Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עצות, טיפס וכדו'

עצות, טיפס וכדו'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
103 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 104 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #292
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:31 am#3408
עצות, טיפס וכדו'
איך שטויס זיך אפט אן אין פארשידענע עצה'לעך וואס קענען צונוצקומען פאר אונזערע טייערע ליינער, דעריבער עפן איך דעם אשכול און וועל אריינפילן פון צייט צו צייט.

פילע פון די טיפס קומען פון קאנסומער ריפארטס, קאנסומער ריפארט העלטה, קאנסומער ריפארט מאני, רידערס דיידזשעסט און נאך פילע אנדערע.

לאמיר אנהייבן.

א דריטל פון אלע פאטאלע צוזאמענשטויסן האט א שייכות מיט ספידן, און מען שפארט זיך נישט קיין סאך צייט. אויב פארט מען דרייסיג מייל אויף 75 מפ"ש אנשטאט 60 מפ"ש, וועט מען אנקומען בלויז 6 מינוט שנעלער (און אמאל אין שפיטאל...).
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 9:37 am#3409
Re: עצות, טיפס וכדו'
שוין א לענגערע צייט וואס איך און מיין פארטאגס חברותא זוכען אן עצה זיך צו קענען שיידען מיט'ן בעט אן קיין שוועריקייטן, נאכען פרובירען אסאך עצות, האבן מיר געזען א גרויסע הצלחה און מיט גוטע רעזילטאטן

!!!!!! זעך צו לייגען שלאפן באצייטנס
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:12 am#3410
Re: עצות, טיפס וכדו'
די שאלה איז נישט וויאזוי אויפצושטיין באצייטענס! די שאלה איז וויאזוי גייט מען שלאפן באצייטענס?!
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:44 am#3420
Re: עצות, טיפס וכדו'
מען נעמט ארויס די בעטערי פונעם סמארט—פאן אין מגייט שלאפען
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:24 pm#3441
Re: עצות, טיפס וכדו'
גוטע טיפ אוועקצונעמען די לייק הענטעלע נעבן א תגובה, צו געבן א קליק דערויף, בדוק ומנוסה.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:19 pm#3450
Re: עצות, טיפס וכדו'
א עצה פאר ווער עס וויל בארגן א קאר זאל בעטן פון בעל הקאר אז ער זאל אנפילן די קאר מיט געז פארן פארבארגן און ממש פאר מען געט צוריק די קאר זאל דער וואס בארגט עס צוריק אנפילן, אזוי וועט מען וויסן פונקטלעך וויפיל געז מען האט גענוצט. נאכדערצו ווען מען פארט לאנג דיסטענס און מיט אזעלכע הויכע פרייזן. (אנדערש ווייסט מען נישט וויפיל אנצופילן ווייל דער ווייזער ווייזט נישט פונקטלעך).
מאנטאג מאי 14, 2012 2:25 pm#11908
באמת וואלטן די פאלגנדע טיפס געברויכט אריינגיין אין א באזונדערע אשכול אונטערן קעפל 'טעכנאלאגישע טיפס', נאר זעענדיג ווי שטארק אויפגעכאפט דער אשכול דא איז, זעט אויס אז דער אשכול וועט אויך גיין גאר שנעל אינעם גרונד, דעריבער לייג איך עס אריין דא.

א גוטע טיפ וואס איז א 'עדד אן' צו מאזילע, וואס טוט נאכגיין וועלכע דריטע פארטיי נוצט די אינפא פון אייך איבערן וועב.

m http://www.mozilla.org/en-US/collusion/ m
דינסטאג מאי 15, 2012 12:31 pm#12219
צו פערמאנענט אויסמעקן פיילס פון א קאמפיוטער (ווען מ'דעליעט פיילס, מיינט נישט אז עס איז טאקע אויסגעמעקט. ליינט אין די לינקס וואס איך לייג דא):

יו עס עי טודעי רעקאמענדירט צו נוצן אירעיסאר.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:42 am#15264
איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?
דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:44 am#15267
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?

מען פירט אריבער דעם ספר תורה צו די לינקע האנט.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:48 am#15269
דעמאלס ווערט דאך פארדעקט די מקום התפילין של יד?
דאנערשטאג מאי 31, 2012 10:56 am#15270
שמואל הלוי האט געשריבן:דעמאלס ווערט דאך פארדעקט די מקום התפילין של יד?

פירט מען עס דערנאך צוריק צום רעכטן האנט.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:06 am#15272
ווען די ס"ת איז אין די רעכטע האנט איז טאקע די מקום התפילין נישט פארדעקט אבער די הענט קען נישט דערגרייכן די מקום התפילין. ווידער ווען די ס"ת איז אין די לינקע האנט קען די הענט דערגרייכן די מקום התפילין, אבער קען נישט קישן ווייל ס'איז צוגעדעקט, אלזא פארשטיי איך נישט דיין עצה.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:16 am#15276
איך נעם טאקע קיינמאל נישט אן הגבהה פאר דעי סיבה.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:57 am#15295
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?

איינער האט אפשר א פראקטישע עצה אויב מ'גייט הגבה אין די פאון הייבט אן צו קיצלען אין צו אלע צרות פילט מען אז די הויזען גייט אראפ פאלען וואס טוט מען?????
דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:16 pm#15307
לעמיל; א פראקטישע עצה פאר דעם איז בכלל נישט אריינצוברענגען די סעלפאן אין ביהמ"ד, אדער עס אינגאנצן אויסלעשן :lol:
דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:26 pm#15312
נעם ארויס די חלק פין די סעלפאון וואס טוט מען אבער מיט די הויזען???? ;) ;) ;)
דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:29 pm#15314
טוט מען אן א פאסיק אדער הויזן טראגער.

(אדער גייט מען ווי די תמנ'ע מיט א לאנגע ווייסע העמד :lol: )
דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:35 pm#15317
דרך אגב האב איך אמאל געהערט פארוואס איז דא אידען וואס גייען סיי מיט א פאסיק אין מיט הויזן טראגער? האב איך געהערט פשט פין איינען אז אויב חס ושלום עס געשעיט אז ער דארף ער שלאגען זיין קינד מיט די פאסיק וויל ער דיך נישט די הויזען זאל אים אראף פאלען איז גייט ער אויך מיט הויזען טראגער :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:44 pm#15322
מ'בעט דעם עולם ביטע נישט לאכן פון אייגענע וויצן, געלונגענע ווי אמגעלונגענע. א דאנק.

:lol: אופס סאררי
דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:32 pm#15340
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?

מען קען בעטען א חבר זאל אנכאפען דיין של ראש, און דערנאך קוש זיין הענט.
(ס'איז נאר א רעקעמענדעישן....)
דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:33 pm#15341
אדער גאר איז מען פטור דאן פון קושן די תפילין, ווייל העוסק במצוה אחת פטור מן האחרת.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 3:51 pm#15350
הייב אויף די לינקע האנט און זייט מקרב די של יד צום מויל, אדער קושט די תורה אנשטאט, ס'האט דאך אויך די פרשיות פון תפילין.
דאנערשטאג מאי 31, 2012 7:12 pm#15380
נוי יארק האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:איינער האט אפשר א פראקטישע עצה וויאזוי צו קישן די של יד און של ראש פון די תפילין בשעת מ'האלט די ספר תורה (נאך הגבהה)?

מען קען בעטען א חבר זאל אנכאפען דיין של ראש, און דערנאך קוש זיין הענט.
(ס'איז נאר א רעקעמענדעישן....)

נאר ווען נחום איז נישט אין יענעם געגנט.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:08 pm#48168
לעצטענס קומען פאר נעבעך אסאך טראגעדיעס, מענטשן ווערן צעטומעלט און דערשראקן. ס'דא אן עצה נישט צו ווערן דערשראקן און פארביטערט. ס'איז טאקע נישט גרינג דורכצופירן, אבער ס'איז בדוק ומנוסה. ס'איז א קאמבינאציע פון עטליכע סטעפס וואס מ'טוט. אויב איינער איז אינטערעסירט וועל איך עס דא ארויפשטעלן בחינם.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:11 pm#48169
איך בין אינטערעסירט.

איך ביניש דערשראקען אבער וויל הערען וואס דו זאגסט :)
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:12 pm#48170
וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:18 pm#48171
יא, איך בין דערשראקן און פארביטערט.
מיין עצה איז תשובה ותפלה וצדקה.

וואס נאך האסטו?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:24 pm#48174
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

איך ביניש דערשראקען פאר גארנישט. וואס זאלעך טוהן?

אפשר דערביטערט יא.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:25 pm#48175
1. הללו יה אשרי-איש ירא את-יהוה במצותיו חפץ מאד.
2. גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יברך.
3. הון-ועשר בביתו וצדקתו עמדת לעד.
4. זרח בחשך אור לישרים חנון ורחום וצדיק.
5. טוב-איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט.
6. כי-לעולם לא-ימוט לזכר עולם יהיה צדיק.
7. משמועה רעה לא יירא נכון לבו בטח ביהוה.
8. סמוך לבו לא יירא עד אשר-יראה בצריו.
9. פזר נתן לאביונים צדקתו עמדת לעד קרנו תרום בכבוד.
10. רשע יראה וכעס שניו יחרק ונמס תאות רשעים תאבד.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:42 pm#48179
איך דארף נאך זעהן וועלכע איך בין.

ווייל איך בין בטוח בה'

אדער סתם א קאלטער יונג?
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:51 pm#48183
איך פארשטיי נאך נישט פונקטליך.
מיינסט צו זאגט אז אויב טו איך דאס בין איך פארזיכערט אנטקעגן אלע סארטן פורעניות?

פיין, איך בין מסכים צו טון דאס פאלגענדע:

הון ועושר בביתו...
טוב איש חונן ומלוה...
פזר נתן לאביונים...

נא, גאטעניו, האמיר א דיעל?
ווען הייבט זיך עס אן..??
זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:54 pm#48185
ווען ס'וועט זיין: "ירא את ה' במצותיו חפץ מאד".
פרייטאג אקטאבער 19, 2012 1:40 pm#53461
Daily Deals
Samsung_Galaxy_Tab_7__Plus_GT_P6210_16GB_Android_Tablet__Wi_Fi__1_2_GHz___Gray
$179.99יעצט
$399.99גווענדליך
55% off list price
m http://www.ebay.com/itm/Samsung-Galaxy- ... 0495886806 m
איך טראכט דאס צו קויפען לוינט זיך עס עס גייט דארט גוט אריין דרשת??
מען קען דארט ליינען ביכער??
וגו
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:47 pm#54789
הילף אויסצישפילן דעם סיסטעם
איך טריי איינצושרייבן מיין קינד אין די מוסדות און איך האב א ענדרוד פאון וואס איך האלט נישט ביים אויפגעבן! סוי דארף איך הילף וויאזוי זיי אויסצושפילן!
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:47 am#54943
מאך א פיג אין די בעק ביים אינטערשרייבן.
דינסטאג יוני 11, 2013 2:03 am#123858
שמעקעדיג האט געשריבן:פיין, איך בין מסכים צו טון דאס פאלגענדע:

הון ועושר בביתו...
טוב איש חונן ומלוה...
פזר נתן לאביונים...


אמ..... כ'קען האבן א הלואה פון צען טויזענט דאללער...?
פרייטאג יוני 21, 2013 10:52 am#127021
איינער האט אפשר א עצה אדער ידיעה?
די אונטערשטע באטען פון די אייפאד ארבעט נישט געהעריג, מדארף זייער שטארק דריקן אז עס זאל טוהן וואס עס דארף (ארויסגיין פון א עפפ), צומאל איז כמעט וואס מיין פינגער קומט דורך די אנדערע זייט פון אזוי שטארק דריקן, איז עס א טעקניקעל פראבלעם אדער א אנדערע זאך?
און וויאזוי קען מען דאס פאררעכטען?
פרייטאג יוני 21, 2013 11:19 am#127027
נעם עס אריין צו עפל.
פרייטאג יוני 21, 2013 11:36 am#127029
מ׳זעהט אז דו עסט דיך אהן מיט געפילטע פיש!!!
ווען דו עסט ווען בשר בקר אפשר וואלסטו אנדערש גע׳ענטפערט (just joking)
דו טראכסט איך האב נישט געוואוסט פון דעם, איך זוך א אנדערע עצה, צו טראגען צו עפל איז נישט אזוי גרינג.
זונטאג יוני 23, 2013 12:05 pm#127263
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

L O L
זונטאג יוני 23, 2013 3:28 pm#127323
gehlungen האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז ביזט נישט דערשראקן?

L O L

זאג נאר!
עס זעהט אויס ווי נאר די דריי אותיות ארבעט ביי דיר
l viewtopic.php?p=127237#p127237 l
l viewtopic.php?p=127235#p127235 l
דא זוכט מען עצות נישט קיין וויצן
מאנטאג יוני 24, 2013 11:52 pm#127604
אבגד האט געשריבן:מ׳זעהט אז דו עסט דיך אהן מיט געפילטע פיש!!!
ווען דו עסט ווען בשר בקר אפשר וואלסטו אנדערש גע׳ענטפערט (just joking)
דו טראכסט איך האב נישט געוואוסט פון דעם, איך זוך א אנדערע עצה, צו טראגען צו עפל איז נישט אזוי גרינג.

פאר א סאפטווער פראבלעם קען איך דיר פראבירן צו העלפן, אבער הארדווער פראבלעם, וואס זאל איך דיר זאגן, זאלסט עס אויסשווענקען מיט אונטערגעשלאגענע אייער? איינוויקלען אין א מענטעל פון א פסול'ע ספר תורה? די באטען איז סטאק, און אזא פראבלעם פיקסט עפל פאר פרי אויב איז עס נאך אונטער וואראנטי. ערגעץ אנדערש וועסטו צאלן פול פרייז אויב דארף מען ריפלעיסן דעם קוועטשער.
איך ווייס נישט וואו דו ביסט און ווי ווייט די נענסטע חקל תפוחין איז, אבער ס'קען נישט זיין צו ווייט.
מאנטאג יוני 24, 2013 11:55 pm#127607
געפילטע פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו דו ביסט און ווי ווייט די נענסטע חקל תפוחין איז, אבער ס'קען נישט זיין צו ווייט.

:like
דינסטאג יוני 25, 2013 12:17 am#127622
די באטען איז נישט סטאק, נאר אסאך מאל גייט עס יא און אסאך מאל נישט, ווענדט זיך וועלעכע עפפ, ממילא האב איך געמיינט אפשר איז עס א סאפטוועיר פראבלעם.
אויך ווי טרעפט מען אזא חקל תפוחין חוץ שבת ביי די זמירות?
דינסטאג יוני 25, 2013 12:34 am#127628
אבגד האט געשריבן:די באטען איז נישט סטאק, נאר אסאך מאל גייט עס יא און אסאך מאל נישט, ווענדט זיך וועלעכע עפפ, ממילא האב איך געמיינט אפשר איז עס א סאפטוועיר פראבלעם.

אה, יעצט זאגסטו שוין גאר עפעס אנדערש! א פעקטארי ריסעט האסטו פראבירט?
אבגד האט געשריבן:אויך ווי טרעפט מען אזא חקל תפוחין חוץ שבת ביי די זמירות?

דא קענט איר אפירזוכן די נענסטע שדה תפוחים, און האפענטליך וועלן זיי דיר קענען העלפן פטור צו ווערן פון די מסאבין דרחיקין אינעם קנעפל, און די חבילין דמעיקין וואס זענען פארשטעקט דערין.
זונטאג יולי 07, 2013 1:50 pm#131197
טיפס
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:38 am#156156
פערציג טיפס זיך צו גרינגער מאכן דאס לעבן

m http://twistedsifter.com/2013/10/clever ... our-world/ m
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:18 am#160046
איז שייך וואס צו טון? איך תמים האב געשיקט צו איינעם און כינע $400 לויט זיין פארלאנג מיט וועסטערן יוניאן. און נאכן אויפפיקן די געלט. הערט מען מער נישט פון אים. ער האט א סייט מיט ביליגע פרייזן פאר עלעקטעראניקס.זעט אויס ווי די קעניער גנבים
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:00 pm#171375
ווען איך מאך מיין אייפאון פאר א האט ספאט צו מיין קאמפיוטער קען איך נישט אריינסיינען אין ערגעץ. ווייסט איינער פשט דערפון ?