Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאווע שטיבל • תגלחת נשים

קאווע שטיבל • תגלחת נשים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
129 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 527 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #289
דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:04 pm#342086
איך האב פארשטאנען אז דער חזו"א האט געמיינט אז י אונגארישע וואס האלטען אז ס'איז הארב, טאמער זיי גיבען עס נאך, וועלען פיהל נאך זאכען נאכגעבען. דעריבער זאל מען זיי נישט הייסען אפלאזען. משא"כ ווען דער מאן וויל נישט, איז נישט. ס'איז נישט קיין צושטעל אז ס'דארף א תירוץ.
דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:22 pm#342091
הבהרה, איך האב נישט געמיינט צו פרעגן א קשיא. דער חזון איש זעלבסט וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזא תקנה, ווייל עס (א)עקלט*, כלשון קדשו, אבער איינער וואס האלט זיך אן אונגערישער, האט ער געהאלטן ער זאל נישט נאכלאזן אזא הייליגער מנהג.

און וואס טוט זיך מיט ליטוואקעס פון בודאפעסט? איז ווי אויבנדערמאנט אין דעם אשכול זענען די היינטיגע "ליטאים" א גרויס חלק פון זיי אונגערישע, וכנראה אז בענין זה אמרינן יהפוך הונגרי עורו. (וזה אולי שייך לסוגיות אל תטוש, התרת נדרים, מקום שנהגו, ולע"כ כה"צ)

*די ישראלים זענען מקפיד צו שרייבן אידיש מיט גרייזן כידוע...
דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:33 pm#342094
ר' משה שרייבט א פאר מאל אז א מנהג איז אויף די פלאץ וואו מ'געפונט זיך, נישט ווי מ'שטאמט. מיר זענען אמערעקאנער און מ'דארף נישט קלערען מער ווי 'וואס איז מנהג אמעריקא?'
דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:27 pm#342113
די אונגארישע האבן א מנהג אננצונעמן מנהגים פון וואו מ'שטאמט.
פרייטאג יולי 15, 2016 1:18 am#342257
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ר' משה שרייבט א פאר מאל אז א מנהג איז אויף די פלאץ וואו מ'געפונט זיך, נישט ווי מ'שטאמט. מיר זענען אמערעקאנער און מ'דארף נישט קלערען מער ווי 'וואס איז מנהג אמעריקא?'

מנהג אמעריקע איז נישט ארויסצונעמען א סמארטפאון אין ביהמ"ד....
זונטאג יולי 17, 2016 6:09 am#342424
Re: תגלחת נשים
קוקט'ס נאכאמאל אינ'ם אשכול וואס ריכטיג האט צוגעצייכענט אין דער אוצה"ח סייט. איינער 'חיים שיש בהם' צייכענט צו צענדליגע מראה מקומות, אז מ'האט נאר איין מאל געגאלט די קאפ און דערנאך נאר געשניטען קורץ. ער ברענגט פון זהר און נאך פארשידענע אינטרעסאנטע זאכען. ווערט א קוק

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:24 pm#356417
כ'האב געהערט א שטיקל אודיא וואס מ'זאגט אז עס קומט פון א צניעות אסיפה נעכטן אין קהילת פאפא אין וויליאמסבורג. דער רעדנער זאגט אז דער חזון איש פסק'נט אז אן אונגאריש-אפשטאמיגע פרוי וואס שערט זיך נישט די האר איז "עוברת על דת יהודית."

שקרן!

וואספארא חוצפה און עזות צו פארקויפן פאר תמימות'דיגע אידן שקרים וכזבים.

קומען וואוילע פאפא חסידים, טייל פון זיי געליפערט מיט באסעס פון בארא פארק און מאנסי, און מיינען נעבעך אז זיי הערן דעת תורה פון דיינים און פוסקים. און אלעס וואס זיי הערן איז גוזמאות און אפענע שקרים.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:28 pm#356418
Re: תגלחת נשים
איש חזון האט געשריבן:אופס... יעצט זעה איך אז ידידנו ר' ריכטיג האט מיר אויסגעכאפט... אבער נעכטן איז נאך דארט נישט געווען דעם שטיקל צום סוף...

אויבן האט מען ארומגערעדט איבער דעם דעת פון חזון איש איבער דעם ענין. איינער האט נאכגעזאגט אז ער האט געזאגט אז פאר אונגערישע יודן איז עס ביהרג ואל יעבור. איז אזוי, אין ספר פאר הדור (חלק ד') ברענגט ער אז עס זענען געווען אין ארץ ישראל עלעטערע אונגערישער בחורים, האט זיי הג"ר יעקב ניימן - ר"י אור ישראל בפ"ת - געפרעגט הלמאי זיי האבן נישט חתונה, האבן זיי געענפערט ווייל זיי טרעפן נישט קיין מיידלעך וואס ווילן זיך שערן די האר, האט ער זיי פרובירט משכנע צו זיין וכו', אבער עס האט נישט געהאלפן, האבן זיי מחליט געווען אז מען וועט אנפרעגן דעם חזון איש וואס צוטוהן. (דא איז דער בריוו צום חזו"א.) האט דער חזון איש געענפערט אז די בחורים זענען גערעכט ווייל מען דארף מקפיד זיין אויף די גדרים אויף וואס מען איז אויפגעוואקסן (ובירכם החזו"א וב"ה מצאו זיווגם זי"ע). ממילא איז דער אויבנדערמאנטע שמועה גערעכט און נישט גערעכט; נישט גערעכט, ווייל דער חזו"א האט נישט געזאגט יהרג ואל יעבור, יא גערעכט ווייל אין אונגארן גופא מיינט יהרג ואל יעבור סימפלי אז מען טאר נישט ( ;) ).

און וואס האט דער חזון איש לכשעצמו געהאלטן אויף דעם מנהג? אט ליינט (מספר מעשה איש):

מעשה איש ז קכו.JPG


(קרעדיט)

דא האט איר דעת החזון איש
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:29 pm#356419
ריכטיג. בסך הכל א מעשה'לע, וואס אפילו לויט דער מעשה האט דער חזון איש קיינמאל נישט געזאגט עוברת על דת יהודית.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:37 pm#356420
עס איז וואר אז דער חזון איש האט ביי איין פונקט מחזק געווען אונגארישע בחורים זיך צו האלטן צו זייער טראדיציע ווי עס ווערט געברענגט אין פאר הדור און ענליך אין מעשה איש זע דא, פונקט ווי דער חזון איש וואלט מסתמא אונטערגעשטיצט אז מ'זאל נישט טוישן דעם סארט קאפולעטש און זיך האלטן צו דער מסורה אפילו אויף דברים של מה בכך, אבער עס איז אים אין וויסטן חלום נישט איינגעפאלן אז איינער וואס האלט נישט דעם מנהג זאל זיין אן עוברת על דת יהודית.
ווייסעך נישט צי דער מגיד איז א פערד אדער אן עם הארץ אדער סתם א שקרן און א בלאפער ווי לבן.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 11:43 pm#356421
Re: תגלחת נשים
דער רעדנער איז אן אדמו"ר וואס לויט חוקי הנימוס טאר מען נישט אזוי רעדן אויף איינער וואס זיין טאטע האט עהם איבערגעלאזט א קהילה צו פירן
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:04 am#356424
הייסט עס אז דאס איז גאר דער פאפער רבי אליין? און מיר דארפן זיך באציען בדרך נימוס צו א מענטש וואס האט נישט קיין שום פראבלעם צו פארפירן מיט שקרים וכזבים די אנשי הקהילה וואס זיין טאטע האט אים איבערגעלאזט?

אהא.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:31 am#356428
אז מ'האט שוין ארויפגעברענגט דער אשכול, דא האט איר א העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל וואס טוט אדורך די מעשה פון קימחית פון אן אקאדעמישע פערספעקטיוו.

.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:05 pm#356473
Re: תגלחת נשים
וואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:39 pm#356502
מפוזרי האט געשריבן:וואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?


אפילו אויב די מסקנא איז נישט אינטערעסאנט, איז אבער יא אינטערעסאנט די שאלות והערות וואס ווערן אויפגעברענגט.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:49 pm#356519
מפוזרי האט געשריבן:וואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?

געטראכט די זעלבע, סתם געמאלן לופט צו מצדיק זיין איר משכורת.
זונטאג יאנואר 08, 2017 3:12 pm#359271
ליטוואק דא שטייט אויך וועגן וועד ארבע הארצות אבער אויך נישט קלאר.
פרייטאג פעברואר 17, 2017 6:05 pm#363118
א חשוב'ע תפלה ביים זיך אפגאלן די קאפ. אין א כתב יד ישן נושן האב איך געפונען די פאלגענדע:

ונשות חסידות מוסיפות: "ושערות ראשי המגלחות יהיו כשערות הסוטה המגולחת אשר כריסה נבקעת ולבה מתגלה בפני קהל ועדה למען ישמעו וייראו הנשים ולא ירימו ראשן עוד". ע"כ.

קרעדיט: פרעד מעקדאוועל

.
דינסטאג אפריל 23, 2019 11:24 pm#428935
Re: תגלחת נשים
אויף די נושא (כ׳האב נישט געזעהן מ׳זאל עס האבן אראפגעברענגט. אפשר אין די לינקס; כ׳האב נישט געקענט עפענען אלע).

m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0&pgnum=12 m


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך אפריל 24, 2019 8:51 pm#429004
Re: תגלחת נשים
אדונינו האט געשריבן:שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891

IMG_4414.jpg


(אבה״ע ח״ב.)

אגב, בנוגע דאס וואס מ׳זאגט אז זיך נישט שערן, (פאר די וואס די עלטערן, סביבה וכו׳ פירן זיך אז יא, דארף א התרת נדר, וויל איך פרעגן (אפשר א קלאץ קשיא). איז נישט ״די פרוי״ די וואס דארף מתיר נדר זיין ווי איידער די מאן? אפילו לויט דעם מנהג ליגט עס דאך דאך אויף איר צו טוהן ווי איידער דער מאן זאל עס... עממ... ארויפצווינגען. איך האב עס געזוכט אין שבט הלוי און נישט געטראפן. איך וואלט געווען שטארק דאנקבאר ווען איינער קען מיר צוצייכענען א פונקטליכע מראה מקום. ייש״כ למפרע.


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אפריל 28, 2019 9:00 pm#429151
Re: תגלחת נשים
גראדעמעכעלע האט געשריבן:


עס איז אביסל איראניש, אבער אינ׳ם פריערדיגן קליפ האט זיך ליפא בעיקר אנגעהאנגען אין א רש״י (אפגעזעהן צו רש״י באציט זיך אויף די התגלחות אדער ועשתה את צפרניה, ווי ערווענט). רש״י דערמאנט אין צוויי פלעצער, בנוגע כהונה גדולה (ויקרא טז לב; הגם די לשון דארט איז ״שאם״ בנו ממלא את מקומו) און בנוגע מלכות (דברים יז כ), אז בנו קודם לכל אדם. דאס איז (עטוואס) בניגוד צו ליפא׳ס טעזע אין די קליפ. (איך פארשטיי אז דער בן דארף זיין ״הגון לכך״.)


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יולי 03, 2019 5:16 pm#432629
Re: תגלחת נשים
אין שו״ת דברי ישראל (ח״ב אבה״ע סימן כו-ל; אראפגעברענגט אין מנהג ישראל תורה אויף אבה״ע סימן כא. כ׳האב נישט געקענט טרעפן דעם ספר) פון הרב וועלץ זצ״ל פון א״י, פסק׳נט ער אז אפילו התרת נדר העלפט נישט אויף דעם.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:08 pm#436345
ראובן האט געשריבן:כ'האב געהערט א שטיקל אודיא וואס מ'זאגט אז עס קומט פון א צניעות אסיפה נעכטן אין קהילת פאפא אין וויליאמסבורג. דער רעדנער זאגט אז דער חזון איש פסק'נט אז אן אונגאריש-אפשטאמיגע פרוי וואס שערט זיך נישט די האר איז "עוברת על דת יהודית."

שקרן!

וואספארא חוצפה און עזות צו פארקויפן פאר תמימות'דיגע אידן שקרים וכזבים.

קומען וואוילע פאפא חסידים, טייל פון זיי געליפערט מיט באסעס פון בארא פארק און מאנסי, און מיינען נעבעך אז זיי הערן דעת תורה פון דיינים און פוסקים. און אלעס וואס זיי הערן איז גוזמאות און אפענע שקרים.

עיין ערך אמונות הכרחיות.
מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 5:30 pm#437018
מענער
אינטערסאנט אז קיינער האט עס נישט אנגעמערקט ביז יעצט, אבער די וואס טענה׳ן וועגן חציצה קומט אויס אז מענער בזמן שבית המקדש היה קיים (אדער ביים בית המקדש השלישי) וואס מען וועט זיך דארפן טובל׳ען מן התורה בכמה אופנים, לאמיר זעהן אויב זיי וועלן אזוי מחמיר זיין אויף חציצה און זיך אפגאלען פון אויבן ביז אונטען....
פאר יענעם איז מען מחמיר...
מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 9:52 pm#437022
מרדכי הצדיק האט געשריבן:איינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,


אפשר וואלט מען געברויכט אפגאלען די בארד עס זאל נישט זיין קיין חשש סחיטה ווען מען גייט אין מקוה שבת.
מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 9:55 pm#437023
Re: תגלחת נשים
ווען האט זיך אנגעפאנגען די שייטלעך? לויט ווי איך פארשטיי פלעגט מען גיין ארפגעבינדען,

Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
מאנטאג מאי 11, 2020 1:08 pm#448357
The_Garment_of_Torah_Clothing_Decrees_an.pdf
(683.61 KiB) אראפגעלאדנט 43 מאל

איך האב יעצט געזען די מאמר, וואס מ'רעדט דארט ארום די גזירת המלבושים, גער און די גזירה קעגן פרויען זיך שערן
מאנטאג מאי 11, 2020 6:37 pm#448397
אישתישבי האט געשריבן:
מרדכי הצדיק האט געשריבן:איינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,


אפשר וואלט מען געברויכט אפגאלען די בארד עס זאל נישט זיין קיין חשש סחיטה ווען מען גייט אין מקוה שבת.

די אמאליגע ליטוואקעס האבען טאקע אזוי אקוראט געהאלטן.
מאנטאג מאי 11, 2020 6:46 pm#448398
די אמאליגע ליטוואקעס, ווי היינט, האבען דאך נישט געהאלטן אז עס איז אזוי וויכטיג צו גיין אין מקוה. נאר ביי פרויען איז עס אן עסק.