Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאווע שטיבל • תגלחת נשים

קאווע שטיבל • תגלחת נשים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
129 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 527 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #289
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:23 pm#298958
גר ותושב האט געשריבן:עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.

הער עס דא
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:28 pm#298961
Re: תגלחת נשים
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%A4%D7%90%D7%94_%D7%A0%D7%9B%D7%A8%D7%99%D7%AA/%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%95%D7%AA_%D7%94%D7%A4%D7%95%D7%A1%D7%A7%D7%99%D7%9D
תתחיל בזה אבל כמו שכתבתי למעלה לא תרוויח כלום משום שהיא לא ישמע לך
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:32 pm#298962
Re: תגלחת נשים
שלום על ישראל האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.

הער עס דא

Thanks
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:37 pm#298964
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת

א גיטן פורים

כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).


אגאנצע בקי מיר געווארן. פארוואס זאל די גמרא עס יא שרייבן? אפשר וועסטי אויך ברענגן א ראי' אז קיין איין תנא'ס ווייב האט נישט געהייסן קריינטשא ווייל מ'טרעפט עס נישט אין גאנץ ש"ס?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:45 pm#298968
אדונינו האט געשריבן:שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891


ראבינאוויטש מציע מאה אלף דולר למי שיוכיח שמותר להסתכל בסמארטפאון
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:27 pm#298973
נו מי אמר שמותר???
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:15 pm#298982
בקיצור קיינער האט נישט קיין גראדע נארמאלע ביאור פארוואס אין אונזערע רייען שנייט מען אראפ די אייגענע האר פון א יונגע מיידל פאר גארנישט און פאר נישט און מ׳טוט איר אן א שייטל וואס קאסט אפ א הון רב! ניטאמאל אויסעגעהאלטן ע״פ הלכה! אבער די רבנים און די יושבי חושך זענען למעשה זייער צופרידן מיט דעם ווייל דעס שטיפט זייער רשעותדיגע אגענדע פון דערנידערען פרויען און צונעמען זייער נאטיריליכע שיינקייט און גלייכע רעכטן! פאר די זעלבע סיבה האבן אונז אדאפאטירט אז א פרוי טאר נישט דרייווען און רייכענען נאר זי מוז בלייבן אינדערהיים וואטשען די קינדער בשעת איר מאן גייט מכלמרפשט צום שיעור און דאווענען מעריב און זיך אויסלופטערן אין זיין סיענע אדער אדעסי זיצט זי ווי א שקלאף אינדערהיים מיט זיבן קינדער וואס וויינען און שרייען אויף איר קאפ!

רבותי וועקט זיך אויך פון שלאף! אויב דארף מען איינפירן חתונה תקנות וואס מאכן סענס וואלט מען די ערשטע געדארפט איינצוימען די נערישע געפיראכטץ פון אפשניידן האר און אנטוהן שייטלעך אדער טוט מען זיך אן א שפיצל אדער אייגענע האר! פארוואס דארף מען שפענדען איבעריגע טויזענטערס פאר א זאך וואס מאכט נישט קיין פשט און ס׳איז קעגן די הלכה ???? ווי איז דער אדמור פון מאנרא וואס האט ליב צו מאכן חתונה תקנות ? הא? דעס שטימט נישט מיט זיין אגענדע????
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:35 pm#298985
כדי צו באמערקען אז מוטה פראנק איז א ירושלימ'ער, און דארט האט מען זיך אייביג אזוי געפירט. ד"ה אז די פרויען האבן זיך נישט געשוירען אבער זיי זענען נאר געגיינגען טיכעלעך און נישט קיין שייטעלעך.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:14 pm#298992
שבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:23 pm#299009
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.

הרב ליטוואק פון בודאפעסט, קענט איר מיר אנצייגן דעם רמ"א ביטע?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:25 pm#299011
או"ח סי' ע"ה סעי' ב'
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:40 pm#299014
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:או"ח סי' ע"ה סעי' ב'

די לשון הרמ"א איז הגה: והוא הדין השערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן (בית יוסף בשם הרשב"א) וכל שכן שער נכרית אפילו דרכה לכסות (הגהות אלפסי החדשים).

דו זאגסט אז דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, אבער דער אמת איז אז ער רעדט פון אינדעהיים, און צו איר מאן מעג לייענען קר"ש קעגען דעם שייטל.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:44 pm#299015
Re: תגלחת נשים
אינטערעסאנט ווי ממאכט אזא עסק פון וואס ליפא זאגט , פארוואס מאכט מען נישט קיין עסק פון וואס איך שרייב אויף ק״ש ???
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:44 pm#299016
ואח"כ מצאתי המשנה ברורה:
ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:44 pm#299017
Re: תגלחת נשים
עיי"ש בדרכי משה
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:48 pm#299021
איך קען נישט העלפען איינער וואס זיין קאפ אי פארשטאפט. לערן אפ די מחלוקת, און נאך דעם זעה וויאזוי דער רמ"א ברענגט דער הכרעה, און אזוי וועט מען וויסען אז דער רמ"א מיינט מכריע צו זיין אז שער נכרית איז נישט די האר פונ'ם פרוי, און נישט אויף דעם איז דא דער חיוב לכסות, און ממילא קען מען ליינען קר"ש אקעגען איהר, וכן נקטו כמעט כל האחרונים בדעת הרמ"א, כולל המג"א און דער ביאור הגר"א.
טאמער ס'איז דיר צו פיל, האט איינער א גרויסע איד פארפאסט א חיבור פאר דער וואס ווייסט נישט וויאזוי נאכצוקוען מקורות, און דארף אלס בקיצור און ער שרייבט עס קלאר.דא
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:49 pm#299022
שלום על ישראל האט געשריבן:ואח"כ מצאתי המשנה ברורה:
ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש

זייער פיין, הייסט'ס דער רמ"א אסר'ט, און דער משנה ברורה ברענגט די חולקים פאר א סבה. קוק ווייטער דארט אין מ"ב.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:51 pm#299023
mevakesh האט געשריבן:עיי"ש בדרכי משה

כ'בין פויל. וואס שטייט דארט?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:54 pm#299024
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:ואח"כ מצאתי המשנה ברורה:
ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש

זייער פיין, הייסט'ס דער רמ"א אסר'ט, און דער משנה ברורה ברענגט די חולקים פאר א סבה. קוק ווייטער דארט אין מ"ב.

נאכאמאל, די מדובר איז קלאר נאר אויב א מאן מעג לייענען קריאת שמע קעגען די ווייב'ס שייטל; נישט אויב זי מעג טראגן א שייטל אויף די גאס [און זיכער נישט אויב זי מעג אויפגעדעקט].
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:56 pm#299025
דו ביסט צו פויל צו ליינען, קומט זיך דיר נישט מ'זאל דיר אויפקלערען. בלייב אן עם הארץ.
אבער ס'איז מעגליך דא א ליינער וואס ווייסט נישט, און וועט דיר אפשר גלויבען וועל איך ברענגען לשון המ"ב.

שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:05 pm#299026
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו ביסט צו פויל צו ליינען, קומט זיך דיר נישט מ'זאל דיר אויפקלערען. בלייב אן עם הארץ.
אבער ס'איז מעגליך דא א ליינער וואס ווייסט נישט, און וועט דיר אפשר גלויבען וועל איך ברענגען לשון המ"ב.

שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש

דו מאכסטיך?

דא האסטו די גאנצע זאך:
- די מחבר האט געשריבן:שער של אשה שדרכה לכסותו אסור לקרות כנגדו.

- די רמא האט געשריבן:הגה: אפילו אשתו. והוא הדין השערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן (בית יוסף בשם הרשב"א) וכל שכן שער נכרית אפילו דרכה לכסות (הגהות אלפסי החדשים).

- די משנה ברורה האט געשריבן:שער נכרית קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש וכתב הפמ"ג דבמדינות שיוצאין הנשים בפיאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע ומשמע מיניה שם דאפילו שער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל ובספר מגן גבורים החמיר בזה עי"ש. וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין עי"ש.


דו קענסט קלאר זעהן אז די גאנצע נושא איז איבער א מאן'ס קריאת שמע.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:11 pm#299027
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 7:22 pm#299030
Re: תגלחת נשים
יא יא. מ'זעט קלאר אז ער רעדט פון אלס, הן איסור קריאת שמע הן איסור פריעת ראש. ממש ווי מ'האט גערעדט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 8:15 pm#299037
Re: תגלחת נשים
וואו קען זען די שני וחמישי פון יעדע מאל ? מקען עס באשטעלן צו באקומען אויף אימעיל ?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:54 pm#299044
שלום על ישראל האט געשריבן:ס'אזא לצנות

אבער דו כאפסט אז דער איז נאך פארנומען מיט די כי תצא רש"י וואס עס עקסיסטירט נישט...
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:05 pm#299047
עמעזאן האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:ס'אזא לצנות

אבער דו כאפסט אז דער איז נאך פארנומען מיט די כי תצא רש"י וואס עס עקסיסטירט נישט...

אמת, ס׳איז א אנדערע ראשון
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:47 pm#299054
שלום על ישראל האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:עיי"ש בדרכי משה

כ'בין פויל. וואס שטייט דארט?

... :lol:
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 3:43 pm#299177
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.


יעדער ווערט דא פלוצלינג א גאנצער תענית חלום! ס׳איז יא מותר ס׳איז נישט, ס׳איז א בפירושע רמ״א! איינער זאגט די רמ״א האט נאר געמיינט א שייטל אינדערהיים דער צווייטער זאגט נאר אין שבת ראש חודש נאכן לייענען די הפטורה ,דער דריטער זאגט אז ס׳איז נאר מותר בדיעבד מיט א סענטעטיק שייטל! ווען איך בין אויפגעוואקסן האב איך געהערט אסאך מאל אז א אפענע שייטל איז פראבלעמאטיש ע״פ הלכה!

און דו אליינס זאגסט אז אפשערן האט א שוואכע מקור! איז גיימיר צוריק צום אלטן אז די סיבה מ׳האט נאכנישט געסטאפט די רשעותדיגע נאונסענס פון אפשניידן אייגענע האר פון א אינגע מיידל איז לויטערע רשעות און סעקסיזם!!! גארנישט מעהר! האט גארנישט צוטוהן מיט קיין הלכות! ווען די רבנים וואלטן געוואלט אויפהערן מיט די מנהג וואלטן זיי געטראפן א אפענע מקור ערגעץ אין די גמרא אז א פרוי מוז זיין שיין פאר דעם מאן וכודומה! זיי וואלטן שוין אויפגעקומען מיט קראנטע מקורות פון אינטער דער ערד! ס׳איז פשוט נישט אין זייער אינטערעסע! דאס אלעס!!!
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:03 pm#299179
איך קוק עס אן ווי א לבוש/דעקלעראציע. פונקט ווי מענער טראגן בערד, גייען א קאפל, די זעלבע שניידן פרויען די האר. די מקורות זענען נישט וויכטיג, ביי ביידע, ס'איז פשוט א חלק פון קולטור וואס זאגט "איך בין א חסידישע אידישע מאמע."
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:11 pm#299183
Re: תגלחת נשים
איז דיין פראבלעם מיט דיין אויפוואקסען, נישט מיט'ן הלכה. פאר דער וואס האט פראבלעמען מיט ליינען קען איך אויך נישט העלפען. אז ליינען און טייטשען א פשוט'ער רמ''א איז שוין א גאנצע ת''ח, זענען מיר ערשט אין פעקל. און נישט צוליב א געגאלטע'ן קאפ.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:18 pm#299200
מאטי האט געשריבן:איך קוק עס אן ווי א לבוש/דעקלעראציע. פונקט ווי מענער טראגן בערד, גייען א קאפל, די זעלבע שניידן פרויען די האר. די מקורות זענען נישט וויכטיג, ביי ביידע, ס'איז פשוט א חלק פון קולטור וואס זאגט "איך בין א חסידישע אידישע מאמע."


רבש״ע וואס פארא פארגלייך איז דעס צו א מאנספערזאנ׳ס בארד???
קודם כל בערד קאסט נישט קיין צוויי טויזענט דאללער א שטיקל!!! און ס׳איז נישט קיין שום פארגלייך צו האר פון א פרוי! אין א נארמאלע סאסייעטי שניידט כמעט קיין איין פרוי נישט אפ אויף א זערא! דעס פלעגט מען טוהן און מ׳טוט עס נאך אלץ אין געוויסע צוריקגעשטאנענע קולטורס ווען מ׳האט געוואלט באשטראפן א פרוי און איר ארפקלאפן! דעס הייסט צונעמען זייערע גלייכע רעכטן!!! איך גלייב אז ווען רוב מיידלעך וואלטן ווען געוויסט דעם ריינעם אמת אז ס׳האט גארנישט צוטוהן מיט קיין הלכה און אידישקייט וואלטן זיי קיינמאל אין לעבן נישט מסכים געוועהן מ׳זאל זיי אראפנעמען זייער האר פון קאפ! וואס איז א קרוין פאר א יעדע פרוי!!!

און וואספארא נערישע גערעדעכץ איז דעס אז די מקורות איז נישט וויכטיג? וואס איז פשט אין דיינע ווערטער??? וואס הייסט? אונז טוען משוגענע זאכן אן קיין שום פשט וואס קאסט אפ אידיש בלוט און געלט על לא דבר און די מקור איז נישט וויכטיג?? אתמהה!
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm#299201
Re: תגלחת נשים
עמעזאן האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:ס'אזא לצנות

אבער דו כאפסט אז דער איז נאך פארנומען מיט די כי תצא רש"י וואס עס עקסיסטירט נישט...
ווי אויך מיט די פסוק פון ׳די וואך׳ כי האדם עץ השדה גו׳ …
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:31 pm#299203
די געלט איז פאר'ן שייטעל. מ'קען לייגען א טיכעל פאר א פאר דאללאר, אבער פרויען גיבען אויס אסאך געלט פאר זייער קליידער, און די שייטעל איז נישט אנדעריש. און דער צודעקען די האר איז א חיוב כאמור, און די שייטעל איז די בעסטע וועג פאר זיי.
און אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש. נאר פארוואס האב איך עס געטוהן? ווייל די געזעלשאפט האט עס געפאדערט. ס'איז די נארמאלע זאך צו טוהן פאר א ליטוואק אין ישיבות, און איך האב זיך נישט געוואלט אויסרופען אלס עפעס אנדעריש, בפרט אז די וואס גייען בערד זענען נישט געווען מיין טיפ בכלל, און איך וואלט בעצם דערמיט געזאגט ליגענט.
דאס אפגאלען קאסט נישט קיין געלט, נאר ס'איז א מ יאוס'ער זאך. איך בין נייגעריק צו פאר א פארפרומטע פרוי איז דאס אן אייביגע אפקומעניש, צו מ'געוואוינט זיך צו און ס'איז אזוי ווי די הייסע קליידער וואס א מאן דארף דורכגייען און מ'געוואוינט זיך צו און מ'באשולדיגט די וועטער פאר'ן שוויצען אנשטאט'ס די באקליידונג.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:41 pm#299209
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די געלט איז פאר'ן שייטעל. מ'קען לייגען א טיכעל פאר א פאר דאללאר, אבער פרויען גיבען אויס אסאך געלט פאר זייער קליידער, און די שייטעל איז נישט אנדעריש. און דער צודעקען די האר איז א חיוב כאמור, און די שייטעל איז די בעסטע וועג פאר זיי.
און אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש. נאר פארוואס האב איך עס געטוהן? ווייל די געזעלשאפט האט עס געפאדערט. ס'איז די נארמאלע זאך צו טוהן פאר א ליטוואק אין ישיבות, און איך האב זיך נישט געוואלט אויסרופען אלס עפעס אנדעריש, בפרט אז די וואס גייען בערד זענען נישט געווען מיין טיפ בכלל, און איך וואלט בעצם דערמיט געזאגט ליגענט.
דאס אפגאלען קאסט נישט קיין געלט, נאר ס'איז א מ יאוס'ער זאך. איך בין נייגעריק צו פאר א פארפרומטע פרוי איז דאס אן אייביגע אפקומעניש, צו מ'געוואוינט זיך צו און ס'איז אזוי ווי די הייסע קליידער וואס א מאן דארף דורכגייען און מ'געוואוינט זיך צו און מ'באשולדיגט די וועטער פאר'ן שוויצען אנשטאט'ס די באקליידונג.


ליטוואק! קיינער כמעט טוט נישט אן קיין טיכל! האק נישט אין קאפ אריין! און איך רעדט דא פון חסידים וואס זענען אויפגעוואקסן אזויווי מיר אין וויליאמסבורג צו אין אנדערע חסידישע געגענטער ווי 90 פראצענט שניידט אפ די אייגענע שיינע האר און באצאלט א הון רב פאר יענעמעס האר פון אינדיע! וואס איז פשט פון דעם? פארדעם דארף מען שוויצן מיט טיי אווענטס און צדקה פארטיס ווען כמעט א יעדער מאכט חתונה א קינד? צו קויפן פרעמעדע האר פון אינדיע??? פארוואס? פארווען? פארוועם? זיי מסביר דברים של טעם און הער אויף ארומצודרייען די ווערטער! פאקטן בלייבט פאקטן! ס׳איז נישט דא קיין שום סיבה שבעולם אראפצושערן איינעמס האר און באצאלן פאר יענעמעס! פארוואס מעג זי נישט האבן קיין אייגענע האר אויב זי טראגט יענעמס???
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:59 pm#299212
שבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:02 pm#299213
Re: תגלחת נשים
דו שטופסט צוזאמען צוויי זאכען. ס'איז נישט דא קיין סבה צו שערען די קאפ, ס'איז יע דא א סבה צוצודעקען די קאפ, און מ'טוט עס טייער ווייל אזוי ווילט זיך. דו קענסט נאכאמאל פרעגען פארוואס, אדער ליינען די ענטפער.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:06 pm#299214
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און אגב, אלס איינער וואס פלעגט אפגאלען מיין בארד, קען איך דיר זאגען ס'איז אויך אן אנקומעניש.

דאס איז נישט רעלעוואנט. פונקט ווי ס'איז נישט רעלעוואנט די פראקטישקייט פון שערן די פרוי'ס האר בנוגע שוויצן. מ'רעדט דאך נישט צו ס'לוינט זיך דאס שערן די פרוי'ס קאפ אדער מאנ'ס בארד; מען רעדט צו מוז אדער ס'איז אסור.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:24 pm#299222
Re: תגלחת נשים
ער פרעגט פארוואס מ'טוט א זינלאזער זאך, און מ'זעט אז ער איז ברוגז אז דער פרומקייט קען אזוי אראפשטופען א מענטש פון די שינדעס. ענטפער איך אז ס'איז נישט קיין מצוה צו גאלען די בארד און נאכאלס האב איך עס געטוהן. וועגען די געזעלשאפט.
That was simple.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:37 pm#299227
מאטי האט געשריבן:שבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.


זיי מסביר דיינע ווערטער

1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?

2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???

3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???

4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???

דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:42 pm#299229
Re: תגלחת נשים
Too many "!!!!!!!".
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:48 pm#299230
petergrifin האט געשריבן:Too many "!!!!!!!".

So sorry!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! :!: :!: :!:
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:49 pm#299231
ס'מיינט: איך רעג מיך זייער שטאאאאאאאאאאאאאארק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 8:30 pm#299237
Re: תגלחת נשים
איז וואס פלאנסט דו שבת? מ'זאל נישט אפגאלען די קעפ? וויפיל געלט וועט מען זיך איינשפארען?
א שייטעל גייט מען מיט האר אויך, אזוי ווי מיין מאמע באבע עלטער באבע ולמעלה בקדש.
וואס רעדסט דו נאכאנאנד פון געלט? סתם ווייל דו האסט ליב געלט?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:49 pm#299255
נאכאמאל, לייען וואס איך האב פריער גשריבן, אז מ'גייט במילא מיט יענעמס האר וואס קען מען נישט גיין מיט די אייגענע האר? אדער קען מען גיין מיט א טיכל/סנאוד אויף די גאס און אייגענע האר אינדערהיים אבער וואס איז די משוגעת פון זיך אפשערן אויף א זערא און זיך אנטוהן יענעמ'ס האר פאר אפאר טויזענט דאללער?

פון ווי ווייסטו אז איך האב ליב געלט? קענסט מיך? האסט מיך בכלל אמאל געזעהן? ווי קומט עס דא אריין אין די שמועס? איך רעד דען פון מיר? איך רעדט פון א ציבור וואס מוטשעט זיך אויף טעגליכע געברויכן און זיי דארפן אויסגעבן טויזענטערס במשך פון לעבן פאר גארנישט??? ווי זענען די רבנים צו מאכן תקנות וואס זאל האבן יעדעם איינעמס אינטערעסן? ווי איז איצא גליק? שרגא פרידמאן? קאסובער? און די אלע גאט פארזארגערס?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:52 pm#299256
Re: תגלחת נשים
האלט גוט קאפ ווייל ס'איז א שווערע חשבון.
וויבאלד אייגענע האר מעג מען נישט גייען אויפגעדעקט ווען ס'איז צוגעקלעבט צום קאפ. אבער ווען ס'איז נישט צוגעקלעפט מען מעג יא, כמבואר בספרי היהדות. במילא דעקט מען צו די קאפ מיט עפעס.
פארוואס קאסט דער עפעס א סאך? ווייל ווייבער ווילען ס'זאל אויסזען שיין.
That was easy
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:56 pm#299257
כמובאר בספרי היהדות? ווער איז דאס?

הער אויס, יעדער טייטשט אריין אין די תורה וואס זיי געפעלט, ווען די רבנים וואלטן געוואלט וואלטן זיי שוין לאנג געטוישט די נארישע גזירה פון זיך אפשניידן די האר זיי ווילן נאר נישט ווייל ס'איז זיי זייער גוט אזוי, ס'איז בעסער פאר זיי אז די פרויען זאלן זיין מיאוס און אראפגעקלאפט!
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:01 pm#299261
Re: תגלחת נשים
רבנים ווי דער דזשוליק פון קראקא?
ספרי יהדות זענען די ספרים וואס זאגען אונז פשט אין תורה, וואס איינער פון זיי איז דער שלחן ערוך, וואס אויף דעם איז פארשפרייט א מפה פון דער פון קראקא. און ער זאגט אונז אז דער תורה איז מתיר אפגעהאקטע האר און נישט צוגעקלעבטע האר.
אז ער איז ביי דיר פונקט ווי א מתקן תקנות אין ב.פ. איז דיין פראבלעם ווידער נישט מיט'ן געזעלשאפט.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:02 pm#299262
Re: תגלחת נשים
און ביטע הער אויף שפרינגען פון גאלען ביז שייטעל. ס'איז צוויי ערליי זאכען, וואס ביידער קענען זיין גוט אדער ביידער שלעכט, אדער איינער גוט און איינער שלעכט.
דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:55 pm#342084
אופס... יעצט זעה איך אז ידידנו ר' ריכטיג האט מיר אויסגעכאפט... אבער נעכטן איז נאך דארט נישט געווען דעם שטיקל צום סוף...

אויבן האט מען ארומגערעדט איבער דעם דעת פון חזון איש איבער דעם ענין. איינער האט נאכגעזאגט אז ער האט געזאגט אז פאר אונגערישע יודן איז עס ביהרג ואל יעבור. איז אזוי, אין ספר פאר הדור (חלק ד') ברענגט ער אז עס זענען געווען אין ארץ ישראל עלעטערע אונגערישער בחורים, האט זיי הג"ר יעקב ניימן - ר"י אור ישראל בפ"ת - געפרעגט הלמאי זיי האבן נישט חתונה, האבן זיי געענפערט ווייל זיי טרעפן נישט קיין מיידלעך וואס ווילן זיך שערן די האר, האט ער זיי פרובירט משכנע צו זיין וכו', אבער עס האט נישט געהאלפן, האבן זיי מחליט געווען אז מען וועט אנפרעגן דעם חזון איש וואס צוטוהן. (דא איז דער בריוו צום חזו"א.) האט דער חזון איש געענפערט אז די בחורים זענען גערעכט ווייל מען דארף מקפיד זיין אויף די גדרים אויף וואס מען איז אויפגעוואקסן (ובירכם החזו"א וב"ה מצאו זיווגם זי"ע). ממילא איז דער אויבנדערמאנטע שמועה גערעכט און נישט גערעכט; נישט גערעכט, ווייל דער חזו"א האט נישט געזאגט יהרג ואל יעבור, יא גערעכט ווייל אין אונגארן גופא מיינט יהרג ואל יעבור סימפלי אז מען טאר נישט ( ;) ).

און וואס האט דער חזון איש לכשעצמו געהאלטן אויף דעם מנהג? אט ליינט (מספר מעשה איש):

מעשה איש ז קכו.JPG


(קרעדיט)