Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
198 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 309 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #242
פרייטאג מערץ 27, 2015 12:43 pm#262313
דער פאלגענדער נייעסל איז געווען אינעם "בלאט" לעצטע וואך.
.
Chevrolet-.jpg
Chevrolet-.jpg (129.53 KiB) געזען געווארן 2421 מאל

.
עס האט מיר געשטאכן די אויגן צו ליינען "שעווראלעט", וואס כידוע (מיט די ענגלישע משוגעת'ן) לא כשהרי נכתב הוא קורא, מען זאגט נישט ארויס דעם ט' צום סוף, פונקט ווי אסאך אנדערע ענגלישע ווערטער.

פונקט זעה איך אז דער מאמענט שרייבט די וואך דערוועגן.
.
Chevrolet.jpg
Chevrolet.jpg (35.15 KiB) געזען געווארן 2421 מאל
פרייטאג מערץ 27, 2015 1:17 pm#262318
א טריק
פרייטאג מערץ 27, 2015 2:27 pm#262332
דער "טריק" איז אז מ'שניידט ארויס די ווערטער "און מ'לאזט זיך וואוילגיין", ווי אונזערע זיידעס האבן געזאגט...
פרייטאג מערץ 27, 2015 2:39 pm#262335
"מאמענט"ישע אמעראצעס
מאמענט פרשת ויקרא, שאלה פארוואס די עפל פון Apple Computers האט א ביס. דער משיב שרייבט אלע תרורת'לעך אויסער די עכטע שיינע טעם, די דעזיינער האט אינזין געהאט מיט די bite מרמז צו זיין אז א קאמפיוטער ארבעט מיט bytes פון דאטא...
פרייטאג מערץ 27, 2015 6:27 pm#262391
שמעקעדיג: במחכת"ה זעה איך נישט וואו דער "מאדנער און אויפפאלנדער טעות" איז אין בלאט
אפשר דארף איך נייע גלעזער. אדער זאל איך אויסטשעקן וועלכער נוירסינג האום נעמט מעדיקעיד......! :o
זונטאג מערץ 29, 2015 3:33 pm#262563
עס איז לאו דוקא אויפפאלענד, עס איז פשוט א טעות.
CHEVROLET לייענט מען שעווראלעי, נישט שעווראלעט.

די וואך האבן זיי ווידעראמאל פראמינענט באריכטעט דעם זעלבן טעות
.
זונטאג מערץ 29, 2015 3:44 pm#262564
מען ליינט עס טאקע שעוורעלי, אבער שרייבן שרייבט מען שעווראלעט. סיי ענגליש אין סיי אידיש
זונטאג מערץ 29, 2015 3:53 pm#262566
מהיכי תיתי?
אזוי האט דיין אידיש טיטשער געלערנט?
זונטאג מערץ 29, 2015 9:17 pm#262631
Sukkah on premises
זונטאג מערץ 29, 2015 9:25 pm#262637
There's no date on this page. It might just be an old publication
זונטאג מערץ 29, 2015 9:26 pm#262638
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
יין שרף האט געשריבן:There's no date on this page. It might just be an old publication

It says "celebrate pesach"
מאנטאג מערץ 30, 2015 4:04 am#262744
יין שרף האט געשריבן:There's no date on this page. It might just be an old publication

Yes. But on top of the page, they call the people "To come celebrate Pesach"...with them"... :lol: :roll:
מאנטאג מערץ 30, 2015 10:20 am#262771
For some reason I only saw the bottom half of the image
מאנטאג מערץ 30, 2015 11:38 am#262793
רעכטס אונטן שטייט מארטש
דינסטאג מערץ 31, 2015 9:54 am#263125
טאקע א רחמנות...

Screenshot_2015-03-31-09-51-51-1.png
Screenshot_2015-03-31-09-51-51-1.png (289.39 KiB) געזען געווארן 1970 מאל
דינסטאג מערץ 31, 2015 11:05 am#263148
דארף נישט די קול ברמה טון די מינימאלע עפארט איבערצוליינען וואס מ'שיקט זיי אריין? ממש א בזיון. (פאר פסח ווער האט צייט איבער צו קוקן?)
דינסטאג מערץ 31, 2015 12:19 pm#263170
ישמעאל הכהן: איך האלט אז מ'טאר נישט געבן קיין איין פעני פאר זיי. דאס איז א באנדע ציונים וועלכע רעדן א איזראעלישן יודיש. זיי ברעכן זיך די ציין. זיי קענען אפילו נישט די הייליגע וויליאמסבורגע שפראך. זאללן זיי גיין צום ראש הכופרים ביבי נתניהו שר"י עפ"ל ארענדז"ש...ולא יתערב זר במלאכתנו...!
מ'דארף רופן יואלי צימערמאן ער זאל ארגאניזירן א מחאה...!
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:04 pm#263180
די האסט פרשטאנען וואס זיי ווילן בכלל?
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:19 pm#263182
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
אודאי האט ער פארשטאנען. זיי ווילן אונז אלע ח"ו מכשיל זיין מיט'ן ציוניסטישע מינות ואפקורסות, מיט אביזרייהו דע"ז פון די שלש שבועות חס וחלילה היו לא תהיה
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:26 pm#263183
נופת צופים האט געשריבן:אודאי האט ער פארשטאנען. זיי ווילן אונז אלע ח"ו מכשיל זיין מיט'ן ציוניסטישע מינות ואפקורסות, מיט אביזרייהו דע"ז פון די שלש שבועות חס וחלילה היו לא תהיה

נופת צופים: אה. איך זעה אז דו רעדסט דעם הייליגן שפראך. ב"ה איך האב געטראפן אן אח לדעה. איך שטיי און שריי כקול קורא במדבר. איך זוך די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן... :lol: :roll:
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:31 pm#263187
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
איך האב טאקע נישט פארשטאנען וויאזוי ס'קען זיין אזא היימישע שטיבל וואו ס'דרייען זיך מ'כלומרשט "ערליכע" אידן איז מען פארנומען מיט אנדערע עניינים אויסער זיך אננעמען למען התורה האמיתית ולמען הבעל על הגאולה און מוחה זיין אויף די ציונים מהרסי הדת.
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:36 pm#263208
אשר לו קראו
berlbalaguleh האט געשריבן:
נופת צופים האט געשריבן: איך זוך די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן... :lol: :roll:
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:37 pm#300709
מאדנע טעות אויף קול מבשר
האום דיפאו?????

Voice 005.m4a
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:55 pm#300710
ראשעקאל האט געשריבן:מאדנע טעות אויף קול מבשר
האום דיפאו?????

Voice 005.m4a

Home Office
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:41 pm#304088
.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:22 pm#310514
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
איינער האט פארגעסן אז ער שפילט פרוי.....
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:08 pm#310521
מוז זיין א טראנסזשענדער
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:07 am#310526
אויף "וואס איז נייעס" מעלדן זיי וועגען די היינטיגע ליטמן חתונה פון די יתומה
Gala Million Person Wedding To Be Held In Jerusalem Tonight
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:40 pm#310584
Re: מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
שמעקעדיג האט געשריבן:מוז זיין א טראנסזשענדער

אדער גאר א לעיס..... ר"ל

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 4:03 am#310658
אין די בר מצוה נומער פון ..."מאמענט" מעגעדין איז דא א וואונטש פאר דעם בעה"ב פון די גראפיקס קאמפעני וועגן זיין זון...שננכס לעול המצוות...!
זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:28 pm#313285
א נייער חצר

.
זונטאג דעצעמבער 20, 2015 10:28 pm#313286
וואס האט פאסירט מיט די רינגעלעך (חצאי עגולין בלע"ז)?

@בערל באלעגאלע אלערט


.
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:32 pm#317477
אין היינטיגן קול ברמה....
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:34 pm#317478
אוי מיין גאט! איינער האט געמוזט העקן קול ברמה'ס אקאונט!
אזא קא-אינצידענט? אדער איז דער שרייבער געווען שיכור? אדער סתם א געזונטער לץ?

שוין לאנג וואס אבאמא רעגט זיך אז אויפן אידישן קיבאורד איז אויסגעשטעלט די ב' ממש נעבן דעם ס'. אזא בראך!

.
פרייטאג יאנואר 15, 2016 5:18 am#317593
נישט געוואוסט אז אויך די קריסטן עסן נישט וויניגער אין ניו יע
.
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:47 pm#350876
.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:20 am#350894
געוואלדיג: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין שמחה. אבער דער עד וועלכן דו ברענגסט אראפ איז פון די גאלדען טעיסט קא. וואס איז א אידישע קאמפעני. אפשר נישט קיין שומרי שבת, אבער נישט קיין גויים. זיי אדווערטייזן אויך ..."האורסרעדיש"/ כריין נעבן די געפילטע פיש. אפשר, ביי ביאת משיח צדקנו וועללן די גויים אויכעט עסן געפילטע פיש מיט כריין. אבער דערווייל ווילאנג אונז זעמיר אין דעם ביטערן גלות, עסן נאר אידן. אפילו אמעריקאניזירטע אידן געפילטע פיש מיט כריין. און אזוי ארום סעלעברעיטן זיי די נייע יאר. מ'קען נאכדעם גיין אין די מאלל שאפינג אדער אויפמאכן די טעלעוויזיע פאר די לעצטע נייעס. אבער זיי זענען דאך וואוילע אידן...!
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 9:19 am#350901
berlbalaguleh האט געשריבן:געוואלדיג: אנטשולדיג פאר צושטערן דיין שמחה. אבער דער עד וועלכן דו ברענגסט אראפ איז פון די גאלדען טעיסט קא. וואס איז א אידישע קאמפעני. אפשר נישט קיין שומרי שבת, אבער נישט קיין גויים. זיי אדווערטייזן אויך ..."האורסרעדיש"/ כריין נעבן די געפילטע פיש. אפשר, ביי ביאת משיח צדקנו וועללן די גויים אויכעט עסן געפילטע פיש מיט כריין. אבער דערווייל ווילאנג אונז זעמיר אין דעם ביטערן גלות, עסן נאר אידן. אפילו אמעריקאניזירטע אידן געפילטע פיש מיט כריין. און אזוי ארום סעלעברעיטן זיי די נייע יאר. מ'קען נאכדעם גיין אין די מאלל שאפינג אדער אויפמאכן די טעלעוויזיע פאר די לעצטע נייעס. אבער זיי זענען דאך וואוילע אידן...!


ווי עס שיינט, איז דער אנאנס געלאפן אנפאנג פון זייער נייע יאר, און די מאנאט פון יאניואר.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:20 am#350904
חכם (אדער טשוטשעם.): כמו שאמרתי, אז ביי ביאת המשיח וועללן די גויים אפשר אויכעט עסן געפילטע פיש מיט כריין. אבער דערווייל נישט.
דאס דערמאנט מיך א מעשה. אין יוראפ פאר די 2'טע וועלט מלחמה איז געווען א גוי וואס איז געווען זייער אויסגעקאכט מיט אידן. ער האט גערעדט א פליסיגן אידיש און געוואוסט אלע אידישע מנהגים. האט ער אייביג געמוטשעט זיינע אידישע באקאנטע און גוטע פריינט מיט די מאדנע שאלה...ווען קומט שוין משיח...? האט איהם אמאל איינער פון די אידן געפרעגט...וואס גייט דיר אזוי אין לעבן ווען משיח קומט...האט דער גוי געענטפערט לאמור. אזוי צו זאגן...היינט זענט עטץ אין גלות און אונז זעמיר פריי. אבער געב א קוק. אונדז זענען ענקערע שבת גויים, דזשעניטארס און גאסן קערערס און באדינערס. אפשר ווען משיח וועט קומען און אונז וועללן זיין אין גלות גייט זיין פארקערט... :lol: :roll:
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:36 am#350927
פאר צען יאהר צוריק בערך איז דער ראדזינער רבי געקומען קיין לונדון. אויף די צעטליך איז געשטאנען, "צדיק בא לעיר הוא הודה, הוא זיבה, הוא הדרה" !!
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 4:19 pm#350943
הוא? עס שטימט גארנישט
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:46 pm#350949
טייערע ברודער: איך וואלט מיך געשעמט מיט אזעלכע חסידים. ס'האט אבער איין מעלה. אט די חסידים וועללן קיינמאל נישט אפפרעגן דעם רעבינ'ס שלו-שידעס טוירעה. אדער זיין שאבעס טשיווע דראשעה...!
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:28 pm#351123
יהושע חיים האט געשריבן:הוא? עס שטימט גארנישט


דער הוא איז אויפ'ן ראדזינער בלשון דיכרא, און די ז... אויף די עיר הבירה בלשון נוקבא.

אפשר וועגען דעם טאר מען נישט לערנען דיקדיק
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 2:00 pm#354966
ווען דער אויבערשטרעכל ' ווערט פארטוישט פאר א "ם"....
(אין קול ברמה)

.
פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 1:40 pm#355472
מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 9:52 pm#355491
דאס איז איינס א גוטס.
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 1:14 am#355505
בן אדם: איך קען נישט סטאפן צו קוילערן פאר געלעכטער...דאס געשעהט ווען מ'פארלאזט זיך אויפ'ן קאמפיוטער. ס'לייגט שטיקלעך אינפארמאציע. נאר נישט די ריכטיגע. און ס'ווערט א קוגל. די גרויסע און חשוב'ע משפחה מעגעזין האט געמאכט עפעס א טעות איבער א געוויסן אדמו"ר וועלכער איז חי וקיים, ב"ה. לכה"פ 3 מאל האבן זיי רעפארטעד אז ער איז געשטארבן. ווייל אן אנדערע אדמו"ר מיט דעם זעלבן נאמען איז נפטר געווארן. האבן זיי פארטוישט די פיקטשערס...!
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:06 pm#357948
.
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:22 pm#358052
וואספארא אויסדריק איז דאס 'אריינגעשיקט דורך די לופט'?
מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:34 pm#358055
בפשטת מיינט דאס אז נישט דורך די שיף ווי מ'אימפארטירט געווענליך פון טשיינע וואס קען געדויערן עטליכע וואכן, נאר מיט די לופט וואס נעמט בלויז געציילטע טעג.