מאנטאג מאי 20, 2013 12:47 am#115920
@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..
דעת תורהגעפילטע פישדעת תורה(דער אמת איז נאכמער, אז די זעלבע חומרא איז אויך שייך מחשש אז א האר וועט זיך ארויסשטעקן אין רה"ר וואס דארט איז עס שוין א איסור תורה. סאו דארפסט בכלל נישט צוקומען צום זוהר).
אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף.
דו פארשטייסט הייסט עס אז די פראצענט מעגליכקייט א הארל זאל זיך ארויסשטעקן איז די זעלבע במקום התורפה ווי אויפן קאפ? וואסערע קליידער גייט מען ביי אייך?
דעת תורהגעפילטע פישדעת תורהווייטער לענין סחיטה / חציצה, די פרויען (אדער רבנים) וואס האבן איינגעפירט די חומרא האבן אויך געוויסט וויאזוי מען גיט זיך א עצה על פי הלכה, דאך האבן זיי מחמיר געווען זעענדיג אז עס קומט לידי מכשול למעשה.
אויב איז דאס די טעם וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מקפיד זיין בשער בית השחי און מקום התורף, און די שבת אינדערפרי מקוה פון די מענער.
שער בית השחי ושער בית הערוה איז סייווי דער סדר פון פרויען צו שעיווען קלין כמבואר בגמרא אז א מאן טאר דאס נישט טון משום לא ילבש (עס איז מיר א פלא די משמעות דא אין קאווע שטיבל בכמה מקומות - לפנים מן הפרגוד - אז ביי היימישע פרויען איז דער ענין נאכגעלאזט. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען דערויף גוזר תענית געווען).
דעת תורהגעפילטע פישדעת תורהדי הלכה שאלה איז מצד מנהג המקום שיצא משם. מנהג אבותיו ועוד.
ס'איז קלאר אז אויב קום איך פון א מקום ווי מ'האט געדאווענט נוסח אשכנז, און היינט בין איך אין א מקום וואס מ'דאווענט נוסח ספרד דארף איז אוחז זיין במנהג המקום ווי איך בין יעצט, און משום מנהג אבותיו האב איך גענוג באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן, ווי אויך די באבעס וואס האבן זיך יא געשוירן האבן אויך משנה געווען פון זייער באבעס וואס האבן זיך נישט.
אז דו האסט דיר שוין מברר געווען די הלכה לענין זה, מה טוב ומה נעים. נאר אלס אל תמנע טוב מבעליו זיי מפרסם דיין בירור. וואס רעכנסטו פאר א מקום היינט? איז בכלל שייך אין א שטאט מיט צענדליגער מיני קהילות און מנהגים אזא זאך ווי א מנהג? ומה הדין לגבי קרית יואל, שיכון סקווירא? ואת"ל דשם מנהג המקום להחמיר ומחייב את כולם (גם התימנים כידוע דעת דוד עקשטיין בזה), וואס וועט זיין דער דין לגבי כתר וויליזש? גייט מען בתר שמא אז דאס הייסט א מקום בפני עצמו אדער בתר טעמא און עס ווערט נכלל אין מאנסי? ואיך הדין בבני עיר שהעתיקו כולם לעיר אחרת (מארץ הגר לוויליאמסבורג) דארפן זיי אנהאלטן די אלטע? איז שייך אזא זאך ווי מנהג החסידות / חוג אפילו מען וואוינט אין א שטאט וואס רוב באלאנגען נישט אהין?
אז דו האסט באבעס וואס האבן זיך נישט געשוירן - ביסט שוין נישט קיין ריינער אונגארישער באטשי - איז שוין א צווייטע נושא. דארף מען דן זיין לויט וואסערע טשולענט דו עסט און פאר וועלכע כולל דו האסט א געפיל...
chosen people@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..
היימישערchosen people@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..
פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?
היימישעראויב איך מעג פרעגן אפען, וויפל היימישע ווייבלעך ווילאמסבורג - ב"פ - מאנסי שעווען זיך דארט ?
זיי אליינס ווייסען אויב נישט ווער יא און ווער נישט
הוגה
איי וואס טוט מען מיט די מסורה? פארוואס עפעס איז מסורה וויכטיגער ווי שלום בית? פארוואס עפעס איז מסורה מער הארב ווי בני תשע מדות? אויב איז נדר א פראבלעם דאן זעצט מען צוזאם דריי חברים, מען גיבט א פתח חרטה און מען איז מתיר נדר.
שמעקעדיג.
שמעקעדיגדאס איז דער סאטמאר רבי. די מעשה איז געשטאנען לעצטע וואך אין "דער איד" (פר' ויגש).
איך גלייב נישט אז די מעשה איז אמת, ס'איז שלא כדרכו צו זאגן אזעלכע ענינים, ס'איז מסתמא איינע פון די פריש געבאקענע מעשיות אויף אים, among ALL others.
ישמעאל הכהןבאשעפער האט געזען אז מיט האר איז שענער, הייסט ער איז געוואר געווארן א נייע זאך? ווער האט געמאכט אז האר זאל זיין שיין, נישט ער? פארוואס האט ער נישט געקענט מאכן אז ס'זאל זיין שענער אן האר?
היימישערchosen people@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..
פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?
קאווע טרינקערhttp://www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/books/156093/council-four-lands
צוגעברענגט בהמשך די ועד ארבע ארצות וואס ווערט דערמאנט אסאך אין דעם אשכול.
שמערלולמצוה גדולה יחשב.
chosen peopleהיימישערchosen people@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..
פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?
איסור איז זעכער נישט דא, די פרעגסט פארוואס זיי טוען עס נישט, קען זיין ווייל עס איז יסורים בשעת מען מאכט עס, קען זיין אז עס איז אן ענין צו זיין ווי מיאוס'ער פאר די מאן, או י''ל ווייל עס איז נישט דא קיין שטאט'ישע פראגראם וואס באצאלט פאר דעם, אדער קען זיין אז זיי קיקען נישט ווי מען מעג נישט אז זיי ווייסן אפי' נישט אז זיי האבן האר דארט, נעם וועלעכע טעם עס געפעלט דיך בעסער, ווייל און אפאר דורות גייט עס ווערן א תקנה פון וועד החמשה בוראו'ס און מען וועט זיך מוטשנען וואס די טעם פאר די תקנה איז איז געווען..