Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • ה' אייר והמתעף.

קאווע שטיבל • ה' אייר והמתעף.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3474
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:42 pm#105004
ה' אייר והמתעף.
אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל, וואס האטט נאך נישט געהאט קיין איין טאג מנוחה זייט איר אויפקום.

עס וואלט ווען געווען כדי צו דעבאטירן, למשל:

פארוואס עס שטייט און די מגילות עצמאות בעזר צור ישראל? נישט בס''ד, אדער בערת ה', אד''ג,

אויך וואו אזוי די פרימע פארשטייער פון די אגודה און מזרחי, וואו איטשע מאיר לעווין, און פישמאן, האבן געקענט אונטער שרייבען א דאקימענט, וואו מדינות ישראל, איז זיך מחייב, אפציהיטען אלע "מקומות הק" יודישע, און להבדיל קאטוילישע, און מיסילמענישע, וואס איז בפירש קעגן די הלכה, ווייל און ארץ ישראל איז דא חיוב אויסצורייסן די ע''ז, און די קאטוילישע זענען לויט אלע פוסקים ע''ז ממש,

אויך וואו אזוי די מדינה האט דערטראנקען א שיף, פול מיט יודן, ווייל די שיף האט באלאנגט צו די לח''י, און די מדינה האט דאן געשטיצט די הגנה מיט די אצ''ל,

וואו אויך פארוואס האט דער הייילגער חזו''א געהייסן זאגן תחנון, ה' אייר אפי' עס איז געווען א ברית, וואס איז קעגן די הלכה,

וואו אויך פאר וואס די פרימע ציונים האבן אזאנס געשאלטן, ווען הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל, האט מפרסם געווען זיין בריוו "מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים"?

וואו אויך די רשעות פון מפקיר זיין אלע יודן וואס האבן געוואוינט און אלט שטאט ירושלים,

אד''ג

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:48 pm#105006
די איינציגע וואס פייערן נאך ה' אייר זענען די סאטמארע, מיט תחנון עצרת'ער וכו'

היי יאר האט מען שוין צוגעלייגט נאך א מנהג, מען גייט צום ציון מיט בוהושער רבי (ווער ס'האט געזען די צעטלעך אין קרית יואל)

ס'איז לעצטענס אויסגעקומען צו רעדן מיט א סקווירא'ער איד עפעס האט מען דערמאנט אינמיטן וועגן ה' אייר, און ער געט א קוק ווי פון די לבנה, וואס איז דאס ה' אייר?
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:50 pm#105007
קאך_לעפל האט געשריבן: דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות,

נישט בלויז האט דער רשע איטשע מאיר (דער זון פון בענדינער רב און איידעם פון אמרי אמת) עס אונטערגעשריבן אום שבת, נאר עס איז געווען יום כיפורים שחל להיות בשבת, און דער כופר בעיקר האט עס אונטערגעשריבן ווען אין זיין מויל האלט ער א סענדוויטש פון חזיר, חלב, דם, בשר בחלב און תולעים, און אויף זיין שויס זיצט א נשג"ז און מאכט מיט איר משכב זכר, ווען בו בזמן שניידט ער זיינע נעגל שלא בסירוגין און מאכט זיך א קרחה בין עיניו, מיט זיין פיס גראבט ער קברים, מיט זיין אויער הערט ער קול באשה, שמעקט ריח של תקרובת עבודה זרה און אין זיין קאפ לערנט ער דף היומי. שומו שמים!
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:52 pm#105008
קופערניקוס, :like :like :like
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:53 pm#105009
קופערניקוס האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן: דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות,

נישט בלויז האט דער רשע איטשע מאיר עס אונטערגעשריבן אום שבת, נאר עס איז געווען יום כיפורים שחל להיות בשבת, און דער כופר בעיקר האט עס אונטערגעשריבן ווען אין זיין מויל האלט ער א סענדוויטש פון חזיר, חלב, דם, בשר בחלב און תולעים, און אויף זיין שויס זיצט א נשג"ז און מאכט מיט איר משכב זכר, ווען בו בזמן שניידט ער זיינע נעגל שלא בסירוגין און מאכט זיך א קרחה בין עיניו און לערנט דף היומי.

פוי!!!! ביזט זיכער אז און די סענדוויש איז געווען תולעים? די האסט מיר געמאכט אויסברעכען די גאנצע מיטאג מאלצייט!
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:55 pm#105011
דוכט זיך ה' אייר קען נישט געפאלן שבת
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:56 pm#105012
קאך_לעפל האט געשריבן:דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין

R U CRAZY?
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:03 pm#105015
עס האט דערציילט א יוד וואס האט געלערנט און נייטרא, ער הייסט לייבל גאטעסמאן:

אז אמאל זענען געזיצען א קיפקע בחורים און נייטרא, און א בחור האט זיך אויף געשטעלט, און געשאלטן איטשע מאיר לעווין, מיט טויטע קללות, און די איבריגע בחורים האבן אים באוואשען וואו א סוטה, הייתכן? ער איז דאך אן איידעם ביים צדיק הדור?

און מיטן און רבי מיכאל בער אריין געקימען, און ער האט געזען אז עס קאכט זיך, האט ער געפרעגט וואס עס גייט פאר, און די בחורים האבן אים גענפערט אז זיי זענען מוחה, אויף דער געווויסער בחור, וואס האט זיך געוואגט צו רעדן אויף איטשע מאיר'ן.

האט זיך רבי מיכאל בער אנגעריפען בזה''ל: דער איטשע מאיר, מיז זיין אדער א חולה נפש, אדער א מין און אן אפיקורס: פארוואס?

דערציילט רבי מיכאל בער, אז ווען ער איז געווען מיט זיין שווער, דער נייטרא'ר רב ז''ל ביי די כניסיה פון די אגודה, און וויען, נאך בעפאר די מלחמה, האט דער איטשע מאיר געקלאפט אויפן טיש, וואו א וואנזיניגער, און געשריגען מיט קולי קולת, אז יודן מיזן האבן א אייגענע מדינה, האט רבי מיכאל בער אויסגעפירט, דאס קען נאר זאגן א כופר, אדער א טיפוש, ע''כ המעשה:

איז אזוי: קיין טיפוש איז דער איטשע מאיר נישט געווען, ער האט פארשטאנען אן עסק, ער האט געמאכט די מעשה מיטן בעלזער רב, און מיטן טשעביטער רב, אזוי, אז אלע היינטיגע פאלאטיקאנטען, און גבאים, קענען זיך פארשטעקן פאר אים, אלא מאי? איז ער געווען א כופר, הוא אשר דברתי!
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:11 pm#105016
דיר געב איך נישט קיין אויסוואל ווייל קיין אפיקורס ביסטו זיכער נישט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:16 pm#105018
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דיר געב איך נישט קיין אויסוואל ווייל קיין אפיקורס ביסטו זיכער נישט.

גוט גענפערט רבי בנימין!

איך טראכט נאר, אז דער זיידע דיינער נאך וועמען די הייסט וואלט אויך גענפערט אזוי צו די זאך וואו מע''כ, וואלט אמעריקא נישט אויסגעקיקט אזוי ווי זי קיקט היינט אויס,
נאר אמעריקא וואלט ווען אויסגעקיקט וואו קלאמביע און קיאבע!

ג-ט בלעס אמעריקא!
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:26 pm#105026
אוודאי איז שווער צו גלייבען אז דער איטשע מאיר איז געווען א כופר, און אריין געפירט די גאנצע אגידה, אונעם ציוניסטישען שמעלץ טאפ, קעגן די דעת תורה פונעם מוצגה''ת פון די אגודה,וואו עס ווערט אויסגעוויזען מיט דאקימענטען שווארץ אויף ווייס אונעם ספר מקאטעוויץ עד ה'אייר,

ער איז געווען א יחסן? יא!
ער האט געשריגען ביים דאווענען?יא!
ער איז געגאנגען מיט די זאקן און די הויזן? יא!
ער האט געפרעסן הערינג מיט ציבעל?יא!
ער האט געטראגן א ריזן פוילישען יארמילקע?יא!
ער האט געטראגן א ריזיגע פאטריאכישע בארד? יא!

דאך איז ער געווען א כופר, און אן אפיקורס,

דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:47 pm#105040
וואס איז געווען די מעשה מיט די טשעביטער רב, און ווער איז דאס געווען???
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:17 pm#105054
אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין בארא פארק
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:57 pm#105066
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:01 pm#105067
היימישער ליטוואק האט געשריבן:

געפעלשט? זאג שוין אז דער תלמוד בבלי, מיטן רמב''ם זענען אויך געפעלשט! אזוי וועט די ציוניסטישע פאלטיק שפילן 100 % ע''פ תורה!
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:05 pm#105068
נפתלי בנט דער גרינדער פון הבית היהודי האט א נאמען געגעבן זיין פארטיי "הבית היהודי"
וויי צו טון הרה"צ ר' משה בער בעק רב ובעמ"ח הבית היהודי

יא ישראל כשיורדין יורדין עד לעפר
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:10 pm#105069
קאך_לעפל האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.

געפעלשט? זאג שוין אז דער תלמוד בבלי, מיטן רמב''ם זענען אויך געפעלשט! אזוי וועט די ציוניסטישע פאלטיק שפילן 100 % ע''פ תורה!

איך האב קיין אנונג וואס דו האסט געשריבן.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:11 pm#105070
כל הכופרים מותרים ,חוץ
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:17 pm#105071
איז דער משה חיים בלאך דער מחבר פון דובב שפתי ישינים?
וואס איז זיין היסטערי ?
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:17 pm#105072
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.

געפעלשט? זאג שוין אז דער תלמוד בבלי, מיטן רמב''ם זענען אויך געפעלשט! אזוי וועט די ציוניסטישע פאלטיק שפילן 100 % ע''פ תורה!

איך האב קיין אנונג וואס דו האסט געשריבן.

איך האב עס דירעקט געשריבען אויף יודיש, נישט אויף ספאניש, אזוי אז די קארפן קעפ פון ליטע, זאלן עס אויך קאנען פארשטיין!
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:32 pm#105077
diff האט געשריבן:כל הכופרים מותרים ,חוץ

גוט ארויס גברענגט מר' דיף,

אבער עס גייט נאך א סאך ווייטער, וויל מיר פאסקענען דאך אז טעם כעיקר איז אסור מן התורה, ממלא איז דאך יא מעות קונות מה''ת,
וועגן דעם קען מען פארשטיין די שיטה פונעם ר''י מקורבל פארוואס עס דארף שטיין 3 מאל ארלים, און וואו אויך פארוואס היזק ריאה איז לאו שמיה היזק,
איי דעמאלס וועט איר פרעגן, פארוואס פסקענען מיר אשו משום חיצו?
ווייל דאס איז נאך פשוט פאר די בני בתירה וואס האבן דאך נישט געוויסט וואס צו ערב פסח שחל בשבת, מאכט מען בכלל דעם ק''פ, עד שבא הלל הבבלי, בן אחיו של כותח הבבלי, אין ער האט מחדש געווען אז שעבודה דרבי נתן העלפט אפי' ביי נסכא דר' אבא, ווייל ער גייט דאך לשיטתיה דהלל תיקון פרוזבול,
ממלא פארשטייען מיר גוט פאר וואס קנין פירות איז לאו כקנין הגוף, והא ריאה דקל לפירותיו, איז נישט קיין דבר שלא בא לעולם,
איי וואו אזוי קען ברענגן בכורים? אה, דאס איז נישט קיין קישיה, ווייל מיר געפינען דאך ביי די אוונכריה האט דאך דער ריש גלותא אנגענימען, אז קידשה ראשונה, לא קודשי לעתיד לבוא,

ממלא פאר שטייען מיר די תגיבה פון מר' דיף כל הכופרים מותרים ,חוץ: הפלא ופלא: דפחי''ח: ונכון הדברים מאוד, והמשמחים כנתנתן מסיני, כפתור ופרח:
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:45 pm#105081
אז דו ביסט אין די מוד פון טענה'ן - וועל איך דיר העלפן.
קאך_לעפל האט געשריבן:אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין פארוואס "כופר בעיקר"? קוק אויך דא, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל, וואס האטט נאך נישט געהאט קיין איין טאג מנוחה זייט איר אויפקום.

עס וואלט ווען געווען כדי צו דעבאטירן, למשל:

פארוואס עס שטייט און די מגילות עצמאות בעזר צור ישראל? נישט בס''ד, אדער בערת ה', אד''ג, ווייל טייל פרייע אידן (ל"ע) האבן נישט געוואלט געבן פאר די מגילה אזא שטארקע צביון דתי. וואס איז די גרויסע קושיא? און וואס איז די גרויסע טענה?

אויך וואו אזוי די פרימע פארשטייער פון די אגודה און מזרחי, וואו איטשע מאיר לעווין, און פישמאן, האבן געקענט אונטער שרייבען א דאקימענט, וואו מדינות ישראל, איז זיך מחייב, אפציהיטען אלע "מקומות הק" יודישע, און להבדיל קאטוילישע, און מיסילמענישע, וואס איז בפירש קעגן די הלכה, ווייל און ארץ ישראל איז דא חיוב אויסצורייסן די ע''ז, און די קאטוילישע זענען לויט אלע פוסקים ע''ז ממש, ווייל אויב נישט וועט זיין א סכנה פאר דאס גאנצע קיום פון ארץ ישראל. גדענק אז ענותנותו של זכריה בן אבקולס חרבה בית מקדשינו.

אויך וואו אזוי די מדינה האט דערטראנקען א שיף, פול מיט יודן, ווייל די שיף האט באלאנגט צו די לח''י, און די מדינה האט דאן געשטיצט די הגנה מיט די אצ''ל, אזוי ווי יעדע מורד במלכות, אדער לוחם במלכות דארף מען מלחמה האלטן מיט. דבר אחד לדור, טול מקל והך על קדקדם. איך ווייס נישט פון וועלכע תקופה דו ווילסט איך זאל דיר ברענגען היסטארישע פאראלעלן ווי אידן האבן ג'הרג'ט אנדערע אידן, פון נ"ך? פון ימי בית שני? פון תלמידי ב"ש וב"ה? פון הלכה אין שולחן ערוך המסכן את הציבור כו' מצער את הרבים כו'?

וואו אויך פארוואס האט דער הייילגער חזו''א געהייסן זאגן תחנון, ה' אייר אפי' עס איז געווען א ברית, וואס איז קעגן די הלכה,איז דער הייליגער חזו"א פונקט אזוי הייליג ווען ער זאגט אז מען זאל גיין צו די בחירות? אדער ווען ער האט מכבד געווען הרב קוק ז"ל?

וואו אויך פאר וואס די פרימע ציונים האבן אזאנס געשאלטן, ווען הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל, האט מפרסם געווען זיין בריוו "מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים"?

וואו אויך די רשעות פון מפקיר זיין אלע יודן וואס האבן געוואוינט און אלט שטאט ירושלים, מפקיר געווען? מ'האט זיך דאך געשלאגן און מלחמה געהאלטן איבער איר - נאר ליידער פארלוירן! אז דו ווילסט דווקא וועל איך דיר אויסזאגן איינע פון די סיבות: אונזערע "היימישע" קנאישע ברודער. זע דא ע' 3 אות 3, ע' 4 אות 5, און ע' 13

אד''ג

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג. א שאד א שאד, חבל גדול, אז מיר זענען נישט זוכה זיך מיטצופרייען מיט די ישועת ה' באופן גלוי.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:55 pm#105086
אויס מענטש האט געשריבן:איז דער משה חיים בלאך דער מחבר פון דובב שפתי ישינים?
וואס איז זיין היסטערי ?

עיין כאן אריכות גדולה בענין זה. אפשר דארף מען דא עפענען אן אשכול דערוועגן, ווייל הרבה דברים נשמטו מחמת צענזור הסטמרי שם באייוועלט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:57 pm#105087
קאך_לעפל האט געשריבן:
diff האט געשריבן:כל הכופרים מותרים ,חוץ

גוט ארויס גברענגט מר' דיף,

אבער עס גייט נאך א סאך ווייטער, וויל מיר פאסקענען דאך אז טעם כעיקר איז אסור מן התורה, ממלא איז דאך יא מעות קונות מה''ת,
וועגן דעם קען מען פארשטיין די שיטה פונעם ר''י מקורבל פארוואס עס דארף שטיין 3 מאל ארלים, און וואו אויך פארוואס היזק ריאה איז לאו שמיה היזק,
איי דעמאלס וועט איר פרעגן, פארוואס פסקענען מיר אשו משום חיצו?
ווייל דאס איז נאך פשוט פאר די בני בתירה וואס האבן דאך נישט געוויסט וואס צו ערב פסח שחל בשבת, מאכט מען בכלל דעם ק''פ, עד שבא הלל הבבלי, בן אחיו של כותח הבבלי, אין ער האט מחדש געווען אז שעבודה דרבי נתן העלפט אפי' ביי נסכא דר' אבא, ווייל ער גייט דאך לשיטתיה דהלל תיקון פרוזבול,
ממלא פארשטייען מיר גוט פאר וואס קנין פירות איז לאו כקנין הגוף, והא ריאה דקל לפירותיו, איז נישט קיין דבר שלא בא לעולם,
איי וואו אזוי קען ברענגן בכורים? אה, דאס איז נישט קיין קישיה, ווייל מיר געפינען דאך ביי די אוונכריה האט דאך דער ריש גלותא אנגענימען, אז קידשה ראשונה, לא קודשי לעתיד לבוא,

ממלא פאר שטייען מיר די תגיבה פון מר' דיף כל הכופרים מותרים ,חוץ: הפלא ופלא: דפחי''ח: ונכון הדברים מאוד, והמשמחים כנתנתן מסיני, כפתור ופרח:

דיין סטיל לערנען דערמאנט מיך פון א געוויסע חדר וואו מ'האט אזוי געלערנט...
מאנטאג אפריל 15, 2013 6:40 pm#105112
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.

אגב, די פאקט אז ער האט געהאט אסאך פאלטשע בריוון מיינט נישט אז אלעס איז געווען געפעלשט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 6:50 pm#105118
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אז דו ביסט אין די מוד פון טענה'ן - וועל איך דיר העלפן.
קאך_לעפל האט געשריבן:אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין פארוואס "כופר בעיקר"? קוק אויך דא,

כופר בעיקר ווייל ער האט געהאלטען און געזאגט ברבים, אז עס מיז זיין א יודישע מדינה פאר משיח קימט, טראץ דעם וואס אונז זעמער געווארן באשוואוירען פונעם הייליגען באשעפער, אז מיר זאל בלייבן און גלות ביז משיח צדקינו, וועט אונז קימען אויסלייזען,

און א יוד וואס טראכט און טיט אנדערש וואו די הייליגע באשעפער וויל, בשיטה, איז א מין און א אפיקורס:

האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל, וואס האטט נאך נישט געהאט קיין איין טאג מנוחה זייט איר אויפקום.

עס וואלט ווען געווען כדי צו דעבאטירן, למשל:

פארוואס עס שטייט און די מגילות עצמאות בעזר צור ישראל? נישט בס''ד, אדער בערת ה', אד''ג, ווייל טייל פרייע אידן (ל"ע) האבן נישט געוואלט געבן פאר די מגילה אזא שטארקע צביון דתי. וואס איז די גרויסע קושיא? און וואס איז די גרויסע טענה?

קודם די ביזט נישט באקאנט מיט די היסטארישע פאקטען:

רוב פון די אונטער גשריבענע זענען געווען, קאמעניסטישע כופרים, און אויסגעווייקטע אטאיסטען, און זיי האבן בכלל נישט געוואלט דערמאנען דעם באשעפערס נאמען, און דעם מגילות היסוד, נאר א פאר נאמאלע מענטעשן האבן דאן גשריגען אז און די אמעריקאנער קאנסטעטוצוע שטייט "אין ג-ט ווי טראסט" און און די מגילות היסוד, פונעם יודישען לאנד זאל נישט ווערן דערמאנט דער שם השם? מה יאמרו הגוים?

האט מען געמאכט א פשרה, אריין צו לייגען די פארווע ווערטער צור ישראל,

( אגב ביי די לוויה פון יצחק ראבין שר''י, האט קיינער פון די אזוי געריפענע יודישע פירער נישט דערמאנט דעם שם השם, נאר איינער האט דערמאנט דעם נאמען פונעם הייליגען באשעפער: פרעזידענט קלינטען)

וואס פאר א בישה, און חילול ש''ש ליגט און דעם, אז יודן זאלן זיך שעמען מיטן הייליגען באשעפער, דאס איז נאר דא ביי סטאלינ'ס קאמאניסטען, און הערצל ציוניסטען.

אויך וואו אזוי די פרימע פארשטייער פון די אגודה און מזרחי, וואו איטשע מאיר לעווין, און פישמאן, האבן געקענט אונטער שרייבען א דאקימענט, וואו מדינות ישראל, איז זיך מחייב, אפציהיטען אלע "מקומות הק" יודישע, און להבדיל קאטוילישע, און מיסילמענישע, וואס איז בפירש קעגן די הלכה, ווייל און ארץ ישראל איז דא חיוב אויסצורייסן די ע''ז, און די קאטוילישע זענען לויט אלע פוסקים ע''ז ממש, ווייל אויב נישט וועט זיין א סכנה פאר דאס גאנצע קיום פון ארץ ישראל. גדענק אז ענותנותו של זכריה בן אבקולס חרבה בית מקדשינו.

די מאכסט א פארגלייך? ע''ז איז ביהרג ועל יעבור, און מקריב זיין א בהימה מיט א מום, און נאר א לאו, און אי בסכנה עסקינין, ווען מען מאכט ווען נישט קיין מדינה, וואלט נישט געווען קיין סכנה,

אויך וואו אזוי די מדינה האט דערטראנקען א שיף, פול מיט יודן, ווייל די שיף האט באלאנגט צו די לח''י, און די מדינה האט דאן געשטיצט די הגנה מיט די אצ''ל, אזוי ווי יעדע מורד במלכות, אדער לוחם במלכות דארף מען מלחמה האלטן מיט. דבר אחד לדור, טול מקל והך על קדקדם. איך ווייס נישט פון וועלכע תקופה דו ווילסט איך זאל דיר ברענגען היסטארישע פאראלעלן ווי אידן האבן ג'הרג'ט אנדערע אידן, פון נ"ך? פון ימי בית שני? פון תלמידי ב"ש וב"ה? פון הלכה אין שולחן ערוך המסכן את הציבור כו' מצער את הרבים כו'?

לאמיר לערנען א שטיקל רמב''ם: אין מעמידין מלך תחילה, אלא על פי בית דין של שבעים זקנים ועל פי נביא--כיהושוע שמינהו משה רבנו ובית דינו, וכשאול ודויד שמינה אותם שמואל הרמתי ובית דינו. ( הלכות מלכים פ''א)

זאג נאר די פארדרייטער, די סנהדרין האבן געמאכט בן גריון פאר מלך? אדער לוי אשכול גאר? גאלדא מאיר? שמיר? רבין? בעגין? די האלסט אז וועט דער בית המקדש ווערט ווען היינט אויפגעבויעט ווען דער רשע און כופר נתניה, ליינען משנה תורה חוהמ''ס? וואו איז געהערט געווארן צו הארגענען א צווייטע יוד בשיטה? אן קיין סנהדרין? עס גייט נאך היינט דיני נפשות? זאג די ביזט ביי די קלארע געדאנקען?

נאך מער, איז דעם מנחם בעגין ימ''ש, דער פירער פון די לח''י געווען א מורד? פארוואס וויל ער האט נישט געוואלט לעקן בן גריונען?

וואו אויך פארוואס האט דער הייילגער חזו''א געהייסן זאגן תחנון, ה' אייר אפי' עס איז געווען א ברית, וואס איז קעגן די הלכה,איז דער הייליגער חזו"א פונקט אזוי הייליג ווען ער זאגט אז מען זאל גיין צו די בחירות? אדער ווען ער האט מכבד געווען הרב קוק ז"ל?

זאג די קענסט מיר ברענגן א בריוו אדער א ספר וואו דער חז''א שרייבט אז מען זאל גייט צו די בחירות?

מכבד געווען קוק? זאג די ביזט משוגע?

ער האט זיך איינמאל געטראפן מיט קוק, ווען קוק איז אים געקימען באזיכען און ב''ב, און ער האט נישט גערעד קיין ווארט מיט אים, נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות, אלזא וואס מכבד געווען ווען מכבד געווען?, די באקסט אויף מעשיות, מיט הלכות, און שטעלסט אוועק יסודות,

וואו אויך פאר וואס די פרימע ציונים האבן אזאנס געשאלטן, ווען הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל, האט מפרסם געווען זיין בריוו "מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים"?

וואו אויך די רשעות פון מפקיר זיין אלע יודן וואס האבן געוואוינט און אלט שטאט ירושלים, מפקיר געווען? מ'האט זיך דאך געשלאגן און מלחמה געהאלטן איבער איר - נאר ליידער פארלוירן! אז דו ווילסט דווקא וועל איך דיר אויסזאגן איינע פון די סיבות: אונזערע "היימישע" קנאישע ברודער. זע דא ע' 3 אות 3, ע' 4 אות 5, און ע' 13

די פרעכע ליגענער און היסטאריע פעלשער: די אצ''לניקעס האבן זיך גשלאגען מיטט די ליגיון פון ירדן, און די ציוניסטישע פירער, האבן זיי נישט געשיקט קיין געווער, און געלאזט זייער אייגענע ברידער, אויסבלוטיגען אויפן שלאכטפעלד, ווייל זיי האט נישט אונטערעסירט ירושלים, דער ישוב הישן האבן זיי געוואלט אויסראטען, אזוי ווי זיי האבן געטאן מיט די אייראפישע יודן, בן גריון ימ''ש, מיט ווייצמאן, און יצחק גרינבוים ימ''ש, וואלטען געשיקט א טיקעט, פאר אייכמאן ימ''ש, ער זאל קימען אויסראטען דעם ישוב הישן: נאר א דאנק רבי בנציון חזן, מיט רבי וועלוול מינזבערג, איז דער ישוב געראטעוועט געווארן פון טאטאלער פארניכטינג: אד''ג

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג. א שאד א שאד, חבל גדול, אז מיר זענען נישט זוכה זיך מיטצופרייען מיט די ישועת ה' באופן גלוי.

[color=#00FF00]אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן[/color]
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:03 pm#105121
היימישער ליטוואק האט געשריבן:א שאד א שאד, חבל גדול, אז מיר זענען נישט זוכה זיך מיטצופרייען מיט די ישועת ה' באופן גלוי.

אויף פוסטע דעמאגאגיע ביסטע גוט און א מענטש צום טיש??
ווען מען האט דיר דא אנגעפרעגט איבער די נושא האסטע ארויסגעטישקענט מיטען תירוץ אז דו האסט נישט קיין צייט צו ענטפערן, קיק קיש קרא ליה, דעמעגאגיע איז נישט קיין פאך און נישט קיין חכמה,
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:05 pm#105122
די סאטמארע דארפן היינט זאגן הלל אלס כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה...
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:06 pm#105124
ממי_שאמרו האט געשריבן:די סאטמארע דארפן היינט זאגן הלל אלס כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה...

יא! ט באב אויך:
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:09 pm#105125
תשעה באב איז מען אין קאנטרי, צוזאגן הלל אין קאנטרי מיט באבקעס איז שוין הוללות...
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:12 pm#105128
גערעכט! גערעכט! אזוי אגב, ווען די נאציס האבן געטראגען 12000 אונגארישע יודן א טאג, צו די קראמעטאריום'ס און אוישוויץ, האט מען אויך געדארפט זאגן הלל? אדער לויט וואו איך געדענק ביי די גלויבער פרשה, ביזטו געווען זייער צובראכען, פארוואס האסטי נישט געזאגט קיין הלל? כשם שמברך על......
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:16 pm#105130
איך וויל זיך נישט אריינמישן אין די מלחמה צווישן קאך לעפל און ליטוואק, אבער איך דארף געבן גערעכט פאר קאך בנוגע מפקיר זיין די בחורים אין מלחמת תש"ח אין ירושלים.
די בחורים (טייל האבן קוים איבערגעלעבט די מלחמה)האבן זיך געבעטן פאר העלף, אבער זיי האבן זיך נישט וואוסענדיג געמאכט.

וואס זיי האבן געטוהן אין אלטלנה איז געווען פשוט געשאסן אויף אידן.

אין מלחמת יום הכיפורים איז דא טעיפס וואס זייער שרעקעדיג צו הערן ווי די זעלנער בעטן זיך פאר העלפ אבער די גענערעלער האבן מחליט געווען אז עס איז נישט גוט יעצט זיך אריינצומישן. מ'קען הערן אויף די טעיפס ווי א סאלדאט פארן געשאסן ווערן שרייט אריין אין די ראדיא אז זיין בלוט ליגט אויף די הענט פון די אפיצירן. זייער טרויעדיג.
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:19 pm#105131
קאך_לעפל האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אז דו ביסט אין די מוד פון טענה'ן - וועל איך דיר העלפן.
קאך_לעפל האט געשריבן:אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין פארוואס "כופר בעיקר"? קוק אויך דא,

כופר בעיקר ווייל ער האט געהאלטען און געזאגט ברבים, אז עס מיז זיין א יודישע מדינה פאר משיח קימט, טראץ דעם וואס אונז זעמער געווארן באשוואוירען פונעם הייליגען באשעפער, אז מיר זאל בלייבן און גלות ביז משיח צדקינו, וועט אונז קימען אויסלייזען,

און א יוד וואס טראכט און טיט אנדערש וואו די הייליגע באשעפער וויל, בשיטה, איז א מין און א אפיקורס:

אויב אזוי איז די רמב"ם אויך געווען א כופר, נו, צו זיין א כופר צוזאמן מיטן רמב"ם בין איך מסכים.

האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל, וואס האטט נאך נישט געהאט קיין איין טאג מנוחה זייט איר אויפקום.

מען מעג דאך שרייבן א שטר און שבת קונה צו זיין קרקע ארץ ישראל פון א גוי, און לפי הרבה פוסקים אפילו בזמה"ז, נא אם על קרקע ד' על ד' שנונו, אל הארץ כולו על אחת כמה וכמה.

עס וואלט ווען געווען כדי צו דעבאטירן, למשל:

פארוואס עס שטייט און די מגילות עצמאות בעזר צור ישראל? נישט בס''ד, אדער בערת ה', אד''ג, ווייל טייל פרייע אידן (ל"ע) האבן נישט געוואלט געבן פאר די מגילה אזא שטארקע צביון דתי. וואס איז די גרויסע קושיא? און וואס איז די גרויסע טענה?

קודם די ביזט נישט באקאנט מיט די היסטארישע פאקטען:

רוב פון די אונטער גשריבענע זענען געווען, קאמעניסטישע כופרים, און אויסגעווייקטע אטאיסטען, און זיי האבן בכלל נישט געוואלט דערמאנען דעם באשעפערס נאמען, און דעם מגילות היסוד, נאר א פאר נאמאלע מענטעשן האבן דאן גשריגען אז און די אמעריקאנער קאנסטעטוצוע שטייט "אין ג-ט ווי טראסט" און און די מגילות היסוד, פונעם יודישען לאנד זאל נישט ווערן דערמאנט דער שם השם? מה יאמרו הגוים?

האט מען געמאכט א פשרה, אריין צו לייגען די פארווע ווערטער צור ישראל,

( אגב ביי די לוויה פון יצחק ראבין שר''י, האט קיינער פון די אזוי געריפענע יודישע פירער נישט דערמאנט דעם שם השם, נאר איינער האט דער מאנט דעם נאמען פונעם הייליגען באשעפער: פרעזידענט קלינטען)

וואס פאר א בישה, און חילול ש''ש ליגט און דעם, אז יודן זאלן זיך שעמען מיטן הייליגען באשעפער, דאס איז נאר דא ביי סטאלינ'ס קאמאניסטען, און הערצל ציוניסטען.

אויך וואו אזוי די פרימע פארשטייער פון די אגודה און מזרחי, וואו איטשע מאיר לעווין, און פישמאן, האבן געקענט אונטער שרייבען א דאקימענט, וואו מדינות ישראל, איז זיך מחייב, אפציהיטען אלע "מקומות הק" יודישע, און להבדיל קאטוילישע, און מיסילמענישע, וואס איז בפירש קעגן די הלכה, ווייל און ארץ ישראל איז דא חיוב אויסצורייסן די ע''ז, און די קאטוילישע זענען לויט אלע פוסקים ע''ז ממש, ווייל אויב נישט וועט זיין א סכנה פאר דאס גאנצע קיום פון ארץ ישראל. גדענק אז ענותנותו של זכריה בן אבקולס חרבה בית מקדשינו.

די מאכסט א פארגלייך? ע''ז איז ביהרג ועל יעבור, און מקריב זיין א בהימה מיט א מום, און נאר א לאו, און אי בסכנה עסקינין, ווען מען מאכט ווען נישט קיין מדינה, וואלט נישט געווען קיין סכנה,

אויב זענען נוצרים עובדי ע"ז איז דאס וועגן זיי גלייבן אין א ילוד אשה, אז ער איז א (חלק פון די שלישיה) גאט, אבער נישט אז זייער צלמים זענען עבודה זרה'ס, און לויט טייל פוסקים זענען די היינטיגע נוצרים נישט קיין עובדי ע"ז וואס די רמב"ם האט געמיינט. עכ"פ דא, למען הצלת ישראל במקומות מושביתיהם בגולה, ציווישן נוצרים ומוסלמים, האט אויסגעפעלט אזוי צו פראקלימירן, און וואס האקסטו מיט יהרג ואל יעבור? רעדט מען דען דא פון דינען? צו פון השמדה? איז די מצוה פון השמדת ע"ז ביהרג ואל יעבור?

אויך וואו אזוי די מדינה האט דערטראנקען א שיף, פול מיט יודן, ווייל די שיף האט באלאנגט צו די לח''י, און די מדינה האט דאן געשטיצט די הגנה מיט די אצ''ל, אזוי ווי יעדע מורד במלכות, אדער לוחם במלכות דארף מען מלחמה האלטן מיט. דבר אחד לדור, טול מקל והך על קדקדם. איך ווייס נישט פון וועלכע תקופה דו ווילסט איך זאל דיר ברענגען היסטארישע פאראלעלן ווי אידן האבן ג'הרג'ט אנדערע אידן, פון נ"ך? פון ימי בית שני? פון תלמידי ב"ש וב"ה? פון הלכה אין שולחן ערוך המסכן את הציבור כו' מצער את הרבים כו'?

לאמיר לערנען א שטיקל רמב''ם: אין מעמידין מלך תחילה, אלא על פי בית דין של שבעים זקנים ועל פי נביא--כיהושוע שמינהו משה רבנו ובית דינו, וכשאול ודויד שמינה אותם שמואל הרמתי ובית דינו. ( הלכות מלכים פ''א) זאג נאר די פארדרייטער, די סנהדרין האבן געמאכט בן גריון פאר מלך? אדער לוי אשכול גאר? גאלדא מאיר? שמיר? רבין? בעגין? די האלסט אז וועט דער בית המקדש ווערט ווען היינט אויפגעבויעט ווען דער רשע און כופר נתניה, ליינען משנה תורה חוהמ''ס? וואו איז געהערט געווארן צו הארגענען א צווייטע יוד בשיטה? אן קיין סנהדרין? עס גייט נאך היינט דיני נפשות? זאג די ביזט ביי די קלארע געדאנקען? נאך מער, איז דעם מנחם בעגין ימ''ש, דער פירער פון די לח''י געווען א מורד? פארוואס וויל ער האט נישט געוואלט לעקן בן גריונען?

וואו אויך פארוואס האט דער הייילגער חזו''א געהייסן זאגן תחנון, ה' אייר אפי' עס איז געווען א ברית, וואס איז קעגן די הלכה,איז דער הייליגער חזו"א פונקט אזוי הייליג ווען ער זאגט אז מען זאל גיין צו די בחירות? אדער ווען ער האט מכבד געווען הרב קוק ז"ל?

זאג די קענסט מיר ברענגן א בריוו אדער א ספר וואודער חז''א שרייבט אז מען זאל גייט צו די בחירות? מכבד געווען קוק? זאג די ביזט משוגע? ער האט זיך איינמאל געטראפן מיט קוק, ווען קוק איז אים געקימען באזיכען און ב''ב, און ער האט נישט גערעד קיין ווארט מיט אים, נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות, אלזא וואס מכבד געווען ווען מכבד געווען?, די באקסט אויף מעשיות, מיט הלכות, און שטעלסט אוועק יסודות,

וואו אויך פאר וואס די פרימע ציונים האבן אזאנס געשאלטן, ווען הגה''צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל ז''ל, האט מפרסם געווען זיין בריוו "מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים"?

וואו אויך די רשעות פון מפקיר זיין אלע יודן וואס האבן געוואוינט און אלט שטאט ירושלים, מפקיר געווען? מ'האט זיך דאך געשלאגן און מלחמה געהאלטן איבער איר - נאר ליידער פארלוירן! אז דו ווילסט דווקא וועל איך דיר אויסזאגן איינע פון די סיבות: אונזערע "היימישע" קנאישע ברודער. זע דא ע' 3 אות 3, ע' 4 אות 5, און ע' 13

די פרעכע ליגענער און היסטאריע פעלשער: די אצ''לניקעס האבן זיך גשלאגען מיטט די ליגיון פון ירדן, און די ציוניסטישע פירער, האבן זיי נישט געשיקט קיין געווער, ווייל זיי האט נישט אונטערעסירט ירושלים, דער יושוב הישן האבן זיי געוואלט אויסראטען, אזוי ווי זיי האבן געטאן מיט די אייראפישע יודן, בן גריון ימ''ש, מיט ווייצמאן, און יצחקר גרינבוים ימ''ש, וואלטען געשיקט א טיקעט, צו אייכמאן, ער זאל קימען אויסראטען דעם יושוב הישן: נאר א דאנק רבי בנציון חזן, מיט רבי וועלוול מינזבערג, איז דער יושוב געראטעוועט געווארן פון טאטאלער פארניטינג: אד''ג

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג. א שאד א שאד, חבל גדול, אז מיר זענען נישט זוכה זיך מיטצופרייען מיט די ישועת ה' באופן גלוי.

ברוך השם שזכינו לראות אתחלתא דגאולה, יה"ר שנזכה לגאולה שלמה בקרוב. אמן.

[color=#00FF00]אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן[/color]
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:25 pm#105134
איצט קימט מיר שוין פשוט צו לאכען, איינער קליגער פונעם צווייטען, אמאל האט אפיקורס געהייסן אן אפיקורס, און א טיפוש האט געהייסן א טיפוש, היינט איז דא א ביסל א צימישעניש, יעדער טיפוש רעדט אפיקורסות.

אלעפאלס, פון מיין זייט און דער נושא געשלאסן, איך קען מיך נישט פארמעסטען מיט געפילטע, און מיט ליטוואק, וועל מער רעדן......

להתראות
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:35 pm#105138
אז דיין טריק פון פערזענליך אטאקירן ניקס פארן האלטן אנדערש ווי דיר ארבעט נישט, ברויך מען ציניש אווערמאכן די טענות אז "איך קען זיך נישט פארמעסטן", א שאד א שאד אז מ'קען זיך נישט טענה'ן ווי גראון אפס, נאר מ'עפענט אן אשכול צו זאגן א איינזייטיגע שיטה, און ווען איינער זאגט אנדערש גייט מען ארויס פון די גלייזן.
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:52 pm#105140
@בדחן, איי עם באמת סאררי, איך האב פארגעסן אז איך האב דארטן א חוב, איך וועל בל"נ בקרוב מקיים זיין פריעת בעל חוב מצוה. איך וויל אבער ערשט ענטפערן דא פאר ידידינו קאךלעפל, בבחינת אין מעבירין על המצוות.
נ.ב. איך האב נישט אזוי הנאה געהאט פון דיין שארפן טאן, וואס האב איך זיך פארזינדיגט פאר דיר?
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:15 pm#105146
האסט געשריבען זאכען וואס גרענציט זיך מיט כפירה בשם ותורתו,
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:42 pm#105153
קאך לעפל שרייבט:
כופר בעיקר ווייל ער האט געהאלטען און געזאגט ברבים, אז עס מיז זיין א יודישע מדינה פאר משיח קימט, טראץ דעם וואס אונז זעמער געווארן באשוואוירען פונעם הייליגען באשעפער, אז מיר זאל בלייבן און גלות ביז משיח צדקינו, וועט אונז קימען אויסלייזען,

און א יוד וואס טראכט און טיט אנדערש וואו די הייליגע באשעפער וויל, בשיטה, איז א מין און א אפיקורס:
אבער איינער וואס עסט חזיר, כאטש ה' וויל דאס נישט, איז נישט קיין כופר. בארואיגט אייך

קודם די ביזט נישט באקאנט מיט די היסטארישע פאקטען:

רוב פון די אונטער גשריבענע זענען געווען, קאמעניסטישע כופרים, און אויסגעווייקטע אטאיסטען, און זיי האבן בכלל נישט געוואלט דערמאנען דעם באשעפערס נאמען, און דעם מגילות היסוד, נאר א פאר נאמאלע מענטעשן האבן דאן גשריגען אז און די אמעריקאנער קאנסטעטוצוע שטייט "אין ג-ט ווי טראסט" און און די מגילות היסוד, פונעם יודישען לאנד זאל נישט ווערן דערמאנט דער שם השם? מה יאמרו הגוים?

האט מען געמאכט א פשרה, אריין צו לייגען די פארווע ווערטער צור ישראל, ואשר על כן?? ווייל רוב זענען געווען וכו' איז וואס? זענען נישט טייל, און אפשר רוב מלכים פון ימי בית ראשון געוען עוע"ז? זענען נישט רוב מלכים בימי בית שני געווען צדוקים און נאך ערגערס? איך זעה נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דעם. חוץ די פארנארטע טענה פון נטו"ק אז אונטערשרייבן מיט "צור ישראל" איז חירוף וגידוף. די טענה, אזוי ווי רוב אנדערע זייערע טענות, איז הויל און לעכערליך.[/color]
( אגב ביי די לוויה פון יצחק ראבין שר''י, האט קיינער פון די אזוי געריפענע יודישע פירער נישט דערמאנט דעם שם השם, נאר איינער האט דערמאנט דעם נאמען פונעם הייליגען באשעפער: פרעזידענט קלינטען)

וואס פאר א בישה, און חילול ש''ש ליגט און דעם, אז יודן זאלן זיך שעמען מיטן הייליגען באשעפער, דאס איז נאר דא ביי סטאלינ'ס קאמאניסטען, און הערצל ציוניסטען.
טאקע ווייטאגליך. ב"ה היינט זענען שוין 1/3 חברי הכנסת פרומע שומרי תומ"צ + נאך א פאר מסורתיים פון ליכוד און ישראל ביתנו וועלכע רעדן פון בורא עולם בריש גלי, אשרנו!

די מאכסט א פארגלייך? ע''ז איז ביהרג ועל יעבור, און מקריב זיין א בהימה מיט א מום, און נאר א לאו, אבער דא רעדט מען נישט פון דינען אליינס עבודה זרה, נאר עובר זיין אויף דעם לאו פון נישט עוקר זיין. איך האב א לינק צוצולייגן פון א גדול וואס האט זיך דא טועה געווען, אבער משום כבודו ז"ל לייג איך עס נישט און אי בסכנה עסקינין, ווען מען מאכט ווען נישט קיין מדינה, וואלט נישט געווען קיין סכנה, וואלט מען געווען אין א סכנה פון פארניכטיגונגס. איך וויל נישט דא מאריך זיין אין דעם, דאס איז א פארפלאנטערטע נושא, אויב דו ווילסט עפן א באזונדער אשכול וועלן מיר דן זיין דער פרט ספעציפיק

לאמיר לערנען א שטיקל רמב''ם: אין מעמידין מלך תחילה, אלא על פי בית דין של שבעים זקנים ועל פי נביא--כיהושוע שמינהו משה רבנו ובית דינו, וכשאול ודויד שמינה אותם שמואל הרמתי ובית דינו. ( הלכות מלכים פ''א)
מען דארף נישט דא הלכות מלך, מורד במלכות קען אויך זיין אין א גאוורמענט, אויך מדיני מלחמה ופיקוח נפש.

זאג נאר די פארדרייטערביטע זיך טענה'ן מיט רעספעקט, איך האב נישט געלערנט אין סאטמר, די סנהדרין האבן געמאכט בן גריון פאר מלך? אדער לוי אשכול גאר? גאלדא מאיר? שמיר? רבין? בעגין? די האלסט אז וועט דער בית המקדש ווערט ווען היינט אויפגעבויעט ווען דער רשע און כופר נתניה, ליינען משנה תורה חוהמ''ס? וואו איז געהערט געווארן צו הארגענען א צווייטע יוד בשיטה? אן קיין סנהדרין? עס גייט נאך היינט דיני נפשות? זאג די ביזט ביי די קלארע געדאנקען? כנ"ל. און דו האסט נישט מיישב געווען הלכות מוסר, הלכות רודף ומסכן את הרבים. און איך פארשטיי סתם נישט, ווי געשריבן אויבן, ווייס איך נישט אז זיי האבן געטוהן כמה וכמה דברים כנגד התורה? סאו וואט? וויאזוי איז דאס נוגע פאר אונז היינט און יעצט?

נאך מער, איז דעם מנחם בעגין ימ''ש, דער פירער פון די לח''י געווען א מורד? פארוואס וויל ער האט נישט געוואלט לעקן בן גריונען? אויב דו וואלסט דאס געוואלט פארשטיין וואלסטו דאס זייער גרינג פארשטאנען. קען זיך א פלעדזלינג מדינה'לע אויפשטעלן ווען אירע הויפט פירער קאנקורירן?

זאג די קענסט מיר ברענגן א בריוו אדער א ספר וואו דער חז''א שרייבט אז מען זאל גייט צו די בחירות? איך וועל צולייגן א פייל פון א קול קורא. זיינע תלמידים גייען, און אזוי האט דער סטייפלער ז"ל און רב שך ז"ל געשריבן משמו. זע אויך דא

און ב.ד.וו. האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט. איך מיין צו זאגן, אז דיין רעספעקט צום חזו"א ובדומה לו איז נאר כל זמן זיי זענען אין איינקלאגנג מיט דיינע קנאישע פארשריפטן, דער רגע וואס א גדול בתורה ובהוראה פסק'נט אנדערש ווערט ער אויס גדול און אויס "הייליגער".
מכבד געווען קוק? זאג די ביזט משוגע?

ער האט זיך איינמאל געטראפן מיט קוק געשטאנען במשך גאנצע צייט וואס רב קוק האט גערעדט, ווען קוק איז אים געקימען באזיכען און ב''ב, און ער האט נישט גערעד קיין ווארט מיט אים, נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות, אלזא וואס מכבד געווען ווען מכבד געווען?, די באקסט אויף מעשיות, מיט הלכות, און שטעלסט אוועק יסודות, געשריבן שאלות אין הלכה נישט צו קיין צווייטן נאר צו הרב קוק ז"ל, מיט גרויסע טיטלען.

די פרעכע ליגענער און היסטאריע פעלשערכנ"ל : די אצ''לניקעס האבן זיך גשלאגען מיטט די ליגיון פון ירדן, און די ציוניסטישע פירער, האבן זיי נישט געשיקט קיין געווער, און געלאזט זייער אייגענע ברידער, אויסבלוטיגען אויפן שלאכטפעלד, ווייל זיי האט נישט אונטערעסירט ירושלים, דער ישוב הישן האבן זיי געוואלט אויסראטען, אזוי ווי זיי האבן געטאן מיט די אייראפישע יודן, בן גריון ימ''ש, מיט ווייצמאן, און יצחק גרינבוים ימ''ש, וואלטען געשיקט א טיקעט, פאר אייכמאן ימ''ש, ער זאל קימען אויסראטען דעם ישוב הישן: נאר א דאנק רבי בנציון חזן, מיט רבי וועלוול מינזבערג, איז דער ישוב געראטעוועט געווארן פון טאטאלער פארניכטינג: אד''ג איך האב דיר געשיקט א לינק, האסט עס געלייענט? דו האלטס אז זיי האבן געוואלט פארלירן אלט-שטאט? האבן זיי דען נישט אטעמטעד צו דורכברעכן די חומה פון עטליכע מקומות נאר עס איז ליידער נאך נישט געווען דער זמן?

אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן
וועלכע הלכה?
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:42 pm#105155
בדחן האט געשריבן:האסט געשריבען זאכען וואס גרענציט זיך מיט כפירה בשם ותורתו,

בדחן טייערער, אויב איך מעג אריינפרעגן, וואו פונקטליך זעסטו זאכן וואס גרעניצן מיט כפירה אין ליטוואקס ווערטער? דו האסט ציטירט זיין לעצטע זאץ, שטעל איך זיך פאר אז דו מיינסט דאס.
היימישער ליטוואק האט געשריבן:א שאד א שאד, חבל גדול, אז מיר זענען נישט זוכה זיך מיטצופרייען מיט די ישועת ה' באופן גלוי.

ווי אזוי קען זיין אז איינער וואס איז מיחל צו ישועת השם איז אין די זעלבע צייט א כופר?
סך הכל מיין איך אז ער זאגט אז דורך מדינת ישראל איז געקומען א ישועה פאר אידן בהסתר, דורך כופרים ורשעים, און ער האפט זוכה צו זיין צו זען ישועת השם בגלוי, דורך ערליכע אידן, בראשית משיח צדקנו. איך קען הערן אז ס'איז אנדערש ווי מ'האט געלערענט אין דיין חדר, אז הקמת המדינה איז א צרה, מעג ער דאך זען אין דעם א ישועה, ווערט ער דען א כופר פאר דעם?
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:43 pm#105156
Today, when many kanuishe households have yiddishkeit problems with their children/ brothers. Look how nice they behave to them
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:54 pm#105157
@געפילטע,
איך נעם זיך אן פאר בדחן... ער מיינט צו זאגן אז עס גרעניצט זיך, נישט כפירה ממש. אבער עם כל זה, פאר א סייג בעלמא שרייבט מען נישט מיט אזא זלזול.
מאנטאג אפריל 15, 2013 9:33 pm#105170
קענסט אפשר פארציילען וועגן וואס רעדט זיך דער צעטל פון חזון איש הנ"ל?
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:11 pm#105174
ענטפער צו קופערניקוס
נאר דו קענסט אזוי אריין טרעפן אין פינטל. דו ביסט א חד בדרא. (ס'איז מעגליך אז ס'איז דא נאך א חד בדרא). דיין ענטפער צו קאך-לעפל איז וואונדערבאר. קולע אל השערה. :like :lol: :D
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:18 pm#105176
שרייבער האט געשריבן:דוכט זיך ה' אייר קען נישט געפאלן שבת

מיין רב האט געפסק'נט אז אויב ה' אייר געפאלט אום שבת און ס'איז דא א ברית און א חתן אין ביהמ"ד,דאך זאל מען זאגן תחנון און והוא רחום.
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:27 pm#105179
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.

דו מיינסט זיכער דעם "ספר" דובב שפתי ישינים.אויף וועלכן ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו האט אויך עדות געזאגט אז ס'איז געפעלשט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:29 pm#105180
berlbalaguleh האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:דוכט זיך ה' אייר קען נישט געפאלן שבת

מיין רב האט געפסק'נט אז אויב ה' אייר געפאלט אום שבת און ס'איז דא א ברית און א חתן אין ביהמ"ד,דאך זאל מען זאגן תחנון און והוא רחום.

ווען ה אייר וואלט געקענט אויספאלן אין שבת, וואלט סאטמאר נישט געהיטן שבת יענער וואך.
עם ישראל חי!! מזל טוב צו אונזערע הייליגע מדינה!
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:50 pm#105191
@געפילטע, איך בין נישט און די גיסטע אריינצוגיין און דקות׳דיגע חילוקים וואס א ניק האט יא אדער נישט געמיינט,
איך וויל אבער פרעגן איין קליינע שאלה; מעג מען פרעדיגען שיטת סאטמער פינקט ווי מען פרעדיגט סיי וועלכע אנדערע שיטה?
און אויב זעט מען איינער וואס לפי שיטת סאטמער גרענציט זיך מיט עקרי הדת, מעג מען אנריפען דאס קינד ביים נאמען??
מאנטאג אפריל 15, 2013 11:12 pm#105203
היימישער ליטוואק האט געשריבן:קאך לעפל שרייבט:
כופר בעיקר ווייל ער האט געהאלטען און געזאגט ברבים, אז עס מיז זיין א יודישע מדינה פאר משיח קימט, טראץ דעם וואס אונז זעמער געווארן באשוואוירען פונעם הייליגען באשעפער, אז מיר זאל בלייבן און גלות ביז משיח צדקינו, וועט אונז קימען אויסלייזען,

און א יוד וואס טראכט און טיט אנדערש וואו די הייליגע באשעפער וויל, בשיטה, איז א מין און א אפיקורס:
אבער איינער וואס עסט חזיר, כאטש ה' וויל דאס נישט, איז נישט קיין כופר. בארואיגט אייך

קודם די ביזט נישט באקאנט מיט די היסטארישע פאקטען:

רוב פון די אונטער גשריבענע זענען געווען, קאמעניסטישע כופרים, און אויסגעווייקטע אטאיסטען, און זיי האבן בכלל נישט געוואלט דערמאנען דעם באשעפערס נאמען, און דעם מגילות היסוד, נאר א פאר נאמאלע מענטעשן האבן דאן גשריגען אז און די אמעריקאנער קאנסטעטוצוע שטייט "אין ג-ט ווי טראסט" און און די מגילות היסוד, פונעם יודישען לאנד זאל נישט ווערן דערמאנט דער שם השם? מה יאמרו הגוים?

האט מען געמאכט א פשרה, אריין צו לייגען די פארווע ווערטער צור ישראל, ואשר על כן?? ווייל רוב זענען געווען וכו' איז וואס? זענען נישט טייל, און אפשר רוב מלכים פון ימי בית ראשון געוען עוע"ז? זענען נישט רוב מלכים בימי בית שני געווען צדוקים און נאך ערגערס? איך זעה נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דעם. חוץ די פארנארטע טענה פון נטו"ק אז אונטערשרייבן מיט "צור ישראל" איז חירוף וגידוף. די טענה, אזוי ווי רוב אנדערע זייערע טענות, איז הויל און לעכערליך.[/color]
( אגב ביי די לוויה פון יצחק ראבין שר''י, האט קיינער פון די אזוי געריפענע יודישע פירער נישט דערמאנט דעם שם השם, נאר איינער האט דערמאנט דעם נאמען פונעם הייליגען באשעפער: פרעזידענט קלינטען)

וואס פאר א בישה, און חילול ש''ש ליגט און דעם, אז יודן זאלן זיך שעמען מיטן הייליגען באשעפער, דאס איז נאר דא ביי סטאלינ'ס קאמאניסטען, און הערצל ציוניסטען.
טאקע ווייטאגליך. ב"ה היינט זענען שוין 1/3 חברי הכנסת פרומע שומרי תומ"צ + נאך א פאר מסורתיים פון ליכוד און ישראל ביתנו וועלכע רעדן פון בורא עולם בריש גלי, אשרנו!

די מאכסט א פארגלייך? ע''ז איז ביהרג ועל יעבור, און מקריב זיין א בהימה מיט א מום, און נאר א לאו, אבער דא רעדט מען נישט פון דינען אליינס עבודה זרה, נאר עובר זיין אויף דעם לאו פון נישט עוקר זיין. איך האב א לינק צוצולייגן פון א גדול וואס האט זיך דא טועה געווען, אבער משום כבודו ז"ל לייג איך עס נישט און אי בסכנה עסקינין, ווען מען מאכט ווען נישט קיין מדינה, וואלט נישט געווען קיין סכנה, וואלט מען געווען אין א סכנה פון פארניכטיגונגס. איך וויל נישט דא מאריך זיין אין דעם, דאס איז א פארפלאנטערטע נושא, אויב דו ווילסט עפן א באזונדער אשכול וועלן מיר דן זיין דער פרט ספעציפיק

לאמיר לערנען א שטיקל רמב''ם: אין מעמידין מלך תחילה, אלא על פי בית דין של שבעים זקנים ועל פי נביא--כיהושוע שמינהו משה רבנו ובית דינו, וכשאול ודויד שמינה אותם שמואל הרמתי ובית דינו. ( הלכות מלכים פ''א)
מען דארף נישט דא הלכות מלך, מורד במלכות קען אויך זיין אין א גאוורמענט, אויך מדיני מלחמה ופיקוח נפש.

זאג נאר די פארדרייטערביטע זיך טענה'ן מיט רעספעקט, איך האב נישט געלערנט אין סאטמר, די סנהדרין האבן געמאכט בן גריון פאר מלך? אדער לוי אשכול גאר? גאלדא מאיר? שמיר? רבין? בעגין? די האלסט אז וועט דער בית המקדש ווערט ווען היינט אויפגעבויעט ווען דער רשע און כופר נתניה, ליינען משנה תורה חוהמ''ס? וואו איז געהערט געווארן צו הארגענען א צווייטע יוד בשיטה? אן קיין סנהדרין? עס גייט נאך היינט דיני נפשות? זאג די ביזט ביי די קלארע געדאנקען? כנ"ל. און דו האסט נישט מיישב געווען הלכות מוסר, הלכות רודף ומסכן את הרבים. און איך פארשטיי סתם נישט, ווי געשריבן אויבן, ווייס איך נישט אז זיי האבן געטוהן כמה וכמה דברים כנגד התורה? סאו וואט? וויאזוי איז דאס נוגע פאר אונז היינט און יעצט?

נאך מער, איז דעם מנחם בעגין ימ''ש, דער פירער פון די לח''י געווען א מורד? פארוואס וויל ער האט נישט געוואלט לעקן בן גריונען? אויב דו וואלסט דאס געוואלט פארשטיין וואלסטו דאס זייער גרינג פארשטאנען. קען זיך א פלעדזלינג מדינה'לע אויפשטעלן ווען אירע הויפט פירער קאנקורירן?

זאג די קענסט מיר ברענגן א בריוו אדער א ספר וואו דער חז''א שרייבט אז מען זאל גייט צו די בחירות? איך וועל צולייגן א פייל פון א קול קורא. זיינע תלמידים גייען, און אזוי האט דער סטייפלער ז"ל און רב שך ז"ל געשריבן משמו. זע אויך דא

און ב.ד.וו. האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט. איך מיין צו זאגן, אז דיין רעספעקט צום חזו"א ובדומה לו איז נאר כל זמן זיי זענען אין איינקלאגנג מיט דיינע קנאישע פארשריפטן, דער רגע וואס א גדול בתורה ובהוראה פסק'נט אנדערש ווערט ער אויס גדול און אויס "הייליגער".
מכבד געווען קוק? זאג די ביזט משוגע?

ער האט זיך איינמאל געטראפן מיט קוק געשטאנען במשך גאנצע צייט וואס רב קוק האט גערעדט, ווען קוק איז אים געקימען באזיכען און ב''ב, און ער האט נישט גערעד קיין ווארט מיט אים, נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות, אלזא וואס מכבד געווען ווען מכבד געווען?, די באקסט אויף מעשיות, מיט הלכות, און שטעלסט אוועק יסודות, געשריבן שאלות אין הלכה נישט צו קיין צווייטן נאר צו הרב קוק ז"ל, מיט גרויסע טיטלען.

די פרעכע ליגענער און היסטאריע פעלשערכנ"ל : די אצ''לניקעס האבן זיך גשלאגען מיטט די ליגיון פון ירדן, און די ציוניסטישע פירער, האבן זיי נישט געשיקט קיין געווער, און געלאזט זייער אייגענע ברידער, אויסבלוטיגען אויפן שלאכטפעלד, ווייל זיי האט נישט אונטערעסירט ירושלים, דער ישוב הישן האבן זיי געוואלט אויסראטען, אזוי ווי זיי האבן געטאן מיט די אייראפישע יודן, בן גריון ימ''ש, מיט ווייצמאן, און יצחק גרינבוים ימ''ש, וואלטען געשיקט א טיקעט, פאר אייכמאן ימ''ש, ער זאל קימען אויסראטען דעם ישוב הישן: נאר א דאנק רבי בנציון חזן, מיט רבי וועלוול מינזבערג, איז דער ישוב געראטעוועט געווארן פון טאטאלער פארניכטינג: אד''ג איך האב דיר געשיקט א לינק, האסט עס געלייענט? דו האלטס אז זיי האבן געוואלט פארלירן אלט-שטאט? האבן זיי דען נישט אטעמטעד צו דורכברעכן די חומה פון עטליכע מקומות נאר עס איז ליידער נאך נישט געווען דער זמן?

אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן
וועלכע הלכה?

קולע אל השערה ולא יחטיא, קורץ און שארף און צום פונקט.
דינסטאג אפריל 16, 2013 12:19 am#105227
בדחן האט געשריבן:@געפילטע, איך בין נישט און די גיסטע אריינצוגיין און דקות׳דיגע חילוקים וואס א ניק האט יא אדער נישט געמיינט,
איך וויל אבער פרעגן איין קליינע שאלה; מעג מען פרעדיגען שיטת סאטמער פינקט ווי מען פרעדיגט סיי וועלכע אנדערע שיטה?
און אויב זעט מען איינער וואס לפי שיטת סאטמער גרענציט זיך מיט עקרי הדת, מעג מען אנריפען דאס קינד ביים נאמען??

ביטע לאזט מיר וויסן ווען איר זענט גרייט אריין צו גיין אין דקות'דיגע חילוקים.

דו האסט די פולע רעכט צו פרעדיגן וואס פאר א שיטה דו ווילסט, אבער אויב גייסטו גיין מיט שיטת סאטמער אז יעדער וואס זאגן אנדערש ווי דיר איז שגץ פוי, האב איך די פולע רעכט דיר ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט און קינדערישקייט דערפון.