בן תמליוןשלום ייש"כ פארן שרייבן. אנטשולדיקט מיין פערזענליכן אייך דערמאנען אזוי נעגאטיוו כ'האב געמיינט בכלליות א מענטאליטעט וואס איז זייער שכיח ביים OTD געמיינדע. (דערמאנט מיר וואס איינער האט געשריבן ביים קאונטער סיטי פילד ראלי "זאלן אלע אינעם סטאדיום באקומען קענסער און שטארבן"). אפשר וואלט איר מיט אונז מער מיטגעטיילט איבער אייער ערפארונג? איך מיין מיר אלע וואלטן אייך דאנקבאר געווען. ווי איר שרייבט אליין האט איר איבערגעלאזט דעם חסידישן געזעלשאפט מיט אייער משפחה ווייל איר האט נישט מער געהאלטן ביים לעבן א דאפלטן לעבן נאכן פארלירן די אמונה. קוקנדיק צוריק ווען איר קענט ווען צוריקדרייען דעם זייגער וואלט איר אנדערש געטוהן? יעצט ווען איר האט געלעבט ביידע וועלטן, וויאזוי קוקט איר אן דעם קאנטראסט צווישן דעם תמימותדיקן פארשלאסענער חסידישער וועלט ווי אונזערע בחורים לערענען ריטב"א מיט מנחת חינוך און גייען נאך געלט פאר אידן צווישן דעם ראק-און-ראלל אמעריקאנער יוגנט מיט סעקס און דראגס? וואס וואלט איר למעשה ג'עצה'ט אזא איינעם וואס לעבט א דאפלטן לעבן, צו איבערלאזן ווייב קינדער באליבטע עלטערן מיט אלעס צי א ווילד פרעמד וועלט וואס איינער וואס איז אויפגעוואקסן ביי אונז איז זייער האקל און קען שנעל חרוב ווערן גייסטיש און פיזיש, אדער זאל ער בלייבן זיך מוטשען אבער בלייבן?
דו פרעגסט דאס וואס אסאך פרעגן.
(און, ווי יואליש זאגט, אסאך געפעלט ענדערש אליין אויפצוקומען מיט א תשובה--אדער נאכבעבלען פון אנדערע, אלעס אחוץ צו הערן פון די בעל מעשה אליין. ווי למשל אונזער ידיד ר' בונעס איירעס וואס שרייבט בקיצור:
וועם גייט אן פארוואס און פארווען? זאל ער זיך גיין, און פארוואס רעדט מען נישט פון מיר וואס איך קען פראנצויזיש, און -- נישט אז עס גייט מיך אן -- נאר נאדיר דא איין "קליינע נקודה" פון שקרים און איינרעדענישן און חכמות נפלאות וויאזוי איך פארשטיי יענער דארף לעבן זיין לעבן ווייל אז נישט שטערט עס מיר מיין אייגן שמחת החיים--אבער נישט אז עס גייט מיך אן...) צוריק צום ענין...
דער אמת איז אז עס זענען דא אסאך לעגיטימע פראגעס, און איינפאכע תשובות איז נישטא קיין איינס. איך קווענקל מיך צו איך זאל בכלל אריינגיין דערין. איך האב שוין אפגעשריבן א ים מיט ארטיקלען במשך די לעצטע צען יאר (דאס רוב אין ענגליש), און נאך אלץ איז שווער מסביר צו זיין מיין שריט פאר די וואס פארשטייען עס נישט. (און שווערער נאך מסביר צו זיין אין אידיש, א שפראך אין וועלכע איך האב, לדאבוני, פארלארן מיין אמאליגע פליסיגקייט, עכ"פ אין שרייבן.)
דו פרעגסט אבער דא זייער ספעציפישע פראגן, וועל איך פרובירן אויף עטליכע פון זיי צו געבן א תשובה אין קורצן.
1. צו וואלט איך צוריקגעדרייט די זייגער?
בשום פנים ואופן נישט. מיין שריט איז געווען ביטער ווי גאל דאס זיך אונטערצונעמען און ביטערער נאך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט בנוגע די קינדער און די השפעות אויף זיי פון ארומיגע, ואכמ"ל. אבער דאך קומט עס נישט צו צו א לעבן אין וועלכע מען איז פארשפארט אן קיין האפענונג פאר אן אויסלייז. עס האט אסאך צו טון מיט אן אינדיווידואלע תכונת הנפש. איך האב אסאך פארלוירן, איך האב אבער אויך אזאך פארדינט, נפשיות'דיג. עס איז אפשר שווער צו פארשטיין וויאזוי דאס קען זיין, ספעציעל ווען מען פארלירט די ליבשאפט פון די אייגענע קינדער. עס איז שווער אויף דעם צו ענטפערן אחוץ צו זאגן: א טאטע בלייבט א טאטע און א קינד בלייבט א קינד און ווילאנג מען לעבט איז דא האפענונג אויף צוריקצובויען א קשר. אוועקווארפן דאס גאנצע לעבן פאר א לעבנסשטייגער וואס (מען פילט פון אינעווייניג) איז פוסט און ליידיג, און נאכדערצו אז מען פילט זיך אויף דעם געצווינגען, איז א תפיסה ממש במלוא מובן המולא.
2. וואס איך האלט פון דעם קאנטראסט?
פערזענליך האלט איך אז דער חסיד'ישער איד לעבט (בדרך כלל) 'עני טיים' אזא גוטן טאג ווי דער גוי, און איז מסתם צופרידענער אויך. דער אמת איז אבער אז עס זענען נישט דא קיין גוטע וועגן דאס צו מעסטן. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל פאר מיר איז אזוי געווען--ווילאנג איך בין געווען א מאמין. א טאג אויסגעהארעוועט אין כולל אויף א קצות און א שב שמעתתא (און דאס איז אפילו אן זיין א גרויסע למדן) איז צענדליג מאל בעסער ווי יעדער תענוג וואס איך שוין געטראפן, און גלייבטס מיר, איך ווייס פון תענוגים (און דאס איז אפילו אן זיין דער גרעסטער בעל תאווה). איך רעד אוודאי פון א גייסטישן שטאנדפונקט, אבער באמת, גייסטיש, פיזיש, ס'איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ס'איז אלץ דער זעלבער מענטש מיט זיינע כעמישע 'טריגגערס' אין מוח.
דער ראק ענד ראלל וועלט איז פאר מיר פערזענליך פוסט און ליידיג. אז מען קומט פון יארן זינגן כל מקדש שביעי כראוי לו ביים סקווערער רבי'ס טיש, צו פון זינגען 'לולי תורתך' און 'אודה לשם' ביי א שבת אחים מיט אנדערע חסידישע אינגעלייט, האט 'מעטאלליקע' צו 'ניין אינטש נעילס' צו אן אנדערן גרופע וואס שרייען ווי חיות פון וואלד (און איך גלייב אז זיי אליין וועלן צושטימען אז דאס איז גענוי וואס זיי טוען) נישט קיין סך טעם. אבער דאס איז נישט פאר יעדן גלייך. עס זענען דא מענטשן (קלוגע, געבילדעטע) וואס געפונען אין דעם א אמת'ן געשמאק.
צוריק צו דיין פראגע, איך האב אויסערגעווענליכע הערצה פאר דער חסיד וואס לעבט זיך זיין לעבן מיט ערליכקייט און תמימות. איך האב אבער בלויז האס פאר די מענטשן וואס גלייבן אז די רעכטן פון דעם יחיד זענען צווייט נאך די רעכטן פון דעם ציבור, און פארדעם לאזט מען צו אן א שיעור אומרעכטן. שטיל מאכן וויקטימס פון סעקסועל 'אביוז' איז איין אזא פאל. נאך א פאל איז אוועקרייסן א טאטע (ווער רעדט נאך א מאמע) פון די אייגענע קינדער ווייל מען רעדט זיך איין אז מען פארשטייט בעסער פון יעדער פסיכאלאג אויפ'ן וועלט וואס זאגט אז דאס איז אן אומגעהויערער רשעות.
אויך האלט אויך אז די חסיד'ישער וועלט ליידט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם פון "לעבן פאר יענעם". פאר רוב מענטשן איז עס נישט קיין גרויסע פראבלעם זיך צוצושטעלן, אבער פאר די יחידים (און עס איז דא פון זיי א גרויסע פערצענט) וואס, ווי מען זאגט, האט מען נישט געבאקן מיט דעם זעלבן 'קוקי קאטטער' (און אפשר איך בתוכם) קען דאס חסיד'ישע לעבן זיין א ריכטיגער גיהינום. עס זענען דא אסאך אסאך אזעלכע מענטשן וואס די חסיד'ישע וועלט האט פשוט נישט קיין פלאץ פאר זיי. איין משל איז איינער וואס זיין סעקסועליטעט (אדער זיין 'דזענדער'--און אויף דער איז דא פילע וויכוחים) איז נישט ווי דער געווענליכער שטייגער. אויך איז דא די וואס דארפן פשוט אביסל מער ברייטקייט, איינער מיט ארטיסטישע געפילן--און איך מיין מער גרינטליכע ארטיסטישע געפילן, נישט סתם ער האט ליב צו מאלן אדער שפילן קיבארד ביי א משפחה שמחה, וכדו', נאר אז עס פעלט אים ממש ווי וואסער זיך אויסצודריקן ארטיסטיש. (זעה חיים פאטאק'ס בוך: 'מיי נעים איז אשר לב,.) די חסידישער וועלט אנערקענט בכלל נישט אזא מושג. און ווער רעדט נאך אויב איז ער א בנש"ק, קען דאס לעבן זיין א פולשטענדיגע טראגעדיע.
און דערנאך איז דא די וואס גלייבן פשוט נישט. וואס זאלן זיי טון? וואו אהין זאלן זיי גיין? דער חסיד'ישע וועלט זאגט, נו, גלייבסט נישט, מהיכי תיתי, מ'האט שוין געהערט אזאנס, ביסט נישט דער ערשטער, וועסט נישט זיין דער לעצטער, און שווייג נאר שטיל ווייל ס'עט שאטן צו שידוכים. קנאפע נחמה פאר דעם אינגערמאן וואס צוליב דעם האט נישט קיין שום שמחת החיים פון דעם אלעם.
3. וואס איך האלט אנדערע זאלן טון?
עס איז זייער שווער צו זאגן א כלל. עס איז א ביטערליך שווערער שריט, נאכדערצו אויב מען לאזט איבער קינדער. אלעס ווענד זיך אין ווי שלעכט עס פילט זיך אז מען בלייבט, און וואס די אויסזיכטן זענען נאכדעם וואס מען גייט אוועק.
אויב איך קען אבער יא זאגען עפעס א כלל, האלט איך אז מענטשן זאלן לעבן מער פאר זיך און ווייניגער פאר דעם שכן אין בית מדרש--צו אפילו פאר די טאטע/מאמע/שווער/באבע/קוזינע'ס עלטער פעטער'ס מחותן/וכו'. אויך איז מורא'דיג וויכטיג צו וויסן וואו מען וויל עווענטואל אנקומען. סתם צו גיין און זיך ארומדרייען פארלוירענעהייט האט נישט קיין זין. אבער אז מ'ווייסט וואס מען וויל, גייט מען כאטש מיט א תכלית. אזוי ווי עס איז מרגלא בפומיה פון מיין ידיד נאמן (בנש"ק חוטר מגזע תרשישים וארזים וכו') אלעזר טווערסקי הי"ו: "You can't exit without an exit plan". ודפח"ח.
איך האב אז דאס ענטפערט אביסל די פראגן.