Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאווע שטיבל • תגלחת נשים

קאווע שטיבל • תגלחת נשים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
129 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 527 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #289
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:18 am#3276
תגלחת נשים
מאז ומקדם איז מיר א וואונדער מהיכן איסור זה חי?
דאס אז נשים גאלען זיך אפ די האר פון א קאפ כדי זייערע נייע -נעכטען חתונה געהאטע- מענער זאלן נישט הנאה האבן פון זיי, נאר פון די נאכגעמאכטע וואס קאסט א הון צי מענטעינען.
איז דאס טאקע אן איסור פון די וועד ארבע ארצות? נו איז דען פוילען נישט אין דעם כלל? און אז איך בין עולה קיין ירושלים, איז דאך מנהג המקום נישט צו שערן (אזוי ווי די אמהות בעלת-רוח-הקודש זענען געגאנגען)? איז דא עפעס א מקורית'דיגע פראבלעם פון דאס סטאפען-וואנס-ענד-פאר-אלל? (אויסער דעם אז מ'וועט דיך נישט באגראבען צווישען אנ"ש)

והעיקר, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי ס'איז געלאנגען פאר די אוסרים ארויפצוצווינגען די נייע איסור אויף אזא ברייטע פארנעם.
בשלמא ווען מ'רעדט פון א פירצה (לשיטתם) וואס כאפט זיך אריין, למשל די רבנים האלטן נישט אויס אז זייערע ווייבער'ס אויגען איז ווייס און בלאס, ע"כ פארופען זיי אן אסיפה און שאפען אן איסור. און ס'קען אמאל געלאנגען און ווערן אויפגעכאפט. אבער בענינינו, מ'רעדט דאך פון און וואס איז בכלל נישט געווען א חסרון. סאו וויאזוי זענען די מענער אהיימגעקומען און גאזאגט די ווייבער שעהר דיך אפ?......... און האו-קאום די מענער האבן אזוי עהרליך מסכים געווען?
די צניעות-טיעטשערס וואס בויען אויף די אשה קמחית א ראיה אז מ'דארף זיך אפשערען זענען אזוי אפגעפרעגט אז נאר. ווייל משם ראיה אז ס'איז בכלל דא במציאות האר אויפן קאפ, ועוד משם ראיה אז ס'איז געווען נאר איין פרוי אין כלל ישראל וואס איז געווען נזהר אין דעם לפנים משורת הדין. נו, איז דאס א ראיה אז מ'דארף אזוי טוהען?
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:33 am#3283
Re: תגלחת נשים
ע"פ חשבון וואלטן מיר געדארפט האבן א צוויי דריי מיליון כהנים גדולים היינטיגע צייטן. העמער מוזן זאגן אז די דור איז נישט ראוי ווייל ס'נאך דא געוויסע וואס גייען מיט שמאלע געפאסטע פאנדיעלאוס.
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:38 am#3284
Re: תגלחת נשים
It is ironic that those who trumpet the Gemorah regarding Kimchis never mention that is was only the naïve woman who attributed her children's success to covering her hair at home. The Chachomim actually thought otherwise. They replied: "many have tried [covering the hair at home for the sake of good children], but did not succeed. "
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:43 am#3286
Re: תגלחת נשים
ועל הכלל כולו יצא. די גאנצע גמרא פון בני תשע מידות ווערט אויך אפגעפרעגט להלכה מיט די מעשה פון א פרוי וואס איז געקומען צו רבי (ליין: רבינו הקדוש!) און האט איר געזאגט: דיין מאן מעג טוהן וואס ער וויל.....
גייט מען און מ'איז מחנך אז די אלע ענינים דארטען זענען א must?
מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?
וואלטן די היינטיגע רבנים געלאזט שבתי פרנקל דרוקען א רמב"ם וואס לייגט אזוי שיין אראפ די מעמד פון השקאת סוטה בפני קהל ועדה?
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:57 am#3287
Re: תגלחת נשים
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?


חוץ מזה וואס ר' יוסי האט נישט געמיינט פרומקייט, די אלע וואס רופן נישט די ווייבער ביים נאמען גייען אין זאא און ווייזען אויפן אקס, קוקטס קינדער, דעס איז א פעלד?
די גמרא זאגט עס בחדא מחתא, אמר רבי יוסי: מימי לא קראתי לאשתי 'אשתי' ולשורי 'שורי' אלא לאשתי 'ביתי' ולשורי 'שדִי'.
מיטוואך מערץ 28, 2012 2:14 pm#3298
Re: תגלחת נשים
קאווע טרינקער האט געשריבן:ועל הכלל כולו יצא. די גאנצע גמרא פון בני תשע מידות ווערט אויך אפגעפרעגט להלכה מיט די מעשה פון א פרוי וואס איז געקומען צו רבי (ליין: רבינו הקדוש!) און האט איר געזאגט: דיין מאן מעג טוהן וואס ער וויל.....
גייט מען און מ'איז מחנך אז די אלע ענינים דארטען זענען א must?
מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?
וואלטן די היינטיגע רבנים געלאזט שבתי פרנקל דרוקען א רמב"ם וואס לייגט אזוי שיין אראפ די מעמד פון השקאת סוטה בפני קהל ועדה?

די מישסט אביסל... די גמרא מיט בני תשע מידות ווערט נישט אפגעפרעגט מיט די גמרא פון רבי, די מעשה מיט רבי פרעגט אפ די איסור פון שלא כדרכה (ווענד זיך וואס הפיכת השולחן מיינט אין די מעשה מיט רבי).

און ווידער די היינטיגע חומרות, האב איך שוין מסביר געווען אז גדולים האבן געהאלטן אז ווען די וועלט פאלט אין מאראלישקייט, דארף מען תוספות קדושה.
מיטוואך מערץ 28, 2012 2:15 pm#3299
Re: תגלחת נשים
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'זאגט אן אז ס'איז נישט אזוי-צניעות'דיג צו רופן די ווייב מיט'ן נאמען..... what the גיהנום?..... ווייל ר' יוסי האט זיך אזוי געפירט דארף יעדער אזוי טוהען?


חוץ מזה וואס ר' יוסי האט נישט געמיינט פרומקייט, די אלע וואס רופן נישט די ווייבער ביים נאמען גייען אין זאא און ווייזען אויפן אקס, קוקטס קינדער, דעס איז א פעלד?
די גמרא זאגט עס בחדא מחתא, אמר רבי יוסי: מימי לא קראתי לאשתי 'אשתי' ולשורי 'שורי' אלא לאשתי 'ביתי' ולשורי 'שדִי'.

עיין שם בפירוש רש"י על אתר, ס'האט נישט מיט צניעות (עכ"פ אליבא דרש"י).
מיטוואך מערץ 28, 2012 3:17 pm#3305
Re: תגלחת נשים
this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night. This was recently dramatized in the Mel Gibson movie, Braveheart, which was set in Old Scotland. But it was also true throughout much of Europe, including the Eastern and Baltic areas where most Hasidim lived. In many cases, "Prince Charming" was the local rapistand not so charming at all.

You can imagine how horrible it would be for the bride to have to submit to a rape. So the bride often tried to prevent this by shaving her head completely, in the hope that the ruler would think she was ugly and leave her alone. After the wedding, some women grew their hair back, while others chose to keep it short under their head coverings.
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:02 pm#3320
Re: תגלחת נשים
קלאר אזוי אין די מפרשי הגמרא אז רבי יוסי האט גערופן אשתי ביתי ווייל זי איז די עיקר הבית, און שורי שדי ווייל די שור איז די עיקר השדה, עס האט מיט צניעות גארנישט, פארקערט עס איז א קאמפלימענט פאר די ווייב איר צו מאכן גוט שפירן.
אז איינער וויל ריכטיג מקיים זיין די גמרא זאל ער איר רופן "האני" אדער אין אידיש "האניג", אבר בעסער אין ענגליש ווייל האניג דערמאנט פון די ערב יום כיפור סעודה און פון די האניג פושקע וואס האט זיך אויסגעגאסן אין סוכה. אדער קען מען איר רופן "סוויט-הארט" אדער איש איש כלבבו, וישמע חכם ויוסיף לעקעך און בראנפן.
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:22 pm#3326
Re: תגלחת נשים
עדיוקעטעט האט געשריבן:this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

דאס מאכט נישט קיין סענס, קודם כל שערן זיך די כלות א טאג נאכן חתונה, און אויב האט מען פאר טויזענטער יאר געקענט זיך טובל'ן אזוי וואס איז היינט אנדערש?
עדיוקעטעט האט געשריבן:In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night.

נא, היינט דארף מען שוין נישט מורא האבן אז אבאמא וועט קומען בועל זיין אונזערע כלות אז לאנג אז מישעל אבאמא גייט אויף שאפינג ספרי'ס און באפוצט זיך שיין.
מעל גיבסען אן די אדער הענט וואלט איך נישט אזוי געטראסט...
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:42 pm#3331
Re: תגלחת נשים
באמת פאר די פרויען איז עס זייער שווערע זאך, אבער פין די צווייטע זייט איז עס א מעלה פאר זיי אויך זיי דארפען נישט אזוי פיהל אריינארבעטען אין די האר נאר מען געבט א טוה אן ס'שייטעל אין פארטיג, אין א סאך מאל איז א שיינע שייטעל אסאך שענער ווי האר,

למעשה איז שווער צי צימבלען א זאך ווען מען ווייסט נישט קלאר וואס איז די מקור אין פארוואס זעהט מען אז ערליכע אידען פין אשכנזישען אפשטאם האבען שטארק מקפיד געווען דערויף,

איז ברויך מען צי וויסען ווער האט דאס מחדש געוועזען אין פארוואס,
איינע פין די סיבות וואס כ'האב אמאל געהערט איז ווייל ס'זייער שווער צי נזהר זיין אז ס'נישטא קיין איין האר וואס איז פארקניפט וואס דאס קען פסלען די טבילה, אבער ס'לייגט מיר זיך עפעס נישט אויפען געדאנק אז דאס זאל זיין די איינציגע סיבה,

פין די צווייטע זייט טאמער די האר איז סייווי ציגעדעקט איז שוין נישט אזא ווייטע זאך עס אפצישערען, ווי נישט ווי איז דאך דא א שייטעל וואס איז א זאך וואס די אשכנזישע רבנים האבען מתיר געווען, ווידעראום די ספרדים וואס שערען זיך נישט האבען טאקע אויך נישט די היתר פין א שייטעל,
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:44 pm#3334
Re: תגלחת נשים
צו ערשט דארף מען נעמען אין באטראכט אז אונטער די אמאליגע אומסאניטארישע באדינגונגען, האט דער ארימער המון-עם זיך נישט ערלויבט צו וואשן צו אפט, און די האר פון קאפ האבן אנטוויקט קאלטינעס, פארהארטעוועטע שטיקער פארקניפטע האר, וואס איז זייער נישט געשמאק, מ׳שטיינס געזאגט. עס איז גרינגער געווען פאר ארימעלייט זיך גענצליך אפצושערן די האר. 
געווען אויך תקופות ווען מענטשן האבן געגלייבט אין אן אמונה טפילה אז קאלטינעס אנטוויקלען זיך דורכאויס דער נאכט דורך שדים וועלכע זענען אקטיוו דאס צו מאכן. מ׳האט אויך געגלייבט אז איינמאל די שדים האבן שוין געכאפט א קרבן, און געמאכט קאלטינעס אויף יענעם, איז א סכנה עס אפצושניידן (עיי׳ רמ״א יו״ד סי׳ קצ״ח). איז זייער מעגליך אז אין אייראפע וואו אידן זענען געווען זייער ארים, און קאלטינעס זענען געווען שטארק מצוי, האבן אידישע פרויען זיך געפעדערט אפצושניידן די האר נאך איידער די שדים נעמען זיך דערצו, ווייל דאן וועט שוין זיין א סכנה צו שניידן. 
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:48 pm#3335
Re: תגלחת נשים
דא איז א בילד פין די שדים
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:53 pm#3336
Re: תגלחת נשים
די שדים אינעם בילד זענען גראדע קיוט. אי משום הא וואלט איך געלאזט די קאלטינעס-באצירטע האר.
מיטוואך מערץ 28, 2012 6:07 pm#3354
Re: תגלחת נשים
דאכט זיך מער אז די חברה אין בילד זענען גאר קליפות, נישט פאלנע שדים.
מיטוואך מערץ 28, 2012 6:35 pm#3361
Re: תגלחת נשים
אפאר נקודות למחשבה אין דעם נושא

1) ס'איז נישט דא אין ערגעץ באשטעטיגט אז די וועד ד' ארצות זאל האבן געמאכט אזא תקנה.

2) פולין איז נישט געווען 'אין' די וועד ארבע ארצות, פולין 'איז' געווען די גאנצע ועד, עיין
m http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7% ... 7%95%D7%AA m

3) א 'מנהג' איז עס געווען אין אלע אשכנז'ישע קהלות ביז די גזירת המלבושים שנת תר"ד, וואס דאן האבן די אלגעמיינער ווייבער זיך געלאזט צוריק וואקסן די האר און די פרומע האבן אנגעטוהן שייטלען, וואס ביז דאן האט עס געהייסן א מאדערענע זאך ווי אויך אז מ'האט חושש געווען אויפן באר שבע ודעימיה וואס אסר'ן עס להלכה (אזויווי אסאך זאכן גייען אזוי, ווי לאנג ס'פעלט נישט אויס בהכרח מאכט מען א גאנצע ברייטל פון די שיטת האוסרים אפי' ווען רוב פוסקים זענען מתיר, ווי למשל שירת נשים, אויך א חומרא פונעם באר שבע) אזוי שרייבט מהללאל (אב"ג) אין זיינע זכרונות, און אויך אסאך אנדערע.

4) פון דארט נעמט זיך וואס זייער אסאך פרומע ווייבער אין ירושלים גייען מיט די האר ווייל זיי שטאמען פון די עליה אין די יארן וואס רוב ליטא איז אזוי געגאנגען.

5) אין די תשובות פון ייטב לב שרייבט ער די צוויי טעמים אויפן חומרא פון זיך שערן, וועגן חציצה, און וועגן דעם שיטת הזוהר וואס אסר'ט גילוי שער אפי' בבית.

6) אין שבט הלוי איז דא א תשובה ווי ער שרייבט אז אלע אשכנז'ישע פרויען דארפן זיך שערן מן הדין וועגן מנהג ונדר, און וועגן די ספרד'ישע שרייבט ער אז ס'איז נכון אז זיי זאלן אויך מקבל זיין אויף זיך דער חומרא, וויבאלד עס איז א שאטרקע מילתא בטעמא.

7) די מעשה מיט די קאלטינעס וואס שטייט אין ב"י און רמ"א קצ"ח/ז בשם המרדכי (שבועות תשנ"א) איז נישט דווקא משמע אז זיי האבן געגלייבט אז יעדע קאלטינעק קומט פון נישט גוטע, נאר זיי רעדן פון אזעלעכע פעלער וואס איז געשען דורך שדים (ביינאכט, ווען אלע מעשיות מיט שדים פלעגען אמאל צו פאסירען,יא, אמאל איז נישט געווען קיין לעקטער...), און דעמאלס איז א סכנה עס אראפצונעמען.

8) אין ספר נוהג כצאן יוסף בשם זיין זיידע דער יוסף אומץ שרייבט זייער שארף 'קעגען' זיך שערן פאר פרויען, ער שרייבט צוויי טעמים, איינס שלא תתגנה על בעלה, צווייטענס וועגן לא תלבש, שמעתי אז אין שואל ומשיב שרייבט אויך דערקעגן און ער זאגט דארט אן אויסדרוק מיט א מליצה, 'ויספר המן לזרש אשתו', נישט מער נישט ווייניגער....

9) אויך געהערט אמאל איינעם זיך אפרעדן דעראויף וואס זיין ווייב גאלט זיך, זאגענדיג, מיינסט עפעס אומזיסט איז פאר קמחית אירע זיבען קינדער געשטארבן בחייה....

10) די הסבר וואס 'עדיוקעטעט' גיט אן צום ענין איז מיר א חידוש, עפעס אינגאנצען נישט מסתבר, די מנהג פון זיך שערן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ פאר דעם חתם סופר (אין די תשובות יו"ד) ס'איז משמע אז ערגעץ בימיו אדער אביסל פריער איז עס באשאפן געווארן, און איך מיין אז דעמאלס איז שוין לאנג נישט געווען אזא זאך אז דער קעניג קען זיך לייגען מיט וועלכע כלה ער וויל.
מיטוואך מערץ 28, 2012 6:43 pm#3363
Re: תגלחת נשים
עדיוקעטעט האט געשריבן:this can be traced to two things that got combined. First of all, a woman goes to the mikveh (ritual immersion) just before her wedding, and every part of her -- every single hair -- must be submerged simutaneously. Naturally, it is easier to do this if the hair is short and cannot float on the water.

In addition, there was a time in Europe when the non-Jewish kings or other rulers had the right to sleep with any bride in their kingdom on her wedding night. This was recently dramatized in the Mel Gibson movie, Braveheart, which was set in Old Scotland. But it was also true throughout much of Europe, including the Eastern and Baltic areas where most Hasidim lived. In many cases, "Prince Charming" was the local rapistand not so charming at all.

You can imagine how horrible it would be for the bride to have to submit to a rape. So the bride often tried to prevent this by shaving her head completely, in the hope that the ruler would think she was ugly and leave her alone. After the wedding, some women grew their hair back, while others chose to keep it short under their head coverings.


ווען מ'קאפיעט פון "יאהו ענסערס" דארף מען עס שרייבן.
מיטוואך מערץ 28, 2012 7:18 pm#3368
Re: תגלחת נשים
אז מ'רעדט שוין.... אחוץ דעם זוהר וואס כעלעמער מגיד ברענגט דא צו (און אגב, וואו איז דער זוהר געווען ביז די וועד ארבע ארצות?) זעה איך לכאורה נישט קיין טעם פארוואס צו שערן, אדרבה, א שייטל איז נאך לכאורה ערגער ווי פון האבן אייגענע האר ווייל 'מחזי כשערה' און מגייט מיט אפענע שייטלען אויפן גאס און משא"כ עכטע האר וואלט מען געהעריג אינגאנצן צוגעדעקט ווייל סאיז הלכה

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען עמיצער זאל אראפברענגען דעם טעם פון די גאנצע שערן, און אויב מעגליך איבערן "שפיצל" (סאטמאר)
מיטוואך מערץ 28, 2012 8:07 pm#3372
Re: תגלחת נשים
העלאו טעלאפאן

זעהט מיר אויס אז דו האסט געליינט אביסל צו שנעל

חוץ דער טעם פון גילוי שער איז דא דער טעם פון חציצה

פארוואס פונקט דעמאלס האט מען זיך אויפגעוועקט איבער די חששות ווייס איך נישט, מסתמא איז דאן געווען א פירצה אדער אן הזנחה וואס האט זיי (נישט די ועד ארבע ארצות) באוואויגן צו מאכן אזא שארף עקסטרעמע תקנה

א שייטעל איז לויט רוב אנגענומנע פוסקים מותר לכתחילה אן קיין שום צודעק, אפי' עס איז יומען העיר/מענטשליכע האר,ועפי"ז האט דער ליובאוויטשער רבי טאקע פארלאנגט צו גיין שייטלען ענדערש ווי סתם צודעקן די האר, וואס עפי"ר בלייבט עפעס אויפגעדעקט, עיין m http://www.chabad.info/chabadpedia/inde ... 7%99%D7%AA m

א שפיצל איז א פשרה פאר די ווייבער וואס ווילען גיין ווי דער באר שבע און דברי חיים פארלאנגן, אבער ווילן פאפען אז ס'זאל אויסזען ווי זיי האבן האר אונטערן טיכל, אזוי זענען זיי קרחת מכאן וגבחת מכאן, חוץ די א"ג 'אומגעדריוודעלטע' שפיצלעך וואס איז אפשר יא מותר לויטן דברי חיים ודעימיה.
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:20 pm#3376
Re: תגלחת נשים
איך האב נאכנישט געהעריג געליינט דעם אשכול ביז אהער. איך וויל נאר צולייגן קורצע נקודות אינעם ענין, און אויב האט מען עס שוין געשריבן, וועל איך עס פארמעקן.

פאר די וואס ווילן צוגלייכן אייגענע האר צו א שייטל, במחילת כבודכם, עס איז אינגאנצן נישט די זעלבע זאך. מ'קען, אפילו היינט ווען די שייטלען זענען גאר פארגעשריטן, באמערקן א חילוק צווישן האר וואס קומט גראד פונעם קאפ און שייטלען וואס איז ארויפגעהאנגען אויפן קאפ.

ערגעץ האב איך געהערט אז בימי חז"ל אויב א פרוי האט זיך געשוירן די האר פון קאפ האט מען איר געקענט פארשיקן אן א כתובה.
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:23 pm#3379
Re: תגלחת נשים
אךשמח האט געשריבן:ערגעץ האב איך געהערט אז בימי חז"ל אויב א פרוי האט זיך געשוירן די האר פון קאפ האט מען איר געקענט פארשיקן אן א כתובה.

כמדומה אז אין שו"ת אגרות משה שרייבט ר' משה זייער שארף קעגן א פרוי וועלכע האט מחליט געווען זיך צו שערן, און ער ברענגט מערערע ראיות פון חז"ל אז עס איז דא אן ערנסטער חשש פון שמא תתגנה על בעלה.
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:48 pm#3381
Re: תגלחת נשים
אינטערעסאנט.

קוק אין להורות נתן פון ר' נתן געשטעטנער וואס שרייבט פון ווי עס נעמט זיך דער ענין פון שניידן די האר פון נשים נשואות:

m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=140 m
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:20 pm#3391
Re: תגלחת נשים
איינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,
מיטוואך מערץ 28, 2012 11:34 pm#3392
Re: תגלחת נשים
אבער וואס כ'וועל יא זאגען איז אז מנהג ישראל תורה היא, ס'איז א מנהג וואס איז אנגענומען געווארען בכל תפוצות ישראל (אשכנזים), ס'נישט א זאך פין די אדער יענע קרייז, ס'איז א זאך וואס אונדזערע עלטערען פיהרען זיך שוין פאר דורות אין חלילה צי משנה זיין, אין בפרט אז ס'דא דער שייטעל,
כ'בין זיכער אז ס'דא אויף דעם ערענסטע טעמים, מען רעדט דאך דא פין ערענסטע גדולי ישראל פין דורות וואס האבען אזוי געהאלטען, מען רעדט נישט דא פין קיין שטרוי זעק רבנים, איז חלילה צי משנה זיין, אין טאמער איינער וויל דוקא משנה זיין זאל ער זיך מתיר נדר זיין ווייל רב וואזנער שרייבט אז פאר בני אשכנז קען עס זיין א מנהג ונדר,
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:22 am#3413
Re: תגלחת נשים
מרדכי הצדיק האט געשריבן:אבער וואס כ'וועל יא זאגען איז אז מנהג ישראל תורה היא, ס'איז א מנהג וואס איז אנגענומען געווארען בכל תפוצות ישראל (אשכנזים), ס'נישט א זאך פין די אדער יענע קרייז, ס'איז א זאך וואס אונדזערע עלטערען פיהרען זיך שוין פאר דורות אין חלילה צי משנה זיין, אין בפרט אז ס'דא דער שייטעל,
כ'בין זיכער אז ס'דא אויף דעם ערענסטע טעמים, מען רעדט דאך דא פין ערענסטע גדולי ישראל פין דורות וואס האבען אזוי געהאלטען, מען רעדט נישט דא פין קיין שטרוי זעק רבנים, איז חלילה צי משנה זיין, אין טאמער איינער וויל דוקא משנה זיין זאל ער זיך מתיר נדר זיין ווייל רב וואזנער שרייבט אז פאר בני אשכנז קען עס זיין א מנהג ונדר,

איינער האט מיך אמאל געזאגט אז דער חזון איש האט געזאגט אז פאר אונגארישע אידן איז דאס ביהרג ואל יעבור!
זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:07 am#298402
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת

א גיטן פורים

כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).

ערלעידיגט האסט מיך געכאפט ביים ווארט, די עיקר איז די פאוינט וואס איך וויל ארויסברענגען. און תנך זעהט מען יא?
זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:53 am#298439
Re: תגלחת נשים
מאן הוי ליומא
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:30 am#298448
דאס ווייב ווייזט מיר אויף ״איך בין א מוטער״ וועבזייטעל שרייבט ״א מוטער״,אז DH איז א געוואלדיגע טיעפע חוקר,און ער גייט נאך איעדע ענין עד הסוף,און זי איז בטוח אז ער דעגרינטורט טאקע צום שורש הענין,ואין אחר דבריו כלום.

עכ״פ DH זאגט,אז די גזירה פון שערען נעמט זיך גאר פון א תקופה וואס באלעסטיגען פרויען איז געווען א אפטע ערשיינונג,און מאיז אויפגעקומען מיט א לייזונג ווי פאלגענג, א יעדע פרוי זאל זיך הויל מאכען די קאפ פון האר און עס פארדעקן,ווי נאר מזעעט א פארדעכטיגטע פארשוין זאל מען באלד אראפנעמען די צודעק פון קאפ,און פארשטייט זיך אז קיינער וועט שוין נישט צורירען.

איך גלייב אז אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אזא גרינגע פעלד ווי דער מאן.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:50 am#298452
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאן הוי ליומא

משם ראיה להיפך, עיין עוללות לרשכבה"ג ר' ראובן מרגלית זי"ע
זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:42 am#298462
אספקלריה האט געשריבן:דאס ווייב ווייזט מיר אויף ״איך בין א מוטער״ וועבזייטעל שרייבט ״א מוטער״,אז DH איז א געוואלדיגע טיעפע חוקר,און ער גייט נאך איעדע ענין עד הסוף,און זי איז בטוח אז ער דעגרינטורט טאקע צום שורש הענין,ואין אחר דבריו כלום.

עכ״פ DH זאגט,אז די גזירה פון שערען נעמט זיך גאר פון א תקופה וואס באלעסטיגען פרויען איז געווען א אפטע ערשיינונג,און מאיז אויפגעקומען מיט א לייזונג ווי פאלגענג, א יעדע פרוי זאל זיך הויל מאכען די קאפ פון האר און עס פארדעקן,ווי נאר מזעעט א פארדעכטיגטע פארשוין זאל מען באלד אראפנעמען די צודעק פון קאפ,און פארשטייט זיך אז קיינער וועט שוין נישט צורירען.

איך גלייב אז אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אזא גרינגע פעלד ווי דער מאן.

עס שיינט אביסל דמיונ'דיג. א מקור וואלט עס ווידרויט פון דמיון צו מעגליכע פאקט.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:22 am#298479
נוא אוודאי דמיון.
איך שרייב עס נאר ארויסצוברענגען אז אויב מאיז זוכה, קען מען פארקויפען די ווייב וואס מוויל און זי נעמט עס אהן ווי תורה מסיני.
זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:51 pm#298643
אויב אזוי איז היינט שוין נישט נוגע קען זי טיהן וויאזוי זי וויל אדער איז עס א תקנה וואס מען מיז אנהאלטן אדער איז די טעם שוין נישט נוגע בלייבט עס אין איר הענט און גארנישט מיט די מאן
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:28 am#298646
וואו קומט אריין די מאן דא? אוודאי איז דאס איר גוף און זי מעג טון דערמיט וואס זי וויל. אויב זי וויל קען זי זיך אנשמירן די פנים מיט צואה אויך, אבער אויב וויל זי איר מאן זאל האבן סיי וועלכע סעקסואלע משיכה צו איר דארף זי פארשטיין אז זיך מנוול זיין איז נישט דער וועג דערצו.

(דאס איז אלץ, ווי מ'זאגט, מאדערען גערעדט, דו אבער אלץ תורה'דיגע איד וואלסט געמעגט וויסן אז די מאן לשיטתך האט פולע רעכטן אויפן ווייב, און קען זאגן אין רצוני במנוולת)
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:32 am#298647
אספקלריה זאגט מען קען פארקויפן די ווייב וואס מען וויל אבער איך זעה נישט וואס ער זאל האבן אויפגעטיהן מיט אזאלכע נערישקייטן
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 1:28 am#298656
ליסען, א מנהג שטות וואס מ'האט איינגעווארצעלט מיט נארישקייטן און קעץ אין בויך מעג מען פראבירן אויסצורייסן מיט נארישקייטן. כבעלו כך פלטו, ווייל באמת וויל זי זיך אויך נישט שערן, נאר שאור שבעיסה מעכב, נו, באקט מען א מעשה, אופין אותו עד שתאמר רוצה אני...

(נישט ליטעראל, כ'מאך מיך סתם נאריש, כ'האלט אז ס'איז קיינמאל נישט גלייך אפצונארן א מענטש, איבערהויפט ווען מ'פירט זיך אויף צום ווייב ווי צו א קליין קינד.)
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:25 pm#298761
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 8:41 pm#298801
כ'קום צום מערכה ווי וויין אום שושן פורים אינדערפרי. פונקט פאר צוויי וואכן צוריק רעד איך מיט אן עלטערן איד פון וויליאמסבורג, זיין ווייב איז א מקוה אידענע (טיקערין בלשון הפוסקים, בלנית בעברית, מקוה לעידי אין היינטיגן שפראך) און זי זאגט אים אז ליידער די מאס פרויען וואס שערן זיך נישט אויף זערא מערט זיך משנה לשנה. ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט גערעדט צום דיין און ער האט איר געזאגט זי זאל מאכן "איידעלע מחאות", אבער די מחאות פאלן אויף טויבע אויערן און די פרויען קומען צוריק מיט די גרויסע האר.

וואס וויל איך זאגן דערמיט? ליפא ארויף ליפא אראפ, מיר זעט אויס ווי פרויען טוען זיך סיי ווי וואס זיי ווילן.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:37 am#298881
דו רעדסט פון א מיעוט אויפגעקעלערטע, רוב שערן זיך שוין איינמאל! ס'קען זיין אז איר זענט גערעכט אז ס'ווערט פון יאר צו יאר מעהר און מעהר, אבער נאך אלץ זענען זיי גאר א קליינע פראצענט לדעתי!
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:13 am#298886
פון דעם וואס עס ווערט מער און מער קען מען זאגן פאר די צוקומפט אז ווען עס גייט ווערן אז רוב עולם גייט זיך נישט שערן (לכאורה גייט אזוי זיין) זאל מען נישט קומען זאגן ליפא'ס ארבעט ניין עס האט זיך אנגעהויבן פריער און אסאך זאכן קען נישט קומן אויף איינמאל עס נעמט צייט ביז עס זינקט די יסוד און די מוחות פון אחינו כל בית ברוקלין ואפסטעיט און מיט דעם וואס מען מאכט אן אפיציעלע מערכה מאכט עס נאר אביסל שטייטע די פרוצידור
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:41 am#298907
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז טאקע פשט פון אפשערן די האר פון א כלה??? ממה נפשך אויב מעג מען נישט גיין מיט קיין האר וואלט א שייטל אויך געדארפט זיין אסור אויב מעג מען יא פארוואזשע פעלט אויס אפצושניידן די ״אייגענע״ האר??? לדעתי האט מען דעס נאר איינגעפירט כדאי אראפצוקלאפּן די פרויען! ס׳איז נאך איין רינגעלע אין די קייט פון פאַנאטיסיסם רשעות עקסטרימיזאם און סעקסיסם!
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:04 pm#298931
אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט, און אויף דעם אז מען מעג לאזן די האר שטימן זיי נאך אויך מיט(צוגעדעקט), די קשיא דא אין שטיבל איז נאר פארוואס מען האט פארדרייט די יוצרות, און מתיר געווען די שייטל און ג׳אסרט האר. פארשטאנען???
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:08 pm#298932
פארגעס פונעם איסור אדער היתר, רוב חסידישע ווייבלעך היינטיגע טעג שערט מען אפּ אויף זערא און מ'טוט זיי אן א שייטל, דעס ביזטו מודה? יעצט זיי מסביר פארוואס?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:40 pm#298935
אההה פארוואס איר מאמע שערט איר??? ווייל די מאן פאדערט עס בשם זיין דיין, וואס די דיין נעמט עס פון זיין פוסק.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:51 pm#298940
Re: תגלחת נשים
אדונינו האט געשריבן:אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט

?????
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:10 pm#298941
יידל האט געשריבן:כ'קום צום מערכה ווי וויין אום שושן פורים אינדערפרי. פונקט פאר צוויי וואכן צוריק רעד איך מיט אן עלטערן איד פון וויליאמסבורג, זיין ווייב איז א מקוה אידענע (טיקערין בלשון הפוסקים, בלנית בעברית, מקוה לעידי אין היינטיגן שפראך) און זי זאגט אים אז ליידער די מאס פרויען וואס שערן זיך נישט אויף זערא מערט זיך משנה לשנה. ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט גערעדט צום דיין און ער האט איר געזאגט זי זאל מאכן "איידעלע מחאות", אבער די מחאות פאלן אויף טויבע אויערן און די פרויען קומען צוריק מיט די גרויסע האר.

וואס וויל איך זאגן דערמיט? ליפא ארויף ליפא אראפ, מיר זעט אויס ווי פרויען טוען זיך סיי ווי וואס זיי ווילן.

קענסט מיר מסביר זיין פון וואו די בלנית האט די חוצפה צו מוסר׳ן א פרוי, בשעת זי קומט זיך רייניגען צוליב די תורה? ווער ווייסט צו דאס איז נישט מונע פרויען צו קומען אין מקוה. נאך א מזל ג-ט האט מיך נישט געמאכט פאר א פרוי, און אויב די פרוי וואלט מיר עפעס געזאגט וואלט איר דערשריגען צום טויט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:49 pm#298947
mevakesh האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט

?????

עיין בקונטרס ״הנסיון האחרון״ דף י״ט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:55 pm#298949
שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:02 pm#298950
Re: תגלחת נשים
זה מחלוקת הפוסקים ואם תנסה לומר לתלמיד חכם ההיא שיש לך איזה מקור תראה שאינו מוכן אפילו לשמוע מה שאתה אומר
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:04 pm#298951
אדרבה, אני מוכן לשמוע!! תגיד לי ואני ירוויח הכסף!!
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:10 pm#298953
Re: תגלחת נשים
עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.