קודם כל וויל איך מיר באדאנקן צו אלע שרייבער וואס האבן דא געשריבן אין דער אשכל ביז יעצט, איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון די שמועס דא. געוויסע הודעות האבן מיר געמאכט לאכן, אדערע וויינען. איך האב מיך גערעגט, און זיך בארואיגט. עס האט מיר געמאכט טראכטן, און איך האבן מיך געלערנט אסאך זאכן. איז דען דאס נישט די שפיץ פון א געלונגען נושא אז עס קען ארויסברענגן אזויפיל רויע געפילן ביי א מענטש? איין זאך האב איך מיך זיכער געלערנט דא. עס איז מיר שטערקער געווארן די דעה אז
טאלעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע.
דא האט מען א נושא וואס איז מן הדברים העומדים ברומו של עולם ביי טייל מענטשן. עד כדי כך אז די צוויי קיצוניות'ן זענען צו דאס (האט גע)ברענגט די גאולה אדער גאר מרחק די גאולה. די צד השוה פון ביידע זייטן איז אז ביידע ווילן טון די רצון הבורא.
במושכל ראשון וואלט אזא זאך געדארפט צוברענגן צו געשמאקע, טיפזיניגע, ערענסטע, אינטעליגענטער, תוכנ'דיגער דעבאטעס און שמועסן. דערווייל אנשטאט דעם באקומען מיר פארדאמונגען, דעמעגאגע, פערזענליכע באליידונגען, א.ד.ג.
גיבט א קוק, איך ציטיר דא נאר א טייל פון די שורות וואס האבן מיך געבאדערט:
לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.
אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל
די איינציגע וואס פייערן נאך ה' אייר זענען די סאטמארע, מיט תחנון עצרת'ער וכו'
האט זיך רבי מיכאל בער אנגעריפען בזה''ל: דער איטשע מאיר, מיז זיין אדער א חולה נפש, אדער א מין און אן אפיקורס: פארוואס?
דערציילט רבי מיכאל בער, אז ווען ער איז געווען מיט זיין שווער, דער נייטרא'ר רב ז''ל ביי די כניסיה פון די אגודה, און וויען, נאך בעפאר די מלחמה, האט דער איטשע מאיר געקלאפט אויפן טיש, וואו א וואנזיניגער, און געשריגען מיט קולי קולת, אז יודן מיזן האבן א אייגענע מדינה, האט רבי מיכאל בער אויסגעפירט, דאס קען נאר זאגן א כופר, אדער א טיפוש, ע''כ המעשה:
איז אזוי: קיין טיפוש איז דער איטשע מאיר נישט געווען, ער האט פארשטאנען אן עסק, ער האט געמאכט די מעשה מיטן בעלזער רב, און מיטן טשעביטער רב, אזוי, אז אלע היינטיגע פאלאטיקאנטען, און גבאים, קענען זיך פארשטעקן פאר אים, אלא מאי? איז ער געווען א כופר, הוא אשר דברתי!
דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!
נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות
לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.
אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן
אויף פוסטע דעמאגאגיע ביסטע גוט און א מענטש צום טיש??
די סאטמארע דארפן היינט זאגן הלל אלס כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה...
אבער אויב גייסטו גיין מיט שיטת סאטמער אז יעדער וואס זאגן אנדערש ווי דיר איז שגץ פוי
אמת אמת, סאטמאר האט קיינמאל קיינעם נישט טעראריזירט, קיינמאל נישט געשטאכן קיין רעדער, קיינמאל אויסגעשאסן קיין פענסטער, קיינמאל נישט צוריסן קיין פרוכת, קיינמאל נישט חרוב געמאכט קיין בתי מדרשים מיט ספרי קודש, קיינמאל נישט צושלאגן קיין מענטשען, ועוד הרבה שאי אפשר לפורטם, פארן "בלויזן חטא" פון נישט גיין בדרך סאטמאר, אדער אנטיילנעמען אין א פראגראם, עווענט, עצרת, וכדו' פונעם צד שכנגד, קיינמאל!
מ'ברויך דערמאנען די יונגע דור וואס געדענקט נישט, אז סאטמאר איז נישט אלעמאל געווען א חסידות וואס האט זיך געריסן ביי די קעפ אינעווייניג, וואס האט געשפריצט וואסער און זיך געהארגעט אין בית המדרש אום שמחת תורה, ס'געווען אמאל גוטע צייטן ווען זיי האבן טעראריזירט גאנץ וויליאמסבורג, ווען איינער האט זיך געוואגט צו טוהן עפעס נגד רצונם. ברוך השם היינט זענען זיי ביזי מיט די אייגענע גארבידזש.
איינער זאגט מיך אז נעכטען נאכט איז און וויליאמסבורג ארום געפארען אפאר קארס מיט מדינת ישראל פענער דערויף און מ'האט עס פראבורט אראף צו רייסען עס איז ממש געגאנגען קלעפ
[/quote]
איר קענט אודאי טענה'ן אז בעצם געווענטליך קענט איר הערן א צווייטענס דעה און איר זענעט גאר מעסיגע מענטשן, דאך אבער ווען עס רירט אן בעניני אמונה, כפירה, מדינה, שלש שבועות, די רבינ'ס שיטה, רב קוק'ס כבוד, סאטמארער שטותים, כבוד התורה, אדער וויאזוי איר ווילט עס נאר רופן, מוזט איר שטיין בכל התוקף אפצוהיטן כרם בית ישראל.
איך פארשטיי, אבער אין אנדערע ווערטער, "נאר מיין דעה איז א דעה, יענעמ'ס איז נישט און איך מוז יענעם און די גאנצע וועלט מודיע זיין אז זיי זענען זיך טועה". איך זעה פון דעם אז ביי א געוויסע פונקט מוז מען אויפהערלן טאלערירען. איך פארשטיי עס נישט ווייל אויב ביסטו אזוי זיכער אז דיין וועג איז די גערעכטע וועג דאן וואס האסטו מורא אויסצוהערן יענעם, און עס געהעריג דעבאטירן אן קיין דברי זילזול? זעץ דיך אראפ מיט רב קוק, רעד צו אים מיט רעספעקט, רוף אים "רבי" קוק אים אין די אויגן און ווייז אים אויף אז ער איז זיך טועה. און די זעלבע איז דאס פארקערטע מיט די אנדערע צד.
דאס האב איך סתם געשריבן צוליב דעם וואס מיין קאפ ליגט יעצט אביסל אינעם טאלעראנץ נושא.