Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 309 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #242
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:09 pm#359659
גאנצע צען פערצענט!

גאראנטירט.
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:18 pm#359660
וואלווי: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין געביידע. איך זעה יא דעם הונדערטער. אפשר האט זיין גרעפיקס מען נישט אויסגעקראצט דעם חלל פונ'ם צווייטן זירא. אבער ער איז דארט. ער איז חי וקייים... :lol: :roll: .

ועוד יש לומר. און ווען ער שטעלט נאר צופרידן זיינע קאסטומערס 10% איז אויכעט נישט געפערליך. פון א היימישן קענסטו נישט קיין סאך מער ערווארטן. קאורט סטריעט סטעישאנערס יוכיח. אויף 13'טע עוועניו. גיי אמאל אריין צו עים וועסטו וויסן פון וואס איך רעד...!
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:31 pm#359661
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין געביידע. איך זעה יא דעם הונדערטער. אפשר האט זיין גרעפיקס מען נישט אויסגעקראצט דעם חלל פונ'ם צווייטן זירא. אבער ער איז דארט. ער איז חי וקייים... :lol: :roll: .


ערעב בערל זייט מוחל בארגט מיר נאר אייער ברילען וועלעך פראבירען דאס איבער צו לעזען אקוראט

berlbalaguleh האט געשריבן:ועוד יש לומר. און ווען ער שטעלט נאר צופרידן זיינע קאסטומערס 10% איז אויכעט נישט געפערליך. פון א היימישן קענסטו נישט קיין סאך מער ערווארטן. קאורט סטריעט סטעישאנערס יוכיח. אויף 13'טע עוועניו. גיי אמאל אריין צו עים וועסטו וויסן פון וואס איך רעד...!


UH OH. דא סאונדסטו שוין ווי עפעס א ניק.....
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:41 pm#359663
וואלווי: נא, דא האסטו מיינע בריללן. איך האב נאך 2 פאר בריללן. אויב דו דארפסט. איך האב איין פאר, ספעציעל פאר'ן קאמפיוטער. ווייל די ביי-פאוקלס זענען נישט צוגעפאסט פאר דעם. אויך האביך א פאר זון-בריללן. פאר ווען איך דרייוו דעם באס...! דו קענסט ברענגען אללע אויגן-גלעזער פון שעכטער אפטיש'ן (איך ווייס נישט אויב ער איז נאך חי וקיים.) און ס'וועט נאכאלץ שטיין דארט 2 זיראו'ס...!
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:49 pm#359664
וועט מען עס מוזען נעמען מארגען פארענט פון קארלסבורגער בי"ד אויף דריי און פופציג אויפ'ן גאס אויסטוהן די ברילען מאכן אן ופרשו את השמלה מיט די אלע יונגעלייטלעך דארט כנהוג און תחת כיפת הרקיע וועט ארויסקומען די פסק...
פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:30 am#359668
בפשטות איז די פראצענט סימבאל אין דעם צווייטן זיראו
פרייטאג יאנואר 13, 2017 10:27 am#359685
שמעקעדיג האט געשריבן:בפשטות איז די פראצענט סימבאל אין דעם צווייטן זיראו


כ'האדעך דאס געפאוסט ע"ד דרוש...
פרייטאג יאנואר 13, 2017 1:48 pm#359700
קאורט סטריעט סטעישאנערס יוכיח. אויף 13'טע עוועניו?

they are not on 13th av, they are on court ST
פרייטאג יאנואר 13, 2017 4:53 pm#359716
They have a branch on 13th. Avenue...lol... :lol: :roll:

If all the historical facts and lectures that you present are as accurate as this one, we're in trouble...!
זונטאג מערץ 19, 2017 3:05 pm#366040
אזוי שרייבט מען סי.די.?

.
זונטאג מערץ 19, 2017 3:44 pm#366041
ס'נישט תחת ידי, אבער אין קינדליין איז דא אן איטערוויאו מיט א אלטע פליישמאן וועגן זיינע "קונץ", בתוך הדברים שרייבט ער אז זיין זון מאכט סיינס, "מר. סיין" איז זיין קאמפאני. - רוב זיכער אז ס'איז א טעות. מר' סיין איז לעבאוויטש, און פליישמאן איז "בעדפאורד סיינס".....
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 2:41 pm#366541
די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן
די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:00 pm#366549
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'נישט תחת ידי, אבער אין קינדליין איז דא אן איטערוויאו מיט א אלטע פליישמאן וועגן זיינע "קונץ", בתוך הדברים שרייבט ער אז זיין זון מאכט סיינס, "מר. סיין" איז זיין קאמפאני. - רוב זיכער אז ס'איז א טעות. מר' סיין איז לעבאוויטש, און פליישמאן איז "בעדפאורד סיינס".....

ניין, דאכט זיך אז בעדפארד איז לעבאוויטש. איך האב אים גענוצט איינמאל.
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:03 pm#366550
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
מיש-נייעס האט געשריבן:די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן

געב כאטשיג קרעדיט פאר @אידישער ווינקל טעלעגראם טשענעל
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 3:45 pm#366552
החוקר האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:די צייטונג טוריסטן אדער טעראריסטן

געב כאטשיג קרעדיט פאר @אידישער ווינקל טעלעגראם טשענעל


קוק גוט אויפ'ן בילד א געניט אויג ווי דו... וואלט שוין געדארפט באמערקן אז זיי האבן שוין זיכער געמאכט אז די קרעדיט גייט פאר זיי...
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 5:41 pm#366563
איסר האטלקי האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'נישט תחת ידי, אבער אין קינדליין איז דא אן איטערוויאו מיט א אלטע פליישמאן וועגן זיינע "קונץ", בתוך הדברים שרייבט ער אז זיין זון מאכט סיינס, "מר. סיין" איז זיין קאמפאני. - רוב זיכער אז ס'איז א טעות. מר' סיין איז לעבאוויטש, און פליישמאן איז "בעדפאורד סיינס".....

ניין, דאכט זיך אז בעדפארד איז לעבאוויטש. איך האב אים גענוצט איינמאל.



נישט אמת, פליישמאן איז בעדפארד, מר סיין איז לעבאוויטש
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:32 pm#366597
אין די בארא פארק'ער גאסן הענגן צעטלעך פון מערכת השומרים, זיי שטרעכן אונטער עפעס א ווארט, איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט. "פארמיסן" איינער פארשטייט וואס דאס מיינט?
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:26 pm#366606
מסתם מיינט דאס בענקען...
דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:45 pm#366607
גיי פארשטיי פארוואס די צעטלעך ווערן נישט אראפגעפליקט. א נארמאלע שטאט ווערט שאנטאזירט פון אפאר פאשקעווילן קלעבערס?
פרייטאג מערץ 24, 2017 1:18 pm#366717
געוואלדיג האט געשריבן:מסתם מיינט דאס בענקען...

דער לשון שטומט מורא'דיג מיט דעם. די כלי וואס גדולי ישראל מיסן זייער שטארק!!
:like :like
פרייטאג מערץ 24, 2017 1:19 pm#366718
איסר האטלקי האט געשריבן:אין די בארא פארק'ער גאסן הענגן צעטלעך פון מערכת השומרים, זיי שטרעכן אונטער עפעס א ווארט, איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט. "פארמיסן" איינער פארשטייט וואס דאס מיינט?


א בילד?
פרייטאג מערץ 24, 2017 2:26 pm#366725
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
איסר האטלקי האט געשריבן:אין די בארא פארק'ער גאסן הענגן צעטלעך פון מערכת השומרים, זיי שטרעכן אונטער עפעס א ווארט, איך ווייס נישט גענוי וואס עס מיינט. "פארמיסן" איינער פארשטייט וואס דאס מיינט?

אפשר איז עס א טייפא פון פארמיאוס'ן?

קיין גרויסע חכמים זענען זיי נישט, קען זיין זיי זענען אַנאַלפאַבעטיש אויך.
זונטאג מערץ 26, 2017 1:55 am#366758
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
ליפא האט געשריבן:גיי פארשטיי פארוואס די צעטלעך ווערן נישט אראפגעפליקט. א נארמאלע שטאט ווערט שאנטאזירט פון אפאר פאשקעווילן קלעבערס?

א נארמאלער שטאט ווערט נישט דערשראקן און קיינער דארף עס נישט אראפ רייסן, מען לאכט זיך פשוט אויס!
זונטאג מערץ 26, 2017 12:34 pm#366780
קיינער האט נאך אלס ניטש געטראפן א בילד פונ'ם קול קורא אין bp?
מיטוואך אפריל 05, 2017 1:26 am#368137
עס ווערט געזוכט א Part time רבי...
מיטוואך אפריל 05, 2017 5:44 pm#368182
ארי נוהם האט געשריבן:עס ווערט געזוכט א Part time רבי...


א פארט טיים רבי. א עתים חלים ועתים שוטה...

וועמען די גבאי זאל קענען גוט אויסנוצן
מוצ"ש אפריל 08, 2017 9:42 pm#368381
הפסח אינו נאכל....

לוח המודעות
זונטאג אפריל 09, 2017 3:47 pm#368429
איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט דא, אבער עס איז זיכער ווערד א בליק.

די שאנדע איז איום ונורא, און איך האב דא אפגעציילט אמווייניגסטענס 11 טעותים! אזוי ווייניג רעספעקט צו האבן פאר לייענער און פאטענציעלע פאראינטערעסירטע?!

ווער נאך קען טרעפן די אלע טעותים?
זונטאג אפריל 09, 2017 5:40 pm#368433
ארי נוהם: דער מענטש וואס האט געשריבן דעם צעטל מוז זיין א גרויסער מר בר רב אשי. ווער ווייסט אויב ער איז נישט א גרויסער פאשקווילן שרייבער. ווייל אונז האמיר א כלל גדול. ס'איז (כמעט) נישט דא א פאשקעוויל וואס זאלל זיין געשריבן על פי כללי הדיקדוק, און געספעללט ריכטיג. ווייל אט די סארט שרייבערס וועלכע זנען עוסק אין די זאכן זענען געשוואלענע עמי הארצים און פוסטע בורים...!

לאמיר האפן אז דער צעטל שרייבער איז נישט דער מנהל הת"ת. און ער וועט נאך גיין פארהערן די קינדער...!
זונטאג אפריל 09, 2017 7:10 pm#368437
ארי נוהם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט דא, אבער עס איז זיכער ווערד א בליק.

די שאנדע איז איום ונורא, און איך האב דא אפגעציילט אמווייניגסטענס 11 טעותים! אזוי ווייניג רעספעקט צו האבן פאר לייענער און פאטענציעלע פאראינטערעסירטע?!

ווער נאך קען טרעפן די אלע טעותים?


מיסטמע וועגין אין הורע, קידוע און לעליוו האת מין מכפיט געווין

עלעף תעיסים
זונטאג אפריל 09, 2017 7:49 pm#368440
כאבע תרונכער

#טעסט
מאנטאג אפריל 10, 2017 12:07 am#368453
איילע טוילדויס ןאיאכ ןאיאכ עיש צאדיק טאמים האיאה בעדוירויסאב...!
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 11:39 pm#368729
עד אויף אייוועלט וועבזייטל: פארפעסטיגט אייער קינדער אין די בערג פון בעטלעהעם...
מיטוואך אפריל 26, 2017 12:55 pm#369134
וויפיל טעותים קענט איר ציילן דא?


.
מיטוואך אפריל 26, 2017 1:11 pm#369136
זיבעציג ט-ו-י-ז-נ-ט.
מיטוואך אפריל 26, 2017 5:01 pm#369187
ערשטע גראבער טעות, צוויי חסידים האב זיך ג'עטענה'עט וועמען'ס רבי איז גרעסער. קלענער, כצ"ל.
מוצ"ש אפריל 29, 2017 10:40 pm#369398
rps20170429_223624.jpg
גליון פרימי... דער גליון איז א ''Preemie'', תזריע תשפ''ד
מוצ"ש אפריל 29, 2017 11:04 pm#369403
ליפא האט געשריבן:
rps20170429_223624.jpg
גליון פרימי... דער גליון איז א ''Preemie'', תזריע תשפ''ד

אדער פורימ'י - פורים'דיג...
מאנטאג מאי 08, 2017 2:43 pm#370273
המבשר
זונטאג מאי 14, 2017 11:06 pm#370954
אין די טעגליכע צעטלעך לעצטע וואך איז געווען א ק/פ פון פאריאר, און געשטאנען געשריבן 'מיטוואך' אנשטאט 'זונטאג' (עס שטייט אויבן תשע"ז)
איך גיי נישט אריין אינעם פאקט וואס אויסער דעם סמארטפאון האבן זיי נישט קיין אנדערע דאגות און הכנה פאר'ן עולם צום מעמד המרומם, אבער מיט'ן נישט-ריכטיגן דאטום האט עס געלאזט נאך מער א זויערן טעם אין מויל.

.
זונטאג מאי 14, 2017 11:35 pm#370957
שמעקעדיג: וואסי א חילוק דער דאטום. דער מעסעדזש איז די זעלבע. ס'איז נאכאלץ נוגע. די תקנות האבן זיך נישט געטוישט...זאת התורה לא תהא מוחלפת...!
פרייטאג מאי 19, 2017 5:29 pm#371826
די וואך
דינסטאג יולי 04, 2017 6:04 pm#377833
טריביון קרח

.
דינסטאג יולי 04, 2017 6:11 pm#377834
Wow. דו גייסט ליידיג.... ;)
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:38 am#383719
בליץ אלול

.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 11:48 am#383723
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
היינו טעמא דבליץ היינו טעמא דטריביון
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:17 pm#383750
שמעקעדיג: דו וואלסט געקענט ווערן אן עדיטאר ביי סיי וועלכע ערנסטע אידישע אויסגאבע. איך האב א ראיה אז דו ביסט נישט אן עדיטאר ביי דעם ..."בליץ"...!

איך וועלל באלד זאגן אזוי ווי מיין פעיוואריט מענטש. ר' סענדער דער דייטש ז"ל האט געזאגט...ומרגלא בפומיה..."אבער ביי אונז איז דער קאמפאוט געווען זייער גוט און פיין און זיס...און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעה'ן מיט געהויבענע געמיטער...!

וואס איך מיין צו זאגן איז אז דער מאמענט איז ב"ה א דבר השלם. כמעט. דארט וועט מען נישט טרעפן אזעלכע נארישע און לעכערליכע טעותים...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:08 pm#383767
שמעקעדיג האט געשריבן:בליץ אלול
גירסא דיענקתא
.


גירסא דיענקתא וכו': תנא מנה"מ דיענקתא דקא גרס הוי אמר ר' אהרן ב"ר משה מעצי תמרים דכתיב יענקב איש תם יושב אהלים. ובאהלי שם ועבר עסקינן, ת"ש, והלא גם לרבות אחיו הגדול עשו עד שנתמלאו לו י"ג שנה לא יצא לתרבות הרעה וא"כ מאי אולמיה דגירסא דיענקתא מגירסא דעשויתא, אי בעית אימא דעשו ציד בפיו דדרדקי הוי כדכתיב ועשו ציד בפיו וא"כ לא קא גרס מילה אחת ואי בעית אימא דתרי יענקב הוי כדקי שרי אברהם פריעד יענקל יענקל, והאי תנא תני כמאן דאמר דקא סלקי רבקה אדעתה בעידנא דקא עברי אפיתחא דעבודה זרה ואפיתחא דבי מדרשא וצווחה א"כ למה זה אנכי, דחשדה בתרי רוחי בחדא יענקעלע דמנשבין אהדדי, דאי לא תימא הכי במאי השלימה דעתה בעידנא דאמרי לה שני גוים בבטנך, והשתא דאתית להכי שפיר קאמר האי תנא גירסא דיענקתא לאפוקי מהאי רוחי דיענקל דלא קא גמר כלל כלל אפילו במעי אמו, ושמע מינה דיענקב יושב אהלים קאמר, שמע מינה.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:24 am#383809
וואלווי: איך האלט אז דו זאלסט ארויסגעבן א נייע ווערסיע פון ש"ס בבלי וירושלמי און מדרשים. קיינער וועט ממילא נישט וויסן קיין חילוק אז ס'איז נאכגעמאכט...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:35 pm#384258
אין ביהמ''ד איז געהאנגען א מודעה פון אן ארגענעזאציע פאר 'בחורים עם קישויים', ס'איז טאקע נישט קיין טעות, אבער דאס איז נישט וואס דער דרוקער האט געוואלט שרייבן.