מאנטאג אפריל 8, 2013 3:39 pm#102537
יואליש אז פאמיליע גאלדבערגער וועט בלייבן חאטש לפנים שומר שבת און כשרות איז עס באגריסענסווערד. (איך ווייס נישט די פאקטן למעשה).
לעמאן דזשוסאמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.
הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...
און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?
לעמאן דזשוסאמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.
הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...
און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?
בן תמליוןיואליש אז פאמיליע גאלדבערגער וועט בלייבן חאטש לפנים שומר שבת און כשרות איז עס באגריסענסווערד. (איך ווייס נישט די פאקטן למעשה).
moti107[ציטאט אראפגענומען]
יאנקעל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך
? אפילו אין קראלי ווי די ברענגסט א הכחה לצידך אז אנהייב האט מען געלעבט בשלוה איז טאקע געווען ווייל ביידע צדדים האבן פארשטאנען זיך אפצוטיילן. אודאי אויב סאיז יא בערבוביא איז דא א מענטשליכע און א אוממענשליכע (לייען ציממערמאן׳דיגער) וועג זיך צו באפאסן דערמיט אבער אפילו א שחור קען פארשטיין אז אין איסט ניו יארק פאסט מער אנצושפריצען דורכפארערס ווי און א בעסערער געגענט.
ממרום שלח אשלעמאן דזשוסאמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.
הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...
און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?
אין א שמועס מיט שלום דין האט ער מיר אנפארטרויעט אז ער איז נשתומם געווארן פון די טעמפקייט פון די שותי קאווע, זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין אז איינמאל מען גלייבט נישט האט נישט קיין זון אנצוהאלטן עפעס. און פארדעם האט ער געסטאפט צו שרייבן.
זעט אויס ער האט דיר געמיינט.
יואליש
האמיר א שוין א שטיקעלע מחלוקה'לע: ממרום ווס. בן תמליון.
יואלישדי זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.
moti107יואלישדי זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.
פארוואס איז דיין חילוק מחלק? סוף כל סוף שטערן זיי מענטשן וואס האבן אינוועסטירט צו קענען וואוינען און לעבן אזוי ווי זיי האבן געזען פאר רעכט
ס׳איז טאקע א פרייע קאנטרי סאיז טאקע דא דער געפיל אז זיי זענען אייגענע. אבער למעשה איז דא א מאראלישע מענטשליכע פליכט נישט צו סטעפן אויף יענעמס הינער אויג. ס׳איז גראדע דא א שמועס דא אין שטיבל אן א דאמעסטיק לעוועל לגבי טאטע און קינד וויאזוי זיך צו פירן כאטשיג מ׳האלט אנדערש.
יואלישמיט וואספארא רעכט לייגט מען ארויף א קינד אויף די שינעס אין א געזעלשפאט וואס אויב שטאלפערט מען זיך אן דאס מינדעסטע איז דא איין עצה: זיי עוקר. דאס איז אזא סדום בעטל צו וואס יעדער מיז זיך צופאסן אפי' די נאטור זאגט אז איינער וואקסט העכער און אן אנדערער נידריגער. אבער סדום האט אויך געהאט תקנות המקום דורי דורות.
שרייבעריואלישמיט וואספארא רעכט לייגט מען ארויף א קינד אויף די שינעס אין א געזעלשפאט וואס אויב שטאלפערט מען זיך אן דאס מינדעסטע איז דא איין עצה: זיי עוקר. דאס איז אזא סדום בעטל צו וואס יעדער מיז זיך צופאסן אפי' די נאטור זאגט אז איינער וואקסט העכער און אן אנדערער נידריגער. אבער סדום האט אויך געהאט תקנות המקום דורי דורות.
דאס איז א גוטע טענה פאר אידן וואס וואינען אין ק"י אדער אין סקווירא, אבער נישט א תירוץ צו טון וואס מען וויל
בן תמליוןעס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.
שרייבערבן תמליוןעס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.
אמת ער האט אזוי געזאגט לגבי קהלות, אבער ער האט קלאר געוואלט אז מען זאל זיך פירן מיט די פונדמאנטעלע יסודות אין אידישקייט ווי מען האט זיך געפירט אין די אלטע היים
ואגב, דאס טעראריזירן אויף אייגענע האר איז נאך פארגעקומען אין וומסב"ג בימי רבינו יואל, די היינטיגע זענען שוין נאר תלמידים
קאווע טרינקער[ציטאט אראפגענומען]
נישט אמת.
ביי-האר האט די רבי זכרונו לברכה געהאלטן אז ס'איז מעכב די גאולה! משא"כ צימעס.
די קהילה אין עזה איז געגרינדעט געווארן וואו ערליכע גאט-פארכטנדע מענטשן נעמען זיך צוזאמען כאיש אחד בלב אחד צו דינען דעם אויבערשטן לויט זיינע געבאטן, און דער "ועד הצניעות" באשטייט פון ערליכע מענטשן וועלכע זעען אז די שטאט זאל נישט חלילה פארפעסטיגט ווערן מיט ליידיגגייער און אומצופרידענע יונגען. איינער וואס איז נישט צופרידן קען זיך גיין פון דא
קאך_לעפלאין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)
האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.
דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.
ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.
למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.
חשבוןאיך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
ממרום שלח אש[ציטאט אראפגענומען]
דא פארלירסטו מיר, אויב מוז מען זיך נישט פירן ווי די מיסד, פארוואס מוז מען היטן שבת? עפעס קוקט מיר אויס אז דו האלסט טאקע נישט אז ק"י ברויך זיין אויף סאטמאר רב'ס סטאנדארט, אבער אויף יענקל'ס סטאנדארט יא...
moti107אלא מאי ס׳איז דא א ליין וואס מקען נישט קראוסן אפילו ביזט דא געבוירן סתם פון א מענטשליכען (לאו דוקא רעליגיעזער)שטאנדפונקט.
אויב נישט! וויאזוי קען דער אמעריקאנער גאווערמענט ארויפצווינגען א קאנסטוטאציע אויף מיר ווייל בענזשאמין פרענקלין (דער עכטער) האט אזוי באשלאסן מילא די וואס האבן דעמאלטס געלעבט,אבער איך בין דא געבוירן איטס עי פרי יוניווערס, מיר שמעקט דאס נישט, איך אלץ א שופט האלט אז מקען נישט פליען די פיפט אין קאורט.
הגע בעצמך אביעקטיוו אויב די outcome פון דיינע טענות וואלטן געגעבן גערעכט פאר די פרומע צו די וואלסט נישט געזען די אנדערע זייט מטבע קוק נאך מיינע תגובת איך בין בכלל נישט נחשד אלץ א וואסער טרעגער אדער צו בדחן׳ען דא אין שטיבעל איך גיי אבער נישט מיטן קאפ אין וואנט צו באשולדיגען די פרומע .
און יא איך בין מודה אז די הנהגה איז קאראפטורט און ס׳איז למעשה יצא שכרו בהפסדו אפילו מיט מיינע אויגן גלעזער.
DotCom[ציטאט אראפגענומען]
נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?
לעיקוואדחשבוןאיך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?
http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=rLOyEAuUfuY#!
געפילטע פיש
זאג דו אליין, וואו האלטסטו פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך די רעכטן פון א שטעטל? מעג מען ארויפצווינגען וואס פארא קאמפאני שיך צו גיין? מעג מען ארויפצווינגען אויף די מענער נאר צו טראגן שווארצע און ווייסע גלעזער? מעג מען לאזן קויפן עסן אין שטוב נאר בהכשר המרא דאתרא? ביי וואס פארא פונקט וועסטו מודה זיין אז דאס מיינט יא אריינגערינגען אין יענעמ'ס פריוואטע לעבן, און ס'הייסט אריבערגעגאנגען די ליין?