Re: ה' אייר והמתעף.
איך וואלט געוואלט באדאנקען דעם חרדישען וועבזייט ״כיכר השבת״ פארן נעמען די דרייסט און רעדן וועגן דעם טאג ה׳ אייר, איינע פון אונזערע פראבלעמן איז אז ווען עס קומט צו געוויסע זאכן זענען מיר פשוט שטיל, אבער לא זו הדרך ווי האט מונקאטשער רב געזאגט, נאר די הונט אין מצרים האבן באקומען שכר פארן זיין שטיל, אבער א איד ובפרט א איש חשוב דארף רעדן, און יא אפי׳ פון יום העצמאות, זאג דיינע קינדער און תלמידים וואס דיין בליק איז אויפן מדינה, איי גאט נאו פראבלאם איף יאו העט איט, אבער זאג עס, עכ״פ כיכר השבת האט ארומגערעדט וואס איז די חרדישע בליק, און אויך וואס פריעדיגע גדולי ישראל האבן געהאלטען זייער שיין עיין שם ותמצא נחת
Sent from my iPhone using Tapatalk