Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עצות, טיפס וכדו'

עצות, טיפס וכדו'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
103 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 104 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #292
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:26 pm#171382
וועסטערן יוניאן דארף אנצינדן א רויטע לעמפל, אלע גנבים און שווינדלער באנוצן זיך דערמיט ווייל ס'איז untraceable.
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:44 pm#171388
קודם כל יישר כח פאר׳ן נעמען די מיה צו ענטפערן, איי רילי פרישיעט יא. אבער לא זכיתי להבין, לאמיר שטעלן אנדערש מיין שאלה, איז דא א וועג וואס איך זאל קענען שרייבען פון מיין קאמפיוטער אויף קאווע שטיבעל (און אויך אויף איי וועלט.....) ווען איך מאך מיין פאון פאר א האט ספאט?
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:48 pm#171554
אנטשולדיגט, מיין מענה איז געווען צום אבזערווירער.

אבזערווירער האט געשריבן:איז שייך וואס צו טון? איך תמים האב געשיקט צו איינעם און כינע $400 לויט זיין פארלאנג מיט וועסטערן יוניאן. און נאכן אויפפיקן די געלט. הערט מען מער נישט פון אים. ער האט א סייט מיט ביליגע פרייזן פאר עלעקטעראניקס.זעט אויס ווי די קעניער גנבים
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:56 pm#171558
לעניניך, ביטע געב מער פרטים. וואסערע פאון, דיין קעריער לאזט דיר מאכן האטספאטס אדער האסטו געrootעד, וואס געשעט ווען דו פראבירסט אריינצוסיינען?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:25 am#171614
דו האסט אפשר אנגעהויבן נוצן pda?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:48 am#171651
געפילטע פיש האט געשריבן:לעניניך, ביטע געב מער פרטים. וואסערע פאון, דיין קעריער לאזט דיר מאכן האטספאטס אדער האסטו געrootעד, וואס געשעט ווען דו פראבירסט אריינצוסיינען?

איך האב א אייפאון, page plus serves. איך האב נישט גroot, די פאון האט א option פאר האט ספאט. ווען איך connect מיך קען איך נאר עפענען בינג, גוגל עפענט זיך נישט, אזוי אויך קען איך נישט אריינסיינען אין ערגעץ, ס׳קומט ארויף א מעססעדזש בערך אזוי, דיין סערוויס ערלויבט דיר נישט צו ווערן א האט ספאט פארבינד זיך מיט דיין וכו׳.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:49 am#171652
ונבנתה העיר האט געשריבן:דו האסט אפשר אנגעהויבן נוצן pda?

ניין. ועיין בתגובה דלעיל.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:13 pm#171691
דאס מיינט אז page plus בלאקט די פיטשור, האסטו דריי ברירות, אדער מאל די איבעריגע פאר דאלער א חודש פאר פעידזש פלאס, אדער קענסטו jailbreak'ען דיין פאון, אדער טו דאס.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:47 am#180275
איך גיי אריין אין בעט יעדער נאכט צוזאמען מיט מיין שפילצייג-איי-פעד (אזוי ווי א בעבי מיט זיין בערעלע) איך קוק דורך די אימעילס, נייעס, וגו.
לעצטענס רעדט זיך מיין ווייב אף אז די לעקטער שפיגלט אפ א לעכדיגקייט אונעם צימער (נאך ערגער טאמער וואטש איך עפעס ווייל דעמאלטס שפיגלט עס אן די גאנצע צימער מיט רוקנדיגע ריפלעקטע)
וואס איז מיין עצה?
אונטער די דאכענע קען איך נישט אטעמען נאך צוויי מינוט, אין איך בין מער נישט קיין בחור וואס קען וואטשען אין ביה"כ אויף שווערע אומשטענדען.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:54 am#180284
רוק אראפ די brightness צום נידעריגסטע.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:57 am#180286
אדער שיק דיין ווייב שלאפן אין א אנדער צימער אזוי ווי איך טו אסאך מאל
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:06 am#180296
וועלכע אנדערע צומער? די קאך אדער טוילעט? מיינסט איך וואוין עפעס אין מינעסאוטא?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:07 am#180298
:D :)
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:07 am#180299
וואטש עפעס וואס אינטערסירט איר אויך.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:08 am#180300
קויף איר אן אויגן שיצער.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:17 am#180304
ATUB @נולד מאוחר ATUB דאס איז נישט די נודן דא. איך רעד וועגען ביינאכט, דעמאלטס וויל איך דורך קוקן מיינע אימעילס אין ק"ש וגו' זי גייט אן מיינע אימעילס ווי די פאריעיגע שניי
ATUB @געפילטע פיש ATUB יישר כח. כ'האב שוין פראבירט, העלפט נישט
ATUB @דער (פינטעל) איד ATUB שייגץ איינער, כ'האב יעצט פארגעשלאגן די עצה יעצט כ'האב געכאפט ביטערע קלעף :lol: :lol:
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:19 am#180305
גאגול גלעזער וואלט געסאלווד די פראבלעם?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:22 am#180309
ווער בעט דיר שלאפן מיט איר אין איין בעט? שלאף אין דיין אייגענע בעט וועט איר עס נישט שטערן
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:23 am#180310
אפטעמיסט האט געשריבן:ווער בעט דיר שלאפן מיט איר אין איין בעט? שלאף אין דיין אייגענע בעט וועט איר עס נישט שטערן

אונז זענען נישט אין מאחורי אויף די מינוט, טשיל באדי. :lol:
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:26 am#180314
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:@געפילטע פיש יישר כח. כ'האב שוין פראבירט, העלפט נישט

דעמאלס וואטש נישט קיין מאוויס וואס האט עקספלאויזשענס... ;)
אפשר קענסטו אריינקוקן אין א סקרין פילטער. איך ווייס נישט וועגן אייפעד, אבער כ'ווייס אז אין ענדרויד קען מען אראפרוקן די ברייטנעס ביז זייער נידעריג, און אויב איז עס נישט גענוג קען מען מיט עפפס עס אראפ רוקן נאכמער אויב מ'איז rooted. אויך קענסטו פראבירן צו לאנגן א נאכט לעמפל אנגעצונדען, אזוי איז די קאנטראסט צוויישן די חושכ'דיגע שטוב און די ליכטיגע סקרין נישט אזוי שטארק.

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אונז זענען נישט אין מאחורי אויף די מינוט, טשיל באדי. :lol:

אז מ'רעדט פון שלאפן אין איין בעט טראכט ער שוין גלייך פון מאחורי, וואס איז דאס?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:40 am#180354
איך מיין אז עס באדערט איר נישט אזוי ווייט די ליכטיגקייט, ווי דאס אז דו ביזט מער אינטערעסירט אין דיין אייפעד ווי אין איר.

הלואי, ווען איך גיי, קענען זאגן דעם אמת וואס טוט מיר וויי...
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:23 pm#180412
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז עס באדערט איר נישט אזוי ווייט די ליכטיגקייט, ווי דאס אז דו ביזט מער אינטערעסירט אין דיין אייפעד ווי אין איר.

הלואי, ווען איך גיי, קענען זאגן דעם אמת וואס טוט מיר וויי...

די ביסט א יודע מחשבות?
אבער צופעליג איז דאס בכלל נישט די קעיס. איך פארברענג מיט זי פון ווען איך קום אהיים פון ארבייט ביז ווען מען לייגט זיך. (אפי נאכן לייגן אויך) זי ווערט שוין נמאס פון מיר מסתמא אויך ;) ;)
מיין שאלה איז געווען אויף נאך אלעס ווען אונז ליגן שוין אין בעט, יעדער איינער לייגט זיך מיט עפעס. ווילסט מיך זאגן אז טאמער איינער לייגט זיך מיט א ברעסלבער ספר אדער קול מבשר שטערט עס די ווייב אויך?
וואס זאל איך טוען טאמער מיך ציהט מיין איי-פעד מער ווי ברעסלב קונטרוס אדער קול מבשר?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:37 pm#180416
סליחה. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אויף דיר, נאר אויף אזא סארט פראבלעם, אז אמאל קען זיין אז דאס איז די נקודה. ב"ה אז ביי דיר איז דאס נישט די קעיס.
זונטאג אפריל 27, 2014 11:30 pm#197604
וואס זאגן מבינים וועלכע פון די פיר שער מאשינען צו קויפן, איך קען נישט אפמאכן וועלכע ס'איז די בעסטע. אדער קען איינער רעקאמענדן א בעסערע מאשין פאר די פרייז רענדזש. מוז זיין קארדלעס און האבן אדזשאסטעבל בלעידס (אזוי ווי די פיר פארמאגן)

1. m http://www.amazon.com/gp/product/B004WI ... PDKIKX0DER m

2. m http://www.amazon.com/gp/product/B003CY ... PDKIKX0DER m

3. m http://www.amazon.com/gp/product/B004QH ... YXN1JW1DJR m

4. m http://www.amazon.com/gp/product/B00H9A ... PDKIKX0DER m
זונטאג אפריל 27, 2014 11:44 pm#197607
פאר דיר אדער דיין ווייב?
זונטאג אפריל 27, 2014 11:45 pm#197608
ביידע
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:41 am#223544
איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:45 am#223557
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,

זאג פאריענעם סארי נאט טאדעי קים ציריק מארגן ביטע !
זונטאג יוני 21, 2015 2:26 pm#284016
האט איינער א עצה אז די לעכט זאל נישט צורינען ווערן פון די עיר קאנדישען?
די עיר קאנדישען בלאזט נישט דירעקט אויף דעם, ס'הייסט איך לייג עס נישט אויפן טיש וואס דוירט בלאזט די עיר קאנדישען מער דירעקט נאר אפי' ווען עס איז אויף די זייט ווערט עס אויך אינגאנצן צורינען.
איך ווייס עס איז דא וואס ניצן די נירונים וואס גייט אין א גלאז און עס האט נישט דער פראבלעים אבער איך האב א שוואכקייט צו די לאנגע לעכט פינף שעה'יגע, איז דא פאר דעם אן עצה?
זונטאג יוני 21, 2015 2:37 pm#284021
הנני מצטרף לבקשתך.
עמך אנכי בטראבל. די נרונים אינעם גלאז האב איך שוין פרובירט אבער די גלעזער זענען פארשווארצט געווארן אזש א שאנדע פארן שבת טיש.
גארנישט קען ביעטן די שיינע לאנגע ווייסע ליכט, אבער עס ווערט מיר צערינען כסדר בפרט זומער ביי די עירקאנדישאן.
זונטאג יוני 21, 2015 2:40 pm#284022
שמעקעדיג האט געשריבן: אבער עס ווערט מיר צערינען כסדר בפרט זומער ביי די עירקאנדישאן.

די האסט עס סתם אזוי אויך אמאל אז עס ווערט צורינען?
איך ניץ נר מצוה אדער שמחה קענדלס און עס צורינט קיינמאל נישט נאר ווען די עיר קאנדישען ארבעט.
זונטאג יוני 21, 2015 3:14 pm#284031
לית דין בר נש האט געשריבן:האט איינער א עצה אז די לעכט זאל נישט צורינען ווערן פון די עיר קאנדישען?
די עיר קאנדישען בלאזט נישט דירעקט אויף דעם, ס'הייסט איך לייג עס נישט אויפן טיש וואס דוירט בלאזט די עיר קאנדישען מער דירעקט נאר אפי' ווען עס איז אויף די זייט ווערט עס אויך אינגאנצן צורינען.
איך ווייס עס איז דא וואס ניצן די נירונים וואס גייט אין א גלאז און עס האט נישט דער פראבלעים אבער איך האב א שוואכקייט צו די לאנגע לעכט פינף שעה'יגע, איז דא פאר דעם אן עצה?

במשך די זומער וואכן צינדט מיין פרוי מיט טרעוול ליכט.
זונטאג יוני 21, 2015 4:51 pm#284070
Re: עצות, טיפס וכדו'
Keep them in the freezer all week it should help

Sent from my SPH-L720 using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:47 pm#293359
ציפול־צייט
VERY IMPORTANT TO ADDRESS.....!!!
Hundreds of Yungeleit are b"h getting to RETIREMENT age.
Not everyone has a BUSINESS where he can go everyday.
He learns [has a Shiur] Morning & Night comes home 8:AM
At 11:AM he starts Yawning maybe i'm TIRED eats something
At 2:30pm he takes a Nap for an Hour NOW what ?? Would like
Have a SHIUR for an HOUR or TWO but it's NOT Organized......
Please OILEM T H I N K,,,,, & RECOMMEND
Bitul Meivy Lydei Shymus....

p.s.
Not everyone can sit and learn 6-8 hours a DAY
זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:46 pm#293371
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה

לייג זיך צייטליך. וויפיעל קען א מענטש שלאפען. לייג זיך 11 אזייגער ביי 8 אזייגער וועט דיר דאס בעט אויסשפייען.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:57 pm#293427
BITTUL
מש״כ אח״כ בס׳ היראה לרבינו
יוגה דבשובו מעסקיו אל ישב בטל דהבטלה מביא
לידי שעמוס. ועוד שח״ח אין לו שיטור מיי״ש,
מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:10 am#293453
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איך דארף א עצה ס'זאל מיך נישט זיין אזוי שווער ארויס צו קומען פון בעט,
יעדער אנדערפרי ווער איך פלוצלינג א גאנצע חכם אין מאך חשבונות אז איך קען נאך ליגן אין בעט אפאר מינוט, אין למעשה צטל איך טייער דערפאר.
למשל יעצט ליג איך אין בעט ווען איך דארף זיין ערגעץ אין א שעה.
איך האב אלע חשבונות יעצט אין קאפ. איך דארף נישט קיין קאווע, איך.וועל נישט גיין אין מקווה, איךוועל כאפן דיצען אזזיגער מנין וגו'
למעשה איז אלץ קרעפ, איך דארף יא א קאווע, איך גיי יא גיין אין מקווה אין טזוו ווייטער,
עכ''פ אין נאר זיך איין מיט נארישע חשבונות כדי צו ליגן אין בעט נאך אפאר מינוט,
פליז א עצה

לייג זיך צייטליך. וויפיעל קען א מענטש שלאפען. לייג זיך 11 אזייגער ביי 8 אזייגער וועט דיר דאס בעט אויסשפייען.

וואס פארשטייסטו צו די חברה? די זעלבע פראבלעם איז ביים לייגען, מאכט כל מיני חשבונות אז ער האט נאך צייט זיך צו לייגען דארף נישט שלאפן מער ווי 4 1/2 שעה וכו' וכו' נאר דיבר הכתוב בהווה עס האט עם פונקט געכאפט אינדערפרי
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:06 am#300039
רבותי איך האב שוין נישט געקלינט די פילטערס פון מיין עירין קדישין א לאנגע צייט דער פרייטאג האט מיר געכאפט א פרישקייט איך האב געוועקיומט אלע מיינע פילטערס און גוט אפגעוואשן, די תוצאה איז גיוועהן אז איך שפיר ממש ווי איך האב באקומען אלע נייע ברענד ניו עיר קאנדישאנס עס ארבעט א מחי' און קילט פיר פאכיג מער ווי עס האט געקילט לעצטע וואך.
נעמטס אראפ צעהן מינוט פון ענקער ביזי סקעדזשועל און וואשטס אויס די פילטערס עס וועט זיין אן אנדערע חודש תשרי!
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:58 pm#300076
כבין הונגריג, וואס זאל איך באשטעלען צו עסען?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:59 pm#300077
עצות, טיפס וכדו'
גיי פאר פליישיג, יעצט אימיטען טאג איז אלעס האלב פרייז ווי ביינאכט.
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:59 pm#353325
זייער א גוטע זאך לעצטענס אנגעהויבן נוצן, נעמליך א reading mode אויף firefox browser, אנדערע בראוזערס ווייסעך נישט. עס נעמט א webpage מיט קליינע צושטיפטע ווערטער און מאכט עס הערליך שיין מסודר צו ליינען מיט גרויסע אותיות.
נישט מיט אלע webpages קען מען עס טון, עס איז דא אן אייקאון פון א בוק אין די רעכטע זייט פון url bar
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:55 pm#354917
מיין ענדרויד איז געווארן סלאו לעצטנס, בפרט בראוזינג.
איך האד דאונלאודעד אן עפפ וואס ווייזט אלע עפס וואס עפענען זיך ביי סטארט אפ.
איך האב געסטאפט אסאך פון די פראסעסעס און ס'ארבעט א מחי'.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:57 pm#354918
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כבין הונגריג, וואס זאל איך באשטעלען צו עסען?

בייטאג איז דא לאנטש ספעשלס אויף סושי, איף יא לייק איט.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 12:37 am#354922
אייז קריעם האט געשריבן:מיין ענדרויד איז געווארן סלאו לעצטנס, בפרט בראוזינג.
איך האד דאונלאודעד אן עפפ וואס ווייזט אלע עפס וואס עפענען זיך ביי סטארט אפ.
איך האב געסטאפט אסאך פון די פראסעסעס און ס'ארבעט א מחי'.

וועלכע עפפ?
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:48 am#354929
געווענליך אזאלכע סארט עפפס מאכן נאר ערגער ווי בעסער
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:50 am#354945
Start up manager
אויב מען דאונלאוד עס סתם מאכט דאס ערגער, אבער טאמער ניצט מען עס און מען לייגט שלאפן אסאך פראסעסעס וואס מען ניצט נישט כסדר, העלפט עס שוין איינמאל.
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:58 pm#355664
Re: עצות, טיפס וכדו'
איך האב א oster hair clipper וואס די בלעיד האט געטאנצן און כהאב מיך געמוטשעט צו פארעכטן, ביז די קורצע ווידיאו האט פאראכטן די פראבלעם
m https://m.youtube.com/watch?v=AQIQZNPfzD8 m
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:20 pm#355667
וואס זאל איך טון, איך האב א פראבלעם...

ווען איך עס קארן - בפרט די גאנצע קארן (טיראס) וואס מען בייסט אראפ מיט די מויל - בלייבן די קליינע שטיקלעך שטעקן צווישן די ציין, עס איז זייער שווער דאס אראפצונעמען, אסאך מאל קומט עס נישט אראפ אפילו מיט א ציין שטעכל, און עס מאכט געפערליך נערוועז, עס קען ליגן דארט שעות...

איז דא עפעס וואס מען קען טון?
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:06 am#355687
אפשר הרב ארז האט אן עצה פאר דיר
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:08 pm#355788
נעם עס ארויס מיט א טישא, עס ארבעט פאר מיר. סהאט א שטארקע אחיזה, משא"כ מיט א טוטפיק דארפסטו פינקט צוטרעפן דעם פלאץ און נאכדעם עס קענען ארויסשלעפן.