הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא
קאווע שטיבל • די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
132 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 162 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3542
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:58 am#354954
שוין יארן וואס סאטמאר האט א בלענקעט היתר צו שרייבן וואס עס לאזט זיך אויף מענטשן וואס זענען אנגענומען אלץ גדולי ישראל, ואין פוצה פה ומצפצף. אז איינער זאל שרייבן א ווארט שלא בדרך כבוד אויף סאטמארע רבנים ווערט דאס תיכף פארשריגן דורך יעדעם, אבער די זעלבע סאטמארע רבנים וואס מ'טאר ח"ו נישט טשעפענען זייער כבוד, ערלויבן און שטיצן צו שרייבן כל מיני מיאוס'ע לשונות אויף מענטש וואס זענען אסאך גרעסער און הייליגער פון זיי.
צעטלעך אפיציעל געהאנגען אין וויליאמסבורג
אוודאי גייט איינער זאגן אז דאס איז נישט אפיציעל פון סאטמאר, נאר פון די עקסטרעמיסטען וכו' - ס'איז אמת, אבער אויב וואלט דאס געוועהן קעגן סאטמאר וואלט אזא צעטעל נישט געקענט הענגען אין וויליאמסבורג פאר מער פון 30 סעקונדעס, נאר אויף יענעם מעג מען שרייבן וואס מ'וויל.
אבער דא האט איר סאטמאר אליין. דאס איז די אפיציעלע תורה קובץ וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך סאטמאר רז"ל, און ווערט ברייט באשריבען און אדווערטייזד אין דער איד און פארקויפט אין סאטמארע בתי מדרשים. אין דעם קובץ שרייבן די רבנים און דיינים פון סאטמאר רז"ל קהילה, און אזוי אויך רז"ל אליין און זיינע קינדער. דא האט איר פון די לעצטע קובץ ווי אזוי זיי שרייבן אויף האדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.
מקולקל ונפגם בדיעות בעיקרים ויסודות... וכמעשי שבתי צבי ויעקב פראנק כן עשה... המבצעים והטאנקים המפורסמים בעולם השגעון...
ליובאוויטשער רבי איז פארהייליגט ביי פונקט אזוי פיל מענטשן ווי סאטמאר רבי אויב נישט אסאך מער. שטעל דיך פאר איינער זאל שרייבן אויף סאטמאר רבי:
היה מקולקל ונפגם בדיעות בעיקרים ויסודות, ואמר על עצמו בסתר ובגלוי שהוא הגדול הדור היחיד בעולם, ואין דעת תורה חוץ ממנו, וכמעשי נביאי הבעל כן עשה, וכתב ספר ויואל משה המפורסם בעולם התורת לאקשען לבאר גודל המצוה לפרסם שכל איש מישראל שיש לו דעה אחרת דינו כמין ואפיקורס.
און שטעלט אייך פאר אז דאס זאל געדרוקט ווערן אין א אפיציעלע ליובאוויטשע אויסגאבע ווי "כפר חב"ד".

דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:36 am#362157
Re: די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלו
איך האב דורכגעליינט די אשכול היינט.
א. ווען מ׳רופט אן א צווייטען עמלק, רע-בנים, א.ג. וכדו׳, האט מען עקסטרעמעהייט אראפגעריסען א צווייטען. דאס ווארט ׳יושבי חשך׳ איז אן עקסטרעמע וועג ארויס צו ברענגען א מיינונג. און אזוי אויך זקן ממרא. הרב חיים קאנייעווסקי האלט אז מ׳דארף פאלגען דער גרויסע מנהיג הרב שטיינמן. דער וואס איז א גרויסע ת"ח און פסקנ׳ט אנדעריש ווי איהם, איז בועט אין זיין הנהגה, און דער עקסטרעמע וועג דאס אויסצודרוקען איז זקן ממרא. דאס איז נישט מעסיג און איידעל, אבער א פשט האט עס.
ב. די לשונות פון הרב קוק זענען עפ"י רוב גראבע ליגענט, ארויסגענומען פון זייער פשט. איך קלער דאס צו באשרייבען איינער פון די טעג. ס׳איז מיר לעצטענס אנגעקומען אביסל אינפארמאציע אויף דער טעמע.
ג. דער לעצטענסטע צעטעל איז אביסל אומקלאר. איינער האט א קלארערען בילד?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דינסטאג פעברואר 07, 2017 1:38 am#362164

זיי ביטע מסביר, די מדריגות וואס די שטעלסט אהער.
א. עקסטרעם אראפרייסען.
ב. עקסרעמע וועג ארויס צו ברענגען א מיינונג.
ג. נישט מעסיג און איידל, אבער האט א פשט.
וואס איז די גדרים פין די כללים, און וועלכע פין דער כללים זענען בעסער פין די אנדערע.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 6:31 am#362173
Re: די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלו
ג׳ איז אן אפטייטש אויף ב׳. האט מען שוין א דריטעל אראפ גענומען. ווייטער וועסטו מוזען זיך אליינס פלאגען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:03 am#362176
אוודאי, יעדער איז מכובד זיך צו פלאגען אויף דברי ליטוואק, ווארענונג, זיינע ווערטער זענען טיפער פין ר' שמעון'ס חידוש אין מיגו אדער ר' חיים'ס חידוש אין אין בגידין, ממילא אויב איר פארשטייט נישט מחמת קוצר המושג ווערט נישט געפאלן ביי זיך, עס איז פשוט פין די עולמות וואס דין לא הניין לי.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:13 am#362179
Re: די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלו
ר׳ שמעון׳ס חידוש אין מיגו איז גראדע גאנץ פארשטענדליך, ווי אויך מיין חילוק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 6:05 pm#362214
בקיצור ביסט סטאק.
האסט נישט וואס צו ענטפערן, פראבירט איר מיט פארדרייען דער נושא.
טיפיקל פאר דיר ליטוואק.
האסט נישט וואס צו ענטפערן, פראבירט איר מיט פארדרייען דער נושא.
טיפיקל פאר דיר ליטוואק.
פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:02 am#362442
בדחן האט געשריבן:איך וויל נישט רעאגירען צום עצם ארטיקעל, נאר צו די צוויי פארגראפן וואס איך האב געקוואט,
להוי ידוע אז עס איז נישט געווען קיין סקאנדאל ווען האסט אנגעריפן רבנים יושבי חושך, אין די היסטעריע פון כלל ישראל זנענן אלץ געווען די וואס האבן געהאקט קעגן רבנים און זיי אנגעריפן מיט די ערגסטע נעמען, (און ווי מען ווייסט איז פון זייערע קינדער איז נישט דא קיין זכר ביי אידן) דערפאר קענסטע שלאפן רואיגער ביינאכט וויסענדיג אז האסט נישט געשאפן קיין סקאנדאל,
כ'קען נישט גלייבן אז א איד ווי מר בדחן זאל אזוי בארעדן דעם רבי זי"ע, נאכדערצו דאס אנהענגען אין זיינע קינדער.
זונטאג פעברואר 12, 2017 12:42 pm#362562
כהאב הערשט באגעגענט די ערשטע מאל די בילד פון שיטה׳ס אויבערשטע תגובה.
א שאנדע!

ס׳געפעלט מיר ווי די דורכגעפוילטע קריגערישע טייטלבוים ברודער וואס רייסן זיך שוין אין קאורט צענדליגער יאהרן און שווענדן מיליאנען דאללארן אויף ״אנכי ולא יהי׳ לך״, מאכן אָן די גרעסטע חילול השם אין די גוישע מידיע האבן די עזות און חוצפא צו עפענן זייער מויל אויפן ״צדיק הדור״ הרה״ק ר׳ ישראל האגער שליט״א, וויזניצער רבי פון ב״ב וואס האט געוויזן די גאנצע וועלט אז אפילו זיין אינגערע ברודער און זיין משפחה האבן אים ארויסגעווארפן און דערנידערט אויפן ערגסטען אופן האט הרה״צ ר׳ ישראל זז״ג נישט געפענט קיין מויל פאר גאנצע צוואנציג יאהר ווען ער האט געליטן אין גלות, און ער איז דער איינציגסטער פון אלע חסידות׳ן וואס לעבט זיך אין גוטן מיט זיין גאנצע משפחה און אפילו אין די זעלבע שטאט אן קיין טראפּ מחלוקות.
בלי ספק איז ער היינט דער איינציגסטער רבי וואס איז ווערט זיך צו שטיפן כאפן א בליק אויף א אמתע ערליכע איד! דער איינציגסטער רבי וואס איז ווערט צו אויפהייבן און צייגן די קינדער, אט אזוי דארף אויסזעהן א ערליכע איד!
בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגא.

דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:22 pm#391149
שיטה, שעם דיך פארן עס ארויף לייגן, אן עקל ווי ווייט יודישע קינדער קענען זיך דערקייקלן.
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 8:51 pm#391165
אנטשולדיגט!! איר ווייסט זייער גוט אז איך האב דאס נישט ארויפגעשטעלט מבזה צו זיין הרב שטיינמאן זצוק"ל (און דאס איז בכלל נישט קיין בזיון פאר אים) נאר ס'זאל זיין לחרפה ולדראון עולם פון די יושבי חושך, ווי די נושא פון די אשכול איז. עס איז זייער קורצקעפיג עס אוועקצונעמען פון דא.
איך לייג נאכאמאל ארויף וילמדו תועים בינה
איך לייג נאכאמאל ארויף וילמדו תועים בינה
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 8:58 pm#391167
שיטה מקובצת: ייש"כ פאר ארויסברענגען די ביטערע פאקטן ברבים. ס'איז פונקטליך אזוי ווי די מערדערס פון כאמס אין עזה, ווען ס'איז ח"ו דא א פגיעה און אידישע נפשות ווערן ליידער פארשניטן, גייען אט די מערדערס און רוצחים ארויס אין די גאסן און זיי טאנצן פאר שמחה...!
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:21 pm#391180
שיטה מקובצת האט געשריבן:סאטמאר לונדון
אפשר בעלז אנטוורפן?
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:53 pm#391185
בעלזע רב האט היינט ביים לעכט צינדן נישט געזאגט קיין תורה , און מען האט אויך נישט געטאנצן, אלע ישיבות און כוללים פון גאנץ ארץ ישראל זענען געגאנגן צום לוויה
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 1:43 am#391194
Re: די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלו
אבער ביים לוי' איז ער נישט געוועהן.... ומי יעמוד בסוד...סמבטיון האט געשריבן:בעלזע רב האט היינט ביים לעכט צינדן נישט געזאגט קיין תורה , און מען האט אויך נישט געטאנצן, אלע ישיבות און כוללים פון גאנץ ארץ ישראל זענען געגאנגן צום לוויה
מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 5:46 pm#391232
נאך בילדער גענומען פון דא
m http://onegshabbat.blogspot.com/2017/12 ... st_13.html m
m http://onegshabbat.blogspot.com/2017/12 ... st_13.html m
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 6:23 pm#391325
אומגלויבליך!!!!
אומגלויבליך!!!!!!!
צו זיין אזוי משוגע און קורצקעפיג איז דאך נישט נארמאל!!!!! דער סאטמאר רב דרייט זיך איבער אין קבר זעענדיג ווי זיינע נאכפאלגער האבן זיך דערקייקלט!!!
אומגלויבליך!!!!!!!
צו זיין אזוי משוגע און קורצקעפיג איז דאך נישט נארמאל!!!!! דער סאטמאר רב דרייט זיך איבער אין קבר זעענדיג ווי זיינע נאכפאלגער האבן זיך דערקייקלט!!!
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 10:30 pm#391352
שיטה מקובצת האט געשריבן:נאך בילדער גענומען פון דא
http://onegshabbat.blogspot.com/2017/12 ... st_13.html
"הולך בדרכי קוק" קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די צושטעל?
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 10:32 pm#391353
שיטה מקובצת האט געשריבן:רחמנא ליצלן
גלייב מיר, ס'נישט געווען דארט קיין איין לאטקע, נאר דאונאטס.
פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 2:33 am#391367
Re: די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלו
אין א"י רופען זיי אן דאונאטס ביים נאמען לאטקעס, עכ"פ די ירושלימ׳ער. אזוי ליגט מיר אין קאפ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 10:38 am#391373
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין א"י רופען זיי אן דאונאטס ביים נאמען לאטקעס, עכ"פ די ירושלימ׳ער. אזוי ליגט מיר אין קאפ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ברוך שכוונת.
דינסטאג יאנואר 22, 2019 5:54 pm#423099
מקען שוין טרעפן א נייע מנהיג נאך הרב קוק און הרב שטינמן... קאליבער רבי...
זונטאג אפריל 28, 2019 6:26 pm#429131
אין דער איד פון פסח איז דא א כלומרשטע אינטערוויו מיט די "ארבעה בנים". דער רשע דערציילט וויאזוי ער איז געווארן א רשע, צווישן אנדערע, אז זיין טאטע האט געליינט המודיע און די נ"י טיימס. איינער קען זיך פארשטעלן אז די המודיע זאל שרייבן גענוי די זעלבע זאך, נאר אז דער רשע'ס טאטע האט געליינט דער איד? פארוואס זענען די סטענדארדס ביי די יושבי חושך אזוי נידעריג, און נאך פיל א גרעסערע קושיא, פארוואס טאלערירט מען עס אין די אנדערע קרייזן? פארוואס הערט מען נישט אז די אגודה עסקנים זאלן מוחה זיין אויף פרעדיגן שנאה קעגן אייגענע ברידערס חרדישע אידן?!
זונטאג אפריל 28, 2019 7:46 pm#429139
Re: די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלו
דאס איז נישט אויפריכטיג. נישט פאר׳ן ליינן דער המודיע און נ.י. טיימס, נאר פאר׳ן ליינן די זאכן אנשטאט׳ס זינגען דער רבי׳ס ניגון פאר כל מקדש. קיינער וואלט אזוינס נישט געטון מיט דער איד
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 28, 2019 8:04 pm#429140
ס'איז מיר א פלא ווייל דער איד וואלט עס נישט דורכגעלאזט אין נארמאלע אומשטענדן. דער שרייבער איז א בארימטער מחנך וואס האט לעצטנס אנגעהויבן שרייבן דארט אנאנים מיטן פלאן אראפצונעמען זיין מאסקע מיט די צייט אויב זיינע ארטיקלן וועלן גוט אויסנעמען. כפי ידיעתי באלאנגט ער נישט אין סאטמאר אזוי ווייט. ער האט מסתמא געמיינט אז דער שפראך וועט נושא חן זיין ביים סאטמארער עולם....
מאנטאג אפריל 29, 2019 9:14 am#429205
שיטה מקובצת האט געשריבן:אין דער איד פון פסח איז דא א כלומרשטע אינטערוויו מיט די "ארבעה בנים". דער רשע דערציילט וויאזוי ער איז געווארן א רשע, צווישן אנדערע, אז זיין טאטע האט געליינט המודיע און די נ"י טיימס. איינער קען זיך פארשטעלן אז די המודיע זאל שרייבן גענוי די זעלבע זאך, נאר אז דער רשע'ס טאטע האט געליינט דער איד? פארוואס זענען די סטענדארדס ביי די יושבי חושך אזוי נידעריג, און נאך פיל א גרעסערע קושיא, פארוואס טאלערירט מען עס אין די אנדערע קרייזן? פארוואס הערט מען נישט אז די אגודה עסקנים זאלן מוחה זיין אויף פרעדיגן שנאה קעגן אייגענע ברידערס חרדישע אידן?!
עס איז פשוט צוויי שיטות אין פוליטיק
עס האט אמאל א קלוגער איד געזאגט צום שבט הלוי זצ''ל: אייערע פאליטיק איז זיך נישט מישן אין פאליטיק...