דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 11:43 am#77426
בן תמליון[/quote][/quote]איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט,
אויב פרשטיי איך גוט "אונז" רעכענט איר זיך פאר א אונזעריגער וואס זיצט אינעם סיסטעם..
בן תמליון[/quote][/quote]איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט,
מוח שליט
די מיטעל פין מלחמה איז געווען התבדלות. די סוקסעס רעיט פין דעם מיטעל איז געווען בערך 90% זענען נעבעך אוועק פין כלל ישראל אין 10% געבליבען.
לכשעצמי, נאך אזא סוקסעס רעיט ביים ערשטען גרויסע ענלייטמענט, וואלט איך פרובירט אנדער מעטאדען ווי טאטעל התבדלות.
DotComאבער ס'קיינמאל קיין 1 סייז פיט'ס אלל.... אמת ס'דא וואס האלטן דירעקט נישט פון התבדלות, מען זעהט אבער נישט אז די פלעצער וואס פירן זיך עפ"י שיטת רש"ר זאלן זיין ווייניגער דראפאוטס, און פארקערט אויף די וואס פירן זיך יא מיט התבדלות זעהט מען אויך נישט אז דער סיסטעם זאל זיך האלטן, ס"ה איז התבדלות א עצה נאר פאר די מענטשן וואס זענען בוחר אין דעם.
אבער דאס איז זיכער אז דער יחיד וואס איז בוחר התבדלות און דאס העלפט אים מקיים זיין תורה ומצוות, איז זיכער אז ער האט ערפילט זיין תפקיד אויף דער וועלט.
און דאס איז אויך זיכער אז דער יחיד וואס פאלט אוועק פון אידישקייט, אפילו זאל ער זיין קלוג ווי שלמה המלך און געלונגען ווי דוד המלך בשעתם, ער האט אבער געפעילט מיזרעבל מיט זיין תפקיד.
נסיונות איז אייביג דא סיי וואספארא וועג מען זאל נאר גיין, ווייל דאס איז דער תכלית.
לעיקוואדדער וואס טענה'ט דאס איז נישט מיר נאר גדולי ישראל מובהקים דוגמת ר' שמשון רפאל הירש, אדער הרב קוק, זכר צדיקים לברכה. און זיי האבען פארגעשלאגען וואסארא עצות עס קען לדעתם יא העלפען.
איך האב נישט קיין צייט יעצט דאס אלץ ארויסשמועסען און מסביר זיין, יבואו חכמים ונבונים און זאלען זיי דאס אלץ דורכשמועסען.
נצבד
א' יעדער איז דאך אן אינדעווידזועל,און יעדער באזינדער האט זיך זיינע באזינדערע סיבות ,ווי למשל אונזער חתן דינן (אזוי ווי איך זעה אז ער נעמט אנטייל אינעם שמועס,קען איך אננעמען אז עס באדערט אים נישט)ווייס איך פאר א פאקט אז ער טראגט זיך ארום מיט א סוד-פארוואס ער האט עוקר געווען- וואס ער האט נאך נישט פאר קיינעם און די וועלט אנפארטרויעט,טא וואס האסטו צו חקר'נען פארוואס פארווען פארוואו,בשעת דו ווייסט נאכנישט די אלף בית?
נצבד
ווייל ער איז נישט געשפרינגען דעם ברידש,נאר אדורך געוואקט דעם ברידש,איז דיר יא אינטערעסאנט צו די קאסט האט זיך אים געלוינט,גלייב מיר די אלע וואס האבען צום סוף אדורך געוואקט,האבען קודם געהאט סועסיידעל מחשבות,און דעסיידעט אז דאס קענען זיי טוען שפעטער אויך,(ווי א באקאנטער מיינער האט צום סוף געטון)און יעצט אויף די מינוט וועלען זיי נאר איבערלאזען דעם עבר,און זיך אליינס יא איבערלאזען ביים לעבען,און האפען אויפען בעסטען,
DotCom
לעיקוואוד, ווי שוין געזאגט, דער מציאות ווייזט נישט בעסער פאר די וואס גייען מיט רש"ר דרך, סא קיין ענדגילטיגע לעזונג איז עס נישט.
דעס וואס דו זאגסט בנוגע אן אנדערע פלאן פון דער וועלט עפ"י חז"ל, ד.ה. נישט בחירה בין טוב לרע, אדרבה צייכן עס צו, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.
גאלדאנטשולדיגט פארן אריין האקן אבער איך ליין הערשט יעצט צום ערשטן מאל דעם טאפיק,
דער פותח האשכול שרייבט אז טראץ זיין ציפרידנהייט מיטן איבערלאזן פרומקייט לעכצט ער נאך אלס נאך א אוה"ח הק' פראטיק צינאכטס,
אויב מעג איך פרעגן א נארישע פראגע,
אויב זענט איר טאקע א פרייער מענטש און איר האלט זיך נישט צוריק פון גיין בשרורית לבך, וואס האלט אייך צוריק, פראטיק צינאכטס, נאכן אהיים קומען פון באר און עסן א טשיס-בורגער זיך צו זעצן צו א שטיקל אוה"ח הק', אזוי האט איר טאקע אלע תאוות
DotComמח שליט, יא די מנהיגים'ס אויפגאבע איז צו פראבירן, אבער זייער סוקסעס קען מען נישט מעסטן לויט די מענטשן'ס מעשים ווייל זיי קענען נישט אוועקנעמען די בחירה וואס דער אייבירשטער געט, ווילאנג זיי האבן נישט ערגער געמאכט וואלט איך עס אנגערופן א סוקסעס.
לעיקוואדDotCom
לעיקוואוד, ווי שוין געזאגט, דער מציאות ווייזט נישט בעסער פאר די וואס גייען מיט רש"ר דרך, סא קיין ענדגילטיגע לעזונג איז עס נישט.
דעס וואס דו זאגסט בנוגע אן אנדערע פלאן פון דער וועלט עפ"י חז"ל, ד.ה. נישט בחירה בין טוב לרע, אדרבה צייכן עס צו, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן.
כאמור, אויב במציאות איז קיין איין וועג נישט בעסער, דאן אוודאי דארף מען גיין מיט רב הירש'ס וועג.
בחירה בין טוב לרע, מיט לעמוד בנסיונות, איז נישט די זעלבע זאך. און אפילו דאס איז נישט קלאר אין חז"ל. כל שכן אז לאו דווקא אז עס קומט ארויס פון דעם די מסקנה וואס דו האסט געצויגען פון דעם. אבער אריינגיין אין דאס אלץ ברויך גרויס אריכות.
בן תמליוןשלום איך מיין אז מיר אלע קאווע שטיבל זיצערס זענען דאנקבאר אז אזא טאלאנפולער יונגערמאן ווי אייך וואס פארשטייט איבער די נושאים וואס ווערט דא געשריבן פון ווינקלען ס'רוב פון אונז דערגרייכן נישט, שרייבט דא. איך געדענק אייערע מאמרים אין די ערשטע יארן אויפן בלאג איך פלעג זיי ליינען אויף א פרי פעיד סעלל פאן איך בין ממש משוגע געווען פאר חאסידיק רעבעל. אפשר וואלט איר אונז דא איבערגעטייטשט אויף אידיש עטליכע פון זיי? איך געדענק די חסידישע מוזיק מעשה אין דעם היטש איז געווען עפעס מורא'דיק. איר פלעגט שרייבן איבער דעם רבינס טיש און וואנדערונגען אלס חסיד אין נישט אידישע פלעצער וכדומה אלע זענען געווען אויסערגעווענטליך.
אגב אויב איך מעג פרעגן. ווי איך פארשטיי האט איר באקומען א קאנטראקט אויף א בוך וואס וועט הייסן שייגעץ (?), קענט איר אונז מיטטיילן אביסל וואס דער אינהאלט וועט זיין און ווען קומט עס ארויס?
לעמאן דזשוססוי ר׳ יאיר, האט די טיילונג גערעטעט די צעהן פראצענט אדער ניין? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן וועגן צוואנג און טעראר....
לעמאן דזשוסיא, ליבע ברודערלעך, זינט מתן תורה זענען מיר יידעלעך, נשמות-אדער עלטערן און מכח האבות-אריין אין א בונד מיטן רבוש״ע, מיר האבן זיך אונטערגענומען צו היטן ׳כל אשר דבר השם׳ דורך שרייען ׳נעשה ונשמע׳ און דורך דעם ׳שם תהא קבורתכם סטראשע׳ אזוי צו אזוי האט רועינו משה ע״ה באפעסטיגט דעם צוזאג מיט שפריצן שפרענג בלוט אויף אלע אידן אינאיינעם. שפעטער איז קלאר אנגעזאגט געווארן אז אויב וועט מען זיך דערוואגן ארויסצוטרעטן קעגן די תורה און אירע געבאטן וועט זייער זייער נישט טויגן, יא, מיט צוואנג און טעראר מוז מען ממילא...נאר די וואס האבן שכל ודעת שרייען ווייטער נעשה ונשמע! און אזוי ארום האלט זיך דאס יידישקייט דורכאויס אלע דורות
פארשטייט זיך, אז במשך הזמן פון תיכף נאך דעם גרויסן בונד, מיטן עגל, ביז ימינו אלה מאכט זיך פעלער אמאל גרעסער אין צאל, אמאל גאנצע קהלות און אמאל יחידים וואס ווידערשפעניגן, נא, נישט געפערליך יבא אליהו וישיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם במהרה
לעמאן דזשוסר׳ יאיר איר זייט נישט גערעכט, כמבואר לעיל בדברי בענין הברית
מוח שליטלעמאן,
דו פרעגסט וועלעכע אנדער אפציע וואלט געשניטן מער פרוכט.
די שאלה איז צו דו האלטסט אז אידישקייט האט גענוג וואס צו זאגען פאר זיך (וואט טו סעי פור איטסעלף) אפי' ווען מען זעהט דעם צד השני.
מיין אפיניען איז א הילכיגער יא.
רעד איך פין א אידישקייט וואס גייט נאז אין וואנט אריין, אין פרובירט אויפצוווייזען אז די וועלט איז פונקטליך 6,773 יאר אלט? אדער פין א אידישקייט וואס פרובירט אויפווייזען אז עס איז דא שקצים ורמשים וואס ווערן געבוירען אנע זכר ונקבה [שאינם פרים ורבים כאילים], אוודאי נישט.
א אידישקייט איז א אידישקייט וואס איז אמת לאמיתו. אהן קיין איין טראפען ליגענט. מיר דארפען נישט זיין קיין שקרנים כדי צו זיין א איד. דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
אזא אידישקייט וועלן קיין בייזע ווינטן נישט אוועקבלאזען.