Under maintenance
הויפט זייט » מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2667
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 9:48 pm#246997
איך האלט אלו ואלו זענען אמת. = די הייליגע בעלזע רבי האט אוודאי מרגיש געווען אז ער האט די סעלפאן, אבער מיט דעם אלעמען דייקא גארנישט געזאגט, ווייל בגודל חכמתו האט ער אויסגערעכענט אז ער וועט וועגן דעם אפפארען, און ווערן נאנט מיט די פרייע, און נאכדעם וועט ער עם אויפווייזען אז ער האט גוט געוויסט וועגן די סעלפאן יענעם שבת , [ווייל ער ליינט דאך נישט קאווע שטיבל ממילא מהיכן זאל ער וויסען?]. און אזוי אים מחזיר זיין צוריק בתשובה, און אזוי וועט ער געינ'ען אסאך מער בעלי תשובות פון די פרייע וועלט... א אמת'ע בעלזע חכמה!!..
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 9:52 pm#247000
וכידוע דבעצם לא רצה פרסטר רק לפשוט את השטריימל, רק לעצת כמה בני משפחה, שאמרו לו דבעלזער בלי שטריימעל, ממש חורבן אי אפשר לעשות משהו כזה, לכן התפטר מבעלז ועכשיו הוא יכול בצדק לפשוט את השטריימל, אבל כל הכוונה היתה לפשוט את השטריימל, דכידוע אצל גדולי הפילוסופים דאם לא חובשים שטריימעל בשבת זזה מופת חותך שאין אלוהי....
בערך אזא פנים האט ער... אז ער גייט שוין יא האט ער נעבעך נישט קיין שכל צו גיין ווי א מענטש... גייט ער ווייטער ווי אחסיד...
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:05 pm#247014
די כתבה איז עמעזינג וויפיל אפענע שקרים און אומפונקליכקייטן עס האט אריינגעקוועטש אין די דריי בלעטער. פאר מער דרוקט די דריי אשכולות וואס זענען געווען אויף בחדרי וואס פאר סאם ריזן האלט בחדרי אין איין מעקן.
פרייטאג מערץ 27, 2015 6:07 pm#262388
כ'וויל גיין OTD, כ'פיל אבער אז כ'בין נישט גענוג א גוטע שרייבער.
פרייטאג מערץ 27, 2015 6:35 pm#262392
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'וויל גיין OTD, כ'פיל אבער אז כ'בין נישט גענוג א גוטע שרייבער.


דאס איז נישט אזוי וויכטיג, דער עיקר איז אז מ'דארף האבן גאר אסאך כח גברא פאר אלע עבירות. ווילאנג דו ביסט אקעי אין יענער דיפארטמענט...


.
זונטאג מערץ 29, 2015 11:43 am#262518
איך וויל אויך גיין OTD אפאר זאכן קען איך נישט אויפגעבן...

- ווארעמע מקוה שבת צופרי. ווי מען שמועסט אלעס דורך ביז נשמת.
- א ווארעמע טשולנט און קישקע נאכן הונגערען ביז חצות.
- די רואיגקייט פון אן ערב פסח שחל בשבת נאכן סוף זמן אכילת חמץ.
- די געשמאקע ווארעמע דאכענע אין א קאלטע סוכות נאכט אונטער די שטערן.
- די הנאה ווען די ווייב רופט דיר צום מחיצה ביי א חתונה.
- די געשמאקייט פון לעבן ווי א בחור א גאנצע וואך זומער אין שטאט.
- די זיסע שלאף איינגעהילט אין די ווארעמע טלית מיט א גרינגע מאגען ווען דער עולם זינגט שיין אין די בעקגראונד יום כיפור אין שול.
- די פרייליכקייט ווען מען קען שרייען וויינען טאנצען און ברעכען אויפן שוויגער פורים נאכמיטאג.
- די זיידענע פילינג ווען מען קומט מיט א הארטע נייע העמעד. שטייפע שווארצע נייע שיך. אויסגעבילגעטע רעשוואלקע. גלאנציגע אפגעגאלטע שעמפוד מקוה קאפ. פארגליווערטע גע׳קראזעלטע פיאות. טייט פאקניפטע קנאבעל בארד. פרישע ווייסע הארטע לאנגע גאטשעס. שמעקעדיגע העל געל ווייעכע וואלענע ציצית. ציכטיג אפגעשוירענע נעגל. אויסגערייניגטע הויזען טאשען. א לעדערנעם פסח מחזור אונטערן ארעם. זיבען בנים באגלייטען מיט קלאפעדיגע שיך ווי באדינערס. א נייער הארטע סאמעטע שווארצער וועלוועטער קאפעל. מיט א הויעכען שפיציגען טייערען שווערען סאבעל שטריימעל ווי א קרוין אויפן קאפ. ווען מען קומט אן די ערשטע נאכט פסח אין די גרויסע שול מיט די גע׳אוילטע האלצערנע פלאר. וואס איז געווען פארשפארט פאר א וואך.
מאנטאג אפריל 27, 2015 9:07 am#270015
עס קומט אריין די נייעס אז פרסטר האט תשובה געטון אין קומט צוריק.
מאנטאג אפריל 27, 2015 9:48 am#270020
Re: מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון
נעבעך
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:32 am#270065
מענטשן וואס זענען OTD און זייערע מאטיוון
.
מאנטאג אפריל 27, 2015 5:46 pm#270161
איך האב געהערט אז ער איז געווען אין קערעסטור ביי די יארצייט ,די בילד איז טאקע בביתו פון ר' ישעי'לה. מן הסתם וועט זיך שוין יאווען א רב להושיע צו ווער צו מאכן דערפון פרנסה.
מאנטאג מאי 18, 2015 4:08 pm#276344
פון א בעקטישע צו באטלער (די קאלאמביע אוניווירסטעיט לייבערי)
אן ארטיקל וועגן שרולי שטיין געשריבן ביי א חברט'ע פון קאלאמביע.
עס איז גאנץ אינטערסאנט, און רעד אויך וועגן זיין שייכות מיט אידישקייט היינט, דורך קהילת רוממו.

m http://www.columbia-current.org/bekishe ... -hirt.html m
מאנטאג מאי 18, 2015 8:58 pm#276517
זייער נאריש, אנטשולדיגט.

נישט גוט געשריבן, און ער קומט עפעס נישט אריין קלאר.
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:46 pm#298815
א אינגערמאן, אראפ פון וועג ווערט א ווייבל?
,
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 9:51 am#302916
.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:18 am#302922
.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:41 am#345717
דער ציון פון זבלון ווייזט אונז וואס טוט זיך דארט. ער האט געהאט קשיא'ס אויף די סיסטעם און איהר היפאקריטסווע, וואס האט ער געטוהן? געגאנגען אין אפיס און געקוקט א מאוו"י! דאס איז דיין גרויסע חכמה! אזוי ביסטו נישט גיין נער!?
ווען איינער זאגט מיר ער האט געזוכט חכמה, ממילא איז ער געגאנגען ווערען א פילוסוף, (נישט איינער וואס נאשט אביסל אינפארמאציע פון א וועבזייטעל, נאר איינער וואס טוט זיך אריין אין דעם) וואלטען מיר געדארפט פארענטפערען דאס אידישקייט. ווען איינער איז פאר'עקעלט מיט בין אדם לחבירו זאכען פון די געזעלשאפט, ממילא גייט ער אוועק און ער גיבט אוועק זיין גאנצע לעבען צו העלפען אנדערע, וואלטען מיר געדארפט ארומ שמועס'ן ווי אלע בין אדם לחבירו ליגט אין די תורה. דערווייל טרעפט מען זין כסדר אן מיט פארשוינען וואס אנטלויפען צו זיך אליינס. די זעלבע טענות וואס זיי האבען אויף די סיסטעם גילט אויף זיי נאכ'ן אנטלויפען. ט'מיט וואס האבען זיי בעסער געמאכט זייער לעבען?

ארום פליען דער וועלט אויף פריוואטע דזשעט'ס מאכט די חברה פונקט ווי סיי וועלכע רבי. ט'זענען זיי עפעס בעסער?