Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא

קאווע שטיבל • די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
132 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 162 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3542
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:13 am#108610
שיטה מקובצת האט געשריבן:

די נקודה איז אז נוצן שמוציגע לשונות איז אן אייגנשאפט וואס איז עקסקלוסיוו ביי די יושבי חושך, און דאס איז וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען מיט מיינע ווערטער.

ערעב איד, האט איר שוין אמאל געליינט דעם 'יתד'?
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:19 am#108611
מאן דאמר האט געשריבן: ויפיל סאטמערע אינגעלייט קענען דיר אפילו אפלערנען א פאראגאף אין ספר ויאל משה?

פארוואס זאגט איר אזוי? איך ווייס פון עטליכע סאטמערע ישיבות (אויך ישיבה קטנה) וואו מ'לערנט א פעסטע שיעור אין ויואל משה.
אין קר"י פלעג ר' מרדכי זילבערשטיין פארלערנען, אבער ס'איז נישט געווען קיין חיוב מיטצוהאלטן, אבער אין אנדערע ישיבות האט מען געמוזט (און מען מוז היינט אויך) זיך באטייליגן און טאקע קענען!

זאגט איר אז אין סאטמער זענען פארהאן מער אמעראצים וואו אנדערשוואו? דאן ברענגט ביטע א פארלעסליכע סטאטיסטיק פאר בעק-אפ.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:50 am#108612
קופערניקוס האט געשריבן:יעדער ווייסט אז הרב שטיינמאן איז זייער א ווייכער מענטש און ער אטאקירט קיינמאל נישט קיינעם, די ברענגסט א בחדרי אז ער האט געענטפערט פאר א שואל אזוי א שארפע לשון אז מיט אלע תירוצים קען מען נאך אלס אנקומען אין גיהנום. כ'מיין אז עס איז קלאר די חילוק צווישן א הונדערט יעריגער איד וואס האט איינעם עפעס געזאגט שארף, און צווישן א רב וואס האלט באריכות א דרשה אטאקירנדיג אן עלטערן גדול.
און בדרך אגב, הרב שטיינמאן'ס קאלטענעס איז עלטער פון דיר און זיין פרישות איז עלטער פון דיין זיידן, ער איז שוין א עובד ה', א פרוש און גאר א פרומער פון אלס בחור.

יעדער ווייסט אז הרב ראזענבערגער איז זייער א ווייכער מענטש און ער אטאקירט קיינמאל נישט קיינעם, די ברענגסט איין דרשה אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אזוי א שארפע לשון קעגן א רב וואס האלט אז מ'זאל יא שיקן בחורים פון ערליכע היימען אין דעם צבא הציוני. כ'מיין אז עס איז קלאר די חילוק צווישן א רב אן אנערקענטער פוסק אין די היימישע קרייזן וואס האט זיך אויסגעדרוקט עפעס שארף, און צווישן א רב וואס זאגט אז אלע ערליכע אידן וואס זענען זיך נישט משתתף אין די בחירות וועלן גיין אין גיהנום.
און בדרך אגב, הרב ראזענבערגער'ס בארד איז עלטער פון דיר און ער איז מער ערליך פון דיין זיידן, ער איז שוין א עובד ה', א פרוש און גאר א פרומער פון אלס בחור.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:05 am#108620
בדחן האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:א פערדישקייט פון די ערשטע גראד איז עס זיכער, מ'פיסקעט נישט ווי א ציגיינער פאר וואטעווער ריזן.


עס איז מאדענע ווי אזוי אזוי דו רופסט אן א צווייטען פערד, ווייל יענער רעדט ווי א וואזיניגער, כאילו דיין טיטעל ״פערד״ אויף יענעם איז יא נערמאל.


א קניפ אין בעקל פאר בדחן.
והחילוק פשוט צווישן אן אנאנימער בלאגיסט אויף א וואנזינקייט פון אן עמטליכער רב אויף א צווייטן געשעצטן פערזענליכקייט, ביז שיטן רותחות ברבים ופשוט הוא.
איך וואלט ווען מעריך געווען ווען נישט די חשש אז אפשר וועל איך ח"ו זאגן עפעס שלא כהוגן וכו' וועגן דעם האב איך א פאליסי אז איך רעד נישט, נאר אזעלכע ליידיגע לופטיגע זאצן.
געענדיגט, איך בין דער שטומער מאראנצן.
און ווער רעדט נאך טאמער ח"ו בדחן וועט געבן א שלא כהוגנ'דיגער לייק וועט דאף זיין אן עוון בל יכופר ממילא איז הרחק מן הכיור וכו'
אז מ'רעדט שוין טייערער בדחן. כ'העמיר פרובירן האלטן צו די קופערניקעס רעלסן, אבער דו ביזט אלעס חוץ א בדחן, ומן הזהירות שלא תרבה ליזהר.
מוזט נישט ענטפערן, ס'איז גוט אזוי, ס'קען נאך חלילה זיין שלא כהוגן.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:43 am#108636
ר יהושע רז״ב איז א דיין א רב א מחבר ספרים א ת״ח א ירא שמים און א מתמיד, נניח לפי שטתך אז ער האט געמאכט א טעות און געזאגט וואס ער האט נישט געדארפט זאגען, דארף מען אים נאך נישט אנגיעסן מיט א א קיתון של של שופכים דערויף, און די ציוועלעזירטע וועלט פארגעבט מען אזא איינעם, ער איז נישט קיין גאסן יונג, ער האט אקאמפלישט אין לייף עפעס העכערעס, און דאס איז אפילו איר זעט אומאיינשטומניג מיט זיין שיטה אדער סאטמער בכלל. ת״ח שהורה בטעות ווערט נאך דערמאנט אין די תורה, און דאס איז אן אריינגיין און די עצם סוגיא פון חולקי דעות בת״ח פון אלע זייטען ארום,

בתקווה להבנה, אז נישט צו איך צוריק כאילו לא״כ.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:28 am#108654
אויך ליידער נכשל געווארן אין אן עקזעמפלאר פון ת"ח שאין בו דעת ***** טובה הימינו. ושם שמים 'אינו' מתאהב על ידו, ודי בזה.
וואס נאך איז נייעס? וואטס די פרייס אוו דע וואטערמעלאן?
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:02 pm#108683
עס איז אמאל געווען באשריבען, א גאנצע ארטיקל פון די יונגע יארן פון הרב שטיימאן שליט''א.

הרב שטיימאן איז אויף געצויגן געווארן און שווייץ, און ער האט געלערענט און א ארטיגע ישיבה, און ער איז געווען א אויסערגעווענדליכער מתמיד, און א געוואלדיגע ירא שמים.
און יענע יארן האט זיך רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע געפינען און די שווייץ, און הרב שטיימאן האט אויסגעניצט די געלעגנהיייט, און ער האט א סאך פארברענגט מיט רבינו הקוה''ט זי''ע, און ער האט אפי' אפגעשריבן חדושי תורה וואס ער האט געהערט פון רבינו הקוה''ט זי''ע, און לויט וואו הרה''ג רבי משה שטערנבוך שליט''א פארציילט האט אים דער רבי זי''ע ארויסגעוויזען א חיבה יתירה.

להענין:

אמת אז סאטמאר האט אן אנדערע שיטה פון הרב שטיימאן שליט''א, און עניני אמונה און דיעות:

אבער קיינער פארלייקענט נישט דעם פאקט, אז הרב שטימאן איז גאר א גרויסער מענטש, נאר פון יונגערהייט אן,

די סאטמארע רביים אנגעהויבן פון דער רבי דער דברי יואל זי''ע, און מרן הברך משה זי''ע, און כ''ק אדמו''ר מסאטמאר מהר''א שליט''א, האבן קיינמאל נישט גערעד אויף אים, אדער מזלזל געווען בכבודו ח''ו.

דער אייציגסטער רב וואס האט אפיציעל גערעדט אויף אים, און געריפן א אפיציעלע דעמעניסטראציע קעגען אים, איז געווען רבי אברהם לייטענר ז''ל, וואס האט כידוע געהאט זיין אייגענע מהלך און יעדע זאך, און ער האט אייביג פארשטאנען בעסער פון יעדען, ווואס מען דארף טאן, ער איז געווען קעגען רבינו הקוה''ט זי'''ע, קעגען ברך משה זי''ע, און קעגען כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א,

דער איינציגסטער רב, און ווען מהר''א לייטנער ז''ל האט געטראפן דעם אמת, און איז נישט ארויס קעגען אים, איז נאר: אדמו''ר מהרז''ל מסאטמאר וומ''ס שליט''א, והוא לפלא:

אחד היה אברהם, נאר ער האט ארויסגטרעטן קעגן הרב שטיימאן שליט''א בפומביי, וואו אויך זיין מ''מ דער הייליגער יונגערמאן הקדוש רבי יואל צימערמאן פון וומ''ס, איז א ריכטיגער הולך בדרכו של רבי אברהם, און ער שעלט אויך דעם הרב שטיימאן מיט טויטע קללות, פארן זיך נישט דירוך רעדען מיט אים,

הרב שטיימאן איז פארהייליגט ביים כלל ישראל, אפי' סאטמאר האט מיט אים מיינונג פארשידענהייטען:
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:08 pm#108686
זייער שיין מסביר געווען , איך וואלט דיר געלייגט,נאר אזוי די לייקסט קיינמאל נישט קומט דיר דאס נישט.פארשטאנען
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:08 pm#108687
@ קאך לעפעל, ביזט גערעכט, אבער דא און דארט איז געווען נאך לעכער ווי מען איז יא ארויס באהאלטענערהייט קעגן אים,
ווי למשל עס דרייט זיך ארום אויף די געוועב א בריוו פון די עדה תש״ס אינטערגעשריבען חברי העדה ובתוכם הרהג״צ ר״מ בראנסדאפער, ר״מ שטערנבוך, רי״מ דושנסקי, רי״י פישער, ווי זיי ניצען די זעלבע לשונות ווי ר״י רז״ב נאר זיי שרייבען נישט קיין נאמען קעגן וועם די קול קורא איז,

באמת איז די גאנצע תורות הקנאות כמעט ווי בטל געווארען ווייל די עקסטערמע לייטרעניסטן און נטו״ק פירען די מערכות, (חוץ ביי קר״י וויי זיי שרייבען נאך יא עטוואס מער איינגעהאלטען)
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:08 pm#108688
די נושא דא קען זיך ציען לדורי דורות, מיר קענען מוריש זיין די וויכוח לצאצאי צאצאינו. אבער נאכאמאל מיין שטעלונג: איך גלייך נישט די ווערטער יושבי חושך, שמוציג וכדומה. אבער רבי יהושע ראזנבערגער איז נישט קיין בר פלוגתא פאר רבי אהרן לייב שטיינמאן, וועלכער איז גדול הימנו בחכמה, בזקנה, במניין און בהנהגה. הרב שטיינמאן איז בערך דאפלט אזוי אלט ווי רבי יהושע, ער איז זעכציג און ער איז הונדערט. הרב שטיינמאן האט אונטער זיך אפאר הונדערט טוינזט נפשות, און צולעצט הרב שטיינמאן איז הויט און ביין און לא נהנה מן העולם הזה אפילו כאצבע קטנה, דעריבער איז די לשונות נישט פאסיג.
רבי יהושע ראזנבערגער האט זיך נישט ארויסגעכאפט, ער האט שוין עטליכע מאל גענוצט די שפראך, און איינמאל ביי א פראטעסט אין מאנהעטן, ווען ער האט געזאגט "הרב אהרן לייב שטיינמאן איז נישט קיין מנהיג ישראל" און דעם עם הדומה לחמור האט געשריגן פוי.
וואסארא טפשות איז דאס? אויב אזוי האט דאך דער סאטמאר רבי נישט געדארפט שרייבן דעם ויואל משה ער האט געקענט גיין מיט די לעפקאוויטשעס אין פראנט פון די קאנסולאט און שרייען "אהרן רוקח" און יעדער זאל שרייען פוי.
און בכלל, וואס הייסט ער איז נישט קיין מנהיג ישראל, ווען אפאר הונדערט טויזנט נפשות יראי ה' האלטן אים פאר זייער מנהיג?
און פארוואס איז נישט פארשטענדליך אז ר' יהושע איז נישט א פאסיגער בר פלוגתא פאר דעם אלטן צדיק, ווען רימניצער רבי וואלט ווען גערעדט אויף הרב שטיינמאן וואלט עס אפשר געווען א פאסיגע וויכוח, אבער נישט הרב ראזנבערגער.
און צוריק צו הרב שטיינמאן, ער פלעגט טאקע שניידן די בארד, כנהוג שם, און אזוי האבן די אלע געטון, אבער ער איז געווען א גרויסער פרוש און האט אייביג זיך זייער געפייניגט אזוי ווי איך האב געהערט פון אלטע אידן וואס געדענקען אים פון שווייץ. אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו טענה'ן זיך מיט בדחנים.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:22 pm#108696
קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז אמאל געווען באשריבען, א גאנצע ארטיקל פון די יונגע יארן פון הרב שטיימאן שליט''א.

הרב שטיימאן איז אויף געצויגן געווארן און שווייץ, און ער האט געלערענט און א ארטיגע ישיבה, און ער איז געווען א אויסערגעווענדליכער מתמיד, און א געוואלדיגע ירא שמים.
און יענע יארן האט זיך רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע געפינען און די שווייץ, און הרב שטיימאן האט אויסגעניצט די געלעגנהיייט, און ער האט א סאך פארברענגט מיט רבינו הקוה''ט זי''ע, און ער האט אפי' אפגעשריבן חדושי תורה וואס ער האט געהערט פון רבינו הקוה''ט זי''ע, און לויט וואו הרה''ג רבי משה שטערנבוך שליט''א פארציילט האט אים דער רבי זי''ע ארויסגעוויזען א חיבה יתירה.

וואו קען מען מער ליינען איבער דעם? דאס איז מורא'דיגע נייעס און אונטערעסאנט
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:30 pm#108698
יא, הרב שטיינמאן איז געווען פון די יחידים וואס האבן מחזק געווען דעם רבי'ן ווען ער איז ארויסגעקומען שבור ורצוץ פון גיהנום. עס איז אפילו דא א בריוו וואס הרב שטיינמאן שרייבט צום רבי'ן ווי ער עצה'ט אים צו פארן קיין אמעריקא און נישט קיין ארץ ישראל נאכן קריג. ווייל דער רבי האט געפרעגט הרב שטיינמאן'ס מיינונג, און הרב שטיינמאן שרייבט אז אין ארץ ישראל איז דא עניות און עס איז אן איבערפלוס פון רבי'ס, און אין אמעריקע קען מען פיל מער אויפטון און מצליח זיין.
איר דארפט פארשטיין אז דער רבי איז נאך דעמאלטס נישט געווען דער מעכטיגער רבי און שווייץ איז נישט געווען וויליאמסבורג, אין יענע אומשטענדן איז הרב שטיינמאן געווען א מחיה נפשות פארן רבי'ן וואס האט געטראפן אין הרב שטיינמאן אן ערליכען גאר קלוגן בן תורה. הרב שטיינמאן איז גאר א קלוגער מענטש, א פיקח. טראץ וואס זיין דארע און פארקוועטשטע פנים קען מטעה זיין אז עס האנדלט זיך פון א תמים.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:34 pm#108701
אפשר האט ער אים געהייסן גיין קיין אמעריקע וויסענדיג דעם רבינ'ס התנגדות צו ציונות?... האט ער אים בעסער געוואלט האבן פון דערווייטענס
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:35 pm#108702
@ זר זהב, אויף די געוועב קענסטע טרעפן היבש חומר דערוועגן, פאר עטליכע יאר צוריק ווען נטו״ק האט געמאכט די נערישע פראטעסטן האט מען געשריבען דערוועגן, גווגל וועט לכאורה קענענן ארויסהעלפן דערמיט.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:38 pm#108704
הייסט אז הרב שטיינמן איז עטוואס שולדיג אין אונזער ירושלים דאמעריקא? און ווען נישט עם וואלט רבינו הקוה"ט זי"ע אפשר אנגעקומען קיין ירושלים ד'פאלעסטינע? טאקע א שאד.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:39 pm#108705
נו געפילטע הייבסט זיך אן אנצואווארעמען צו הרב ראזענעבערג?....
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:39 pm#108706
@ קופערניקעס, זר זהב, דא האט איר א אשכול איבער די נושא.

והבוחר יבחר.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:39 pm#108707
געפילטע פיש האט געשריבן:הייסט אז הרב שטיינמן איז עטוואס שולדיג אין אונזער ירושלים דאמעריקא? און ווען נישט עם וואלט רבינו הקוה"ט זי"ע אפשר אנגעקומען קיין ירושלים ד'פאלעסטינע? טאקע א שאד.

אומזיסט שרייט צימערמאן?
פרייטאג אפריל 26, 2013 2:26 am#108929
דער בריוו איז בפשטות פון תש"ו צייט, און דאן האט דער רבי נישט געפאלגט זיין עצה. אויך שפעטער איז ער אויך נאר אהערגעקומען מיטן פלאן צו גיין נאך געלט. סאו הרב שטיינמאן איז נאט טו בלעים. בד"וו געפילטע, עפעס א ערנסטע פראבלעם האסטו מיטן סאטמאר רב, עס קוקט אויס ווי ער שטייט דיר אין וועג.

בדחן קאך לעפל ודעימייהו, א שאד די צייט זיך מתווכח צו זיין וועגן הגה"צ ממאנטעווידעא זצ"ל ושיטתו, גייטס קיין היידפארק.
פרייטאג אפריל 26, 2013 2:42 am#108935
דעת תורה האט געשריבן:בד"וו געפילטע, עפעס א ערנסטע פראבלעם האסטו מיטן סאטמאר רב, עס קוקט אויס ווי ער שטייט דיר אין וועג.

וואס הייסט, ווען נישט עם וואלט נישט געווען קיין איינציגע שטריימל אין אמעריקע, נ'וואלט איך געקענט געקענט גייט זומערדיגע שבתים מיט א דאשיק, שטייט ער מיר אפשר נישט אין וועג?
דינסטאג מאי 07, 2013 5:55 pm#112803
דאס איז א אלטע קו"ק ווען הג' הרב שטיינמאן איז געקומען קיין אמעריקע.
דינסטאג מאי 07, 2013 6:02 pm#112807
איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין יא-אדער-נישט גערעכט, ווייל נישט דאס איז דער ציהל דא.
איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי 8 קליינע רבנים מיט 50-100 נאכפאלגערס זענען אומשטאנד צו מאכן "כל הגולה כמדורת אש".
דינסטאג מאי 07, 2013 6:17 pm#112814
לאמיר זיך זעצן לערנען די הייליגע ווערטער פונעם קול קורא

מרבותינו מאורי הגולה עמודי ההוראה זצוק"ל ויבדלח"ט שליט"א
מיינט איר אוודאי דאס האבן אונטערגעשריבן, דער סאטמאר רב זצ"ל, פאפא רב זצ"ל, צעהלימער רב זצ"ל, שאפראנער רב זצ"ל, סקולענער רבי, וויזניצער רבי, טאהשער רבי, ראחמיסטריווקא ועוד

ניין! רבותינו מאורי הגולה עמודי ההוראה מיינט אין אונזער פאל
מאנטעווידעא רב, ראב"ד סאטמאר, קיוויאשד רב, שאפראן רב, הגרמ"מ טירנויער, שארמאשער רב, הגרז"ל פילאף, היינטיגע קאשוי רב, אראד'ער רב, סענדזארצ'ער רב, הגר"י גאלד ממאנסי, קאשוי דיין הרב אילאוויטש, תולדות רפאל רב, טשאטה'ער רב, הג"ר מנשה מאיער, הג"ר יודל גרובער, הג"ר מנשה פילאף

און זיי די מלאכים ושרפי מעלה, הקדושים והטהורים אשר כל בית ישראל נשען עליהם, האבן זיך גענומען די מיה, און אראפגעריסן פון זייערע טייערע צייט, צו דערקלערן דעם דבר ד' זו הלכה למשה מסיני, אז ס'איז א "מצוה גדולה להשתתף במחאות נגדו"!!!!!!! נגדו מיינט מען אצינדער דעם חדר אינגל הרב שטיינמן.

סליידער נישטא ווער סזאל לאכן
דינסטאג מאי 07, 2013 6:25 pm#112818
די גרעסטע ליצנות איז נאך די אונטערשטע חלק, ווי די סאמע גרעסטע פון כלל ישראל ווארענען דעם גדול הדור אפצולאזן "דרכו המסוכנת וההרסנית", ווייל טאמער נישט חלילה, וועלן זיי פשוט און גראד נישט האבן קיין אנדערע ברירה ווי ארויסגיין קעגן איהם "שלא נאלץ לצאת נגדו כדרך שיצאו ראשונים כמלאכים נגד פורצי גדר ומחדשי חדשות בישראל"!!!

"כמרן החת"ס במלחמתו נגד מענדלסאן, ומאוחר יותר נגד ריינעס" - וועם ווילן זיי פארגלייכן צו וועם, הרב שטיינמן צו מענדלסאן, אדער זיי די מאורי הגולה צום הייליגן חתם סופר???!!!
דינסטאג מאי 07, 2013 7:50 pm#112840
געפילטע פיש האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:בד"וו געפילטע, עפעס א ערנסטע פראבלעם האסטו מיטן סאטמאר רב, עס קוקט אויס ווי ער שטייט דיר אין וועג.

וואס הייסט, ווען נישט עם וואלט נישט געווען קיין איינציגע שטריימל אין אמעריקע, נ'וואלט איך געקענט געקענט גייט זומערדיגע שבתים מיט א דאשיק, שטייט ער מיר אפשר נישט אין וועג?

וויי געוואלד קיינער וואלט דאך קיין געפילטע פיש אויך נישט געגעסן, וואס וואלט געווען מיט מעלת כבודו????
דינסטאג מאי 07, 2013 7:55 pm#112841
געפילטע פיש ? הוי איז דא.. מאנעשעוויטץ קדם אין די דזשאר אין אלע 50 שטאטן אין יעדן סופערמארקעט ..
געפילטע ני״ו ווען דיין ניק איז מנוצר געווארן האסטו געטראכט פונעם אמאליגע דאס וואס די באבעס האבן אליין געמישט אדער די היינטיגע A b טיפ אדער די ברוינליכע אין די דזשאר?
דינסטאג מאי 07, 2013 11:11 pm#112874
גענוי דאס.
בילד
מיטוואך מאי 08, 2013 11:07 am#112997
קופערניקוס האט געשריבן:יא, הרב שטיינמאן איז געווען פון די יחידים וואס האבן מחזק געווען דעם רבי'ן ווען ער איז ארויסגעקומען שבור ורצוץ פון גיהנום. עס איז אפילו דא א בריוו וואס הרב שטיינמאן שרייבט צום רבי'ן ווי ער עצה'ט אים צו פארן קיין אמעריקא און נישט קיין ארץ ישראל נאכן קריג. ווייל דער רבי האט געפרעגט הרב שטיינמאן'ס מיינונג, און הרב שטיינמאן שרייבט אז אין ארץ ישראל איז דא עניות און עס איז אן איבערפלוס פון רבי'ס, און אין אמעריקע קען מען פיל מער אויפטון און מצליח זיין.
איר דארפט פארשטיין אז דער רבי איז נאך דעמאלטס נישט געווען דער מעכטיגער רבי און שווייץ איז נישט געווען וויליאמסבורג, אין יענע אומשטענדן איז הרב שטיינמאן געווען א מחיה נפשות פארן רבי'ן וואס האט געטראפן אין הרב שטיינמאן אן ערליכען גאר קלוגן בן תורה. הרב שטיינמאן איז גאר א קלוגער מענטש, א פיקח. טראץ וואס זיין דארע און פארקוועטשטע פנים קען מטעה זיין אז עס האנדלט זיך פון א תמים.


אפשר ברענגסטי סמוכין אז אזא בריוו עקזעסטירט
דאס איינציגע שייכות וואס איך האב ביז היינט געהערט צווישען רבין און רב שטיינמאן אז דער רבי האט פארברענגט מיט די תלמידי הישיבה דארט און בתוכם הרב שטיינמאן

אגב פארשטיי איך נישט די אויפברויז אנקעגן די סאטמארע וואס זענען שוין מלומד אוועקצימאכן גרויסע מענטשען וואס גייען נישט בשיטתם.
איך וואלט מציע געווען ענדעשער צי פארפירן אנקעגען די ליטווישע (רב שך) פראקציע וואס פירט מיט אים מערכה, און אין זייערע קונטרסים און בראשורען שרייבען זיי צימאל אסאך שארפער טאקע נישט וואולגארישע טיטלען ווי עמלק, אבער יא אז ער איז א רעפארמיסט און איז בעצה עמוקה גענצליך צי טוישן דער אויסקוק ווי סאיז אוועק געשטעלט געווארן דורעך דער חזון איש בריסקער רב און רב שך.
שוין אפגערעדט ווי מיאוס די בריסקער רעדן אנקעגן רב שטיינמאן מיט גאר גאר שטעכדיגע און ווילדע לשונות.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:39 am#113288
לויט ווי איך זעה אויף כיכר השבת, איז ערשינען אין "יתד" - די שופר פון די ליטווישע וואס האלטן זיך תחת מרותו פון הגאי"ל שטיינמן - א ארטיקל, וואס איז מוחה אויף די דרשה פון הגר"י ראזענבערגער פון די עדה.

אט איז וואס שטייט דארט -



יתד משיב אש נגד 'העדה': "רודפים של כלל ישראל"
לאחר דבריו החמורים של חבר בד"צ 'העדה' הרב יהושע רוזנברגר נגד מרן הגראי"ל שטיינמן, משיב 'יתד נאמן' אש נגד 'העדה החרדית': "רודפים של כלל ישראל", נכתב בעיתון, "מדובר באנשים שכדי לגדל את עצמם הם זקוקים למערכה לשם מערכה, חתולי רחוב שמחפשים עכברים לרדוף אחריהם" (חרדים)

עולים להתקפה: דבריו הקשים והחמורים של הגאון רבי יהושוע רוזנברגר, מרבני בד"צ 'העדה החרדית' כנגד מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן, כפי שפורסמו ב"כיכר השבת", אשר התבטא בביטויים קשים אשר אין הדעת סובלתם, זוכים הבוקר (שלישי) לתגובה קשה מהביטאון הליטאי 'יתד נאמן'.

במאמר מיוחד תחת הכותרת "הילכו שניים יחדיו?!" כשהוא תוקף את שתיקתם של רבני 'העדה החרדית' בעקבות הדברים החמורים וכותב כי "גם שתיקה היא נקיטת עמדה. לכן בוקע כאן קול זעקה!!!".

"לאחרונה המצב החמיר", ממשיך העיתון, "כאשר ברשות הרבים מסתובבים דרדרי רוח שמנסים לעקר את סמכותם של מרנן ורבנן עיני העדה שליט"א המנווטים את הציבור החרדי בימים של גזירות על-ידי הטלת טרור בנאומי כיכרות דרשות בתי כנסת והדפסת כתבי פלסתר נאלחים ביותר שאין למטה מהם".

"לא עת להחריש", זועק יתד, "כאשר ברחוב מתגלגלים פירות באושים שמשתלחים בבבת עינה של היהדות החרדית ובהנהגה של עולם התורה לא עת לשתוק".

• עשו לייק לעמוד הפייסבוק של 'כיכר השבת' ותישארו מעודכנים

"במשך תקופה ארוכה צעדו הציבור התורני והעדה החרדית זה לצד זה בהערכה, למרות חילוקי הדעות בדרכי ההנהגה נהגו המנהיגים כבוד זה בזה", מתאר יתד, "רבינו הגדול מרן הגרא"מ שך זצ"ל בהספדו על כ"ק האדמו"ר מסאטמר בעל הויואל משה זצ"ל אף ביטא את הזיקה בין חוגי החרדים לדבר ה', במילים נוקבות הוא הבהיר כי אנו זקוקים לקול הנשמע מחוגים אלו כי בזכותם אנחנו נמצאים היכן שאנו נמצאים".


יתד נאמן מרחיב על הקשר החזק שהיה בין המנהיגים הרוחניים שלמרות הבדלי ההשקפה כיבדו איש את רעהו ונהגו כבוד זה בזה זאת למרות שבשולי המחנה היו פורעי דרך מטעם עצמם.

"אבל בתקופה האחרונה", כותב העיתון, "חלה הסלמה חמורה ונשברו כל הכללים. יחידים בעלי מעמד מבני אותו חוג ידוע כאלה שמתעטרים בתוארים רשמיים של אותה עדה, החלו לנסות לערער את סמכות ההנהגה של עולם התורה תוך כדי פגיעה בנפש צדיק תוך כדי עלילות בוטות ושקרים גסים".

"לו היה מדובר בגורמים לא ממוסדים החרשנו, אבל הבעיה שמדובר אמנם בחריגים אך בדמויות כביכול תורניות שנושאות תפקידים רשמיים במנגנון של חוגים אלו שפערו פיהם והקיאו דברי נאצה", כותב העיתון.

בשלב זה תוקף יתד נאמן בחריפות את אותם גורמים וכותב: "אותם פוערי פה כנגד קדוש ישראל הם 'רודפים' של כלל ישראל! כאשר מנהיגי עולם התורה עומדים כחומה בצורה וההם צועקים 'הם מבקשים להתפשר'".

"מדובר באנשים שכדי לגדל את עצמם הם זקוקים למערכה לשם מערכה", תוקף יתד בחריפות, "חתולי רחוב שמחפשים עכברים לרדוף אחריהם או צל דמיוני אחר. הם נוטלים את אלה שמקימים תורה, בונים תורה, מחזיקים תורה, מייסדים תורה, מקרבים לתורה, בוכים על גזירות התורה, אלה שמנהלים את המערכה להצלת עולם התורה שהם מופקדים עליו ועליהם הם מטילים רפש של שקרים".

"בשעת הרת גורל כזו גם השתיקה היא נקיטת עמדה. העובדה שאותם חריגים שייכים באופן רשמי ובעלי תפקידים פורמאליים בקרב חוגים אלו תובעת מחאה פומבית שתישמע דווקא מקרב אלו שהמנאצים והמחרפים מערכות אלוקים חיים משתמשים בשמם ובחסותם", דורש יתד.

"אין זו דרישה מוגזמת לדרוש מחאה פומבית חד משמעית שתבקע בקול צלול מקרב אלה שמקהלם באו", פונה יתד לראשי 'העדה החרדית', "חובת הביעור מוטלת על מי שהשאור שהחמיץ נמצא בביתו. אמנם ידוע לנו בבירור שחלק הארי של רבני אותו חוג מתנערים מאותם אנשים וממעשיהם אבל כגוף ההתנערות הזאת טרם קיבלה ביטוי פומבי".

"כשנחצו כל הקווים האדומים אי אפשר להיפנות לרגשנות או לפחדים ולהסתתר מאחוריהם. צריך לנקות את הפצע, לחטא אותו, לקרוא לנער בשמו", נכתב בעיתון, "חייבת להדהד כאן ההכרזה לא משלנו הם ולדאוג שזה יהיה נכון".

"המבזה תלמיד-חכם חייב נידוי, אחרת עולם התורה ייאלץ בצער ובכאב להתעורר ולהגיב ותתעורר כאן מחאה בלתי נמנעת. היהדות התורנית לא תאפשר לסכן את קיומה ולרדוף את עולם התורה בשעתו הקשה. כל קיומנו תלוי בציות לגדולי הדור. לא ניתן לפגוע בהם עוד", מסיים יתד את המאמר החריף.

כזכור, לפני כחודש, אמר הרב רוזנברגר כי "יושב בבני ברק מסית ומדיח, שכמה בורים וריקים הפכו אותו לגדול הדור. מי עשה אותו לגדול הדור? כמה ביטאונים ועיתונאים. הוא מסית ומדיח".

"יש עוד כמה ראשי ישיבות שרוצים לפעול כנגד גיוס בחורי הישיבות והוא משתיק ומאיים עליהם. זה ממש אשר קרך, והוא עוד גם גדול הדור...", אמר הרב רוזנברגר בדבריו הקשים נגד גדול הדור.
מיטוואך מאי 22, 2013 10:33 am#116733
הענגט אין חרדים בית המדרש אין קרית יואל.
מיטוואך מאי 22, 2013 11:19 pm#117010
שלשלת האט געשריבן:די גרעסטע ליצנות איז נאך די אונטערשטע חלק, ווי די סאמע גרעסטע פון כלל ישראל ווארענען דעם גדול הדור אפצולאזן "דרכו המסוכנת וההרסנית", ווייל טאמער נישט חלילה, וועלן זיי פשוט און גראד נישט האבן קיין אנדערע ברירה ווי ארויסגיין קעגן איהם "שלא נאלץ לצאת נגדו כדרך שיצאו ראשונים כמלאכים נגד פורצי גדר ומחדשי חדשות בישראל"!!!

"כמרן החת"ס במלחמתו נגד מענדלסאן, ומאוחר יותר נגד ריינעס" - וועם ווילן זיי פארגלייכן צו וועם, הרב שטיינמן צו מענדלסאן, אדער זיי די מאורי הגולה צום הייליגן חתם סופר???!!!

האסט געטראפן אין פינטל. זיי די באדיונגען, וועלכע זיצן על סיר הבשר דא אין אמעריקע (דאס איז שוין א קאמפלימענט אויף זיי.) גייען סטראשען א איד וואס איז זיך ממית באוהלה של תורה זיבעציג יאר. ס'איז ניטאמאל א געלעכטער.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:21 pm#164380
ווי שוין שיין אויסגעשמועסט האבן די יושבי חושך נישט קיין שום פראבלעם צו עפענען זייערע שמוציגע פיסקעס אויף סיי וועם. אז איך רוף איינע פון זייערע רבנים מיט'ן פאסיגן טיטול יושבי חושך איז עק וועלט, אבער גאונים און גדולים וואס רוב רובם כלל ישראל אנערקענט ווי די העכסטע גדולי ישראל מעגן זיי באשמיצען מיט די ערגסטע לשונות.

מען דארף נישט זיין א יושב חושך נישט צו זיין איינשטימיג מיט הרב קוק זצ"ל, אבער מען דארף יא זיין איינער פון זיי אים צו באטיטולען מיט עקעלהאפטיגע לשונות.

עס איז איראניש און טרויעריג ווי די יושבי חושך כאפן אפילו נישט ווען מען וייזט זיי די דאבעל סטאנדארט. זיי קוקן אייך אהן מיט א בלעכענעם פנים ווי די האן אין בני אדם. יא, איך מעג, אבער זיי מעגן נישט.


פון דער בלאט די וואך
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:58 pm#164385
סאטמאר רב און נאך פילע האבען אזוי געשריבען איבער אים, נאר שיטמ''ק האט די לעגיטימאציע צו באטיטלען אלס יושב חושך סאטמאר רב ושאר גדו''י האבען אויך געהאט די רעכט צו געבן טיטל'ן אויף אזעלכע פערשוינען, בזמן וואס די בא'טיטל'סט אים ז'צ'ל'

נו וואס פארלאנגסטו פון שרייבערליך צו וואס זענען זיי נישט בארעכטיגט?


דאכצעך אויף ש''ץ שר''י וואלסטו אויך אזוי געשריבען
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:08 pm#164390
בדחן האט געשריבן:אן אריינגיין און די עצם שמיעס, עס זעט אויס אז די אלע וואס שרייען אז מען דארף זיין נייס און רעדן איידל האבן פארגעסן די הוראה וואס איז פאר א יאר ארויסגעקימען פון רב שטיינמאן אז אלע קנאים - אפילו סאטמער - וואס גייען נישט צו די בחירות וועלן גיין אין גהנים,

קאווע שטיבעל איז שוין געווען אפן דעמלאטס, און מיין זיכעניש איבער א אשכול וואס זאל פארדאמען יענע ווערטער האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, עס זעט אויס אז און יענע לאנד רעדן די גדולים זייער שארף איבער די זייער שיטה, און מען דארף נישט ווערן צוקאכט איין וועג אדער די אנדערע וועג.



איך ווארט נאך אויף שיטמ''ק'ס אשכול איבער די טיטול פון הגר''ח קאניעווסקי אויף הגר''ש אויערבאך

'זקן ממרא'

הא לן והא להו
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:16 pm#164394
בדיוק. סשמעקט נישט מיט אויפגעקלערטקייט אין וואס די נארישע ישבי חושך ווי שיטה באדן זיך
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:42 pm#164419
פארשטייט זיך אז צו נאר,,פרייליך גיי איך נישט רעדן. ווי באקאנט קען מען מיט אים נישט רעדן, און ער האלט זיך נישט צו די פשוט'סטע כללים פון דעבאטעס. איך וועל נאר אדרעסירן וואס ער שרייבט פאר אנדערע וואס קענען מעגליך האלטן אז ער האט א טענה.

אז הגאון ר' חיים קנייבסקי האט אנגערופן הגאון הרב אויערבאך מיט'ן טיטול זקן ממרא, האט זיך די וועלט איבערגעדרייט. יעדער פארשטייט אז דאס איז נישט קיין נארמאלע זאך. אבער מיינט דאס דען אז אז הרב אויערבאך איז יעצט אפיציעל א זקן ממרא?! מיינט דאס אז די "יתד נאמן" גייט יעצט שרייבן אויף אים מיאוס'ע טיטולען?! בסך בכל אין איין מאמענט פון כעס האט ר' חיים זיך אויפגעפירט אזוי ווי די יושבי חושך פירן זיך אויף זייער גאנצען לעבן!!

זעה נאר די חילוק צווישן די ליטווישע און די יושבי חושך. אז זייער גדול האט אמאל געזאגט אז הרב אויערבאך איז א זקן ממרא פארשטייט נאך יעדער אז הרב אויערבאך בלייבט א גאון און תלמיד חכם. זייערע צייטונגען וועלן זיך נישט דערוואגען צו שרייבן סיי וואספארא לשון של גנאי אויף דעם גאון. ביי די יושבי חושך איז פונקט פארקערט. אז זייער רבי, רביה"ק מסאטמאר זי"ע, האט זיך אויסגעדרוקט שארף אויף הרב קוק, גייען זיי נאך אסאך שארפער און ווילדער. סאטמאר רב האט ח"ו קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן "שר"י" אדער "ימ"ש" אויף הרב קוק, אבער פאר יושבי חושך אינטערעסירט גארנישט. הרב קוק האלט אנדערש ווי זיי איז אלעס מותר. אפילו די אפציעלע צייטונגען פון די יושבי חושך מעגן שרייבן אזעלכע מיאוס'ע טיטלען!!

אט דאס איז פון וואס מיר רעדן דא אין דעם גאנצן אשכול, דאס איז וואס איז אזוי מיאוס און גרויליג פון די יושבי חושך. פאר זיי איז אלעס איך, איך, איך, און נאכאמאל איך. פוסטע בעלי גאווה, נידעריגע קארעפטירטע נפשות וואס גייען נאך די פרימיטיווע געפילן פון עגאאיזם און נקמה.

ביי זיי עקזיסטירט נישט קיין סטאנדארטען, עס איז נישט דא קיין שום זאך וואס איז ביי יעדעם פונקט אזוי אסור און ביי יעדעם אייניג מותר. איך מעג שרייבן אויף יענעמ'ס גדולי ישראל וואס איך וויל, אבער יענער טאר עס נישט טוהן אויף מיינע; איך מעג בלינדערהייט פאלגען אין מיינע גדולים, אבער יענער דארף חוקר זיין און טראכטן אז אפשר בין איך גערעכט. דאס איז די מהלך המחשבה פון די פארפינסטערטע עלעמענטען, וואס נעמען אונזער הייליגע אמונה און מאכן איר פאר א אפצווייג פון טאליבאן איסלאם.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:00 pm#164428
שיטה מקובצת האט געשריבן:סאטמאר רב האט ח"ו קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן "שר"י" אדער "ימ"ש" אויף הרב קוק

כפי השמועה האט ער זיך יא אמאל אויסגעדרוקט מיט דעם לשון.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:08 pm#164432
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:קדים זיי מוחה אויף כבוד הרשעים

Two Wrongs Don't Make a Right
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:08 pm#164433
שיטה מקובצת האט געשריבן:פארשטייט זיך אז צו נאר,,פרייליך גיי איך נישט רעדן. ווי באקאנט קען מען מיט אים נישט רעדן, און ער האלט זיך נישט צו די פשוט'סטע כללים פון דעבאטעס. איך וועל נאר אדרעסירן וואס ער שרייבט פאר אנדערע וואס קענען מעגליך האלטן אז ער האט א טענה.

אז הגאון ר' חיים קנייבסקי האט אנגערופן הגאון הרב אויערבאך מיט'ן טיטול זקן ממרא, האט זיך די וועלט איבערגעדרייט. יעדער פארשטייט אז דאס איז נישט קיין נארמאלע זאך. אבער מיינט דאס דען אז אז הרב אויערבאך איז יעצט אפיציעל א זקן ממרא?! מיינט דאס אז די "יתד נאמן" גייט יעצט שרייבן אויף אים מיאוס'ע טיטולען?! בסך בכל אין איין מאמענט פון כעס האט ר' חיים זיך אויפגעפירט אזוי ווי די יושבי חושך פירן זיך אויף זייער גאנצען לעבן!!

זעה נאר די חילוק צווישן די ליטווישע און די יושבי חושך. אז זייער גדול האט אמאל געזאגט אז הרב אויערבאך איז א זקן ממרא פארשטייט נאך יעדער אז הרב אויערבאך בלייבט א גאון און תלמיד חכם. זייערע צייטונגען וועלן זיך נישט דערוואגען צו שרייבן סיי וואספארא לשון של גנאי אויף דעם גאון. ביי די יושבי חושך איז פונקט פארקערט. אז זייער רבי, רביה"ק מסאטמאר זי"ע, האט זיך אויסגעדרוקט שארף אויף הרב קוק, גייען זיי נאך אסאך שארפער און ווילדער. סאטמאר רב האט ח"ו קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן "שר"י" אדער "ימ"ש" אויף הרב קוק, אבער פאר יושבי חושך אינטערעסירט גארנישט. הרב קוק האלט אנדערש ווי זיי איז אלעס מותר. אפילו די אפציעלע צייטונגען פון די יושבי חושך מעגן שרייבן אזעלכע מיאוס'ע טיטלען!!

אט דאס איז פון וואס מיר רעדן דא אין דעם גאנצן אשכול, דאס איז וואס איז אזוי מיאוס און גרויליג פון די יושבי חושך. פאר זיי איז אלעס איך, איך, איך, און נאכאמאל איך. פוסטע בעלי גאווה, נידעריגע קארעפטירטע נפשות וואס גייען נאך די פרימיטיווע געפילן פון עגאאיזם און נקמה.

ביי זיי עקזיסטירט נישט קיין סטאנדארטען, עס איז נישט דא קיין שום זאך וואס איז ביי יעדעם פונקט אזוי אסור און ביי יעדעם אייניג מותר. איך מעג שרייבן אויף יענעמ'ס גדולי ישראל וואס איך וויל, אבער יענער טאר עס נישט טוהן אויף מיינע; איך מעג בלינדערהייט פאלגען אין מיינע גדולים, אבער יענער דארף חוקר זיין און טראכטן אז אפשר בין איך גערעכט. דאס איז די מהלך המחשבה פון די פארפינסטערטע עלעמענטען, וואס נעמען אונזער הייליגע אמונה און מאכן איר פאר א אפצווייג פון טאליבאן איסלאם.

מיט וויטאג וועל איך מוזען קלאר מאכן אז לדבריך קומט אויס אז א טייל חסידי הרב קוק וכדו' גייען אויך אריין און דעם כלל וואס די האסט אוועק געשטעלט, כגון הרב הרצל הנקין וכו' וואס זיי שטעלו אוועק אז הרב מסאטמר האט א דין זקן ממרא און אויך האט ער א גאנצע תשובה אז מען טאר נישט שרייבען אויף סאטמר רב טיטלען וואו הרב, ז''ל וכו', הא לן והא להו אבער הצד השווה שביניהן, שיושבי חשך הם... סאיז מיר שווער אנצונעמען דעם פאקט.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:09 pm#164434
i didnt do anything wrong imo
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:20 pm#164436
שמעקעדיג האט געשריבן:
שיטה מקובצת האט געשריבן:סאטמאר רב האט ח"ו קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן "שר"י" אדער "ימ"ש" אויף הרב קוק

כפי השמועה האט ער זיך יא אמאל אויסגעדרוקט מיט דעם לשון.

סאטמאר רב האט געשריבן הונדערטער עמודים אויף ציונות, מזרחי און אגודה. און קיין ערגעץ האט ער נישט געשריבן אזא לשון. וויל מען בויען אויף א שמועה אז אמאל כטוב לב המלך ביין האט ער אפשר געגעבן א שמייכעל ווען איינער האט עס געזאגט....!! (אזא שמועה האב איך אמאל געליינט אין "משכנות הרועים")
אבער די כאפסט וואס דא טוהט זיך. פון הגר"ח קנייבסקי איז דא א לעבעדיגע רעקארדינג ווי ער זאגט "זקן ממרא" - און דאס איז נישט גענוג פאר קיין שום מענשט צו האלטען אז הגר"ש אויערבאך איז טאקע א זקן ממרא אדער אז מ'מעג מזלזל זיין אין אים. און אוודאי גייען די צייטונגען וואס גייען נאך די דעת תורה פון ר' חיים נישט שרייבן קיין לשונות של גנאי אויף הרב אויערבאך. פון סאטמאר רב איז נישט דא קיין שום ראיה אז ער האט געזאגט "שר"י" אויף הרב קוק - פארקערט, פון אלע זיינע כתבים זעהט מען אז ער האט זיך קיינמאל נישט דערוואגט עס צו טוהן. אבער פאר יושבי חושך איז גענוג א האלבע שמועה וואס האט נישט קיין שום פרוף אז סאטמאר רב האט איין מאל (נישט מער ווי איין איינציג מאל), פורים (כטוב לב המלך ביין), הנאה געהאט (נישט אז ער האט אליין געזאגט), ווען איינער וואס איז געוועהן אנגעטרינקען האט געזאגט (נישט געדרוקט) אזא מיאוס לשון אויף הרב קוק.

פאר די יושבי חושך איז דאס שוין א היתר צו גיין עד הסוף - אין פרינט, אין זייערע צייטונגען, אין זייערע דרשות וכו' וכו'. הדא הוא דכתיב יושבי חושך וצלמות.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:37 pm#164439
איין יושב חושך קוקט ארום מיט טונקעלע ברילן און זעט אלעס וואס עם געפעלט נישט אינעם קאליר שווארץ
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:44 pm#164441
דאס האט סאטמאר רב געשריבען:

הרב שיטמ''ק לולא דמסתפינא וואלט איך זיך געטרויט צו חושד זיין דיין פענע אז די וואלסט'ס בא'טיטולט מיט דיין שווארצער פעדער מיט'ן שמוציגער אויסדרוק ווי די שרייבסט אויף יעדן וואס געפעלט'ר ניש זיין געשרייבעכץ

[quote=]א קול קורא וואס סאטמאר רבי האט געשריבן אין יאר תרפ"ז 1927 נאך אלס קראלער רב איבער דעם קוק

ב"ה

קול נהי נשמע בציון צעקת בני ישראל היראים וחרדים בעיר ה׳ שמה והביד״צ שבירושלים עיה״ק ת״ו ובראשם הרב הגאון הצדיק זקן וקנה חכמה כקש״ת מיוה״ר יוסף חיים זאננענפעלד שליט״א האבדק״ק, מבקשים אותנו להיות להם לעזרה בצרה, ותעל זעקתם את פני ה׳ איך המחבלים כרמים כרם ה׳ צבאות המה המעמידים צלם בהיכל ה׳ ונספחו על בית יעקב לספחת ולבהרת, אשר כמהו לא נהיתה צרעת ממארת, לצודד נפשות להשקותם מים הרעים המאררים הוא המינות ׳והכפירה ר״ל עד שבעוה"ר נתקיים בהם היו צרי׳ לראש, איש צר ואויב לדת תורתינו הקדושה ולעיקרי האמונה דרך קשתו כאויב להפר ברית עולם, הנקוב בשם אברהם יצחק קוק, הוא הגבר אשר החזיק והרחיב בארה"ק גבול הטומאה ר״ל, היא העדה הרעה המכנים עצמם בשם ציונים, אשר הן המה בעתים הללו האבני נגף לבית ישראל ומחריבים ארה״ק וכל הארצות בכלל, האומרים ערו ערו עד היסוד בה הוא קיום תוה״ק והאמונה המסורה לנו, שהוא היסוד לקיום כל ישראל בכלל ובפרט, ומבלעדי זאת הוסיף פשעים על פשעים, להדפיס בספריו הטמאים, גלויים וידועים, דברי מינות וכפירה, בעזות מצח וחוצפה יתירה, את ה׳ הוא מגדף ביד רמה, אשר לא נראה ולא נשמע כזאת מימים ימימה, תסמר שערות אנוש ותצילנה שתי אזני כל שומע, הנה ארסו ארס ברזל להיות בוטה כמדקרות חרב להסית ולהדיח פרחי שושנה, והרבה מדבריו המדאיבים לב כל מאמין בה׳ מועתקים בקונטרס קול גדול הנדפס בירושלים ובמכתבו של כבוד הרב הגאון המפורסם האבדק״ק סאטמאר שליט״א, אבל כאשר הי' לנגדי החיבורי עצבים שלו ראיתי כי עוד הרבה יותר ממה שהעתיקו הם נמצאים בחיבוריו, מלאים על כל גדותיו, דברי מינות וכפירה, מאוד נורא, וילאה לב כל מאמין בה׳ להעתיק רוב דברי טומאה כאלו, אוי לעינים שכך רואות, השי״ת ירחם במהרה, וינקום נקמתו ונקמת עמו בנ"י ברוח סער וגבורה.

והנה אך למותר להאריך בהלכה זו שהוראתו אסורה, כי אף מי שאינו מין וכופר אלא שמחלל ה׳ ומחטיא את הרבים בשאר עבירות, אסור לשמוע הוראה מפיו, ובשו׳׳ע סימן רמ״ג סעיף ג׳ דת״ח המזלזל במצות ואין בו יראת שמים הרי הוא כקל שבציבור, והביא על זה בברכי יוסף שם דכל ת״ח שיש בידו חילול ה׳ אסור לשמוע ממנו דברי תורה ולסמוך על הוראתו יעיי״ש בשיו״ב, וע״ע בשו״ת בית שלמה יו׳׳׳ד ח״ב סימן ק״א דאף דאיתא בירושלמי (מועד קטן פרק ג׳ הלכה א׳) זקן שאירע בו דבר אין מורידין אותו מגדולתו, מכל מקום אם החטיא את הרבים הוי כירבעם בן נבט ופשיטא דמורידין אותו מגדולתו יעיי״ש. ובמינים ואפיקורסים, כבר כתב החת״ס בחו״מ סימן קס״ג, דכיון שאסור לקרב אל פתח ביתו וכל באיה לא ישובון ולא ישיגון אורחות חיים, מכש״כ שאסור ליקח תורה מפיו יעיי״ש.

והנה נחזי אנן בגמרא גיטין פרק השולח דף מ״ה, ספר תורה שכתבו מין ישרף כתבו עכו״ם יגנז, ובשבת דף קט״ז אמר ר׳ טרפון שאם יבואו לידי שאני אשרוף אותם ואת האזכרות שבהן, איד ישמעאל ק״ו ומה לעשות שלום בין איש לאשתו אמרה תורה שמי שנכתב בקדושה ימחה על המים, הללו שמטילין איבה וקנאה ותחרות בין ישראל לאביהן שגשמים עאכו"כ, ועליהם אמר דוד הלא משנאיך ה׳ אשנא ומתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי. ולשון הרמב״ם ז״ל בפ״ו מהלכות יסודי התורה הלכה ח׳, אפיקורס ישראל שכתב ס״ת שורפק אותו עם האזכרות שבו כדי שלא להניא שם לאפיקורסים ולא למעשיהם יעיי׳׳ש.

הנה כ״כ החמירו בספר תורה שכתבו מין למחוק את ה׳ יותר מבכתבו עכו״ם משום שלא להניח שם לאפיקורסים, אף שבספר תורה לא העתיק אלא אותיות התורה והאזכרות ולא חידש שם שום דבר מדעתו, ואך בשביל מחשבתו הרעה שהיא ממקור מים הרעים אף שאינה ניכרת מתוך מעשיו, החמירו שלא להניח שם לפעולותיו, ומכל שכן שאסור להניח לו שם ושארית להיות לו איזה התמנות בהוראה ותורה, שיוכל להיות חותר חתירה, לאמשוכי אבתרי׳, בדעה נפסדה וזרה, מרה כלענה ר"ל.

ויש כת צבועים המחפים מל המינים והאפיקורסים באמרם שאין להתקוטט כי גדול השלום, ואם אין שלום אין כלום, כהנה וכהנה דברי הבלים, אבל התנא ר״י מכחישם בלמדו החיוב לאבד כח המינים מהא שציותה התוה״ק למחוק את ה׳ עבור הטלת השלום כי הן המה המטילים איבה ותחרות, וזהו השלום שבישראל לאבד כל המינים ויהי׳ אחריתם להכרית.

ובגמרא ברכות דף כ״ט, שמעון הפקולי הסדיר י״ח ביבנה, אמר ר״ג כלום יש אדם שיודע לתקן ברכת הצדוקים, עמד שמואל הקטן ותיקנה, לשנה אחרת שכחה והשקיף בה שתים ושלש שעות ולא העלוהו, והקשי אמאי לא העלוהו והאר״י א״ר טעה בכל הברכות אין מעלין אותו בברכת הצדוקים מעלין אותו חיישינן שמא מין הוא, שאני שמואל הקטן דאיהו תיקנה, וניחוש דלמא הדר בי׳ ואף צדיק מעיקרא דלמא הדר גי׳ כו׳ שאני שמואל הקטן דאתחיל בה [ודעת הד״י שם דמה שאמרו מסלקין אותו בטעה בברכת המינין הכוונה שמסלקין אותו לגמרי שלא יהא עוד ש״ץ לעולם. והמג״א בסימן קכ״ו מצדד שאין מסלקין אותו מלהיות עוד ש׳ץ בשביל פ״א, וביאר שם במחצית השקל שזה דעת החולקין פל הר״י ז״ל שאין הכוונה בש״ס שמסלקין אותו לעולם אלא לפי שעה. ועל כל פנים מדכתב המג״א בזה שאין מסלקין אותו בשביל פ״א אם כן נראה דאס אירע לו כן יותר מפ״א כולי עלמא מודי שמעבירין אותו שלא להיות עוד ש״ץ לעולם, אף בזמני של המג״א שכתב שם שלא הי׳ אז מינים מצויים, ופלוגתתן בזה סובב על דברי הש״ס דמיירי בפעם הראשונה כעובדא דשמואל הקטן.

והנה באמת כללא הוא שאין מוציאין שוס אדם מחזקת כשרות כל כמה דאפשר לדונו לכף זכות שלא הי׳ אלא טעות ושגיאה, ,ואף בטבח שהוציא טריפות מתחת ידו שמבואר בשו״ע יו״ד סימן קי״ט סעיף י״ז שאין לו התנצלות לומר שוגג הייתי, מבואר הטעם בתשו' הרשב״א סימן כ׳ (ששם מקור דין זה) שא״א לומר בו מיטעי טעה כי הטריפות ידועים הם ואם לא נודעו לזה אין ראוי למנותו טבח ולסמוך עליו כלל, וכעין זה כתב הרא״ש ז׳׳ל בתשו׳ כלל כ׳ (דין כ״ט), ואעפי״כ הביא ע״ז הש״ך שם בס״ק ל״ג דברי המהרי״ו מאדם דידוע שהוא י״ש ומדקדק במעשיו עדיין אמרינן בי׳ דודאי משגה הוא ולא חיישינן דלמא הדר בי' וכאן בברכת המינים המוזכר בש״ס לודאי אפשר למימר בי׳ שטעה דכן הי׳ האמת בשמואל הקטן שהי׳ טעות, ועיי״ש בפנ״י שביאר ענין הטעות בזה, ובשאר ברכות ממתינן לי׳ באמת עד שיזכור, ובברכת המינים מבואר שם ברשב״א וטוש״ע בסי׳ הנ׳׳ל שמסלקין אותו מיד ואין ממתינין לו כלל להזכירו, ולמה נוציא אדם כשר מחזקתו להכלימו ולסלקו אם אפשר לומר שטעה ואין בו צד מינות כלל, בפרט בצדיק גמור כשמואל הקטן ובעצמו תיקן ברכת המינים ואילו לא היה מתחיל בה אז היו מסלקין אותו והיו חושדין אותו דלמא הדר בי׳ וח׳ו מין הוא, ולדעת הר״י הי׳ מסולק לעולם בשביל פעם הראשונה תיכף ומיד, וע״כ שהחמירו יותר בחששא דמינות מבשאר עבירות אף בספיקא נגד חזקה דמעיקרא ושאני מינות דמשכא וחמור טובא]. ועיכ״פ כיון שמבואר בגמרא ושו״ע דרק בשביל שמונע עצמו מלקלל את המינים ואף שיוכל להיות שאינו אלא טעות מ״מ מסלקין אותו, א״כ כש״כ מי שמגלה דעתו בפי׳ שאינו רוצה לקללם באופן שאין להסתפק בו שמא שכח וטעה, וק״ו במי שדרכו עוד לשבחם ולחזקם שהדבר ברור שצריך לסלקו מכל דבר שבקדושה, ואצ״ל שלא יהי׳ רב ומורה בישראל.

וא״כ אותו האיש הנזכר לעיל שזה דרכו לחזק ולרומם הציונים החלוצים הכופרים באלקי ישראל בפרהסיא ובפומבי, זה בלבד מספיק לבירור ההלכה שהחיוב לסלקו ולהרחיקו מכל בית ישראל, וק״ו אחרי שבחיבוריו האלילים, עוד הרבה גילולים, בר״ה וברה״י יחידו של עולם, והראה לדעת, דכל שכן דפקר טפי בכל מיני מראות נגעים וצרעת, ועל הכלל כולו יצא, לכפור בתורה שבכתב ובע״פ ובעיקרי האמונה לתת אותם לשמצה, תו אין ספק כי הוראתו וכל דבריו ועניניו טמאים ומטמאים, ואשר ירחיקו ממנו בלב תמים, בעזר אלקי יהיו נקיים, והמתמברים אליו מחמת דוחק ממון, ומשתחוים לאגורת ״כסף״ תחילת חימוץ ״הכסיפו״ פניהם לאביהם שבשמים, וסופם לבאר שחת בור ריק אין בו מים, אבל נחשים ועקרבים בהם להטות ח״ו למות בנ״י מדרך החיים ר״ל, ואמרו חכז״ל(פסחים דף כ״ה ע״א) בכל מתרפאין חוץ מעצי אשירה, ולדיין שאינו הגון אף מחמת שאר מעשים רעים שאינם של מינות ואפיקורסות קראו חכמינו ז״ל (סנהדרין דף ז׳ ע׳׳ב) אשירה, וקל וחומר בית גאים של מינות וכפירה אמרו חכמינו ז״ל במסכת שבת דף קט״ז שאפילו אדם רודף אחריו להרגו ונחש אתריו להכישו נכנם לבית של עבודה זרה ואינו נכנס לבתיהן של אלו שאלו אין מכירין וכופרין ואלו מכירין וכופרין, וא״כ מוטב להם להיות נמכר לע״ז עצמה ולא למין ואפיקורס, שורש פורה ראש ולענה ואשכלות מרורות, ואשר בה׳ ישים מבטחו יאיר אליו נורא תהילות. וכבר נתבאר הדין הלכה ברורה, שמי שאינו רוצה לקלל את המינים בפרהסיא, בהקללה אשר להם ראוי אף שהי׳ צדיק מעיקרא, שתיקה זו מעידה עליו שבא בחזרה, ונתפס באותה עצה הנבערה, לחבק חיק נכרי/ היא המינות הארורה, השי״ת ירחם לעקרה, לשרשה ולבערה, ואל יוסיפו עוד לדאבה, לנפשות בנ״י הנאנחים בלב ורוח נשברה, ונפשם חשקה בתורה, השי״ת יוציאנו מאפילה לאורה.

ואתם בנ״י היראים והחרדים, חזקו ואמצו, איש את רעהו יעזורו והחלש יאמר גבור אני ללחום מלחמות ה׳ להעביר ממשלת זדון מן הארץ ולהסיר האשירה הזאת ממקום הקדוש, והשי״ת יתן לכם רחמים, בלב שרים ומלכים, שלא להשליט עוד שבט הרשע עליכם, עד ישקיף וירא ה׳ בענינו, ובמעגלי צדק ינחינו, ומצרה לרוחה יוציאנו, ומתוך חשיכה יאיר עינינו, בישועתו הגדולה לשמחינו, בשמחת ציון וירושלים לעבדו שם בשמחה ולבב טוב.

א״ד הכותב ונאנח מצפה לרחמי שמים ולישועת כל ישראל במהרה, יום ה׳ לס׳ וזאת עשו להם וחיו ל״ט למבנ״י תרפ״ז לפיק, פק׳׳ק קראלי יצ״ו

הק׳ יואל טייטלבוים
[/quote]
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:08 pm#164506
נאך אלס שרייבט ער נישט אויף אים שר"י, אוו אוודאי נישט ימ"ש.

למעשה איז יא דא כמה עובדות ווי ער אליין האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים "שר"י".

עס איז גאנץ מסתבר אז אויב וואלט ווען דער רבי שוין געהאט דאן זיין עקספיריענס מיט די "מקנאי קנאת ה' צבקות" פון ירושלים, וואלט ער נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען מיט א בריוו, בעפארן גוט דערגרונטעווען מי האיש ומה שיחו, מפיו ומפי כתביו (דייקא, לאפוקי מפי כתביו המזוייפין ומקוטעין בידי מקנאי קנאת ה"צ הנ"ל). כאטש דעם רבי'ןס עיקר פראבלעם מיט אים איז געווען זיין שטיצן די ציונים להדיא.

עס איז באוואוסט אז אויף דער עלטער האט דער רבי געזאגט אז ער האט חרטה פאר דעם תקיף'דיגן שמועס מיטן אמרי אמת ( המובא לעיל או באשכול אחר), בפשטות איז די כוונה אויף די תקיפות וועלכע איז נישט געווען מן הנימוס כלפי א ראש רבבות אלפי ישראל 2 מאל אזוי אלט, אבער עס איז יתכן להעמיס אז די סיבה איז טאקע געווען האמור לעיל, אז ער האט גוט גוט קענען געלערנט רב קוק'ס בעלי פלוגתא ואופן פעילותם, אויף די אייגענע הויט.
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:48 am#164574
די שאלה איז, אויף וועלכע נאך זאכן האט ער געהאקט און פארפירט איידער ער האט דערגרינטעוועט מה הדבר ומה שיחו?
מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:09 am#165781
דעת תורה האט געשריבן:למעשה איז יא דא כמה עובדות ווי ער אליין האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים "שר"י".

כ'וואלט געוועהן דאנקבאר פאר מקורות.
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:23 pm#219829
אין א אנדערע אשכול האט מען מיך פארגעהאלטען אויף געוויסע אויסדריקן וואס מאנכע האבן געהאלטן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטען. די באהערדע דא האבן צוליב דעם אריינגעריקט יענע אשכול אין "שבת אחים" ווי נישט יעדער קען עס זעהן, ווי כאילו איך האב מיט עפעס חוטא געוועהן.
כ'האב שוין דארט אביסעל מסביר געוועהן מיין שטעלונג, און כ'וויל דא צולייגן א ארטיקל וואס כ'האב נארוואס געזעהן אין "אוצר" פון סאטמאר בני יואל - א אויסגאבע וואס ווערט פארקויפט אין אלע געשעפטן.
קוקט נאר ווי אזוי זיי שרייבן אויף איינע פון די גרעסטע גדולי הדור
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 4:49 pm#219915
ר' שיטה מקובצת: דו ברענגסט טאקע אראפ א קאפי פון "אוצר". אבער ס'איז זייער שווער צו ליינען פון די קאפי. זיי מוחל ברענג אראפ דעם תמצית פונ'ם שמועס. און וועלכן גדול זיי באשמיצן. איך וויל נישט אויסדרוקן א מיינונג פאר איך ליין זייערע דברי הבל ורעות רוח... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
זונטאג פעברואר 07, 2016 2:54 pm#320508
ארויפגעברענגט לכבוד דאס
l viewtopic.php?f=4&t=10109 l

בילד