבין יבין והמשכיל ידום
זונטאג מערץ 08, 2015 8:56 pm#257528
איז דאס די מעשה (בדותא) אז ער האט אויסגעפינען אז ער איז נישט קיין עכטע כהן? אויב יא האט עס שוין א לענגערע בארד ווי מיר און דיר צוזאמען אבער סאומהאו פרישט עס איינער איבער יעדע פאר יאר וחוזר וניער.
געווענליך גייט די מעשה אז די גט איז געווען 10 יאר נאך די חתונה.
זונטאג מערץ 08, 2015 10:47 pm#257552
יא די נארישע מעשה און טאקע 10 יאר נאך די חתונה
מאנטאג מערץ 09, 2015 11:45 am#257596
2015-03-09 11.39.46.jpg
2015-03-09 11.39.46.jpg (69.38 KiB) געזען געווארן 1268 מאל