לעב און לאךוואס הייסט איינער וואס גלייבט: פשוט און גראד ער האט אמונה. קיינער פון אונז האט דאך נישט געזען דעם באשעפער און קיינער פון אונז געדענקט נישט די מעמד הר סיני. נאר וואס דען? מען גלייבט! דער טאטע האט עס איבערעגעגבן פארן זון ביז עס איז אנגעקומען צו מיר און איך האב באשלאסן צו גלייבן אז יא, די מעמד מתן תורה איז ווירקלעך פארגעקומען.
עס איז נישט אז דו האסט
באשלאסן צו גלייבן אז מתן תורה איז פארגעקומען, עס איז קאממען סענס, 600 טויזנט מענטשן זאגן אז זיי האבן דאס אליין מיטגעהאלטן [א שקר קען זיך נישט אנהייבן מיט 600 טויזנט מענטשן, ופשוט].
פונקט ווי דו וועסט נישט זאגן אז דיין בחור'ל האט 'באשלאסן צו גלייבן' אז 11\9 איז פארגעקומען.
------
איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געהערט אלץ בחור פון אמנון יצחק, אינמיטן א ויכוח מיט א חילוני זאגט ער יענעם: דו האלטסט אז עס איז נישט דא נישט קיין גאט נישט קיין דת נישט קיין חיים לאחר המות - אכול ושתה כי מחר נמות ענד איטס גאון ענד פארגאטען, איך האלט אז מען דרייעט זיך דא ס"ה 80 יאהר אבער דערנאך קומט א חיי נצח וואס וועט זיך ווענדן לפי מעשיי אין די 80 יאהר.
זעמיר 50\50 - איך האלט אזוי און דו זאגסט פארקערט, איז לאמיר מאכן א חשבון וועלכער מהלך אין לעבן
לוינט זיך ענדערש:
אויב בין איך גערעכט, איז נניח אז דו וועסט טאקע האבן א געשמאקע 80 יאהר, וועסטו אבער דערנאך ליידן לנצח, איך וועל זיך דורכשטיפן מיינע 80 יאהר - טאקע נישט אזוי געשמאק ווי דו, און דערנאך וועל איך האבן א חיים טובים לנצח, און נצח מיינט נ-צ-ח, א טיפה האט לאין ערוך מער ערך צום אוקינוס ווי טויזענטער יאהר האבן לגבי נצח.
און אויב ביסטו גערעכט, וועסטו האבן א געשמאקע 80 יאהר, און דערנאך גייסטו אין קבר לאבדון, איך וועל נישט האבן אזא געשמאקע 80 יאהר, און דערנאך גיי איך אויך לאבדון.
קומט אויס אז דו וועסט בין כך ובין כך גיין לאבדון, איך האב אבער א 50 פראצענט שאנס צו האבן א חיים טובים ל-נ-צ-ח, נו, לוינט זיך נישט משקיע צו זיין?