פארומס › מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
מאדנע און אויפפאלנדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס
310 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #242
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אפריל 10, 2017 12:07 am#368453
איילע טוילדויס ןאיאכ ןאיאכ עיש צאדיק טאמים האיאה בעדוירויסאב...!
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 11:39 pm#368729
עד אויף אייוועלט וועבזייטל: פארפעסטיגט אייער קינדער אין די בערג פון בעטלעהעם...
מיטוואך אפריל 26, 2017 5:01 pm#369187
ערשטע גראבער טעות, צוויי חסידים האב זיך ג'עטענה'עט וועמען'ס רבי איז גרעסער. קלענער, כצ"ל.
מוצ"ש אפריל 29, 2017 10:40 pm#369398
מוצ"ש אפריל 29, 2017 11:04 pm#369403
ליפא האט געשריבן:rps20170429_223624.jpgגליון פרימי... דער גליון איז א ''Preemie'', תזריע תשפ''ד
אדער פורימ'י - פורים'דיג...
זונטאג מאי 14, 2017 11:06 pm#370954
אין די טעגליכע צעטלעך לעצטע וואך איז געווען א ק/פ פון פאריאר, און געשטאנען געשריבן 'מיטוואך' אנשטאט 'זונטאג' (עס שטייט אויבן תשע"ז)
איך גיי נישט אריין אינעם פאקט וואס אויסער דעם סמארטפאון האבן זיי נישט קיין אנדערע דאגות און הכנה פאר'ן עולם צום מעמד המרומם, אבער מיט'ן נישט-ריכטיגן דאטום האט עס געלאזט נאך מער א זויערן טעם אין מויל.
.

זונטאג מאי 14, 2017 11:35 pm#370957
שמעקעדיג: וואסי א חילוק דער דאטום. דער מעסעדזש איז די זעלבע. ס'איז נאכאלץ נוגע. די תקנות האבן זיך נישט געטוישט...זאת התורה לא תהא מוחלפת...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:17 pm#383750
שמעקעדיג: דו וואלסט געקענט ווערן אן עדיטאר ביי סיי וועלכע ערנסטע אידישע אויסגאבע. איך האב א ראיה אז דו ביסט נישט אן עדיטאר ביי דעם ..."בליץ"...!
איך וועלל באלד זאגן אזוי ווי מיין פעיוואריט מענטש. ר' סענדער דער דייטש ז"ל האט געזאגט...ומרגלא בפומיה..."אבער ביי אונז איז דער קאמפאוט געווען זייער גוט און פיין און זיס...און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעה'ן מיט געהויבענע געמיטער...!
וואס איך מיין צו זאגן איז אז דער מאמענט איז ב"ה א דבר השלם. כמעט. דארט וועט מען נישט טרעפן אזעלכע נארישע און לעכערליכע טעותים...!

מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:08 pm#383767
שמעקעדיג האט געשריבן:בליץ אלול
גירסא דיענקתא
.
גירסא דיענקתא וכו': תנא מנה"מ דיענקתא דקא גרס הוי אמר ר' אהרן ב"ר משה מעצי תמרים דכתיב יענקב איש תם יושב אהלים. ובאהלי שם ועבר עסקינן, ת"ש, והלא גם לרבות אחיו הגדול עשו עד שנתמלאו לו י"ג שנה לא יצא לתרבות הרעה וא"כ מאי אולמיה דגירסא דיענקתא מגירסא דעשויתא, אי בעית אימא דעשו ציד בפיו דדרדקי הוי כדכתיב ועשו ציד בפיו וא"כ לא קא גרס מילה אחת ואי בעית אימא דתרי יענקב הוי כדקי שרי אברהם פריעד יענקל יענקל, והאי תנא תני כמאן דאמר דקא סלקי רבקה אדעתה בעידנא דקא עברי אפיתחא דעבודה זרה ואפיתחא דבי מדרשא וצווחה א"כ למה זה אנכי, דחשדה בתרי רוחי בחדא יענקעלע דמנשבין אהדדי, דאי לא תימא הכי במאי השלימה דעתה בעידנא דאמרי לה שני גוים בבטנך, והשתא דאתית להכי שפיר קאמר האי תנא גירסא דיענקתא לאפוקי מהאי רוחי דיענקל דלא קא גמר כלל כלל אפילו במעי אמו, ושמע מינה דיענקב יושב אהלים קאמר, שמע מינה.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:24 am#383809
וואלווי: איך האלט אז דו זאלסט ארויסגעבן א נייע ווערסיע פון ש"ס בבלי וירושלמי און מדרשים. קיינער וועט ממילא נישט וויסן קיין חילוק אז ס'איז נאכגעמאכט...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:35 pm#384258
אין ביהמ''ד איז געהאנגען א מודעה פון אן ארגענעזאציע פאר 'בחורים עם קישויים', ס'איז טאקע נישט קיין טעות, אבער דאס איז נישט וואס דער דרוקער האט געוואלט שרייבן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:30 pm#384292
איך אויך: איך זעה נישט דעם טעות. עס ווילט זיך זאגן הבהרה. אבער דאס איז ראנג. ווייל הברה איז טייטש...אויסשפרוך/אקצענט. און הבהרה איז טייטש אויפקלערונג/קלארשטעלונג...!
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 11:28 am#384322
אין קעיס איינער האט נישט פארשטאנען, ''שוועריגקייטן'' שרייבט מען: ''קושיים'', משא''כ קישויים מיינט וואס עס מיינט.
זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:55 am#384383
איש חזון האט געשריבן:אין קעיס איינער האט נישט פארשטאנען, ''שוועריגקייטן'' שרייבט מען: ''קושיים'', משא''כ קישויים מיינט וואס עס מיינט.
לגבי קישויים ביזטו גערעכט אז עס מיינט וואס עס מיינט... אבער שוועריגקייטן שרייבט מען קשיים, נישט קושיים.
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:00 pm#384478
מפיל קינד האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:אין קעיס איינער האט נישט פארשטאנען, ''שוועריגקייטן'' שרייבט מען: ''קושיים'', משא''כ קישויים מיינט וואס עס מיינט.
לגבי קישויים ביזטו גערעכט אז עס מיינט וואס עס מיינט... אבער שוועריגקייטן שרייבט מען קשיים, נישט קושיים.
פלוגתא היא, ואנא דאמרי כרב קפלינסקי
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 9:44 pm#388285
דער געוואגטער יונגל: הא הא הא...! איך בין דיך חושד אז דו האסט עס גע פאטאו'שאפפ'ד. נאר פאר דיר קען איינפאלן אזא גוט שטיקל...!
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:10 pm#388920
דער בלאט האט די וואך געמאכט א זכור פון א נקיבה.
די גירלפרענד פון דער לאס וועגאס שיסער איז געווארן א "ער"
די גירלפרענד פון דער לאס וועגאס שיסער איז געווארן א "ער"
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:35 pm#388930
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 8:33 pm#389036
כפתור: דאס איז נישט קיין טעות אדער עם הארצות. נאר אן אכשר דרא'דיגע קראנקהייט. אשר ע"כ פארדינט עס נישט צו ווערן באריכטעט אין דעם אשכול...!
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 11:53 am#391205
נישט ממש "אויפפאלענד", אבער דאך מערקווירדיג, (כ'פארשטיי אז רוב מענטשן וואלטן דאס ניטעמאל באמערקט, אבער מיר האט דאס געגעבן א ציפ..)
מען שרייבט "מלך אסור ברהטים" - אסור קומט מיט א ו', און רהטים אן א י'. (אזוי שטייט אין שיר השירים).
.
מען שרייבט "מלך אסור ברהטים" - אסור קומט מיט א ו', און רהטים אן א י'. (אזוי שטייט אין שיר השירים).
.
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 12:42 pm#391211
ספעל טשעק האט דאס נישט געכאפט ווייל ס'מוז נישט זיין קיין טעות. מלך אסיר ברהיטים קען מיינען א סקווירא בנעשעק בעבי אין א לעדל....
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 2:24 pm#391223
...! געוואלדיג: אבער מיסספעלל'ד. און ס'איז משנה די קריאה. ס'טוישט די מיינונג. ווייל רהיטים מיינט מעבל. פוירניטשור
פרייטאג פעברואר 16, 2018 5:41 pm#395744
שמעון וואלף: ייש"כ. ס'זעהט אויס אז די כלה איז נאך פון פאר דעם חרם דרבינו גרשון...לאל
מאנטאג פעברואר 19, 2018 10:38 am#395889
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:lee ave.png
מה זה?
מאנטאג פעברואר 19, 2018 12:30 pm#395908
אויף אייוועלט האט איינער קאמענטירט אז אין זייער נעקסטע עד וועט שטיין: א גאנצער וואנט פון "ספינקער'ס"...
דאנערשטאג יוני 21, 2018 9:02 pm#406904
דעקל פון די זומער אפטיילונג פון 'דער בלאַט' חקת.

פרייטאג יוני 22, 2018 3:07 am#406915
שלי שלך: במחכת"ה איז עס נישט קיין טעות. מ'קען שרייבן שלאנגען אויך. כאטש דער אנגענומענער וועג פון שרייבן איז שלענג...!
פרייטאג יוני 22, 2018 5:00 am#406920
berlbalagulehשלי שלך: במחכת"ה איז עס נישט קיין טעות. מ'קען שרייבן שלאנגען אויך. כאטש דער אנגענומענער וועג פון שרייבן איז שלענג...!
אדער קען מען שרייבן שלאנגס, אדער שלאנגים.
פרייטאג יוני 22, 2018 2:30 pm#406960
אנאנים: דער לאנגער ענטפער און הסבר פון דעם חילוק פארוואס ביי די העדליין פונ'ם פארווערטס פאסט יא צו ניצן דעם ווארט..."שלאנגען".. און ווען מ'רעדט פון מערערע שלענג פאסט זיך דער אויסדרוק..."שלענג"... נאר דאס גייט אריין אין אן אריכות פון אידישער גראמאטיק. וואס ס'איז נישט די צייט און דאס פלאץ זיך אריינצולאזן אין דעם. דער קורצער ענטפער איז. אז דער אידיש מיט וואס דער פארווערטס באנוצט זיך, איז א ביסל אנדערש ווי די שפראך וואס אונז נוצן...!
פרייטאג יוני 22, 2018 2:32 pm#406961
[ציטאט אראפגענומען]
וועלכע מאגאזין?
מאנטאג יוני 25, 2018 7:10 pm#407141
משפחה.
📎 IMG-20180625-WA0007.jpg
📎 IMG-20180625-WA0007.jpg
מאנטאג יוני 25, 2018 7:54 pm#407144
ונבנתה העיר:אויף משפחה איז עס נישט קיין חידוש. זיי זענען שטארק אומ-פונקטליך מיט פאקטן. זיי פארמישן נעמען און פערזענליכקייטן. שטעט און לענדער...!
איבער איין רב האבן זיי שוין 3 מאל געברענגט אז ער איז נפטר געווארן. אן ער איז ב"ה חי וקיים אויף ביידע באקן עמו"ש. אויך האבן זיי פארמישט די נאמען פון א שטאט אין טעקסאס מיט די שטאט אוטיסווילל, אין ניו יארק סטעיט...!
מסתמא איז דער פראבלעם ביי זיי אין עדיטאריעל אפיס אז זיי האבן אלעס געפיילט מיט'ן קאמפיוטער סיסטעם. אבער זיי האבן נישט קיין עדיטארס מיט גענוג וויסנשאפט צו קענען אויססארטירן די פאקטן...! זיי האבן באלד אזא פנים ווי דער איד. נאר איין זאך קענמען זאגן לזכותם. אז זיי זענען נישט אזוי בייזוויליג ווי דער אויבנדערמאנטער ארגאן פון אומאפהענגיקן ארטאדאקסישן אידנטום אין אמעריקע...!
(יא. לידיעתך, שמעקעדיג