דינסטאג אפריל 9, 2013 6:50 am#102810
.You are welcome, it's not listed for public at all only with link you can find it so let's hope it will stay
קרעקערסכאפט פשוט א שרעק וואס דא טוהט זיך,
שוין אפגערעדט די געהעריגע איסורים ווי גיין מיט אויפגעדעקטע האר טאטשן גוים און פיערסען די בעלי באטען נאר פשוט די בשרירות לבי אילך אויפען ערגסטען פאנעם
מדראמט אריין ביי די שבת סעודה און מקלאטשט נאך תקיעות שופר און דעס איז ביי זיי אידישקייט און מזאגט נאך לכבוד שבת קודש - אוי זענען זיי קילע ליצים
סאיז קלאר אז זיי האבען א ציל און מישאן מיט דע ווידיאס און דעס גייט זעכער געבען דעם שטופ פאר נאך יונגעלייט זיי נאכצוטוהן
די וועג דאס אפצושטעלען איז נישט מיטען אראפשלעפען די ברייטע הוט און שרייען טשאווערגאס און מאכען דעם שטערן פארען גרעסטען פראבלעם פון דור
יאירבדחןוואס איז אפילו די פראגע? מעגליך אז זיין אוממאראאל האט אום צוגעברענגט אז ער זאל מיינען אז עס איז מאראליש עס צוטיען, אבער אזא רוצח קען נישט זיין נאר איינער וואס איז אוממאראליש,
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער אויב עס בלייבט אז די האלאקאוסט כשלעצמו איז אן אוממאראלישער אקט כשלעצמו, נישט קיין חלק ווער עס באגייט עס און פארוואס, מיינט עס אז אפילו אויב רוב מענטשן אין א לאנד, אין אונזער פאל דייטשלאנד, האלטן אז מ'מעג הרג'ענען אלע אידן, און אפילו זיי אליין גלייבן אז ס'איז מאראליש אזוי צו טון, (ווי די נאציס האבן געהאלטן), פונדעסטוועגן איז עס נאכאלס אן אוממאראלישע אקט צו טון. דהיינו, דאס אז רוב מענטשן האלטן אז מ'דארף טון כך וכך בארעכטיגט נישט יעדע איינציגע מעשה פון א מאראלישע שטאנדפונקט, ס'איז דא א ליין וואס מ'טאר נישט אריבערגיין. דו שטעלסט עס דעם ליין ביי רציחה, איך שטעל עס אפ ביים רודפ'ן א פרוי וועגן לאזן וואקסן אירע האר.
יעצט לאז איך איבער פאר יעדן צו מחליט זיין אויב די האלאקאוסט אליין איז געווען אן אוממאראלישע אקט, אפגעזען ווער עס טוט עס, פארוואס מ'טוט עס, און וואו מ'טוט עס. ווער עס האלט אז אין געוויסע פעלער הייסט די האלאקאוסט מאראליש, איז בארעכטיגט צו פארטיידיגן די ועד הצניעות.
קאך_לעפלמען טענה'ט זיך, און מען טענה'ט זיך, און מען קימט אלס ציריק צו די זעלבע טענות,
די נישט פרימע שרייען מיר ווילן לעבן א חיי הפקר, אפי' אונעם סאמען הייליגן שטעטל,
און די פרימע שרייען מער ווייניגער, "שיגץ ארויס", גייט אייך וואו די אויגן טראגן אייך, און קריכט אראפ פון אינז,
און לאזט איינז לעבן אונזער לעבן, און קריכט אראפ פון אינז, לאזט אונז לעבן אונזער לעבן, און מיר לאז אייך לעבן לעבן אייער לעבען,
והכל על מקומו יבוא בשלום......
בענדזשאמין פרענקליןאיך בין נישט געקומען איבער חזר'ן דעם גאנצע סומעטאכע אפילו מיט אזא חשובע שרייבער ווי אייך הרב דאט קאם, כ'האב סך הכל מעורר געווען דעם קאך לעפעל אז ווען מען מאכט א חזרה און א סך הכל ברויך מען עס מאכן יושר'דיג.
און אויף דיין טענה פון כל המשנה, עיין באריכות און די פריעדיגע תגובות, די חברה האלטן אז קיינער דארף נישט אוועקמאפן נישט דער מיעוט און נישט דער רוב.
הדד בן בדדר' שמחהקאך_לעפלאין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)
האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.
דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.
ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.
למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.
נישט נאר שקרים וכזבים, חלומות ודמיונות, נאר טייל פון די סאטמערע PR.
א גרויסער שקויעח ר' שמחה פארן דאס מעורר זיין. דאס איז שקר, שטותים און פערדעריי. דאס איז הוצאות שם רע אויף איד א צדיק תמים ונשגב, א תלמיד חכם און א בנן של קדושים, פון וועמען עס זענען געבליבן ערליכע אידישע דורות דא אויף די וועלט. עס איז נארישע סאטמארע פי אר, און עס איז נאריש ווייל עס זענען נאך דא היינט מענטשן ביי וועמען מען קען עס מברר זיין. און איך מיין נישט דעם רשע ושקרן הידוע זריעל גליק
נולד מאוחראיז דאס ריכטיג אז זיי ריפען זיך ארטעדאקס?
ריכטיג מיינעך איד אמת אז זייער לייף סטייל פיט אריין אונטער ארטעדאקס גיידליינס?
איז שייך צי זאגן פונקט ווי ארטעדאקס היינט זעט אויס אנדערש ווי ארטעדאקס הונטדרעט יאר ציריק. דאס זעלבע קען זיי טענה'ן אז ארטעדאקס איוואלווד אויף זייער אויפן.
דרך אגב צי ביישינען דאס פלאץ ווי די קינד איז יונק חיות בימי אמו, איז דען מנוגד צי ארטעדאקס?
אדער ארומקוקן מיט א שמייכעל ביי תקיעת שופר אנשטאט אריין גולמן אונעם מחזיר ערנסטערהייט איז עפעס נישט ארטעדאקסיש. אדער קלאפן נאכן די תקיעות תי מערבב זיין דעם שטן?
איך אויךזעהסט פונקט אין בעלז איז מען מקפיד נישט צו קלאטשן שבת טאקע מטעם יענע שו"ע.
איך אויךיאפס, ביי די סאטמארע חזרים איז דאס פון די קלייניקייטען.
געפילטע פישמיר האבן נישט קיין מסורה אויף א רינגל במקום הטבור, משא"כ חח נזם וכומ"ז האבן מיר יא א מסורה.
berlbalagulehצווישן אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס איז דער פאקט אז די "נישט פרומע" האבן געברענגט ר' אביש'ל הורוויץ קיין קראלע. איך האב איין וואונטש. צו זיין אזא "נישט פרומער" ווי ר' אביש'ל הרווויץ און זיין זון ר' הערשלי זצ"ל.
קאווע טרינקער(יא גערעכט נישט גערעכט)
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.
הוגה האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.
יעצט וועט מען מוזן גיין פרעגן ריכטער קרעמער און זיצן אין דין תורה פאר אכצן יאר איבער א יעדע מוסד און דורכטון אויב עס באלאנגט צו א יחיד אדער צום כלל.
סיריעסלי ספיקינג, די מוסדות פון חסידישע קהלות פארשטייט יעדער איינער אז עס איז דא צו דינען פאר די גאנצע קהלה אפגעזעהן ווי דיק די מאמעס שטרימפ איז.
חוץ מזה, דו האלטסט אז ווען די מוסד איז זיינס האט ער רעכט. און וואס האלט אונזער טאטע אין הימל?, איז ער מסכים מיט דעם?
berlbalaguleh האט געשריבן:די מעשה'לע וואס דו ברענגסט איז זייער הארצרייסנד. ס'איז א "טיער דזשערקער". אבער דאס קען דאך נישט טוישן דעם פאקט אז פון נייטרא ביז לעיקוואוד איז א מהלך פון קרוב צו דריי שעה פארן. און א קליין קינד קען נישט מיטמאכן א נסיעה פון דריי שעה, צוויי מאל א טאג. חוץ אויב לעיקוואוד מאכט אויף א תלמוד תורה אין נייטרא אדער נייטרא מאכט אויף א תלמוד תורה אין לעיקוואוד. מ'קען זיין זיבן דורות א היימישער, געטרייער, אייגענער. און ס'קען זיין קירוב הלב, אבער דעם פאקט פון ריחוק מקום קען מען נישט טוישן.![]()
נייגעריגער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק מיסטער דאט קאם!!
דו האסט עס אליין אפלוידעט? אויב יא: עצתי נתונה אז זאלסט טוישן דעם ווידיאו טייטל צו עפעס אינגאנצן אנדערש כדי ס'זאל זיין אביסל שווערער פאר די חברה עס צו טרעפן מיט א בלויזע סערטש אויף יו-טוב און קלעימען קאפירייט!
עניוועי: איך האב עס שוין אראפגענומען פאר מיר!