Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עצות, טיפס וכדו'

עצות, טיפס וכדו'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
103 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 104 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #292
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 9:54 pm#355813
לעצטנס ארבעט נישט די קאר blue tooth ווי עס דארף צו זיין. די קול איז קראצעדיג און מען קען קוים הערן. Sienna.
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:39 pm#381923
א איד האט געדארפט א היטש פאר זיין קאפל אהיים צו גיין פון קאנטרי. ער האט פראבירט דעם און יענעם אבער קיינער האט "פונקט" נישט געהאט קיין פלאץ אדער פערצופעל נישט געפארן דארט ווי ער האט געדארפט.

מה עשה?

ער נעמט זיין קאפל אין קאר און לאזט זיך ארויס צום 17. אנקומענדיג אויפ'ן הייוועי שטעלט ער זיך אויף א זייט און עפענט די הוד. פארשטייט זיך ביז צוויי מינוט האבן צוואנציג קארס זיך אפגעשטעלט זעהן וואס מ'קען העלפן. ער האט געזאגט אז חברים איז אויפ'ן וועג צו פאררעכטן די קאר אבער ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט די קאפל. אין נאו טיים האט ער געטראפן פאר זיי א רייד
פרייטאג יאנואר 04, 2019 12:00 pm#421176
Re: עצות, טיפס וכדו'
עס איז מיר בייגעפאלן אז אריינייען אן אימעיל אדרעס אינעם טלית/תפילין בייטל איז א וויכטיגע זאך.

עס איז היינט א וועלט ווי מען פארט ארום איבער דעם גרויסן וועלט. קומט אסאך אויס, אז מען דרייעט זיך אין פלעצער ווי נישט יעדער קען ליינען די אותיות וואס שטייט אויפן בייטל. וויפיל מאל וואלט מען געקענט פארמיידן די עגמת נפש און געלט שאדן פון א פארלוירענע פאר תפילין אין עירפארט, מיט אזא פשוטע זאך ווי אן אימעיל אדרעס.

קען זיין אנדערע טוען דאס שוין יארן, מיר איז דאס אבער היטצערט בייגעפאלן, וויל איך מיטטיילן דעם געדאנק מיט די חברי השטיבל.

- המעוררים