Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא

קאווע שטיבל • די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
132 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 162 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3542
מאנטאג אפריל 22, 2013 12:52 pm#107603
די שמוציגע לשונות פון די יושבי חושך קעגן זייערע בעלי פלוגתא
ווען איך האב אנגערופן די עקסטרעמע בת היענה רבנים מיט זייער פאסיגן נאמען "יושבי חושך" איז אנטשטאנען א סקאנדאל. הלמאי מ'רופט אזוי תלמידי חכמים? עהרליכע אידן?

דער אמת איז אז "יושבי חושך" איז בכלל נישט קיין שרעקליכע טיטול, עס טוט פשוט ארויסברענגען דעם מהות פון די סארט רבנים וואס לעבן אין די פינסטערניש, וואס ס'איז אוממעגליך זיי אויפצואווייזן אז זיי גייען אויף א פאלטשן וועג. ווייל זיי האבן פארבלענדעט זייערע אויגן פון קענען פארשטיין אנדערע צדדים, זיי האבן פארמאכט זייער הארץ פון קענען ארייננעמען פארשטאנד, און זייער שכל האבן זיי אפגעשלאסן פון אלעם וואס קען רירן זייער אראגאנטן אני ואפסי.

דער עצם מושג פון נוצן א טיטל פאר א מענטש איז א ביליגע זאך. איך ווער נישט גערעכט ווייל איך רוף אן א צווייטן "יושב חושך", איך קען נאר זיין גערעכט אויב איך קען יענעם אפפרעגן, און אויפווייזן ווי לעכערליך יענעמ'ס שיטה איז. איך האב אבער געמאכט ביי מיר דעם חשבון אז למעשה איז דאס נוצן טיטלען א טאקטיק וואס ווערט גוט אויסגענוצט דורך די יושבי חושך. זיי ווייסן נישט פון קיין ארגומענטן, ביי זיי עקזיסטירט נישט קיין לעגיטימע דעבאטעס. ביי זיי ווערט אלעס געפירט נאר מיט טיטלען, אפיקורס, רשע, ציוני, כופר, משכיל, ואטו כי רוכלי נחשב וניזל די אלע צענדליגער טיטלען וואס די יושבי חושך נוצן פאר זייערע קעגענער.

אין פאל פון מציצה בפה האבן מיר געזעהן ווי אלע רבנים וואס זייער דעת תורה האט נישט געזעהן די וויכטיגקייט פון מציצה בפה זענען געווארן אפיקורסים, מה יפית'ניקעס, משכילים, אלף-גימל רבנים, רע-בנים, וכו' וכו'. אזעלכע טיטלען זענען געדרוקט געווארן אין די אפיציעלע צייטונגען פון די יושבי חושך.

די ערומים מדעת וואס האבן נישט די מעגליכקייט פון טראכטן, פון פארצושטעלן זייערע מיינונגען האבן נאר איין וועג: באשמירן יענעם מיט כל מיני טיטלען, און אזוי "געווינען" די דעבאטע. דאס גייט אזוי ווייט אז ווען איך האב מקיים געווען ויגזול את החנית מיד המצרי און איך האב גענוצט א טיטול פאר די יושבי חושך וצלמות איז עס געוועהן א חידוש! דער עולם איז נישט צוגעוואוינט אז די יושבי חושך זאלן באקומען א טיטול. דער מנהג איז אז די יושבי חושך געבן טיטלען דייקא, און ווער עס גיט זיי א טיטל איז ווערד צו באקומען נאך א טוץ טיטלען: מבזה תלמידי חכמים, שייגעץ, רשע, מחוצף, מאי אהני לן רבנן'ניק, וכו' וכו'.

איז כדאי דא צו באטראכטן ווי אזוי די יושבי חושך האלטן זיך נישט צוריק פון נוצן שמוציגע טיטלען און לשונות קעגן אפילו די גרעסטע גדולי ישראל. ביי זיי איז נישט דא קיין שום צוריקהאלטן פון באשייגעצן און אראפרייסן גאונים אדירים, שרי התורה, אלעס ווייל זיי זענען נישט מסכים מיט זייערע שיטות.

אט דא איז א דרשה פון איינע פון די [רבנים] פון די יושבי חושך, [הרב] יהושע ראזענבערגער, ווי ער באטיטעלט דעם זקן וגדול הדור הגראי"ל שטיינמאן שליט"א מיט די ערגסטע לשונות:
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:17 pm#107607
כפארשטיי דיין ווייטאג, אבער דא אין קאווע שטיבל איז מען דן אויף די נושאים, ואין חולקין כבוד לרב, נאר האמת נר לרגלנו.
כל הכבוד פאר ר יושע'ן פארן זיין דער איינציגסטער וואס פירט זיך אויף אין רילל לייף ווי מיר טוען דא אונטער א מאסקע פון אנאנימיטעט.
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:20 pm#107609
אבער וואטעווער די קעיס איז, זעמער אונז אויף הרב שטיינמאנ'ס זייט.
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:20 pm#107610
שיטה מקובצת האט געשריבן:ווען איך האב אנגערופן די עקסטרעמע בת היענה רבנים מיט זייער פאסיגן נאמען "יושבי חושך" איז אנטשטאנען א סקאנדאל. הלמאי מ'רופט אזוי תלמידי חכמים? עהרליכע אידן?

דאס גייט אזוי ווייט אז ווען איך האב מקיים געווען ויגזול את החנית מיד המצרי און איך האב גענוצט א טיטול פאר די יושבי חושך וצלמות איז עס געוועהן א חידוש! דער עולם איז נישט צוגעוואוינט אז די יושבי חושך זאלן באקומען א טיטול..


איך וויל נישט רעאגירען צום עצם ארטיקעל, נאר צו די צוויי פארגראפן וואס איך האב געקוואט,

להוי ידוע אז עס איז נישט געווען קיין סקאנדאל ווען האסט אנגעריפן רבנים יושבי חושך, אין די היסטעריע פון כלל ישראל זנענן אלץ געווען די וואס האבן געהאקט קעגן רבנים און זיי אנגעריפן מיט די ערגסטע נעמען, (און ווי מען ווייסט איז פון זייערע קינדער איז נישט דא קיין זכר ביי אידן) דערפאר קענסטע שלאפן רואיגער ביינאכט וויסענדיג אז האסט נישט געשאפן קיין סקאנדאל,

צווייטענס, הכל לפי המבייש והמתבייש, איך גלייב אז די האסט באמת נישט וויי געטיען קיין איינע פון די רבנים, נישט אז די ביסט עפעס נישט קיין חשב׳ע מענטש, נאר ביסט פשוט נישט און זייער גאטנוג אז זיי זאלן בכלל קיקען אויף די טיטלען וואס די טיסט שענקען.
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:31 pm#107614
אלע ערליכע רבנים האלטן...
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:32 pm#107616
מיט "סקאנדאל" מיין איך נישט היערינגס אין קאנגרעס, נאר אז עס האט געבאדערט פאר אסאך, און עס האט ארויסגערופן רוגזא ביי מוחים אין א אנדערע פארום.
די שאלה איז נישט דא צי מ'האט איינעם וויי געטוהן צו נישט. דו קענסט זאגן די זעלבע פאר הרב ראזענבערגער אז ער האט נישט וויי געטוהן הגראי"ל שטיינמאן ווייל ער איז נישט זיין גאטונג בכלל. מ'רעדט דא פון דעם פאקט אז די יושבי חושך האבן רעזערווירט פאר זיך די רעכט צו מעגן אנשמירן אלע זייערע בעלי פלוגתא מיט די ערגסטע לשונות, און וואגן זיך אזוי צו רעדן אפילו אויף גדולי ישראל.
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:35 pm#107620
ממרום שלח אש האט געשריבן:כפארשטיי דיין ווייטאג, אבער דא אין קאווע שטיבל איז מען דן אויף די נושאים, ואין חולקין כבוד לרב, נאר האמת נר לרגלנו.
כל הכבוד פאר ר יושע'ן פארן זיין דער איינציגסטער וואס פירט זיך אויף אין רילל לייף ווי מיר טוען דא אונטער א מאסקע פון אנאנימיטעט.

הרב ראזענבערג האט די בענעפיט אז זיינע בעלי פלוגתא גייען נישט טוהן צו אים וואס ער טוט צו זיי. ער האט גארנישט מורא צו האבן פון זיין אזא מחוצף און עז פנים ווייל זיין סאסייעטי באשטייט פון מענטשן ווי אים וואס שטאלצירן נאך מיט אזא שמוציגע דרשה. פארוואס זאל ער זיין אנאנים אויב ער האט גארנישט צו פארלירן פון זיין א דובר על צדיק עתק בגאוה ובוז.
מאנטאג אפריל 22, 2013 1:37 pm#107621
שיטה מקובצת האט געשריבן:מיט "סקאנדאל" מיין איך נישט היערינגס אין קאנגרעס, נאר אז עס האט געבאדערט פאר אסאך, און עס האט ארויסגערופן רוגזא ביי מוחים אין א אנדערע פארום. די שאלה איז נישט דא צי מ'האט איינעם וויי געטוהן צו נישט. דו קענסט זאגן די זעלבע פאר הרב ראזענבערגער אז ער האט נישט וויי געטוהן הגראי"ל שטיינמאן ווייל ער איז נישט זיין גאטונג בכלל. מ'רעדט דא פון דעם פאקט אז די יושבי חושך האבן רעזערווירט פאר זיך די רעכט צו מעגן אנשמירן אלע זייערע בעלי פלוגתא מיט די ערגסטע לשונות, און וואגן זיך אזוי צו רעדן אפילו אויף גדולי ישראל.

מר. שיטה איך וועל דיר ענטפערן.

איבער די נושא האב איך געראדע א מיינוג זייער ענליך צו דיין מיינוג אז די דרשה וואלט מעגליך נישט געדארפט געזאגט ווערן, איך האב כמה ראיות דערויף פון די פריערדיגע.

איך פיל זיך אבער נישט באקוועם צו שרייבען און א אשכול וואס וואלט נישט פארשעמט די ״דער שטירמער״ מיט האס, אזא מאס האס איז א זעלטענהייט און עס איז ממש א סכנה צו זיין א חלק פינעם אשכול.
דינסטאג אפריל 23, 2013 12:26 am#107852
סך הכל איז ער א הולך בדרכי רבי מאיר כפי שהורה לו רבי בנימין הצדיק.
דינסטאג אפריל 23, 2013 9:25 am#107903
ומי עבדינן כתרי חומרי, והא תניא לעולם הלכה כבית הלל, והרוצה לעשות כדברי בית שמאי עושה. מקולי בית שמאי ומקולי בית הלל רשע, מחומרי בית שמאי ומחומרי בית הלל עליו הכתוב אומר הכסיל בחושך הולך... (עירובין ו ב,)

רבינו ירוחם:
והנחש היה ערום - ...ועוד בזה דברים, וברש"י, הוסיפה על הציווי לפיכך באה לידי גרעון. אגלה לכם סוד גדול מרוב אהבה שיש לי לכם... החובת הלבבות מבאר מענין תוספת על המצוות, שאינו ראוי להוסיף גדרים סתם וסייגים... ואף שאינם נכנסים תחת איסור בל תוסיף, מכל מקום אין רוח החובת הלבבות נוחה מענין של תוספת, ואומר שרק לצדיקים ולחסידים הוא ראוי. וביאור הדברים, שרק אם האדם מרגיש בנפשו שהתורה אינה עליו כמשא, אז יכול להוסיף, ואם לאו הרי יוכל להיות שאדרבא מה שמוסיף על התורה מזה גופא תיעשה עליו תורה כמשא, ואז סכנתו גדולה לפרוק מעליו כל עול התורה. חז"ל יראו מאד מזה, שהתורה לא תיעשה כמשא על האדם, וזהו שאמרו (ירושלמי נדרים ט' א') לא דייך במה שאסרה תורה. (דעת תורה בראשית עמוד יט)
דינסטאג אפריל 23, 2013 9:59 am#107907
מאטי, די מורא'דיגע ווערטער דארף מען אריינפעיסטן אין די אשכול פון "מסורה", צי איז א מענטש מחוייב מקבל צו זיין אלע חומרות פון אלע זיידע/באבעס פון אלע זייטן.
דברים כדרבונות.
דינסטאג אפריל 23, 2013 10:22 am#107915
moti107 האט געשריבן:
רבינו ירוחם:
והנחש היה ערום - ...ועוד בזה דברים, וברש"י, הוסיפה על הציווי לפיכך באה לידי גרעון. אגלה לכם סוד גדול מרוב אהבה שיש לי לכם... החובת הלבבות מבאר מענין תוספת על המצוות, שאינו ראוי להוסיף גדרים סתם וסייגים... ואף שאינם נכנסים תחת איסור בל תוסיף, מכל מקום אין רוח החובת הלבבות נוחה מענין של תוספת, ואומר שרק לצדיקים ולחסידים הוא ראוי. וביאור הדברים, שרק אם האדם מרגיש בנפשו שהתורה אינה עליו כמשא, אז יכול להוסיף, ואם לאו הרי יוכל להיות שאדרבא מה שמוסיף על התורה מזה גופא תיעשה עליו תורה כמשא, ואז סכנתו גדולה לפרוק מעליו כל עול התורה. חז"ל יראו מאד מזה, שהתורה לא תיעשה כמשא על האדם, וזהו שאמרו (ירושלמי נדרים ט' א') לא דייך במה שאסרה תורה. (דעת תורה בראשית עמוד יט)


די ווערטער זענען דאך מורא'דיג, קילורין לעיניים, אין איין זאץ אזוי געוואלדיג מגדיר געווען דעם חילוק צווישן די שותי הקאווע לעומת אוכלי האיי. אין דעם לעבנס אויפפאסונג, אין דעם צוגאנג צו יהדות, ווענדט זיך דער גאנצער חילוק צווישן איינעם וואס איז צופרידן, פרייליך מיט זיין סאסייעטי, און דער וואס נישט. פארשטייט זיך אז אויב צווינגט מען ארויף חומרות אויף איינעם וואס איז נישט געמאכט דערפאר, בעקפייערט עס. אבער יעדער ביי זיך דארף לכאורה שטרעבן יא צו זיין געאייגענט דערפאר.

איך בין נאר שטארק מסופק ווער דער רבינו ירוחם איז. כנראה איז עס דער משגיח, נישט דער ראשון...
דינסטאג אפריל 23, 2013 10:57 am#107922
ואומר שרק לצדיקים ולחסידים הוא ראוי. וביאור הדברים וכוי.

סך הכל לויט דעת תורה:
אוכלי האיי (מה זה?) = צדיקים וחסידים

שותי קאווע שטיבל = גאנץ כלל ישראל
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:14 am#107928
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער וואטעווער די קעיס איז, זעמער אונז אויף שטיינמאנ'ס זייט.

מעגסט זאגען הרב אדער כאטש צולייגען א ר'.
דינסטאג אפריל 23, 2013 1:36 pm#107977
m http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=53657 m


מסר לראשי 'העדה': פרסמו הסתייגות מההתקפה על הרב שטיינמן - או חרם
חבר בד"ץ 'העדה החרדית', הרב יהושע רוזנברגר, תקף בחריפות חסרת-תקדים את הגראי"ל שטיינמן: "מי עשה אותו לגדול הדור? כמה עיתונאים" • רבנים וראשי ישיבות ממקורבי הגר"ח קנייבסקי לראשי 'העדה': פרסמו הסתייגות • הגר"א שלזינגר: "אני בהלם. הוא מייצג רק קבוצה של קנאים חשוכים"
יונה גרין, בחדרי חרדים 14:45 23/04/2013

ביום העצמאות האחרון נשא חבר בד"ץ 'העדה החרדית' ורב קרית הרמ"א בבית שמש, הרב יהושע רוזנברגר, נאום, במהלכו תקף בחריפות חסרת תקדים, תוך שימוש בשפת שוק עסיסית, את הגראי"ל שטיינמן.

"הם (-הציונים) אומרים זאת בגלוי - אם כל היהודים היו כמו העדה החרדית, כמו נטורי קרתא, אז לא היה להם שום עסק עם היהדות החרדית", אמר הרב רוזנברגר. "אתה רוצה להשתתף עמנו, אתה רוצה להיות בדיוק כמונו, אתה רוצה לקחת כסף מהם, אתה בכל דבר כמותם, אם כן אז אנו רואים בכם שותפים שווים.

"מי אשם בכך? המנהיגים שלהם. יושב בבני ברק מסית ומדיח ומגיעים כמה בורים וריקים ועושים אותו לגדול הדור. מי עשה אותו לגדול הדור? כמה עיתונאים. מסית ומדיח הוא. הוא מקיים אשר קרך בדיוק כמו עמלק. יש לך כמה ערליכע ראשי ישיבות שרוצים להלחם נגד גיוס בני הישיבות, נעמדים בכפייה ומשתיקים אותם כדי שהם יסתמו. מאיימים עליהם. הוא אשר קרך אמתי, הוא ניצוץ של עמלק אמתי. והוא עוד גדול הדור גם כן. הם אשמים בכל הגזירות. אילו הם לא היו לוקחים כסף, לא הייתה קמה הגזירה".

בעקבות פרסום דברי הבלע, שגררו זעם ברחוב החרדי, פנו רבנים וראשי ישיבות ממקורביו של הגר"ח קנייבסקי אל גאב"ד 'העדה החרדית' הגרי"ט וייס, ואל ראב"ד 'העדה' הגר"מ שטרנבוך, בדרישה נחרצת וחד-משמעית שיביעו הסתייגות מהדברים שאמר חבר הבד"ץ. הרבנים וראש הישיבות לא דרשו שההסתייגות תופיע דווקא במכתב שיפורסם מטעם הבד"צ, ואמרו כי יסתפקו גם בהתנערות פומבית מהדברים החריפים.

יצוין, כי הגר"ח קנייבסקי ביקר בחול המועד פסח האחרון ביקור גומלין אצל גאב"ד 'העדה' הגרי"ט וייס, שביקרו בעבר מספר פעמים בביתו, ובין שתי החצרות ישנו קשר.

ל'בחדרי חרדים' נודע, כי אם דרישת הרבנים לא תיענה - תשקל הטלת חרם מצד הציבור הליטאי על מערכת הכשרות של 'העדה החרדית'.

הגאון רבי אליהו שלזינגר, רבה של שכונת גילה והרב הפוסק ברבנות ירושלים, אומר בשיחה כואבת עם 'בחדרי חרדים': "אני בהלם ומוזעזע מהדברים. יותר ממה שאנחנו צריכים לחשוש מהדברים שנאמרו, זה שאמר את הדברים צריך לחשוש ולבקש מחילה על הדברים שנאמרו כנגד גדול הדור, מי שהגר"ח קנייבסקי הכתיר אותו. בטוחני שהרב שדיבר לא מייצג את דעת 'העדה החרדית'. הוא מייצג רק קבוצה של קנאים חשוכים שנמצאים שם".
דינסטאג אפריל 23, 2013 1:51 pm#107982
דעת תורה האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
רבינו ירוחם:
והנחש היה ערום - ...ועוד בזה דברים, וברש"י, הוסיפה על הציווי לפיכך באה לידי גרעון. אגלה לכם סוד גדול מרוב אהבה שיש לי לכם... החובת הלבבות מבאר מענין תוספת על המצוות, שאינו ראוי להוסיף גדרים סתם וסייגים... ואף שאינם נכנסים תחת איסור בל תוסיף, מכל מקום אין רוח החובת הלבבות נוחה מענין של תוספת, ואומר שרק לצדיקים ולחסידים הוא ראוי. וביאור הדברים, שרק אם האדם מרגיש בנפשו שהתורה אינה עליו כמשא, אז יכול להוסיף, ואם לאו הרי יוכל להיות שאדרבא מה שמוסיף על התורה מזה גופא תיעשה עליו תורה כמשא, ואז סכנתו גדולה לפרוק מעליו כל עול התורה. חז"ל יראו מאד מזה, שהתורה לא תיעשה כמשא על האדם, וזהו שאמרו (ירושלמי נדרים ט' א') לא דייך במה שאסרה תורה. (דעת תורה בראשית עמוד יט)


די ווערטער זענען דאך מורא'דיג, קילורין לעיניים, אין איין זאץ אזוי געוואלדיג מגדיר געווען דעם חילוק צווישן די שותי הקאווע לעומת אוכלי האיי. אין דעם לעבנס אויפפאסונג, אין דעם צוגאנג צו יהדות, ווענדט זיך דער גאנצער חילוק צווישן איינעם וואס איז צופרידן, פרייליך מיט זיין סאסייעטי, און דער וואס נישט. פארשטייט זיך אז אויב צווינגט מען ארויף חומרות אויף איינעם וואס איז נישט געמאכט דערפאר, בעקפייערט עס. אבער יעדער ביי זיך דארף לכאורה שטרעבן יא צו זיין געאייגענט דערפאר.

איך בין נאר שטארק מסופק ווער דער רבינו ירוחם איז. כנראה איז עס דער משגיח, נישט דער ראשון...


און איך בין מסופק ווער דער דעת תורה איז. כנראה איז עס נישט דער משגיח...
דינסטאג אפריל 23, 2013 1:51 pm#107983
טעפל האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער וואטעווער די קעיס איז, זעמער אונז אויף שטיינמאנ'ס זייט.

מעגסט זאגען הרב אדער כאטש צולייגען א ר'.

ס'איז אבער בעסער ווי שרייבן "הרב" אין קוואוטעישן מארקס, ווי דער בלאט(ע) האט געשריבן. אדער ווי צימערמאן וסייעתו האבן געשריגן "ימ"ש, שר"י" וכו'.
דינסטאג אפריל 23, 2013 2:35 pm#108016
דאס איז א פעסטע מערכה! ארויסגיין אנטקעגן הכשר בד"ץ... האט שוין אזוינס אמאל פאסירט?
נאך אלעם זיי האבן דאך די אויבערהאנט היינט צו טאגס אויף די השגחות..
דינסטאג אפריל 23, 2013 2:38 pm#108020
moti107 האט געשריבן:
אוכלי האיי (מה זה?)

קוראי או כותבי אייוועלט
דינסטאג אפריל 23, 2013 8:11 pm#108189
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז א פעסטע מערכה! ארויסגיין אנטקעגן הכשר בד"ץ... האט שוין אזוינס אמאל פאסירט?
נאך אלעם זיי האבן דאך די אויבערהאנט היינט צו טאגס אויף די השגחות..


א שטיקל פון בחדרי מיינט עפעס ביי דיר ?

איך בין געווען תשס"ב ביי א פראטעסט ווי ר' יהושע האט גערעדט און בתוך הדברים האט ער דערמאנט רב שטיינמאן און דער עולם האט געשריגן פוי, איך האב געמיינט אז איך טראג עס נישט אריבער, איך בין שוין דאן געווארן אויס מענטש, עוד לפני בריאתה ויצירתה של קאווע שטיבל
מיטוואך אפריל 24, 2013 7:41 am#108281
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז א פעסטע מערכה! ארויסגיין אנטקעגן הכשר בד"ץ... האט שוין אזוינס אמאל פאסירט?
נאך אלעם זיי האבן דאך די אויבערהאנט היינט צו טאגס אויף די השגחות..

כבר היה לעולמים. די ליטווישע, די אגודה און אנדערע מכשירים זוכן דען פון היינט אונטערצוגראבן דעם הכשר הבד"ץ? האבן זיי נישט שארית? יעדער קרייז האט זיך שוין היינט זיין אייגענער הכשר הבד"ץ. קיינער צווינגט נישט קיינעם צו עסן פון בד"ץ הע"ח.
מיטוואך אפריל 24, 2013 7:49 am#108282
שיטה מקובצת האט געשריבן:ווען איך האב אנגערופן די עקסטרעמע בת היענה רבנים מיט זייער פאסיגן נאמען "יושבי חושך" איז אנטשטאנען א סקאנדאל. הלמאי מ'רופט אזוי תלמידי חכמים? עהרליכע אידן?

אט דא איז א דרשה פון איינע פון די רע-בנים פון די יושבי חושך, ראביי ראזענבערגער, ווי ער באטיטעלט דעם זקן וגדול הדור הגראי"ל שטיינמאן שליט"א מיט די ערגסטע לשונות:

עברנו על כל התגובה שלך, און ווי ס'זעהט מיר אויס איז ביי דיר אין הארצן שוין פון לאנג מוסכם אז רב שטיינמאן איז דער "זקן וגדול הדור" און ר' יהושע פון די ל"ע, פון די נישט גוטע...
נאר וואס דען? כאן מצא מקום לגבות את חובו!
צו באטיטלען א איד א פוסק אלס "רע-בנים" אזוי ווי מיר ארטאדאקסן האבן אמאל באטיטלט די רבנים פון די משכילים, דאס איז ביי דיר לגמרי נישט אפגעפרעגט. אבער ווען א איד פון די רבני העדה החרדית - וואס דו וועסט קיינמאל נישט צוקומען צו זיין קנעכל - דרוקט זיך אויס ווי אזוי ער פארשטייט לאור דעם מצב וואס בארירט דעם שווארץ אפל פון אידישקייט, דאן גייסטו אינגאנצן ארויס פון די כלים! ס'איז עק וועלט און לא נחה דעתך ביז דו באטיטל'סט אים מיט די סאמע ארגסטע לשונות אין דיין לעקסיקאן!

ר' יהושע האלט אז רב שטיינמאן ברענגט אונטער אידישקייט צוליב זיינע פשרות מיט די צבא. די אונגארישע רבנים האבן מקבל געווען פון תלמידי חת"ס א פשרה'לאזער סיסטעם, און אדאנק דעם האט זיך ביי זיי געהאלטן אידישקייט. כידוע אז די ישיבות אין אונגארן זענען נישט געווארן אנגעשטעקט מיט השכלה אזוי ווי די ישיבות אין די ליטא. די אונגארישע האבן מער ערפארונג מיט די שיטת ההתבדלות.

אגב, האסטו דען פארהערט די צוויי אידן? אדער אפילו איינע פון זיי? האסט גערעדט מיט זיי אמאל אין לערנען אז דו שפירסט זיך ראוי דן צו זיין ווער עס איז גרעסער און ווער ס'מעג זאגן וואס? ווען די ליטווישע וועלט (אדער די צייטונגען פון די ליטווישע וועלט) האט איינעם באקרוינט אלס מרנן ורבנן, ווערט ער דורך דיר אויטאמאטיש באטראכט אלס "זקן וגדול הדור". משא"כ אדמו"רים וואס טויזענטער חסידים טאנצן זיי נאך קדוש, ווערן אראפגעריסן דא (לאו דוקא פון דיר) ווי זיי וואלטן געווען פוסטע גאסן יונגען. וואס האט פאסירט? מה כל הרעש? וואס האט איר פלוצלונג געכאפט התפעלות פון דעם ליטוואק?

נאר וואס דען, מ'האט בארירט די כבוד פון דיינע הייליגע ווערסטו אויפגעברויזט. ווען די מצב וואלט געווען פארקערט, ווען ר' יהושע וואלט געווען פון דיינע הייליגע, וואלסטו אים געזאגט כן דברת ויפה דברת!
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:31 am#108331
איציק וואלסט אפשר געוועהן גערעכט ווען ר' יהושע ראזענבערג רעדט נישט אזוי מיאוס (וואס דאס האט ער נישט מקבל געווען פון חת"ס).
מיטוואך אפריל 24, 2013 1:43 pm#108364
מיינע פופציג צענט:

די גאנצע קעפל וואס אנטהאלט די ווערטער "שמוציגע לשונות" און "בר פלוגתא" איז נישט בסדר, ווייל אויב האנדלט זיך עס פון יושבי חושך איז צוויי זאכן איז עס נישט קיין שמוציגע לשונות, און עס איז נישט בר פלוגתא. א יושב חושך האט נישט קיין בר פלוגתא, ער האט נאר עמלקים קעגן וועמען ער פירט א מלחמת מצוה. א יושב חושך זאגט נישט קיין שמוציגע לשונות, נאר ער רעדט דברי קנאות מיט מסירות נפש.

פארוואס רופט שיטה מקובצת די חברה יושבי חושך? סתם ווייל ער זוכט א נאמען זיי צו באשמוצן? ניין, לא נחשד הרב בעל שיטה מקובצת על כגון דא. יושבי חושך מיינט מענטשן וואס קוקן שווארץ אדער ווייס. ווי איך האב מסביר געווען לפי עניות דעתי די נושא פון עקסטרעמיזם אז דאס זענען מענטשן - לאו דווקא אידן, לאו דווקא ביי אונז - וואס קוקן אן זאכן מיט זייער שארפע קאלירן, ווייס איז ווייס שאין ווייס למעלה הימנו, אן עקסטרעמיסט וועט זיין א חסיד-פען פון איינעם ביז צו אן עקסטרעם, און פון וועמען ער איז א מתנגד איז שחור שמצהיב כל שחרות, א שחור שחרחורת שאין שחור הימנו. די עקסטרעמיסטן האבן צוערשט אויסגעמעקט די ענין פון "נהרא נהרא ופשטיה" אדער "אלו ואלו דברי אלקים חיים", די חברה האבן נישט אזא זאך ווי א "אנדערע דרך הלימוד וואס מיר האלטן נישט" נאר די דרך הלימוד ווערט באלד "סברות כרסיות", זיי האבן נישט "אן אנדערע צוגאנג כלפי ציונות" נאר זיי האבן די שיטה הצרופה, משה אמת ותורתו אמת והם בדאים.

די נושא איז אויסגעשמועסט אין די אינטערסאנטע אשכול m http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t ... 27#p104527 m איבער טאלעראנץ, איז אויך געשמועסט געווארן איבער די דאזיגע מענטשן ושם תמצא נחת.

אלזא, איינמאל אז רבי יהושע ראזנבערגער איז א יושב חושך, און עס איז קלאר אז ער איז, ער איז א פיינער ערליכער - טראץ וואס דורכשניטליכער- איד, און א מיטלראנגיקער מורה הוראה, ער איז אבער קלאר א מענטש וואס קוקט מיט עקסטרעמע ברילן, האט ער נישט קיין בר פלוגתא, ער האט פשוט א פראבלעם מיט עמלקים. ווען רבי יהושע וואלט נישט געווען קיין יושב חושך'דיגער קנאי נאר א נארמאלער קנאי וואלט ער געזאגט זיין דרשה, און געזאגט "אין בני ברק איז דא א איד א זקן א תלמיד חכם, אבער זיין שיטה לגבי גיוס בני הישיבות איז נישט אויסגעהאלטן, ער קוקט עס נישט אן מיט די ריינע בליק וואס מיר תלמידי רבינו הקדוש מסאטמאר האבן מקבל געווען" ער וואלט נאך געקענט זאגן אזוי "מיין טאטע זכרונו לברכה האט אויך נישט פארשטאנען און דעריבער איז ער געווען א רב אין א קליינטשיגע מושב גמזו, ווי ער האט באקומען באצאלט פון די מדינה'ס משרד הדתות, אבער ברוך השם אז איך האב געלערנט ביי רבי משה ארי' און איך בין נתקרב געווארן צום רבי'ן".

אבער אלס יושב חושך גייט עס נישט אזוי, הרב שטיינמאן איז נישט קיין הונדערט יעריגער איד וואס האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט געגעסן צו די זעט, קיינמאל נישט אין זיין לעבן געשלאפן מער ווי דריי שעה א נאכט, קיינמאל אין לעבן נישט זיך נאכגעגעבן א תאוה, א איד מיט נזירישע השגות וואס לעבט ווי פארצייטישע שרפי מעלה, א הייליגער איד וואס האט אן אנדערן בליק איבער דריי נושאים: איין נושא איז מיליטער, ער האלט אז מיליטער קען יא זיין א מסגרת אויב וווערט עס גוט געפירט דורך א פרומע ווירטשאפט און א פרומע מיליטערישע איינהייט קען זיין די בעסטע אויסמענטשלונג פלאץ פאר בחורים וואס דארפן א גוטן שאקל אויף. די צווייטע נושא איז די מדינה, ער האלט אזוי ווי דער חזון איש און אנדערע אז די מדינה איז א טעכנישע זאך וואס אויב שטערן זיי נישט פרומע אידן שטערן זיי נישט, און אויב יא איז עס א צרה, עס איז נישט קיין פילאזאפישע מושג און ער האט נישט געהאלטן די אלע ווערטער "די עצם עקזיסטענץ" אדער ווי די בריסקער אויסדרוק "נישט ווייל זיי ווילן א מדינה זענען זיי עוקר די תורה וכו'", ער קוקט פראקטיש, אויב איז דא א רעכטע רעגירונג וואס שטערט נישט קיין רעליגיע זאל מען זיצן ביי זיי און נעמען געלט, אויב איז א לינקע מצב און זיי ווילן אויסמענטשלען די חרדים, איז עס א צרה וואס מען דארף טרעפן פראקטישע מיטלען צו באקעמפן, און פראקטישע מיטלען איז נישט אייביג שמוציגע פעמפערס און ברענענדיגע גארבעדזש קענס. די דריטע נושא איז פרנסה. הרב שטיינמאן איז זייער עקסטרעם ווען עס קומט צו בני תורה, בני תורה טארן נישט האבן קיין שום עולם הזה, און מען מוז הארעווען אין תורה אן פשרות, אבער ווען עס קומט צו בעלי בתים אדער פרויען האלט הרב שטיינמאן אז זיי מעגן שטודירן לשם פרנסה, און איינהאנדלען א קאריערע, דאס איז א זאך וואס די קנאים-סאטמארער האלטן איז אין ארץ ישראל ביהרג ואל יעבור,- אנדערש ווי אין אמעריקע, וואס כולל איז אראפגעקוקט ביי די ברכיים אשר לא כרעו און 47 סטריט איז א דבר חשוב למען קיום המוסדות.

על כל פנים, יושבי אור האבן בעלי פלוגתות און מען קען רעדן שיין אדער שמוציג, יושבי חושך האבן עמלקים נגדם און מען "לאזט פאלן שארפע קנאישע רייד" אקעגן זיי
מיטוואך אפריל 24, 2013 2:02 pm#108368
נישטא נאך אזא קופי ווי אונזער קופי, אין כקופינינו....

איך בין אבער מחולק אין דעם טייטש פון "יושבי חושך". לעניות דעתי מיינט דאס נישט אזוי ווייט שווארצקוקעריי אין קונטעקסט פון נעגטיוויטי און פעסימיזם, נאר מער אין די סענס פון נישט זיין ענלייטעט, די טונקלע מיטל-אלטער, נישט זעהן די "לייט".
מיטוואך אפריל 24, 2013 8:20 pm#108466
אן אריינגיין און די עצם שמיעס, עס זעט אויס אז די אלע וואס שרייען אז מען דארף זיין נייס און רעדן איידל האבן פארגעסן די הוראה וואס איז פאר א יאר ארויסגעקימען פון רב שטיינמאן אז אלע קנאים - אפילו סאטמער - וואס גייען נישט צו די בחירות וועלן גיין אין גהנים,

ניתי לינק וניחזי כגלייב נישט אז ער האט עס געזאגט
טעות הדפוס צ"ל נישט
מיטוואך אפריל 24, 2013 8:35 pm#108468
בדחן,

ווען מען נעמט דיר אויף א חתונה פארגעסט די אויך אז די ביסט א בדחן?

וועמען אטאקירסט די פאר נישט עפענען אן אשכול?

ר' שטיינמאן איז נישט משלנו, אקעגען אים דארף מען נישט מוחה זיין.
מיטוואך אפריל 24, 2013 8:42 pm#108469
מיטוואך אפריל 24, 2013 9:25 pm#108478
יעדער ווייסט אז הרב שטיינמאן איז זייער א ווייכער מענטש און ער אטאקירט קיינמאל נישט קיינעם, די ברענגסט א בחדרי אז ער האט געענטפערט פאר א שואל אזוי א שארפע לשון אז מיט אלע תירוצים קען מען נאך אלס אנקומען אין גיהנום. כ'מיין אז עס איז קלאר די חילוק צווישן א הונדערט יעריגער איד וואס האט איינעם עפעס געזאגט שארף, און צווישן א רב וואס האלט באריכות א דרשה אטאקירנדיג אן עלטערן גדול.
און בדרך אגב, הרב שטיינמאן'ס קאלטענעס איז עלטער פון דיר און זיין פרישות איז עלטער פון דיין זיידן, ער איז שוין א עובד ה', א פרוש און גאר א פרומער פון אלס בחור.
מיטוואך אפריל 24, 2013 9:29 pm#108481
ער איז נישט קיין פרוש פון אלץ בחור אויך נישט אלץ אינגערמאן, ער האט עס אנגעהויבן ערגעץ ביי זיינע פופציג זעכציג יארען,
נישט אז איך מיין אים צו דאנגרעדיען. אבער וויבאלד ער לעבט נאך איז נאך נישט שייך צייט איבערצושרייבען היסטערי.
מיטוואך אפריל 24, 2013 9:30 pm#108484
איך האב צוויי עדים כשרים וואס געדענקען אים פון ישיבה, וואס האסטו?
מיטוואך אפריל 24, 2013 9:35 pm#108485
כ'מאך לגמרי נישט קיין ווערטל, רבי שלמה גראס דער בעלזער דיין פון בארא פארק (ה' ירפאהו) פלעגט דערציילן מיט התפעלות וואס זיין טאטע האט אים דערציילט איבער רב שטיינמאנ'ס קדושה אלס בחור, ר' שלמה'ס טאטע רבי משה גראס איז געווען פון די חשובים דארטן אין שווייץ, און איז געווען הרב שטיינמאן'ס שדכן, און ער פלעגט דערציילן פלאות פון רב שטיינמאן'ס פרישות און שמירת עיניים באופן נפלא.
מיטוואך אפריל 24, 2013 9:35 pm#108486
קופערניקוס האט געשריבן:יעדער ווייסט אז הרב שטיינמאן איז זייער א ווייכער מענטש און ער אטאקירט קיינמאל נישט קיינעם, די ברענגסט א בחדרי אז ער האט געענטפערט פאר א שואל אזוי א שארפע לשון אז מיט אלע תירוצים קען מען נאך אלס אנקומען אין גיהנום. כ'מיין אז עס איז קלאר די חילוק צווישן א הונדערט יעריגער איד וואס האט איינעם עפעס געזאגט שארף, און צווישן א רב וואס האלט באריכות א דרשה אטאקירנדיג אן עלטערן ...........


יעדער ווייסט אויך אז עס איז דא אין די טריי-סטעיט עריע העכער פופציג טויזענט חרד'ישע אידן וואס ווילען האלטן מצב"פ,

און ווען עס שטעלט זיך אויף א גארנישט און ער רופט אן די אלע רבנים פון די אלע אידן "יושבי חושך", איז עס א ליצנות וואס איז ניטאמאל ווערט צו איגנארירן, אבער ווען מען זעט א אנדערע שרייבער וואס זוכט צו פארענטפערן דעם גארנישט וואס האט אנגערופן רבנים פון צענדליגער טויזענט אידן יושבי חושך, און דער אנדערער שרייבער זאגט גאר מוסר אז מען זאל זיין א נייס גיי, און רעדן איידל און שיין, איז עס א ליצנות.

א גוטע פעדער איז א מתנה פון השי"ת, אבער צו פארענטפערן דעם טיטל "יושבי חושך" אויף א געמיינדע פון פון הונדערטער ערליכע אידן ווייזט אויף אייגענע אויפגעבויטע ..... שכל.
מיטוואך אפריל 24, 2013 9:36 pm#108487
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב צוויי עדים כשרים וואס געדענקען אים פון ישיבה, וואס האסטו?


וואס דרייסטע א קאפ? ער איז געגאנגען מיט א נעקטיי פינקט ווי יעדעם און געקעמט די בארד פינקט ווי יעדעם, געגעסן פינקט ווי יעדעם, און געשלאפן א אויף א געהעריגע בעט און געזיצען אויף א געהעריגע בענקל.

פרעג זיך נאך.
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:15 pm#108514
בדחן האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב צוויי עדים כשרים וואס געדענקען אים פון ישיבה, וואס האסטו?


וואס דרייסטע א קאפ? ער איז געגאנגען מיט א נעקטיי פינקט ווי יעדעם און געקעמט די בארד פינקט ווי יעדעם, געגעסן פינקט ווי יעדעם, און געשלאפן א אויף א געהעריגע בעט און געזיצען אויף א געהעריגע בענקל.

פרעג זיך נאך.

האבן מיר דא א איד וואס זאגט אונז נאך פון לעבעדיגע עדות, אבער אונזער באקאנטער בדחן גייט אן מיט זיינע אגיטאציעס און שקרים. "פרעג זיך נאך" זאגט ער. ער האט דאך דיר נאכגעזאגט פון מענטשן, וואס דרייסטו א קאפ? וואספארא חכמה איז דאס איבערצו'חזר'ן די זעלבע נארישקייטן?
בדחן טייערער, עס איז זייער געשמאק אז דו פרובירסט פארצושטעלן אן אנדערן צד, אבער דו דארפסט ארבעטן מיט די פשוט'ע כללים פון דיאלאג. האקן און בראקן אין דער וועלט אריין העלפט נישט קיינעם און זייט נאר אן שנאה און תערומות.

ולענין די "יושבי חושך", דער טיטל האב איך קיינמאל נישט געגליכן ווייל טיטלען דינען נישט קיין שום צוועק, ווי שיטה האט אליין מסביר געווען. אבער שיטה פרובירט דאך דא ארויסצוברענגען א נקודה, און לענ"ד א ריכטיגע נקודה. וויליאמסבורגער צייטונג שרייבער האבן זיך אלע יארן נישט צוריקגעהאלטן פון שרייבן די נידריגסטע טיטלען אויף צענדליגער גדולי ישראל, פוסקים און מנהיגים פון צענדליגער טויזנטער שומרי תורה ומצוות, און דאס איז אייביג געווען דער מהלך - און גייט אן עד היום הזה - אז ווער עס גייט נישט אין שפאן פון סאטמאר, נישט קיין חילוק וואספארא ירא ושלם יענער זאל זיין, וואספארא גאון וצדיק, פרוש וקדוש, ווערט אראפגעריסן מיט די מיאוס'טע צונעמען און לשונות של זלזול. פארוואס זאל נישט זיין זה לעומת זה? מיט וואס איז הרב ראזענבערגער חשוב'ער ווי הגראי"ה קוק? אדער הגרי"ש אלישיב? אדער הגראי"ל שטיינמאן שליט"א? אדער האדמו"ר מבעלזא שליט"א? אדער האדמו"ר מסאטמאר שליט"א? אויב איז פאראן אזא כלל אז ווען א תלמיד חכם איז אפגעפרעגט אין איינעמ'ס אויגן מעג מען אין יענעם מזלזל זיין, פארוואס זאלן נאר די אזוי-גערופענע "יושבי חושך" נעמען פאר זיך די פריווילעגיע? איז "אחד הרבנים" פון "דער איד" אדער ש.ב. מרגליות פון "דער בלאט" איין ברעקל חשוב'ער ווי שיטה מקובצת?
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:47 pm#108524
1} איך ווייס נישט צו עס לכבודו פון רב שטיינמאן אז זיין היסטערי זאל ווערן דעבאטירט און אזא מיעסע אשכול מיט אזא מיעסע נאמען, אבער אז די פרעגסט וועל דיר ענטפערן, רב שטיינמאן האט אנגעהויבן זיין יעצטיגע קדושה לעבן און די שפעטערע יארען, איך ווייס עס מידיעה ברורה, עס מאכט אים גארנישט ווייניגער עס איז נאר א מציאות פאר עס וויל וויסען מעשה שהיה,

2} פרעג זיך נאך ביי דיינע עלטערן זקינך ויאמרו לך, ווי אזוי מען פלעגט רעדן אויף סאטמער, רעדן איינעם אויפן צווייטען איז א נחלת כלל און עס זעט אויס ווי א חלק ווי אזוי אידישקיט האלט זיך עד ביאת הגואל,

3} אנטשולדיגט, אבער האקען אויף רבנים לשם האקען, אנריפען רבנים "יושבי חושך" פאר די איינציגסטע חטא ווייל זיי ווילען זיין פרימער ווי א צווייטען, איז א זאך וואס מען האט שוין גראדע געהערט און די פארגאנגענהייט, אבער נאר ביי די פורקי עול, און מען האט זיך נוהג געווען זיך נישט מתיחס צו זיין צו אזעלכע ווערטער,
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:55 pm#108527
בדחן האט געשריבן:1} איך ווייס נישט צו עס לכבודו פון רב שטיינמאן אז זיין היסטערי זאל ווערן דעבאטירט און אזא מיעסע אשכול מיט אזא מיעסע נאמען, אבער אז די פרעגסט וועל דיר ענטפערן, רב שטיינמאן האט אנגעהויבן זיין קדושה לעבן און די שפעטערע יארען, איך ווייס עס מידיעה ברורה, עס מאכט אים גארנישט ווייניגער עס איז נאר א מציאות פאר עס וויל וויסען די מעשה שהיה,

למעשה חזר'סטו פוילערהייט איבער דיינע סטעיטמענטס איינמאל און נאכאמאל אין דער צייט וואס קופערניקוס גיט א פונקטליכן מראה-מקום פאר זיין ווערסיע. און מיר ווייסן שוין פון דער פארגאנגנהייט אז דו קענסט אמאל אראפלייגן פרעכע שקרים ווי פאקטן, און נאכ'ן ווערן קאנפראנטירט זיך פארענטפערן מיט פוילע תירוצים.
בדחן האט געשריבן:2} ] פרעג זיך נאך ביי דיינע עלטערן זקינך ויאמרו לך, ווי אזוי מען פלעגט רעדן אויף סאטמער, רעדן איינעם אויפן צווייטען איז א נחלת כלל און עס זעט אויס ווי א חלק ווי אזוי אידישקיט האלט זיך עד ביאת הגואל,

איך ווייס נישט ווי אלט דו מיינסט אז איך בין, אבער בין גוט באהאוונט אין וואס ווער האט געזאגט אויף וועמען. אלנפאלס איז דא נישט די נקודה וואס מ'האט גערעדט אמאל, נאר וויאזוי עס גייט צו היינט צו טאגס.
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:15 pm#108532
לכבוד האי גברא יקירא וברוכי @ היימישער ליטוואק
החת"ס המובא בדבריך מדבר באחד שרוצה לקיים בנין ארץ ישראל לשם מצות ה' וכמו"כ מקיים שאר כל המצוות אזי אומנתו ותרתו בפיו, העוסק במצוה פטור מן המצוה

אבל דברי הרב קוק הוא על נערים ונערות המנוערים מן המצוות, שנה ופירש'ניקעס ידעו רבונם ומכוונים למרוד בו, המיחדים יחודים בגופי דגופי, כמכחול בשפפורת, בעולם הזה הגשמי למטה מעשרה טפחים, ואין להם שום שיח ושיג במצוה ואפי' מצות אר"י אינם רוצים לקיימם אדרבה רצו לעקר כל זכר לתורה בארץ רק לאומיות ותו לא, ועל אלו כתב שהם מייחדים יחודים אתמהה???

ואפי' אם נאמר שיש בזה איזה מצוה , אשאלך, אם יאמר האומר אחד מן חסידי סאמאר שהרבי מסאטמאר בשעת אכילת מצות יש לו אותן יחודים ופעול בעולמות העלינים כמו שתקין ויוחד משה רבינו או רשב"י לא ימלא פיך שחוק?

עכשיו ק"ו בנו שק"ו כשאחד מן החלוצים או החלוצות, מייפה גופו ליהנות בהן בני אדם, להראות העמים יפים, והוד שדיהם, האם ימלא פיו של מאמין בקל בורא עולם לומר שזה כמו היחודים שכיוון דוד המלך ע"ה על ידי אמירת תהלים ???
ואם כשמזמרים נערות ובתולות דברי נבלה ושירי עוגב, זה הוא כמו השירות ותשבחות שזימר דוד המלך ע"ה לשיר בקול נעים גילת ורנן ???
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:16 pm#108534
היימישער ליטוואק האט געשריבן:זע אויך דא דעת מרן מבריסק ז"ל בנוגע צו זאגן אז ניסים קומען פון דעם שטן רח"ל. און כידוע וואס דער צנז-קלוזנבורגער רבי האט גאר שטארק דאס קריטיקירט (ווער קען ארויפשטעלן?)

דער סאטמאר'ער רב ז"ל האט אויך נישט אזוי געהאלטן, ער האט פשוט געהאלטן אז מען דארף איינרעדן דעם עולם אזוי.

חידושי תורה תשי"ח:
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:29 pm#108541
@אויס_מענטש,
על זה אמר הכתוב "נו, נו..."
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:39 pm#108548
אגב, יאנקל ברענגט דאס אין "מאחורי" פון דא גייסט אויף זיי זיך אויך אזוי אויסדריקן, אדער דו וועסט טרעפן ק"נ טעמים לטהר. אויב דו קענסט, דאן פארענטפער דעם שטיקל אורות פונקט אזוי.

"אמר רבינו כל צדיקי הדור אינם יודעים מה אני פועל בעשיית צרכי"... (שמחת שלמה עמ' 38).
"הרה"ק ר' יוסלי מנישטאט היה נוהג קודם התפילה לבדוק התרנגולים אם נתבשלו יפה ולמשש את העופות אם הם שמנים וכיו"ב ומן הסתם יש בהנהגתו סודות גדולים"... (גדולת הצדיקים עמ' יז).
"שאל בעל חמדת שלמה להרה"ק מוורקי מה צריך להאמין כדי להיות חסיד? אמר לו, כאשר היהודי הקדוש מעשן הלולקי קודם התקיעות , הרי זה ממש ככהן גדול המקטיר קטורת לפני ולפנים"... (ימות עולם).
"אמר אדמו"ר מרן זי"ע ג' דברים צריך לעשות במסירות נפש, כן קיבל מאביו האדמו"ר איש מפי איש עד הבעש"ט... הב' לשתות ב' כוסות קאפע עם חלב בש"ק קודם התפילה"... (דברי יששכר דב).
"רל"י הגיע לר' שמעלקא ודבר הרבה עם הטבחית , גם דיבר באמצע התפילה, וודאי היה זה ליחודים" (עשר אורות ג).
"בלולקי שלי פעלתי גדולות והורדת שפע לישראל".... (קדושת היהודי ע' מ).
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:42 pm#108550
@ יענקעל, איך וועל איגנארירען די אטעקעס און זיך באציען צום ענין, א שנעלע באזוך ביי גוגל האט מיר נישט געגעבן קיין בילדער פון זיינע יונגע יארען, גראדע דא איז יא דא איין בילד יונגערהייט עס שטייט אבער נישט וועלכע יאר עס איז,

וויקפידיע זאגט אויך נישט וועלכע יאר ער האט אויפגעהערט ארבייטען מיט דיימאנטען און אנגענימען א שטעלע און ישיבה,

איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט דא איך צו דיסקרעדיטען ניטאמאל טראכט אז איך קען עס טיען, עס איז נאר א חלק פון היסטעריע וואס איז אינטערסאנט צו וויסען ווי אזוי א מענטש האט זיך אזוי מסגף געווען,

א גיטע זוך ביי גוגל וועט ארויפברענגן מער בילדער,
אגב, די ערשטע לינק וואס איך האב דא געברענגט איז זייער אינטערסאנט.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:07 am#108563
@קופערניקעס, יאנקעל, דא האסטע איין בילד וואס איך האב געטראפן יונגערהייט, דא האסטע נאך איינס

עס איז מיר אבער אינטערסאנט צו טרעפן בילדער פון זיינע פערציג זעכציג יארען
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:15 am#108567
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ווייזן מיט די בילדער.
אגב, איך האב אויך געהערט עדות לגבי די שמירת העיניים פון הרב שטיינמן אין שווייץ.


פון שו"ת חלקת יעקב יורה דעה סימן נ

לכבוד ידידי אברך כמדרשו מופלג גדול בתורה וביראה הרב אהרן לייב שטיינמאן בישיבת מונתרה השווייצרית.
ידידו ומוקירו. ציריך, שבט תש"ב.

שו"ת חלקת יעקב יורה דעה סימן קצו
וכבר נשאלתי ע"ז מהמופלא ר' אהרן לייב שטיינמאן נ"י

שו"ת חלקת יעקב חושן משפט סימן כז
כבוד האברך כמדרשו גדול בתורה ויראה חריף ובקי בחד"ת זך השכל וכו' רבי אהרן ליב שטינמן מעיר בריסק ור"מ בישיבת מונתרה השוויצרית.
והנני בזה ידידו ומוקירו. ציריך, כ"ג אדר ת"ש.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:20 am#108568
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ווייזן מיט די בילדער.


אז דו וועסט ליינען די המשך התגובות וועסטע עס מן הסתם פארשטיין,
דא איז געווען א מדובר ווען עס האט זיך אנגעהויבן זיין געהויבענע קדושה ופרישה התנהגות ווי למשל נישט רירען די בארד אד"ג, צו אלץ בחור אדער שפעטער,
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:27 am#108571
בדחן, רירן די בארד ביי א ליטווישע בחור איז נישט קיין שום צייכן פון חסרון אין קדושה אדער פרישות. און איך מיין דו ווייסט דאס גאנץ גוט, סאו וואס מאכסטו משוגע.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:31 am#108573
נאכאמאל, ביטע נישט אויפבויען קיין שטרוימאן, אז וועסט ליינען די המשך התגובות וועסטע פארשטיין וואס איך האב געשריבען,

מען האט גערעדט פון זיין היינטיגע התנהגות צו עס גייט שוין פון אלץ בחור, אויף איז דער ענטפער אז ניין, ווייל אלץ אינגערמאן האט ער געארבייט, געשניטען די בארד, און געהאט א נעקטיי,

איך האב זיך באצויגען בעיקר צו די תגובה,

קופערניקוס האט געשריבן:, הרב שטיינמאן איז א הונדערט יעריגער איד וואס האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט געגעסן צו די זעט, קיינמאל נישט אין זיין לעבן געשלאפן מער ווי דריי שעה א נאכט, קיינמאל אין לעבן נישט זיך נאכגעגעבן א תאוה, א איד מיט נזירישע השגות וואס לעבט ווי פארצייטישע שרפי מעלה,

קופערניקוס האט געשריבן: און בדרך אגב, הרב שטיינמאן'ס קאלטענעס איז עלטער פון דיר און זיין פרישות איז עלטער פון דיין זיידן, ער איז שוין א עובד ה', א פרוש און גאר א פרומער פון אלס בחור.


עס איז באמת אינטערסאנט צו וויסען ווען ער האט אנגעהויבן זיין היינטיגע התנהגות, און וואס עס האט אים באוויגען דערצו.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:09 am#108608
היימישער ליטוואק האט געשריבן:נישטא נאך אזא קופי ווי אונזער קופי, אין כקופינינו....

איך בין אבער מחולק אין דעם טייטש פון "יושבי חושך". לעניות דעתי מיינט דאס נישט אזוי ווייט שווארצקוקעריי אין קונטעקסט פון נעגטיוויטי און פעסימיזם, נאר מער אין די סענס פון נישט זיין ענלייטעט, די טונקלע מיטל-אלטער, נישט זעהן די "לייט".


האסט צוגעטראפן צו די מיינונג פון די איזראעילי חילונים. זיי שרייען פונקט דאס זעלבע, די זעלבע ווערטער אויפ'ן האר קעגן די דוסים: "שחורים"!
און טאקע מהאי טעמא!
איר דוסים זיינט פון די טונקעלע מיטל-אלטער, איר קעמפט קעגן 'קידמה' און קעגן 'ענלייטמענט'.
ס'איז נישט קיין נייעס. קוק אביסל אין די היסטאריע. די משכילים האבן שוין געזאגט די זעלבע.

אויב דאס איז ביי אייך טייטש "יושבי חשך", וועלן מיר ליבערשט זיצן מיט זיי אין די פינסטער ווי איידער מיט אייך און 'קופינינו' אין די ליכטיגקייט...
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:11 am#108609
קופערניקוס האט געשריבן:די יושבי חושך האבן נאך דריי מערקווירדיגע אייגענשאפטן:
זיי גלייבן אז מען וויל זיי שיסן פארן אויסדרוקן זייערע מיינונגען.

כבר היה לעולמים.